☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #2613

אשכול אן א טיטל #2613

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2613
בלאט: 1 2

— » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:43 am

· #72678

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

היימישער ליטוואק » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:58 am

· #72683
זייטס נישט בייז, איר ווייסט דאך אז ביי אונז אין די ליטא איז דא א גבול אויף ליצנות. איך מיין גאנץ ערנסט וואס איך גיי שרייבן איצט.
דוכט זיך מיר אז דער נושא, על מאה דפים שלו, איז נישט קיין "לאפינג מעטטער". צוויי צובראכנע משפחות, אומגליקן אויף כמה וכמה מענטשן, אין לשער ואין לתאר. יעצט, אז עס פאלט אריין א ווערטל אינמיטן איין אשכול פון 100 בלאט, נו, נישט גפערליך. אבער צו מאכן פון דער גאנצער זאך איין ליצנות, איז נישט עטטיש און טעם-לאז.
נאנ-דע-לעס, האב איך הנאה גהאט פון דיין שרייבן לכשלעצמו. אבער איך רוף צו פארמאכן דעם אשכול. און אריבערפירן דיין שיינע תגובה צום אריגינעלעם פאטער-אשכול.
איצט גיב איך רשות צו לאכן פון דעם זויערן טריקענעם ליטואק...

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:17 am

· #72696
אנאנים, אן איבערפלוס פון כשרונת

געוואלד געשריגן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:21 am

· #72699
קופערניקוס איז א ווערי פאני גיי.

"קוטשא-פאיע-נעקי"

לאל

לעמאן דזשוס » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:24 am

· #72701
אנאנים האט אריינגעשאסן אינעם 100 מיט א באמבאסטישן בריוו פון יענקי...

איך ליין און וויין,

מען האט פארברענט נשים, ובתולות עינו

ס׳טוט זיך ס׳רודערט,און איך קען מיך נישט צוזאמנעמען

מה עשה הקב״ה, אריינגעיאגט אין קופערניקוס זיין רוח מזרחית און עס גייט א רויעך....

לאל. לאל. לאל

פאר אזא חזרה האט זיך געלוינט צו לערנען

ידען » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 4:38 am

· #72710
כאב מיך אויפגעוועקט זייער פרי פארטאגס (ווי איז די פארטאגס אשכול?) און כאב מיך נישט געקענט איינהאלטען און גענומען מיין טעלעפאן און שנעל געלאפען צו קאווע שטיבל און איך זעה אז וועבערמאן אשכול האלט שוין ביי די הינדערטסטע בלאט. און פליצלינג באמערק איך אז קופערניקוסהאט געשריבען עפעס א גוטס וואס יעדער רעט פון, און נאך לייענען אנאנים'ס אימעיל פון הארעוויץ האבעך געגאנגען לייענען דיין ארטיקעל. איך לייען און האב א הנאה פון יעדע שורה. כאב אינגאצען פארגעסען אז איך בין מיעד. איך ווער פיל מיט אויסגעריהטע פריילעכקייט. א כפרה מיין שלאף. אזעלעכע ווערטער איז ווערט א שלאפלאזע נאכט. איך לייען און סע זיס, יעדער ווערט באשריבען און איך הייב אהן צו טראכטען און ווייטאג קומט אריין אין מיר. פון ידען האט מען זעכער פארגעסען. ער האט געמאכט די אשכול, און יעדע מאל מע זעהט די אשכול דערמאנט מען זעך אז סע דא דא עפעס א ידען, אבער מע וועט נישט שרייבען פון איהם. אפי' איין לייק האט ער נישט באקומען אין די גאנצע אשכול. און איך קעניש האבען טענות. כאב כמעט נישט געשריבען דארט. כאנישט קיין מיינונג ביי אזעלעכע זאכען. איך בין טאקע אויף די זייט פון די קרבן ווייל איך האב אליינס געפילט וואס סע מיינט צו ווערען מאלעסטערט ווי כאב געשריבען אין מאחורי הפרגוד (איך מיין אז איך האב די ערשטע געווען וואס האט געשריבען וועגען מיין פערזענדליכע ווייטאג און נאכדעם האבען שוין אנדערע אויך געשריבען) און איך האב נאך א סאך אנדערע מעשיות צו שרייבען 😞 , אבער פינקט אזוי ווילעך נישט אנעמען אז אזא שמייכעלדיגע זיסע מענטש האט פארברענט מיידלעך, אויזער אויב סע אמת... האבעך נישט געוואלט מיך ציקריגען און זיך אריין לייגען אין וועבערמאןס קאפ אדער אין מיידעל.. (אבער די כח וואס די מיידעל האט איז נישט צו גלייבען. אדער איז זי א מלאך אדער א ליגענער און א עקטרעס... ) אבער קופערניקוס האט נישט פארגעסען און יא מיך אריין געלייגט און דערמאנט זיך אז איך האב עפעס אריין געלייגט ביי די אשכול. ישר כח פאר מיך געדענקען.

