☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » מקור פון צינדן ליכט לעילוי נשמה

מקור פון צינדן ליכט לעילוי נשמה

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1197

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 9:11 am

· #27753
מקור פון צינדן ליכט לעילוי נשמה
אפגעטיילט פון דעם אשכול: תגלחת נשים.
אחראי

די אריגינעלע אשכול איז איבער די "מקור" פון די נייע מנהג פון תגלחת נשים וואס איז לכאורה אין קאנטראסט מיט אידישע ווירדן פון דורות הקודמים. קיינער האט נישט קיין תירוץ דערויף. נאך מער, יעדער חדר אינגל ווייסט אז דאס איז א תקנה פון וועד הארבע ארצות, אבער אויף דעם איז אויך נישט דא קיין מקור. ס'איז לכאורה אמת אז די מנהג האט זיך אנטוויקעלט יעמאלט אינעם מיטל אלטער, אבער ס'איז נישט דא קיין שריפט אדער מקור אז דאס איז געווען א תקנה ביי די רבנים.

וואס לערענט עס אונז? אז גאנצע שטיקער כלל ישראל קען זיך פירן און מוסר נפש זיין אויף א מנהג וואס יעדער ווייסט ס'איז ניי, קיינער ווייסט נישט פון ווי און פארוואס (מ'האט שפעטער אנגעגעבן צענדליגע סיבות וואס יעדער פאר זיך האט פירכות און ס'איז קלאר אז ס'איז בבחינת פטור בלא כלום אי אפשר). ס'לערענט אונז אז אזוי שפעט ווי 500 יאר צוריק האבן געקענט אריינקומען נייע מנהגים און ס'איז געווערן תורת אמת. כבר היו לעולמים.

לייג צו צום ליסט: יאהרצייט לעכט. וויאזוי איז האט די קריסטליכע מיטל-אלטער שמייליגער מנהג אריינגעדרינגן אין די אידישע קווארטלן?

פראבירן » מאנטאג יולי 23, 2012 4:49 pm

· #27764
יואליש
לייג צו צום ליסט: יאהרצייט לעכט. וויאזוי איז האט די קריסטליכע מיטל-אלטער שמייליגער מנהג אריינגעדרינגן אין די אידישע קווארטלן?

הגם דאס איז שלא כענין, אבער אז די האסט עס דערמאנט דא פרעג איך עס דא, פון ווי נעמסטו אז דאס קומט פון די קריסטן?
די מנהג ווערט דערמאנט אין די מג"א בשם מהרש"ל, און אין ט"ז ועוד, צו מתיר זיין א גוי זאל עס אנצינדן בין השמשות ערש"ק אויב מען האט פארגעסן עס אנצוצינדן, ווייל עס האט די זעלבע דין ווי א צורך גדול.

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 5:28 pm

· #27767
פראבירן
יואליש
לייג צו צום ליסט: יאהרצייט לעכט. וויאזוי איז האט די קריסטליכע מיטל-אלטער שמייליגער מנהג אריינגעדרינגן אין די אידישע קווארטלן?

הגם דאס איז שלא כענין, אבער אז די האסט עס דערמאנט דא פרעג איך עס דא, פון ווי נעמסטו אז דאס קומט פון די קריסטן?
די מנהג ווערט דערמאנט אין די מג"א בשם מהרש"ל, און אין ט"ז ועוד, צו מתיר זיין א גוי זאל עס אנצינדן בין השמשות ערש"ק אויב מען האט פארגעסן עס אנצוצינדן, ווייל עס האט די זעלבע דין ווי א צורך גדול.

על זה אנו דנין. לאקשען קוגל עסט מען שוין מסיני, אבער יארצייט ליכט ווערט דאס ערשטע מאל דערמאנט אין ספרי יהדות בערך 500 יאר צוריק. דאס ברויך א הסבר. (קום נישט מיט נר ה' נשמת אדם, אדער "פייער" אים ר' שמעון'ס הילולא וואס ווערט דערמאנט אין זוהר. מ'רעדט פראסט אין פשוט יאהרצייט ליכט.)

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 8:12 pm

· #27768

ווי שטעלסטע זיך אפ? אויב זאכען וואס שטייט און מג"א בשם מהרש"ל און אין ט"ז איז דיר נישט גענוג א באווייז אז מען רעדט פון הייליגע מנהגים ווי איז דיין גדר? וואס גלייבסטע יא? איז חנוכה אקעי מיט דיר? עס שטייט אויך נישט און די תורה מגילה אויך נישט,

איך פארשטיי אז עס זענענן דא מענטשן וואס טראכטען און ווילען פארשטיין, אבער שואל כענין איז אויך אז זאך, ווי נישט ווי זענענן די היינטיגע קעפ נישט קליגער טיפער און ברייטער ווי 500 יאר צוריק, מען קען פרעגן טעמים מיט מקורות און עס איז פארשטעדענליך אז מען וויל וויסען, אבער שרייבען אויף זאכען וואס שטייט און מג"א בשם מהרש"ל און אין ט"ז אז עס איז קריסטליכע מנהגים ענדלעט ווי איינער זאל זיך נעמען דא זאגען להבדיל אז איינשטיין איז געווען א טיפוש און אומוויסענד,

ניטאמאל גרענציט זיך עס מיט א סרך פון כפירה.... און אויך נישט אויפגעקלערט,

פראבירן » מאנטאג יולי 23, 2012 10:22 pm

· #27769
יואליש, הייסט דאס איז דיין באווייז? אויב אזוי גייסטו מיר זאגן אז אלע מנהגים וואס די ספר המנהגים, מהרי"ל, און נאך זיי אונזערע פוסקים די רמ"א, מג"א ט"ז שרייבן און עס שטייט נישט פאר זיי קומט פון קריסטן? קאם אן.

