☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די ווייטוג פין די בילדער קאנספיראציע שיסט אויף

די ווייטוג פין די בילדער קאנספיראציע שיסט אויף

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2652

קלאר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:41 pm

· #74322
די ווייטוג פין די בילדער קאנספיראציע שיסט אויף
ווי שוין ברייט אוסגעשמיסט זענען די זאליס זייער אנגעווייטוגט פין די הארצלאזע מהרסים מתוך המחנה וואס זענען מצער דעם רבי'ן
ווי שוין דא אין דא ברייט אויסגעשמיסט
די קלימאקס פין די ווייטוג איז אבער געווען ווען ''פין שטוב'' האט מען גערופן ''אן רשות'' די משפחה פאר א אינטערויו מיטן רבי'ן בקודש פנימה
מען האט באשטעלט א שרייבער פין ארץ ישראל ער זאל קומען באשיינען די חתונה ווי מען האט זיכער געמאכט ער זאל באקומען ציטריט ווי עס פעלט אויס
מען האט דעם רבין אנגעבראכען די ביינער ער זאל מסכים זיין צו רעדן מיט אים אין זיך לאזען באשרייבן

אין די עיקר ווייטוג האט טאקע נישט געשפעטיגט ווען די רבי איז ערשינען במלא הדרתו
אויפן דעקל מיט שיינע פיאות לשמחת לבו הטהור באהבה מסתרת
באשריבן אן ארטיקעל פין 12 זייטן וואס זאל דינען אלס א ריכטיגע הכנה צום קבלת פנים אין חיזוק פאר די יהודת החרדית הצרופה
פיל מיט דמיונות אין בילדער, לדוגמא אז וויליאמסבורג האט בלויז 8000 משפחות (אין פין דעם זענען 5000 זאליס 😂 )
אין אזוי ווייטער - ווי באקאנט ווען עס קומט צו PR קען זיי קיינער נישט קאמפיטען

אבער די ריכטיגע ווייטוג האט נישט געשפעטיגט
ווען די סיקרוקים - איינס פין די פארוועם מהרז''ל האט דאס ק.... האבען אנגעהויבן פארפירן כדרכם
האחד בא לגור וכו'
בקיצור, עס איז געגאנען אזוי ווייט אז מהרז''ל האט געמוזט עמטליך אפלייקענען די אינטערווי
נעמליך, דער געלאדענטער משפחה שרייבער א' ארליך איז נישט מער ווי ליגענער אין געבאקען א מעשה
ער האט דאס געמוזט מודיע זיין ברבים ביי די דינער אין זיין ת''ת בילדינג אויף לארקין רד' לעבן קרית יואל ווי די הויפט סיקרוקים זענען געווען אנוועזנד
(פאר די וואס האבען זיך געווינדערט פארוואס ער האט געווארט ביז די מאנרוי דינער)

דא איז געווארען לעבעדיג
ווייל די משפחה איז זייער א פרעסטוזשפולע אויסגאבע
אין אויב א רבי שטעלט זיך אויף ברבים אין שטעלט זיי אראפ אויפן שטייגער ווי דער איד, אז זיי באקען מעשיות ווערן זיי ווילד
זיי האבען געסטראשעט אז זיי גייען מפרסים זיין די ריקארדינג ווי די שרייבער רעדט מיט ר' זלמן לייב
אין די זאליס האבען געסטראשעט צו אנהייבן א מלחמה אין וועלן סטאפען די טשעק
(מען רעדט פין א שיינע נומבער, מען האט געברענגט דעם שרייבער פין ארץ ישראל)
דער שרייבט זאגט פאר יעדן אז ר' זלמן איז א שקרן (עס איז ריקארדירט)
אין די זאליס ארבעטן פאר אלע געלטער צו דערשטיקען די גאנצע מעשה

לקדש ש''ש ולהחזר עטרה ליושנה

ענדע צדיק » דינסטאג יאנואר 1, 2013 1:35 pm

· #74338
אין איין ווארט: "סאטמאר"!

