☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וועד הצניעות והמסתעף

וועד הצניעות והמסתעף

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2504
בלאט: 1 2 3 4

קרעקער » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:10 pm

· #68854
וועד הצניעות והמסתעף
וועד הצנועות האט געשפילט א ראלע אינעם קעיס אין א געוויסען זין איז די קעיס געווהן מער קעגען וועד הצניעות ווי קעגען נ"וו
טשארלעס היינס האט זיי נעכטען דערמאנט ביי זיין פרעס קאנפרענץ און צווישען די שורות געווארענט די געהיימע פאליס מיט שווארצע מאסקעס זיי זאלען אויפהערען מיט זייער שטיק
גליק האט גערעט פין זיי

זענען זיי א גוטע זאך אדער נשיט?
באהאנדלען זיי גיט קעיסעס אדער נישט?
טיען זיי אויף שמוץ אדער נישט?

אוהב דעת » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 1:49 pm

· #69318
לאמער אנפאנגען מיט די חי קעלנער פון מאנרא לענ״ד ארבעט ער אויף די אייגענע בארד , איך וואלט עם אנגערוסען די ביינער אויב איך ווען די right and the opportunity 

outspoken » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 2:57 pm

· #69346
ס'נישטא אזא זאך ווי וועד הצניעות, איך הער אין דיקשענערי איז עס יא דא, קען איינער שיקען א לינק...

למדן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 4:37 pm

· #69383
נישטא??? איך האב אליין גיהערט פון א פראפעסינאלע טאפ סעללער בוק שרייבערקע אז א קאר מיט די לאגא (? 😃 😉 ?) פון די וועד הצניעות איז איהר נאכגעפאהרן, און יא ווער עס וויל גלייבט און מ' קענישט אפפרעגן

שעפטל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 4:50 pm

· #69390
איך גיי נישט אריינגיין צו ס'דארף צו זיין א וועד הצניעות צו נישט, אפילו ס'איז אלע יארן געווען אינטער סייוואספארא נאמען..
יא, וועד הצניעות באגייט זיכער עוולה'ס געוויסע צייטן, זיי אווער-ריעקטן היפש מאל, אבער איין זאך האב איך צוגעזעהן עטליכע מאל, וועד הצניעות איז אן ארגענעזעישאן וואס נעמט קער פון סיי וואספארא פראבלעמען זיי האלטן ס'דארף ווערן קער גענומען. און זיי טוהן דאס 99% בשתיקה.
אדרבה פרובירט אייך צו דערמאנען איבער א מעשה וואס איר ווייסט וואס איינער האט זיך פארטשעפעט מיט זיי און גיי נאך די פאקטן ווער ס'איז געווען די גורם אז די זאך זאל פארשטינקן ווערן אויפן גאס.

lowlow » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:57 pm

· #69478
שעפטל

גערכעט 100 %

ביבער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:14 pm

· #69482
די וועד הצניעות איז נאר זייער גוט ווילאנג זיי האבן נישט קיין נגיעות צום מאלעסטער, אויב האט דער מאלעסטער א קרוב אינעם וועד אדער ער איז פון די פני הקהלה דעמאלטס איז אחת דתו פארן וויקטים!

קליינע רעבעלע » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 6:29 pm

· #70319
ביבער
די וועד הצניעות איז נאר זייער גוט ווילאנג זיי האבן נישט קיין נגיעות צום מאלעסטער, אויב האט דער מאלעסטער א קרוב אינעם וועד אדער ער איז פון די פני הקהלה דעמאלטס איז אחת דתו פארן וויקטים!

דע זעלבע איז נאר זייער גוט ווילאנג זיי האבן נישט קיין נגיעות צום וויקטעם, אויב האבען זיי עפעס א זייטיגע חשבון מיטן מאלעסטער דעמאלטס איז אחת דתו פארן מכלומרשטע מאלעסטער
ביעדעי ומכירי

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 10:24 pm

· #70400
שעפטל
איך גיי נישט אריינגיין צו ס'דארף צו זיין א וועד הצניעות צו נישט, אפילו ס'איז אלע יארן געווען אינטער סייוואספארא נאמען..
יא, וועד הצניעות באגייט זיכער עוולה'ס געוויסע צייטן, זיי אווער-ריעקטן היפש מאל, אבער איין זאך האב איך צוגעזעהן עטליכע מאל, וועד הצניעות איז אן ארגענעזעישאן וואס נעמט קער פון סיי וואספארא פראבלעמען זיי האלטן ס'דארף ווערן קער גענומען. און זיי טוהן דאס 99% בשתיקה.
אדרבה פרובירט אייך צו דערמאנען איבער א מעשה וואס איר ווייסט וואס איינער האט זיך פארטשעפעט מיט זיי און גיי נאך די פאקטן ווער ס'איז געווען די גורם אז די זאך זאל פארשטינקן ווערן אויפן גאס.

