☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מסע המלכות

מסע המלכות

341 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2514
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

פרייליך » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:25 am

· #69208
מסע המלכות
מיט גרויס שמחה גרייטען זיך חסידי מהרז״ל צו די נסיעה  

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:26 am

· #69211
פארשטיייט זיך, ווער דען זאל זיך פרייען?

אגב, טאקע א פאסיגע ניק פאר די שמחה

לעמאן דזשוס » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:40 am

· #69875
דא אין דעם אשכול וועלן די סאטמארע חסידים וואס וועלן מיטפארן מיט׳ן ׳גרויסן׳ נסיעה, איבערשמועסן די שטיקלעך על הגאולה, און ויואל משה וואס מען וועט מערצשעם דורכלערנען אין בעפארברייטונג צום נסיעה אזויווי דער אלטער רבי האט תמיד אויפגעפאדערט פון זיינע אנהענגער

בפרט אין א זמן ווען ארץ יראה ושקטה, און עס איז א מצב פון שעת מלחמה, און מען פארלאזט זיך נאטורליך אויף די שוץ פון די רשעי עמינו, די טמא׳נע צה״ל און די טריפה׳נע גיוס בני ישיבות היל״ת

די דאזיגע עלי׳ בחומה אנטשפרעכט צו מאכן שרעקליכע קאפ ווייטאג פאר די ראשי הממשלה זיי זוכן שוין די מיטל וועג פון צווישן צושטעלן פארמערטע פאליצייאישע באוועגונג ארום דעם רבי׳ן ופמליתו און אין די זעלבע צייט אריינהייבן די שרעקעדיגע עצרת הסברה ווי מען וועט גיסן פעך און שוועבל אנטקעגן די אגוד׳יסטן און זייערע נאכשלעפערס, והאחרון הכביר הרב אמנון יצחק׳ס נייע פארטיי וואס איז אזא שטארקע חיזוק פאר די סאטמאר׳ע פארטיי וואס האט מיט הרב אמנון׳ס שארפן דריי אויף לינקס מורה באצבע געווען ווי שטארק די נגע און נסיון הציונות פלאקערט נאך און עס פארכאפט גרויסע שטיקער פונעם פרומ׳ען לאגער....

ולשם הישועה

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:42 am

· #69876
יעדעס מאל איך באקום א טוויטער מעסעדזש וועגן די נסיעה ווילעך צוברעכן מיין פאון

לעמאן דזשוס » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:43 am

· #69877
פארוואס

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:45 am

· #69878
כ'ווייס נישט. ס'קוקט מיר אויס ווי געוויסע מענטשן וואקסן פשוט נישט אויף. וויפיל איז דער שיעור פון שוואנצוניס?

לעמאן דזשוס » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:49 am

· #69879
דו ביסט דער שוואנץ אז דו פאללאוסט זיי

זיי זענען נישט שולדיג אז דו ביזט שוין גרויס...

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:51 am

· #69880
לול... ניין איך פאלאו זיי צו וויסן ווער ס'געשטארבן אדער ווער ס'געבוירן.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:54 am

· #69883
זר זהב
יעדעס מאל איך באקום א טוויטער מעסעדזש וועגן די נסיעה ווילעך צוברעכן מיין פאון


וואס איז נעבעך דיין פאון שולדיג.
ווייל ער איז מצווה ועושה פון דיר, און גיט דיר מיט א געטריישאפט איבער די מעסעדזשעס אויף וואס דו ביסט אויפגעסיינט, פון א חברה שוואנצן?

(איך ווארט נישט אויף א ענטפער..)

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:55 am

· #69885
ווען דו זאלסט וויסן וואסערע פאון איך האב וואלסטע נישט אזוי רחמנות געהאט... מיין פאון וואלט פארשעמט אפילו דיין זיידן.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:00 am

· #69887
אה, הייסט מען רעדט פון די זופ און דו מיינסט גאר די קניידלעך... ס'האט זיך דיר פשוט פארגלוסט א נייעם פאון... איך הער!

אבי גערעדט » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 8:38 am

· #69897
אין אנדערע נייעס געט מען איבער פון ועד הנסיעה, אז מ'האט שוין באריכאשעם געכאפט דעם שרעקליכן פארברעכער, וואס פלעגט רייסן די פול קאלאר גרעפיק דעזיינטע נסיעה פאמפלעטן, אדער פלעגט ער אנקלעבן די פאמפלעטן מיט סטיקערס וואס אויף אויף דעם איז געווען געדריקט מאמרים פון ויואל משה, איבער די הארבקייט פון פארן אויף ארץ ישראל.

לויט ווי מ'הערט נאך פון די דיסטריקט אטוירני, גייט מען זיך באגיין מיט דעם פארברעכער בכל התוקף.

ולה' הישועה.

היסטאריקער » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 10:56 am

· #69913
לעמאן דזשוס
איבערשמועסן די שטיקלעך על הגאולה, און ויואל משה וואס מען וועט מערצשעם דורכלערנען אין בעפארברייטונג צום נסיעה אזויווי דער אלטער רבי האט תמיד אויפגעפאדערט פון זיינע אנהענגער


ווען און ווי האט די רבי פארלאנגט פון די וואס פארן אויף אר״י צו לערנען ויו״מ און על הגאולה?

