☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2564
בלאט: 1 2 3

בעריש » מיטוואך אפריל 15, 2015 11:34 am

· #266237
יואליש
אייסיס איז מקיים השיבה שופטינו כבראשונה, צוריק צו איסלאם'ס אייקאנאקלעסטיק מסורה וועלכע האט אפי' אינפילטרירט און געדראעט צו שפלינטערן קריסטענדום אין די ביזענטיין אימפעריע בימים ההם. אייסיס פארניכט אור אלטע ארכילאגישע מקומות אין די איראק'ע שטאט נמרוד (א מאדערענע נאמען באזירט אויף די ביבלישע נמרוד) אשור.

http://news.nationalgeographic.com/2015 ... f8594867=1

לויט ויקיפדיה איז די רעדע פון די עיר המקראית כלח

וְכוּשׁ יָלַד אֶת נִמְרֹד הוּא הֵחֵל לִהְיוֹת גִּבֹּר בָּאָרֶץ. הוּא הָיָה גִבֹּר צַיִד לִפְנֵי ה' עַל כֵּן יֵאָמַר כְּנִמְרֹד גִּבּוֹר צַיִד לִפְנֵי ה'. וַתְּהִי רֵאשִׁית מַמְלַכְתּוֹ בָּבֶל וְאֶרֶךְ וְאַכַּד וְכַלְנֵה בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר. מִן הָאָרֶץ הַהִוא יָצָא אַשּׁוּר וַיִּבֶן אֶת נִינְוֵה וְאֶת רְחֹבֹת עִיר וְאֶת כָּלַח. וְאֶת רֶסֶן בֵּין נִינְוֵה וּבֵין כָּלַח הִוא הָעִיר הַגְּדֹלָה.

יואליש » מיטוואך אפריל 15, 2015 5:23 pm

· #266376
יא יא. דאס ריפן עס "נמרוד", אבער, איז באזירט אויף דעם פסוק

קרעמער1 » מיטוואך אפריל 22, 2015 4:22 pm

· #268647
ביים טוישן א צוועלף-יאהר אלטער טעפיך איז אנטדעקט געווארן א רעליגיעזער הייל אונטערן מקום המקדש אין ירושלים http://www.mail.com/scitech/news/349355 ... tviewed1-4
ס'גאנץ מעהגליך אז דאס איז די ארט וואו מ'האט באהאלטן דעם ארון, צנצנת המן און אפר-פרה ביים חורבן בית ראשון

מען ווייסט נישט פונקטליך וואסערע סודות עס זענען דארט אלס באהאלטן ווייל די מוסלעמענער לאזן נישט געהעריג צו אויס זארג אז מ'וועט טרעפן באווייזן צו א יודישער עקסזיסטענץ דארט - א זאך וואס זיי מאכן אוועק אינגאנצן טענה'נדיג אז ס'איז זייערס א הייליג פלאץ וואו מוכאמאד איז ארויף אין הימל

מען האט פארט באוויזן צו דאקומענטירן עטליכע מאלערייען אויף די פאדלאגע

בעריש » מיטוואך יוני 17, 2015 10:24 am

· #283238
אשבעל בן בדע

http://www.timesofisrael.com/inscriptio ... at-ancient

chusid » מאנטאג יוני 22, 2015 3:01 pm

· #284298
וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צירוק (לפי סייענס)? דא

הקטן » מאנטאג יוני 22, 2015 7:15 pm

· #284378
את כל ירק עשב לאכלה

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 23, 2015 1:08 am

· #284494
chusid
וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צירוק (לפי סייענס)? דא

און נישט לפי סייענס, וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צוריק? מ'האט געהונגערט?

chusid » דינסטאג יוני 23, 2015 1:28 pm

· #284589
געפילטע פיש
chusid
וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צירוק (לפי סייענס)? דא

און נישט לפי סייענס, וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צוריק? מ'האט געהונגערט?

איז להד"ם און די ציין האט גאט געלייגט כדאי מען זאל האבן א ניסיון כפירה אדער גאר די מבול מאכט עס אויסזעהן עלטער ווי ראובן האט געשריבן...