די דארפסט קוקן אויף די היסטאריע ווי אזוי די זאכן זענען דעמאלטס געווען, דהיינו, ביז די צייטן פון מהרי"א טירנא (בעמח"ס מנהגים) און זיין רבי ר' אברהם קלויזנער, און די מהרי"ל, תרומת הדשן, און ווייטער, איז נישט געווען אזא זאך ווי פארשרייבן מנהגים, כאפ מיר נישט ביים ווארט אז עס איז דא א גאנצע פרק מקום שנהגו, און גאנצע הלכות דערויף, און בכלל אין ספרי גאונים וראשונים קען מען טרעפן ווי זיי זענען דן אין מנהגים, אמת די קענסט דאס טרעפן, אבער די וועסט נישט טרעפן אז זיי נעמען זיך שרייבן אזוי און אזוי איז געווען די מנהג, נאר אויב מען האט זיי אנגעפרעגט אויף א געוויסע זאך, אדער אויב זיי זענען דן אין א געוויסע הלכה, און פירן אויס אז אזוי און אזוי פירט מען זיך.

דאס שרייבן א ספר פשוט אויף מנהגי יום ויום, האט זיך אנגעהויבן ווי געשריבן אין די שפעטער צייטן, און די סיבה דערצו איז ווי עס שרייבט מהרי"א טירנא אין זיין הקדמה צו זיין ספר מנהגים: "יען כי נתמעטו הלומדים ותלמידי חכמים בעונותינו הרבים. [ומ]אחר שאבדו ואפסו אנשי אמנה ותורה ומעשים [טובים] שבאושטריך, עד שראיתי ישוב או אפילו קהילות שלא נמצא בהם ב' או ג' אנשים היודעים אמתת מנהג עירו על בוריו וק"ו [של] עיר אחרת", און ער לאזט זיך אריין אין א שמועס וועגן מנהגים וואס זענען פארבינדן מיט הלכה ווי אזוי מען האט זיך יא געפירט צו נישט געפירט, וואס מענטשן געדענקן עס שוין נישט, און טוען אנדערש ווי זייער מנהג איז געווען.

וואס מען זעט דערפון איז אז היות עס איז געווארן ווייניגער און ווייניגער מענטשן וואס זענען געווען באהאוונט אין מנהגים, און נישט נאר אין סתם מנהגים (וואס היות מען האט זיך אזוי איינגעפירט האט עס א דין נדר) נאר אפי' מנהגים וואס זענען פארבינדן מיט אנדערע הלכות, וואס מען האט זיך איינגעפירט ווי די און די מהלך, האט ער זיך געשטעלט שרייבן א ספר אויף מנהגים, אבער באמת אסאך מנהגים האט ער נישט געשריבן, פארוואס? ווייס איך נישט, קען זיין אלץ כשם שאי אפשר לבור בלי תבן וכו' איז נישט מעגליך צו שרייבן ממש אלעס, אבער היות ער שרייבט נישט וואס יא און וואס נישט, ווייס איך נישט קיין טעמים, אבער דאס איז זיכער אז אסאך מנהגים איז נישט דערמאנט געווארן דארט, וואס ווערט דערמאנט אין שפעטערע ספרים.

יעצט צוריק צו די ענין וואס איז שלא כענין, די זעלבע איז מיט די זאך פון צינדן א יארצייט לעכט, וואס בעצם די מנהג פון אנצינדן א יארצייט לעכט שטייט אין ערגעץ נישט אז דאס איז די מנהג, נאר אין א פארשטיפטע תשובת מהרש"ל ווען מען רעדט לגבי בין השמשות וואס מען מעג אלץ טון, דערמאנט ער זיך אז היות מען איז גאר שטארק געווארנט דערין מעג מען דאס אויך, זעט אויס דאס איז פון די מנהגים וואס איז געווען אזוי פשוט פאר יעדן איד, אז מען דארף דאס ניטאמאל שרייבן.

למעשה אבער די געדאנק דערפון צו צינדן א לעכט לע"נ, ווערט יא דערמאנט אין רמ"א בשם א כל-בו (עלטער פון די אלע מנהגים ספרים) לגבי ערב יום כיפור, און זע וואס ער שרייבט דארט: "וכתב ה"ר אשר ונהגו להיות כל אחד מדליק במקומו נר או פנס ביום הכפורים לכפר על אביו ועל אמו, כי כבוד הוא לשם יתברך, וכן אמר (ישעיה כד, טו) באורים כבדו ה', אמר הקדוש ברוך הוא הדליקו לפני נר שאשמור נשמותיכם שקרויה נר".

יעצט זאג איבער, די מנהג קומט פון ווי?

דבילה » מאנטאג יולי 23, 2012 10:47 pm

· #27771
פראבירן
דאס שרייבן א ספר פשוט אויף מנהגי יום ויום, האט זיך אנגעהויבן ווי געשריבן אין די שפעטער צייטן, און די סיבה דערצו איז ווי עס שרייבט מהרי"א טירנא אין זיין הקדמה צו זיין ספר מנהגים: "יען כי נתמעטו הלומדים ותלמידי חכמים בעונותינו הרבים. [ומ]אחר שאבדו ואפסו אנשי אמנה ותורה ומעשים [טובים] שבאושטריך, עד שראיתי ישוב או אפילו קהילות שלא נמצא בהם ב' או ג' אנשים היודעים אמתת מנהג עירו על בוריו וק"ו [של] עיר אחרת", און ער לאזט זיך אריין אין א שמועס וועגן מנהגים וואס זענען פארבינדן מיט הלכה ווי אזוי מען האט זיך יא געפירט צו נישט געפירט, וואס מענטשן געדענקן עס שוין נישט, און טוען אנדערש ווי זייער מנהג איז געווען.

וואס מען זעט דערפון איז אז היות עס איז געווארן ווייניגער און ווייניגער מענטשן וואס זענען געווען באהאוונט אין מנהגים, און נישט נאר אין סתם מנהגים (וואס היות מען האט זיך אזוי איינגעפירט האט עס א דין נדר) נאר אפי' מנהגים וואס זענען פארבינדן מיט אנדערע הלכות, וואס מען האט זיך איינגעפירט ווי די און די מהלך, האט ער זיך געשטעלט שרייבן א ספר אויף מנהגים, אבער באמת אסאך מנהגים האט ער נישט געשריבן, פארוואס? ווייס איך נישט, קען זיין אלץ כשם שאי אפשר לבור בלי תבן וכו' איז נישט מעגליך צו שרייבן ממש אלעס, אבער היות ער שרייבט נישט וואס יא און וואס נישט, ווייס איך נישט קיין טעמים, אבער דאס איז זיכער אז אסאך מנהגים איז נישט דערמאנט געווארן דארט, וואס ווערט דערמאנט אין שפעטערע ספרים.