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 2:07 pm

· #74343
קלאר
אין די זאליס האבען געסטראשעט צו אנהייבן א מלחמה אין וועלן סטאפען די טשעק (מען רעדט פין א שיינע נומבער, מען האט געברענגט דעם שרייבער פין ארץ ישראל)


עפעס שטימט נישט מיט דיין מעשה, פארוואס האט נאך יענער נישט דיפאזיט די שטעק צוויי חדשים שפעטער? און אויב ער האט ער עס שוין דיפאזיט, דאן וויאזוי קענענן זיי עס סטאפען? 😲 😲

קלאר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:14 pm

· #74362
פרעגסט א מורא'דיגע קשיא, עס קען נישט זיין אז מען האט נאכנישט באצאלט, אדער געצאלט מיט העד טשעקס
אבער זשאסט פאר די רעקארד מען רעדט נישט פין 2 חדשים צירוק...
טשעק נאך די פאקטן פאר די שיסט צירוק 😲 😲

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:28 pm

· #74368
איי עים סארי, איך האב נישט געוויסט אז די טעמע איז אזוי האקעל, איך האב פלעין געפרעגט א לאגישע פראגע,

זאל איך אויסמעקן מיין פאריגע תגובה? וועט עס העלפן?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:05 pm

· #74404
בדחן
איך האב פלעין געפרעגט א לאגישע פראגע


א לאגישע פראגע? דאס פרעגט מען נישט אין צימעס.

פרעג נאר יידל, ס'איז א סייענטיפישע פראווען פאקט: ווען מען נעמט אוועק לאגיק פון די בלויע קאליר, ווערט עס ברוין. דעריבער איז צימעס ברוין. ודו"ק.
קיפ איט אין מיינד פאר פיוטשער רעפערענס.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:22 pm

· #74408
"לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן" מזהיר הגבאי באותיות מרוחות על שמן חום.
מכלל לאו אתה שומע הן, שכל חמשת התגבות הנ"ל הם תגובות מלאות תוכן.

טעפל » מיטוואך יאנואר 2, 2013 10:02 am

· #74693
באקומען אין אימעיל ווער ס'האט נערווען זאל ליינען..

כידוע לכולם אחרי שחסידי מהרז"ל שילמו הרבה לעיתון משפחה
לקראת הנסיעה הקרובה לארץ הם שלחו את הכתב שלהם
אריה ארליך לארה"ב לחתונה בתחילת חודש חשוון

בעיתון בפרשת ויגש כ"ט כסלו התפרסם כמובן בעצמו
ראיון גדול שהיתה בין האדמו"ר מהרז"ל לבין הכתב

אבל אדמור"ם של הסיקריקים לא יכול לעשות ראיון כזה
ללא רשותם של הבעלי בתים האמיתיים שלו הסיקריקים
ואכן ביום שלישי התחילו הסיקריקים במחאה אדירה נגדו

בקו שלהם (המצורף כאן מספר 1) הם יצאו בהודעת מחאה
איך מהרז"ל לא שאל אותם ונתן ראיון לעיתון ציוני ללא רשותם
והם תבעו מפורשות שהוא יכחיש את הראיון שזה לא היתה

כמובן שאם הבעלי בתים אומרים העובד חייב לעשות
ואכן במוצ"ש האחרון פרשת ויחי היתקיימה דינער
ומהרז"ל דיבר ונכחיש את הראיון באומרו עפ"י לשונו
שהכתב הוא שקרן וכזבן והוא כתב שהוא התסובב כאן
הדברים המלאים אפשר לשמוע בהקלטה המצורפת מספר 2
וגם אמר והסביר שהוא לא צריך את זה וזה מביא שיכניסו ח"ו
עיתונים נגד השקפת סאטמאר לבתים והוא לא צריך כתבות
לא בעד ואפילו לא נגדו כדי שח"ו זה לא יגיע לבתים של חסידיו