הקטן » דינסטאג יוני 23, 2015 1:46 pm

· #284596
די ציין האט גאט געלייגט כדאי מען זאל האבן א ניסיון כפירה

די טענה האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען.

ווען מענטשען האבן געמיינט אז די וועלט איז פלאך האט די באשעפער זיך געדארפט פארענפערן פארוואס דער מענטש מיינט אזוי? א מענטש קען מאכן א טעות
ווען סייענטס האט געהאלטן אז דער אלטער מענטש האט געגעסען נאר בשר איז דאס געווען ווייל גאט האט דווקא געוואלט זאל זיין א ניסיון כפירה, ס'זאל נישט שטימען מיט תורה ?
ניין, פשוט מענטש קען מאכן א טעות
אויב מענטשען מאכן א טעות, אדער נישט קיין טעות, מיט זייער חשבונות און וועלט באשאף, וואס האט דאס מיט הנחת תפילן ?
ניין, פשוט מענטש (סייענס) קענען מאכן א טעות
די מענטש האט נישט קיין ניסיון כפירה ער האט א ניסיון ערעג'ענס

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 19, 2015 1:41 am

· #289987
http://t.co/FjoBtYQA7x
📎 IMG_20150719_014120.jpg

רוסישער » דינסטאג יולי 21, 2015 12:50 am

· #290488

געוואלדיג » דינסטאג יולי 21, 2015 7:39 am

· #290527
זייער אינטרעסאנט

בעריש » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 3:52 pm

· #311097
התגלתה טביעת החותם של המלך חזקיהו

חותם עם שמו של המלך חזקיהו התגלתה בחפירות סמוך להר הבית. על החותם מופיעה כתובת בעברית עתיקה: "לחזקיהו (בן) אחז מלך יהדה".

http://www.inn.co.il/News/News.aspx/311147

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 28, 2016 7:51 pm

· #339408
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
http://www.haaretz.com/israel-news/.pre ... BB9081677C

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » זונטאג יולי 10, 2016 7:02 am

· #341188
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
http://www.haaretz.com/jewish/archaeology/1.729879

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

כלבאשבוע » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:28 am

· #350039
ארכעאלאגן אנטדעקן א ריכטיגע מטבע נירונית
א גאלדענע מטבע נירונית פון זמן בית שני קרוב צו 2000 יאר אלט איז אנטדעקט געווארן אין הר ציון אין ירושלים מיטן אויטענטישן אויפשריפט פון NERO CAESAR AVG IMP ווי רש״י שרייבט אין בבא מציעא: סלע נירונית - היינו שנירון קיסר כתוב עליה.

נירון ווערט פאררעכנט אין היסטאריע אלץ א קיסר אכזר אבער לויט די גמ׳ אין גיטין האט ער זיך מגייר געווען אויפן וועג איינצונעמען ירושלים און סאיז ארויסגעקומען פון אים ר׳ מאיר.

http://jpost.com/Israel-News/Archeologi ... lem-467768

קל וחומר » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:34 pm

· #350045
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
שוין געווען דאן די געהעריגע ענגלישע בוכשטאבן?

ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 2:41 am

· #352747

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 22, 2018 9:29 pm

· #394044

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:48 am

· #394060
It also refers to annual wine and olive harvest festivals no longer observed in Judaism
https://www.yahoo.com/news/israeli-scho ... 32703.html

תנחום » מיטוואך אוגוסט 8, 2018 1:36 pm

· #410708
https://travel.walla.co.il/item/3179262 ... cialbutton
עגיל זהב מרהיב, בן יותר מ-2000 שנה התגלה בעיר דוד שבירושלים

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 9, 2019 7:26 pm

· #432917
📎 צקלג.jpg

היינט איז ביי מיר א פערזענליכע שמחה. קויפט אייך אלע א שטיקל אייז קריעם אויף מיין חשבון.

אין ארץ ישראל איז אנטדעקט געווארן - לא פחות ולא יותר - די שטאט צקלג.

אה, וואס איז דאס צקלג, פרעגט איר?

