וועד הצניעות והמסתעף
174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2504
משולם שטיינפעלדדי וועד גייט אריין אין פרייוועט הייזער, ווען מען פירט זיך אויף די גאס פראסט. איינער וואס גייט שמאלע געפאסטע קליידער "בלויז" אין שטוב לאזן זיי צורוה.
געהערט פון א געליטענער פונעם וועד...
אה, אויב אזוי זענען זיי אזעלכע "גוטע" מענטשן..... עס קומט זיי א מעדאל. אפשר נאך מער, מען זאל באשרייבן זייער "גוטסקייט" אין אלע צייטונגען, מיט זייערע נעמען, אז זיי ברעכן זיך אריין אין מענטשנ'ס הייזער נאר ווען מען גייט אין די גאס.
אגב, עס איז ידוע אז זיי טעראריזירן פארן נישט שערן די האר. וועלכע פרוי גייט מיט די אייגענע האר אין די גאס?
100% זיי לאזן יעדעם טוען וואס זיי ווילן עכ"פ היינט ווי לאנג דו טוסט עס פאר דיר שטול אדער אינדרויסן פון שטעטל שטול אבער אין שטעטל אין פאבליק האבן זיי די אחריות און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך פון דארטן אפטראגן
אנשטולדיגט זייט נישט בייז די שטעטל האט איינער מייסד געווען און ער האט רעכט איינצוטיילן ווי אזוי זיין שטאט זאל אויסקוקן און אויב ער וויל יעדער זאל גיין מיט א גאטשע אויפן קאפ מוזטו אים אויך פאלגן אז ס'געפעלט דיר נישט טראג אפ
דער מייסד פון דעם שטעטל האט שוין געשטעלט ר' יחזקאל שמש אלס וועד הצניעות ווען ער האט נאך געוואוינט אין שטאט און כ"ש אין זיין אייגן שטעטל ווי ער איז בעה"ב
און בכלל פארשטיי איך אינגאנצן נישט א מענטש וואס וויל זיך נישט צושטעלן פארוואס וואוינט ער דארט? אדער אין סקווירא אדער אן אנדער שטעטל דו ביסט נישט צופרידן גיי צו א פלאץ ווי ביסט יא צופרידן
פאר די אלע וואס זען דעם וועד הצניעות אלס א געפאר פאר די מענטשהייט:
יעדער ווייסט אז דער פאראייניגטע שטאטען איז געבויעט אויף פרייהייט, די ערפינדער טאטעס וואס האבן אראפגעשטעלט דער אמעריקאנער קאנסטעטוצוע, זענען געווען אזעלכע וואס האבן און אייראפא געליטן פון אונטערדריקונג און טיראני. דעריבער האבן זיי אראפ געשטעלט די יסודות פון דעם לאנד, אויף פרייהייט, יעדער מענטש קען טאן וואס ער וויל, טראכטען וואס ער וויל, און רעדן וואס ער וויל.
און יאר 1947 למס' איז אנגעקימען קיין אמעריקא א יוד פון ארץ ישראל, וואס ער האט געהייסען רבי יואל טייטלבוים זי''ע, ער איז אהער געקימען שנארן פאר זיינע מוסדות וואס ער האט אויפגעשטעלט און פאלאסטינע, פאר די אודים ניצלים מאש, פאר די איבערלעבער פון די נאצישע קאנסטאטראציע לאגערן.
למעשה האט זיך דעמאלס אנוויקעלט א געשענעניש, א פאר יונגאשעס האבן געגרינדעט און פלאסטינא א לאנד מיטן נאמען מדינות ישראל, און דער רבי יואל טייטלבוים זי''ע האט געהאלטן אז דאס איז קעגן די תורה, דעריבער איז ער שוין פארבליבן און אמעריקא, און ער איז נישט ציריק געפארן קיין ארץ ישראל.
דער רבי יואל טייטלבוים זי''ע איז געווען א מענטש פול מיט ענערגיע און פרישקייט, טראץ דעם וואס ער האט פארלוירן אלע זיינע מענטשן און גיטע פריינד, און דעם נאצישען גיהינום, און ער אליינס האט טועם געווען דעם טעם פון א נאצישע קאנסטאטראציע לאגער, דאך האט ער אנגעהויבן צו בויען א קהילה, מיט מוסדות, וואס איז זיך ביז א קירצע צייט ציוואקסען אלס א מעכטיגע אימפעריע, וואו טויזענעטער יונגליך און מיידליך ווערן נתחנך אויף די וועג וואו אזוי ער האט דאס אראפ געשטעלט.
דער רבי יואל טייטלבוים זי''ע האט אבער געהאלטן אז און די שטאט איז אומעגליך אויף צו ציען די קינדער, אויף די זעלבע וועג וואו עס איז געווען און אייראפא, פאר די נאצישע שווערד האט דאס גרויזאם פארשניטען, דעריבער האט ער אלעמאל געחלומט צו בויען א שטעטל אויסער די שטאט, ווייט ווייט אוועק פון די רוישיגע ניו יארק, אבער למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבייט.
ביז שנת תשל''ד וואס דאן האט דער אלטער און קראנקער רבי יואל זי'ע, דערלעבט צו זען וואו זיין לעבנס ווינטש ווערט פארוויקליכט, און דער שטאט קרית יואל איז געווארן א פאקט, און סויף יאר פרשת כי תצא תשל''ד האבן זיך די ערשטע תושבים אנגעפאנגען זיך אריין צו ציען און דעם נייעם שטעטל. און דער גליק און נחת פון דעם אלטען צדיק האט נישט געהאט קיין גרעניץ.
ווער זענען געווען די ערשטע תושבים?
די ערשטע תושבים זענען געווען דאס שענסטע און בעסטע וואס סאטמאר האט דאן פארמאגט, חשובע ערליכע פיינע יונגעלייט, וואס האבן געהאט פאר זיך נאר איין ציל, מגדל צו זיין זייערע קינדער, אויף די וועגן וואס דער הייליגער מייסד השטעטל האט זיי געלערנט.
דער בעלבאטישער עולם, איז געבליבן וואוינען און די שטאט, און דער גאנצער שטעטל האט זיי גאנץ קנאפע געשמעקט, און דער שטאט האבן זיי געקענט פירן זייער לעבנס שטייגער וואו אזוי זיי האבן געוואלט, זיי זענען נישט געווען אינטערעסירט צו וואוינען און א פרימע שטאט מיט תקנות, און איינצוימינגען, און אלעס איז געפארן גוט.
און די לעצטע יארן איז כלל ישראל באשאנקען געווארן מיט א נייע מאוומענט, א פאר יונגעלייטליך האבן זיך ערקלערט אויפגעקלערט, זיי האבן אנגעהויבן צו ווערן שיין, שיינע ברילן, שיינע שיכעלעך, א שיינעם העמעד מיט קורצע ארמעל, בקיצור נאך א וועג צו ווערן ארויפגעקיקט און וויכטיג, שוין, זאל זיין, וועמען גייט עס אן? זאלן זיין גיין מיט הערנער, און מיט א 10 פיסיגער שוואנץ, הו קערס?