אינטרעסאנט ווי ממש דער נקודה וואס דו ברענגסט פון די קדמונים אז גאר ווייניג מענטשן זענען געווען באהאווענט אין מנהגים און דער שטארקע הפסק אין א קראנטע מסורה אידעך די שטערקסטע סיבה פאר אלערליי מנהגים וואס זאלן זיך אריין כאפן פון דרויסענדע מקורות אן קיין שום דין וחשבון. נאך וואס דער מנהג איז נשתרש בלייבט דעך פאר'ן גדול גארנישט מער צו טון ווי געבן גוטע הסברים דערויף, און פאר יואליש צו שפעקולירן אויב דאס קומט פון די קריסטן...

פראבירן » מאנטאג יולי 23, 2012 11:09 pm

· #27773
דבילה, מהרי"א טירנא פאר זיך האט נישט געהאט קיין צומישעניש אין די מנהגים, ער שרייבט נאר אז עס ווערט ווייניגער און ווייניגער וואס ווייסן, אבער ער האט זיך געזעצט שרייבן טאקע ווייל ער האט יא געוויסט, און די זעלבע די כל בו וואס איז געווען פאר אים, האט אויך געוויסט די מנהגים און די מקור דערצו.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 23, 2012 11:39 pm

· #27775
איך גלייב אז אויב צינדן ליכט האט א מקור פון די אומות העולם, וואלטן די צדיקי הדורות דאס נישט געלאזט איינפירן ביי אידן. נאך אלעם האבן די קדושי עליון געזעהן ברוח קדשם די תיקון וואס א נשמה האט פון א ליכטעלע, און פארשטאנען אז עס איז א דבר טוב.

לאדיך אפ » דינסטאג יולי 24, 2012 12:05 am

· #27788
שמעקעדיג
איך גלייב אז אויב צינדן ליכט האט א מקור פון די אומות העולם, וואלטן די צדיקי הדורות דאס נישט געלאזט איינפירן ביי אידן. נאך אלעם האבן די קדושי עליון געזעהן ברוח קדשם די תיקון וואס א נשמה האט פון א ליכטעלע, און פארשטאנען אז עס איז א דבר טוב.

די פראבלעם איז נאר אז עס איז א פאקט אז צינדען א לעכט פאר די נשמה פון א טויטן האבן די קריסטן שוין געטון אין די צייטן פון ראשונים. עס איז נישטא קיין שום מקור אז די אידן האבן עס געטון ביז אנהייב אחרונים. וואס טוסטו מיט די צוויי פאקטן?

משכיל » דינסטאג יולי 24, 2012 1:52 am

· #27827
אפשערען די האר איז א מאדנע זאך ווי אזוי מען האט דאס איינגעפירן אזוי שטארק ? אז ביז דאן האבען פרויען געהאט א קאפ מיט שיינע האר, איין טאג קומט אהיים דער מאן און זאגט איר טייער שעפעלע גיי שעהר דיר אף די האר פון קאפ ! ווי אזוי פארשטייט מען דאס ?י

סארי נישט באמערקט אז עס איז אין אן אנדערע אשכול

יואליש » דינסטאג יולי 24, 2012 11:09 am

· #27892
פריינדליך
ווי איינער זאל זיך נעמען דא זאגען להבדיל אז איינשטיין איז געווען א טיפוש און אומוויסענד,

אקוראט וואס סאטמאר רב ז"ל האט געזאגט אויף איינשטיין... און ס'איז געדריקט.

יואליש » דינסטאג יולי 24, 2012 11:18 am

· #27898
די סיבה פארוואס איך ברענג די יאהרצייט לעכט שמועס בשייכות מיט התגלחות נשים (הגם יעצט איז עס שוין צוויי באזונדערע אשכולות) איז ווייל מיט התגלחות האסטו א מנהג וואס איז כמעט יהרג ועל יעבור היינט, דאך איז "יעדער" מודה אז דאס איז דירעקט נישט געווען די מנהג ביז פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק. פארקערט, ס'איז דא געניג מקורות אז ס'איז געווען א קפידה פארקערט אז פרויען זאלן יא טראגן האר מיט שטאלץ און ווירדע. נאך מער, קיינער ווייסט נישט וויאזוי די מנהג איז אריינגעקומען, דורך וועם, און ווען. דאס גיט חומר למחשבה אז אזא סאמע יסוד אין יהדות (פאר שטיקער כלל ישראל) קען שטיין אויף אזוינע הינערנע פיס, פארוואס נישט קלערן דאס זעלבע אויף אנדערע אומטראדיציאנאלע און מקורות'לאזע מנהגים?

דאס אז ביי א געוויסע פונקט איז דאס מנהג פאראייביגט געווארן אין א ספר, איז גענוי ווי התגלחות איז פאראייביגט געווארן אין שפעטערדיגע ספרים, ווי דער חת"ס וכדו'. דאס איז בלויז א רעפערענס פונקט צו וויסן ווען די מנהג איז שוין געווען ברייט פארשפרייט, ווי אויך טוט עס מעגליך מסביר זיין פארוואס דאס איז געווארן אזוי אנגענומען שפעטער - ווארום ס'איז בפירוש געדריקט געווארן.

ויש מקום לחלוק. און ס'לאזט זיך שפעקעלירן. אבער צום סוף קען מען אלעמאל זאגן אז יאהרצייט ליכט איז שוין היינט ווי א נדר...

יואליש » דינסטאג יולי 24, 2012 11:28 am

· #27906
פריינדליך

ווי שטעלסטע זיך אפ? אויב זאכען וואס שטייט און מג"א בשם מהרש"ל און אין ט"ז איז דיר נישט גענוג א באווייז אז מען רעדט פון הייליגע מנהגים ווי איז דיין גדר?

דאס איז זייער א גיטע שאלה און פאדערט זיך א באזונדערע אשכול. אבער ס'איז אומלאגיש צו סטראשן מיטן סליפערי סלאופ טענה. ס'העלפט קיינעם נישט בעסער פארשטיין די מקור פונעם מנהג. דאס איז גיט פאר א מחאה תשעה באב נאכמיטאג פאר מענטשן צו וועם די שפראך, די פחד פון קלערן, רעדט צו זיי.

