☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דער סוד

דער סוד

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2556

שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:25 pm

· #70803
דער סוד
קרעדיט: זאלץ וואסער אויף אידישע וועלט


אזוי ווי איר ווייסט בין איך א חסידי'שער אינגערמאן. מאנכע רופן מיך שוין "אלטערמאן" אבער קיינער פארגעסט נישט אז איך בין א "חסידישער" און איך מאך זיכער מ'זאל וויסן אז איך בין א חסידישער.

איר פרעגט וויאזוי איך מאך זיכער? ניין! נישט ווייל איך שפאציר ארום אויפן פליגער ווען מ'הייסט זיצן, און אויך נישט ווייל איך ווארף ארויס מיין קאווע פון פענסטער פארנדיג אויפן בי קיו אי. דאס האב איך גראדע געזעהן אפאר שחורים טוהן, און א חסיד פירט זיך אנדערש בדרך כלל.
וואס איך טוה יא? איך בין שטאלץ מיט מיין טראגע! איך פאר כסדר אוועק אויף מרחקים, און איך גיי מיט אראפגעלאזטע פיאות און דעם וואלענעם ציצית פון אויבן (נישט אויפן קאפ! און נישט געיל צעשלאכערט... פלעין וואל) און איך האב נישט קיין קליינע רונדיגע גלעזער, און אויך נישט קיין סטעפ אין שיך.

פון די אנדערע זייט בין איך ב"ה פיין וועלקאם ווען איך טרעף מיך מיט ביזנעס מענטשן וואס זענען נישט אידיש, און זיי האבן מיט מיר נישט קיין פראבלעמען, נישט קיין חילוק וויאזוי איך גיי אנגעטוהן וויבאלד איך שטער זיי נישט, נאר אדרבה איך ברענג זיי ביזנעס.

אלס א חסידישער אינגערמאן לעב איך אלס אינטערן שרעק און פאביע אז אויב טוה איך עפעס נישט איידל אדער אוממענטשליך איז דער חטא פון חילול השם עלי ועל צווארי, און איך האב בשו"א נישט קיין כח פאר אזוינע זאכן, דעריבער גיב איך אכט מיט אלע כוחות נישט צו דארפן תשובה טוהן אויף דעם חטא.

שוין! גענוג געווען מיט מיר! אבער ניין, איך וויל דאך צוקומען צו א נקודה איבער דעם שרעקעדיגן און באקאנטן סעלעברישן "סוד".

וועלכע סוד?

די באקאנטע, קאנספיראציע סוד, מיט וואס מיר חסידים טראגן זיך ארום. די סוד וואס מ'לערנט אונז אויס מיט קליפערליך וויאזוי צו האלטן, דער סוד פון דעם חסיד.... איר ווייסט נאך אלס נישט פון וועלכן סוד איך רעד? קען זיין איר זענט נאר סעמי חסידי'ש אדער זענט איר נישט געגאנגען אין חדר געהעריג? וואס איז געווען מיט אייך?

לייענענדיג די מידיא ריספאנד צו די שרעקליכע בלבולים וואס מ'ווארפט אויף אונז ארויף, קומט מיר אלס אקעגן דער פראזע פון " די סיקרעסי" פון די חסידים, ווי למשל אז דער אדער יענער מסור האט געבראכן "די סיקרעסי עקט" אדער די ראטן פארבאנד פון די חסידים, און פארציילט דעם "סוד"...

בין איך דאך א חסיד! און ווען שטייט א צעטל אויפן וואנט אז מ'פעינט דא מאך איך זיכער אז ס'איז נישט קיין ליגנט אדער א טעות... וויל איך דאך אזוי שטארק וויסן וואס איז די סוד? איך בין דאך א חסיד! איך בין דאך בארעכטיגט צו וויסן! איך מיין ווען קוואליפיצירט מען צו דעם סוד?

דריי איך זיך ארום צווישן ידידים, אויך פון די חסידים סעקטע, און איך פרעג יעדעם די שאלה. ווען ביזטו געוואויר געווארן דעם סוד?

זיי קוקן אויף מיר מיט בייז וואונדער. וועלכע סוד?

און איך מעקע אזוי ווי איינער וואס ווייסט שוין האלבוועגס נאר וויל זיך דערמאנען. וואס הייסט וועלכע? די סוד פון חסידים! איך בין פשוט נישט געווען אין חדר יענע טאג ווען מ'האט פארציילט איך האב געהאט א חתונה, און איך בין אנגעקומען שפעט און איך האב עממ....

יעדער ווארפט אויף מיר בליקן ווי איך בין ווען אראפ פון זינען. וואסערע סוד? געוואלד!

משוגע אינגאנצן בין איך נישט גיי איך און איך זעץ מיך אריין אין א שטוב מיט אסאך סאדע וואסער און מיט א שאכטל צוקערלעך, און א ריקליינער צום ליגן דערויף, און איך גיי מיך פרובירן צו דערמאנען ווען האב איך פארפאסט דעם "אזוי גערופענעם סוד".