קאך לעפל איז נישט אנגעקומען אהין, אבער די מעשה פון צקלג איז ביי מיר די צווייט-מאכטפולסטע פרשה אין תנ"ך (נאך ש"ב, יב).

עס איז שוין סוף ימי שאול. דוד (המלך) האט שוין מיטגעמאכט א גאנצע סעריע רדיפות פון די אפיציעלע אינסטוטוציעס, דער געוועזענער פאלקס-העלד ווערט גע'מסר'ט וואו ער גייט, און איז שוין עטליכע מאל געווען א שריט אוועק פונעם טויט.

ער האט מיט זיך עטליכע הונדערט אוט-לאוס, אזעלכע חברה וועלכע זענען גרייט מיטצומאכען די רדיפות איבער די מדבריות פון יהודה, כאשר ירדוף הקורא בהרים.

ענדליך זעט דוד איין אז ס'איז נישט קיין תכלית, עני דעי און שאול וועט אים דער'הרג'ענען. ער איז מחליט צו אנטלויפען צום ארכי-פיינט, די פלשתים. ער רעדט איין פאר אכיש מלך גת הפלשתי אז ער האט פארראטן זיין פאלק, און איז יעצט איינער פון זיי.

אכיש גיבט אוועק פאר דוד א דארף מיט'ן נאמען צקלג, וואו ער, זיינע מענטשן און משפחות, קענען זיך באזעצן. ענדליך קען מען זיך אפכאפן דעם אטעם און זען וואס מ'טוט דא ווייטער.

דאן האט דאס ערגסטע פאסירט.

דוד און די ערוואקסענע מענער זענען נישט געווען אין שטאט און -- ווייסט איר וואס, כ'גיב איבער דאס ווארט פאר'ן גוטן בוך (ש"א, ל):

וַיְהִי בְּבֹא דָוִד וַאֲנָשָׁיו, צִקְלַג--בַּיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי; וַעֲמָלֵקִי פָשְׁטוּ, אֶל-נֶגֶב וְאֶל-צִקְלַג, וַיַּכּוּ אֶת-צִקְלַג, וַיִּשְׂרְפוּ אֹתָהּ בָּאֵשׁ. ב וַיִּשְׁבּוּ אֶת-הַנָּשִׁים אֲשֶׁר-בָּהּ מִקָּטֹן וְעַד-גָּדוֹל, לֹא הֵמִיתוּ אִישׁ; וַיִּנְהֲגוּ, וַיֵּלְכוּ לְדַרְכָּם. ג וַיָּבֹא דָוִד וַאֲנָשָׁיו אֶל-הָעִיר, וְהִנֵּה שְׂרוּפָה בָּאֵשׁ; וּנְשֵׁיהֶם וּבְנֵיהֶם וּבְנֹתֵיהֶם, נִשְׁבּוּ.

ערגער קען גארנישט זיין. די געטער האבן זיך צעשפילט מיט ביידע הענט. האט מען זיך גענומען וויינען, אזויווי נאר אידן קענען.

ד וַיִּשָּׂא דָוִד וְהָעָם אֲשֶׁר-אִתּוֹ, אֶת-קוֹלָם--וַיִּבְכּוּ: עַד אֲשֶׁר אֵין-בָּהֶם כֹּחַ, לִבְכּוֹת. ה וּשְׁתֵּי נְשֵׁי-דָוִד, נִשְׁבּוּ--אֲחִינֹעַם, הַיִּזְרְעֵלִית, וַאֲבִיגַיִל, אֵשֶׁת נָבָל הַכַּרְמְלִי.

ערגער קען גארנישט זיין?

ו וַתֵּצֶר לְדָוִד מְאֹד, כִּי-אָמְרוּ הָעָם לְסָקְלוֹ--כִּי-מָרָה נֶפֶשׁ כָּל-הָעָם, אִישׁ עַל-בָּנָו וְעַל-בְּנֹתָיו;

ס'איז געקומען צום ברעיקינג פאינט. די עטליכע הונדערט פארברענטע חסידים האבן אויסגעדרייעט דעם דאשיק צום פירער. יא, די אייגענע פארחניאקטע חסידים ווילן אים פארשטיינערען.

וואס טוט מען?