פריינדליך

ניטאמאל גרענציט זיך עס מיט א סרך פון כפירה.... און אויך נישט אויפגעקלערט,

די מאכסט עס אויסקוקן ווי חלילה כפירה און "אויפגעקלערטקייט" איז א ווירדע אויף וואס דו קוקסט ארויף. חס מלהזכיר. וואלסט געברויכט זאגן, ברוך השם אז דאס איז נישט כפירה אדער אויפגעקלערטקייט, ממילא ווען מיר ווייטער דן זיין אין די נושא אויף א פריינטליכע אופן.

פראפעסאר שפירא » דינסטאג יולי 24, 2012 1:32 pm

· #27967
כ'מיין ס'האט זיך אנגעהויבען ווען אדם הראשון האט געצינדען א לעכט פאר זיין זוהן הבל'ס נשמה,

אויך איז כדי צי וויסען אז אסאך פין די קריסטליכע מנהגים נעמט זיך פין אידישע, נאך אלעם איז זייער גאנצע גלויבינג נאכקאפירט פין די אידישע, מיט אביסעל ציגעלייגט אין אביסעל אראפגענומען,

א שאד אונז האב מיר נישט געמאכט קאפירייט,

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 24, 2012 8:59 pm

· #28187
[ציטאט אראפגענומען]

איך גיי נישט אריין אין די מקור פון נשמה לעכט וועגן איך ווייס נישט, אבער דארט דאכט זיך אז די משנה רעדט פון שמעקעדיגע ליכט וואס מ'פלעגט לייגען ביי טויטע צו פארטרייבען די שלעכטע גערוך.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 24, 2012 9:05 pm

· #28193
[ציטאט אראפגענומען]

גערעכט.

ידען » מיטוואך יולי 25, 2012 9:49 am

· #28337
יואליש
פריינדליך
ווי איינער זאל זיך נעמען דא זאגען להבדיל אז איינשטיין איז געווען א טיפוש און אומוויסענד,

אקוראט וואס סאטמאר רב ז"ל האט געזאגט אויף איינשטיין... און ס'איז געדריקט.

וואס?

ווי איז עס געדריקט?

איך קען נישט גלייבן.

יואליש » מיטוואך יולי 25, 2012 9:52 am

· #28338
ידען
יואליש
פריינדליך
ווי איינער זאל זיך נעמען דא זאגען להבדיל אז איינשטיין איז געווען א טיפוש און אומוויסענד,

אקוראט וואס סאטמאר רב ז"ל האט געזאגט אויף איינשטיין... און ס'איז געדריקט.

וואס?

ווי איז עס געדריקט?

איך קען נישט גלייבן.

דאכט זיך אין די "דינער תורות" וואס מ'דריקט לעצטענס. ווער ס'האט עס זאל אזוי גיט זיין און עס מיטיילן. דרך אגב, יענע געדריקטע שמועס איז אביסעל צענזורירט. כ'וועל פרובירן אנפרעגן וועלכע חלק מ'האט ארויסגענומען. כ'מיין ס'איז אפי' דא צוויי שמועסן איבער אים.

פינטאו » מיטוואך יולי 25, 2012 9:12 pm

· #28647
ידען
יואליש
פריינדליך
ווי איינער זאל זיך נעמען דא זאגען להבדיל אז איינשטיין איז געווען א טיפוש און אומוויסענד,

אקוראט וואס סאטמאר רב ז"ל האט געזאגט אויף איינשטיין... און ס'איז געדריקט.

וואס?

ווי איז עס געדריקט?

איך קען נישט גלייבן.

אין א שמועס וואו איינער האט זיך באצויגן צו איינשטיין אלס דער קלוגסטער מענטש האט ער זיך אזוי אויסגעדרוקט.

ער האט זיך פארשטיין געגעבן אז דאס איז צוליב דער תוצאה פון איינשטיינ'ס ערפינדונג. אן ערפינדונג וואס האט פאראויסגעברענגט די מיטלען פון קריג צו א מצב וואו א רעלאטיוו קליינע באמבע קען אומברענגען הונדערטער טויזענטער מענטשן.

כך שמעתי.

יידל » מיטוואך יולי 25, 2012 9:19 pm

· #28650
סאטמארער רב האט אויך געהאלטן אז מ'האט נישט געלאנדעט אויף די לבנה.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 25, 2012 9:26 pm

· #28653
פינטאו

ער האט זיך פארשטיין געגעבן אז דאס איז צוליב דער תוצאה פון איינשטיינ'ס ערפינדונג. אן ערפינדונג וואס האט פאראויסגעברענגט די מיטלען פון קריג צו א מצב וואו א רעלאטיוו קליינע באמבע קען אומברענגען הונדערטער טויזענטער מענטשן.

כך שמעתי.

אוי ווי גערעכט איז ער געווען, ווי אויך איז די ערפינדער פון באנען געווען א גרויסע טיפש, וויפיל יודן מ'האט געפירט צו די שחיטה אין די באנען ה"י.

פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 25, 2012 9:32 pm

· #28655
איינשטיין האט קוקט אויס טאקע חרטה געהאט צום סוף:

In 1954, the last year of his life, he admitted to an old friend, "I made one great mistake in my life—when I signed the letter to President Roosevelt recommending that atom bombs be made; but there was some justification—the danger that the Germans would make them.

פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 25, 2012 9:37 pm

· #28658
יידל
סאטמארער רב האט אויך געהאלטן אז מ'האט נישט געלאנדעט אויף די לבנה.

ס'טאקע דא גאנצע קאנספיראציע טעאריעס אז די גאנצע לבנה לאנדונג איז שקר, אין געווען א שפיל צי ווייזען אז אמעריקע האלט ווייטער ווי רוסלאנד,

<a class="postlink" href="http://www.apfn.org/apfn/moon.htm">http://www.apfn.org/apfn/moon.htm</a>

(העי נאך א קאנספיראציע...., יאפס נאכאיינס)

יידל » מיטוואך יולי 25, 2012 9:38 pm

· #28662
פראפעסאר שפירא
יידל
סאטמארער רב האט אויך געהאלטן אז מ'האט נישט געלאנדעט אויף די לבנה.