ס'איז נישט דא אזא זאך ווי וועד הצמיעות. די גמרא זאגט "אין אפוטרופוס לעריות". וואס מיינט דאס? ס'מיינט אז קיינער קען נישט זאגן אויף זיך אז ווייל ער גייט מיט ארויפגעבונדענע הויזן און שווארצע זאקן איז ער גאראנטירט אז ער וועט נישט זינדיגן ממילא קען ער ווערן א משגיח אין וועד הצניעות. ניין קיינער איז נישט גאראנטירט. וואס איז די עצה? מ'זאל פאלגן וואס די גמרא און שו"ע זאגן אין די עניינים.. נישט עובר זיין אויף איסור ייחוז. א יעדער איז אייניג. מ'דארף נישט קיין וועד הצניעות. ליידער די מציאטת האט געוויזן אז די חברי הוועד זענען אליין די ערגסטע.

איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:05 pm

· #70408
א בפירושע שטיקעל וויקי, וואס רעדט ארום וועגען משמרת הצניעות.

yi.wikipedia.org/wiki/משמרת_הצניעות

היות די לינק האט אידישע אותיות אין זיך, קען עס נישט זיין קליקבאר, דארף מען דאס קאפיען און פעיסטען אין בראזער, ואתכם הסליחה.

געוואלד געשריגן » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 12:05 am

· #70423
איחוד פעלד
א בפירושע שטיקעל וויקי, וואס רעדט ארום וועגען משמרת הצניעות.

yi.wikipedia.org/wiki/משמרת_הצניעות

היות די לינק האט אידישע אותיות אין זיך, קען עס נישט זיין קליקבאר, דארף מען דאס קאפיען און פעיסטען אין בראזער, ואתכם הסליחה.

ש'קויעך

"?וויאזוי ארבייט די משמרת הצניעות אין די סאטמארע קרייזן"

it's blank

a1b2 » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:00 am

· #71838
פארווערטס: פארוואס ציטערן חסידים פונעם וועד הצניעות?
וואס איז טאקע דער מורא'דיקער ועד־הצניעות?
פון שרה־רחל שעכטער (ניו־יארק)

📎 1_1.jpg

מיט איבער א וואך צוריק האָט אַ ברוקלינער זשורי דערקלערט, אַז נחמיה וועבערמאַן, אַן אָנגעזעענער 54־יאָריקער טעראַפּעסט אָן אַ לייסענץ, איז שולדיק אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט במשך פון צוויי־און־א־האלב יאר א יונג מיידל, וואָס מע האָט געשיקט צו אים נאָך גײסטיקער הילף. די באַלעסטיקונג האָט זיך אָנגעהויבן ווען זי איז געווען בלויז צוועלף יאָר אַלט.

בעת דעם משפּט, האָט מען זיך אויך דערוווּסט, אַז וועבערמאַן געהערט צום ועד־הצניעות — אַן אומפאָרמעלער קאָמיטעט, וואָס פאַרזיכערט, אַז יעדער אין דער קהילה זאָל זיך אויפפירן לײטיש.
טאַקע דערפאַר האָט אויסגעזען אַזוי אויסטערליש, וואָס דווקא אַ מענטש פונעם ועד־הצניעות זאָל באַשולדיקט און פאַר'משפּט ווערן פאַר פאַרגוואַלטיקן אַ מיידל. יאַנקל, אַ סאַטמערער טאַטע פון זיבן קינדער, וועלכער אַרבעט אין אַ פאָטאָ־געשעפט אין מאַנהעטן, איז געווען ספּעציעל אויפגעבראַכט, וואָס וועבערמאַן האָט אויסגעניצט זײן פּאָזיציע אינעם ועד־הצניעות צו באַקומען צוטריט צו דעם מיידל.

"מײן טאָכטער איז גראַדע געוואָרן אַרויסגעוואָרפן פון סאַטמאַר, און מ'האָט מיר אויך געצוווּנגען גיין צו וועבערמאַן נאָך זײן היילונג," האָט יאַנקל דערציילט. "איך האָב אָבער גראַד אײנגעזען, אַז דאָס איז אַ משוגענער 'מאָני־ביזנעס' [קרום געלט־געשעפֿט] און מײן טאָכטער איז צו איידל און שיין — ער וועט זיך צו איר נאָך חלילה טשעפּען. האָב איך איר געשיקט קיין באָראָ־פּאַרק לערנען. איצט וועט זי נישט קענען קיין שיינע שידוכים טאָן, אָבער פאָרט בעסער ווי ווערן גערייפּט [פאַרגוואַלדיקט]."

הגם דער ציל פונעם ועד־הצניעות איז נישט בלויז צו האַלטן אַן אויג אויף די מיידלעך (זיי וואָרענען, למשל, סײ בחורים, סײ מיידלעך נישט צו לייענען קיין ענגלישע ביכער, קוקן טעלעוויזיע, אָדער ניצן די אינטערנעץ), זענען ס'רוב פון זייערע אַקציעס יאָ געווענדט צו די פרויען און מיידלעך, זיי זאָלן נישט טראָגן קיין "אָנרייצנדיקע" קליידער און זאָלן זיך אויפפירן צניעות'דיק. די סיבה דערפאַר איז קלאָר: ווען אַ פרוי טראָגט אָדער פירט זיך נישט־צניעות'דיק, האַלט מען, אַז עס קאָן דערוועקן דעם יצר־הרע בײ די מענער און דערפירן צו שרעקלעכע קאָנסעקווענצן. מיט אַנדערע ווערטער, דער ציל פונעם פאַרווער איז אײַנצוהאַלטן די סעקסועלע אימפּולסן פון די מאַנסבילן.