וַיִּתְחַזֵּק דָּוִד, בַּיהוָה אֱלֹהָיו.

אה... האם טי די באם...

מיט וואס האט ער זיך דערהאלטן אין די נידריגסטע מינוט? נאכן פארלירען זיין פאלק, זיין לאנד, זיינע ווייבער, און זיינע געטרייעסטע מענטשן? וואס בלייבט ווען מען בויעט ספעציעל פאר דיר א נייעם סאב-לעוועל אין שאול תחתית?

ויתחזק דוד בה' אלקיו. נאטינג ספעשל. נאו דיטעילס. קיינע חשבונות.

סתם, כ'ווייס אז הויה איז מיין גאט. נישט ווייל ער איז מעכטיג. נישט ווייל ער וועט מיר שוין פארגיטיגען. סתם. ולעולם לא נבוש כי בך בטחנו.

דער גרויסער פילאזאף דיאגאניס, איז געווען מזקני חסידי קאצק. ער האט גארנישט געדארפט, געוואוינט האט ער אין א גרויסע פאס אינמיטן מארק, און גע'שארפ-צינג'לט דעם עולם.

ווען אלכסנדר מוקדון איז אנגעקומען אין זיין שטאט, זענען אלע חשובים און חכמי העיר אים געקומען באגריסען, אבער אונזער דיאגאניס האט זיך גארנישט וויסענדיג געמאכט פון אלכסנדר.

ער האט אבער געוואלט גיין באזוכען דעם בארימטען פילאזאף, האט ער קיין ברירה געהאט, און איז אריבער צום מארק וואו דיאגאניס האט זיך געפונען.

ווען דער גרויסער אלכסנדר איז אנגעקומען מיט זיין ברייטע סוויטע, איז דיאגאניס געזיצן אויף דער נאקעטע ערד, און זיך געווארעמט אין די זון.

איך קען עפעס טון פאר אייך? אפשר קען איך אייך עפעס ערלעדיגען? פרעגט אלכסנדר מיט א יראת הכבוד.

יא, זאגט דער פילאזאף, ריק זיך אביסל צו דער זייט, דו פארשטעלסט מיר די זון...

אלכסנדר איז אזוי ארויס פון התפעלות אז ער האט זיך אנגערופען: ווען איך זאל נישט זיין אלכסנדר, וואלט איך געוואלט זיין דיאגאניס.

און ווען איך וואלט נישט געווען דיאגאניס, מורמעלט זיך דער פילאזאף אונטער, וואלט איך אויך געוואלט זיין דיאגאניס...

אגרות צפון » מיטוואך יולי 10, 2019 6:31 am

· #432945
@ונבנתה העיר קום אריין מיט מער details איך מיין אז איך האב שוין וואס צוטון חופש.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 10, 2019 8:02 am

· #432948

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 10, 2019 12:32 pm

· #432951
אגרות צפון
@ונבנתה העיר קום אריין מיט מער details איך מיין אז איך האב שוין וואס צוטון חופש.

https://www.timesofisrael.com/archaeolo ... from-saul/

ביבער » דאנערשטאג יולי 18, 2019 9:41 pm

· #433362
9 טויזנט יעריגע מושב אנטדעקט נעבן ירושלים
https://www.independent.co.uk/news/worl ... 08591.html

במדבר » זונטאג יוני 7, 2020 6:01 pm

· #450780
ילד בן 6 גילה בטיול לוחית נדירה בת יותר מ-3,500 שנה.
https://www.youtube.com/watch?v=5LsJvMHOu1E

במדבר » זונטאג יוני 7, 2020 6:03 pm

· #450781
מטבע נדיר מתקופת מרד בר-כוכבא התגלה למרגלות הר הבית.
https://www.youtube.com/watch?v=bScvo5jkW4o

במדבר » זונטאג יוני 7, 2020 6:26 pm

· #450783
פרצופה מהתקופה הרומית התגלתה בגליל, שריד עיטורי מפואר, שהיה מותקן על ברז מים מלפני 1,800 שזכה לכינוי פרצופה, התגלה בגן לאומי ציפורי.