ס'טאקע דא גאנצע קאנספיראציע טעאריעס אז די גאנצע לבנה לאנדונג איז שקר, אין געווען א שפיל צי ווייזען אז אמעריקע האלט ווייטער ווי רוסלאנד,

<a class="postlink" href="http://www.apfn.org/apfn/moon.htm">http://www.apfn.org/apfn/moon.htm</a>

(העי נאך א קאנספיראציע...., יאפס נאכאיינס)

יא. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגן אז סאטמארער רב איז אויך געווען א קאנספיראציע טעאריסט. Nothing wrong with that.

פראפעסאר שפירא » מיטוואך יולי 25, 2012 9:40 pm

· #28663
יידל
פראפעסאר שפירא
יידל
סאטמארער רב האט אויך געהאלטן אז מ'האט נישט געלאנדעט אויף די לבנה.

ס'טאקע דא גאנצע קאנספיראציע טעאריעס אז די גאנצע לבנה לאנדונג איז שקר, אין געווען א שפיל צי ווייזען אז אמעריקע האלט ווייטער ווי רוסלאנד,

<a class="postlink" href="http://www.apfn.org/apfn/moon.htm">http://www.apfn.org/apfn/moon.htm</a>

(העי נאך א קאנספיראציע...., יאפס נאכאיינס)

יא. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגן אז סאטמארער רב איז אויך געווען א קאנספיראציע טעאריסט. Nothing wrong with that.

קלוגע מענטשען גלייבען נישט אלעס וואס מען פארקויפט, למשל איך.... 😂

יידל » מיטוואך יולי 25, 2012 9:46 pm

· #28665
אגב, אנדערש ווי דער עולם מיינט, איינשטיין האט נישט ערפינדען דעם אטאם באמבע, נאר לעא סילארד (אויך א איד) וועלכער האט אייגענטליך געהאט א פעטענט דערויף. איינשטיין האט בעיקר געהאלפן איבעררעדן פרעזידענט רוזוועלט אז מ'קען און מ'דארף פראדוצירן די באמבע דורך אונטערשרייבן אויף א בריוו וואס סילארד האט געשריבן.

יידל » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:58 am

· #73526
שמעקעדיג
איך גלייב אז אויב צינדן ליכט האט א מקור פון די אומות העולם, וואלטן די צדיקי הדורות דאס נישט געלאזט איינפירן ביי אידן. נאך אלעם האבן די קדושי עליון געזעהן ברוח קדשם די תיקון וואס א נשמה האט פון א ליכטעלע, און פארשטאנען אז עס איז א דבר טוב.

און איך גלייב אז אפילו אויב צינדן ליכט איז במקורו געקומען פון די אומות העולם, אף על פי כן, נאך וואס עס איז געווארן איינגעפירט ביי אידן, האבן די קדושי עליון ברוח קדשם מוציא געווען יקר מזולל און געפינען דערין די תיקון וואס א נשמה האט פון א ליכטעלע און דערמיט דאס אפגעשטעמפל אלס דבר טוב.

פריינדליך
וי שטעלסטע זיך אפ? אויב זאכען וואס שטייט און מג"א בשם מהרש"ל און אין ט"ז איז דיר נישט גענוג א באווייז אז מען רעדט פון הייליגע מנהגים ווי איז דיין גדר? ... שרייבען אויף זאכען וואס שטייט און מג"א בשם מהרש"ל און אין ט"ז אז עס איז קריסטליכע מנהגים ענדלעט ווי איינער זאל זיך נעמען דא זאגען להבדיל אז איינשטיין איז געווען א טיפוש און אומוויסענד,

דיין הנחה איז אויב קומט דער מנהג פון קריסטן קען עס מער נישט זיין א הייליגע מנהג. און וויבאלד דער מג"א בשם דער מהרש"ל און דער ט"ז ברענגן דעם מנהג איז עס דאך א הייליגער מנהג, על כרחך אז עס קומט נישט פון קריסטן. איך וואונדער זיך אבער צו דיין הנחה איז אזוי פעלזן-פעסט. אפילו אויב איז עס במקורו געווען א קריסטליכע מנהג און איז פון דארט אריינגעקומען צו להבדיל אונז אידן, אף על פי כן ווי נאר מיר אידן האבן דאס אדאפטירט און גדולי עולם האבן דערויף געזאגט רמזים וטעמים איז דאס פארוואנדלט געווארן אין א מנהג קדוש וטהור.

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 2:10 am

· #73539
אזוי ווי די כותל וואס כאטש טויזנטער יארן האבן אידישע קינדער פארגאסן טרערן דערביי ווייל מעולם השכינה לא זזה מכותל המערבי, דאך איינמאל הרב קוק האט געזאגט הכותל כותלנו איז אויטאמאטיש געווארן פארבאטן איינטריט, כש"כ בכגון דא דמדה טובה מרובה, ודפח"ח.

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 7:03 am

· #73560
אדער ווי א קארלבאך ניגון וואס מ'זינגט שוין יארן ביים רבי'ס טיש און איז געווארן אויסגערייניגט און אויסגעלייטערט און דערהויבן.

(געהערט פון א עהרליכע משפיע אין חסידות. וראי לדבריו האט ער געזאגט אז דער מחבר פון תפלת זכה - לויט די חסידים - איז נישט געווען ראו לאותו איצטלא פון פארפאסן א תפלה פארן סאמע הייליגסטע מאמענט פונעם יאר, נאך דערצו אויף יסודות פון קדושתן של ישראל, אבער וויבאלד טויזענטער אידן האבן זיך אויסגעוויינט און אויסגעקרעכצט דערויף פון אונטער די ווייסע תכריכים און געלע טליתים מיט צובראכענע הערצער און אנגעפילטע בייכער, האט עס באקומען א קדושה.)

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:35 pm

· #73709
פאר די וואס ווייסן נישט: די אנגעפילטע בייכער האט יואליש צוגעלייגט.
אגב, עס איז נישט אזא פארגלייך תפילת זכה וואס דער חשש איז נאר געבויט אויף אויף א ספק ספיקא אז עס איז געבויט אויף חמדת ימים וואס קומט מעגליך פון כת ש"ץ.

יואליש » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:45 pm

· #73711
יאיר
פאר די וואס ווייסן נישט: די אנגעפילטע בייכער האט יואליש צוגעלייגט.

Never underestimate the powers of Kreplach.

🙂

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:47 pm

· #73712
אבער דער מקור פון די קרעפלעך איז אויך נישט אזוי איי איי איי...