מיין קאפ האט נישט געקענט מיט האלטען אזא לאנגע טענעריי, האבעך אפגעלאזט די אשכול און נאר געלייענט אביסעל דא און דארט, און נישט געלייקט קיינעם, ווייל נישט מע זאל מיינען אז איך נעם א זייט. אבער די ידיעות צווישען אלע תגובות איז דא זייער א סאך. איך טראכט איבער צו לייענען די גאנצע אשכול. איינער קען מיך בארגען צייט?
קופערניקוס דיינע תגובות און אשכולות זענען זיס און ברענגט מיך א סאך צו לאכען ווען איך בין אנגעזעצט, מיואש און פארלוירען.

דער קופערניקוס נאך וועם דו הייסט איז אויך געווען א פריילכער מענטש?

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:03 am

· #72715
אזוי צויבעריש פארנייט די וואונדן וואס די פרשה האט אנגע'סומאטאכע'ט אין די ריינע היזיגע אטמאספערע.

מ'האמיר געמיזט ווארטן ביז ניקאלוס קופערניקוס וועט אונז אויפקלערן אז די וועלט דרייט זיך נישט ארום די סומאטאכע, נאר טאקע די סומאטאכע דרייט זיך ארום אין די וועלט אריין.

טעפל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:31 am

· #72718
יואליש
אזוי צויבעריש פארנייט די וואונדן וואס די פרשה האט אנגע'סומאטאכע'ט אין די ריינע היזיגע אטמאספערע.

מ'האמיר געמיזט ווארטן ביז ניקאלוס קופערניקוס וועט אונז אויפקלערן אז די וועלט דרייט זיך נישט ארום די סומאטאכע, נאר טאקע די סומאטאכע דרייט זיך ארום אין די וועלט אריין.

יואליש האסט מיר צו געכאפט די ווערטער, אזוי שיין צו צוענדיגען אזא פארווייטאגטע נושא דאס קען נאר ר' קופערינקוס אליין!
ס'טוט אבער וויי אז ס'האט געמוזט זיין אזא פארווייטאגטע נושא אז ר' קופערניקוס זאל שרייבען אזא גוט'ס, איז לאמיר האפען אז ס'זאל קומען יעצט א געזונטע נושא א פרייליכע נושא מיט הונדערטע בלעטער אז ער זאל אפ שרייבען אזאנס און אזעלעכס.

Ben-Shishim » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:32 am

· #72730
To Mr. Kopernicks,
This is for you, 👍 👍 👍
A picture worth 1000 words.

And now just a general question, do you guys stay up all night?