https://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-5740209,00.html

במדבר » זונטאג יוני 7, 2020 6:29 pm

· #450784

במדבר » זונטאג יוני 7, 2020 6:33 pm

· #450785
’1st high: Ancient Israelites at Biblical shrine used cannabis to spark ‘ecstasy

https://www.timesofisrael.com/1st-high- ... k-ecstasy/https://www.timesofisrael.com/1st-high-ancient-israelites-at-biblical-shrine-used-cannabis-to-spark-ecstasy/

במדבר » זונטאג יוני 14, 2020 3:41 pm

· #451606
''היסטארישע אנטפלעקונג'' מ'האט געפינען די הייליגע אויווען פון ר' ישעיה'לע קערעסטירער ז''ל.

כרם זית » דינסטאג יוני 16, 2020 9:29 pm

· #451961
במדבר
''היסטארישע אנטפלעקונג'' מ'האט געפינען די הייליגע אויווען פון ר' ישעיה'לע קערעסטירער ז''ל.

כולל חצות געט איבער אז זיי וועלן אנהייבן צו באקן ברויט דארט אין דעם אויווען. עס לייגן אויפן בימה ביי ר' ישעילע'ס ביהמ''ד, מורמלען א תפילה און עס אויפעסן. מזעט ישועת גדולים.

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 22, 2020 1:09 am

· #454890
For the first time, the opening of untouched 4,400-year-old tomb | "Wah-Tye" tomb, Saqqara, Egypt

במדבר » מיטוואך יולי 22, 2020 10:36 am

· #454907

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 8:42 pm

· #488004
אביסעל שפעט אבער דר. אילת מזר האט גע׳טענה׳ט אין 2018 אז מ׳האט מעגליך אנדעקט א חותם פון ישעיה הנביא. דר. קריסטאפער ראלסטאן איז אבער מסופק.
📎 45755ABF-0CDC-4FDC-A82F-E354A98EF887.jpeg
יאיר
אן אינטערעסאנטער ארטיקל אין די ניו יארק טיימס באריכטעט איבער פארשידענע איבערבלייבענישן פון מענטשליכע קערפער וואס זענען אויפגעוויזן געווארן אז זיי האבן געליטן פון ערנסטע קרענק, און עס מוז זיין אז זיי האבן באקומען קעיר דורך זייערע ארומיגע. איין אזא אנטדעקונג ווייזט אז מען האט געפינען צווישן מערערע קערפערס וואס ליגן גראד איין קערפער וואס ליגט איינגעקורטשעט און איינגעדרייט, און עס האט אויך שוואכע ביינער, וואס פון דעם דרינגט מען ארויס אז דער באטרעפנדער איז געווען פאראליזירט פון זיינע לענדן און אראפ, און עס מוז זיין אז זיינע נאנטע האבן זיך איבערגעגעבן פאר אים כדי ער זאל בלייבן לעבן. אזוי אויך זעט מען אז אפילו אין פרי-היסטאריק צייטן האבן שוין די מענטשן געוואוסט אז מען מוז קעיר נעמען פון קראנקע און שוואכע.

דער איינגעדרייטער קערפער פון דעם פאראליזירטן

📎 70CF2020-571D-42B3-AAF1-1ADB916C479A.jpeg
ועיין כאן.

יאיר
אמאליגע הקרבות איז געגאנגען צוזאמען מיט'ן עסן, עס איז נישט געווען צוויי באזונדערע זאכן. ארכעאלאגן האלטן אז איז דער עיקר פוינט פון מקריב זיין קרבנות פאר די אפגעטער אין די אור אלטע צייטן איז לכתחילה געווען כדי צו בארעכטיגן דאס הרג'ענען בהמות און זיי אויפעסן, עס איז געווען אזא אופן פון פארגיטיגן די געטער פאר די עולה פון עסן פלייש.
https://www.biblicalarchaeology.org/dai ... nt-israel/

וכידוע איז דאך דאס געווען פון די רעפארמען פון D וואס האט געזוכט צו סענטראליזירן דאס דינסט פון ג-ט צו א ספעציפישן מקום וממילא מתיר געווען בפירוש בשר תאוה בסתם בכל מקום.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 1, 2023 2:38 am

