☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קארגשאפט צו לייקן?

קארגשאפט צו לייקן?

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #676
בלאט: 1 2

ידען » מאנטאג מאי 21, 2012 10:23 pm

· #14074
קארגשאפט צו לייקן?
איך קיק אלעמאל אין די זייט פון די ניקס און אסאך מאל זעהט מען אז סע דא וואס האבן מער לייקס ווי זיי אליינס לייקן אנדערע און איך ווינדער מיך וואס דעיס מיינט.

כאב שוין געהערט און געזעהן מענטשן וואס האבן א קארגשאפט צו געבן געלט אדער זאכן פאר אנדערע ווייל אפשר האט מען מורא אז מע וועט נישט האבן געהוג אדער ווען אפי׳ א עושר וואס האט מער געלט ווי ער זאל קענען אויסגעבען זיין גאנצע לעבן אבער קען נישט אוועקגעבן פאר אנדערע ווייל ער פילט אז ער געט עפעס אוועק פון זיין אייגענע לעבן וואס ער האט נעבעך אפגעארבעט אזוי שווער צו עס מאכן און פארדינען , אבער געוואלד לייקס האט דאך יעדער מער ווי גענוג, פארוואס זאל זיין ניקס וואס האבן געגעבן א פאר single digit לייקס און האבן שוין הונדרעט און מער באקומענע לייקס?

דבילה » מאנטאג מאי 21, 2012 11:22 pm

· #14084
יעצט האבעך שוין מורא דיר צו לייקן!!! געוואלד! שטעל דיר פאר אז יעדער וואס ליינט דיין תגובה 'עט דיר לייקן, 'עסט דאך זיין אין דעם זעלבן פראבלעם!!!

אבער דאך, נאדיר א לייק!!!

ידען » דינסטאג מאי 22, 2012 8:11 am

· #14127
דבילה
יעצט האבעך שוין מורא דיר צו לייקן!!! געוואלד! שטעל דיר פאר אז יעדער וואס ליינט דיין תגובה 'עט דיר לייקן, 'עסט דאך זיין אין דעם זעלבן פראבלעם!!!

אבער דאך, נאדיר א לייק!!!

Lol

איך טייל גענוג און נאך. איך האב דאך endless לייקס ביי מיר און איך מאך זיכער צו געבן סאך מער וויפיל איך באקום.

איך מיין איך האב ערגעץ געשריבן (אדער געלייענט?) אז איך גגעב נישט קיין לייק פאר איינעם וואס האט מער לייקס ווי ער געט פאר אנדערע. 😉 אויסער דעם געב איך אין גרויסן.

איינער » דינסטאג מאי 22, 2012 8:49 am

· #14129
איך קען נישט מער נישט מסכים זיין מיט ״ידען״ דא.
אויב מען לייקט; לשם לייקן, ווייל מען וויל נישט זיין קארג אדער ווייל עס פאסט. דאן איז די לייק פונקציע גענצליך איבריג.
און קיינער זאל נישט לייקן די תגובה נאר אויב ער לייקט עס טאקע.

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 22, 2012 8:53 am

· #14131
ידען
דבילה
יעצט האבעך שוין מורא דיר צו לייקן!!! געוואלד! שטעל דיר פאר אז יעדער וואס ליינט דיין תגובה 'עט דיר לייקן, 'עסט דאך זיין אין דעם זעלבן פראבלעם!!!

אבער דאך, נאדיר א לייק!!!

Lol

איך טייל גענוג און נאך. איך האב דאך endless לייקס ביי מיר און איך מאך זיכער צו געבן סאך מער וויפיל איך באקום.

איך מיין איך האב ערגעץ געשריבן (אדער געלייענט?) אז איך גגעב נישט קיין לייק פאר איינעם וואס האט מער לייקס ווי ער געט פאר אנדערע. 😉 אויסער דעם געב איך אין גרויסן.

ביסט נישט אינגאנצן גערעכט מיט דיין שטעלונג, ווייל לייקן קען מען נאר איינמאל, דאגעגן באקומען לייקס קען מען אפילו 1000 פער תגובה (נאר א משל), אלזא דאס וואס איך האב מער לייקס איז נישט ווייל איך קארג מיט לייקן, אדרבה ואדרבה איך טייל ביד רחבה, נאר דאס וואס איך האב מער באקומענע לייקס איז ווייל אסאך תגובות פארמאגן מער ווי איין לייק און אפילו מער ווי צוויי, איך האף אז דו פארשטייסט.

ידען » דינסטאג מאי 22, 2012 11:42 am

· #14161
חלילה לי מעשות כדבר הזה צו לייקן אין די וועלט אריין, דעמאלס וועל איך אויסזעהן ווי דער ניק וואס איז דא איינמאל אויפגעשטאנען און גענעמען לייקן אז מע איז ממש משוגע געווארן. לייקס דארף זיין נאר ווען מע האט הנאה פון א תגובה, אבער וואס איך מיין אז סע דא גענוג גוטע זאכן וואס מע קען לייקן.

געמיינט האב איך זיכער נישט אזעלעכע ווי שמואל הלוי וואס קארגט בכלל נישט ווי מע זעהט אז ער האט געגעבן איבער 300 לייקס. איך האב געמיינט די וואס האבן ממש א פאר לייקס געגעבן און זעכער האבן זיי שוין מער הנאה געהאט פון לייענען און מיט דעם אלעם איז זיי זייער זייער שווער צו ריקן די מייזעלע און אראפקוועטשען די לייק הענטעלע.