איך קלער און איך קלער, און איך חלום צוריק, און איך געדענק אז עפעס האט מיין רבי פון כיתה א' געמורמלט אריין אין אויער פאר דעם מנהל. קען זיין דעם "סוד" אבער ניין איך דערמאן זיך אז סך הכל האט אים דער מנהל נאכדעם אריינגעברענגט סופליי'ס פאר זיין פרישטאג יעדן טאג... ער האט לכאורה דאס געבעטן.

אה איך געדענק שוין. ס'איז געווען אין כיתה ה'!!! יא! מיין רבי איז איין טאג אריינגעקומען און אויסגערופן אז היינט גייט מען רעדן פון א נושא וואס איז זייער א וויכטיגע נושא, און יעדער מוז זיין שטארק אויף די וואך, און פונקטליך אויסהערן וואס מ'גייט רעדן...

אה איך וויל מיך נישט פונקט יעצט אויפוועקן, איך קום אן צום "סוד" און איך קאנצענטריר זיך ווייטער, און אה! איך געדענק איך דערמאן זיך, ער האט אנגעהויבן צו רעדן, און ער האט קלאר געזאגט די ווערטער: קינדער איך וויל ענק פארציילן א סוד!

יא! יא! גיי ווייטער, איך דערמאן מיך שוין. . . דאס איזעס! ער רעדט ווייטער... אחח ער זאגט עפעס א תורה יעצט... שוין ער קומט שוין אן צום "סוד"....

שוין ווייטער נישט, ער דערציילט עפעס א סוד וועגן א טריפ וואס מ'גייט האבן אויב מ'פארהערט זיך בלעטער גמרא...

איך טראכט ווייטער איך גיב נישט אויף... איך דערמאן זיך אין ישיבה קטנה האט מען גערעדט פון עפעס א סוד. אבער ניין דאס איז עס זיכער נישט ווייל דער סוד איז געווען עפעס וועגן זיך אריבער ציען אין א נייעם בנין.

בקיצור איך ברעך קאפ.... און איך קען נישט דערגיין פארוואס פונקט איך פון אלע חסידים האב פארפאסט דעם סוד... פארוואס האב איך נישט אויסגעהערט ווען מ'האט דאס פארציילט? און פארוואס וויל מיר קיינער נישט פארציילן דעם סוד?

לאמיך ארויסברענגען מיין נקודה פון אן אנדערן שטאנדפונקט.

איך שמועס מיט איינע פון מיינע ביזנעס באקאנטע, וועלכער ווייסט איבער חסידות אזוי ווי איך ווייס די גאסן אין הייטי. ער ווייסט נאר צוויי זאכן 1. אז מיר האבן אויסגעמעקט די בילד פון הילערי קלינטאן אין א חסידישע צייטונג, וואס לכתחילה האט ער געמיינט ס'איז א אראבישע צייטונג וואס האט געוואלט אפטוהן פאר אמעריקע מיטן אויסמעקן הילערי, און ער איז געוואויר געווארן אז עס איז אונז חסידים וואס האבן אפגעטוהן דעם געמיינהייט. און די 2טע זאך אז אונז האמיר א געוויסן סוד, וואס מיר פראטעקטן מיט אלע כוחות, און ווער עס שטעלט זיך נישט צו דעם באגיסט מען מיט בליטש...

פרעגט ער מיך מסיח לפי תומו. וואס גייט פאר מיט אייך חסידים? פארוואס דארפט איר זיין אזוי סודותפול און זיך אזוי ספראווען מיט די וועלט און זיך שפילן מיט די גויאישע געפילן אונזערע, און האלטן סודות פון אונז? פארוואס טערארעזירט מען יעדן וואס פארציילט אז מ'באגייט זיך אומאיידל מיט די קינדער? אא"וו.

און איך ענטפער:

מר. גראנקאראו (א משל. נישט עכטע נאמען) לאמיך זיין מיט דיר זייער אויפריכטיג. לאמיך דיר פארציילן אביסל איבער דעם גראנדיעזן סוד, פון וואס די רעדסט. אבער בעפאר דעם וויל איך דו זאלסט מיר פארציילן אביסל איבער דיין משפחה. וויפיל געשוויסטער האסטו?

גראנקארו: 1 שוועסטער 1 הינטל מיט 2 קעצלעך

איך: דיינע עלטערן לעבן נאך?

גראנקארו: איך ווייס נישט, איך האב שוין נישט גערעדט צו זיי א לאנגע צייט אונז האמיר א פאמיליע דיספיוט (ביי אונז הייסט דאס א מחלוקה...)

איך: ווער האט אנגעהויבן?

גראנקארו: וואס?

איך: די דיספיוט?

גראנקארו: איך וואלט דיר גערן פארציילט, אבער עס איז עכט נישט ראטזאם, איך זאל רעדן פון פאמיליע "סודות" צו סתם מענטשן.

איך: נישט קיין פראבלעם! דו האסט קינדערלעך?

גראנקארו: יא! א זון

איך: ווי אלט איז ער?

גראנקארו: 28

איך: איז ער חתונה געהאט?

גראנקארו: מר. זאלץ דו פרעגסט צופיל איינצעלהייטן... די ווילסט אפשר זיך משדך זיין מיט מיר?

