פארמעקטע אשכולות
היות די אשכול "כופר לאזט איבער זיין ווייב און קינדער" האט דיסקוסירט א פריוואטע מענטש האט די הנהלה איינשטימיג באשלאסן צו פארמעקן דעם אשכול. מיר אנטשולדיגן זיך פאר די אומאנגענעמליכקייט וואס דאס פארמעקונג פארשאפט, ואתכם הסליחה.
די אשכול "איבער'ן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן" איז צייטווייליג פארמעקט ווי לאנג די הנהלה וועט קומען צו אן החלטה דערוועגן. ואתכם הסליחה.
די אשכול "פארוואס איך פארלאז קאווע שטיבל" איז פארמעקט געווארן. הודעות קענען באריכטעט ווערן דורך ניצן דעם "באריכט" קנעפל העכער יעדע הודעה, פאר פראבלעמען מיט ניקים וכדומה קען מען שיקן אן אישית צו איינער פון די מנהלים. אויב וויל מען שרייבן איבער וואס מען מעג יא אדער נשט שרייבן אין קאווע שטיבל, איז דא פאר דעם מיוחד
א ספעציעלן אשכול. מער כלליות'דיגע פראבלעמען קענען געשריבן ווערן אין די אשכול מיטן קעפל "
בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן".
די אשכול "וואס קען מען טאן צו די נפיחות" איז פארמעקט געווארן וויבאלד עס איז נישט געשריבן געווארן אויפן ניווא פון כבוד אדם וואס פארלאנגט זיך אין קאווע שטיבל. מיר אנטשולדיגן זיך פאר די צוויי-דריי חברים וואס האבן דארט געשריבן הודעות.
אן אשכול אין א שמייכל איז פארמעקט געווארן וויבאלד עס איז נישט נאכגעקומען דעם סטאנדארט פון קאווע שטיבל.
די אשכול איבער א זוך אקציע איז אוועקגענומען געווארן ווייל עס איז מער נישט נוגע, און עס רעדט זיך פון א פריוואטן מענטש.
די אשכול "פרישע מערכה אין וויליאמסבורג: קעגן 'ראבסקי' גרופע" איז פארמעקט געווארן ווייל דא איז נישט די פלאץ פאר פריוואטע געפעכטן.
דער אשכול "דער יונגער אלמן האלט שוין פארן אירוסין" איז צייטווייליג אוועקגענועמען געווארן.
דער אשכול "וואס גייט פאר אין ניקלשבורג" איז אויך צייטווייליג אוועקגענומען געווארן.
ביידע דארפן אדורכגיין א גרונטליכע באהאנדלונג און ווערן אויסגערייניגט פון פריוואטע און נישט בכבוד'יגע אויסדרוקן, וועלכע זענען נישט נאכגעקומען דעם סטאנדארט פון קאווע שטיבל.
די אשכול "א נפיחה לשם מצוה" איז אוועקגענומען געווארן וויבאלד עס איז נישט געשריבן געווארן אויפן ניווא פון כבוד אדם וואס פארלאנגט זיך אין קאווע שטיבל. מיר אנטשולדיגן זיך פאר די עטליכע חברים וואס האבן דארט געשריבן הודעות.
דער אשכול אמן יתומה א מעשה מיט די ויחי יוסף,
איז אוועקגענומען געווארן ביזן קומען צו א באשלוס
די אשכול "שרעקליכע סקאנדאל: שמוציגע מעסעזש אין א מזוזה" איז אוועקגענומען געווארען לפי בקשת החברים והחלטת ההנהלה צוליב די אומפאסיגקייט. מיר אנטשולדיגן זיך פאר די עטליכע חברים וואס האבן דארט געשריבן הודעות.
די אשכול "מי כעמך השווארצע..." איז אוועקגענומען געווארן צוליב נישט נאכקומען די סטאנדארטן וויאזוי צו עפענען אן אשכול.
דער אשכול "הענא אדער העניא" איז אוועקגענומען געווארן וויבאלד דא איז נישט די פלאץ פאר פריוואטע געפעכטן.
דער אשכול פון א פארלוירענעם בחור איז אוועקגענומען געווארן מטעמים מובנים.
א ספעם אשכול איז פארמעקט געווארן, מיט אנטשולדיגונג פאר די חברים וואס האבן געשריבן דארט הודעות.