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 22, 2012 2:44 pm

· #14213
ידען, נישט יעדער קומט דא באוואפענט מיט מייזלעך, אסאך מאל בין איך דא מקיים דעם ובלכתך בדרך און מיין אפערא מיני האט נישט דעם לייק אפציע. איז טאמער איז עס עפעס אויסערגעוויינליך גוט וועל איך נעמען די מיה און קאפיען און פעיסטען די לינק אין די סטאק בראוזער און לייקען דארט, אדער פראבירן צו געדענקען ווען איך באזעץ מיר אויפן קאמפיוטער פאטעל, אבער פאר א הודעה וואס איז סתם אזוי גוט איז נישט שייך זיך צו באמיען. איך האף איר נעמט עס נישט פראזענליך.

ידען » דינסטאג מאי 22, 2012 6:05 pm

· #14261
אה דעס איז שוין א אנדערע מעשה. פארוואס טאקע קעמען נישט לייקן ביי אפערע? אפשר דארף מען עפעס טוישן?

איך נעם עס נישט פערזענליך. איך מיין בעיקר אנדערע שרייבער וואס אסאך מאל זעה איך אז יענער האט זיך גוט אנגעשטרענגט און געשריבן גוטע זאכן און קיינער קימערט זיך נישט צו לייקן (חוץ איך...)

ידען » מאנטאג יוני 18, 2012 10:32 pm

· #18491
צו דערמאנען פאר די נייערע מעמבערס און פאר די אלטע אז זיי זאלן נישט פארגעסן מחזק זיין די נייע חברה אז זיי זאלן פילען גוט צו בלייבן שרייבן דא.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 19, 2012 1:08 am

· #18520
איך האב טאקע געוואלט מעורר זיין א נקודה, אסאך מאל זעט מען איינער לייגט ארויף א פיינע אשכול\תגובה, א זאפטיגס, און דער עולם הייבט אן צו לייקען, אלס זייער פיין און וואויל, אבער אמאל בימים כתיקונם, ווען וועלט איז געווען וועלט, ווען איינער האט ליב געהאט א תגובה האט מען געברויכט זיך אנשטרענגען און שרייבען א תגובה, און אז מ'האט שוין געהאלטן די פעדער אין די הענט האט מען שוין צוגעלייגט א הערה'לע, א קריטיק, א סתירה, אבי עפעס, אבער ס'האט זיך געפלאכטן א שמועס דערפון, היינטיגע צייטן איז דאך אכשר דרא, ווען ס'געפעלט עפעס רוקט מען דעם מייזל ארויפציר אביסל לינקס און מ'קוועטשט ארויס א לייק און דאס איז עס, יצא ידי חובתו, קען אמאל זיין א באמבע פון א תגובה, ס'שורה'ט זיך אויס א ליסטע פון צען צוועלעף לייקס און דא ענדיגט זיך די מעשה, דעד ענד. און סאיז א גרויסער שאד.

אלזא וואלט איך געוואלט בעטן דעם עולם, אנשטאט אמר ויבא ארבה "וילק" ואין מספר, זייט מקיים פתח צור ויזובו מים און לאזט אייך הערן.

אויב שטימט איר צי צו וואס איך זאג, אנשטאט צו לייקען שרייבט א תגובה, און טאמער שטימט איר נישט צו, דאן שרייבט אויך.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 19, 2012 1:13 am

· #18521
איך שטים צו מיטן גאנצן הארץ. די לייק קנעפל איז נאר אזא ״פטור בלא כלום אי אפשר״ קנעפל....

DotCom » דינסטאג יוני 19, 2012 1:43 am

· #18528
איך גלייך דאס לייק'ן ווייל דעס פארמיידט פעידזשעס מיט פעידזשעס פון זינלאזע תגובות, אז איינער האט עפעס זאכליך צוצולייגן זאל ער שרייבן, סתם רעדן לשם רעדן איז דאך דא די פינעף ווערטער אשכולות פארדעם, למשל אין היידפארק אדער אייוועלט קענסטו אסאך מאל מישן 5 פעידזשעס ווילאנג איינער רעדט צום זאך, און אזוי אויך ווערט עס פארשלונגען ווי פרעה'ס קוען צווישן אלע טראללער'ס און קאמפלימענטס וכדו'.

כאב דיר אבער נאכאלס געלייקט יעצט צוליב דיין זאפטיגע קאטשעניאו שפראך.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 19, 2012 1:50 am

· #18530
DotCom
איך גלייך דאס לייק'ן ווייל דעס פארמיידט פעידזשעס מיט פעידזשעס פון זינלאזע תגובות, אז איינער האט עפעס זאכליך צוצולייגן זאל ער שרייבן, סתם רעדן לשם רעדן איז דאך דא די פינעף ווערטער אשכולות פארדעם, למשל אין היידפארק אדער אייוועלט קענסטו אסאך מאל מישן 5 פעידזשעס ווילאנג איינער רעדט צום זאך, און אזוי אויך ווערט עס פארשלונגען ווי פרעה'ס קוען צווישן אלע טראללער'ס און קאמפלימענטס וכדו'.

כאב דיר אבער נאכאלס געלייקט יעצט צוליב דיין זאפטיגע קאטשעניאו שפראך.