ואכן מיד אחרי הדרשה הסיקריקים הוציאו הודעה
מסודרת הטוויטר שלהם "חומת הדת" בו הם מודיעים
שהם ניצחו ומהרז"ל הכחיש את כל הראיון הזה

הנה הודעת הטוויטר שגם מצורפת כתמונה
Choimas Hadas @choimas_hadas
Satmar rabbe (rz"l) spoked very sharp against the mishpacha interview
he said it's false that he gave t interview
Expand Reply Retweet Favorite

אבל המראיין הכתב אריה ארליך כנראה לא ידע מזה שהוא יכחיש
והוא סיפר איך כל השתלשלות הדברים את הקבלת הפנים החמימה שהוא קיבל
ואת הראיון בקודש פנימה כלשונו אצל מהרז"ל שידע מי הוא

אבל מה אפשר לצפות מבן אדם שהוא נקרא האדמו"רם של הסיקריקים?
כנראה שעדיף למהרז"ל לשקר קבל עולם ומלאו העיקר שהסיקריקים איתו

ועל זה אמרו חז"ל ומהרז"ל מצטט את זה בדרשה
המחלל שם שמים בסתר נפרעים ממנו בגלוי
אחרי שהעיתון משפחה פירסם ראיון בין הכתב אריה ארליך למהרז"ל מסאטמאר
התחילו הסיקריקים בקהילה שלו ללחוץ עליו שיצא להכחיש את הראיון
והוא כמובן החליט להכחיש את הכל שהכתב הוא שקרן וכזבן כלשונו
לא להאמין שזה נקרא אדמו"ר אבל מה כבר יכולים לצפות מהאדמו"רם של הסיקריקים

ענדע צדיק » מיטוואך יאנואר 2, 2013 10:52 am

· #74704
טעפל

בקו שלהם (המצורף כאן מספר 1)

?

טעפל » מיטוואך יאנואר 2, 2013 11:33 am

· #74719
ענדע צדיק
טעפל

בקו שלהם (המצורף כאן מספר 1)

?

ס'וועגט צופיל געב מיר אן אימעיל וועל איך עס אריינשיקען..

קלאר » מיטוואך יאנואר 2, 2013 1:17 pm

· #74764
קרעדיט מ גפני


Marechet Mishpacha <marechet@mishpacha.com>
ב"ה

הבהרת דברים
היות שבחודש כסלו ההעל"ט יצא כתבינו אריה ארליך הי"ו מטעמנו לביקור קצר בארה"ב לבקר בהיכלם של קהילת ומוסדות סאטמאר בעיר וויליאמסבורג יצ"ו כפי בקשתם של ראשי ומנהלי המוסדות / הקהילה, וזאת כדי לסקר ההתפתחיות של מוסדות סאטמר בארה"ב לקראת המסע המלכות המתוכנן של האדמו"ר מהרז"ל שליט"א - שמקום מושבו בוויליאמסבורג שבניו יורק - לארץ ישראל.

ונחרדנו לשמוע דברי הכחשה מאת האדמו"ר שכאילו והדברים הם שקר מיסודם, ונכתב בלא רשות האדמו"ר וראשי הקהילה הנוגעים בדבר. ע"כ הננו להבהיר את האמת לקוראינו הנכבדים ובכך לקיים "והייתם נקיים" וכו'.

א) מיד בתחילת ההתארגנות של קהילת סאטמאר בארה"ב לקראת מסע המלכות ההיסטורית אשר מויעד לחודש שבט הבעל"ט לקראת שמחת נישואי נכדת האדמו"ר בארה"ק הם פנו בבקשה למנהלי ועורכי העיתון לשלוח כתב מיוחד מטעם העיתון לסקר מקרוב את הפעילויות המורחבות של הקהילה והמוסדות, ובכך להביא לקוראינו הכרה וידיעה על הנעשה בממלכת סאטמר המפוארת.