פון וואַנען שטאַמט די טראַדיציע פונעם ועד־הצניעות? און וואָס טראַכטן די סאַטמערער אַליין דערפון?

דער טערמין "ועד־הצניעות" געפינט מען נישט אין דער תּורה שבכּתב און נישט אין דער גמרא, אָבער חז"ל שרײבן יאָ, אַז מען דאַרף האַלטן אַן אויג אויפן אויפפיר פון די מענער און פרויען, בפרט אין די יום־טובים. אין "הלכת יום־טוב", למשל, דערקלערט דער רמב"ם: "דער בית־דין האָט אַ חוב צו באַשטימען שופטים, וואָס זאָלן אַרײנגיין אין די גערטנער, סעדער און בײם ברעג פון טײך, צו קאָנטראָלירן, אַז די מענער און פרויען זאָלן זיך נישט פאַרזאַמלען דאָרט צו עסן און טרינקען, און ווי אַ פּועל־יוצא, אָנהייבן צו זינדיקן."

אין די אַמאָליקע קהילות פון מזרח־אייראָפּע האָט מען אויך נישט גענוצט דאָס וואָרט "ועד־הצניעות", אָבער די קהילה־פירער האָבן זיכער אַרויסגעגעבן תּקנות וועגן אויפפיר, בפרט אַז די פרויען זאָלן זיך נישט קליידן צו שיין, נישט טראָגן צופיל צירונג אָדער מאַכן לוקסוס'דיקע חתונות, האָט באַמערקט ד"ר דוד פישמאַן, פּראָפעסאָר פון ייִדישער געשיכטע אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר". די עסקנים פֿלעגן פאָרלייענען די תּקנות נאָכן דאַווענען אין שוהל, אָדער אויפהענגען אַ פּלאַקאַט וועגן דעם אויף דער טיר פון שיל. אין די גרעסערע שטעט האָט מען אויפגעהאָנגען פּלאַקאַטן אין עטליכע ערטער.

די כּוונה פון די תּקנות איז אָבער נישט געווען אויסצומײדן סעקסועלע געפילן בײ די מאַנסבילן. "מען האָט פּשוט מורא געהאַט, אַז אויב די גויים וועלן זען וויפיל געלט די ייִדן גיבן אויס, וועט עס, ערשטנס, אַרויסרופן קנאה, און נאָך ערגער — די פּריצים וועלן העכערן די שטײערן בײ ייִדן," האָט פֿישמאַן באַטאָנט. דערצו האָבן די קהילה־פירער אויך געהאָפט אויסצומײדן קנאה צווישן ייִדן, און פאַרהיטן, אַז אָרעמע־לײט זאָלן נישט אויסגעבן מער וויפיל זיי קענען אויספירן.

די הײנטיקע פאָדערונגען אָפּצוטיילן די מענער פון די פרויען איז בכלל אַ מאָדערנער באַגריף, האָט פישמאַן צוגעגעבן. אינעם צאַרישן רוסלאַנד, פלעגן די מענער און פרויען שטיין צוזאַמען בײ די חתונות; קיין מחיצה איז נישט געווען. אויף די פאָטאָגראַפיעס פֿון ש. אַן־סקיס עקספּעדיציעס איבער די שטעטלעך, זעט מען, אַז אויף די בית־עולמס ליגן די קברים פון די פרומסטע פּאָרפעלקער זײט בײ זײט. הײנט באַגראָבט מען די חסיד'ישע מענער באַזונדער פון די ווײבער. (דער קבר פֿונעם לובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן, למשל, ליגט נישט לעבן דעם קבר פון זײן פרוי, חיה־מושקא.)

הרב ישׂשׂכר כּץ, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין דער סאַטמערער קהילה אין וויליאַמסבורג, און איז הײנט דער דירעקטאָר פונעם בית־מדרש פּראָגראַם אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער "ישיבת חובבי־תּורה", האָט דערקלערט, אַז דער ועד־הצניעות איז נישט קיין אָרגאַניזירטע געזעלשאַפט, נאָר אַן אומפאָרמעלע גרופּע מענטשן, וואָס פירט דורך די אַקציעס, אָן דער אָפיציעלער הסכּמה פונעם רבין. יעדער ועד באַשטייט פון אַ "דיין" אָדער טעאָרעטיקער — דער וואָס באַשליסט וואָס פאַר אַן אויפפיר מע זאָל פאַרווערן; און זײנע "דורכפירער" — די מענטשן, וועלכע גייען אַרום און פאַרזיכערן, אַז מען טוט עס נישט.

דער "טעאָרעטיקער" איז געוויינטלעך אַ באַלעבאַטישער ייִד, וואָס מענטשן האָבן פאַר אים דרך־ארץ, אָבער די דורכפירער זענען מער פאַנאַטיש־געשטימט. "זיי זענען פאַרפרומט, טראָגן זייערע ציצית איבער די הויזן, און גייען אַרום צעשויבערט," האָט כּץ געזאָגט. זיי האָבן געוויינטלעך נישט קיין פּרנסה, האָבן זיי דערפאַר גענוג צײט צו טאָן די אַרבעט פונעם ועד.

