דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #2632
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2632
און איך ווער גאר געוואר אז איינשטיין האט געשריבן אשכולות.
הפוך בקופערניקוס והפוך בקופערניקאס דכולהו בה!
הפוך בקופערניקוס והפוך בקופערניקאס דכולהו בה!
אין די לעצטע נייעס קומט אפיר א באריכט אז גרויסע פארשער אין שפיץ פון דעם אנטדעקער, קרוינגאלדערס (נו, דארט וואו אלע חרדי'שע אידן וואוינען), האבן אנטדעקט איין באהאלטענע פארטיקל וואס פארלעצט די טעאריע. מען ווייסט נאכנישט גענוי אלע פרטים, ווייל צוליב איר באהאלטענקייט האט מען בכלל נישט געוואוסט אז זי עקזיסטירט ביז לעצטנס, ווען צוליב א קאמפליצירטע פראבלעמאטישע נוקלעאריסטישע וויברירנדע אויפרייס וואס רופט זיך אין די סייענטיפישע שפראך "סומאטאכע", האט דאס געברענגט אין רעזולטאט א כעמישע רעאקציע וואס האט אויפגעדעקט די באהאלטענע פרטים פון די גאדדעמנד פארטיקל וואס שטימט נישט מיט די קרוינגאלדערס-איינשטיין טעאריע. דער פארטיקל רופט זיך וויליאמסבורג. לויט ווי פארשער געבן איבער געפינט זיך אויף דער פארטיקל, וואס איז בעצם א פלאנעט פאר זיך, געוויסע מאדנע ברואים, וואס צאלן טייער רענט נישט קיין חילוק ווי קליין און פארשימלט די דירה איז און אודאי איז נישט מעלה ומוריד וויפיל מאל דער לענדלארד וועט אפהאקן די הייצונג, די קעשענע, אדער דעם קאפ.
מאנכע שפעקולירן גאר אז די אזוי גערופענע סומאטאכע האט גאר גורם געווען סיי צו די אנטדעקונג פון די וויליאמסבורג פלאנעט, און סיי צו די פארכאפונג פון אונזער הויכגעשעצטער סייענטיסט, שרייבער, הומאריסט, און דערגרייכער פון די איגנאבל פרייז, דר. קרוינגאלדערס. אנדערע ווארפן עס קאטעגאריש אפ, נישט קענעדיג גלייבן אז דער כעמישע רעאקציע פון די סומאטוכע זאל זיין בכח צו מסדר זיין אזא גאוני'שן מח ווי קרוינגאלדערס. היסטאריקער זאגן אז זייט די קאווע שטיבל שטייט איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא כאאס ווי ביי די יעצטיגע קרוינגאלדערס סומאטאכע. מען ווארט אין די קומענדיג טעג צו זען וואס וועלן ברענגען. און די אלע גלענצנדע מוחות וואס קענען זיך ממש נישט באגיין אן דעם פראפעסאר האפן בכליון עינים אז ער וועט זיך צוריקקערן ווי אמשנעלסטן, און אז עס זאל זיך ארויסשטעלן אז די גאנצע פארטיקל וואס פארלעצט די טעאריע איז א טעות מעיקרא, און אז איינשטיין איז יא געווען גערעכט.

.
[ציטאט אראפגענומען]
יויש, כ'האב פיינט צו נעמען אזא גוט שטיקל קרעפל פשעטל און זיך ארויפכאפן אויף די ר' חיימדיגע קנייטשן, נאכדערצו ווען מ'געפינען זיך דא אין שמייכל פארום, ומה לו לכהן בבית הקברות? אבער ווי נישט ווי, אליביה ד'פשוט קאמפליצירט זענען קופערניקוס' שמייכלעך שווערע שטיקלעך אקאדעמישע ווערק, און בנוסף לזה האב איך דאך מורא אז דער עולם וועט אהיימגיין מיט א טעות אין די י"ג עיקרי ההיסטאריע, שפיר איך פאר א חוב קדוש איבערצוברענגן דאס וואס כ'האב שוין אמאל געברענגט ווי פאלגנד:
יידלאגב, אנדערש ווי דער עולם מיינט, איינשטיין האט נישט ערפינדען דעם אטאם באמבע, נאר לעא סילארד (אויך א איד) וועלכער האט אייגענטליך געהאט א פעטענט דערויף. איינשטיין האט בעיקר געהאלפן איבעררעדן פרעזידענט רוזוועלט אז מ'קען און מ'דארף פראדוצירן די באמבע דורך אונטערשרייבן אויף א בריוו וואס סילארד האט געשריבן.
שוין מ'קען שוין צוריק אנצונדען די מוזיק און ווייטער טאנצן.