ב) חברי המערכת התנו את מילוי בקשתם ורצונם בתנאים דלהלן: 1) הכתבה וההגהות שתגיע מוועד המסדר תפורסם בשפת העברית על אף שכתבינו ממוצא של דוברי אידיש. 2) ההוצאות הנלוות דהיינו טיסות; מקום לינה; הוצאות שהיה וכדו' תהיה על חשבון מזמיני הכתבה, ועיתונינו תפרסם את עצם הראיון בלי תשלום. 3) על הוועד המסדר תספק למערכת המסמכים והתמונות הנלוות לכתבה. 4) ובעיקר הסכמת האדמו"ר על פרסום הראיון במגזין משפחה. 5) כל זה תאושר בכתב [השמור במערכת] לפני יציאת כתבינו מהארץ.

ג) מיד בהגעתו של כתבינו בניו יורק התקשר עם ראשי הקהילה והמוסדות ותכננו עמו על סדר יומו בימי ביקוריו בפרטי פרטים, הכולל פגישות אינטנסיביות עם ראשי הקהילה, מנהלי המוסדות, מזכיר הקהילה, גבאי האדמו"ר – ואנשי ביתו, ביקור במבני הקהילה והמוסדות, ולסיום שיחה פרטית עם האדמו"ר בסיום הקבלת קהל היומית. - וכדאי להדגיש שהראיון עם האדמו"ר ארכה למעלה משעה, והתעניין בפרטי העתון, ודבר עם הכתב על עבודתו בעיתון, ועל כמה עותקים מופץ בכל שבוע, ובאיזה מדינות / שפות.

כפי ראות קוראינו הנכבדים, הראיון יצא לפועל בצורה יפה ומכבודת לשביעת רצון של ראשי הקהילה והועד המסדר, וכלל בתוכו תוכן עשיר ומקיף על כל הנעשה בממלכה המפוארת, וקבלנו משוב חיובי מקוראי העיתון על התוכן הנפלא.

מצער מאד לשמוע הדברים שנאמרו כלפינו, כאילו שהראיון בשקר יסודה ומלא "שקרים וכזבים". – ההבהרה דלעיל להודיע לציבור קוראינו מציאות הדברים – אנו מצטערים על האי נעימות שגרם פרסום הכתבה לאי מי מאנשי החסידות

בכבוד רב
המערכת


נ.ב. רצו"פ המסמכים והשתלשלות הענינים:

1) הכתבה במשפחה כ"ט כסלו תשע"ג - <a class="postlink" href="http://bit.ly/YM0EOc">http://bit.ly/YM0EOc</a> <http://t.ymlp232.net/bakawsqhakaqmapahsj/click.php>
2) דרשת ולחץ סקריקים-ארצה"ב: <a class="postlink" href="http://bit.ly/Uj5W21">http://bit.ly/Uj5W21</a> <http://t.ymlp232.net/hagawsqhafaqmarahsj/click.php>
3) הכחשה מאדמו"ר מסאטמר מוצש"ק ויחי: <a class="postlink" href="http://bit.ly/UBUP79">http://bit.ly/UBUP79</a> <http://t.ymlp232.net/waaawsqhafaqmaiahsj/click.php>
4) הודעת טויטר מאנ"ש ההכחשה: <a class="postlink" href="http://bit.ly/Vhu32b">http://bit.ly/Vhu32b</a>
5) ראיון של הכתב עם קול החרדי: <a class="postlink" href="http://bit.ly/Vy4pWa">http://bit.ly/Vy4pWa</a> <http://t.ymlp232.net/qacawsqhacaqmanahsj/click.php>
________________________________

אריינגעטראכט » מיטוואך יאנואר 2, 2013 1:56 pm

· #74774
איך פארשטיי נישט פארוואס די משפחה איז אזוי סענעסעטיוו
זיי ווייסן דען נישט אז די שפיל דארף אזוי צוגיין
ער דארף געבן די אינטערוויו
און דערנאך מוחה זיין