משה געציל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:43 am

· #72734
איך לערן שוין איבער דעם שטיקל צום פינפטן מאל יעדעס מאל טרעף איך פרישע חידושים! איך ווייס נישט פונקטליך ווי דער זון דרייט זיך, אבער מיין קאפ דרייט זיך זיכער! געוואלדיג!
וויאזוי גייט נאר דער מדרש אויפן פסוק אך את הזהב ואת הנחושת? כיון שראה משה את ״הכינוי נחושת״ נחה דעתו ואמר ״עבדו את ה׳ בשמחה״, ״עושה שלום במרומיו וכו׳״, עכת״ד. עס איז ווערט אליינטס נאכצוקוקן דעם לשון, ממש געגאסן אהער...
קיפ איט אפ למעלה מעשרה!

signout » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:03 am

· #72738
ווען איך וואלט ווען געוויסט וואס דא קומט, וואלט איך זיכער געמאכט צו זיין א טייל פין די 100 בלעטער אין ווערן דערמאנט ביי קופערניקס'ס שקלי וטריא, חבל

דעינעש » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:14 am

· #72742
[ציטאט אראפגענומען]

ווי לאנג. מיינעך צופרעגן, וויפיעל צייט ליגט עס שוין געשריבן אין דיין דרעפט..!?

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:15 am

· #72743
אנאנים, קופערניקוס, אנאנים!!! במה אברכך?? מה נאמר? דו ביסט דאך בעסער פון גוט!!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלסטו דאך געווארן דער ראש המדברים!
דיין קלארקייט, זיסקייט, הומאר, גאונות, פלעכט צוזאמען א איש האשכולות, דיינע ארטיקלען ווערן בעסער און בעסער!...
אזויפיל צו לאכן פון יעדן אויסדרוק? שוין לאנג נישט געהאט אזוינס... (עולה געווען צו די תוכחה, איי, איי, איי..)
כמשה געציל ועוד, האב איך שוין 4 מאל איבערגעלייענט, און יעדן מאל באזונדער אין ביהמ"ד בלא חידוש, כ'דערקוויק זיך מיט יעדן שורה!

(האסט מיר טאקע נישט דערמאנט, און איך עקספעקט נישט זאלסט דערמאנען אלע 600 ניקס דא, בפרט אז איך האב נישט געשריבן דארט צופיל, אבער הו קעירס??..)

זאלסטו שטענדיג אנהאלטן דיין זיסן/שפיציגן פעדער און אונז באררייכערן מיט אזעלכע זאפטיגע ארטיקלען, און משמח זיין די אלע לבבות הנשברים דא...

ביבער » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:18 am

· #72745
אנאנים, אייזן!

ווען מ'קוקט מיט א ניכטערן בליק איז איין זאך קלאר, דער סומאטאכע האט ענדליך צושמעטערט דעם הארטן שטיקל אייז וואס האט באדעקט מאלעסטעישן אין אונזער קאמיוניטי, דער אייז וואס האט פאפרוירן דאס וויי-געשריי פון אומשולדיגע קרבנות און געשאנקען פרייהייט פאר רודפים איז יעצט מער נישטא, אוודאי איז נאך דא אסאך צו טהון אבער דאס שווערסטע איז שוין פאריבער ב"ה.

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:26 am

· #72747
אנאנים, דאס איז די ארטיקל פונם יאר 👍 👍 👍

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:49 am

· #72756
כבוד ידידי אשפגי קופרניקוס יר"ה
כאן קאווע שטיבל

כבוד אדוני קאווע-טרינקער קיבל על עצמו שלא לחלל את המועדות, הוא יצא מביתו לחופש עד התחלת תיקון השובבי"ם, ומאז יום ראשון לא טָעם טַעם קאווע. היום בבוקר נתעורר לטקסט שנשלח מאחד ממכיריו הקורא אליו לבקר בהיכל הקאווע, וזה לשון הטקטס :Kave, it’s a must read, kprnicks is x in cntrl.
אדוני קאווע יצא ממטתו, בידים רטיבות ממי-צפרנים צלל ברשת, לא עברו רגעים מועטים עד שהשפג מאוד מאוד כקרעטשניף עלי קוגעל וכבאבוב עלי מצלמה. מעיני קאווע נפטו דמעה של גן-עדן, עד ששכיניו במלון נקבצו ובאו בשאלה למה נגרע, תן לנו מאותו סמים המשמחים...
מיד אחר העברת מאמרך שמו"ת, השיב אדוני לאותו ידיד שהSMS אותו "תודה רבה, אדעתא דהכא לא נדרתא".
עליך אליך קופרניקוס, אמר קאווע: "מעתה אני חושש להאמין שהמעשה'לעך על מסיימי מסכתות בכורות/בבא בתרא יכולים להיות אמיתיים..."