פארשטייט זיך כ'נישט געמיינט אז מ'זאל לייגען א תגובה פון צוויי ווערטער, נאר אנשטאט די אשכול זאל זיין א דומם וואן וועי טרעפיק, זאל עס זיין א חי - מדבר טו וועי סטריט.
און ס'האט מיר גענומען א מנוט צו כאפן ווי קאטשעניו קומט אריין די, אה, געפילטע פיש, אשפג...

משכיל » דינסטאג יוני 19, 2012 2:20 am

· #18537
די גמרא זאגט אין יומא כו. אז דער פסוק ברך ה' חילו רעד לגבי קטורת וואס איז נישט שכיח און נישט לגבי קרבן עולה וואס יעדער ברענגט איז רש"י מסביר ווייל אויב עס גייט ארויף אויפן קרבן עולה וואלטען דאך אלע געווארען רייך, פי' און ווען אלע זיינען רייך איז דאס נישט רייך, והוא הדין לגבי די לייקס

גלות יוד » דינסטאג יוני 19, 2012 12:59 pm

· #18613
ווען איך בין אחראי נעם איך יעצט אוועק די לייק קנעפל

ידען » דינסטאג יוני 19, 2012 1:03 pm

· #18614
גלות יוד
ווען איך בין אחראי נעם איך יעצט אוועק די לייק קנעפל

חלילה.

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 19, 2012 1:03 pm

· #18615
גלות יוד
ווען איך בין אחראי נעם איך יעצט אוועק די לייק קנעפל

דו ווילסט עס אוועקנעמען? אויב אזוי פארוואס האסטו שוין געלייקט 17 מאל?

גלות יוד » דינסטאג יוני 19, 2012 4:26 pm

· #18667
נאר 17 מאל

פעדער » דינסטאג יוני 19, 2012 10:24 pm

· #18768
איך האלט אויך אז די לייק קנעפל איז נישט קיין טובה, וויבאלד ס'פארמינערט די צאל תגובות! מ'וואלט אסאך מער געשריבן ווען נישט די לייק. אזוי פטר'ט מען זיך מיט א לייק. כ'זאג נישט! בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער. אבער ויש לדון בזה, וואס ס'איז געשמאקער פאר א מענטש צו זען? פיר פינף געשריבענע תגובות? אדער זיבן אכט לייקס, ווען ס'קען אפ' זיין אז קיינער פון די לייקער'ס האט נישט געלייענט די הודעה. אנדערש איז אבער ווען ס'נישטא קיין לייק קנעפל . ווייל אויב האט שוין א מענטש אפגעמאכט ביי זיך צו רעאגירן מיט א תגובה דערויף, וועט ער עס שוין לייענען. נאך מער...אז ער שרייבט א תגובה, מוז זיין אז ער האט הנאה געהאט דערפון, און דאס קען נאר זיין אויב האט ער עס געלייענט.
דאקעגן 'לייקן' נעמט נישט מער ווי א רגע.

איינער » דינסטאג יוני 19, 2012 10:56 pm

· #18771
פעדער

קען זיין, דאס איז די סיבה פארוואס אייוועלט האט נישט א לייק קענפל, ווייל האלב פון די תגובות דארט, באשטייט פון אויס רימען איינעם דעם צווייטען.

שכוח נאכמאל, פאר די גרינדער פון קאווע שטיבל, פאר די לייק קענפל.

פעדער » מיטוואך יוני 20, 2012 10:23 am

· #18858
און די אנדערע האלב איז צען מאל מער ווי די היזיגע ביידע חלקים צוזאמען. קאפשטיק איינער!!
איז בא וראה וועסטו זען אז ווי מער פון די העלפט וואס רימט אויס, אלץ מער גאזעלין געט דאס פאר די דאזיגע וואס טוען אינעם אינדערן חלק.
נאך אלעם באשטייט א פארום, פון שרייבער און לייענער, יעצט די שרייבער שרייבן , און די לייענער באדאנקן זיך. איך רעד נישט פאר מיר! איך רעד פון פאקטן וואס איך זע ביי אנדערע!
און יא! נישט קען זיין דאס איז די סיבה... נאר דאס איז טאקע די סיבה פ"וו אייוועלט פארמאגט נישט קיין לייק קנעפל. וואס מיינסטו? זייט בריאת העולם זענען נאכנישט געווען אזעלכע חכמים וואס האבן געקענט אויפקומען מיט דעם?!

DotCom » מיטוואך יוני 20, 2012 10:42 am

· #18864

אייוועלט איז 95 פראצענט קאמפלימענטס און סתם פלאטשקערייען, כדי צו אנקומען צו א זאכליכע קאמענט וואס קען נוגע זיין דעם תוכן פונעם אשכול ברויך מען צומישן גאנצעטע בלעטער, און ס'איז נאטינג ראנג, זיי האבן עס אויסגעשטעלט אויף אזא וועג און זיי ברויכן זיך האלטן צו זייערע פרינציפן, אבער נישט יעדער מוז דאס ליב האבן, פאר אסאך שרייבער'ס איז א לייק איבער גענוג אויף ווייטערצוגיין, יעדער געשריבענער איבעריגער תגובה נעמט אוועק דאס געדולד פון די ליינער'ס.

א זאכליכער תגובה מיינט אדער אז ס'איז מוסיף אדער גורע עפעס צום עצם ענין, די איבעריגע איז ספעם.