פיין און וואויל, אבער וואס ווילסטי פון מיר? די ווילסט זיין שיין? זייער גערן, בלייב און די שטאט אוןן זיי וואו שיין די ווילסט, אבער פארוואס קימסטי וואוינען און מיין שטאט? קרית יואל איז נישט געמאכט פאר דיר, די וואלסט אריין געגאנגען מיט א קלאן העט און א בית אבל? אדער צו א חתונה מיט תכריכים? ניין! דעמאלט פאר וואס האסטי דיך און מיך אנגעפעגערט? גיי דיר ציריק און שטאט, און לאז קרית יואל א פרום און ערליך שטאט, דאס איז די גאנצע צוועק פאר וואס מען וואוינט און קרית יואל, דיין וועזנהייט טעראזירט קרית יואל, די לאזט זיי נישט לעבן, דאס איז קעגען דעמעקראטיע, פארוואס דארפן מיר ליידען פון די שיינע יונגעלייטליך? גייט אייך פון דא!
גאנצלאנשטולדיגט זייט נישט בייז די שטעטל האט איינער מייסד געווען און ער האט רעכט איינצוטיילן ווי אזוי זיין שטאט זאל אויסקוקן און אויב ער וויל יעדער זאל גיין מיט א גאטשע אויפן קאפ מוזטו אים אויך פאלגן אז ס'געפעלט דיר נישט טראג אפ
דער מייסד פון דעם שטעטל האט שוין געשטעלט ר' יחזקאל שמש אלס וועד הצניעות ווען ער האט נאך געוואוינט אין שטאט און כ"ש אין זיין אייגן שטעטל ווי ער איז בעה"ב
זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער נישט בנגלה, נישט בנסתר, נישט אידישליך, און נישט גויאישליך, האט א מייסד א כח ארויפצוצוואונגען זיינע קוריאזן אויף אלע תושבים דורי דורות עד ביאת גואל. נישטא אזא זאך.
געפילטע פישגאנצלאנשטולדיגט זייט נישט בייז די שטעטל האט איינער מייסד געווען און ער האט רעכט איינצוטיילן ווי אזוי זיין שטאט זאל אויסקוקן און אויב ער וויל יעדער זאל גיין מיט א גאטשע אויפן קאפ מוזטו אים אויך פאלגן אז ס'געפעלט דיר נישט טראג אפ

why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל
גאנצל
why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל
Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.
הוגהגאנצל

1) לעגאל ווייס איך ניסט אפשר ביסטו גערעכט
2) איך פארשטיי נישט דעס איז דאך זיינס זיין אייגנטום ער האט עס נאר געבויעט פאר די סארט משוגעים ווער קען ארייןרעדן וואס ער מעג יא אדער נישט טון אין זיין חצר? (לעגאל ווייס איך נישט)

פארוואס האט טאקע די אייבישטער איבערגעדרייט סדום?
זיי האבן אויפגעבויעט סדום מיט בלוט און שווייס, זיי האבן געהאט תקנות.
אז מר. לוט איז עס נישט געפאלן, פארוואס איז ער אהין געגאנגען?
די נערישע מיידל וואס איז באשמירט געווארען מיט האניג, פארוואס איז זי אהין געגאנגען? זי איז זיך אליינס שולדיק אז די בינען האבן איר צוביסן...
לאמיר אפילו נישט רעדן פון געזעצליך, צייג מיר צו א פאראלעל אדער הלכה וואס זאל זאגן אזא זאך. קיינער איז נישט קיין באלעבוס אויף א מקום לעולמי עד נאר ווייל ער האט געבלוטיגט, און געשנארעט ביי מענטשען געלט, גענומען רעגירונגס געלטער און קהילה געלטער, און געבויעט א שטאט. וואס איז דעם היינטיגן יונגעמאן משעבד צו אן אלטער איד וואס האט פאר פופציג יאר צוריק געבלוטיגט, פערצופאל אויף די זעלבע מקום וואו ער וואוינט יעצט?
-----
גאנצל האקט, חצר? איז דאס זיין פרייוועט פראפערטי? כ'דענק אז נישט.
----
גנדי, 👍
גאנצלהוגהגאנצל
why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל
Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.
1) לעגאל ווייס איך ניסט אפשר ביסטו גערעכט
2) איך פארשטיי נישט דעס איז דאך זיינס זיין אייגנטום ער האט עס נאר געבויעט פאר די סארט משוגעים ווער קען ארייןרעדן וואס ער מעג יא אדער נישט טון אין זיין חצר? (לעגאל ווייס איך נישט)
וואס זיין איינגעטום?
מענטשן צאלן פאר די הייזער פון זייערע טאשן, אפשר נישט?
גנדיגאנצלהוגהגאנצל

ווער הייסט זיי צאלן האסט דאך נישט ליב די פלאץ פארוואס צאלסטו פארוואס קויפסטו אז דו האסט שוין געקויפט פארקויף און גיי דיר לחיים די גלייכסט דאך נישט דעם מקום?
[ציטאט אראפגענומען]
סליחה:
עס איז דא מענטשען וואס האבן קישיות, און זיכען תירצים,
עס איז דא מענטשען וואס האבן קישיות, און זיכען "נישט תיריצים", נאר פארקערט, ער פרייט זיך גאר אז ער האט א קישה:
איך ווייס נישט פון וועלעכע סארט די ביזט,
דיין פארגלייך איז נישט גיין פארגלייך, די ווייסט דאס אויך.
און מדינת ישראל קען יעדער וואוינען, די מדינה איז נסייסד געווארן ע''פ חקי דעמעקראטיע, א לאנד וואו יעדער יוד, קריסט, אראבער, קען וואוינען, און פראקטיצרן זיין רעליגיע לויט זיין פארשטאנד, עיין במגילת עצמאות:
און קרית יואל קען "נישט" יעדער וואוינען, דער שטעטל איז נסייסד געווארן מיט תקנות, און ווער עס קימט וואוינען דארט און האלט נישט איין די תקנות, איז א פארברעכער, אזוי פארשטיי איך, און מן הסתם די אויך!
גנדיהוגהגאנצל
why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל
Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.
פארוואס האט טאקע די אייבישטער איבערגעדרייט סדום?
זיי האבן אויפגעבויעט סדום מיט בלוט און שווייס, זיי האבן געהאט תקנות.
אז מר. לוט איז עס נישט געפאלן, פארוואס איז ער אהין געגאנגען?
די נערישע מיידל וואס איז באשמירט געווארען מיט האניג, פארוואס איז זי אהין געגאנגען? זי איז זיך אליינס שולדיק אז די בינען האבן איר צוביסן...
אין א ביהמ"ד מעג מען מאכן תקנות? און א מוסד מעג מען מאכן תקנות?