בהוקרה
דבורה
מזכירה בימי חופש

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:10 pm

· #72785
תודה לך דבורה, שהבאית לנו דברי מר קאווע נוטפות מור, איך החופש עם אדון קאווע, יש לכם מטות נפרדות, או מיטה זוגית בגודל "מלך"? סתם מסקרן אותי לדעת.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:20 pm

· #72787
א הערצליכן יישר כוח, קופערניקעס, פאר דעם (קאמפלימענט און) וואונדערבארן אקאדעמישן שטיק ארבעט. אשפגתי ואשפוג עוד.

יידל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:18 pm

· #72798
קאווע שטיבל, ווי גליקליך ביסטו, אזא אזא ניק ווי קופערניקוס פארמאגסטו! (קרעדיט: יום טוב ערליך)

ייש"כ פאר דעם שאוט-אוט, און פאר דעם אקאדעמישן (קרעדיט: פ"ק) אשכול!

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:24 pm

· #72802
קאווע טרינקער

אדוני קאווע יצא ממטתו, בידים רטיבות ממי-צפרנים צלל ברשת, לא עברו רגעים מועטים עד שהשפג מאוד מאוד כקרעטשניף עלי קוגעל וכבאבוב עלי מצלמה. מעיני קאווע נפטו דמעה של גן-עדן, עד ששכיניו במלון נקבצו ובאו בשאלה למה נגרע, תן לנו מאותו סמים המשמחים...
מיד אחר העברת מאמרך שמו"ת, השיב אדוני לאותו ידיד שהSMS אותו "תודה רבה, אדעתא דהכא לא נדרתא".


😂 😂 😂 😂

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 3:43 pm

· #72830
WHAT AN HONOR
I AM BLUSHED

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:53 pm

· #72935
קופער מען האט אייך שוין געזאגט איר זענט א גיניעס רייט?
זעהסט איך בין אפילו נישט באליידיגט איר האט מיך נישט דערמאנט.

אויס מענטש » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:59 pm

· #72969
קופערניקס למה עזבתני ?
כלום מצאת בי עול וקיימת בי מחיית עמלק ?

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:53 pm

· #72992
פשוט לא הבנת. הוא קיים בך אויס מענטש.

petergrifin » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:27 am

· #73004
קופערניקוס
איך האף די גײסט נישט זײן בײז אבער מײן לײק איז געװען די לעצטע און דיך געגעבן א ראנג פין 100 %

smart » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:53 am

· #73019
קופערניקס ממש משיגע ציווערן אזא רייכע תגובה!!

צו געדענקען יעדן היציגע דעבאטע און נאך ווער עס איז געווען עומד בראש מיט זייער מיינונג

באמת מלא כשרון

קופער האלט אן דיינע תגובות עס איז פון די יסודות פון אונזער שטיבעל!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:35 am

· #73023
א באגריסונג צו פראפעסאר קופערניקוס
אדורכליינענדיג דיין אפשאצונג איבער די סומאטאכע הידועה האב איך שטארק הנאה געהאט. ואמינא יישר חילך. איך זאג דיר א יישר כח. כאטש דו האסט מיך נישט מזכיר נשמות געווען. אדער אפשר, ווייל דו האסט מיך נישט דערמאנט. דו פארמאגסט אלע מעלות פון פראפעסאר, ידען און איך הייב אן טראכטן, אפשר א גילגול פון אריגינעלן קופערניקוס.

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:33 pm

· #73119
בין איך שפעט צום טיש ברם זכור אותו האיש. וויל איך צולייגן מיינע צוויי גראשן יחולו על ראש החכם המופלא קופערניקעס. איך שלאג פאר מיר חברים זאלן איהם מכתיר זיין מיט זיין נשיא הכבוד דא אין שטיבל.

