☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מסע המלכות

מסע המלכות

341 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2514
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

טעפל » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 4:24 am

· #78927
איך ווייס נישט פארוואס די שרייבסט חוזק ווען ס'איז דא ביי זיי וואס מיינען עס נעבעך אביסל ערענסט, און פארשטייט זיך די סאברעס ווארטען שוין מיט אנגסט אפשר ברענגט ער מיט אפאר קערעלעך זיי צו שפייזן.

היסטאריקער » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 12:55 pm

· #78980
Recieved in email
דאנערשטאג וארא

הגיע זמן נסיעתינו! און אצינד נאך לאנגע וואכן און חדשים פון זיך גרייטן, צו די היסטארישע נסיעה, צו די געהויבענע מסע המלכות, איז עס שוין אצינד עומדת אחר כותלינו! און בלויז
איין וואך פון יעצט
וועט הוד כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א זיך אויפהייבן אינאיינעם מיט א לגיון של מלך פון טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר מיט איין ציל אין שטרעבן
לקדש שם שמים ברבים

יא, בלויז אין איין וואך פון יעצט, וועלן עטליכע רבבות אידן שטיין אין צענטער פון מקדש מלך עיר מלוכה און אויסרופן, אויסשרייען, קלאר און דייטליך, קבל תבל ומלואה
ה' הוא האלוקים ולו אנו עבדים - בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים ובבחירותיהם אין אנו משתתפים!

אינאיינעם וועלן שטיין די צענדליגער אלפים ברכיים אשר לא כרעו לבעל, ועל צבאם די גדולי זמננים, אלע חכמי ארץ ישראל, ובראשם דער אר"י מבבל כ"ק מרן אדונינו מורינו ורבינו שליט"א, דער שר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל און אויסרופן אז דער דבר הויואל משה איז יקום לעולם.

אנן מהכא ואנון מהתם

יהדות ארצינו הקדושה, פיבערט פאר התרגשות און קוקן ארויס בכליון עינים אויף די לעכטיגע יום טוב'דיגע טעג הבאים לקראתם, אנגעהויבן ביים עצרת קידוש שם שמים, נאכגעפאלגט צו די היסטארישע חתונה פון מלכות סאטמאר אין בית שמש, און אזוי ווייטער
יהדות ניו יארק, פיבערט פאר התרגשות און קוקט ארויס בכליון עינים אויף דעם מעמד קידוש ה' צאתכם לשלום במקהלות רבבות, מוצש"ק בא, לפני ביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א.

לייענט אלע אויספירליכע באריכטן, ארטיקלען און מעלדונגען, אין די 60 זייטן פון היינטיגן מסע המלכות נומער פון דער איד

היסטאריקער » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:35 pm

· #79241
i need commision
וועד הנסיעה מעלדונג!
אזוי ווי עס איז שוין נישט דא קיין שום טיקעט אויף מוצאי שבת, און עס איז דא א גרויסע מעלדונג פון סאך נגידים וואס וויל גוט באצאלען צו באקומען א טיקעט אויף מוצאי שבת, אשר על כן דער וואס וויל פארען אנדערע טעג און איבער געבן זיין מוצאי שבת טיקעט און מתן שכרו בידו עטליכע הונדערט דאללער, זאל זיך מעלדן צו די נומבער פון ועד הנסיעה.

עס איז נאך דא עירליינס מיט ליידיגע פלעצער פאר א מינימאלע אפצאל.
די טיקעטס ווערן שנעל צוכאפט, מעלד זיך ווי פריער צו די ועד הנסיעה.

718 - 704 - 0042

קלאר » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:39 pm

· #79620
צווישן די אלע וועכענטליכע גליונות, ביילאגעס, ארטיקלען אין פרעס רעליס וואס די זאליס געבן ארויס אין בעפארברייטונג צו מסע המלכות
ערשטיינט אויך א וועכענטליכע גליון 'בישורין מלך' וועלכע גיבט זיך שטארק אפ צו פארציילן פאר די אומוויסענדע אידן אין ארץ ישראל
וואס פאר צדיק ר' זלמן לייב איז, אין ווי ער פלעגט לערנען פין ציפריה ביז ביינאכט אין דאן אריבערגיין צו זיין טאטע העלפן פירן די קהילה (2 האזלעך געשאסען אויף איינמאל...)
אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד שמים
אבער מיר די מערסטע אויסגעשאסען ווען איינער האט מיר געוויזן ווי אנשטוט פארענטפרן פארוואס רז''ל האט נישט באקומען קיין רבנות פאסטען אין סאטמאר אין די געזינטע יארען פונעם ברך משה
ברענגן זיי גאר אז עס איז געווען א 'מדובר' אים אויפצונעמן אלס רב אין קרית בשנת תשמ''ה (ווען ר' אהרן איז שוין געווען דארט ראש ישיבה עטליכע יאר)
אין נאר וועגן 'סיבות שונות' איז עס נישט געווארען