פיינע קאווע » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 11:05 am

· #69917
איידער דער ברך משה איז געפארן קיין ארץ ישראל איז ער געווען ביי א דינער אין ויואל משה. איך מיין לטובת מוסדות יטב לב. ביי די ד"ק האט דער ברך משה צום סוף געזאגט היות ער גרייט זיך צו פארן קיין ארץ ישראל. זאל קיינער נישט מיטקומען. די נגידים וואס קומען יא זאלן לערנען ויוא"מ און ער האט זיך אויסגעדרייט צו ר' זלמן לייב פילעף. און געזאגט מיט א תמימות "ר' זלמן לייב וועט פארלערנען? יא. דער עולם האט געשמייכעלט אין גרויסן ווייל ער איז געווען מקובל פאר א שונא ביי די קליקע פון משה גבאי. פאר ווער עס געדענקט.

אלס ווייסער » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 3:59 pm

· #69994
זר זהב
ווען דו זאלסט וויסן וואסערע פאון איך האב וואלסטע נישט אזוי רחמנות געהאט... מיין פאון וואלט פארשעמט אפילו דיין זיידן.

איך מיין אז דער בילד קומט זייער פאסיג אריין דא
📎 0bafff4185555d0584b848bd367bc6bd.jpg

פרייליך » מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 7:06 pm

· #69998
מיט די אלע חוזקס קוקט אויס אז דעס וועט זיין א מעכטיגע ריזיגע נסיעה וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן..... מהאט שוין אפי אהינגעשיקט 3 gmc yokons. יא יא אלע רביס קענען גלוסטען......!!!!!!!!!!!!!

מ גפני » מיטוואך יאנואר 2, 2013 10:14 am

· #74695
כ'האב דאס באקומען אין אי-מעיל, ווייסט איינער וואס ס'גייט פאר
Marechet Mishpacha <marechet@mishpacha.com>
ב"ה

הבהרת דברים
היות שבחודש כסלו ההעל"ט יצא כתבינו אריה ארליך הי"ו מטעמנו לביקור קצר בארה"ב לבקר בהיכלם של קהילת ומוסדות סאטמאר בעיר וויליאמסבורג יצ"ו כפי בקשתם של ראשי ומנהלי המוסדות / הקהילה, וזאת כדי לסקר ההתפתחיות של מוסדות סאטמר בארה"ב לקראת המסע המלכות המתוכנן של האדמו"ר מהרז"ל שליט"א - שמקום מושבו בוויליאמסבורג שבניו יורק - לארץ ישראל.

ונחרדנו לשמוע דברי הכחשה מאת האדמו"ר שכאילו והדברים הם שקר מיסודם, ונכתב בלא רשות האדמו"ר וראשי הקהילה הנוגעים בדבר. ע"כ הננו להבהיר את האמת לקוראינו הנכבדים ובכך לקיים "והייתם נקיים" וכו'.

א) מיד בתחילת ההתארגנות של קהילת סאטמאר בארה"ב לקראת מסע המלכות ההיסטורית אשר מויעד לחודש שבט הבעל"ט לקראת שמחת נישואי נכדת האדמו"ר בארה"ק הם פנו בבקשה למנהלי ועורכי העיתון לשלוח כתב מיוחד מטעם העיתון לסקר מקרוב את הפעילויות המורחבות של הקהילה והמוסדות, ובכך להביא לקוראינו הכרה וידיעה על הנעשה בממלכת סאטמר המפוארת.

ב) חברי המערכת התנו את מילוי בקשתם ורצונם בתנאים דלהלן: 1) הכתבה וההגהות שתגיע מוועד המסדר תפורסם בשפת העברית על אף שכתבינו ממוצא של דוברי אידיש. 2) ההוצאות הנלוות דהיינו טיסות; מקום לינה; הוצאות שהיה וכדו' תהיה על חשבון מזמיני הכתבה, ועיתונינו תפרסם את עצם הראיון בלי תשלום. 3) על הוועד המסדר תספק למערכת המסמכים והתמונות הנלוות לכתבה. 4) ובעיקר הסכמת האדמו"ר על פרסום הראיון במגזין משפחה. 5) כל זה תאושר בכתב [השמור במערכת] לפני יציאת כתבינו מהארץ.

ג) מיד בהגעתו של כתבינו בניו יורק התקשר עם ראשי הקהילה והמוסדות ותכננו עמו על סדר יומו בימי ביקוריו בפרטי פרטים, הכולל פגישות אינטנסיביות עם ראשי הקהילה, מנהלי המוסדות, מזכיר הקהילה, גבאי האדמו"ר – ואנשי ביתו, ביקור במבני הקהילה והמוסדות, ולסיום שיחה פרטית עם האדמו"ר בסיום הקבלת קהל היומית. - וכדאי להדגיש שהראיון עם האדמו"ר ארכה למעלה משעה, והתעניין בפרטי העתון, ודבר עם הכתב על עבודתו בעיתון, ועל כמה עותקים מופץ בכל שבוע, ובאיזה מדינות / שפות.

כפי ראות קוראינו הנכבדים, הראיון יצא לפועל בצורה יפה ומכבודת לשביעת רצון של ראשי הקהילה והועד המסדר, וכלל בתוכו תוכן עשיר ומקיף על כל הנעשה בממלכה המפוארת, וקבלנו משוב חיובי מקוראי העיתון על התוכן הנפלא.