זר זהב » מיטוואך יוני 20, 2012 10:47 am

· #18865

אייוועלט האט זיך טאקע זיינע רולס... אויב וועסטע קוקן גוט וועסטע זעהן אז ס'דא בלויז געציילטע ניקים דארט (פון די סעלפ פראקלאמירטע גוט-שרייבערס) וואס פאר יעדע תגובה וואס זיי שרייבן דארט נעמט זיך האלב איי וועלט צוזאם און איז זיך משתחווה וכורע פאר זיי און קאמפלימענטירט זיי ווי גוט זיי זענען.

אן עקל.

פעדער » מיטוואך יוני 20, 2012 11:01 am

· #18868
איך פארשטיי נישט . וואס איז די עקל?? ווען דא זאל מען כאטש יא באדאנקן יעדע שמויגער, ביסטו א בא בטענה, אבער דא געט מען דאך קוים אפ' פאר גוטע שרייבערס. אלזא מה כל הרעש?? און דו מיינסט אז די א.ג. זעלבסט דערקלערטע (פראקלאמירטע) שרייבער, באקומען אזויפיהל דאנקען וויבאלד מ'קען זיי? האביך פאר דיר נייעס! אז טאקע מיינסטנס פון די גאר בארימטע גוטע שרייבער, קען זיי כמעט קיינער.

און ווידער, וואס איז בכלל די רעדע דא? זיי זענען דאך למעשה טאקע גוטע שרייבער, און אויב יעדער באדאנקט זיי, איז דא א ריזן דערפאר. מסתמא צורייסן זיי דעם עולם פאר געלעכטער. אצינד אנשטאט שטיין אין די זייט און צופלאצט ווערן פאר קנאה, איז דא א בעסערע אויסוועג, "נעם דיך אויך שרייבן, יעדער זאל עס זיין ווער נאר, פארמאגט מיט עפעס וואס צוצוגעבן צום פארום, דער מיט ארטיקלען, דער מיט בילדער, דער מיט טעכניק, דער מיט סתם עצות, דער מיט טעקסט מעסיזשעס, דער מיט 4,5,6,7,8 ווערטער אשכול, און אזוי רבים כהנה. און יעדער מיט - יישר כח'ס וואס דאס איז די אלף בית פון צוזאמהאלטן און מוטיגן פארום מיטגלידער.
ס'האט נישט קיין זין צו שרייען "אן עקל" אויף מענטשן וואס טוען מהנה זיין א ציבור אידן אומזיסט. העכסטנס איז דא א אויסוואל צושווייגן און גארנישט זאגן, אנשטאט יענעם ארונטערצורייסן

פעדער » מיטוואך יוני 20, 2012 11:07 am

· #18871
DotCom
פעדער
און די אנדערע האלב איז צען מאל מער ווי די היזיגע ביידע חלקים צוזאמען. קאפשטיק איינער!!
איז בא וראה וועסטו זען אז ווי מער פון די העלפט וואס רימט אויס, אלץ מער גאזעלין געט דאס פאר די דאזיגע וואס טוען אינעם אינדערן חלק.
נאך אלעם באשטייט א פארום, פון שרייבער און לייענער, יעצט די שרייבער שרייבן , און די לייענער באדאנקן זיך. איך רעד נישט פאר מיר! איך רעד פון פאקטן וואס איך זע ביי אנדערע!
און יא! נישט קען זיין דאס איז די סיבה... נאר דאס איז טאקע די סיבה פ"וו אייוועלט פארמאגט נישט קיין לייק קנעפל. וואס מיינסטו? זייט בריאת העולם זענען נאכנישט געווען אזעלכע חכמים וואס האבן געקענט אויפקומען מיט דעם?!

אייוועלט איז 95 פראצענט קאמפלימענטס און סתם פלאטשקערייען, כדי צו אנקומען צו א זאכליכע קאמענט וואס קען נוגע זיין דעם תוכן פונעם אשכול ברויך מען צומישן גאנצעטע בלעטער, און ס'איז נאטינג ראנג, זיי האבן עס אויסגעשטעלט אויף אזא וועג און זיי ברויכן זיך האלטן צו זייערע פרינציפן, אבער נישט יעדער מוז דאס ליב האבן, פאר אסאך שרייבער'ס איז א לייק איבער גענוג אויף ווייטערצוגיין, יעדער געשריבענער איבעריגער תגובה נעמט אוועק דאס געדולד פון די ליינער'ס.

א זאכליכער תגובה מיינט אדער אז ס'איז מוסיף אדער גורע עפעס צום עצם ענין, די איבעריגע איז ספעם.

אז דו האסט א פראבלעם מיטן מישן לאנג, איז לייען נאר דעם ערשטן ארטיקל. אדער זיי א מזכה את הרבים און זיי מחבר מפתחות פאר יעדע ענין, אזוי ווי עטליכע פיינע אינגעלייט האבן געמאכט אין אייוועלט. איך פארשטיי דיין פראבלעם פון דארפן לייענען יישר כח'ס און געדאנקעכצער וואס האבן גארניקס שייכות מיט דיר, און דעריבער הייסט עס "ספעם". אבער דאס איז כ"ע מודי, אז ווען ס'קומט צו אן אייגן ארטיקל וואס דויערט לאמיר זאגן א שעה צוויי אפצושרייבן איז גאנץ געשמאק צו באקומען א דאנק דערויף. נאר ווען ס'איז פאר יענעם, און דו דארפסט יעצט נאר לייענען די 'זאכליכע' הודעה'ס וואס זענען דיר נוגע, נאר דאן הייסן די אנדערע 'ספעם'.