איך האב נישט געגלייבט ווי ווייט דער כח הדמיון האלט
📎 גליון ד' מסע המלכות_Page_2.jpg

שרייבער » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:44 pm

· #79623
ס'נישט אזא ליגנט, ווייל ס'איז געווען אידן וואס האבן עס פארלאנגט דעמאלטס, זיי שרייבן נאר נישט וואס דער ברך משה האט געענטפערט, דער ברך משה האט געענטפערט פאר ר' הערשל פאלקאוויטש, יודע צדיק נפש בהמתו

קלאר » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:50 pm

· #79627
שרייבער
ס'נישט אזא ליגנט, ווייל ס'איז געווען אידן וואס האבן עס פארלאנגט דעמאלטס, זיי שרייבן נאר נישט וואס דער ברך משה האט געענטפערט, דער ברך משה האט געענטפערט פאר ר' הערשל פאלקאוויטש, יודע צדיק נפש בהמתו

ליצים, עס איז געווען א מדובר?
אלטר משה איז שוין מער ארשיווע רב ווי רז''ל'ס מדובר צו ווערן קרית יואלע רב

שרייבער » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:56 pm

· #79628
קלאר
שרייבער
ס'נישט אזא ליגנט, ווייל ס'איז געווען אידן וואס האבן עס פארלאנגט דעמאלטס, זיי שרייבן נאר נישט וואס דער ברך משה האט געענטפערט, דער ברך משה האט געענטפערט פאר ר' הערשל פאלקאוויטש, יודע צדיק נפש בהמתו

ליצים, עס איז געווען א מדובר?
אלטר משה איז שוין מער ארשיווע רב ווי רז''ל'ס מדובר צו ווערן קרית יואלע רב

אקעי נישט א מדובר, ס'איז געווען א פארלאנג פון געוויסע, פארגעס נישט, ער איז נאך נישט געווען דאן אזוי נודע בשערים, ממילא האט מען געקענט זאגן געב אים אנשטאט אים

מיין מיינונג » מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:37 am

· #79747
וואס איז די מעשה מיט די YMLP אימעילס וואס ווערן געשיקט? די זאלונים לייגן דאס אן אויף די אהרונים, וחוזר חלילה.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 15, 2013 9:27 am

· #80015
אוי געוואלד.
📎 IMG-20130115-WA0000.jpg

היסטאריקער » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:26 am

· #80052
מיין מיינונג
וואס איז די מעשה מיט די YMLP אימעילס וואס ווערן געשיקט? די זאלונים לייגן דאס אן אויף די אהרונים, וחוזר חלילה.



נעבעך, נאך וואכן פון פראפאגאנדע, און ווארטן אז צד מהר״א זאל עפעס מוחה זיין אדער רעדן דערפון אפיציעל, האט מען דערווישט א אימעיל וואס מ׳ קען אנלייגן אויף צד מהר״א, אדער יא אדער נישט

איך באקום אלע אימעילס פון תלמידי רבינו, איך האב נישט באקומען די אזויגעריפענע פאלשע אימעילס

היסטאריקער » דינסטאג יאנואר 15, 2013 5:23 pm

· #80131
נאך א אימעל
וואס מען וועט אלץ טון פאר אטענשין
און קוקטס די שנאה צווישן די שורות

און נאכאמאל איך באקום אלע אימעילס פון תלמידי רבינו, איך האב נישט באקומען די אזויגעריפענע פאלשע אימעיל

לעצטע קלארשטעלונג!

אזוי ווי די דערביטערטע ארוינים (נעבעך נעבעך) האבן אנגעהויבן זיך צוריקצונעמען צו זייערע אלטע שטיק פון פעלשעווען און פארטושן די מוחות מיט פאלשע אימעילס, און זיי האבן איינגעשפּאנט אלע זייערע אלטע אויסגעדינטע טעראריסטן צו דער מערכה, סיי דאהי און סיי אין ירושלים.