וואס פארפירן זיי אזוי

אויב ווילן זיי האבן נאך אינטערוויוס אינעם צוקונפט זאלן זיי בעסער ביהעיווען

שרייבער » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:31 pm

· #74781
אויסדרוקליך נישט
בפרט נישט אז דער רבי אליין בכבודו ובעצמו פארלייקנט עס ברוב עם

דאס איז די חסידים זאלן זאגן ס'איז נישט אמת קען מען נאך שלינגען, אבער אז די רבי אליין זאל עס אפלייקענען? זיי ווילן נישט הייסן א מאגאזין וואס מען קען נישט גלייבן

און באמת די כוונה תחלה איז נישט געווען אז מען גייט עס לייקענען, דער פראבלעם איז געווארן ווען די סיקריקים האבן זיך גענומען פארפירן.

ער האט געזאגט א סטעטמענט וועגן אתרא קדישא צופרידן צושטעלן דושינסקיא מיט תולדות אהרן, דערנאך צוריקגעצויגן און געזאגט א סטעטמענט צופרידן צו שטעלן זיינע סיקריקים
הה"ד פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן

בנוסף לזה קען מען נישט פארגעסן ווען די זעלבע מענטשן האבן איבערגעדרייט א שטאט ווען מהר"א האט געהאט א אינטערוויו, מיט א היתכן, איי וואס איז יעצט

ווי האט יענער געזאגט:
ליצנות אחת דוחה מיליאנען דולרים שרוצה לחלק.........................

אריינגעטראכט » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:37 pm

· #74784
נאכאלס וואלטן זיי געדארפט פארשטיין אז מהרזל מוז דאס אפלייקענען מפני הסקרוקים שבו
די סקרוקים ליינען דאס במילא נישט
סוועט גארנישט שאטן פאר זייער מאגאזין

און מאך דיך נישט וויסענדיג און גיי אן ווייטער

יעדער פארשטייט סיי ווי וואס די מוחה זיין מיינט

שרייבער » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:59 pm

· #74791
ביסט גערעכט, אבער למעשה קוקט עס ער האט עפעס א סייעתא דשמיא מיט דורכפעלער

די גאנצע זאך האט פאסירט ווען איינער האט אינטערוויוט דעם שרייבער אויף א האט ליין און יענער האט אים געסקרוט צו ער האט טאקע גערעדט צו רז"ל, און דער שרייבער האט נאכנישט געוואוסט אז רז"ל האט עס מכחיש געווען, ווען ער ווייסט ווען וואלט ער זיך מן הסתם דורכגעקומען, אבער אזוי וווי ער האט שוין געהאט גערעדט אויף א האטליין און קלאר געזאגט עמנו הייתם, פארט שוין די באן אויף די דירעקציע
פארפאלן, ער איז א גברא דמארי סייעי

אריינגעטראכט » מיטוואך יאנואר 2, 2013 3:32 pm

· #74799
זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט ביים רבינז"ל ....
<a class="postlink" href="https://mail.google.com/mail/u/1/?ui=2&ik=05f368b964&view=att&th=13bf85af38787ad3&attid=0.1&disp=safe&realattid=f_ha01h7mq0&zw">https://mail.google.com/mail/u/1/?ui=2& ... 01h7mq0&zw</a>
דאס אלעס אויב מהאט אביסעלע ס"ד

gehlungen » מיטוואך יאנואר 2, 2013 3:38 pm

· #74803
[quote="אריינגעטראכט"]איך פארשטיי נישט פארוואס די משפחה איז אזוי סענעסעטיוו
Excuse me don't you understand that NOBODY & I repeat NOBODY wouldn't &shouldnt tolerate such a thing to call &proclaim that somebody is a CROOK a LIAR when anybody can prove that its the opposite & HE is the LIAR just by them to release the pictures & the tapings of that interview VD"L !