איך: ניין! לגמרי נישט! ח"ו! איך וויל נאר וויסן!

גראנקארו: איך האב נישט קיין פראבלעם דיר צו פארציילן, אבער דו מיינסט נישט אז ס'איז צופיל צו פרעגן איבער איינעם'ס פאמיליע?

איך: ניין! פארוואס זאלסטו עס האלטן בסוד? דו רייצט מיך סתם אן! דיין זון איז חתונה געהאט אדער נישט?

גראנקארו: (אומגעדולדיג) ער איז געווען חתונה געהאט וכו'.

איך: נאך איין קשי'.

גראנקארו: (קוקט אויפן זייגער) נו גא עהעד!

איך: וויפיל פארדינסטו א יאר?

גראנקארו: מר. זאלץ דו האסט איבערגעצויגן דעם שטריק. סארי איך האב אלס געמיינט ביזט א נארמאלער מענטש...

איך: וואס איז די פראבלעם גראנקארו? איך וויל נאר וויסן!

גראנקארו: וואס קומט דאס אריין אין אונזער שמועס?

בקיצור: איך וויל נישט איבערגיין דעם שמועס פונקטליך, אבער איך האב געפרעגט גראנקארו'ן אסאך פרעזענליכע אינפארמאציע, וועלכע האט אים געמאכט זייער אומבאקוועם און ער האט אמת'דיג נישט געוואוסט וואס אין די וועלט איך וויל פון אים.

און דאן בין איך אנגעקומען צום זעץ ליניע. (פאנטש ליין)

זאג נאר! פארוואס דארפסטו זיך רייצן מיט אנדערע און האלטן סודות???

לאמיך דיר מסביר זיין אונזער סוד! לאמיך דיר פארציילן וואס דא קומט פאר!

מיר חסידים זענען משפחה! מיר זענען ברודער און שוועסטער! מיר האבן זיך ליעב אהבת נפש! אפילו ווען מיר קריגן זיך איז עס נאר א רעזאלט ווייל מיר זענען גוטע ברודער! מיר ווילן לעבן צוזאמען, און ווען פאר איינעם פון אונז גייט ח"ו שלעכט, טוט עס וויי פאר יעדען.

דו פרעגסט פארוואס אונז האמיר זיך ליעב? אה! נישט ווייל אונז האמיר אפגעשמועסט בסוד סודות זיך צו ליעב האבן, נאר ווייל מיר זענען "משפחה"! מיר זענען נאטורליך געבונדן! מיר האבן איין טאטן און מיר ציעהן אונזערע פעדימער צו די שלשה אבות און ארבע אמהות!

דו פרעגסט ווען מיר האבן זיך אנגעהויבן ליב האבן? וועל איך דיך לאדענען צו מיר אין שטוב, און די קענסט כאפן א שמועס מיט מיין צוויי יעריגן, און ער וועט דיר דערקלערן אז ווען ער זעהט עפעס געשעהט ח"ו פאר איימיצן וויל ער קודם זיכער מאכן עס איז נישט משפחה. דאס קומט פון נאטור! און ווען ער זעהט אז א איד פאלט, ווערט ער טרויעריג! נאטורליך!!!

מיר פראטעקטן נישט קיין גענגסטער'ס! מיר פראטעקטן נישט קיין שלעכטע לייט! מיר פראטעקטן נישט קיינעם! מיר האבן א נאטורליכע ליעבשאפט צו אונזער משפחה!

ווען מיר ווייסן אז איינער האט געשעדיגט אדער וויי געטון א קינד פון אונזער קהלה קאמיוניטי אדער סיי וועלכן איד אויף די וועלט, וועלן מיר זיך אננעמען. מיר דארפן נאר וויסן קלאר אז אזוי איז עס געווען! און ווען מיר האבן ספיקות אדער מיר האלטן אז דא איז נישט די מעשה אזוי נאר פארקערט, נעמען מיר זיך ווידער אן פאר אונזער ברודער! עס איז זייער פשוט.

איי פארוואס נעם איך נישט אן דיין שטעלונג, און איך נעם נישט אן אז ווען 12 דזשוראר'ס קומען צוריק מיט א שולדיג אורטייל מיינט עס אויטאמאטיש אז דער באשולדיגטער איז שולדיג. וועל איך דיר פרעגן מר. גראנקארו.

... איז או דזשעי סימפסאן געווען שולדיג אדער נישט?

... איז .. וועלכע האט קלאר געהארגעט איר קינד, מיט אלע קלארע עווידענט'ס מיט א טויטן קינד אין קאר וכו' רח"ל, געווען שולדיג?

איז נעלסאן דער היפאקריט פון קראון הייטס געווען שולדיג?

און דו ביסט מסופק אינעם סיסטעם? ווי איז דיין אמונה אין דיין אייגענעם יוסטיץ?

מיר אלס משפחה מיטגלידער האבן א נאטורליכע נטי' צו וועלן מיינען אז אונזער'ס א ברודער איז גערעכט אפילו ווען מיר ווייסן נישט קיין דעטאלן... כ"ש וכ"ש בן בנו של קל וחומר ווען מיר ווייסן יא!