מצער מאד לשמוע הדברים שנאמרו כלפינו, כאילו שהראיון בשקר יסודה ומלא "שקרים וכזבים". – ההבהרה דלעיל להודיע לציבור קוראינו מציאות הדברים – אנו מצטערים על האי נעימות שגרם פרסום הכתבה לאי מי מאנשי החסידות

בכבוד רב
המערכת


נ.ב. רצו"פ המסמכים והשתלשלות הענינים:

1) הכתבה במשפחה כ"ט כסלו תשע"ג - <a class="postlink" href="http://bit.ly/YM0EOc">http://bit.ly/YM0EOc</a> <http://t.ymlp232.net/bakawsqhakaqmapahsj/click.php>
2) דרשת ולחץ סקריקים-ארצה"ב: <a class="postlink" href="http://bit.ly/Uj5W21">http://bit.ly/Uj5W21</a> <http://t.ymlp232.net/hagawsqhafaqmarahsj/click.php>
3) הכחשה מאדמו"ר מסאטמר מוצש"ק ויחי: <a class="postlink" href="http://bit.ly/UBUP79">http://bit.ly/UBUP79</a> <http://t.ymlp232.net/waaawsqhafaqmaiahsj/click.php>
4) הודעת טויטר מאנ"ש ההכחשה: <a class="postlink" href="http://bit.ly/Vhu32b">http://bit.ly/Vhu32b</a>
5) ראיון של הכתב עם קול החרדי: <a class="postlink" href="http://bit.ly/Vy4pWa">http://bit.ly/Vy4pWa</a> <http://t.ymlp232.net/qacawsqhacaqmanahsj/click.php>
________________________________

Change Profile <http://ymlp232.net/ugjqbqyhgsghsjgesggmqeqju>
Powered by YMLP <http://ymlp232.net/m/>
<http://t.ymlp232.net/lhsjlfuqesudeqz/footer.gif>

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 2, 2013 11:36 am

· #74721
דאס איז לכאורה אן ענטפער, פיקציע, אויף די מחאה פון רז"ל מוצאי שבת, אז ס'איז נישט לרוחו דאס גאנצע כתבה.
ליין דא

דעינעש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:11 pm

· #74741
די רבי שליט"א וחלק מפמלייתו בשעת'ן אויפשטייגן.
IMG-20130101-WA005.jpg

שמואל הלוי » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:46 pm

· #74753
ער פארט מוצ"ש בא, אלזא דער בילד איז נישט פונעם יעצטיגן נסיעה.

קלאר » מיטוואך יאנואר 2, 2013 1:13 pm

· #74763
די רבי פארט קיין פלארידא מיט א מלמד זיך פארצוקוקען די שולחן מלכים אין די קנאישע דרשות

דעינעש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 5:55 pm

· #74833
שמואל הלוי
ער פארט מוצ"ש בא, אלזא דער בילד איז נישט פונעם יעצטיגן נסיעה.

ייש"כ.

gehlungen » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 2:57 pm

· #77478
פרייליך
מיט די אלע חוזקס קוקט אויס אז דעס וועט זיין א מעכטיגע ריזיגע נסיעה וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן..... מהאט שוין אפי אהינגעשיקט 3 gmc yokons. יא יא אלע רביס קענען גלוסטען......!!!!!!!!!!!!!

A neseeah BEROOSHIS a groise ligner lol

שמואל הלוי » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 3:05 pm

· #77483
דעינעש
שמואל הלוי
ער פארט מוצ"ש בא, אלזא דער בילד איז נישט פונעם יעצטיגן נסיעה.

ייש"כ.

ייש"כ פארן זאגן [שרייבן] ייש"כ

לעמאן דזשוס » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:53 am

· #77867
האט איינער די אינטערוויו פון ארי׳ ארליך אין פידיעף?

ביטע קאנטאקטן אין אישי

תודה רבה

פרייליך » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:09 am

· #77896
מסע המלכות
אויב איינער האט נישט וואס צו טוען מיטן טאג זאל אויס הערן אלטר משה וואס ער רעדט קעגן די נסיעה,1951-262-3722 פון 30. ביז 34

קרעקער » זונטאג יאנואר 6, 2013 9:33 am

· #77900
ווייסט איינער וויפל מענטשען בערך פארען?
משמועסט הונדערטער אדער אפשר טויזענטער

gehlungen » מאנטאג יאנואר 7, 2013 12:20 am

· #78162
קרעקער
ווייסט איינער וויפל מענטשען בערך פארען?
משמועסט הונדערטער אדער אפשר טויזענטער

Do you really care? Lol

טעפל » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:16 am

· #78222
gehlungen
קרעקער
ווייסט איינער וויפל מענטשען בערך פארען?
משמועסט הונדערטער אדער אפשר טויזענטער

Do you really care? Lol

יא, מיליאנען מענטשען אין ארץ ישראל גייען טוישען זייער סדר היום היום וועגען די HUGE יוקון מסע המלכות (וואו פרייליך האט געשריבען) און לכאורה 5 מליון מענטשען גייען נישט וועלען וועגען דעם ריזען מסע המלכות!

signout » מאנטאג יאנואר 7, 2013 1:49 pm

· #78253
עס גייט ארום א ווערטעל אז מהרז''ל האט געהייסן אז מען זאל לערנען אל הגאולה פארן פארן, האט איינער צוגעלייגט אז מען זאל אויך נעמען א נצור לשונך מען זאל וויסן ווען מען מעג רעדן אויף מהר''א, ווייל אויב מען דארף נעמען אן על הגאולה צו וויסן אז מען 'מעג יא' פארען דארף מען נעמען א נצור לשונך אז מען 'מעג יא' רעדן לשה''ר