a1b2 » מיטוואך יאנואר 2, 2013 4:03 pm

· #74807
📎 A_k5R2iCcAA53p_.jpg

signout » מיטוואך יאנואר 2, 2013 4:13 pm

· #74809
באקומען אין אימעיל
📎 Mishpacha Response.jpg

קלאר » מיטוואך יאנואר 2, 2013 5:04 pm

· #74820
אריינגעטראכט
זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט ביים רבינז"ל ....
<a class="postlink" href="https://mail.google.com/mail/u/1/?ui=2&ik=05f368b964&view=att&th=13bf85af38787ad3&attid=0.1&disp=safe&realattid=f_ha01h7mq0&zw">https://mail.google.com/mail/u/1/?ui=2& ... 01h7mq0&zw</a>
דאס אלעס אויב מהאט אביסעלע ס"ד

מען זעהט גארנישט

אריינגעטראכט » מיטוואך יאנואר 2, 2013 5:07 pm

· #74821
עס דאונלאוד זיך
זיך ביי דיינע דאונלאודס

פרענטש וואנילע » מיטוואך יאנואר 2, 2013 7:27 pm

· #74846
איין זאך זעה איך, אז די פאר פארווייטאגטע אידעלעך שטייען אויף מיט די זאלוינים און לייגען זיך מיט די זאלוינים, נעבעך, די ארוינימלעך פארכאפען אלע בילדער מאגאזינען מיט אלע מיטלען, ווארפען גרויס געלט צו האבען די פראנט קאווערס, און מאכען זיכער יעדע וואך צו "באשיינען" די בילדער העפטען חוק ולא יעבור, און ווען זיי זעהען שוין אמאל זייער רבי'נס "קליינער" ברודער פון וויליאמסבורג - דער גרויסער סאטמארע רבי - אויף א בילדער העפט דעקעל, ווערען זיי ווילד ווי טוירקיס, אזש ביז זיך נעמען צו זייער אלטען פאך פון פעלשען בריווען, גענוי ווי זיי האבען געטוהן אין גרויס פארלוירענקייט א וואך צוריק ביי די צומות הגידין, ווי זאגט מען אין יודיש? "איי פיל יור פעין"...

פיינע קאווע » מיטוואך יאנואר 2, 2013 9:07 pm

· #74881
פרענטש טייערער. אין כאן לא פארלוירענקייט ולא פעין. דער עולם האלט זיך פשוט ביי די זייטן פון די אומגעלונגענע אקציע. צו אדווערטייזן אין משפחה און דערנאך די געצווינגענע הכחשה פון סאמען רבי'ן אליין. נישט פראפעשענעל און נישט פאליטיש.
אזא פנים האט די גאנצער הנהגה. יעדע צווייטע גרייזיגע דברי תורה מיז מען נעבעך שנעל פאריכטען. יעדע בילד שנעל פאטאשאפן. וויאזוי זאגט ר' א"מ פוגל. יעדער מאכט א טעות אבער איין רבי צו מאכן אלע טעותים לא שמענו.
ווער געדענקט נאך פון דאס חוזק מאכן פון ליאבאוויטשע רבין שושן פורים און דערנאך די מודעה אין איד. ועוד ועוד

בדחן » מיטוואך יאנואר 2, 2013 9:14 pm

· #74885
קיינער טראכט נישט אז משפחה זאל האבען געשריבען די בריוו,

gehlungen » מיטוואך יאנואר 2, 2013 9:27 pm

· #74890
signout
באקומען אין אימעיל

Where can I see the original letter from the Mishpocho ? Is it in the Hebrew version magazine of this week ?

פיינע קאווע » מיטוואך יאנואר 2, 2013 9:40 pm

· #74896
בדחן
קיינער טראכט נישט אז משפחה זאל האבען געשריבען די בריוו,

קודם זאג נישט קיינער. קען זיין אז יא.
והשנית. דער נושא דא איז לאו דוקא צו די הכחשה פון משפחה איז אמת. די רעדע איז פון די עצם היפאקריסי. קודם שטעלט מען זיך געבן א אינטערוויא. דערנאך ווען מען גייט אויף קרית יואל און מען דארף געפעלן אפאר בני יואל לייקענט מען מיט א בלעכנעם פנים.