גראנקארו: גערעכט! איך האב עס נישט אזוי געזעהן, ווייל ביי אונז איז אביסל אנדערש, מיר זענען נישט קיין פאמיליע, מיר האבן זיך יעדער אינזין, און דאס איז אלע.

דאס גאנצע פארוואס איך גרוס דיך אזוי העפליך, און איך באגרוס אזוי העפליך מיינע מיטארבעטער'ס יעדן טאג איז: ווייל איך וויל אויסזעהן מענטשליך (זאגט גראנקארו)

און דאס גאנצע פארוואס איך געב טשעריטי פאר די שפיטאל אין מיין געגנט איז ווייל: זיי האבן "מיר" געטון א טובה ווען איך האב געווארט אין עמערדזשענסי רום און מ'האט מיך אריינגעלאזט פריער.

און די סיבה פארוואס איך האב געגעבן א בוסט פאר מיין שכן נעכטן, איז: ווייל ווען איך וועל דארפן א בוסט איז ער דאך פארט מיין שכן...
עס איז אלעס ארום מיר און איך און מיינס...

(אזוי האט ער געדארפט צו זאגן...)

מיינע טייערע ברודער! טייערע משפחה מיטגלידער! איך האב אייך ליב ווייל איר זענט בני אברהם יצחק ויעקב, נישט ווייל איך בין רעסיסט נאר ווייל איך בין אויך א איד, און נאטורליך האב איך ליעב מיין משפחה.

און וואס מיינט חסיד?

חסיד מיינט נישט "אנהענגער"! עס איז א גרויסער אלוועלטליכער טעות! איך מוז נישט זיין קיין חסיד פון איינעם צו הייסן א חסיד.

חסיד מיינט "ערליך" פרום" און ווען א חסיד באגייט אומרעכט פארשעמט ער דעם כבוד שמים, ווייל ווען א חסיד רעדט א הויך ווארט מאכט דאס די פראנט פעידזשעס פון די צייטונגען ווען אין די זעלבע צייט ווערן באריכטעט ערגעצוואו אין די 340סטע פעידזש איבער מערדער'ס און אנדערע גרויליקע קריים'ס

פארוואס איז אינטערסאנטער ווען א חסיד רעדט הויך אדער שרייט אדער פירט זיך עטוואס נישט ווי עס פאסט, מער ווי מאסן מערדער דא אין אמעריקע.

איר ווייסט פארוואס?

ווייל עס איז נייעס!!!

און אלע אנדערע זענען נעבעך נישט!!!

דערפאר בין איך שטאלץ צו זיין א "חסיד"! א חסיד פון וועם? א חסיד פון הייליגן טאטן אין הימל! און איך ציהל און האף און שטרעב צו זיין א "ערליכער חסיד"!

דאס איז "דער סוד"!

האטס מיר און זייטס מיר
זאלץוואסער

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:28 pm

· #70805
איך האלט אז מ'זאל דיסעבלען דעם 'לייק' סיסטעם פאר ארטיקלען וואס ווערן איבערגעדרוקט פון אזאלכע וואס ווילן נישט שרייבן אויף קאווע. ס'נישט יושר אז מ'זאל אים 'לייקן' דא פאר זאכן וואס ער האט געשריבן ערגעץ אנדערש. ווילסט אפרישיעשן? שרייב עס דא!

שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:31 pm

· #70807
זר זהב
איך האלט אז מ'זאל דיסעבלען דעם 'לייק' סיסטעם פאר ארטיקלען וואס ווערן איבערגעדרוקט פון אזאלכע וואס ווילן נישט שרייבן אויף קאווע. ס'נישט יושר אז מ'זאל אים 'לייקן' דא פאר זאכן וואס ער האט געשריבן ערגעץ אנדערש. ווילסט אפרישיעשן? שרייב עס דא!

וואס ביסטו אזוי ברוגז? אז ער שרייבט נישט דא דארף ער מן הסתם נישט קיין פרישיעשאן פון דא, איך האב עס פלעין מעתיק געווען מהנה צו זיין אזעלכע אידן ווי דו, ווארט נאר ווארט באלד קומען די קללות פון די אנדערע חברה

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:32 pm

· #70808
ניין, איך האב הנאה אז דו ברעגסט עס דא. איך בין נישט ברוגז אויף דיר. און אויב דארף ער נישט אפרישיעשן פון דא זאל מען טאקע זיכער דיסעבלן דעם לייק.

למדן » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:40 pm

· #70810
זייער שיין געשריבן דאנקע רב שרייבער פארן מעתיק זיין

גאלד » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:50 pm

· #70813
זייער א שטארקע און טיפער פוינט,

אבער מ'דארף ניצן שכל און עס טאקע האלטן עטוואס א סוד, איך געדענק ווען TWA פלייט 800 פון JFK, האט געקרעשט לעבן לאנג איילענד, זומער תשנ"ו, ווי אלע פאסאזשירן זענען אומגעקומען, איז דעמאלטס גאווערנער פאטאקי געווען אויף א טאלק שוא ראדיא, צו אינפארמירן דעם ציבור איבער די טראגעדיע, האבן דעמאלטס 2 חסידישע אידן אריינגערופן און געפרעגט פאטאקי וויפיל כשר'ע מאלצייטן מ'האט סערווירט אויפן פליגער, כאב געמיינט איך זונק פאר בושה...