בדחן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 2:55 pm

· #78289
מלך ביפיה תחזינה ענינו מאן מלכי רבנן,

עס איז צייט אוועק צולייגען אלע קינדערישע זייטיגע נגיעות, די נסיעה גייט און די פוס טריט פון די היסטארישע סאטמערע נסיעה תשנ"ד ווען דרך דער ברך משה איז דאס לעצטע מאל געפארן און אויסגעשריבען דעת קדשו פון רבינו בעל ויאל משה זי"ע,

זייט יענע נסיעה איז נאך נישט געוען אז די שיטה הקשושה זאל אזוי קלאר דערהערט ווערן אזוי ווי עס גייט יעצט פאסירען, אאכו"כ איז יעצט די פאסיגע זמן ווען מען גרייט זיך שארט צי די בחירות, עס איז ערווארטעט א ריזגער קבלת פנים, הערליכע טעג און ירושלים, וויזיטען און אלע מסודות און ארה"ק וואס זענענן נישט נהנה משלטון הציוני, די גאנצע טאראראם איז נאר געמאכט געווארען להגדיל תורה והאדירה מען זאל געבן חיזוק פאר די וואס קלאמערן צו די הייליג שיטה,

יעדער וואס איז א סאטמערער אפגעזען צו וועלכע זייט און סאטמער דארף זיך פרייען מיט די נסיעה..!!

{ איך שרייב דאס ארויס צו ברענגן די סאטמערע שיטה כאטש איז איך בין נישט אפעלירט אויף קיין שום אופן מיט איינע פון די פארטייען }

signout » מאנטאג יאנואר 7, 2013 3:59 pm

· #78316
פאר אינטערסאנטקייט, ווען ער פארט ווען אן געלט צו וואלט עס אויך געווען א קידוש השם? פארוואס קען מען נישט שיקן יודעלע מייזעלס אויסטיילן די געלט?

פיינע קאווע » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:03 pm

· #78319
בדחן. איך וויל דיר נישט ח"ו אוועק קלאפן דיין ענטוזיאסטישקייט. נעם דיר אבער גיט אריין אין קאפ די גאנצע מטרה פון די טאראראם און די משפחה מאגאזין באשרייבונג איז בלויז. "רדיפה אחר הכבוד" איי עם סארי טו באסט יור באבעל. די איינציגע פיסטריט פון תשנ"ד איז אז די זעלבע וואס האבן געמאכט געלט אין כבוד דעמאלס גייען ווייטער מאכן געלט און כבוד.
א איד וואס רובא דרובא פון זיין אייגענער עולם האלט אים פאר נישט א קליינער _____ ץ גייט פארטרעטן די שיטה פון רבי'ן?
דאס געפארעכץ האט גארנישט מין קיין שיטה. אויב עפעס זאגט דער שיטה אז מען זאל נישט פארן קיין ארץ ישראל. דער שיטה דא איז א שטעקן צו באקומען כבוד.
איך נעם נישט אוועק פון די שיינע חתונה וואס גייט אי"ה זיין. יא עס קאסט אפ שווערע אלפים. חור כרפס ותכלת מיט אלע קאלירן בעקיטשעס און אמעריקאנע קארס פאראויס אין אינטער רבינו עט"ר שליט"א מיט בליטשקעדיגע אמעריקאנע לעמפלעך. עס וועט זיך גיסן דאלארן און מען וועט נישט שוינען קיין דברי חנופה אויפן אדמו"ר. דער איד וועט אפילו שרייבן אז גאנץ ירושלים און אפילו בני ברק איז איינגעהילט אין איין שטיק שמחה. "אלע" מוסודות וועלן שיקן די קינדער מיט פענדלעך און פאקלען. דער רבי חזרט זיך שוין איין א מעכטיגע דרשה קעגען בחירות. דאס איז אלעס א שטיק פאלטשקייט און פון דעם קען קיין גיטס נישט ארויס קומען.
יונה לאנדא האט שוין צוזאם געשמאלצן די נסיעה מיט אלע נסיעות פון רבינו זי"ע בעבר. דער פעפער איז א גרויסער סבלן. אבער דער עולם קען מען נישט פאפן. געדענק דער דעת תורה קען נאר קומען פון אמת. פון תורה. פון יראת שמים און נישט פון שקר און עם הארצות !!!

נ.ב. די לצים זאגן אז מען שיקט קיין ארץ ישראל פלייש פון 82 ווייל אין ארץ ישראל באקוקט מען יא פאר צוה"ג און רבינו עט"ר איז זייער דערקעגן

signout » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:33 pm

· #78326
קאווע, באראויג דיך אין נעם עס נישט צום הארצען, איך גלייב ער גייט דארט איבערדרייען די שטאט אין עס גייט זיין א ריזן ציבור, די שאלה איז נאר צו איינער וואלט געקומען ווען נישט די געלט, אויב איינער קוקט נאך היינט ארויף איינער וואס קען אנברענגן טשערי לייטס, אויב עס איז ווערט די געלט, ועל כולם וואס מאכט עס פאר א קידוש השם די ארטיקלען אין משפחה אדער דער איד?