געפילטע פישלאמיר אפילו נישט רעדן פון געזעצליך, צייג מיר צו א פאראלעל אדער הלכה וואס זאל זאגן אזא זאך. קיינער איז נישט קיין באלעבוס אויף א מקום לעולמי עד נאר ווייל ער האט געבלוטיגט, און געשנארעט ביי מענטשען געלט, גענומען רעגירונגס געלטער און קהילה געלטער, און געבויעט א שטאט. וואס איז דעם היינטיגן יונגעמאן משעבד צו אן אלטער איד וואס האט פאר פופציג יאר צוריק געבלוטיגט, פערצופאל אויף די זעלבע מקום וואו ער וואוינט יעצט?
-----
גאנצל האקט, חצר? איז דאס זיין פרייוועט פראפערטי? כ'דענק אז נישט.
----
גנדי, 👍
מר געפילטע, איין זאך ווייס איז זיכער אז ווען און בעלז וועט אריין קימען א מאכניווקער חסיד, וועסטי אים הארגענעם יו''כ שחל בשבת, דיינע ליבלעראלע אנשויאינגען איז נאר לגבי סאטמאר, וועט איינער זאל דיר טרעטן אויף דיינע הינער אויגען, אדער אויף דיין רבי'נס בין איך יענעם ווייניג מקנא, יעדער ווערט א מרוח אשך און א אויגן בליק, דעריבער פארדריי נישט קיין שמישיק
גנדיהוגהגאנצל
why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל
Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.
פארוואס האט טאקע די אייבישטער איבערגעדרייט סדום?
זיי האבן אויפגעבויעט סדום מיט בלוט און שווייס, זיי האבן געהאט תקנות.
אז מר. לוט איז עס נישט געפאלן, פארוואס איז ער אהין געגאנגען?
די נערישע מיידל וואס איז באשמירט געווארען מיט האניג, פארוואס איז זי אהין געגאנגען? זי איז זיך אליינס שולדיק אז די בינען האבן איר צוביסן...
ס'איז א חילוק פון נעמען א לאנד און ארויףצווינגען תקנות אויף די תושבים
ווי קויפן א פראפערטי פוןדאסניי און זאגן איך בוי עס פאר די און די סארט מענטשן און אנדערע זאלן נישט אהער קומען און געזונטערהייט וואוינען נעבן מיר אבער נישט אין מיין פראפערטי איף נעם געלט צו זיין א כיתה א' רבי
גנדיהוגהגאנצל
why not ס'איז דאך זיין שטעטל ער האט דאס מייסד געווען פאר די און די סארט מענשטן ער האט נישט קיין רעכט? ער האט געשפיגן בלוט פארדעם ער האט צוזאם געשטעלט געלט פארדעם? ער מעג טון דארטן וואס ער וויל
Why not? ערשטענס, ס'נישט לעגאל! ווייל דו האסט אויפגעבויט די שטעטל מיט בלוט (כמאה"כ רק בדם תהיה לנו הקריה) מיינט נאך נישט אז מען קען טון זאכן וואס זענען מנוגד צו די אמעריקאנער קאנסטיטוציע. צווייטענס, כופין על מדת סדום גייט אן ביים הייליגע רבי אויך. וועד הצניעות איז מדת סדום.
פארוואס האט טאקע די אייבישטער איבערגעדרייט סדום?
זיי האבן אויפגעבויעט סדום מיט בלוט און שווייס, זיי האבן געהאט תקנות.
אז מר. לוט איז עס נישט געפאלן, פארוואס איז ער אהין געגאנגען?
די נערישע מיידל וואס איז באשמירט געווארען מיט האניג, פארוואס איז זי אהין געגאנגען? זי איז זיך אליינס שולדיק אז די בינען האבן איר צוביסן...
הננו מיכן ומזמן לקיים הפסוק תען לאוויל כאיוולתו:
דער אייבישטער האט האט אויף אינז ארויף געצווינגען 613 מצוות, מיט א בארג העכערען קאפ, און אונז געזאגט זענט איר דאס מקבל איז גוט, אז נישט, שם תהא קבורתכם, או או דעמאקראטיע! געוואלד וואו ביזטו?
די אמערעקאנער רעגורינג לאזט נישט הארגענען קיין מענטשען! או או דעמאקראטיע! געוואלד וואו ביזטו?
די שוטה שבעולם!
קען די וועד משמרת הטערע פון בית מדרש גבוה אין לעיקוואד זיך אריין גנב'ענען אין חסידישע הייזער און גנב'ענען זייערע שטריימלעך, גארטלעך, תולדות יעקב יוסףס, סיפורי צדיקים ביכלעך, רעכטס אויף לינקס העמעדער, לאנגע גאטשעס, אד"ג ?
פארוואס נישט? די נייע אויפגעקלערטע חסידישע אינגעלייט וואס מופן אהין זיי ברעכן אונטער די גאנצע..... זיי מאכן קאלט....
ר' אהרן קאטלאר זי"ע האט געשפיגן בלוט פארדעם לעיקוואד!
עטס ווילטס זיין חסידיש פיין און וואויל, אבער וואס ווילסטי פון מיר? די ווילסט זיין חניוקיש? זייער גערן, בלייב און די שטאט אוןן זיי וואו חניוקיש די ווילסט, אבער פארוואס קימסטי וואוינען און מיין שטאט? לעיקוואד איז נישט געמאכט פאר דיר, די וואלסט אריין געגאנגען מיט א קלאן העט און א בית אבל? אדער צו א חתונה מיט תכריכים? ניין! דעמאלט פאר וואס האסטי דיך און מיך אנגעפעגערט? גיי דיר ציריק און שטאט, און לאז לעיקוואד א ליטוויש און תורה'דיג שטאט, דאס איז די גאנצע צוועק פאר וואס מען וואוינט און לעיקוואד, דיין וועזנהייט טעראזירט לעיקוואד, די לאזט זיי נישט לעבן, דאס איז קעגען דעמעקראטיע, פארוואס דארפן מיר ליידען פון די חסידישע יונגעלייטליך? גייט אייך פון דא!
חסידישע יונגעלייט גייט אייך פון דא!
געפילטע פישלאמיר אפילו נישט רעדן פון געזעצליך, צייג מיר צו א פאראלעל אדער הלכה וואס זאל זאגן אזא זאך.
"איך בין נישט קיין דיין איך רעד נישט להלכה"
קיינער איז נישט קיין באלעבוס אויף א מקום לעולמי עד "נאר ווייל ער האט געבלוטיגט", -יא נאר ווייל -און געשנארעט ביי מענטשען געלט, גענומען רעגירונגס געלטער און קהילה געלטער, און געבויעט א שטאט.
וואס איז דעם היינטיגן יונגעמאן משעבד צו אן אלטער איד וואס האט פאר פופציג יאר צוריק געבלוטיגט, פערצופאל אויף די זעלבע מקום וואו ער וואוינט יעצט?
אזא אוממענטשליכע שאלה שוין לאנג נישט געהערט אנטשולדיגט ער האט דאס געבויעט פאק איין וואס א חילוק ווי אלט ער איז און פאר וויפיל יאר צוריק ער האט דאס געטון?
-----
גאנצל האקט, חצר? איז דאס זיין פרייוועט פראפערטי? כ'דענק אז נישט.