DotCom » מיטוואך יוני 20, 2012 11:16 am

· #18874
איך קענישט קאמענטירן אויף אנדערע, אבער איך האב שוין גענוג מאל געשריבן תגובות וואס האט מיר גענומען שעות, א לייק איז איבער גענוג, די געשריבענע פרויערישע געלעקעכצער איז אין מיינע אויגן אן עקל און ספעם.

זר זהב » מיטוואך יוני 20, 2012 4:49 pm

· #18935
פעדער
איך פארשטיי נישט . וואס איז די עקל?? ווען דא זאל מען כאטש יא באדאנקן יעדע שמויגער, ביסטו א בא בטענה, אבער דא געט מען דאך קוים אפ' פאר גוטע שרייבערס. אלזא מה כל הרעש?? און דו מיינסט אז די א.ג. זעלבסט דערקלערטע (פראקלאמירטע) שרייבער, באקומען אזויפיהל דאנקען וויבאלד מ'קען זיי? האביך פאר דיר נייעס! אז טאקע מיינסטנס פון די גאר בארימטע גוטע שרייבער, קען זיי כמעט קיינער.

און ווידער, וואס איז בכלל די רעדע דא? זיי זענען דאך למעשה טאקע גוטע שרייבער, און אויב יעדער באדאנקט זיי, איז דא א ריזן דערפאר. מסתמא צורייסן זיי דעם עולם פאר געלעכטער. אצינד אנשטאט שטיין אין די זייט און צופלאצט ווערן פאר קנאה, איז דא א בעסערע אויסוועג, "נעם דיך אויך שרייבן, יעדער זאל עס זיין ווער נאר, פארמאגט מיט עפעס וואס צוצוגעבן צום פארום, דער מיט ארטיקלען, דער מיט בילדער, דער מיט טעכניק, דער מיט סתם עצות, דער מיט טעקסט מעסיזשעס, דער מיט 4,5,6,7,8 ווערטער אשכול, און אזוי רבים כהנה. און יעדער מיט - יישר כח'ס וואס דאס איז די אלף בית פון צוזאמהאלטן און מוטיגן פארום מיטגלידער.
ס'האט נישט קיין זין צו שרייען "אן עקל" אויף מענטשן וואס טוען מהנה זיין א ציבור אידן אומזיסט. העכסטנס איז דא א אויסוואל צושווייגן און גארנישט זאגן, אנשטאט יענעם ארונטערצורייסן

האסט נישט קלאר ארויס וואס מיר באדערט. ס'גוט אזוי.

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 20, 2012 5:00 pm

· #18937
בבחינת "אויף דעם גנב ברענט דאס היטל", האב איך א פילינג אז אויך מיך מיינט מען ציווישען די כלל פון די וואס קארגן אויף די לייקס.
כ'וועל זיך נעמען דערצו כפע מסת הפנאי, אבער בהקדם אנטשולדיקונג פאר די אלע וואס האבן געשריבען ביז היינט אין איך האב זיי נישט געלייקט.
אבער מיין שאלה איז צו אסאך ניקס פארוואס קארגן ענק אזוי מיט תגובות אונעם "תורה ודעת" אפטיילונג?

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 20, 2012 5:18 pm

· #18940
דולה ומשקה
בבחינת "אויף דעם גנב ברענט דאס היטל", האב איך א פילינג אז אויך מיך מיינט מען ציווישען די כלל פון די וואס קארגן אויף די לייקס.
כ'וועל זיך נעמען דערצו כפע מסת הפנאי, אבער בהקדם אנטשולדיקונג פאר די אלע וואס האבן געשריבען ביז היינט אין איך האב זיי נישט געלייקט.
אבער מיין שאלה איז צו אסאך ניקס פארוואס קארגן ענק אזוי מיט תגובות אונעם "תורה ודעת" אפטיילונג?

מ'זעמער א באנדע אמעראצערס...

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 20, 2012 5:22 pm

· #18942
געפילטע פיש
דולה ומשקה
בבחינת "אויף דעם גנב ברענט דאס היטל", האב איך א פילינג אז אויך מיך מיינט מען ציווישען די כלל פון די וואס קארגן אויף די לייקס.
כ'וועל זיך נעמען דערצו כפע מסת הפנאי, אבער בהקדם אנטשולדיקונג פאר די אלע וואס האבן געשריבען ביז היינט אין איך האב זיי נישט געלייקט.
אבער מיין שאלה איז צו אסאך ניקס פארוואס קארגן ענק אזוי מיט תגובות אונעם "תורה ודעת" אפטיילונג?

מ'זעמער א באנדע אמעראצערס...

אמעראצים אדער אמעראציס?

אמעראצים פון ניקס אדער אמעראציס פון תגובות?

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 20, 2012 5:23 pm

· #18943
דולה ומשקה
געפילטע פיש
דולה ומשקה
בבחינת "אויף דעם גנב ברענט דאס היטל", האב איך א פילינג אז אויך מיך מיינט מען ציווישען די כלל פון די וואס קארגן אויף די לייקס.
כ'וועל זיך נעמען דערצו כפע מסת הפנאי, אבער בהקדם אנטשולדיקונג פאר די אלע וואס האבן געשריבען ביז היינט אין איך האב זיי נישט געלייקט.
אבער מיין שאלה איז צו אסאך ניקס פארוואס קארגן ענק אזוי מיט תגובות אונעם "תורה ודעת" אפטיילונג?