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:52 pm

· #70814
זיי האבן געוואלט ארויסהאבן צי ס'געווען דארט אידן?

גאלד » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 1:16 pm

· #70815
יא

לעמאן דזשוס » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:13 pm

· #70843
זר זהב
איך האלט אז מ'זאל דיסעבלען דעם 'לייק' סיסטעם פאר ארטיקלען וואס ווערן איבערגעדרוקט פון אזאלכע וואס ווילן נישט שרייבן אויף קאווע. ס'נישט יושר אז מ'זאל אים 'לייקן' דא פאר זאכן וואס ער האט געשריבן ערגעץ אנדערש. ווילסט אפרישיעשן? שרייב עס דא!


אריין אין שו״ת ׳געלייקט׳ והמסתעף אשכול

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:42 pm

· #70855
זר זהב
איך האלט אז מ'זאל דיסעבלען דעם 'לייק' סיסטעם פאר ארטיקלען וואס ווערן איבערגעדרוקט פון אזאלכע וואס ווילן נישט שרייבן אויף קאווע. ס'נישט יושר אז מ'זאל אים 'לייקן' דא פאר זאכן וואס ער האט געשריבן ערגעץ אנדערש. ווילסט אפרישיעשן? שרייב עס דא!

וואו נאך האסטו עס געליינט? אויף איי-וועלט? איך בין א תמימות'דיגער יוד. ווען כ'זעה א גוט שטיקל וואס געפעלט מיר, געב איך א "לייק".

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:50 pm

· #70858
: און דאן בין איך אנגעקומען צום זעץ ליניע. (פאנטש ליין
😂 😃 👍

זאלץוואסער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 6:01 pm

· #70904
זר זהב
איך האלט אז מ'זאל דיסעבלען דעם 'לייק' סיסטעם פאר ארטיקלען וואס ווערן איבערגעדרוקט פון אזאלכע וואס ווילן נישט שרייבן אויף קאווע. ס'נישט יושר אז מ'זאל אים 'לייקן' דא פאר זאכן וואס ער האט געשריבן ערגעץ אנדערש. ווילסט אפרישיעשן? שרייב עס דא!


א גוטן אוונט אייך מיינע טייערע באליבטע פריינט!

ראשית כל איך האב נישט געוואוסט אז מ'האט דא געלייגט מיין ארטיקל, און איך האב גארנישט דערגעגן, אדרבה איר קענט לייגן וויפיל איר ווילט און זיך מהנה זיין.

איך האב אבער געשפירט פאר וויכטיג זיך אריינצוסיינען און ענטפערן פאר אונזער חשובן ר' זר.

איך בין שוין לאנג אין לימבא מיט דעם גאנצן לייק סיסטעם פון די קאווע שטובל, און איך פארשטיי באמת נישט וואס דאס ברענגט. איך פארשטיי אז מענטשן האבן ליעב א רעאקציע צו זייערע רייד, אבער סתם אזוי א לייק? וואס ברענגט עס? (איך פרעג ווייל איך ווייס נישט. איך בין נישט סארקאסטיש)

שיינעס כל! דו רעגסט דיך געפערליך אויף מיר, און כדי צו מוציא זיין והייתם נקיים (נישט ניקיום) וויל איך דיר ענטפערן: איך וואלט גערן גערן געשריבן אויף קאווע שטובל, הגם איך דריי זיך נישט ארום און שרייב אין אלע פארומ'ן וואס זענען פארהאנען. איינער האט מיר אנגעוויזן אייוועלט און דארט בין איך געבליבן, אבער וויפיל מאל איך האב געוואלט דא שרייבן, אלס האט זיך מיר די אויגן פארהאנקערט מיט זאכן וואס איך גלייך נישט, און עס איז נישט מער ווי יושר אז איך זאל שרייבן דארט ווי איך גליך יא! ניין?

איך פארשטיי אז דער יסוד פון "קאווע שטובל" איז אין אמעריקאניש גערעדט "פרידאם אוו ספיטש", אבער ביי מיר צוריקגעשטאנענעם חסיד איז עס "הפקירא ניחא לי'" און עס עי מעטטער אוו טעיסט, איז עס נישט מיין קאפ אוו טיע.... זייער פשוט.

איך האב ח"ו נישט גארנישט קעגן דיר אדער קיינעם, עס איז סימפל איך האב ליב ווען זאכן זענען אין קאנטראל, און נישט כל מה דעביד רחמנא לצלן לטב עביד.

איך האף אז איר פארשטייט ובזה יצאתי וסיינתי ארויס...

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 6:04 pm

· #70907
אויש כאדיר געוואלט לייקן פאר דיין ריפליי, פארוואס ביזטע אזוי שנעל אנטלאפן???

דיין פוינט איז וועל טעיקען. -- לגבי וואס דער לייק טוט אויף, ס'דא א געוואלד מיט שרייבערס דא וואס טענה'ן אז דייקא דאס פוש'ט זיי פאראויס צו שרייבן נאך.