----
גנדי, 👍
גנדיקען די וועד משמרת הטערע פון בית מדרש גבוה אין לעיקוואד זיך אריין גנב'ענען אין חסידישע הייזער און גנב'ענען זייערע שטריימלעך, גארטלעך, תולדות יעקב יוסףס, סיפורי צדיקים ביכלעך, רעכטס אויף לינקס העמעדער, לאנגע גאטשעס, אד"ג ?
פארוואס נישט? די נייע אויפגעקלערטע חסידישע אינגעלייט וואס מופן אהין זיי ברעכן אונטער די גאנצע..... זיי מאכן קאלט....
ר' אהרן קאטלאר זי"ע האט געשפיגן בלוט פארדעם לעיקוואד!
עטס ווילטס זיין חסידיש פיין און וואויל, אבער וואס ווילסטי פון מיר? די ווילסט זיין חניוקיש? זייער גערן, בלייב און די שטאט אוןן זיי וואו חניוקיש די ווילסט, אבער פארוואס קימסטי וואוינען און מיין שטאט? לעיקוואד איז נישט געמאכט פאר דיר, די וואלסט אריין געגאנגען מיט א קלאן העט און א בית אבל? אדער צו א חתונה מיט תכריכים? ניין! דעמאלט פאר וואס האסטי דיך און מיך אנגעפעגערט? גיי דיר ציריק און שטאט, און לאז לעיקוואד א ליטוויש און תורה'דיג שטאט, דאס איז די גאנצע צוועק פאר וואס מען וואוינט און לעיקוואד, דיין וועזנהייט טעראזירט לעיקוואד, די לאזט זיי נישט לעבן, דאס איז קעגען דעמעקראטיע, פארוואס דארפן מיר ליידען פון די חסידישע יונגעלייטליך? גייט אייך פון דא!
חסידישע יונגעלייט גייט אייך פון דא!
יא זיי קענען
קאך_לעפלמר געפילטע, איין זאך ווייס איז זיכער אז ווען און בעלז וועט אריין קימען א מאכניווקער חסיד, וועסטי אים הארגענעם יו''כ שחל בשבת, דיינע ליבלעראלע אנשויאינגען איז נאר לגבי סאטמאר, וועט איינער זאל דיר טרעטן אויף דיינע הינער אויגען, אדער אויף דיין רבי'נס בין איך יענעם ווייניג מקנא, יעדער ווערט א מרוח אשך און א אויגן בליק, דעריבער פארדריי נישט קיין שמישיק
😂 א לייק דיר פארן מיך מאכן לאכן אזוי אויפן נייעם יאר. א בעלזער ביניך געווארן אויפן עלטער...
מיין שמיטשיק וועל איך דרייען וואו איך וויל, אבער לייג מיך נישט אריין קיין הינער אויגן אין מויל אריין, דאס איז דיין פראבלעם, דו מייסט אז ווען איינער רעדט קעגן רשעות וואס ווערט געטוהן בשם סאטמאר איז עס פשוט אלץ שנאת סאטמאר, טאמער איז ער א בעלזער איז עס פשוט די אלט געדראשענע פאליטיק, טאמער איז ער א סאטמערע געבוירענער איז עס ווייל ער איז אנגעווייטאגט אויפן פלאץ וואו ער איז געבוירן געווארן, קאם אן! פארדריי נישט די נושא, רשעות איז רשעות איז רשעות, ווען ס'ווערט געטוהן בשם סאטמאר, אדער בשם בעלזא, בשם סקווירא אדער בשם די תורה, בשם יאשקע אדער בשם מוכאמאד, רשעות איז רשעות.
דאס אונטערדרוקן ס'מענטשעהייט און זיי צוטרענצלען אויף זאכן וואס האט מיט הלכה נישט צו טוהן איז לויטער רשעות, און קיין שום סאטמארע טאקינג פוינטס גייט דאס נישט פארוואסערען.
אין די שפאנישע אינקוועזיציע איז געווען בארעכטיג צו פארטרייבען ווער עס האט זיך נישט צו געשטעלט צו די קירכע.
זייערע עלטערע זיידעס האבן געבלוטיגט פאר שפאניע.
יעדער איז מודה אז צעלעהמער רב ז״ל האט געבלוטיגט פאר אידישקייט.
לאמיר צוזאם נעמען אלע צעהלעם׳ע אייניקלעך. זיי העלפן צווינגען גאנץ וויליאמסבורג צו קויפן פאפא-צעהלים מצות. און נוצן די צעהלים׳ע נשים מקוה.
סאיז זייער אייגענטום. זייער חצר. מדארף זיי ערקלערן זייערע רעכטן.
אפשר זאלן אויך די מענדעלאוויטש אייניקלעך הייסן יעדעם גיין מיט תורה ודעת הוטלעך און רעקלעך...
יא גערעכט נישט גערעכט, כ'זעה נישט וואס דער בעל הסטאר האט געהאט פון ארויסגעבן אזא וואויס מעיל, ס'גייט אים מסתמה נאר שאדן מאכן. חוץ טאמער ער איז דא גרייט צו גיין אלל דע וועי (וואס איך גלייב שווער) וועט ער זיך מוזן צושטעלן הונדערט און צוויי פראצענט אדער וועט ער טאקע פארשפארן נישט מאכענדיג קיין געלט.
איך גיי נישט דא אריינגיין צו די וועד האט רעכט, אבער לעת עתה זענען זיי פאוערפול, זיי זענען מענטשן וואס געבן ארויס זייערע נעמען, נישט ווי אין וויליאמסבורג וואס ס'פליט פאשקעווילן אן קיין אונטערגעשריבענע נעמען, זיי לאזן איבער זייערע נאמבערס, געבן אן זייערע פארלאנגן, און אפערן א מיטונג.. האלסט גייסט זיי קענען פייטן? גאו אהעד, כ'מיין נאר אז סיי דער בעל הסטאר איז נישט אזא מענטש, און זיי מיינעך האט נאך קיינער נישט געווינען, דעריבער קוק איך אן די אקט וואס ארויסגעבן דעם קאל אלס נאריש און אומאויסגערעכענט.
חוץ טאמער ער וויל דא פראווען א פוינט פאר זיינע קאסטומערס פארוואס ער טוישט דעם הלך ילך אין געשעפט.. עס איף איינער קערט פאר די מוזיק אינעם קינדער געשעפט...
ווער קען איבער טייטשען די טעיפ אויף ענגליש?
איך האלט אז מען דארף די טעיפ מפרסם זיין אויף ענגליש צו אלע אידן און גויים, צייטונגען און לעגאלע חברה...
נאר אזוי וועלן די חברה אויפהערן רודפ'ן אידישע אימשולדיגע מענטשען...
מען דארף זיי פארשעמן אז זיי זאלן אויפהערן מיט זייערע רשעות...