בערך צוואַנציק יאָר צוריק האָט דער ועד־הצניעות אין וויליאַמסבורג זיך שטאַרק קעגנגעשטעלט, וואָס די פרויען גייען אַרויס אין דרויסן, טראָגנדיק 'פּאָנדזשעלאָס' (שטוב־ראָקן) און נישט־צניעות'דיקע טורבאַנען. אומעטום האָט דער ועד אויפגעהאָנגען שילדן, אַז "די ווײבער גייען נישט אָנגעטאָן צניעות'דיק, און דערפאַר טרעפן בײ אונדז טראַגעדיעס". דער ועד האָט אויך געוואָרנט די סוחרים פון פרויען־קליידער, זיי זאָלן אויפהערן צו פאַרקויפן "פּאָנדזשעלאָס" און "טורבאַנען".

ווען כּץ איז געווען 18 יאָר אַלט און געלערנט אין אַ ישׂראלדיקער ישיבה, האָבן זײנע חברים אַליין איבערגעלעבט אַן אינצידענט מיטן אָרטיקן ועד־הצניעות. (אין ישׂראל ווערן די "קאָמיטעטן" אָנגעפירט פון די גערער חסידים). די בחורים האָבן געהערט, אַז דער תּל־אָביב־מוזיי איז זייער אינטערעסאַנט, זענען זיי געגאַנגען אים באַזוכן. פּלוצים האָט עמעצער, אַפּנים, פונעם ועד־הצניעות, אָנגעקלונגען זייערע עלטערן אין אַמעריקע, און געוואָרנט: "איר האָט נישט קיין אַנונג, וואָס אײערע קינדער טוען דאָ אין ישׂראל".

די בחורים האָבן געהאַט אַ חשד, אַז דער ועד־הצניעות איז זיי כּסדר נאָכגעגאַנגען, און איין מאָל האָט עמיצער אָנגעקלאַפּט אין דער טיר, און טאַקע דערקלערט: "מיר האָבן געהערט, אַז מען טוט דאָ נישט קיין לײטישע זאַכן, צופיל צײטונגען, בין איך געקומען בודק זײן."

"קוק וויפיל דו ווילסט; 'עסט נישט געפינען גאָרנישט סײ־ווי־סײ," האָט איין בחור געזאָגט. דער שומר האָט געזוכט איבער דער גאַנצער דירה, ביז ער האָט געפונען אַ נומער פונעם זשורנאַל "טײם" (Time) מיט אַ בילד פון פּרינצעסין דײאַנאַ. "זעסט?!" האָט דער שומר אויסגערופן. "ס׳איז טאַקע דאָ טומאה דאָ!"

העשי, אַ סאַטמארער טאַטע פון פיר קינדער, זאָגט, אַז די פּרעסע האָט בעת דעם פּראָצעס פון וועבערמאַן, אָפּגעמאָלט אַ פאַלש בילד פונעם ועד־הצניעות. "ס'איז נישט קיין געהעריקע אָרגאַניזאַציע, בלויז עטליכע מענטשן, און זיי שלאָגן נישט קיינעם," האָט ער געזאָגט. ער באַשולדיקט אויך דעבראַ פעלדמאַן, די שרײבערין פונעם בוך, Unorthodox, אין זאָגן ליגנס וועגן דעם ועד. אינעם בוך דערציילט זי וועגן איר אומגליקליך לעבן ווי אַ קינד פון אַ צוריקגעשטאַנען סאַטמערער טאַטן, און ווי זי האָט זיך מיט דער צײט אַרויסגעריסן פון דער פרומער וועלט.

"דעבראַ פעלדמאַן איז ברוגז אויף דער געזעלשאַפט, און די פּרעסע האָט דווקא זי אויסגעקליבן צו רעדן פאַר דער קהילה," האָט העשי באַמערקט. "זי זאָגט, אַז דער ועד־הצניעות האָט אַ ספּעציעלן קאַר מיט אַ לאָגאָ, און דער קאַר איז איר כּסדר נאָכגעפאָרן, ווען זי איז מער נישט געווען פרום און געגאַנגען אין קאָלעדזש. אָבער ס'איז פּשוט נישט אמת. זי וואוינט אין ערמאָנט, וואָס איז זייער אַ ליבעראַל שטעטל! ס׳איז נישטאָ דאָרט קיין 'טשאָלנט', וווּ די יענטעס קאָכן, קיינער זאָגט דיר גאָרנישט בכלל."

כּץ זאָגט אָבער, אַז די חסידים וואָס ער קען זענען טאַקע נישט צופרידן מיטן ועד. "ס׳רוב פון דער קהילה איז אין כּעס אויף זיי," האָט ער דערקלערט. "מען האַלט זיי פֿאַר bullies, עקסטרעמיסטן און ליידיקגייער. אָבער אַפילו אויב מען האָט נישט קיין גרויס דרך־ארץ פאַר זיי, האָט מען פאַר זיי פאָרט מורא."

לעמאן דזשוס » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:17 am

· #71848
הערליכער ארטיקל

דאס בעסטע געפעלט מיר, ווי ער רעדט זיך אפ אז די פרומקייטן פון סעגרעגאציע איז א ׳מאדערנע זאך׳.....וואס הייסט, מען לאזט נישט
א פארל ליגן אויפ׳ן בית עולם צוזאמען....לאל

ריטוויט איף יא עגרי

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:17 am

· #71849
יישר כוח מורינו הרב יששכר שליט"א פאר'ן סוף דבר, זיי מסביר דר'עולם דארט אז ס'רוב דאהי זענען בנקשותא, טיף אין גלות.
מיר זיכען דעם exit.