א קליין ביישפּיל איז וואס זיי האבן נעכטן ערצייגט ספעציעלע מודעות אין ירושלים, וואס האבן געזאלט קומען פון אונז, עס איז געווען קונצליך נאכגעמאכט, און כיטערערהייט אריינגעריקט ליצנות. זיי האבן אראפגעלייגט ביים דרוקער $3000 'דריי טויזנט דאלער' אין קעש, כדי ער זאל עס אפדרוקן און אויפהענגען!!

ברוך ה' אז אין די לעצטע מינוט האט מען עס געכאפט און אפגעשטעלט. אבער מ'דארף זיין גערישט אויפ'ן ארגסטן, ווייל די חברה זענען יעצט צעלאזט און צעשטרויבלט אויף אן אופן וואס מ'געדענקט שוין נישט פאר לאנגע יארן. די איין פארבליבענע באזע וואס מ'האט נאך געקענט איינרעדן אז ביי אונז זוכט מען מנין, בני ברק, גייט שוין יעצט אויך איינזען אז דאס גאנצע לב אהרניזם איז איין שטיק זייפן בלאז, און דאס קענען זיי נישט דערהייבן.

מיט עטליכע מינוט צוריק האבן זיי ארויסגעשיקט א פרישן פאלשן אימעיל, דאס מאל אונטער'ן נאמען פון תלמידי רבינו, כאילו מיר געבן אומזיסטיגע טיקעטס.

ווילן מיר יעצט געבן דעם לעצטן קלארשטעלונג: אין קץ לדברי רוח! מיר זענען בשום אופן נישט אויסן זיך מטפל צו זיין מיט זייערע פריש-פאבריצירטע אינטריגעס יעדע עטליכע מינוט. דער עולם איז ב"ה גענוג אינטעליגענט, און מ'זאל וויסן מ'זאל זיך נישט לאזן פּראוואצירן פון די 5-צאנזער חברה בשום פנים ואופן.

המה כרעו ונפלו, ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר!

פאלגענד איז א סעמפל פונעם נייעם פאלשן אימעיל:


From: tal rab [mailto:talmidei.1.reb@gmail.com]
Sent: Tuesday, January 15, 2013 04:21 PM
To: <!-- e --><a href="mailto:talrabny@gmail.com">talrabny@gmail.com</a><!-- e --> <talrabny@gmail.com>
Subject: טיקעטס בחנם !

איינמאליגע געלעגנהייט
עס איז אונז אין דער לעצטער מינוט געלונגען צוצושטעלן א קליינע צאל
טיקעטס בחנם !
קיין ארצינו הק' מיט דער נסיעה הרוממה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
אויסדרוקליך נאר פאר בני כולל ובני תורה

עס זענען פארהאן צוויי אויסוואלן:
פון מאנטאג בשלח ביז מאנטאג יתרו
פון זונטאג בשלח ביז מיטוואך יתרו

נאר פאר כולל אינגעלייגט און רבי'שע קינדער
רופט שוין!, ווייל פלעצער זענען באגרעניצט
347-578-5973

ראדני שטיפער » דינסטאג יאנואר 15, 2013 8:21 pm

· #80158
ווען בילד די הינט ? ווען די שטיין איז געלאנגען און קאפ
והמבין יבין

מיין מיינונג » מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:33 am

· #80222
וויפיל מענטשן שאצט מען פארן מיט אויף דעם טריפ?

קלאר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:28 am

· #80269
😂
היסטאריקער

און קוקטס די שנאה צווישן די שורות


קלארשטעלונג!

דערביטערטע ארוינים
אויסגעדינטע טעראריסטן
צעלאזט און צעשטרויבלט
איין שטיק זייפן בלאז
דאס קענען זיי נישט דערהייבן.
אין קץ לדברי רוח
המה כרעו ונפלו

פיינע קאווע » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:51 pm

· #80290
תולדות אהרן האט באקומען 100 טויזענט דאללאר פון אנשי הגז"ל צו מאכן א שבע ברכות. איך ווייס נישט אויב דאס געלט דארף קאווערן די סעודה אדער אויב דאס געלט איז סתם פאר די כבוד. איך האב קאנפירמט פון א גרויסן תו"א שישקע אז זיי באקומען א מאה אלף פאר די כבוד וואס מען גייט אים דארט געבן. ועל הכלל כולו יצא.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:06 pm

· #80297
עה, וואס רעדסטו. די געלט באקומען זיי צוליב זיך נישט משתתף זיין ביי די בחירות.