איין מינוט, צינד נאכנישט אן די מוזיק. איינשטיין האט געשפילט א גרעסערע ראלע אין דעם אטאם באמבע, וויבאלד אין זיין טעאריע פון ספעציעלע רעלאטיוויטעט האט ער צום ערשטן מאל ארויפגעברענגט דעם געדאנק אז מאסע קען ווערן ענערגיע, וואס האט עווענטועל געפירט צום אטאם באמבע. עס איז אים אבער קיינמאל נישט איינגעפאלן אז מען קען עס נוצן פאר אן אטאם באמבע ביז סילארד האט עס ארויפגעברענגט פאר אים. ער האט אויך נישט געהאט קיין חלק אין די טעכנישע דעטאלן, וויבאלד מען האט אים פשוט נישט געטראסט אז ער וועט נישט ארויסגעבן די סודות. ווען ער איז געוואויר געווארן אויף די ראדיא פונקט ווי יעדער איינער אז מען האט געשאסן אן אטאם באמבע אויף יאפאן און די שוידערליכע קאנסעקווענצן וואס דאס האט געברענגט, האט ער זיך אויפגעגעסן דאס געזונט אז ער האט אומדירעקט צוגעברענגט דערצו, און ער האט געווידמעט זיין לעבן צו פארמיידן דאס פארשפרייטונג דערפון. אלזא, איינשטיין האט נישט אזא פינסטערע זייט צו אים, יהא זכרו ברוך.
ס'איז אלעס דיין שולד, יידל.
ס'איז אלעס דיין שולד, יידל.
אגב, דער זיסער בילד פון איינשטיין מיט'ן צינג אינדרויסן איז געקומען ווען א רעפארטער האט אים געבעטן צו שמייכלען פאר א בילד. דער גוטהארציגער איינשטיין האט געפאלגט, און נאך ווי...
קופערניקוס פארוואס שרייבסטו גוטע שטיקלעך נאר ווען געשעהט עפעס א נישט גוטס????????????
ווי לאנג דארף מען נישט זיין דא אז מע זאל באקומען אזא זיסע אשכול?
אגב: מ'האט געואלט אויפנעמען איינשטיין פאר נשיא אין ארץ ישראל, האט ער געזאגט "איך וויל נישט זיצן אין תפיסה צום סוף" (כידוע ליודעי היסטריה.)
סאיז א גוטע דזשויק אבער נישט וועגן דעם האט ער אפגעזאגט. ס'דא אבריוו פון איינשטיין ווי ער שרייבט אז ער וויל נישט זיין פרעזידענט וויל ער פארשטייט נאר צו אטאמס און נישט צו מענטשן.
אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען ארום דעם שרעקליכע סקאנדאל, קומט יעצט אריין א שאקירנדע באריכט וואס ווייסט צו פארציילן אז נישט בלויז דער אויפדעקער פון איינשטיינס היץ-רענט טעאריע איז פארשווינדען ווי אין וואסער, נאר דער הויכגעשעצטער אקאדאמיקר דר. קופערניקס וואס איז געווען דער ערשטער צו דעקן דעם -שוין יעצט באקאנטען- סקאנדאל איז אויך פארשווינדען געווארן פונעם האריזאנט.
לויט ווי געוויסע באריכטן טוען אנגעבען, איז אויפן דירקעטן באפעל פון די טופע קאמערן אונטערן ווייסן הויז (יא יא, דארטן ווי כוסעין מיט קאדאפי זיצען צוזאמען און פירן די וועלט) פארדענט געווארן א ברייטן זיך אקציע העכער דעם בארמידאן דריי עקדיגען תהום, אויס מורא אז די בייזע רוחות האבן פארכאפט די צוויי.
א געוויסע באריכט ווייסט גאר צו פארציילן, אז די גאנצע פארשווינדען ווערן איז נישט מער ווי א ווילדע קאנספיראציע. די סיבה פארוואס גאלדקרוין איז פארשווינדען געווארן איז לויט זיי נישט מער ווי א טעכנישע סיבה.
אנדערע זאגן גאר אז מען האט געטראפן די צוויי צוזאמען אריינגיין אין א געביידע. ווען דער ריפארטער וואס האט דאס באמערקט האט פראבירט אריינצוגיין האט ער נישט געקענט, צוליב די שווערע כעמישע גערוך וואס איז ארויס געקומען פון יענעם געביידע. דער קאריספאדאנט האט נישט געוואלט ארויסגעבן צופיל דעטאלן, נאר אזוי פיל האט ער געוויסט צו זאגן, אז א טייל פון די כעמיקאלן אין יענע געביידע זענען גאר שעדליך, ווייל זיי זענען א געמיש פון הערינג געווייקטע צוויבל מיט באטלעך קאפ און פלייצע געמויזאכטס וואס הענגט דארטן אויף האקס, אזוי ארום פארמירן די צוויי א געמיש פון שעדליכע כאמיקאלן. לויט א געוויסע באריכט געפינט זיך די געביידע אויף א געסל מיטן נאמען ראדני. וואו, וואס, ווער, ווען, איז נישט באקאנט.

בארמודע המן טאש 😂 😂 האסט מיר געמאכט ס'טאג!! וועלקאם בעק איינשטיין כ'מיין קופערניקוס!
מזל טוב לכבוד די געבורטס טאג פון ר' קופערניקוס קרעדיט: גוגל הדור