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:25 am

· #71857
אגב,ס'געפעלט מיר דעם ווארט יום-טובים...
אבער פאר'ן יצר-הרע איז נישט דא א ווארט אין יידוש?

אפריקאנער » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:28 pm

· #71956
זאלט עטס מיר זייער מוחל זיין, דער הייליגער רמב"ם פסק'נט אז מ'איז מחויב צו שטעלן א וועד הצניעות. אפילו מוועט טרעפן געוויסע עוולות. און באמת טוען זיי עוולות, זיי זענען דאך אויך געמאכט פון בשר ודגים, אעפ"כ קען מען זיי נישט אונטעררייסן.

איך אליין ווייס פון צוויי בחורים וואס זענען באמת געהאלפן געווארן, נאכן שטיין בפתח חטאת רובץ. זיי זענען נעבעך גרייט געווען אויף אַלעמען וד"ל, און צוויי עסקנים האבן זיך אריין געווארפן אינעם קעיס.
היינט זענען ביידע יונגעלייט "כלי קודש" לתפארת משפחתם. איינער העלפט גאר שוואכע בחורים. אין חכם כבעל נסיון. שטעלט ענק פאר ווען נישט די וועד וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזעהן.

ומי יאמר ידינו לא שפכה את הדם הזה.

ודו"ק כי קצרתי במקום שאמרו להאריך.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:11 am

· #72030
אפריקאנער
איך אליין ווייס פון צוויי בחורים וואס זענען באמת געהאלפן געווארן, נאכן שטיין בפתח חטאת רובץ. זיי זענען נעבעך גרייט געווען אויף אַלעמען וד"ל, און צוויי עסקנים האבן זיך אריין געווארפן אינעם קעיס.
היינט זענען ביידע יונגעלייט "כלי קודש" לתפארת משפחתם. איינער העלפט גאר שוואכע בחורים. אין חכם כבעל נסיון. שטעלט ענק פאר ווען נישט די וועד וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזעהן.

נא מיילא, איך האב געקענט א בחור וואס איז שוין געווען פיל ווייטער ווי בפתח, ער איז שוין געווען אין בעדרום פונעם חטאת רובץ, נישט נאר געווען גרייט אויף אלעמען, נאר האט שוין געהאלטן דערנאך וד"ל, צום מזל האט זיך די וועד נישט אריינגעמישט, און היינט איז ער סאך שענער פון סתם א "כלי קודש", ער איז אויפן וועג אויפצווואקסען א כלי מפואר לתפארת, שטעל דיך פאר ווען די וועד מישט זיך ווען אריין ווי אזוי ער וואלט היינט אויסגעזען.

sunbar » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:14 am

· #72072
אפריקאנער
זאלט עטס מיר זייער מוחל זיין, דער הייליגער רמב"ם פסק'נט אז מ'איז מחויב צו שטעלן א וועד הצניעות. אפילו מוועט טרעפן געוויסע עוולות. און באמת טוען זיי עוולות, זיי זענען דאך אויך געמאכט פון בשר ודגים, אעפ"כ קען מען זיי נישט אונטעררייסן.

איך אליין ווייס פון צוויי בחורים וואס זענען באמת געהאלפן געווארן, נאכן שטיין בפתח חטאת רובץ. זיי זענען נעבעך גרייט געווען אויף אַלעמען וד"ל, און צוויי עסקנים האבן זיך אריין געווארפן אינעם קעיס.
היינט זענען ביידע יונגעלייט "כלי קודש" לתפארת משפחתם. איינער העלפט גאר שוואכע בחורים. אין חכם כבעל נסיון. שטעלט ענק פאר ווען נישט די וועד וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזעהן.

ומי יאמר ידינו לא שפכה את הדם הזה.

ודו"ק כי קצרתי במקום שאמרו להאריך.

איך מיין אז דער מעשה גייט אביסל אנדערש. די עסקנים האבן עם געסטראשעט טאמער ער וועט נישט ארבעטן מיט זיי, ממילא ארבעט יענער מיט.

אפריקאנער » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:16 am

· #72086
sunbar

יעצט פיר אויס מיטן גראבן פינגער ״אלא מאי״ ווילסטו יעצט צוקומען אז וועד הצניעות האט נאך קיינמאהל אין זייער געשיכטע קיינעם נישט געהאלפן? אויב די ביסט באַקאַנט, בין איך שטיל. פֿאַבל ביודעי ומכירי האבן זיי שוין אסאך בחורים פון שאול תחתית ארויסגעשלעפט
איך רעד נישט פון ״מיידליך״ ווייל ביים דעם האב איך פשוט נישט קיין ידיעות

איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:37 am

· #72091
דער וועד הצניעות איז נישטא קיינעם צוריק "אריינצונעמען" אין כלל ישראל, זיי זענען נאר דא מחליט צו זיין וועמען "ארויסצוווארפען" פין כלל ישראל, און אויף דעם טוהן זיי א פונאמאנעלער קונסט ארבעט, זיי האבען שוין ארויסגעשטויסען פין כלל ישראל צענליגער צענליגער שוואכע מוחות, און דער אויבערשטער וועט זיך נוקם זיין אויף יעדעס יחיד, כאילו איבד דור מלא.