בדחן » מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:28 pm

· #80302
לויט מיין אינפערמאציע באקומט נישט תו״א קיין רויטען גרייצער פאר די שבע ברכות ניטאמאל באצאלט מען זיי די קאסטן וואס איז לערך 20000 דאלער, עס איז נאר דא אומאפציעלער פארשטענדעניש אז נגידים פון צד מוהרז״ל גייען שטיצען תו״א נעקסטע וואך, על סמך זה נעמט תו״א די ריסק און זיי אינוועסטירען און א שבע ברכות, זיי פארשטייען אז עס וועט זיך זיי אויסצאלן פי כמה פינף מאל אזויפיל.

זלמן זאפיר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:32 pm

· #80328
ר' זלמן לייב האט דאך געלייקענט די משפחה אינטערוויא איז מיין שאלה צי די זאלי'ס
האבן די אהרונים אויך אינטער געשטעלט דעם אינטערוויא

שרייבער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:40 pm

· #80332
בדחן
לויט מיין אינפערמאציע באקומט נישט תו״א קיין רויטען גרייצער פאר די שבע ברכות ניטאמאל באצאלט מען זיי די קאסטן וואס איז לערך 20000 דאלער, עס איז נאר דא אומאפציעלער פארשטענדעניש אז נגידים פון צד מוהרז״ל גייען שטיצען תו״א נעקסטע וואך, על סמך זה נעמט תו״א די ריסק און זיי אינוועסטירען און א שבע ברכות, זיי פארשטייען אז עס וועט זיך זיי אויסצאלן פי כמה פינף מאל אזויפיל.

דאס וועסטו איינרעדן פאר דיינע שאף, דאס גאנצע שבע ברכות געמאכעכטס פאר א צווייטע חסידות מאכט נישט קיין סענס, בפרט ווען מען אזיז לעצטענס נישט געווען צו בשוה, נאר הכסף יענה את הכל

מ גפני » מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:15 pm

· #80344
באקומען אין אימעיל פון tal rab <talmidei.1.rab@gmail.com>
איז דאס א אמת'דיגער אימעיל אדער ליצנות???

אינסטראקשענס פאר די געהויבענע באגלייטן

- יציאת צדיק מן העיר עושה רושם!

זה היום קוינו לו נגילה ונשמחה בו


אזוי דעם מוצאי שבת קודש בא, לסדר בנערינו ובזקיננו נלך כי חג ה' לנו, וועלן רבבות אלפי ישראל, אנשים נשים וטף, ארויסקומען לרחובה של עיר אפּצוגעבן כבוד מלכים צום מאן מלכי רבנן, בעפאר דער רבן של ישראל, דער סאטמארער רבי שליט"א, דער מנהיג הדור לאזט זיך ארויס מיט צענדליגער טויזענטער ערליכע אידן אויפ'ן וועג מחזק צו זיין די שרידים אשר ה' קורא, דאס יהדות החרדית שבארצינו הקדושה, ביים
מעמד אדיר ונשגב
"מעמד צאתכם לשלום"
מיט רבבות אלפי ישראל
דעם מוצש"ק לפני ביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו שליט"א
איז זייער וויכטיג צו געדענקן די וויכטיגע אינסטראקשענס וואס וועט שטארק אינפארסירט ווערן.

אזוי ווי תמיד ווען רבותינו הק' האבן אונטערגענומען זייערע מלכות'דיגע נסיעות קיין ארצינו הקדושה, פלעגן זיך צונויפקומען טויזנטער אידן, טאקע אויף אט דער בעדפארד גאס, די מעטראפּאליע פון סאטמאר, וואו מ'האט מיט טרערן אין די אויגן, מיט מוזיק און געזאנג, מיט טענץ און פרייד זיך געזעגענט פון הייליגן רבי'ן און מתפּלל געווען פאר דער הצלחה און סייעתא דשמיא, מ'זאל קענען אויפטון דעם ריכטיגן תכלית למען כבוד שמו יתברך.