מ'זעמער א באנדע אמעראצערס...

אמעראצים אדער אמעראציס?

אמעראצים פון ניקס אדער אמעראציס פון תגובות?

א קאמבינאציע פון עמי-הארצים און ראצערס.

גלות יוד » דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:45 pm

· #19142
איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז געווען די מטרה פון קאווע שטיבל צי אז מען זאל קענען שרייבן מער זאכן אן דארפן מורא האבן פון ווערן צענזורירט אדער, ס'זאל זיין א מארקעט פלעיס פון מענטשן, פון מיין בליק איז עס די צווייטע א ראיה דערצו איז די לייקס אויב ביסטו גיט מדייק וועסטו זען ווי מער די לייקסט אזויפיל לייקס וועסטו באקומען ס'האט נישט צוטין וואס די שרייבסט

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:38 pm

· #19191
גיבט א קוק דא און אפשר איז מיר איינער מסביר די סיבה פארוואס די צוויי תגובות פארלאנגען א לייק?

איז דען א ציל להרבות לייקס בקאווע שטיבל?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:47 pm

· #19195
משולם שטיינפעלד
גיבט א קוק דא און אפשר איז מיר איינער מסביר די סיבה פארוואס די צוויי תגובות פארלאנגען א לייק?

איז דען א ציל להרבות לייקס בקאווע שטיבל?

יענע לייקס מיינען אזא שאקל מיטן קאפ, גם אני מצטרף צו וואס דער קעלייקטער זאגט.

ידען » דאנערשטאג יוני 21, 2012 6:11 pm

· #19208
משולם שטיינפעלד
גיבט א קוק דא און אפשר איז מיר איינער מסביר די סיבה פארוואס די צוויי תגובות פארלאנגען א לייק?

איז דען א ציל להרבות לייקס בקאווע שטיבל?

האסט געלייענט די ערשטע תגובה אין די אשכול?

לייען די לעצטע פעריגרעף.

קען זיין טאקע אז מע זאל בעטן צו מאכן א agree קנעפעל אז מע זאל קענען שנעל מסכים זיין צו וואס איינער שרייבט, כאטשיג איך מיין אז די לייק איז גוט פאר דעם אויך.

ידען » דאנערשטאג יוני 21, 2012 8:47 pm

· #19231
דולה ומשקה
בבחינת "אויף דעם גנב ברענט דאס היטל", האב איך א פילינג אז אויך מיך מיינט מען ציווישען די כלל פון די וואס קארגן אויף די לייקס.
כ'וועל זיך נעמען דערצו כפע מסת הפנאי, אבער בהקדם אנטשולדיקונג פאר די אלע וואס האבן געשריבען ביז היינט אין איך האב זיי נישט געלייקט.
אבער מיין שאלה איז צו אסאך ניקס פארוואס קארגן ענק אזוי מיט תגובות אונעם "תורה ודעת" אפטיילונג?

אז דער היטל ברענט שוין, וועלעך צולייגען אביסל קוילען דערצו און דיר דערציילען אז ווען כאב געזען ווי דו האסט געגעבן נאר איין לייק און האסט שוין אזויפיל באקומענע לייקס האסטו מיך initiated צו מאכן די אשכול ❗ 🙄

איך האלט אז דו ביסט ווערט אסאך אסאך מער לייקס מיט דיינע העליכע זאכן וואס דו שרייבסט דא, און מיט אזא דורשט וואס כאב אין אזא הייסע טאג, לייען איך דיינע זאכן און איך גלייבב אז יעדער וועט מיטשטימען מיט דיינע ביירייכערונגין צום קאווע שטיבל.

און וועגן שרייבן אין די תורה ודעת אפטיילונג. וואס קען איך דען זאגן אויזער ווערן טאמעטע רויט פון בושה פון די אמעראצעס וואס איך בין אנגעפילט מיט?

שרגא » פרייטאג יוני 22, 2012 10:12 am

· #19299
קודם ידען, אויב האב איך פארפאסט עפעס א תגובה וואס דו האלטסט עס קומט א לייק, פליז ווייז מיר זיי אן און איך וועל תיכף אהינגיין צולייגן. עס איז דאך פון די סארט טעותים וואס קען פארראכטן ווערן.

אבער איך מיין איידער'ן פרעגן פארוואס קארגן לייקס, דארף מען אפשר קודם פרעגן וואס פינקטליך זענען די לייקס? וואס זענען אירע הלכות?

דארף מען טאקע אויף יעדע תגובה וואס מען האט די מינדעסטע הנאה דערפון געבן א לייק? דאס הייסט אפשר אז מען דארף אויף כמעט יעדע זאך וואס מען לייענט געבן א לייק, אויסער אויב "מען האט עס נישט ליב".
דאס קען דאך נישט זיין. פשוט ווייל דאס וועט מיינען אז יעדע מאל מען שרייבט עפעס און קיינער לייקט נישט, איז א סימן אז מען האט נישט גערעדט צום זאך בכלל און וועט אויטאמאטיש זיין א "דיסלייק".