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 6:16 pm

· #70920
זאלץ בלייב נאך דא איין רגע, עלעך דיר מסבר'ן איין גרויסע חילוק, פראביר נאר אויף איי צו קריטיקירן די באהערדע מ'וועט דיר אראפדרייען די אויערן מיט די הענט צוזאמען, משא"כ דא לאזט מען קריטיקירן (מיט א גבול שטייטזעך) און קיינער ווערט נישט גערודפט דערפאר.

אבער איך ווינדער מיך טאקע ווי די האסט נישט מורא דא צו שרייבן מיט די זעלבע ניק, די חברה דארט קענען דיסיידן ביזט פסול בלויז פאר דעם חטא.

נפתלי » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 6:20 pm

· #70921
איך אויך
זאלץ בלייב נאך דא איין רגע, עלעך דיר מסבר'ן איין גרויסע חילוק, פראביר נאר אויף איי צו קריטיקירן די באהערדע מ'וועט דיר אראפדרייען די אויערן מיט די הענט צוזאמען, משא"כ דא לאזט מען קריטיקירן (מיט א גבול שטייטזעך) און קיינער ווערט נישט גערודפט דערפאר.

דא מעקט מען עס פשוט אויס נאך פאר איינער האט א שאנס עס צו זעהן, ביודעי ומכירי.

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 6:27 pm

· #70922
איך זאג נישט אז דא איז פערפעקט אבער בעסער ווי דארט (עכ"פ מיט די נקודה) איז עס זיכער.

יידל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 6:36 pm

· #70925
נפתלי
איך אויך
זאלץ בלייב נאך דא איין רגע, עלעך דיר מסבר'ן איין גרויסע חילוק, פראביר נאר אויף איי צו קריטיקירן די באהערדע מ'וועט דיר אראפדרייען די אויערן מיט די הענט צוזאמען, משא"כ דא לאזט מען קריטיקירן (מיט א גבול שטייטזעך) און קיינער ווערט נישט גערודפט דערפאר.

דא מעקט מען עס פשוט אויס נאך פאר איינער האט א שאנס עס צו זעהן, ביודעי ומכירי.

אינטערעסאנט, אויב מען האט עס פארמעקט פאר סיי ווער האט געהאט א שאנס דאס צו זען, צו וואס האט אויסגעפעלט מודיע זיין פארן עולם?

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 7:57 pm

· #70945
פינף און ניינציג פראצענט פון די דברי חכמה פון דעם מלח סדומית קען אריינגיין אין דעם אשכול, כמנהג אייוועלט.

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:22 pm

· #70992
נפתלי
איך אויך
זאלץ בלייב נאך דא איין רגע, עלעך דיר מסבר'ן איין גרויסע חילוק, פראביר נאר אויף איי צו קריטיקירן די באהערדע מ'וועט דיר אראפדרייען די אויערן מיט די הענט צוזאמען, משא"כ דא לאזט מען קריטיקירן (מיט א גבול שטייטזעך) און קיינער ווערט נישט גערודפט דערפאר.

דא מעקט מען עס פשוט אויס נאך פאר איינער האט א שאנס עס צו זעהן, ביודעי ומכירי.

דהיינו ? פרש את דבריך ביטע,

לאדיך אפ » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:24 pm

· #70993
יתרו קוק אין יידל'ס לינק.

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:27 pm

· #70996
שכויח לאדעך אפ, למעשה וואס וועט יעצט נפתלי טוען, איך בין נישט מקנא זיינע ארומענדע

לאדיך אפ » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:30 pm

· #71000
כמיין אז יענע אשכול איז געווען טעלעפאן זכרונו לברכה נישט נפתלי זאל לאנג לעבן.

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:38 pm

· #71006
אבער ער זאגט דאך ביודעי ומכירי קא אמינא

לאדיך אפ » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:44 pm

· #71009
ווייסעך נישט

יתרו » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:54 pm

· #71673
זאלץוואסער
איך וואלט גערן גערן געשריבן אויף קאווע שטובל, הגם איך דריי זיך נישט ארום און שרייב אין אלע פארומ'ן וואס זענען פארהאנען. איינער האט מיר אנגעוויזן אייוועלט און דארט בין איך געבליבן, אבער וויפיל מאל איך האב געוואלט דא שרייבן, אלס האט זיך מיר די אויגן פארהאנקערט מיט זאכן וואס איך גלייך נישט, און עס איז נישט מער ווי יושר אז איך זאל שרייבן דארט ווי איך גליך יא! ניין?