אצינד, בעת ממשיך דרכם בקודש גרייט זיך אונטערצונעמען די ערשטע נסיעה קיין ארה"ק אלס מנהיג ממלכת סאטמאר האדירה, און ווידעראמאל ווערט די נסיעה אונטערגענומען מיט גענוי דעם זעלבן צוועק, מיט אקוראט די זעלבע מטרה, ווי עס איז געווען בימים ההם — וועלן פארשטענדליך צענדליגער טויזנטער אידן, תלמידי וחסידי סאטמאר, און אויך שלומי אמוני ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן, מקיים זיין דעם תנו כבוד לתורה אויפ'ן שענסטן פארנעם וואס נאר שייך; ווידעראמאל זיך צונויפקומען ברחובה של עיר, אפּצוגעבן דעם כבוד התורה לנושא דגלה, מתפּלל זיין 'כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך', און דערביי ארויסווייזן אונזער חיזוק און אנגעהערשאפט מיט אונזערע אחינו לדעה, הנאנחים והנאנקים, אין ארצינו הקדושה, וועלכע קוקן שוין ארויס אויף דעם באזוך פון רבינו שליט"א בכליון עינים.


ערשטע פרטים פונעם סדר המעמד:
אזוי ווי די נסיעה פאלט אויס מוצאי שבת אויפדערנאכט, וועט מען ברענגען ספּעציעלע ריזיגע פּראזשעקטארס אויף ביידע זייטן פון בעדפארד עוועניו, וואס וועלן מאכן ליכטיג און דערמעגליכן פאר אלע צענדליגער טויזנטער משתתפים צו קענען מיטהאלטן דעם הייליגן מעמד. אויף יעדער גאס באזונדער וועט אי"ה זיין די גרויסע באלייכטונגען וואס איז ספּעציעל וויכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז ס'וועלן דארט זיין אזויפיל טויזנטער תשב"ר כ"י, און די מלמדים דארפן קענען האלטן דעם ריכטיגן סדר און דיסציפּלין אויף הונדערט פּראצענט.

אזוי ווי דער די צייט איז קורץ, וועט רבינו שלייט"א מקצר זיין מיט שלוש סעודות אז דער פראגראם זאל קענען דורכגעפירט ווערן ווי עס פארלאנגט זיך, און אלע יונגלעך זאלן שוין קומען תיכף נאכן זמן צום הויז פון רבינו שליט"א, און דארט וועלן די מלמדים שוין אפווארטן די קינדער און מ'וועט זיי ארויפשטעלן אויף די פארענטשעס.

אזוי ווי ביי די צייטן פון רבי'ן זי"ע וועט דא אויך זיין 10 ווייסע פערד צו האלטן ארדענונג, און מ'בעט פון יעדן איינעם נישט צו גיין נאענט, נאר קוקן פון דער ווייטנס.

עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן א מעכטיגע סאונד-סיסטעם, פון וואו עס וועט אי"ה הילעכן די שירה וזמרה פון די משוררי בית סאטמאר קאפעלע באגלייט פון לעבעדיגע מוזיק, וואס וועלן אונטערהאלטן די ריקודין ברחובה של עיר פון די אלפי אנ"ש ובפרט פון די טויזנטער בחורי חמד וואס טוען זיך שיידן מיט א שווער הארץ פון זייער גרויסן ראש ישיבה, כ"ק מרן רבינו שליט"א. דער ציבור וועט זיין אויסגעצויגן אויף בעדפארד עוועניו פון ווילסאן ביז העיווארד סטריט. די טויזנטער קינדער פון אונזערע מוסדות הק' וועלן געברענגט ווערן מיט די ספעציעלע טראנספארטאציע און וועלן שטיין אויסגע'שורה'ט ביי די בעריקעידס, האלטנדיג די ספּעציעלע עלעקטעראנישע פאקלען.


גלייך נאך די ברכת הקודש, וועט דער רבי שליט"א ארויסקומען ביים טיר אויף בעדפארד עוועניו, און אינאיינעם מיט דער פּמליא נכבדה פון די משמשים בקודש אנהייבן אראפּשפּאצירן בעדפארד עוועניו, וואו די טויזנטער אנ"ש און תינוקות של בית רבן וועלן שטיין אויסגע'שורה'ט אויף ביידע זייטן, ארומגעצוימט מיט די פּאליצייאישע באריקאדן, און רבינו שליט"א וועט אלעמען באגריסן במאור פנים בברכת א גוטע וואך.