צדיקל » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:46 am

· #73792
יאיר

אגב, עס איז נישט אזא פארגלייך תפילת זכה וואס דער חשש איז נאר געבויט אויף אויף א ספק ספיקא אז עס איז געבויט אויף חמדת ימים וואגס קומט מעגליך פון כת ש"ץ.

איר מאכט א טעות, די פראבלעם וואס חסידים האבן געהאט מיט תפילת זכה, האט נישט מיטן חמדת ימים (איר טוישט אפשר מיטן זאגן לדוד ה' אורי, אלול תשרי) נאר אלס דער חיי אדם וואס האט עס מחבר געווען.
די חסידים האבן געהאט א טענה אויפן חיי אדם, צוליב ווען דער מגיד האט געשיקט אפאר פון זיינע תלמידים צום ווילנער גאון ביי די מחלוקה פון חסידים און מתנגדים, האט זיך דער גאון אדורך גערעדט מיטן חיי אדם צו ער זאל זיי אויפנעמען, און דער חיי אדם האט געזאגט אז ניין ס'איז אסור להסתכל..., די חסידים האבן דאס קיינמאל נישט מוחל געווען פארן חיי אדם, זיי האבן געהאלטן אז אפשר ווען זיי טרעפן זיך וואלט נישט געווען קיין מחלוקה.

אגב דאס וואס יואליש האט נאך געזאגט, אז חסידים האבן געזאגט ס'איז שוין אויסגעוואשן מיט אזויפיל אידישע טרערן, האט דער בעלזא רב מהרי"ד זי"ע געזאגט אמאל פאר זיין אייניקל ווען ער האט אים געזעהן זאגן תפילת זכה.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:11 pm

· #73928
זע דא אז עס זענען דא וואס זאגן עס נישט צוליב חמדת ימים.

משה געציל » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:19 pm

· #73931
די גאנצע שערוריא איבערן חמדת הימים איז נישט אזא דבר פשוט. דער חיד״א אין שם הגדולים ברענגט אים אראפ אזוי ווי אלע אנדערע גדולים, און אין די נייע מהדורות האבן זיי צוגעלייגט אין די הוספות אז דער בעש״ט האט געהאלטן אז ער האט באלאנגט צו כ״ת ש״ץ.

צדיקל » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 1:14 am

· #73978
יאיר
זע דא אז עס זענען דא וואס זאגן עס נישט צוליב חמדת ימים.

גערעכט אז ס'איז דא (די בריסקע) זאגן עס נישט וועגן חמדת הימים, אבער באמת האט די תפלה גארנישט מיטן חמדת הימים, חוץ אז דער חיי אדם שרייבט אז בחמדת הימים איז געדרוקט א תפלה וואס ער האט מסדר געווען.

אבער חסידים האבן עס נישט געזאגט וועגן דער חיי אדם

צדיקל » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 1:43 am

· #73992
מ'דארף ענפענען א באזונדערע אשכול איבער דער ספר חמדת הימים, ווער דער מחבר איז געווען, און די מיימינים ומשמאלים איבערן ספר, און ווי אסאך ספרים ברענגן אים.
יש בתחת ידי החומר איבער דעם, ועוד חזון אי"ה.

דא דארף מען צריק גיין צום טעמע וועגן דעם מקור פון נר נשמה

צדיקל » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:01 am

· #73999
ס'איז דא א מקור אויף נר נשמה אין רבינו בחיי (דאס מיינט 750 יאר צריק),

אין פ' תרומה זאגט ער, וידוע כי הנשמה נהנית בהדלקת הנרות והיא מתהלכת בעדוני ההוד והשמחה ומתפשטת ומתרחבת מתוך הנאת האורה מפני שהיא חתיכת אור חצובה מאור השכל, ומן הטעם הזה נמשכת אחר האור שהוא מינה אעפ"י שהוא אור גופני והנשמה אור רוחני זך ופשוט. ועל כן המשילה שלמה הע"ה לנר הוא שאמר נר ה' נשמת אדם.

נאר כ'האב געזעהן נאך מער היינט אין נטעי גבריאל, ברענגט צו אז ס'איז דא וואס ווילן זאגן, אויף דאס וואס רבינו הקודש האט צוואה געלאזט פאר זיין פטירה (כתובות קג.) נר יהיה דלוק במקומו, האט ער געמיינט נר נשמה.

צדיקל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:54 pm

· #74615
[ציטאט אראפגענומען]

דער יעב"ץ אין די הגהות דארט אויפן פלאץ זאגט עס, וז"ל נ"ב אולי מכאן סמך למנהג, אכן י"ל במקום ובעת שהיה צריך לנר כגון בלילה

צדיקל » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:17 am

· #74623
יגעתי מצאתי תאמין, כ'האב געטראפן א מקור פאר נר נשמה פון 2369 יאר צריק (ג"א ת"ד)... אסאך פאר די נוצרים.

אין שו"ע תר"י זאגט דער רמ"א בשם הכל בו (שוין דערמאנט אויבן) גם נוהגים להדליק נר נשמה לאביו ולאמו שמתו. שטייט אין אלי' רבה אויף דעם, לאביו ולאמו, משמע דבשניהם סגי באחד, אך מצאתי בספר אמרכל מצינו בתרגום במגילה במלשינות של המן, בליל צומא רבא מדליקין נרות סכום בניהם סכום אבהתון כד כאן.

היוצא לנו מהתרגום, אז שוין בימי המן ווען ער האט מקרג געווען אויף די אידן ג"א ת"ד, האבן שוין אידן געצינדן נשמה לעכט ערב יום כפור.

(וואספארא קטרוג קעגן אידן דאס איז פארשטיי איך נישט, אפשר האט דאס מיט די גמ' פון נר חנוכה בשעת הסכנה אז זיי האבן גוזר אז מ'מעג נאר צידן ביי זיי)

נ"ב כ'האב געזוכט אין תרגום אויף מגילה און אין תרגום שני אויף מגילה, כ'האב עס נישט געטארפן, אבער נאמנים עלי דברי האלי' רבה.

יואליש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:31 am

· #74627
פון ווען איז דער תרגום?

צדיקל » מיטוואך יאנואר 2, 2013 1:51 am

· #74646
לויטן תרגום האט דאך עס המן געזאגט פאר אחשורוש פאר 2369 יאר צריק, קומט אויס אז די אידן האבן שוין דעמאלס געצינדן נר נשמה.