· #523386
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
https://www.timesofisrael.com/roman-army-may-have-included-kosher-observant-jews-2000-years-ago-study-finds/
אידן, אזויפיהל ווי 15 פראצענט, האבן געדינט אין די רוימישע ארמיי און האבן געהאט א חלק אין מחריב זיין דעם ביהמ"ק.
דער גענעראל, צווייט העכסטער אין ראנק אינטער טיטוס, יוליוס אלכסנדר, איז געווען א איד!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אלע צוזאמען » מאנטאג מאי 1, 2023 11:57 am

· #523417
טאמבל סאס
https://www.timesofisrael.com/roman-army-may-have-included-kosher-observant-jews-2000-years-ago-study-finds/
אידן, אזויפיהל ווי 15 פראצענט, האבן געדינט אין די רוימישע ארמיי און האבן געהאט א חלק אין מחריב זיין דעם ביהמ"ק.
דער גענעראל, צווייט העכסטער אין ראנק אינטער טיטוס, יוליוס אלכסנדר, איז געווען א איד!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
אידן, אזויפיהל ווי 15 פראצענט, האבן מעגליך געדינט אין די רוימישע ארמיי און האבן געהאט א חלק אין מחריב זיין דעם ביהמ"ק.
דער גענעראל, צווייט העכסטער אין ראנק אינטער טיטוס, יוליוס אלכסנדר, איז געווען א איד!

כרם זית » מאנטאג מאי 1, 2023 3:30 pm

· #523435
זייער אינטערעסאנט. די סאלדאטן זענען לכאורה געווען די פארגייער פון די נטורי קרתא...

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 2, 2023 3:28 am

· #523488
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
אדער זענען די וואס האבן לוחם געווען בעד ירושלים געווען אזוינע ISIL טעראריסטן.
איי מיען זיי מודה, אראפגיסן ברענעדיגע טאר אדער אויל אויף לעבעדיגע מענטשנ'ס קעפ איז קווייט ברוטאל. כ'ווינדער מיך אויב די רוימער פלעגן אויך טוהן אזוינע זאכן..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 2, 2023 3:32 am

· #523489
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
און נאכדעם האבן זיי געהאט א פראבלעם אז טרעפן נישט קיין אויל צו צינדן די מנורה :לול:

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 2, 2023 9:17 am

· #523497
טאמבל סאס
אדער זענען די וואס האבן לוחם געווען בעד ירושלים געווען אזוינע ISIL טעראריסטן.
איי מיען זיי מודה, אראפגיסן ברענעדיגע טאר אדער אויל אויף לעבעדיגע מענטשנ'ס קעפ איז קווייט ברוטאל. כ'ווינדער מיך אויב די רוימער פלעגן אויך טוהן אזוינע זאכן..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
יא די רוימער פלעגן אויך טוהן אזוינע זאכן, דאס איז געווען זייער אן אנגענומענע וואפן.
פון נעפלאם האסטו שוין געהערט?

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 2, 2023 11:20 am

· #523503
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
ניין, וואס איז דאס?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 2, 2023 11:25 am

· #523504
טאמבל סאס
ניין, וואס איז דאס?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
What is napalm in simple terms?
Napalm is a jelly-like form of gasoline used in fire bombs and flamethrowers. It's a deadly, painful weapon. Napalm sticks to skin, causing severe burns and making it one of the most horrible weapons used in combat.
ס'ווערט נאך היינט באניצט, טאקע אומלעגאל, אבער....

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 2, 2023 11:30 am

· #523505
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
יעפ, כהאב געדענקט אז סאיז נישט געווען פשוט אויל אבער טאר אויך נישט ווייל דאס איז דאך א נייערע אויסטרעף. א דעריוועטיוו פון פעטראליום?!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 2, 2023 11:40 am

· #523506
טאמבל סאס
יעפ, כהאב געדענקט אז סאיז נישט געווען פשוט אויל אבער טאר אויך נישט ווייל דאס איז דאך א נייערע אויסטרעף. א דעריוועטיוו פון פעטראליום?!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
ס'אביסל מער סאספיסטיקירט.
בלאט: 1 2 3