אנקומענדיג ביים קארנער פון וויליאמסבורג סטריט, וועט שוין שטיין דארט גרייט די קארוואן פון רבינו שליט"א וואו דער רבי שליט"א וועט באלד איינשטייגן לקול תרועת השמחה פון רבבות ישראל רוגשים און וועט זיך באלד איינדרייען צו דער הייוועי אונטער די צוועלף שווארצע יואקאנס וועלכע וועלן ספּעציעל זיין באגלייט מיט פּאליצייאישע באגלייטונג, צו קענען אנקומען צום לופט-פעלד גענוג באצייטנס, בעת טויזנטער אידן שעפּשען א הייסע תפלה, שה' ישמור צאתו ובואו מעתה ועד עולם אמן און עס זאל נתרבה ווערן דער כבוד שמים, אמן.

די פאליציי האט זייער געבעטן אז קיינער זאל זיך אריינשטיפן אינעם קארוואן פון רבי'ן שליט"א נאר די וועלכע האבן די ספעציעלע "פעסס"!

אכטונג: קיין איין קאר אן לייטס און סיירינס וועט קיינער נישט קענען זיין אין די עסקאורט!

1) צי ערשט וועלן זיין 250 קארס מיט לייטס און סיירינס.
2) הינטער זיי, גלייך פארנט פון רבי'ן שליט"א, וועלן פארן די צוועלעף שווארצע יוקאנס מיט ספעציעלע בליציגע לעמפלעך.
3) הינטער דעם וועט פארן די אויטא פון רבי'ן שליט"א.
4) הינטער זיי וועלן זיין נאך צוועלעף שווארצע יוקאנס מיט קאלירטע לעמפלעך.
5) הינטער דעם וועלן פארן די צוועלף ווייסע פערד וועלכע פארן מיט קיין ארצינו הקדושה פאר די מלכות'דיגע קבלת פנים אין ירושלים עיה"ק.

והנה זה עומד אחר כותלינו! רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר טוען שוין ציילן די שטונדן ביז ווען מ'וועט זיך אינאיינעם צונויפקומען אלופי אלפי ישראל בחוצות וויליאמסבורג, והיו את המלך בצאתו את העיר, צו דעם מעמד הנשגב פון כבוד שם שמים והרמת קרן היהדות בארה"ק.
והיו את המלך בצאתו את העיר - תנו כבוד לתורה!


---------------
וועד הנסיעה

פרענטש וואנילע » מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:36 pm

· #80349
נעבעך, די "צושטרויבעלטע" חברה האקען און בראקען.. תולדות אהרן שטעלט נישט צו די שבע ברכות פאר סאטמאר, זיי שטעלען צו א שבע ברכות פאר די אנדערע צד, זידיטשויבער רבי איז א שוואגער מיט תולדות אהרן רבי, און אויף דעם מאכט דער שוואגער די שבע ברכות, פארשטייט זיך אז ס'איז זיי א זעלטענע געלעגענהייט אז זיי קענען מאכען אזא גרויסע שבע ברכות ווען סאטמאר איז די מחותן..

צדיקל » מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:48 pm

· #80370
די זאליס גייען בויען 600 ביז 100 דירות אין בני ברק.................... נישט דא ווער ס'זאל לאכן. (אויך די ארונים'ס מעשות)


http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=151706

The Eretz Yisrael Satmar community is a buzz in anticipation of the upcoming visit of the Satmar Rebbe of Williamsburg, Rav Zalman Leib Teitlebaum SHlita. This will be the rebbe’s first trip since taking over as rebbe, and he will be attending a chasanah of a grandchild. He will also be laying the cornerstone for the new Satmar community in the Ramat Elchanan area of Bnei Brak.

The chasenah is schedule to take place on Tu B’Shevat, as was reported by YWN-ISRAEL earlier.

In the first stage, 600 apartments will be constructed in 20 buildings. The new community will be called ויואל משה after the late Rebbe ZT”L ZY”A. The prices are expected to be extremely attractive, with a four bedroom apartment selling for 650,000NIS. At some later date, the community may increase in size by 40%, reaching 1,000 units.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:11 pm

· #80380
מ גפני
איז דאס א אמת'דיגער אימעיל אדער ליצנות???


אודאי ליצנות פונעם העכסטן קאליבער

קלאר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:43 pm

· #80387
שמעקעדיג
מ גפני
איז דאס א אמת'דיגער אימעיל אדער ליצנות???