שפאצירניג היינט אין ביצה וועלט, האב איך מיך באגעגנט מיט זאלץ וואסער'ס ארטיקל "דער סוד", זעה איך דארט אז דער ארטיקל פארמאגט דריי גאנצע בלעטער תגובות, האב איך געטאן א בליק אריין אין די תגובות דארט ומיד צהבו פנים של יתרו, עטס הערטס דריי גאנצע בלעטער פון איין שורהדיגע תגובות, בערך אזוינע תגובות,
-מורעדיק,
-הערליך,
-פשששששי האאאאאא,
-מים מלח ימתקו
-נכנס מלח יצא סוד,
-אזא שרייבער שרייב אפטער,
-זיך באלעקט די פינגער,
- א שאד עס איז נישטא א לייק קנעפעל אזוי ווי אין קריאת שמע
-ממש אזוי צו די זאך, נאך נישט געליינט אזאנס,
-האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פין מויל
וכהנה וכהנה קורצע טרעפליכע תגובות,
נא א ווינדער אז זאלץ וואסער גלייכט עס דארט, איך אין זיינע הויזן וואלט נישט געווען בעסער.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:54 am

· #71747
יענץ איז אנשטאט א "לייק" קנעפל.
די איינציגסטע וועג דארטן אויסצודרוקן אנערקענונג, איז דאס בפירוש ארויסשרייבן.

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:55 am

· #71748
דאס איז א חסרון, ס'ברענגט צו ביטול תורה. דא קען מען געבן איין קליק און ווייטער לערנען

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:57 am

· #71749
זר זהב
דאס איז א חסרון, ס'ברענגט צו ביטול תורה. דא קען מען געבן איין קליק און ווייטער לערנען

😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

זאלץוואסער » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:05 pm

· #72167
דארט ווען מ'מעקט אפ א תגובה. לאזט מען כאטש וויסן... און מ'שמועסט עס אויס ווי געהעריג. פארשטייסטו?

זאלץוואסער » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:09 pm

· #72169
יעצט אזוי ארום קוקנדיג זעה איך אז דא איז דא מער לאך ווי בייגל!!! עס טוט זיך א געמעקעכץ אויף רעכטס און אויף לינקס! נו וואס זענט איר בעסער ווי די צענזור פון אייוועלט? איז דאך שוין גוט אזוי! ניין?

זאלץוואסער » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:16 pm

· #72172
זיי נישט ברוגז! איך ווייס נישט אויב אייוועלט איז דאון. איך זעה אז איך האב דא געקאמענט עטליכע מאל און עס פעלט... אויך דער עיקר ארטיקל וואס שרייבער האט געברענגט פעלט! איך האב נישט קיין פראבלעם, און קיינמאל נישט געהאקט אויף איינעם. עס איז פשוט א מין פאראנאיע אז ווען איינער שרייבט דארט מיינט אז ער וויל נישט שרייבן דא, און דאס איז געווען מיין פוינט.

אויב שטיי איך דיר אין וועג לאמיך וויסן איך וועל מיך רוקן אין די זייט... איך האב פלאץ...

לאדיך אפ » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:21 pm

· #72174
זאלץוואסער
דארט ווען מ'מעקט אפ א תגובה. לאזט מען כאטש וויסן... און מ'שמועסט עס אויס ווי געהעריג. פארשטייסטו?

דאס איז צוםפארדאנקן קאווע שטיבל. דו ביסט דארט נאר פון נאך קאווע שטיבל האט זיך געעפנט. איך געדענק נאך ווען מ'האט נישט מודיע געווען.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:22 pm

· #72175
ר' זאלטץ טייערער איר ליידט אויף פאראנויע צו וואס? איך האלט מיט דעם אשכול מיום היווסדה און איך זעה נישט גארנישט וואס עס מען האט געמעקט, אויך איז אייער ארטיקל בכלי של שרייבער קאי וקים , פון וואס רעדט איר?

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:40 am

· #72287
יתרו
זאלץוואסער
איך וואלט גערן גערן געשריבן אויף קאווע שטובל, הגם איך דריי זיך נישט ארום און שרייב אין אלע פארומ'ן וואס זענען פארהאנען. איינער האט מיר אנגעוויזן אייוועלט און דארט בין איך געבליבן, אבער וויפיל מאל איך האב געוואלט דא שרייבן, אלס האט זיך מיר די אויגן פארהאנקערט מיט זאכן וואס איך גלייך נישט, און עס איז נישט מער ווי יושר אז איך זאל שרייבן דארט ווי איך גליך יא! ניין?

שפאצירניג היינט אין ביצה וועלט, האב איך מיך באגעגנט מיט זאלץ וואסער'ס ארטיקל "דער סוד", זעה איך דארט אז דער ארטיקל פארמאגט דריי גאנצע בלעטער תגובות, האב איך געטאן א בליק אריין אין די תגובות דארט ומיד צהבו פנים של יתרו, עטס הערטס דריי גאנצע בלעטער פון איין שורהדיגע תגובות, בערך אזוינע תגובות,
-מורעדיק,
-הערליך,
-פשששששי האאאאאא,
-מים מלח ימתקו
-נכנס מלח יצא סוד,
-אזא שרייבער שרייב אפטער,
-זיך באלעקט די פינגער,
- א שאד עס איז נישטא א לייק קנעפעל אזוי ווי אין קריאת שמע
-ממש אזוי צו די זאך, נאך נישט געליינט אזאנס,
-האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פין מויל
וכהנה וכהנה קורצע טרעפליכע תגובות,
נא א ווינדער אז זאלץ וואסער גלייכט עס דארט, איך אין זיינע הויזן וואלט נישט געווען בעסער.

