דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #2398
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2398
שוין לאנג נישט אזוי גוט נישט געשריבן...
איימיצער האט א טיילענאל ביטע?
[ציטאט אראפגענומען]
לפום ריהטא האסטו גענוצט כפל. 450 איז 9 מאל פופציג.
אויב דארף מען 100 ווערטער, דאן איז עס בלויז 4.5 מאל.
איך האלט אויך אז איך קען נישט שרייבן והא ראיה אז איך שרייב כימעט נישט ווען איך קען יא שרייבן וואלט שוין דאס געווען מיין 1000 תיגובה אבער אזוי ווי איך קען נישט שרייבן איז עס נאר מיין 73 תיגבה און נישט מיין 1000 תיגבה אזוי ווי איך קען נישט שרייבן וועל איך שוין מסיים זיין מיט א ווארט פון די וואכענדיגע סדרה עס שטייט די וואך און רש"י . איין מינוט איך האב יעצט גענדיגט שרייבן אז איך קען נישט שרייבן וויאזוי קען איך שרייבן א ווארט אויף די וואכענדיגע סדרה אלה מאי קומט דאך אויס אז איך קען יא שרייבן און אז איך קען שרייבן נא פארוואס שרייבסטו טאקע נישט מיז זיין אז איך קען נישט שרייבן איך וועל נאר מסיים זיין מיט א ווארט פון קאצקער זאגט מען עס נאך ביז מיר וועלן זוכה זיין אקעגן צו גיין די גואל צדק במהרה בימינו אמן ....
נ.ב. ווער עס האט גלאו צאמצוקלעבן איין ווארט צום צווייטן קען זיך מעלדן צום שפילער

מיקוה'לע, זיס. שאץ זיך נישט אונטער!
כ'על ענק זאגן וואס איך טראכט.
כ'האב א ידיד מיינער וואס ווען ער הייבט אן רעדן פארגעסט ער צו ענדיגן.
צו גיסן זאלץוואסער אויף די אייער, רעדט ער נאך מיט א געוואלדיגע אומ'חן, וואס קריכט אויף די נערוון.
און נישט נאר דאס, נאר ווען ער ענדיגט דעם ערשטן זאץ ווייס איך שוין גענוי וואס ער וויל פון מיר, אבער ער וועט עס איבער'חזר'ן פעמיים ושלש וארבע מיט א דוגמא און א משל, און איך קען אים נישט סטאפן.
פאר אזעלכע פארשוינען העט איך ווען געגעבן רשות כניסה בתנאי ער זאל "גארנישט" שרייבן.
איינער האט אמאל געזאגט פאר א צורודערטן רעדנער וואס קיינער האט נישט געהאט קיין געדולד אים אויסצוהערן, "איך גלייך אייערע קאסעטעס", פארוואס? האט ער געפרעגט.
"ווייל אייערע טעיפס קען איך פארלעשן ווען איך ווער מיד אויסצוהערן".
עט ליעסט קען מען כאטשיק איבערהיפן די תגובות פון די חברה.
הלואי ווען מען קען ארויפקלעבן אויף יעדן מענטש א סטאפ באטן מיט א וואליום קאנטראל (ספעשל אויף די בעביס וואס וויינען ביינאכט..), אבער שוין, וואס חלום איך דא בהקיץ.

יעדער וויל אנקומען צו "מאחורי" קען איינער אפשר זאגען וואספארא סחורה מ'פארקויפט דארט?
ס'דערמאנט מיר די משל פון ר'נחמן וועגען די יצר הרע, א מענטש איז אמאל ארום געלויפען מיט א פארמאכטע האנט, מענטשן זענען אים נאכגעלויפען א גאנצע טאג צו זען וואס ער האט, ביז ער האט גע'עפענט די האנט און מ'האט געזען אז ער האט גארנישט. די זעלבע איז מיט די יצר הרע, מ'לויפט אים נאך א גאנץ לעבן דערנאך זעט מען אז ער האט גארנישט פארמאגט.
אוי וויי ס'פעלט מיר נאך צו די 100 ווערטער, וואס נאך קען מען שרייבן...