אודאי ליצנות פונעם העכסטן קאליבער

די ליצנות קלעבט גיט אויף אים

קלאר » מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:27 pm

· #80400
בדחן
לויט מיין אינפערמאציע באקומט נישט תו״א קיין רויטען גרייצער פאר די שבע ברכות ניטאמאל באצאלט מען זיי די קאסטן וואס איז לערך 20000 דאלער, עס איז נאר דא אומאפציעלער פארשטענדעניש אז נגידים פון צד מוהרז״ל גייען שטיצען תו״א נעקסטע וואך, על סמך זה נעמט תו״א די ריסק און זיי אינוועסטירען און א שבע ברכות, זיי פארשטייען אז עס וועט זיך זיי אויסצאלן פי כמה פינף מאל אזויפיל.

בעסער פראביר נישט צו לייקענען ווייל אלע רעדן אפען פין די טשעקלעך עס איז קיין שום סוד
די לאקשען קענסטו שרייבן אין דער איד

בדחן » מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:40 pm

· #80452
נעם עס נישט אזוי פערזענליך, איך האב בסך הכל געשריבען וואס איך האב געהערט, און למעשה איז עס שטארק מסתבר, איך בין נישט קיין שרייבער און נישט קיין ליינער פון ״דער איד״

signout » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:59 am

· #80504
עס קוקט נישט אויס פין דיינע תגובות וואס די שרייבסט אין לעצטען תגובה

בדחן » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 12:29 pm

· #80515
דערפאר האט איך עס ארויס געשריבען און קעיס איינער מאכט אזא טעות.

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:29 pm

· #80631
1
📎 2013117_19404122304_PNG.png

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:46 pm

· #80637
is this the one who wrote about internet use?

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:27 pm

· #80788
מוצאי שבת, די וואך, גייט DELTA פליג-ליניע ברעכען רעקארד, ווען די פליגער גייט זיין איינגעטיילט מענער אין פארענט, און נשים חסידות אין די BACK.

WOW

יורה דעה » פרייטאג יאנואר 18, 2013 3:09 pm

· #80803
איך קאן אייך איין זאך זאגן: דער פליגער מוצאי שבת גייט זיין איינס צים געדענקען! דער פילאט האט נישט קיין השגה וואס עס ווארט אים אפ! דעלטא גייט מיזן איבער מאכן אלע צישאסענע TV סקרינס, די ביהכ" וועט מען דארפן ריפלעיסן! די סטוארדס וועלן דארפן דורך גין מענטל און עמאשענל טערפי זיך צו ערהוילן פון דעם דראמא!! סוועט זיין אזא קידוש השם! הכונו!!! ווען מאיר ר.... גייט זיך גיין אויספארצן און ביה"כ גייען אלע אקסידשן מעסקס קומען צופליען, און די פילאט קאבינע וועלן זיך אנצינעו רויטע לעמפלעך פון אלע זייטן אז די פליגער איז אונטער א כעמישע אטאקע! דער עולם גייט זיך נעמען זאגן ווידי און ווען מוועט האלטן ביי שמע ישראל גייט מען הערן מאירן זיך אונטערברומען אההה... הודי לשם די קריזיס איז פאריבער פיין אויסגעקאקט, הא?!
מענדל מאיר גייט זיין פאקלעבט מיט הבדלה וויין וועגן די ציונים מענדל מאיר גייט מאכן הבדלה אויפן פליגער! מען וועט נאך מאכן אן עמערדשענסי לאנדונג, מענדל מאיר וועט זיך זחכער צישרייען און דערשרעקן די פלייט אטענדעס!!

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 19, 2013 8:06 pm

· #80816
ענטפער צו יורה דעה
מ'עט אראפשיקן אלע נשים פלייט אטענדיות. מ'עט נאר סערווירן פון התאחדות השגחה. אנקומענדיג אין ... ימ"ש עירפארט וועט נאר זיין פאלעסטינער פאליציי פון די שטחים וואס וועלן האלטן ארדנונג. ווייל די ישראל'דיגע פאליציי, אפילו די אראבער זענען נתפס לציונות. איינער פון די גרעסטע חסידי אומות העולם מאכמוד אבבאס יר"ה דער פרעזידענט פון די פאלעסטינער מדינה וועט אליין באגריסן דעם רבי'ן אי"ה.