אפריקאנער » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 7:29 pm

· #72202
איחוד פעלד
דער וועד הצניעות איז נישטא קיינעם צוריק "אריינצונעמען" אין כלל ישראל, זיי זענען נאר דא מחליט צו זיין וועמען "ארויסצוווארפען" פין כלל ישראל, און אויף דעם טוהן זיי א פונאמאנעלער קונסט ארבעט, זיי האבען שוין ארויסגעשטויסען פין כלל ישראל צענליגער צענליגער שוואכע מוחות, און דער אויבערשטער וועט זיך נוקם זיין אויף יעדעס יחיד, כאילו איבד דור מלא.

אבסאלוט ראנג. ״וועד הצניעות ״ איז דא צו העלפן¡ אוודאי מאַכן זיי געוויסע טעותים. נו א מענטש איז נישט קיין מלאך . נאר זיי צו קרוטיקירען איז נישט גערעכט. לשיטתי די אלע וואס האַקן אויף זיי אדער מחמת חסרון ידיעה, ״אדער זענען זיי מאלעסטערער ״

boxcover » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 8:08 pm

· #72211

Now you're coming down as Nuchem Rosenberg...

אפריקאנער » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:58 pm

· #72569
ניין! נחום רייסט אינטער די וועד הצניעות. איך האַלט אז זיי טוען א גיטע ארבייט ״בדרך כלל״
די אלע וואס זענען ברוגז זענען אדער אומבאקאנט אדער מנוולים!

און די זעלבע צו נחום אדער אומבאקאנט אדער א מנוול
נאר ער שיינט ענדערשט צו זיין א מנוול ווי אומבאקאנט.....

boxcover » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:07 pm

· #72575
אפריקאנער
ניין! נחום רייסט אינטער די וועד הצניעות. איך האַלט אז זיי טוען א גיטע ארבייט ״בדרך כלל״
די אלע וואס זענען ברוגז זענען אדער אומבאקאנט אדער מנוולים!

און די זעלבע צו נחום אדער אומבאקאנט אדער א מנוול
נאר ער שיינט ענדערשט צו זיין א מנוול ווי אומבאקאנט.....

1'סט אָף, גארנישט פערסינעל...
כ'האב געמיינט דאס וואס דו זאגסט אויף ווער ס'האלט אנדערשט מוז זיין ... אדער א מנוול. מיט דעם גלייך איך צו נ"ר.

אפריקאנער » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:26 am

· #72673
boxcover
אפריקאנער
ניין! נחום רייסט אינטער די וועד הצניעות. איך האַלט אז זיי טוען א גיטע ארבייט ״בדרך כלל״
די אלע וואס זענען ברוגז זענען אדער אומבאקאנט אדער מנוולים!

און די זעלבע צו נחום אדער אומבאקאנט אדער א מנוול
נאר ער שיינט ענדערשט צו זיין א מנוול ווי אומבאקאנט.....

1'סט אָף, גארנישט פערסינעל...
כ'האב געמיינט דאס וואס דו זאגסט אויף ווער ס'האלט אנדערשט מוז זיין ... אדער א מנוול. מיט דעם גלייך איך צו נ"ר.

סארי כנעם עס יא פערסענאל ווייל איך ווייס פון מיינע גאר נאנטע וואס זענען ממש געראַטעװעט געווארן ממות לחיים בעסער געזאגט מפתחו של גיהנום לפתחו של גן עדן.
און זאגן די ווערטער אזוי ווי נחום ווער עס האַלט אַנדערש איז א מאלעסטערער. איז פשוט א צודרייטער וואס יעדער מיז האַלטן ווי אים, אויב נישט איז אַחת דתו ל.....
ער וויל מיר טרייען אנצורעדן אז אַכט און דרייסיג רבנים זענען עובר אויף משכב זכר אויסער ווער סאיז אויף זיין מיינונג
און נאכאמאהל וועד הצניעות האט שוין טויזענטער מענטשן ארויסגעהאלפן מיט אלע זייערע טעותים

איינער » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:41 am

· #72733
דער עיקר פראבלעם מיט וועד הצניעות, איז accountability.
ווער האט זיי געשטעלט?
ווער קען אדער איז א מעמבער פון דעם וועד?
צו וועם באריכטען זיי?
וואס איז זייער סטאנדארד פאר באווייזען?
וואס איז זייער מיסיע?
עבירות שבין אדם למקום איז אויך זייער ביזנעס?
ווען זיי האבן איינעם אומשולדיג באשולדיג, אדער זיי אביוזען זייער מאכט, צו וועמען קען מען זיך ווענדען?

ווילאנג די אלע קשיות זענען נישט קלאר געשטעלט, זענען זיי נישט מער ווי א גרופע געזעצלאזע באנדיטען.

Ben-Shishim » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:43 am

· #72735
איחוד פעלד
דער וועד הצניעות איז נישטא קיינעם צוריק "אריינצונעמען" אין כלל ישראל, זיי זענען נאר דא מחליט צו זיין וועמען "ארויסצוווארפען" פין כלל ישראל, און אויף דעם טוהן זיי א פונאמאנעלער קונסט ארבעט, זיי האבען שוין ארויסגעשטויסען פין כלל ישראל צענליגער צענליגער שוואכע מוחות, און דער אויבערשטער וועט זיך נוקם זיין אויף יעדעס יחיד, כאילו איבד דור מלא.