(אזוי ווי די רבי זי"ע האט אונז אויסגעלערנט, ווי אזוי צו פארשעמן די ציונים אז זיי זאלן אויפהערן מיט זייערע רשעות)
@גנדי<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/09/audio-satmar-villages-official-modesty-squad-allegedly-threatens-store-owner-567.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... r-567.html</a>
@גנדי, כ'מיין אז פעילד מעסייע האט דאס שוין געטוהן, און אלעס בלייבט ביים אלטן... די חברה דארטן האבן נישט קיין בושה אז זיי הערן נישט אויף ווען זיי רויטלן זיך.
--
סאשי האט שוין די לינק
קאך_לעפלפאר די אלע וואס זען דעם וועד הצניעות אלס א געפאר פאר די מענטשהייט:
י
ווער זענען געווען די ערשטע תושבים?
די ערשטע תושבים זענען געווען דאס שענסטע און בעסטע וואס סאטמאר האט דאן פארמאגט, חשובע ערליכע פיינע יונגעלייט, וואס האבן געהאט פאר זיך נאר איין ציל, מגדל צו זיין זייערע קינדער, אויף די וועגן וואס דער הייליגער מייסד השטעטל האט זיי געלערנט.
דער בעלבאטישער עולם, איז געבליבן וואוינען און די שטאט, און דער גאנצער שטעטל האט זיי גאנץ קנאפע געשמעקט, און דער שטאט האבן זיי געקענט פירן זייער לעבנס שטייגער וואו אזוי זיי האבן געוואלט, זיי זענען נישט געווען אינטערעסירט צו וואוינען און א פרימע שטאט מיט תקנות, און איינצוימינגען, און אלעס איז געפארן גוט.
פון ווי נעמסטו די אינפא.??? נעם אפיר די ערשטע תושבים ליסטע וועסטו זען היפש אסאך בעלבאטישע
סאשי פיש@גנדי<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/09/audio-satmar-villages-official-modesty-squad-allegedly-threatens-store-owner-567.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... r-567.html</a>
א דאנק.
עס פעלט דארט אפאר שטיקער.
למשל אז זיי לאזן נישט פארקויפען ענגלישע ביכער.
אזא סטעיטמעינט קענען די צייטונגען אויפשפילען...
שעפטל@גנדי, כ'מיין אז פעילד מעסייע האט דאס שוין געטוהן, און אלעס בלייבט ביים אלטן... די חברה דארטן האבן נישט קיין בושה אז זיי הערן נישט אויף ווען זיי רויטלן זיך.
--
סאשי האט שוין די לינק
אפשר דארף מען גיין מיט א שטאפל מער, מער פארשעמען, שיקען דירעקט צו מער צייטונגען און מידיע....
אפשר זאל מען זיי געבן אביסעל ליגאלע קאפ וויי...
עס טוט זיך א גאנצע דין ודברים אויב סאטמאר רבי האט יא אדער נישט רעכט געהאט צו ארויפצווינגען תקנות אויף די תושבי השטעטל, אין די צייט וואס איך זוך נאך דער מקור אז ער האט בכלל געוואלט עפעס ארויפצווינגען. ווי איך האב געליינט אין רצון צדיק, האט ער געוואלט אז יעדער איד וואס איז א שומר תורה ומצות זאל זיך געפינען באקוועם דארט, א זאך וואס איז ליידער נישט מקיום געווארן.
ער האט געוואלט ארויפצווינגען (אפשר איז "ארויפצווינגען" צו א שארף ווארט און נישט די ריכטיגע אויסדרוק) געוויסע יסודות וואס ער האט געהאלטן אז יעדער איד דארף מקיים זיין, בראש וראשון ריין פון ציונות, און דערנאך געוויסע סטאנדארטן מיט קליידונג, לויט ווי ער האט איינגעפירט אין זיין קהלה. ס'איז קלאר אז ער האט נישט געזוכט קיין געשוירענע/געשניצטע בערד און לאנגע שייטלעך, און זיכער נישט קיין דורכזיכטיגע שטרימפ וואס ער האט געהאלטן איז נישט הלכה'דיג אויסגעהאלטן. אים וואלט נישט אנגעגאנגען אויב איינער גייט מיט א היטל שבת, ווילאנג הלכה'דיג איז אלעס אויסגעהאלטן, כאטש ער האט "פרעפערד" א שטריימל און איז געווען בשמחה פאר יעדע חתן וואס האט אנגעטאן ווייסע זאקן.
אז ער האט איינגעשטעלט תקנות אין זיין סקול וואס מען זאל יא אדער נישט לערנען פאר די מיידלעך, איז דאך פשוט אז גיין פארקויפן די בוכער אין די געשעפטן וואו די מיידלעך האבן צוטריט דערצו איז נישט קיין סאך אנדערש ווי עפענען א אינטערנעט קעפעי פאר בחורים. איך רעד נישט אין טעאריע, איך רעד לויט די תקנות פונעם בעל הקרי'. און יא, איך האלט יא אז אויב א מענטש עפנט א אייגענע פלאץ, מעג ער פארלאנגען תקנות לויט ווי ער זעהט פיט. פונקט ווי אנדערע קהלות טוען ביי זיך.
איך מיין אז דער עולם שלאגט זיך אויף צו עקסטרעמע זייטן. מען קען בשו"א נישט פארגלייכן קרית יואל, אינאיינעם מיט די וועד הצניעות, צו סדום ח"ו, און מצד שני איז דער וועד נישט די בעסטע סאלושען, ווייניג מענטשן גלייכן די טעראריסטישע שטיקלעך, אבער זעהט אויס אז ביז מען טרעפט א בעסערע עצה איז עס בבחי' בוחר הרע במיעוטו. קרית יואל איז היינט פארהאלטניסמעסיג ריינער פון געוויסע מאלעסטערס א דאנק וועד הצניעות, און מיר קענען נישט זיין קיין היפאקריטן, זיך רעגן און שימפן אז ביי אונז "לאזט מען צו" מאלעסטעישן און מען פראטעקט זיי גאר, און אויף די אנדערע הענט, זיך בייזערן אויף א וועד הצניעות וואס האנדלט די קעיסעס. עס עקזיסטירט נישט קיין פערפעקט וועלט. למעשה איז קרית יואל א דאנק די וועד הצניעות א מער זיכערע שטאט ווי אמאל, ביי די "לאנגע שארטקאטס" עפאכע.
עס זענען פאראן אנדערע סארט טעראר אין קרית יואל, וואס נישט דא איז דער פלאץ אויסצושמועסן, עס באלאנגט אין צימעס, אבער איך קען "דערהערן" די מיסיע פונעם וועד הצניעות, און עס מאכט נישט קיין סענס צו פארדאמען א זאך (נעגאטיוו) אן א גוטע סאלושען וואס יא צו טון (פאזיטיוו).
שמעקעדיג(אפשר איז "ארויפצווינגען" צו א שארף ווארט און נישט די ריכטיגע אויסדרוק)
דאס איז די נקודה. וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג האט ער אריינגעברענגט אינעם עולם מיטן רעדן דערפון און זאגן און מסביר זיין וואס ער האלט, נישט דורך ארויף צווינגען.