יואליש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:05 am

· #74649
ווען ס'איז ווען דא א מדרש אז גאט האט געצינדן א יארצייט ליכט נאך אדם הראשון, זאגסטו אז די מנהג איז שוין באקאנט פון אדם הראשון אדער פון די צייטן פון די מדרש?

פאר הדור » מיטוואך יאנואר 23, 2013 6:52 am

· #81747
פראבירן
יואליש, הייסט דאס איז דיין באווייז? אויב אזוי גייסטו מיר זאגן אז אלע מנהגים וואס די ספר המנהגים, מהרי"ל, און נאך זיי אונזערע פוסקים די רמ"א, מג"א ט"ז שרייבן און עס שטייט נישט פאר זיי קומט פון קריסטן? קאם אן.

די דארפסט קוקן אויף די היסטאריע ווי אזוי די זאכן זענען דעמאלטס געווען, דהיינו, ביז די צייטן פון מהרי"א טירנא (בעמח"ס מנהגים) און זיין רבי ר' אברהם קלויזנער, און די מהרי"ל, תרומת הדשן, און ווייטער, איז נישט געווען אזא זאך ווי פארשרייבן מנהגים, כאפ מיר נישט ביים ווארט אז עס איז דא א גאנצע פרק מקום שנהגו, און גאנצע הלכות דערויף, און בכלל אין ספרי גאונים וראשונים קען מען טרעפן ווי זיי זענען דן אין מנהגים, אמת די קענסט דאס טרעפן, אבער די וועסט נישט טרעפן אז זיי נעמען זיך שרייבן אזוי און אזוי איז געווען די מנהג, נאר אויב מען האט זיי אנגעפרעגט אויף א געוויסע זאך, אדער אויב זיי זענען דן אין א געוויסע הלכה, און פירן אויס אז אזוי און אזוי פירט מען זיך.

דאס שרייבן א ספר פשוט אויף מנהגי יום ויום, האט זיך אנגעהויבן ווי געשריבן אין די שפעטער צייטן, און די סיבה דערצו איז ווי עס שרייבט מהרי"א טירנאאין זיין הקדמה צו זיין ספר מנהגים: "יען כי נתמעטו הלומדים ותלמידי חכמים בעונותינו הרבים. [ומ]אחר שאבדו ואפסו אנשי אמנה ותורה ומעשים [טובים] שבאושטריך, עד שראיתי ישוב או אפילו קהילות שלא נמצא בהם ב' או ג' אנשים היודעים אמתת מנהג עירו על בוריו וק"ו [של] עיר אחרת", און ער לאזט זיך אריין אין א שמועס וועגן מנהגים וואס זענען פארבינדן מיט הלכה ווי אזוי מען האט זיך יא געפירט צו נישט געפירט, וואס מענטשן געדענקן עס שוין נישט, און טוען אנדערש ווי זייער מנהג איז געווען.

לגבי מהרי"א טירנא זיע"א וספר המנהגים שלו, אז רוב הפרטים עליו והפרטים על זמן ומקום חיבורו אינם ידועים, אך ברור שנכתב אחרי הפרעות בוינה בקפ"א כיוון שכשמזכיר את רבי אהרן בלומלין בין רבותיו כותב 'ומהר"א הקדוש ז"ל...', כלומר הפרעות שבהן נספה רבי אהרן היו לפני כתיבת הספר. גם מה שכותב על המצב הרוחני הקשה באוסטרייך ושהתמעטו לומדים ותלמידי-חכמים, מראה שהספר נכתב לאחר הפרעות מפני כי רק במצב כזה יכול להיות חשש משכחת המנהגים‏. ולפניהם אוסטרייך הייתה ידועה כארץ של תורה ותלמידי חכמים ובפרט קהילת וינה, וכן כותב שהביא את מנהגי הונגריה ושטיירמרק בנוסף לאוסטריה ומורביה, ושני אלה הם שני האזורים העיקריים שאליהם ברחו היהודים לאחר פרעות קפ"א.

אך גם פרט שנחשב לידוע לא בהכרח נכון. מקובל שהיישוב טירנא הוא טרנבה בסלובקיה כלומר שהיה מחכמי הונגריה בזמן הונגריה הגדולה אך למעשה ישנה בעיה יסודית עם דעה זו כיוון שהיהודים הזמנו הגו את שמה של טרנבא בדל"ת כפי שנמצא על מצבה בבית הקברות שם מזמנו של רי"א מטירנא שבא נכתב: "דירנויא" ואילו ר' יצחק אייזיק עצמו כותב בטי"ת וכן באזכורים שלו כתוב בטי"ת. מקום מתאים בשם כזה שנהגה בכל צורותיו בטי"ת נמצא בבוהמיה. בספר בסלובקית על טירנאו שבסלובקיה (=טרנבה) כתוב שמקור שם העיר היא במילה "טרני" שבסלובקית פירושה "קוצים". וככל הנראה היהודים קראו לה "דירנא" או דירנויא וכדומה כי גם "דירנער" ביידיש פירושו קוצים.

יש לציין שמהרי"א מטירנא היה חברו של המהרי"ל ושניהם למדו יחדיו בווינה אצל המהרא"ק שהיה רבו המובהק של רי"א מטירנא ואצל מהר"ש מנוישטט/מוויען שהיה רבו המובהק של המהרי"ל.

'מנהגי מהרי"ל' (או "ספר מהרי"ל") היה ספר המנהגים הנפוץ ביותר לפני המצאת הדפוס כשהיו לו 22 כתבי יד לעומת שניים של "ספר המנהגים" של חברו, ואף "ספר המנהגים" של מהרא"ק שמכונה גם 'מנהגי מהרא"ק' היה נפוץ יותר מספרו של תלמידו המובהק. אך ספרו של רי"א מטירנא הוא ספר המנהגים האשכנזי המודפס ביותר (ואולי בין כל ספרי המנהגים מכל העדות) עם למעלה ממאה הדפסות שכמחצית מהן ביידיש וחל מהן גם עם איורים, כשספרו של המהרי"ל הודפס הרבה פחות אך גם כמה עשרות פעמים (לא יודע כמה עשרות אך יודע שז\ה הרבה פחות מסםרו של רי"א מטירנא).