👍 👍 👍
This time I totaly agree with you.
Its a sad fact that they have chased off many good ppl, just because !!!

gehlungen » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:05 am

· #72739
איינער
דער עיקר פראבלעם מיט וועד הצניעות, איז accountability.
ווער האט זיי געשטעלט?
ווער קען אדער איז א מעמבער פון דעם וועד?
צו וועם באריכטען זיי?
וואס איז זייער סטאנדארד פאר באווייזען?
וואס איז זייער מיסיע?
עבירות שבין אדם למקום איז אויך זייער ביזנעס?
ווען זיי האבן איינעם אומשולדיג באשולדיג, אדער זיי אביוזען זייער מאכט, צו וועמען קען מען זיך ווענדען?

ווילאנג די אלע קשיות זענען נישט קלאר געשטעלט, זענען זיי נישט מער ווי א גרופע געזעצלאזע באנדיטען.

We all have to admit that they were just a shrewd bunch of $$$$$ hungry animals !

געוואלד געשריגן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:08 am

· #72740
Were? Aren't they still in business?

משה געציל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:10 am

· #72741
gehlungen
איינער
דער עיקר פראבלעם מיט וועד הצניעות, איז accountability.
ווער האט זיי געשטעלט?
ווער קען אדער איז א מעמבער פון דעם וועד?
צו וועם באריכטען זיי?
וואס איז זייער סטאנדארד פאר באווייזען?
וואס איז זייער מיסיע?
עבירות שבין אדם למקום איז אויך זייער ביזנעס?
ווען זיי האבן איינעם אומשולדיג באשולדיג, אדער זיי אביוזען זייער מאכט, צו וועמען קען מען זיך ווענדען?

ווילאנג די אלע קשיות זענען נישט קלאר געשטעלט, זענען זיי נישט מער ווי א גרופע געזעצלאזע באנדיטען.

We all have to admit that they were just a shrewd bunch of $$$$$ hungry animals !

from my knowledge inbox: animales don't crave for money

gehlungen » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:39 am

· #72751
I'm my eyes they are animals in the form of RICH people !!

gehlungen » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:43 am

· #72754
געוואלד געשריגן
gehlungen
איינער
דער עיקר פראבלעם מיט וועד הצניעות, איז accountability.
ווער האט זיי געשטעלט?
ווער קען אדער איז א מעמבער פון דעם וועד?
צו וועם באריכטען זיי?
וואס איז זייער סטאנדארד פאר באווייזען?
וואס איז זייער מיסיע?
עבירות שבין אדם למקום איז אויך זייער ביזנעס?
ווען זיי האבן איינעם אומשולדיג באשולדיג, אדער זיי אביוזען זייער מאכט, צו וועמען קען מען זיך ווענדען?

ווילאנג די אלע קשיות זענען נישט קלאר געשטעלט, זענען זיי נישט מער ווי א גרופע געזעצלאזע באנדיטען.

We all have to admit that they were just a shrewd bunch of $$$$$ hungry animals !

Were? Aren't they still in business?

I hope they are out of business "soif ganev litleeye " !!!!vd"l

boxcover » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:46 am

· #72755
איינער
דער עיקר פראבלעם מיט וועד הצניעות, איז accountability.
ווער האט זיי געשטעלט?
ווער קען אדער איז א מעמבער פון דעם וועד?
צו וועם באריכטען זיי?
וואס איז זייער סטאנדארד פאר באווייזען?
וואס איז זייער מיסיע?
עבירות שבין אדם למקום איז אויך זייער ביזנעס?
ווען זיי האבן איינעם אומשולדיג באשולדיג, אדער זיי אביוזען זייער מאכט, צו וועמען קען מען זיך ווענדען?

ווילאנג די אלע קשיות זענען נישט קלאר געשטעלט, זענען זיי נישט מער ווי א גרופע געזעצלאזע באנדיטען.

און די פעלנדיגע פאראנטפערליכקייט ברענגט קאראפציע!

פרענטש וואנילע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:22 am

· #72766
זייער אינטערעסאנט, די אלע וואס שרייען אז מ'טוט נישט גענוג קעגען מאלעסטעישען, די זעלביגע זענען די וואס רייסען גאר אראפ די וואס טוען יא, עפעס איז זייער פארדעכטיגט.. ס'דערמאנט מיך פון די באמס און מנוולים וואס קומען דא פראטעסטירען אז מיר באשיצען נישט אונזערע קינדער..

gehlungen » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:37 am

· #72774
You are 100 % right almost nothing has been done to the MOLLESTED & every molester paid a BIG $$$$ price to these $$$$$ hungry animals in the form of RICH people !!

