☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שו"ת 'לייקס' והמסתעף

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2553
בלאט: 1 2

חאצקעל שניידער » זונטאג מאי 3, 2015 10:52 pm

· #272233
Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף
א דיסלייק מיינט נישט אומדאנקבארקייט וואו סשטייט אין יענער אשכול נאר סגפעלט מיר נישט וואס דו זאגסט.

הוגה » זונטאג מאי 3, 2015 10:57 pm

· #272236
וואס איז די געדרענג צו לאזן יענעם אדער יעדעם וויסן אויב ביזט יא מסכים אדער נישט מסכים? וועם אינטערעסירט עס? מילא א לייק איז דא צו געבן חיזוק פאר יענער ווייטער צו שרייבן, ווידער העדר הלייק נעמט אוועק דער חיזוק. אבער לאזן יעדעם וויסן אז "איך" האלט אנדערש, "איך" בין קלוגער, "איך" בין פרומער, דו זעסט נישט עפעס מאדנע אין דעם? דאס איז פארשטייט זיך נישט געזאגט געווארן אויב האסטו עפעס אינטעלעקטואל צוצולייגן צום שמועס


.

חאצקעל שניידער » זונטאג מאי 3, 2015 11:12 pm

· #272238
Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף
נא אוועק נעמען חיזוק דארט וואו ער שרייבט נישט צום זאך איז דאך גוט וועט ער קומענדיגס מאל טראכטן צוויי מאל פאר ער שרייבט אזוי העט מען האבן דא אביסל זאכליכע און מער אויסגעהאלטענע תגובות דא אין שטיבל.

הוגה » זונטאג מאי 3, 2015 11:14 pm

· #272240
האב איך דאך געשריבן אז העדר הלייק איז גענוג פאר דעם.

חאצקעל שניידער » זונטאג מאי 3, 2015 11:45 pm

· #272250
Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף
העדר הלייק קען מיינען אז כהאב עס נישט געליינט סקען מיינען סאינטערסירט מיך נישט כהאב נישט קיין דעה אין דעם.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 4, 2015 12:05 am

· #272255
Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף
סאיז אויך אינטערסאנט עכ״פ איך וואלט געוואלט וויסען נאך איך שרייב עפעס וואס דער דעת הקהל איז יא מסכים נישט מסכים, באשר ובכן א נישט יעדער האלט ביים שרייבען א תגובה דערגעגן.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 4, 2015 7:40 pm

· #272520
Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף
כבין נישט מסכים!!
הא הא אפגעפאשט דיין לאנגע דעטאלירטע תגובה מיט ׳כמעט׳ גארנישט אן א דיסלייק קנעפל , אפשר דער כמעט מאכט טאקע אויס הא?[emoji6][emoji2][emoji5]️
בלאט: 1 2