אוטספאוקען, כאפ דא א בליק, אפס קצהו תראה וכולו לא תראה, ס'איז דא פיל מער ווי דעם.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/18118">viewtopic.php?p=18118#p18118</a><!-- l -->

איך האב אויך געמיינט אז איך וועל קיינמאל נישט שרייבן אסאך. למעשה, איינמאל מען שרייבט א תגובה וויל מען נאכאמאל שרייבן. שרייב אבער נישט נאר פאליטיק... 😉
שמעקעדיגאיימיצער האט א טיילענאל ביטע?
האסט מיר געגעבן א געדאנק פאר א גוטע ביזנעס. כ'זאג אויף מיין דזשאב מארגן, בל"נ. כ'על ארומגיין אין בתי מדרשים שבת הגדול און שבת תשובה (שובה) מיט א פלעשל טיילענאל.
וויפל פלאנסטו צו בעטן פאר איין טיילנאל ?
איך שרייב אויך נישט. ווען איך שרייב ווען וואלט מען מיר ארויסגעפירט פון דא. משוגע וואלט עטץ געווארן
בנוגע וואס מען רעדט דא: אונזערע סיסטעם ארבעט בכלל נישט אויף דער אופן. איר קענט פרעגן סיי וועלכע רב אדער רבי. פאר די קריג איז בכלל נישט געווען דער מושג פון א קאווע שטיבל אינדערהיים. די שאלה איז נאר וויפיל מען האט געשריבן און וויפיל מען האט געענטפערט. סתם שרייען האט נישט קיין פשט, נאר טאמער מען מיינט עס ערענסט. עס איז דא אסאך ארומצורעדן דערוועןג ועוד חזון למועד...
ווען ענק וועלן ענדיגן צו ליינען די תיגובה וועט שוין זיין צו שפעט צו כאפן אז איך האב גארנישט געשריבן
[ציטאט אראפגענומען]
כאב שוין עטליכע מאל באגעגענט די ווארט מאחורי אין שטיבל קען איינער פליז זאגן וואס דאס איז תענכס אין עטווענטץ
אלזא[ציטאט אראפגענומען]
כאב שוין עטליכע מאל באגעגענט די ווארט מאחורי אין שטיבל קען איינער פליז זאגן וואס דאס איז תענכס אין עטווענטץ
קוק דא
דער אמת איז אז אויב פאנגט מען אן צו שרייבן אן א ציל וואס "מ'וויל" שרייבן, וועט מען טאקע נישט האבן וואס צו שרייבן.
די ערשטע זאך מוז מען וויסן די עיקר פוינט וואס מ'וויל דא ארויסברענגן. מען דארף זיך אליינס פרעגן: וואס איז מיין ציל ארויסצוברענגן? וואספארא מעסעדסש וויל איך שיקן פאר די ליינער? איינמאל די צוויי קשיות האבן א תירוץ איז שוין סאך גרינגער.
איך דערמאן מיך ווען כ'האב גענומען דרייווינג לעסאנס און איך בין געווען זייער גערשראקן נישט וויסענדיג אויב איך פאר גראד. האט מיר די אינסטראקטער דעמאלטס געזאגט: די קוק נאר ווי די ווילסט אנקומען און דיין מוח וועט שוין אליינס אויספיגערן וואס צו טון.
די זעלבע זאך איז מיט שרייבן. אז מ'ווייסט ווי אהין מ'וויל אנקומען דארף מען נישט פאראויסטראכטן יעדעס ווארט פינקליך וויאזוי עס זאל זיין געשריבן. מ'פאנגט אן מיט אן אינטראדאקשן און אזוי פארט מען, ווען אינמיטן וועג ווארפט מען אריין אפאר מעשיות, משלים אדער סתם וויצן ביז מ'דרוקט דעם "שיק" קנעפל.