דו קלערסט אז דער רבי וואלט ארויסגעווארפן בחייו פון שטעטל איינעם וואס שטיצט די בארד און ער האט ביכער וואס טויגן נישט? אדער ער וואלט אים פרובירט איבערצורעדן מיט שיינעם?
גנדי:
פון וואו נעמט זיך אזא וויסטע גערעדאכץ?!
קענסט אפשר זאגען וואס שמרי' (ר"ת שם רשעים ירקב) האט שוין "אויפגעטאן" לטובת דאס אידענטום, מיט דאס באשמוצען און אויפבלאזען יעדע קליינע מכ'לומרשטע עולה וואס קומט פאר ביי אינז?
(בשעת ער האט שוין כמה וכמה פעמים מודיע געווען ברבים, אז ער זעהט נישט קיין פראבלעם מיט אסימיליזאציע, און סגייט אים ווינציק אן, אז די עם ישראל גייט ארויס פון עקזיסטענץ)
חוץ דאס דיך איינרעדען אז דאס איז דער וועג ווי אזוי א איד, גייט אום מיט עפעס וואס עס שמעקט אים נישט ביי אינזער ציבור, און ווי אויך אז שמרי' מיינט באמת אינזער טובה?
עפענען א געשעפט מיט ביכער קען איך הערען מזאהל עם נישט לאזען
אבער פון דא ביזען אריינברעכען אין יענעםס הויז אריינגיין אין זיין בעדרום און אונטערזוכען צווישען די פרוי'ס אינטערוועש וואס מבאהאלט דארט איז א חילוק
רבותי דעם קומט פאהר היינט ציטאגס אין קרית יואל
די געליטענע מאכען נעבעך איין ווייל נישט יעדער איז יאסעל וואלדמאן
אבער איך בין זעכער אז יבא יומו איין טאג וועט זיי איינער לערנען טאנצען בלק נוסח וועבערמאן
ברסלבערדאס איז די נקודה. וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג האט ער אריינגעברענגט אינעם עולם מיטן רעדן דערפון און זאגן און מסביר זיין וואס ער האלט, נישט דורך ארויף צווינגען.
דו קלערסט אז דער רבי וואלט ארויסגעווארפן בחייו פון שטעטל איינעם וואס שטיצט די בארד און ער האט ביכער וואס טויגן נישט? אדער ער וואלט אים פרובירט איבערצורעדן מיט שיינעם?
כמדומה לי זענען די צייטן א פארגאנגענהייט! יעדער פייפט און קיינער הערט נישט דעם ווייעכן מאמע לשון...
מ גפניקאך_לעפלפאר די אלע וואס זען דעם וועד הצניעות אלס א געפאר פאר די מענטשהייט:
י
ווער זענען געווען די ערשטע תושבים?
די ערשטע תושבים זענען געווען דאס שענסטע און בעסטע וואס סאטמאר האט דאן פארמאגט, חשובע ערליכע פיינע יונגעלייט, וואס האבן געהאט פאר זיך נאר איין ציל, מגדל צו זיין זייערע קינדער, אויף די וועגן וואס דער הייליגער מייסד השטעטל האט זיי געלערנט.
דער בעלבאטישער עולם, איז געבליבן וואוינען און די שטאט, און דער גאנצער שטעטל האט זיי גאנץ קנאפע געשמעקט, און דער שטאט האבן זיי געקענט פירן זייער לעבנס שטייגער וואו אזוי זיי האבן געוואלט, זיי זענען נישט געווען אינטערעסירט צו וואוינען און א פרימע שטאט מיט תקנות, און איינצוימינגען, און אלעס איז געפארן גוט.
פון ווי נעמסטו די אינפא.??? נעם אפיר די ערשטע תושבים ליסטע וועסטו זען היפש אסאך בעלבאטישע
די ערשטע בעלבאטישע תושבים זענען געווען פון א פרומערע סארט, לאו דוקא מיט שווארצע גלעזער און שפיצלעך נאר מיט א פרומע חסידישער געשמאק און אידישקייט, נעם א ביישפיל סאטמאר דרייוו פון די ערשטע דעוועלאפמענטס און ק"י, רוב -מעגליך רובא דרובא-איינוואוינער דארט זענען כאניאקיש, דאס איז לכאורה אויך די סבה וואס די מערהייט פרויען דארט גייען פרומער אנגעטון.
[ציטאט אראפגענומען]
לויט דיר קענסטו אריין קומען ביי מיר און הויז און טיען וואס די ווילסט, ווייל איך האב פוד סטעמפס און אפשר סעקשאון 8 וואס עס קומעט פון די אמעריקאנער שטייער צאלערס, איי עס איז מיין הויז ???
די זעלבע זאך א יוד מיט זיינע ידידים האבען ארויס געמופט בארץ לא זריעה, און געדארפט האלטן און איין פארען סיי צו שמחות און סיי איינציקופן, קימסטו אן און די וויסט טיען וואס די ווילסט, פארשטייסט ???
פונקט יום הקדוש האט זיך געדרייט אין שוהל קאפיס פון א כל נדרי דרשה פון סאטמער רבי בעל ויואל משה ז"ל, האב איך עס דורכגעליינט, זעה איך ווי ער וויינט זיך פשוט צו'ם עולם אז זיי זאלן נישט גיין קיין ביי האר צו וואס, הערטס גוט צו וויאזוי דאס גייט צו, נישט ער שרייט, אדער סטראשעט, אדער זאגט ווער עס גייט אזוי איז נישט קיין חלק פון מיין קהילה, כאילו ער איז דער בעל הבית מלך מלכי המלכים ומי יאמר לו מה תעשה, און ווער עס זאגט אנדערש פון מיר איז חייב מיתה. נאר ווי אן עני בפתח וואס שטייט און בעהט זיך ביי די ווייבער דירעקט בשם דער תורה ווי ער פארשטייט אז זיי זאלן גיין נאך יום הקדוש זיך אפשערן די האר. וואסארא ריזיגע חילוק איז פון די סארט דרשה ביז די היינטיגע סארט דרשות.
לעיקוואדפונקט יום הקדוש האט זיך געדרייט אין שוהל קאפיס פון א כל נדרי דרשה פון סאטמער רבי בעל ויואל משה ז"ל, האב איך עס דורכגעליינט, זעה איך ווי ער וויינט זיך פשוט צו'ם עולם תורה יי זאלן נישט גיין קיין ביי האר צו וואס, הערטס גוט צו וויאזוי דאס גייט צו, נישט ער שרייט, אדער סטראשעט, אדער זאגט ווער עס גייט אזוי איז נישט קיין חלק פון מיין קהילה, כאילו ער איז דער בעל הבית מלך מלכי המלכים ומי יאמר לו מה תעשה, און ווער עס זאגט אנדערש פון מיר איז חייב מיתה. נאר ווי אן עני בפתח וואס שטייט און בעהט זיך ביי די ווייבער דירעקט בשם דער תורה ווי ער פארשטייט אז זיי זאלן גיין נאך יום הקדוש זיך אפשערן די האר. וואסארא ריזיגע חילוק איז פון די סארט דרשה ביז די היינטיגע סארט דרשות.