בדחן » מיטוואך יאנואר 2, 2013 9:50 pm

· #74898
אדמו״ר בעל הויאל משה זי״ע האט אויך אויפגענימען איזרעליש צייטנוג שרייבער ביי זיך און שטוב, ער האט ער געמעקט טיען,
ער האט בסך הכל געזאגט אז ער האט נישט געוויסט אז מען גרייט דא אן א באשרייבנוג.

פיינע קאווע » מיטוואך יאנואר 2, 2013 10:10 pm

· #74903
בדחן
אדמו״ר בעל הויאל משה זי״ע האט אויך אויפגענימען איזרעליש צייטנוג שרייבער ביי זיך און שטוב, ער האט ער געמעקט טיען,
ער האט בסך הכל געזאגט אז ער האט נישט געוויסט אז מען גרייט דא אן א באשרייבנוג.


אמת דער בעל ויואל משה און אויך דער בעל דברי יואל און להבחל"ח דער היינטיגער אדמו"ר בעל לב אהרן אלע האבן שוין אויפגענומען צייטונג שרייבער. ווען עס האט זיך אויסגעפעלט להשמיע את דבר ה'
דא אבער ביי הגז"ל שליט"א איז דער צייטונג שרייבער געקומען צופליען פון ארץ ישראל להגדיל הטראסק צום מסע המלכות. און דאס זאגן אז ער האט נישט געוויסט עס גייט זיין א באשרייבונג איז א גראבער ליגענט.

gehlungen » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 12:06 am

· #77376
בדחן
קיינער טראכט נישט אז משפחה זאל האבען געשריבען די בריוו,

Forget about the letter if wrote who wrote (u tube will pove everything)the bottom line is R'ZL IS A BLATENT LIAR !

שרייבער » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 7:59 am

· #77398
בדחן
אדמו״ר בעל הויאל משה זי״ע האט אויך אויפגענימען איזרעליש צייטנוג שרייבער ביי זיך און שטוב, ער האט ער געמעקט טיען,
ער האט בסך הכל געזאגט אז ער האט נישט געוויסט אז מען גרייט דא אן א באשרייבנוג.


קיינער פון אונז רעדן נישט צו ער האט געמעגט צו נישט, די פראבלעם איז דא צוויי פאכיג, איינס אז דו האסט עס געטון לייקן נישט

צווייטנס איז גוט צו געדענקן אז ווען ס'איז געווען א אינטערוויו מיט זיין ברודער האבן די זעלבע פארפירט הלמאי

נאר ווי גייט דער כלל גדול בתורה: איך מעג יענער טאר נישט

signout » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 1:48 pm

· #77457
פרענטש וואנילע
איין זאך זעה איך, אז די פאר פארווייטאגטע אידעלעך שטייען אויף מיט די זאלוינים און לייגען זיך מיט די זאלוינים, נעבעך, די ארוינימלעך פארכאפען אלע בילדער מאגאזינען מיט אלע מיטלען, ווארפען גרויס געלט צו האבען די פראנט קאווערס, און מאכען זיכער יעדע וואך צו "באשיינען" די בילדער העפטען חוק ולא יעבור, און ווען זיי זעהען שוין אמאל זייער רבי'נס "קליינער" ברודער פון וויליאמסבורג - דער גרויסער סאטמארע רבי - אויף א בילדער העפט דעקעל, ווערען זיי ווילד ווי טוירקיס, אזש ביז זיך נעמען צו זייער אלטען פאך פון פעלשען בריווען, גענוי ווי זיי האבען געטוהן אין גרויס פארלוירענקייט א וואך צוריק ביי די צומות הגידין, ווי זאגט מען אין יודיש? "איי פיל יור פעין"...