ווייטער אויב מען זאל געבן יעדעס מאל ווען עס איז דא סיי וועלכע פאזיטיווע שטריך, איז אויך אין לדבר סוף ווייל קודם זענען דא וואס דארפן עס באקומען ביי כמעט יעדע תגובה. איינער שרייבט מיט טעם, איינער האט א חידוש, איינער שרייבט מיט קלארע לאגיק, איינער שרייבט שיין הומאריסטיש און די ליסטע ענדיגט זיך נישט. דא זענען דאך פאראן אסאך בעלי כשרון, זה בכה וזה בכה. און אויב באקומט מען אויף יעדע צווייטע תגובה א לייק וועט דאך די ענין פון לייקס ווערן אויס "ספעציעלע קאמפלימענט", עס וועט אויפהערן דינען דעם ציל. עס טאר נישט פארלירן די ווערד.
שטעל דיך פאר דער עולם הייבט זיך מארגן אן לאזן ווואוילגיין און געט ברייטהארציגע לייקס רעכטס און לינקס, יעדעס מאל איינער שרייבט אן אינטערעסאנטע ווארט אדער א זאץ וואס ענדיגט זיך מיט דריי פינטלעך, פליסן אריין לייקס פון יעדן. מען וואלט עס מער נישט אפרישיעיטעד.

ווייטער וועט איינער יענעם געבן סתם א לייק ווייל מען שפירט יענער דארף חיזוק, אפשר איינעם וואס איז א מתחיל, אפשר איינעם וואס געווענליך שרייבט ער א ווארט-צוויי און יעצט האט ער געשריבן א גאנצן פאראגראף, אפשר ווייל איך האב געלייקט איין תגובה פאר אים און איינס נאך אים וואס קען אפשר מאכן דעם מיטלסטן פילן אז מען האט אים "אויסגעלאזט", אפשר איינעם וואס שרייבט קיינמאל נישט עפעס מוראדיג און אפשר קען אים באדערן צו בלייבן א לייק-לאזער ניק, אדער אפשר אויך אייביג ווען איינער איז א "קליינער פארדינער" דארף מען אים שענקען עטליכע, און אפשר ווייל יענער האט מיך געלייקט יעצט דארף איך ביי זיין קומענדיגע תגובה אים צוריקלייקן, כ'מיין מענטשליכקייט. אפשר בכלל געבן פאר איינעם וואס לייקט אפט, אויב נישט איז מען פשוט א כפוי טובה. קומט עס טאקע אזוי?
די זעלבע איז מיט "נישט לייקן". אויב געט מען נישט קיין לייק פאר איינעם וואס האט אמאל געשריבן עפעס וואס דיר שמעקט נישט, אדער פון אן אנדערע חסידות אדער ווייל יענער איז א קארגער און לייקט נישט צופיל, איז דאך אבער אויס דער גאנצער ציל פון די לייקס. ווייל יענעמס קארגשאפט אדער אפילו שלעכטיגקייט נישט צו לייקן האט מיט זיין עצם שרייבן קיין שייכות, חוץ אויב לייקס דארף טאקע אויך זיין א מעסטער אויף יענעמ'ס פערזענליכע כאראקטער, נישט דוקא עצם שרייבעריי. אבער ווייטער קענסטו נישט הייסן איינעם לייקן א צווייטן, אפילו ער האט געשריבן שיין אדער א גוטע פונקט, אויב איך שטים נישט איין מיט זיין מיינונג אדער כ'וואלט ענדערש געוואלט עס זאל נישט געשריבן ווערן. בקיצור איט איז נאט דעט סימפל.

אלזא, ווען יא? דארף מען דאס אויסשמועסן. נאר די גדר אין א ווארט וואלט איך געקלערט איז: ווען עס איז מער ווי סתם א גוטע תגובה. אבער איך זע די נאטור וואס האט א נאטור זיך אויסצושיילן און זיך אויסצוקלארן מיט די צייט, גילט דא אויך. און עס איז נישט געפערליך.

DotCom » פרייטאג יוני 22, 2012 10:47 am

· #19307
איך טראכט פון עפענען א לייק גמ"ח, גענדיגט מיט די דיסקרימינאציעס!

ידען » פרייטאג יוני 22, 2012 11:31 am

· #19311
שרגא

זייער גוט ארויסגעברענגט אלע צדדים 👍:

איך בין טאקע זייער ברייט מיט לייקן אנדערע און וועל לייקן פאר אפי׳ א קליינע הנאה אדער גוט ווארט אבער איך קוק בכללל נישט אויב יענער האט מיר געלייקט אדער נישט. איך שרייב ווען איך קען און א לייק איז ביי מיר נישט אנשטאטס א תגובה.

איך האב מער געמיינט ארויסצוברענגען אז סע דא דא וואס זיי נוצן ממש נישט די לייק קנעפעל כאילו סע עפעס א מיליאן דאללער וואס זיי געבן אוועק פארן צווייטען.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 22, 2012 12:08 pm

· #19320
שרגא זאגט פיין! איך בין נאך היבש ניי דא, אבער איך זעה מיך נישט גיבן קיין לייקס פארן עולם סתם אזוי, נאר פאר אזא תגובה ווי שרגא'ס יעצטיגע תגובה, ס'איז צום זאך, ס'שטומט מיט מיין מיינונג, און ס'איז גוט געשריבן. און אויך נאר ווען איך שרייב נישט צו גארנישט! אין אנדערע ווערטער, ס'דארף זיין אז איך זאל שטארק גלייכן די תגובה, און איך זאל נישט קענען שרייבן א תגובה אז איך "לייק" די תגובה, דעמאלטס וועל איך מיך אי"ה באנוצן מיטן לייק קנעפל. לכתחילה וועל איך ענדערש שרייבן א לייק אין פארום פון א תגובה.