אבי גערעדט » מוצ"ש יאנואר 19, 2013 9:50 pm

· #80832
פאר זאלי איז געפארן האט ער איבערגעלאזט א קשיא אין די ישיבה.
די קשיא איז: ווי זענען די אלע וואס פארן געווען ביי די הקפות?...

יושב קרן » מוצ"ש יאנואר 19, 2013 11:54 pm

· #80843
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4333769,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4333769,00.html</a>

בעלזער חסיד » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:10 am

· #80877
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/122076/2013/01/19/williamsburg-ny-satmar-rebbe-to-arrive-in-jerusalem-on-sunday-to-shake-up-israeli-elections">http://www.vosizneias.com/122076/2013/0 ... -elections</a>

<a class="postlink" href="http://uploads.static.vosizneias.com/2013/01/DSC0015-725x480.jpg">http://uploads.static.vosizneias.com/20 ... 25x480.jpg</a>

טעפל » זונטאג יאנואר 20, 2013 2:58 am

· #80891
יושב קרן
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4333769,00.html

נישט קיין ספק אז די סאטמרער האבען זיכער געמאכט אז די ארטיקל זאל אריינגיין להגדיל הטראסק וכו'

sefish » זונטאג יאנואר 20, 2013 9:48 am

· #80940
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז פארוואס איך טענה שוין לאנג אז דער ב"מ איז געווען א שרעקלעכער לוזער. ביי זיינע נסיעות קיין אר"י אום 1983 און אום 2000 האט מען געמאכט אזאכע טארארם'ס פארוואס? ווייל דער ב"מ האט גערנישט עפעס אנדערש געהאט!

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 20, 2013 9:51 am

· #80942
מ'זאגט אז רז"ל פארט, און מהר"א האט רייזע פיבער

מאיר_וואלף » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:25 pm

· #80996
1
📎 untitled.JPG

signout » זונטאג יאנואר 20, 2013 4:56 pm

· #81060
די קומענדיגע 10 טאג וועט מען כמעט נישט זעהן קיין יוקאןס אין וויליאמסבורג, אפי' די וואס זענען דא געבליבן זענען אבער די דריווערס נישטו

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 20, 2013 5:20 pm

· #81069
איך הער אז טראץ אלע ליצנות, איז געווען א באגלייטן צום געדענקען. טויזענטער מענטשן.
קען איינער קאנפירמען?

גאלד » זונטאג יאנואר 20, 2013 5:42 pm

· #81079
ווי גערעסער דער עולם אלס גרעסער די לצנות ודו"ק

בדחן » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:15 pm

· #81097
הסבר? איך דו״ק עס נישט

קלאר » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:40 pm

· #81104
די מסע המלכות מיט די רעכטע פיס
טייל פין די קליפס ווי מען זעהט טייל פין די יוקאןס מיט א טייל פין די טשערי לייטס...




קלאר » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:42 pm

· #81105
די רבי אין די ערשטע יוקאן
📎 BBA_WWRCYAEgIRZ.jpg 📎 BBBTtiKCEAAtyHK.jpg 📎 BBBUDQ5CAAAcJVh.jpg

קלאר » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:44 pm

· #81106
די 'יונגערע' קינדער האבען אויך טשערי לייטס
📎 700_2gx72mhwedl73mk4ivsncblxho9p9fql.jpg

קלאר » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:53 pm

· #81109
ע' גליק האלט א דרשה קעגן די ארונים בשעת די מעכטיגע באגלייטן
פארן זאגען 'דברי יואל' נישט ויואל משה
📎 IMG-20130119-00074.jpg

קלאר » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:55 pm

· #81110
טייל פין די הכנות צו מעמד קידוש השם
📎 orig_6a710df8cd554f13b7d90b38b9a9b1d0.jpg

פיינע קאווע » זונטאג יאנואר 20, 2013 7:14 pm

· #81116
אנשי ירושלים זענען זייער דיסעפוינטעט אין הגזל"ס דרשה. עס איז געווען זיין טריקן אן ענערגיע. די חברי הבד"ץ האבן אויך ערווארטעט עפעס מער תוכן.
די חסידים פון וויליאמסבורג וואס זענען שוין צוגעוואוינט זאגן אבער אז דער רבי איז פשוט נישט געווען גיט אויסגערוהט. די מצוה טאנץ וועט אי"ה זיין אזוינס און אזעלכס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7