טעפל » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:51 pm

· #78332
בדחן
מלך ביפיה תחזינה ענינו מאן מלכי רבנן,

עס איז צייט אוועק צולייגען אלע קינדערישע זייטיגע נגיעות, די נסיעה גייט און די פוס טריט פון די היסטארישע סאטמערע נסיעה תשנ"ד ווען דרך דער ברך משה איז דאס לעצטע מאל געפארן און אויסגעשריבען דעת קדשו פון רבינו בעל ויאל משה זי"ע,

זייט יענע נסיעה איז נאך נישט געוען אז די שיטה הקשושה זאל אזוי קלאר דערהערט ווערן אזוי ווי עס גייט יעצט פאסירען, אאכו"כ איז יעצט די פאסיגע זמן ווען מען גרייט זיך שארט צי די בחירות, עס איז ערווארטעט א ריזגער קבלת פנים, הערליכע טעג און ירושלים, וויזיטען און אלע מסודות און ארה"ק וואס זענענן נישט נהנה משלטון הציוני, די גאנצע טאראראם איז נאר געמאכט געווארען להגדיל תורה והאדירה מען זאל געבן חיזוק פאר די וואס קלאמערן צו די הייליג שיטה,

יעדער וואס איז א סאטמערער אפגעזען צו וועלכע זייט און סאטמער דארף זיך פרייען מיט די נסיעה..!!

{ איך שרייב דאס ארויס צו ברענגן די סאטמערע שיטה כאטש איז איך בין נישט אפעלירט אויף קיין שום אופן מיט איינע פון די פארטייען }

פאסט נישט פאר דיר אזוי צו שרייבען אויף די אזוי גערופענע "שיטה".

בדחן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:11 pm

· #78336
signout
פאר אינטערסאנטקייט, ווען ער פארט ווען אן געלט צו וואלט עס אויך געווען א קידוש השם? פארוואס קען מען נישט שיקן יודעלע מייזעלס אויסטיילן די געלט?


לא זכיתי להבין.

signout » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:15 pm

· #78337
וואס איז שווער צו פארשטייין?

בדחן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:18 pm

· #78338
פיינע קאווע
בדחן. איך וויל דיר נישט ח"ו אוועק קלאפן דיין ענטוזיאסטישקייט. נעם דיר אבער גיט אריין אין קאפ די גאנצע מטרה פון די טאראראם און די משפחה מאגאזין באשרייבונג איז בלויז. "רדיפה אחר הכבוד" איי עם סארי טו באסט יור באבעל. די איינציגע פיסטריט פון תשנ"ד איז אז די זעלבע וואס האבן געמאכט געלט אין כבוד דעמאלס גייען ווייטער מאכן געלט און כבוד.
א איד וואס רובא דרובא פון זיין אייגענער עולם האלט אים פאר נישט א קליינער _____ ץ גייט פארטרעטן די שיטה פון רבי'ן?
דאס געפארעכץ האט גארנישט מין קיין שיטה. אויב עפעס זאגט דער שיטה אז מען זאל נישט פארן קיין ארץ ישראל. דער שיטה דא איז א שטעקן צו באקומען כבוד.


so what? you are missing the point. הו קערס ווי אמת'דיג ער מיינט עס, אדער ווי שטארק ער זיכט כבוד?? די ציונם זענענן שוין אויך נישט די זעלבע ווי אמאל, זיי זענענן שוין אסאך אסאך ווייניגער ציונים, דער עיקר וואס די דארפסט קוקען איז, אז כבוד פון סאטמער גייט נתרבה ווערען, נישט קיין חילוק דורוך וועם אדער ווי אזוי.

בדחן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:20 pm

· #78340
signout
וואס איז שווער צו פארשטייין?


איך זאל מסביר זיין דיין נישט פארשטענדליכע תגובה 😲 😲 ?? זיי זיך אליינס מסביר..!!

signout » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:32 pm

· #78350
לאמיך דיר געבען נאך א טשענס ווייל איך האב מורא די ווילסט נישט פארשטיין, נישט יעדע טראראם מיינט א קידוש השם, אויב יא האבען מיר אפטע כבוד שמים'ס, דער בר' רבי ר' י''ש האט אויך געטיילט געלט פארוועם עס האט אים געמאכט א קבלת פנים, פארוואס איז נישט געווען קיין כבוד שמים? סאטמארס כבוד ווערט נתרוממם ווען מען זעהט אז זייער רבי זיצט אין לערנט אין טוט אויף פאר יודישקייט אין פירט זיינע חסידים על דרך התורה, נישט משפחה ארטיקלען אין יוקאןס אין באצאלטע קבלת פנים'ס דאס איז גיט פאר קינדער'ליך,

signout » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:34 pm

· #78351
בדחן
מלך ביפיה תחזינה ענינו מאן מלכי רבנן,

{ איך שרייב דאס ארויס צו ברענגן די סאטמערע שיטה כאטש איז איך בין נישט אפעלירט אויף קיין שום אופן מיט איינע פון די פארטייען }

דאס פארשטייסטו יא?