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:54 pm

· #73155
יאיר
פשוט לא הבנת. הוא קיים בך אויס מענטש.

ואני ג"כ הלכתי בדרכיו ולייקתי אותי רק בבחינת רואה ואינו נראה
ועליו אני קורא וללייקים מה זו עושה
ובענין התואר נשיא הכבוד עליו הכתוב אומר אין חולקין כבוד בחדר הקפה, ובחדר הקפה מתחילין בקטן

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:40 pm

· #73176
בן תמליון
בין איך שפעט צום טיש ברם זכור אותו האיש. וויל איך צולייגן מיינע צוויי גראשן יחולו על ראש החכם המופלא קופערניקעס. איך שלאג פאר מיר חברים זאלן איהם מכתיר זיין מיט זיין נשיא הכבוד דא אין שטיבל.

נשיא הכבוד ווערט באנוצט דורך אזעלכע וואס קופערניקוס וואלט נישט געוואלט זיך אידענטיפיצירן.
רבו של רשר"ה, האט זיך גערופען חכם ברנייס, און נישט "הרב", מהאי טעמא.

גאלד » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:15 pm

· #73187
יעצט געגעבן דעם ערליך פארדינטן לייק,

דער הודעה מאכט מיר שפירן עפעס אזא אינטימעט אחדות, ווי מיר זענען אלע א חלק פון די גרויסע "קאווע שטיבל" פאמיליע,
ס'האט זיך מיר געדאכט ווי מיר כאפן זיך אלע אן אין א רינג אויף די אקסלען און מ'זינג מיר ריגעלע ריגעלע רוגז,
איך ווייס נישט פארוואס, אבער דאס האב איך געשפירט

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:24 pm

· #73192
בן תמליון
בין איך שפעט צום טיש ברם זכור אותו האיש. וויל איך צולייגן מיינע צוויי גראשן יחולו על ראש החכם המופלא קופערניקעס. איך שלאג פאר מיר חברים זאלן איהם מכתיר זיין מיט זיין נשיא הכבוד דא אין שטיבל.

וועט דאס צוהעלפן צו צאלן דעם חודש'ליכן מארגעדזש אדער רענט? מילא דער "נשיא הכבוד" פון התאחדות הרבנים אדער פון יו.דזשעי.עי. קען מען נאך האפן אז ס'וועט זיך אריינגליטשן א פאהר דאללאר אין טאש אריין. אבער נשיא הכבוד פון קאווע שטיבל. ע"כ זאל קופערניקוס נאכנישט אויפגעבן זיין "דעי דזשאב". אבער ער זאל הנאה האבן פון דעם פוןל-פארדינטן כבוד עמו"ש.

signout » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:10 pm

· #73211
איך האב מורא אז די אשכול וועט אויך אנקומען צו 100 פעיזשעס, דער עולם קען זיך נישט באראויגן

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:13 pm

· #73212
ניחמתנו ניחמתנו ,לך בכוחך זה והושעת את ישראל.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:24 pm

· #73219
אנאנים, ביסט נאך פון אלטן דור??
נישט געוואוסט דו פארמאגסט נאך א טאשטיכל

עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 7:09 pm

· #73235
ויהי אחרי קוראי את חיבורו היפה של האדון הנכבד הנורא והגדול, אחד מראשי קהילתנו ותורם תמיד מעינו היפה לצרכי הקפה בחדרון הקטן והצנוע, אשר נקרא בשם היפה נחושת-לא, וראיתי שכל חברי מדברים בעת שתייתם את הקפה שלהם בכל שעות היום בוקר צהריים ולילה, (גם אחרי סעודת לילה שכוללת בשר, שאלת רב.) וכולם ששים ושמחים על מאמר יפה שהאדון האדון הזה כתב אך ורק לכבודם של קבוצת שותי הקפה, חן חן לכל המתחנפנים.