איך ווייס נישט אויב עס איז געפעלטשט אבער אויב מעג א רבי ליגענט זאגען ברבים, פארוואס האסטו טענות ווען יענער פעלטשט? קענסט דאך קלאר הערן ווי דער שרייבער פארציילט אלעס

gehlungen » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 2:35 pm

· #77470
You are making from the eeker a tufel & from the tufel a eeker. The eeker over here is that the groiseh R' Z L was a BLATENT LIAR & the tufel is what wrote ' where wrote ,who wrote VCH"L

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 6, 2013 12:25 pm

· #77944
שרייבער
נאר ווי גייט דער כלל גדול בתורה: איך מעג יענער טאר נישט

געהערט אן ענדליך נוסח:
דאס איז זיכער אז די תורה לאזט נישט, אבער סאטמאר מעג יא.
למשל: גיין אין קאורט.
די שאלה איז נאר, ווער סאטמאר איז.

מיקוה נייעס » מאנטאג יאנואר 7, 2013 12:19 pm

· #78236
שרייבער
בדחן
אדמו״ר בעל הויאל משה זי״ע האט אויך אויפגענימען איזרעליש צייטנוג שרייבער ביי זיך און שטוב, ער האט ער געמעקט טיען,
ער האט בסך הכל געזאגט אז ער האט נישט געוויסט אז מען גרייט דא אן א באשרייבנוג.


קיינער פון אונז רעדן נישט צו ער האט געמעגט צו נישט, די פראבלעם איז דא צוויי פאכיג, איינס אז דו האסט עס געטון לייקן נישט

צווייטנס איז גוט צו געדענקן אז ווען ס'איז געווען א אינטערוויו מיט זיין ברודער האבן די זעלבע פארפירט הלמאי

נאר ווי גייט דער כלל גדול בתורה: איך מעג יענער טאר נישט

אפשר זאגסטו מיר ווען דו ברידער האט געהאט א אינטערויא ?

פיינע קאווע » מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:14 pm

· #79951
איך קען נישט פארשטיין דעם וויינבערגער.
דער הייליגער רבי (רז"ל) גנבט אראפ פון זיינע טייערע צייט און קומט קלאפן א מזוזה. פארברענגט מיט ידידו הרב וואלמאן דער שווער פון נייעם טעלפון ביך דירעקטארי און וויינבערגער שטייט אין דער זייט און רעדט אויפן סעלפון. איז נאך דא א גרעסערע עזות? פארוואס שטייט ער נישט איבערגעבויגן צו הערן די שיחת חולין של ת"ח ? איז דאך שוין קרויס פון די ביזנעס דירעקטארי גארנישט ערגער
📎 image.jpg

ראדני שטיפער » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:32 am

· #80053
איך האב א שווערע שאלה !!! אויב איז אמת אז די משפחה האט ארויסגעגעבען א בריוו קעגן סאטמאר וועגען די אינטערוויא וויאזוי קען זיין אז די ענגלישע משפחה האט דער וואך א הערליכע ביישריבונג פון סאטמאר ?????????????? זענען זיי נישט אויפגערעגט אויף סאטמאר ??????????????????????

פיינע קאווע » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:41 am

· #80056
פאר אן אפוטיקי טוט מען אלעס

מיין מיינונג » מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:36 am

· #80223
קען מען מאכן א פשרה: פאר די ארטיקל האבן די זאלונים געלייגט אן אפוטקי, פארן בריוו די אהרונים...

צדיקל » מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:10 pm

· #80356
איך האב א שווערע שאלה!!! נאכדעם וואס מהרז"ל האט אויפגעדעקט די שקרים וכתבים (כלשונו) און די געלע זשורנאליזם פון די משפחה, שעמען זיי זיך נישט און לייגן איבער דער שקר??????????????????

פיינע קאווע » מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:12 pm

· #80358
פאר אן אפוטיקי טוט מען אלעס