פיינע קאווע » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:51 pm

· #78357
בדחן איך זעה אז דו פארשטייסט נישט. קוק אהער. רוב רובא בני תורה פון ארץ ישראל האלטן אז עס איז א חוב קדוש צו גיין צו די בחירות און גייען מיט א ברען ווייל זייער רבי הייסט זיי גיין
די קומץ קטן וואס האלטן אז עס איז א איסור גייען סייווי נישט. אפגעזעהן צו הגז"ל מסאטמאר דריקט איבער דעם על הגאולה להגדיל הטראסק אדער זאגט א דרשה אין ככר השבת.
אויב קומט צו פארן א ערנסטע רב. א בן תורה א יראת שמים איז עס דברים היוצאים מן הלב און עס איז מוראדיג מחזק די קומץ קטן וואס גייען נישט. משא"כ ווען עס קומט א בר מינן ווי דער עט"ר שליט"א וואס דאס גאנצע פארן איז איין שטיק ליצנות. קינד און קייט איז נאר ביזי וויפיל יוקאנס עס פארן מיט. דעמאלס העלפט נישט קיין פראפעגאנדע אז מען גייט ארעסטירן דעם רבי'ן און אלע שטותים וואס ווערט געפיטערט אין איד שוין אפאר חדשים. און עס איז נישט מרבה קיין שום כבוד שמים.
איז נאך עפעס שווער צו פארשטיין?

קלאר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 6:02 pm

· #78361
מען ברעכט א רעקארד פין פראפאגאנדע
וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן
מ'האט איינגשפאנט פין די שפיצערס ביז יצחק ווייס, מען ברענגט אפילו צירוק דאסקאהל

דער איד האט שוין די לעצטע פאר וואכען דיקעס ביילאגעס מיט קאלירטע עדס פונעם גרויסען וועד האש''ל אפיס וועלכע גארנטירן די ציפרידענהייט פין אלע מיטפארער
ספיעציעלע פרייז פאר טיקעטס אין האטעלן אין גאר באקוועמע סערוויסעס

מען שיקט די בחורים צו שאפען געלט
בעיקר גייען באקומען די מוסדות וואס מאכען א קבלת פנים
אין די צייטונג וואס גייען מאכען א שיינע קעפל

עס איז מיר אינטערסאנט אויב מען גייט זיך סוכ''ס איבערבעטן מיטן משפחה

קלאר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 6:05 pm

· #78362
דאס האט דער איד נישט געוואלט אריינלייגן
📎 מכתב.jpg

פרענטש וואנילע » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:05 am

· #78760
היוצא לנו מכל האשכולות, אז ס'דא וואס קענען זייער נישט שלאפען צוליב דעם גרויסען מסע המלכות, ס'דא וואס קענען נישט אראפשלונגען אז א מאגאזין האט באשריבען "אויכעט" דעם יונגערען ברודער האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און אנשטאטס זיך אויסלערנען איינמאל פאר אלעמאל צו קוקען ביי זיך, און זיך פרייען מיט די אייגענע הצלחות, קוקט מען מען אגאנצען טאג און נאכט ווי גוט ס'גייט ביי "יענעם", און דעריבער פעלט זיך זייער נויטיג אויס צו עפענען עטליכע אשכולות וועגען די מעכטיגע נסיעה ארויס צו ווייזען די גרויסע ווייטאג וואס מ'קען נישט פארשטעקען, און יעדען טאג אריינ'נפח'ענען פרישע שטונק באמבעלעך און אומגעלונגענע וויצען, און אין גרויס פארלוירענקייט זיצט מען און מ'פעלשעוועט מזוייף'דיגע בריווען יעדע צווייטע טאג, אוי, נעבעך, וויאזוי פלעגט די רבי אין חדר זאגען? "א רחמנות אויף די וואס קוקען אייביג אין יענעמס טעלער"...

signout » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:27 am

· #78772
איך גלייב אז זיי האלטען זיך אינטער פין די פליפ פלאפ מהלך, שלאפען שלאפט נישט רואיג דער וואס דארף זאגען ליגענט פאר א זיין ציבור ווייל ער דארף געפעלען לינקע מיט רעכטע פין די אייגענע קהילה

signout » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:33 pm

· #78782
פרענטש וואנילע
דעריבער פעלט זיך זייער נויטיג אויס צו עפענען עטליכע אשכולות ו

פין וועלכע רעדסטו, די יעצטיג אדער די וואס די האסט געפנט?

קלאר » מיטוואך יאנואר 9, 2013 1:39 pm

· #78794
פרענטש וואנילע
היוצא לנו מכל האשכולות, אז ס'דא וואס קענען זייער נישט שלאפען צוליב דעם גרויסען מסע המלכות, ס'דא וואס קענען נישט אראפשלונגען אז א מאגאזין האט באשריבען "אויכעט" דעם יונגערען ברודער האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און אנשטאטס זיך אויסלערנען איינמאל פאר אלעמאל צו קוקען ביי זיך, און זיך פרייען מיט די אייגענע הצלחות, קוקט מען מען אגאנצען טאג און נאכט ווי גוט ס'גייט ביי "יענעם", און דעריבער פעלט זיך זייער נויטיג אויס צו עפענען עטליכע אשכולות וועגען די מעכטיגע נסיעה ארויס צו ווייזען די גרויסע ווייטאג וואס מ'קען נישט פארשטעקען, און יעדען טאג אריינ'נפח'ענען פרישע שטונק באמבעלעך און אומגעלונגענע וויצען, און אין גרויס פארלוירענקייט זיצט מען און מ'פעלשעוועט מזוייף'דיגע בריווען יעדע צווייטע טאג, אוי, נעבעך, וויאזוי פלעגט די רבי אין חדר זאגען? "א רחמנות אויף די וואס קוקען אייביג אין יענעמס טעלער"...

