די אור אלטע שטאט אין מאלי, טימבאקטו, איז
ענדליך באפרייט געווארן פון די איסלאמישע מיליטאנטן וועלכע האבן אינוואדירט מאלי מיט בערך א יאר צוריק און אראפגעווארפן די דעמאקראטישע רעגירונג, ביז לעצטנס ווען אייראפעאישע לענדער האבן זיך אריינגעמישט און געארבעט זיי צו פארטרייבן. דער שאדן וואס איז שוין אפגעטון געווארן צו די היסטארישע שטאט טימבאקטו איז שוין אפגעטון געווארן. טימבאקטו איז געווען א גרויסע האנדלס צענטער ביים גרעניץ פון דעם סאהארא מדבר, און עס איז געווען א וויכטיגע פונקט אין די גאלד מסחר פאר לאנגע יארן. עס האבן דארט געוואוינט רעליגיעזע מוסלעמענער וועלכע זענען אויך געווען געלערנט און האבן געבויט מעטשעטן און פארהייליגט די קברים פון זייערע גייסטליכע. ביי די איסלאמישע עקסטרעמיסטן וואס האבן יעצט פארכאפט מאלי איז דאס עבודה זרה, און זיי האבן
חרוב געמאכט פיל פון די אור אלטע קברים, און זיי האבן אויך פארברענט אסאך היסטארישע מאנוסקריפטן, און די איינוואוינער פון טימבאקטו זענען אין גרויס צער דערפון.
איך בין נייגעריג אויב עס זענען געווען ענליכע באריכטן אין די צייטונגען פון אור אלטע כנען נאכדעם וואס די אידן זענען אריינגעקומען און צובראכן אלע זייערע פארהייליגטע פלעצער. דאס קען זייער שטארק צוברעכן א פאלק ווען זייערע אלטע אייקאנס און איבערבלייבענישן ווערן חרוב, און די אור אלטע אימפעריעס פון גריכנלאנד און רוים פלעגן דאס כסדר טון פאר די שטעט וואס זיי האבן איינגענומען. ביי אונז זעט דאס אפשר אויס ווי א נארישקייט, אבער מיר זענען גארנישט אנדערש. פרובירט אייך צו דערמאנען די פראטעסטן ווען מען האט געוואלט טשעפען די קברים פון אביי ורבא, דערנאך שטעלט אייך פאר ווען מען זאל חרוב מאכן דעם ציון אין קרית יואל, להבדיל אלף הבדלות.
אגב, אין סיריע זענען אויך דא היסטארישע סייטס וואס זענען
אין געפאר פון חרוב ווערן צוליב די קריגס צושטאנד, בעיקר אין די אלט שטאט אלעפא וואס איז די לענגסטע באוואוינטע שטאט אין די וועלט. דארט האט מען אפאר יאר צוריק אנטדעקט אן אור אלטע ריזיגע טעמפל פאר דעם שטורעם גאט, און עס איז אין געפאר פון געשעדיגט ווערן. אידן, זייט מתפלל!

א ריזיגע מעטשעט פון פיר הונדערט יאר צוריק, געבויט פון ליים, וואס איז אויך געווען א אוניווערזיטעט

אינווייניג איינע פון די מעטשעטן אין טימבאקטו

ראדיקאלע איסלאמער מיליטאנטן מאכן א חרוב א פארהייליגטער קבר.

די פינף טויזנט יעריגע טעמפל אין אלעפא, מערקט די אויסשניצונגען אונטן.