למרות זאת מהרי"א מטירנא וספרו כמעט ולא מוזכרים בפוסקים לפני הרמ"א ואחריו, אך הרמ"א עצמו מתייחס גם לדברי רי"א מטירנא פעמים רבות כשכותב "מנהגים". אמנם גם שישנם פעמים שהכוונה דווקא לספרו של רבו המובהק. אציין כאן שגם המהר"ש חיבר ספר מנהגים ששמו 'מנהגי מהר"ש'.

כן נודע ששם אביו היה בנימין מתשובתו שנמצאת בכתב יד בעניין הסדרת דרכי תשובה לזוג שהמיר דתו ורוצה לחזור לחיים יהודיים, כתב בסופה: "נאום עקוד בן איש ימיני". מעתיק התשובה היה אחיין של רבי זלמן הכהן מנירנברג‏, כתב בסוף 'ע"כ מצאתי והעתקתיו ושמעתי שהוא מה"ר יצחק טירנא וא"כ נקרא יצחק ב"ר בנימין'.

הוא עצמו השתמש רק בכינוי אייזיק ולא בשמו העברי יצחק כי באותה תקופה היה מקובל להשתמש בכינויים כשמות ולא בשם העברי שניתן להם בברית ועימו עלו לתורה.‏[6] וכן בדפוסים הקדומים מופיע בשער רק הכינוי אייזיק, אך בדפוסי פולין המאוחרים כמו בוורשה תרכ"ט‏ שלפיו הדפיסו דפוסי צילום בדפוס לוין-אפשטיין, החלו לכתוב בשער "יצחק אייזיק", וכן בדפוסים מאוחרים יותר הוסיפו גם בקולופון בסוף את השם יצחק כמו 'נשלמו המנהגים שיסד מהר"ר יצחק ז"ל המכונה אייזיק טירנא', לעומת 'סליק מנהגים שחיבר מה"ר אייזיק טירנא זלה"ה' שבדפוסים קדומים. כך ב'שו"ת מהרי"ל' במהדורת "מכון ירושלים - מפעל תורת חכמי אשכנז" בתשובה ד' בסימן ע"ב העוסק בנשים קדושות באושטרייך, מזכיר המהרי"ל את רבי יצחק אייזיק וכותב 'מהר"י טירנא' (עמ' ק"א במהדורה זו - בהוצאת הנווא ש"ע הכוללת רל"ג סימנים במקום ר"ה בהוצאות אחרות כשישנן תשובות שהן בסימן אחר מהשאלות, היא בסימן ע"ו ובמהדורות אחרות תשובה זו אינה נמצאת אלא רק התשובה הראשונה מהארבעה).

ראו כן ערכו בויקיפדיה: <a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A6%D7%97%D7%A7_%D7%90%D7%99%D7%99%D7%96%D7%99%D7%A7_%D7%9E%D7%98%D7%99%D7%A8%D7%A0%D7%90#cite_note-9">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... ite_note-9</a>

מיימון » מוצ"ש אפריל 11, 2015 11:25 pm

· #265278
ס'איז דא א מקור אויף נר נשמה אין רבינו בחיי (דאס מיינט 750 יאר צריק),

אין פ' תרומה זאגט ער, וידוע כי הנשמה נהנית בהדלקת הנרות והיא מתהלכת בעדוני ההוד והשמחה ומתפשטת ומתרחבת מתוך הנאת האורה מפני שהיא חתיכת אור חצובה מאור השכל, ומן הטעם הזה נמשכת אחר האור שהוא מינה אעפ"י שהוא אור גופני והנשמה אור רוחני זך ופשוט. ועל כן המשילה שלמה הע"ה לנר הוא שאמר נר ה' נשמת אדם.

במחילה פארן אויפוועקן אן אור-אלטן אשכול, אבער היות שלא ראיתי מי שעורר אומר הנלע''ד שרבינו בחיי אינו מדבר כלל מנרות נשמה וכדו' שלא היה כלל בימיו, אבל כוונתו שנשמת האדם החי מתרגשת מאור ונהנית ממנה וכדוגמת שאמרו חז''ל על ריח שהוא דבר שהנשמה נהנית ממנו ובספרים כתבו שאף מראה הוא יותר דק ורוחני משאר ההנאות ור' בחיי מסביר זאת עפ''י דרכו שהנשמה הוא אור על כן נמשכת אחרי מינה.

ובכלל נראה שנתערבו כמה עניינים בזה כיון שאז היה האור משמש במקום החשמל לנו והיו מדליקים נרות בהרבה אירועים ומזה נשאר לנו נרות שבת וכן נרות בית הכנסת וכנראה שמזה השתרבב העניין של נרות לע''נ כי היו קונים זכות ההדלקה להאיר בביהכנ''ס והמצוה תהיה לע''נ הורי הקונה ואחרי כן חשבו שיש מצוה בהדלקה כשלעצמה, וכן ההדלקה בקברים יש מקום לומר שמתחילה היה עשוי לכבוד ולשמש את הבאים שם בלילה אם כי אין לשלול ממנו מוטיבים נוצריים אם היה הדבר נפוץ אז בינם, והדלקת נר ביום הכיפורים מקורו בגמרא בכריתות שמובא כסימן על מזלו של האדם באותה שנה ומסתמא יש לדבר שייכות עם מנהגים בבליים מאותה תקופה.

וויל קענען » זונטאג מאי 31, 2015 12:26 pm

· #279269
איך וויל וויסן אויב ס׳איז דא א מקור אויף נשמה ליכט אינדערהיים בכל המקורות משמע אז מהאט עס געצונדען אין בית המדרש דווקא
איך האב מורא אז דאס איז א מנהג עכום
ווער סווייסט איז מכובד מיטן ברעטל

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יוני 10, 2015 2:50 pm

· #281866
כי נר השם נשמת אדם

וויל קענען » מיטוואך יוני 10, 2015 3:10 pm

· #281870
Re: מקור פון צינדן ליכט לעילוי נשמה
ציבעלע די מיינסט צו זאגן אזוי–ווי די רבינו בחיי וואס מיימון ברענגט אראפ ?
אינטערסאנט עס איז רוח הקודש פונם מיימון(רמב״ם) צו ברענגען א רבינו בחיי