וניגשתי לקרוא את מה שכבודו כתב, ובראותי שרבה המלאכה, ואין בידי זמן לקרוא את כל תוכנו, חילקתי אותו לשיעורים דקה מן הדקה שיהיה מה לקרוא בין גברי לגברי בין מנה ראשונה לשניה בסעודת ערב, ואני מחזק את ידי המשתתפים, מאמרו של ידידינו הנכבד יפה ונחמד הוא לעיניים, ואומר אף אני אוסיף נופך משלי, שהיות שהערך עליו התכוון המחבר אכן הגיע למאה דף ויותר, הגיע הזמן לסגור את הערך על סורג ובריח, כדי למנוע מיושבי קרנות לכתוב שטותים להבל ולריק, כמו שאמרו חכמי ארץ ישראל, לא בוכים על חלב שנשפך, ואת הנעשה אין להשיב.

גם אני אשתתף במחיר המלא של "חיבבתי", כפי שלא הושת ע"י המחבר, והנני מחזקו בין יתר חבריי, שיה"ר שנשמע ממך רק בשורות טובות, ותמשיך בעבודתך נאמנה, לפאר ולהדר את פני חדר הקפה, לתפארת קהילתנו הקדושה, שנתייסדה ביום היארצייט של התנא קמא זצ"ל על שמו וזכרו של בעל אורחות צדיקים זי"ע ועכי"א.

באעה"ח פה עירנו ירושלים עיה"ק תובב"א, מוצאי יום אידם.

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 7:19 pm

· #73241
ניקס-קופער
גין גאלד

משה געציל » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 8:08 pm

· #73253
שוין איבער געליינט צום ווייסיך וויפילטן מאל און יעדע מאל ווער איך עקסטער נתפעל מיט וויפיל טאלאנטן גאט קען באשענקען א מענטש! נאר איין בקשה, נעקסט טיים עס קומט אזאנס לאז מיר וויסן פארדעם וועל איך זיכער מאכן צו שרייבן אין יענעם אשכול וויפיל עס גייט...

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:57 pm

· #73280
דער קופערניקוס האט אריינבאקומען אן אוצר פון לייקס און ער הערט נישט אויף לייקן יעדנ'ס דברי חכמה, מען וועט דיר נאך באלד צונעמען דעם לייק קנעפל, קופערניקוס, כמו שאירע לאותו ניק שלא חדל ללייק!

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:01 pm

· #73283
יאיר
דער קופערניקוס האט אריינבאקומען אן אוצר פון לייקס און ער הערט נישט אויף לייקן יעדנ'ס דברי חכמה, מען וועט דיר נאך באלד צונעמען דעם לייק קנעפל, קופערניקוס, כמו שאירע לאותו ניק שלא חדל ללייק!


👍 👍 👍 👍

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:10 pm

· #73285
קוק ,ער מוז נישט אויסזעהן ווי איין תגובה העכער דיר וואס האט 718 געגעבענע און באקומענע לייקס בדיוק.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:03 pm

· #73297
קןפרניקוס, עשר!!

משה געציל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:41 am

· #73307
איך אויך
קוק ,ער מוז נישט אויסזעהן ווי איין תגובה העכער דיר וואס האט 718 געגעבענע און באקומענע לייקס בדיוק.

וואס ווילסטו? עשר בשביל שתעשר... היות עס מאכט דיר אזוי נערוועז האביך דיר געגעבן איינס, צופרידן?

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:44 am

· #73308
למען לא להפר את האיזון העדין החזרתי את הלייק למקומו.

משה געציל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:25 pm

· #73377
איך אויך
למען לא להפר את האיזון העדין החזרתי את הלייק למקומו.

למען לא להפיר את הנאתך מהאיזון השפוי שלי לא אלקייק לך עכשיו... אולם האמת אגיד שאין זה בכוונה (עכ״פ לא בכוונה מודע, דלפי שיטת הפסכיאטרי אפשר דזהו בכונת תת-מודע...)