איך פארשטיי נישט, לכאורה איז זאלץ וואסער נישט פון די אחראים אין ביצה וועלט (וואו דו רופסט עס) איז וואס האבען מורא מענטשען צו שרייבען קריטיק? נאר לכאורה זענען זיי גוטע הערצער און ווילען איהם נישט ווי טוען!?

נפתלי » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:52 am

· #72298
ביטע הערטס אויף צו זיין ביזי מיט אייוועלט אייוועלט, אייוועלט אהער אייוועלט אהין, אין אייוועלט וואלט מען דאס געטוהן אין אייוועלט וואלט מען יענץ געטוהן, אין אייוועלט וואלט מען געמעקט, אין אייוועלט וואלט מען מורא געהאט צו זאגן קריטיק, אין אייוועלט וואלט מען אים חוסם געווען, וכו' וכו'
פאר דעם האט מען געפענט קאווע שטיבל כדי צו קענען בעשן אייוועלט? הערטס אויף!!!
גענוג געווען מיטן זיך ארויפכאפן אויף יעדע נערישקייט וואס איינער אויף אייוועלט האט געשריבן אדער געטוהן און טרואמפירן (גוט געספעלט?) אז העעע אונז זעמער סאך בעסער,
גענוג מיט די בעבישקייט, לאז דאס פאר די אייוועלט מעמבערס.

יידל
גענוג מיט די אייוועלט בעשינג. אייוועלט איז איין סארט סייט, קאווע שטיבל א צווייטע. ביידע ערפילן א תפקיד.
ווי האט דער סטייפלער געזאגט? כלל ישראל מעג גיין צו די בחירות, אבער מ'דארף אויך א נטורי קרתא וואס זאל שטיין אין שרייען אז מ'טאר נישט. והנמשל מובן.

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:00 am

· #72299
נפתלי אוי ווי די ביסט גערעכט, אבער דא האט מען זיך גענומען צום זאלץ וואסער נישט צום וועלט!

מ גפני » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:18 am

· #72304
יתרו האט געשריבן: שפאצירניג היינט אין ביצה וועלט
😂 😂 😂

נפתלי » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:37 am

· #72308
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב זיך באצויגן צו די לעצטע שורה פון טעפל אז אין אייוועלט האט מען מורא צו שרייבן קריטיק, דאס האט מיר ארויפגעברענגט מיין אלטע ווייטאג, וואט די העק....

זאלץוואסער » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:45 am

· #72338
איך אויך
ר' זאלטץ טייערער איר ליידט אויף פאראנויע צו וואס? איך האלט מיט דעם אשכול מיום היווסדה און איך זעה נישט גארנישט וואס עס מען האט געמעקט, אויך איז אייער ארטיקל בכלי של שרייבער קאי וקים , פון וואס רעדט איר?


אקעי! איך בין מודה אז איך האב א צייט געליטן אויף אטאקע'ס פון פאראנויע.. הגם איך וואלט נישט געוואלט מ'זאל שמועסן דערפון אין די גאס...
נעכטן בין איך אריין דא קוקן וואס טוט זיך, און עס איז געווען פארמעקט... קען זיין איך האב נישט גוט געזעהן אבער עס דוכט זיך מיר אז עס זענען דא צווישן אונז וואס ווייסן פון וואס איך רעד... און אויב נישט בעט איך אייך אלע איבער. עס איז א שאד די איבריגע פיבער. איך בין געווארן ברוגז זעהנדיג אז מ'מעקט דא אויך. דעטס אלל...

כאטאסי אוויסי פאשאטי...

זאלץוואסער » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:46 am

· #72339
[ציטאט אראפגענומען]

ווי שוין ערווענט! עס איז געווען געמעקט ביי מיר אויפן קאמפיוטער... עס איז א שאדע אז איך האב נישט קיין סקרין שאט... נאר וואס האבעך זיך צו דינגען.. איך בעט איבער דעם ראש הקהל...

זאלץוואסער » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:51 am

· #72342
שוין! לאמיר גומר זיין בכי טוב! איך בעט אייך אלע איבער! גארנישט געמיינט! איך בין סתם פערענוי! איך זעה יעצט איז אלעס צוריק אין פלאץ! לאמיר זיך געזעגענען אלס גוטע פריינט, ווי נישט ווי זענען מיר דאך אלע קינדער פון איין טאטן.

אויב איימיצער שפירט זיך געטראפן אז איך האב עפעס געזאגט, ביטע מיך לאזן וויסן אין אישי... מיין גאנצע שרייבן איז נאר א זייטיגע האבי און איך בין נישט דא זיך צו פארזינדיגן פאר ג-ט מיט דעם...

הצלחה אידן!

דעינעש » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:43 pm

· #72357
בשוא"א. בלייבט דא מר. זאלצי. פרובירט צו כשר'ן דאס מערסטע אויך דא.

שרייבער » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 2:51 pm

· #72407
דעינעש
בשוא"א. בלייבט דא מר. זאלצי. פרובירט צו כשר'ן דאס מערסטע אויך דא.

ידען » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 1:59 pm

· #73631
שרייבער
דעינעש
בשוא"א. בלייבט דא מר. זאלצי. דא.

ידען » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 2:00 pm

· #73632
וואס דאפמען כשרען?