ידען » פרייטאג יוני 22, 2012 12:11 pm

· #19321
[ציטאט אראפגענומען]

איך וועל זיך נישט באליידיגעןאז איך האב שוין געשריבן 838 תגובות און האב נאר 133 לייקס. מיר שטערט עס בכלל נישט. איך שרייב נישט פאר לייקס און וויין נישט נאכן זעהן ווי מע מאכט זיך נישט וויסענדיג מיט א לייק, אבער אביסל באדערט יא ווען מע מאכט זיך נישט וויסענדיג ווען איך פרעג עפעס און בלייב ווארטן אויף א ענפער.

Btw מע דארף אויך געדענקען אז די לייק קנעפעל איז געקומען שפעטער און אסאך האבן גישריבן נאך פאר דעם און האבן נישט באקומען די פארדינטע לייקס.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 22, 2012 12:26 pm

· #19328
ביי דיר אפשר, איך האב אנגענומען דעם לייק קנעפל אלס א "replacement" צו שרייבן א דאנק תגובה.

הא לן והא להו.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 12:47 pm

· #19330
אינערמאנטשיק! איך ווייס אבער נישט וויפיל דאנק עס איז! איבערהויפט ווען עס זענען דא ניקס וואס לייקן יעדע צווייטע הודעה. כ'מיין נישט יעצט צו מוטיגן "קארגשאפט" . כ'מיין נאר צוזאגן אז א לייק טראגט נישט פאר יעדעם קיין גרויסע חשיבות, ווייל א ארטיקל וואס ס'איז גרינג צו באקומען און עס איז דא פון דעם גענוג איז "ביליג"
און וועגן דעם איז שטיינער ביליגער ווי פערל.

איך וועל אפילו געבן א לייק פאר עמיצער וואס שרייבט פארקערט ווי מיר, אויב פארמאגט עס געוויסע אמת'ע נקודות, אדער ס'איז געשריבן מיט הומאר. אבער ווען איינער שרייבט שוין טאקע אזאנס און אזעלעכס דארף מען אים אויסרימען און דאנקען פארדעם ברחל בתך הנאקעטע.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 22, 2012 1:04 pm

· #19336
ביזט גערעכט אז מ'דארף נישט קוקן צו יענער האלט ווי מיר צו נישט, נאר צו ער שרייבט גוטע פונקטן, אבער איך זעה אז דו שטומסט מיט מיר אז די "לייק" קנעפל איז נאר במקום תגובה, א תגובה איז חשוב'ער.

און טאקע וועגן די סיבה וואס דו זאגסט, די לייק קנעפל קוק איך אן ביליג, איך קוק אן תגובות וואס האבן גארנישט אין זיך, און ס'דא א לייק אדער מער, ווידער זענען דא תגובות מלא תוכן און ס'איז דא ווייניג לייקס. די גאנצע לייק קנעפל איז אין מיינע אויגן א ביליגע זאך, נאר היות ס'איז נישט אייביג מעגליך צו שרייבן א דאנק תגובה, גיבט מען א לייק אנשטאט.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 1:19 pm

· #19341
אהה איך פארשטיי איך האב געמיינט דו זאגסט אז די לייק איז שטענדיג א ריפליעסמענט פון א תגובה און די דאנקען תגובות איז במילא מער נישט אקטועל.
נעקסטיים ערקלער דיך בעסער מיטן זאגן אז ס'איז נאר אין א צייט פון נויט

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 22, 2012 1:44 pm

· #19360
איך האב קלאר געשריבן די לייק קנעפל איז א "ריפלעיסמענט" פאר א תגובה.

דער עיקר איז אז מיר פארשטייען זיך.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 1:47 pm

· #19361
אנשטאט 'ריפלעיסמענט' פאסט זיך ענדישער 'אלטערנאטיוו' לויט ווי דו זאגסט אז ס'איז נאר אין א צייט וואס מ'קען קיין תגובה נישט שרייבן

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 22, 2012 3:20 pm

· #19386
האב איך שוין היינט געלערענט עפעס אויך, ס'איז גוט צו קענען די זאכן, נישט אלץ טרעף איך די ריכטיגע ווערטער זיך אויסצודריקן, איך בין נישט אזוי גוט אין "Grammar".

שרגא » זונטאג יוני 24, 2012 12:52 pm

· #19532
יונגערמאנטשיק
האב איך שוין היינט געלערענט עפעס אויך, ס'איז גוט צו קענען די זאכן, נישט אלץ טרעף איך די ריכטיגע ווערטער זיך אויסצודריקן, איך בין נישט אזוי גוט אין "Grammar".

אז דו לערנסט שוין עפעס, מעגסטו שוין אויך הערן אז "גרעמער" איז דער טייל אין שפראך וואס פארנעמט זיך מיט די גראמאטיק פון א ווארט אדער זאץ, דער מין פונעם ווארט, די אויסשטעל פון א זאץ, וכדומה, ממילא ווען דו זאגסט אז "דו טרעפסט נישט אלץ די ריכטיגע ווערטער זיך אויסצודרוקן" איז דאס נישט קיין "גרעמער" פראבלעם.

יונגערמאנטשיק » זונטאג יוני 24, 2012 12:59 pm

· #19534
ביסט גערעכט אז דאס איז נישט קיין גרעמער פראבלעם דירעקט, אבער דאס איז א תוצאה פון א שוואכע גרעמער.
בלאט: 1 2