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:11 pm

· #73401
שמעקעדיג
אנאנים, ביסט נאך פון אלטן דור??
נישט געוואוסט דו פארמאגסט נאך א טאשטיכל

נו, וואדען לייגט מען אויפ'ן האלז שבת אינדערפריה? אונז האלטן דאך נישט פון עירוב, כידוע. אז מ'רעדט שוין. ס'איז דא נאך עטליכע מסכתות און הלכות וואס אונז, פון אידישקייט החדשה זענען נישט גורס. לעומת זה. זעמיר אויפגעקומען מיט א סאך נייע חומרות אשר לא שערום אבותינו. 🙄

אויס מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 7:58 pm

· #73456
בנימין פרנקל
קןפרניקוס, עשר!!

בול!

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 1:55 am

· #73537
אין אנדערע נייעס קומט א באריכט אז עס יאווען זיך שוין א פרישער גענעראציע פון דעה זאגער אויף די סומאטאכע, די נייע קאמענטירער וועלכע האבן נאך נישט טועם געווען דעם זיסן טעם פון איבערגעקייטע קארטאפל שאלאכטס כאפן זיך יעצט צו דערצו ווי א געבראטנס. פאליציי שאצן אז אויב דער ראטע וועט אנהאלטן אזוי ווי ביז איצט מיט פרישע ניקים נאך יעדע צענדליג בלאט, דאן וועט זיך דער סומאטאכע קיינמאל נישט ענדיגן - לכל הפחות אזוי לאנג ווי די אור אייניקלעך פון וועבערמאן און קרויס וועלן נאך זיין ביים לעבן.

טעפל » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 3:11 am

· #73547
יאיר
אין אנדערע נייעס קומט א באריכט אז עס יאווען זיך שוין א פרישער גענעראציע פון דעה זאגער אויף די סומאטאכע, די נייע קאמענטירער וועלכע האבן נאך נישט טועם געווען דעם זיסן טעם פון איבערגעקייטע קארטאפל שאלאכטס כאפן זיך יעצט צו דערצו ווי א געבראטנס. פאליציי שאצן אז אויב דער ראטע וועט אנהאלטן אזוי ווי ביז איצט מיט פרישע ניקים נאך יעדע צענדליג בלאט, דאן וועט זיך דער סומאטאכע קיינמאל נישט ענדיגן - לכל הפחות אזוי לאנג ווי די אור אייניקלעך פון וועבערמאן און קרויס וועלן נאך זיין ביים לעבן.

יעצט שלאגט מען זיך שוין דארט ציווישען לעמאן דזשוס מיט בליטש.

יתרו » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 10:13 pm

· #73697
בן תמליון
בין איך שפעט צום טיש ברם זכור אותו האיש. וויל איך צולייגן מיינע צוויי גראשן יחולו על ראש החכם המופלא קופערניקעס. איך שלאג פאר מיר חברים זאלן איהם מכתיר זיין מיט זיין נשיא הכבוד דא אין שטיבל.

הגם קופערניקוס איז א גלענצעדיגן שרייבער קומט עם נאך אלץ נישט דעם טיטל נשיא הכבוד, קוקטס אויפן רעכטן זייט פון זיינע תגובות, וועט איר זעהן אז ער האט סך הכל בערך 400 הונדרעט תגובות, למעשה שרייבט ער ווען עס שמעקט עם און פון וועלעכע ענין עס שמעקט עם, און ווען ער ווערט זייער ביזי מיט אנדערע זאכן, קען זיך מאכן אז ער זאל נישט אריינטרעטן דא פאר א צווי חדשים,
איך וואלט ענדערש געגעבן דעם טיטל נשיא הכבוד פאר אזא ניק ווי יאנקל אדער יידל (אדער אפי' יאיר אויב ער וועט אנהאלטען מיט זיין ביז יעצטיגען טעמפא) וואס זענען קאמיטעטד צום שטיבל און געבען צו פאר קאווע שטיבל אין כמעט יעדע נושא יעדע אשכול "און כמעט יעדען טאג",
פאר קופערניקס וואלט איך געגעבן די פולצער קאווע שטיבל פרייז,
בלאט: 1 2