מאכסט מיך לאכען
וועלכע חלק איז געפעלטש דאס אז די רבי האט געהאט אינטערווי מיט די משפחה אדער אז ער האט מוחה געווען דערויף??? 😂 😂 😂

בד''וו
דאס איז אויך געפעלטש?
אפשר האבען זיך די ארונים איינגבראכען אין ענקער אימעיל אקאונט 😂
(קוקט אויס ווי א מסע הילדות)
📎 דער איד - נחוץ מאד_Page_2.jpg 📎 דער איד - נחוץ מאד_Page_1.jpg

ל.רוזן » מיטוואך יאנואר 9, 2013 4:59 pm

· #78820
Re: מסע המלכות
איך האב באקומען א אימעל וואס איינער וואס פארט האט געשוקט
M...... its also your chance to join your brother.

And to you & to all my friends please consider this;

Its time to switch from the victim mentality to victor mentality!

Yes i know its more comfortable to live in victim mentality cause it doesn't require to take action and move forward, its much easier to sit back and not to fly to Israel to be Mechazzak the Mosdos because i was Nebech sent in Bnei Yoel... Because i was Nebech not treated so nice by the 550 crew... Because i am 'normal' and not Ch"V a Shvuntz... and on & on...

That's full of self hate, victim mode & negativity, time to drop that!

Here's what a victor says;

Yes I'm flying!

I will be Mechazzek to small crew of Kanuim!

I will be a proud Satmar'er!

I will have a wonderful week overseas!

I will stand with a straight back and smile in very situation because I'm never ever a loser!

I'm always a winner!

 

And here i wanna praise 2 of my friends who made me so proud with fully dropping victim mode & switched to victory mode;

My very dear friend S.... & my very dear friends from since i was in Kitah Alef Y....!

 

S.....- had the chance to stay in a narrow Bnei Yoel box for life and play victim role but in fact he came out of the box and is today one of the happiest people in the community i know, has a beautiful communication with Rabbiny, The Ruv & the entire first family, and yes he is joining the victory trip to Israel!

 

Y.....- had the chance to stay in victim mode as someone who worked tired less for the Kehilah in the past and was thrown away so not nicely, he had the chance to  chance to stay victim and go Daven like his former colleagues in some smelly basement and bashing with bitterness our company but luckily Y.... decided to drop the victimism and is today a respected settled member by us & is regularly Davening in 152, raising his kids without his pain from the past, in good terms with everyone including Shmeil Gabbe, and yes he is joining the victory trip to Israel!

 

And now my appeal to everyone please you were a victim enough, stop it today.

Let victory replace victim!

 

So think wisely, are you a victim or a victor??? Rebebmer, its up only to you!!

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 9, 2013 6:20 pm

· #78832
האמת ניתן להאמר, כאטש איך האב גארנישט אנטקעגן / אדער מיט סיי וועלכע פון די צוויי זייטן פון סאטמאר, איך האלט אז ביידע האבן זיך זייערע מעלות און חסרונות (און יעדער ווייסט עס, ס'איז נישט קיין סוד פאר קיינעם),
און גראדע האב איך הנאה אז מען גייט מחזק זיין דעם היימישן עולם, בגוף ובממון, פונדעסטוועגן שפיר איך אז "דער איד" איז ארויס אלע גרעניצן מיט זייערע משוגעת'ן צו מאכן פון דעם מסע המלכות א היסטארישע געשעעניש וואס כמוהו לא היה ולא יהיה.
זיי מאכן פשוט חוזק פון זיך אליינס (נוסח דער אמאליגער "בלאט") מיט באזונדערע אפטיילונגען בלויז פאר דעם.

נארמאל מיש איך זיך נישט אריין אין די חזיר'יי, אינטרעסירט מיר גאנץ קנאפ. איי פארוואס שרייב איך דא מיינע ווערטער?
ווייל איך האב באקומען פון איינעם א אישית, הרוצה בעילום שמו, ער בעט מיר איך זאל עס אריינשטעלן כמו שהוא.
און כאטש איך האלט ער איז גערעכט מיט יעדן ווארט, האב איך ארויסגעשניטן עטליכע חלקים וועלכע זענען TOO MUCH און אביסל מגיה געווען דעם לשון.

איך וועל עס אראפברענגען דא, ויראו הקהל וילחחו בקול רם,
אבער איך בין מוסר מודעה אז איך ברענג עס נאר אראפ חוזק צו מאכן פון "דער איד" וואס טרייבט איבער געפערליך, נישט אלס חוזק פון די עצם נסיעה.

אויב די מנהלים האלטן אז עס איז חוזק, קענען זיי עס פארמעקן.

וז"ל:

דער היימישער עולם אין ארץ ישראל איז צורודערט, פארלוירן, עלנד און איינזאם ווי א צובראכן שיפל אינמיטן ברויזענדן ים.

עס גייט פאר שרעקליכע זאכן, מען כאפט בחורים צום מיליטער, און מצד שני איז פאראן בחירות יעצט, און מאנכע גדולי ישראל האבן באנייט דעם "חוב קדוש" צו גיין שטימען, כדי צו קענען באקעמפן די שרעקליכע גזירות.