ס'איז א פלא אויפן סאטמאר רב ז"ל אז די געהויבענסטע צייט פון יאהר האט ער נישט געטראפן בעסער וואס מעורר צו זיין און תולה זיין אלע צרות ישראל אינדעם ווי די הנהגה פון זיך שערן די האר וואס קען שווער בארעכטיגט ווערן ע"פ תורה
געפילטע פישגאנצלאנשטולדיגט זייט נישט בייז די שטעטל האט איינער מייסד געווען און ער האט רעכט איינצוטיילן ווי אזוי זיין שטאט זאל אויסקוקן און אויב ער וויל יעדער זאל גיין מיט א גאטשע אויפן קאפ מוזטו אים אויך פאלגן אז ס'געפעלט דיר נישט טראג אפ
דער מייסד פון דעם שטעטל האט שוין געשטעלט ר' יחזקאל שמש אלס וועד הצניעות ווען ער האט נאך געוואוינט אין שטאט און כ"ש אין זיין אייגן שטעטל ווי ער איז בעה"ב
זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער נישט בנגלה, נישט בנסתר, נישט אידישליך, און נישט גויאישליך, האט א מייסד א כח ארויפצוצוואונגען זיינע קוריאזן אויף אלע תושבים דורי דורות עד ביאת גואל. נישטא אזא זאך.
דו ווייסט פון אזא זאך אז עד היום ווען מען קומט אין רמ"א שוהל אין קראקא דאוונט מען נוסח אשכנז, ווייל ס'איז באתרא דמר
[ציטאט אראפגענומען]
מדינת ישראל האבן נישט די ציונים מייסד געווען, זיי האבן עס נאר צוגענומען פון די אראבערס (וואס האבן עס צוגענומען פון די אידן, אבער דאס איז געווען בגזירת הגלות)
לעיקוואדפונקט יום הקדוש האט זיך געדרייט אין שוהל קאפיס פון א כל נדרי דרשה פון סאטמער רבי בעל ויואל משה ז"ל, האב איך עס דורכגעליינט, זעה איך ווי ער וויינט זיך פשוט צו'ם עולם אז זיי זאלן נישט גיין קיין ביי האר צו וואס, הערטס גוט צו וויאזוי דאס גייט צו, נישט ער שרייט, אדער סטראשעט, אדער זאגט ווער עס גייט אזוי איז נישט קיין חלק פון מיין קהילה, כאילו ער איז דער בעל הבית מלך מלכי המלכים ומי יאמר לו מה תעשה, און ווער עס זאגט אנדערש פון מיר איז חייב מיתה. נאר ווי אן עני בפתח וואס שטייט און בעהט זיך ביי די ווייבער דירעקט בשם דער תורה ווי ער פארשטייט אז זיי זאלן גיין נאך יום הקדוש זיך אפשערן די האר. וואסארא ריזיגע חילוק איז פון די סארט דרשה ביז די היינטיגע סארט דרשות.
דער רבי האט גערעדט פאר א ציבור מלחמה געליטענער עולם, האט מען געמוזט רעדן מיט שיינעם, היינט דיעלט מיט מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן על סיר הבשר, דארף מען רעדן אזא שפראך
יענע יארן איז נישט געווען קיין גרויסע אפשענס פאר א ערליכע אפגעהיטענער קהלה חוץ סאטמאר, היינט איז דא ריזיגע אויסוואלן, אנגעהויבן ביי מישקאלץ און געענדיגט ביי עירמאנט
פארוואס דארף מען אויפקומען מיט אזוינע נארישע געקוועטשטע פשעטלאך?
קענסט נישט פארשטיין אז דער סאטמערער רבי זי"ע האט פארשטאנען אז צו ערוואקסענער מענטשען רעדט מען ווי מען רעדט צו א מענטש, נישט ווי מען רעדט צו קינדער אין קינדערגארטן, אז דו דארפסט אויפקומען מיט אזוינע דוחק תירוצים וועגן מלחמה געליטענער? אזוי שווער איז דאס צו כאפען אז צו מענטשען רעדט מען, מען בעט זיך, נישט מען שרייט און סטראשעט?
און סתם, דעמאלטס איז אויך געווען אן א שיעור אנדערע אפטשענס, מען האט געקענט גיין קיין קלויזענבורג פאפא צעלים ווין באבוב בעלז עס האט נישט געפעלט קיין ערליכע קהילות חוץ סאטמער, דריי נישט קיין קאפ.
לעיקוואוד, דו וואונדערסט זיך פארוואס א סאטמארער חסיד קען נישט פארשטיין פארוואס זיין רבי זאל רעדן ווי א מענטש? מסתם קען ער אים בעסער ווי דיר.
לעיקוואדפונקט יום הקדוש האט זיך געדרייט אין שוהל קאפיס פון א כל נדרי דרשה פון סאטמער רבי בעל ויואל משה ז"ל, האב איך עס דורכגעליינט, זעה איך ווי ער וויינט זיך פשוט צו'ם עולם אז זיי זאלן נישט גיין קיין ביי האר צו וואס, הערטס גוט צו וויאזוי דאס גייט צו, נישט ער שרייט, אדער סטראשעט, אדער זאגט ווער עס גייט אזוי איז נישט קיין חלק פון מיין קהילה, כאילו ער איז דער בעל הבית מלך מלכי המלכים ומי יאמר לו מה תעשה, און ווער עס זאגט אנדערש פון מיר איז חייב מיתה. נאר ווי אן עני בפתח וואס שטייט און בעהט זיך ביי די ווייבער דירעקט בשם דער תורה ווי ער פארשטייט אז זיי זאלן גיין נאך יום הקדוש זיך אפשערן די האר. וואסארא ריזיגע חילוק איז פון די סארט דרשה ביז די היינטיגע סארט דרשות.
@יואליש האט א שיינע סיפור איבער דעם
גענומען פון
דאדרך אגב, האב איך אמאל געהערט דאס פאלגענדע:
מונקאטשע רב זז"ג, אלץ בחור אין טעלז, האט אים ר' מרדכי גיפטער געפרעגט, ער האט געזעהן חידושי תורה פון סאטמאר רב אויף כל-נדרי, ער רעדט עפעס פון "ביי האַר".. וואס מיינט דאס?
האט אים משה ליב גע'ענטפערט וואס ביי האר איז.
האט דער ראש ישיבה אפגעפרעגט: ס'קען נישט זיין ער מיינט דאס.. ער זאגט דאך אז דאס איז מעכב די גאולה....
כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני יעקב פירש"י עונשין ודקדוקין פי' לזכרים דברים הקשין כגידין,
דער איינציגסטער וואס האט א קלארע מסורה ווי אזוי דאס גייט צו לכאורה איז דער וועד הצניעות...
לאידך גיסא, וואלט דער סאטמאר רבי אויך אריין אין פריוואטע הייזער, קוקען די וועש, מתוך קנאות דקדושה לקיים מה שנאמר והייתם נקיים, ובערת הרעה מביתך?
שמעקעדיגער האט געוואלט ארויפצווינגען (אפשר איז "ארויפצווינגען" צו א שארף ווארט און נישט די ריכטיגע אויסדרוק) געוויסע יסודות וואס ער האט געהאלטן אז יעדער איד דארף מקיים זיין, בראש וראשון ריין פון ציונות, און דערנאך געוויסע סטאנדארטן מיט קליידונג, לויט ווי ער האט איינגעפירט אין זיין קהלה. ס'איז קלאר אז ער האט נישט געזוכט קיין געשוירענע/געשניצטע בערד און לאנגע שייטלעך, און זיכער נישט קיין דורכזיכטיגע שטרימפ וואס ער האט געהאלטן איז נישט הלכה'דיג אויסגעהאלטן. אים וואלט נישט אנגעגאנגען אויב איינער גייט מיט א היטל שבת, ווילאנג הלכה'דיג איז אלעס אויסגעהאלטן, כאטש ער האט "פרעפערד" א שטריימל און איז געווען בשמחה פאר יעדע חתן וואס האט אנגעטאן ווייסע זאקן.
אז ער האט איינגעשטעלט תקנות אין זיין סקול וואס מען זאל יא אדער נישט לערנען פאר די מיידלעך, איז דאך פשוט אז גיין פארקויפן די בוכער אין די געשעפטן וואו די מיידלעך האבן צוטריט דערצו איז נישט קיין סאך אנדערש ווי עפענען א אינטערנעט קעפעי פאר בחורים. איך רעד נישט אין טעאריע, איך רעד לויט די תקנות פונעם בעל הקרי'. און יא, איך האלט יא אז אויב א מענטש עפנט א אייגענע פלאץ, מעג ער פארלאנגען תקנות לויט ווי ער זעהט פיט. פונקט ווי אנדערע קהלות טוען ביי זיך.
איך מיין אז דער עולם שלאגט זיך אויף צו עקסטרעמע זייטן. מען קען בשו"א נישט פארגלייכן קרית יואל, אינאיינעם מיט די וועד הצניעות, צו סדום ח"ו, און מצד שני איז דער וועד נישט די בעסטע סאלושען, ווייניג מענטשן גלייכן די טעראריסטישע שטיקלעך, אבער זעהט אויס אז ביז מען טרעפט א בעסערע עצה איז עס בבחי' בוחר הרע במיעוטו. קרית יואל איז היינט פארהאלטניסמעסיג ריינער פון געוויסע מאלעסטערס א דאנק וועד הצניעות, און מיר קענען נישט זיין קיין היפאקריטן, זיך רעגן און שימפן אז ביי אונז "לאזט מען צו" מאלעסטעישן און מען פראטעקט זיי גאר, און אויף די אנדערע הענט, זיך בייזערן אויף א וועד הצניעות וואס האנדלט די קעיסעס. עס עקזיסטירט נישט קיין פערפעקט וועלט. למעשה איז קרית יואל א דאנק די וועד הצניעות א מער זיכערע שטאט ווי אמאל, ביי די "לאנגע שארטקאטס" עפאכע.
עס זענען פאראן אנדערע סארט טעראר אין קרית יואל, וואס נישט דא איז דער פלאץ אויסצושמועסן, עס באלאנגט אין צימעס, אבער איך קען "דערהערן" די מיסיע פונעם וועד הצניעות, און עס מאכט נישט קיין סענס צו פארדאמען א זאך (נעגאטיוו) אן א גוטע סאלושען וואס יא צו טון (פאזיטיוו).
לפי מיעוט ידיעתי ביסטו זיך היבש טועה, עס איז באוויסט אז ער האט בשו"א "נישט" געוואלט מאכן קיין ספעציפישע תקנות, נאר דריי זאכן וואס זענען געווען יסודות בעיניו, איינס איז ציונות, צוויי איז ביי האר - מיין איך, און די דריטע מאגאזינען (איך בין נישט באקאנט פונקטליך מיט די מאגאזינען אישו, איך זעה נאר אז בנימין הערש בערקאוויטש האט א פערזענליכע מערכה מיט זיי אין זיינע ביכלעך... טייל טענה'ן, און מיט רעכט, אז אינטערנעט מיט צוטריט צו מאגאזינען איז לא גרע פון מאגאזינען, היות אבער איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואסערע מאגאזינען מען רעדט פון, און וואס דער פראבלעם דערמיט איז, קען איך נישט אריין רעדן).
אלע אנדערע זאכן זענען אים קנאפ אנגעגאנגען, און ער האט נישט געשטעלט א תנאי אז נאר צניעות'דיגע פרויען מעגן קומען וואוינען, אדער אז אין די סטארס טאר נישט גיין קיין מוזיק.
דער מציאות היינט אין מאנרא איז גענצליך אנדערש, עס איז דא א גאווערמענט באדי וואס רעגירט מיט א שטייפע פויסט, און האלט דעם גאנצן שטעטל ביים קארג, צוליב זייערע זינלאזע אבסעסיווע משוגע'תן. נישטא קיין גראסערי אפן מוצ"ש, קוים רעסטוראנטן, קיין געז סטעישאן, באנק, אדער א באנק זיך אראפ צו זעצן ווארטנדיג אויפן באס, צוליב זייערע קוריאזן. אפגערעדט אז מער ערנסטע אפענסעס ווי אייגענע האר ווערט גענומען בכל חומר הדין. מיט דעם שאנטאזש ארבעטן מיט אלע קרייזן און קהילות, ואין מי שיאמר הרף.
למעשה אבער, דער מעשה'לע אז ער האט געוואלט יעדער איינער זאל קומען וואוינען דארטן, פון אלע קרייזן, געפעלט מיר עפעס נישט. עס איז ארויסגעקומען בעיקר דורך די בני יואל ווען זיי האבן זיך געוואלט בעקן, אבער עס מאכט נישט קיין סענס, ער האט גוט געקענט די מאפע און אויך זיין אייגענעם ציבור, ער האט געוויסט גאנץ פיין אז נעווער עווער גייט זיך א פאפא/וויזשניץ/באבוב/בעלז/סקווערער באזעצן אין א סאטמאר קאנטראלירטע שטעטל. אפשר איז דאס געווען א חלום, אבער ער האט גאנץ גוט געוויסט אז איטס עינ'ט גאננע העפען.
קען זיין אז דו ביסט גערעכט איך פארשטיי נאר נישט פארוואס האט די סאטמאר רב זצ"ל געפנט דעם שטעטל פאר די געלט האט ער שוין געקענט בלייבן אין וומ"ס
וואס הייסט? צו זיין נאר ציווישן היימישע אידן און ווייט פון גוים
עסקן בדבריםוואס הייסט? צו זיין נאר ציווישן היימישע אידן און ווייט פון גוים
וועגן די סיבה האט ער געקענט וואוינען קיין מאנסי אדער אין קיסקוי ביי הר' ווייסמאנדל ער האט נאכנישט וועגן דעם געברויכט זיך פלאגן און עפענען א אייגן שטעטל