און כאטש עס איז טאקע פאראן א וועד וועלכע פרובירט מיט אלע כוחות מסביר צו זיין פאר אונזערע ברודער אז די אלע זאכן זענען א איסור חמור ונורא, אבער פונדעסטוועגן שטייען די אידן דארטן פארלוירן גענצליך, מי יורה דעה ומי יבין שמועה? ווער קען אונז אויסקלארן דעם אמת'ן דעת תורה מיט א בהירות? ווער קען משמיע זיין דעם דבר ה' ברמה, און מפשט זיין אלע עקמומיות שבלב?

דאנט געט מי ראנג, מען האט שוין געהערט פיל מאל דעם דעת תורה, נאך פון די צייטן פונעם בעל ויואל משה/דברי יואל/על הגאולה ועל התמורה/שווארצע בענדער/רויטע בענדער זצוק"ל, ואחריו ממשיך דרכו הברך משה זצ"ל, און אפילו נאכדעם פון די היינטיגע רבי'ס, און ווי אויך די צייטונגען "דער איד" און "דער בלאט" טוען כסדר משנן זיין און חזר'ן דעם דרך הסלולה לנו מאותו זקן רביה"ק וועלכער איז בלויז דער ממשיך דרכו פון די צדיקים הקודמים ז"ל.

אבער דאך... עפעס, עפעס שטימט נישט דא! עפעס איז דער עולם פארלוירן! דער בהירות פונעם דעת פעלט, אחים לדעה ראנגלען זיך מיט די נסיונות הזמן, די קשיות דערקוטשעט זיי, און אפילו די היימישע רבנים שפירן זיך עפעס פארלוירן, די ירושלימ'ע שארפע קעפ האבן עפעס פלוצים פארלוירן זייער שארפקייט ווי אויסגעוועפטע מרור, זיי זוכן א קלארקייט, אבער פניתי לימין ואין עוזר, לשמאל ואין מכיר. זיי קענען נישט דערטאפן דעם קלארן דעת תורה און רצון ה'.

אבער לא לעולם יזנח ה'. דער רבש"ע האט רחמנות אויף זיינע טייערע שעפעלעך וועלכע קלאמערן זיך מיט מסירת נפש אין דעם אלטן דרך און ווילן מיט א אמת וויסן את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, טראץ די פגעי ונסיונות הזמן.

דעריבער ווערט אין ארץ הקודש אויפגענומען מיט אומגעהויערע עקסטאז - ווי א דונער אינמיטן העלן טאג - די פריידיגע בשורה, אז אדמו"ר הגה"ק מהרז"ל מסאטמאר שליט"א, רבם של אלפי רבבות שלומי אמוני ישראל בכל מקומות שהם, וועט קומען צו פארן קיין ארץ ישראל, לכבוד א שמחת החתונה אין די משפחה, און וועט נעמען די געלעגנהייט צו משמיע זיין דעם דבר ה' ברמה, און אויסקלארן די מוחות פון די פארלוירענע און צובראכענע אידן, וועלכע קענען נישט ווארטן צו הערן דעם אמת'דיגן קלארן דעת תורה, וועלכע וועט זיין פאר אלע היימישע אידן קילורין לעינים.

דער סאטמארער רבי שליט"א, וועלכער איז כסדר משנן דעם אמת'דיגן דעת תורה כפי קבלתו בדרך הסלולה מפי אבותיו ורבותיו, האט קלאר ארויס דעם ענין, און וויילענדיג בעיר ה' שמה וועט ער ביי איטליכע געלעגנהייט איבער'חזר'ן די השקפה טהורה, און מחזק זיין די הערצער פון אונזערע אחים לדעה, וועלכע וועלן מיט גרויס הארץ-וואקסענדע פרייד צוקוקן ווי עוד רד עם א-ל חי, און כלל ישראל האט נאך די ליכטיגע מנהיגים אויף וועמען מען קען ארויסקוקן און זיך פארלאזן אז זיי וועלן אונז באגלייטן אים דעם פינסטערן גלות כאשר החושך יכסה ארץ, און אונז דערלייכטן מיט די לעכטיגע דעת תורה בכל עת מצוא.

ווי נאר די בשורה איבער דעם רבי'נס ערשיינונג איז אנגעקומען צו מאה שערים הבירה האבן זיך מאסן פון רבבות אלפי ישראל - געשאצט דורך די פאליציי אויף איבער 300,000 שלומי אמוני ישראל - ארויסגעלאזט מיט פייערדיגע ריקודים אויף די שמאלע געסלאך טאנצנדיג התרוממות'דיגע הין-און-צוריק טענץ, וינועו אמות הסיפים. עלטערע אידן וועלכע געדענקען נאך ווען רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א איז געקומען קיין פאלעסטינע האבן זיך געאייסערט אז מען וועט קענען איבערשפילן און שפירן מעין די מלכות'דיגע נסיעות פון די צדיקים הקודמים, וואס ווען זיי זענען געקומען איז גאנץ ארץ ישראל געווארן א יו"ט. דמעות של שמחה האבן זיך געגאסן פון זייערע אויגן! א 144-יעריגער איד וועלכער געדענקט נאך די נסיעה פון הרה"ק משינאווע זי"ע קיין א"י האט געזאגט אז ענדליך איז מען זוכה אז א צדיק הדור זאל שוין נאכאמאל קומען מחזק זיין די בני ירושלים.

די נסיעה אנטשפרעכט צו זיין אזוינס און אזעלכעס, די שיטה הקדושה וועט בלייבן איינגעקריצט אין יעדנס הארץ פאר גאר א לאנגע צייט (ביז די נעקסטע נסיעה בערך).

עכ"ל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7