פרענטש וואנילע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:41 am

· #72775
געלונגען, אין איין ווראט, בעלאוני מאקאראוני.. וואס געלט? דו ווייסט נישט פון נעמען פון פיגיס וואס מ'האט מסדר געוועזען? אוודאי זיי און זייערע פרענדס שעלטען..

gehlungen » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:45 am

· #72777
Lol. Lol

קלאר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:52 am

· #72780
פרענטש וואנילע
זייער אינטערעסאנט, די אלע וואס שרייען אז מ'טוט נישט גענוג קעגען מאלעסטעישען, די זעלביגע זענען די וואס רייסען גאר אראפ די וואס טוען יא, עפעס איז זייער פארדעכטיגט.. ס'דערמאנט מיך פון די באמס און מנוולים וואס קומען דא פראטעסטירען אז מיר באשיצען נישט אונזערע קינדער..

👍

געוואלד געשריגן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:13 pm

· #72796
Under who's authority? Through what methods? Intimidation? Is it ethical? Work of holier than thou vigilantes? Do they invade people's personal privacy? Threaten to throw kids out of school for their parents "transgressions?"

or

Work of holy men to protect their community? enforcing tznius to keep up the laws of the Torah and make sure men and women don't have improper thoughts? making sure everyone is kept safe from sin?

What is this mysterious va'ad?

היימישער ליטוואק » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:36 pm

· #72804
איינער
דער עיקר פראבלעם מיט וועד הצניעות, איז accountability.
ווער האט זיי געשטעלט?
ווער קען אדער איז א מעמבער פון דעם וועד?
צו וועם באריכטען זיי?
וואס איז זייער סטאנדארד פאר באווייזען?
וואס איז זייער מיסיע?
עבירות שבין אדם למקום איז אויך זייער ביזנעס?
ווען זיי האבן איינעם אומשולדיג באשולדיג, אדער זיי אביוזען זייער מאכט, צו וועמען קען מען זיך ווענדען?

ווילאנג די אלע קשיות זענען נישט קלאר געשטעלט, זענען זיי נישט מער ווי א גרופע געזעצלאזע באנדיטען.

געוואלדיג!
נאר אפילו אז איך וועל שוין יא זאגן אז זיי באריכטן צו דעם רבי'ן און צו יענעם רב. איז נאכאלץ די שאלה, ווער האט גשטעלט יענעם אלס רבי? ווער האט יענעם אויפגנומען אלץ רב?
דער גרינגער תירוץ אויף די שאלה איז: דער עולם. דורך דאוונען איז זייער ביהמ"ד דורך לערנען אין זייערע ישיבות.
אבער דאס איז א גרויסע טעות. מיר קענען באשטיין צו דאוונען/לערנען ביי עמיצן, און אפילו טרינקן ביר ביי זיינע טישן און געבן געלט צו זיינע דינער'ס, אבער איך וואלט נאך אלץ נישט געוואלט אז ער זאל האבן דאס לעצטע, בעסער גזאגט: דאס איינציגסטע, ווארט אויף דיני נפשות פון אונזערע יונגע נשמה'לאך.
דער צייט איז געקומען אויפצונעמען א וועד הרבנים. יא דורך עלעקשיאנס. און ס'זאל האבן טשעקס און בעלענסעס - רבנים ראשי קהלה, אלופים וכו'. והעיקר, עס זאל זיין טרענספערנסי=דורכזיכטיגקייט, צו פארזיכערן אז ס'איז נישט פאראן קיין קארופציע ביי אזא וויכטיגע נושא.

gehlungen » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:14 pm

· #72916
It will never work because the RABUNIM will feel like they are not on top of the community

געוואלד געשריגן » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:56 am

· #73090
gehlungen
It will never work because the RABUNIM will feel like they are not on top of the community

I don't know if the Rabbanim are interested in vigilante work rummaging through people's drawers looking for evidence to ruin their lives. I don't know if these people have anything else to do with their time

boxcover » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:48 pm

· #73360
פרענטש וואנילע
זייער אינטערעסאנט, די אלע וואס שרייען אז מ'טוט נישט גענוג קעגען מאלעסטעישען, די זעלביגע זענען די וואס רייסען גאר אראפ די וואס טוען יא, עפעס איז זייער פארדעכטיגט.. ס'דערמאנט מיך פון די באמס און מנוולים וואס קומען דא פראטעסטירען אז מיר באשיצען נישט אונזערע קינדער..

דו וואלסט געווען גערעכט ווען מ'זעהט עפעס רעזולטאטן. ווען די ווילסט אז איך זאל גלייבן אז די מאָני עקסטאָרשען האט אראפגענומען די חזירים פון די גאס, דאן וואלט איך געזאגט אז כאטשיק די סיסטעם איז זייער געמיין (ווייל מ'קען נישט עקספעקטען קיין ריספאנסאביליטי ווען עס נישט דא קיין אווערסייט (השגחה) איבער זיי) בין איך צופרידען אז די job is done, און אפשר ווי די וועלט זאגט the [very important] end justifies the mean.
איי וועסטו פרעגען אז די Justice System איז אויך שטארק פעלערהאפטיק?
ב' תשובות יש:
[list]
[*]עס איז דא א שטארקע און געזונטע אווערסייט (סופיריערס איינע העגער די צווייטע מיט א געזונטע ביוראקראטיע, און עלעקשאנס איבער כמעט אלעס)[/*:m]
[*]די justice system מיט אלע זייערע נידריגע מיטלען וואס מ'הערט אמאל, קומען נישט צו צום שפיץ-פינגער פון די מאָני עקסטאָרשען (קנסות), בלעקמעיל (מ'גיי מיר צו דיינע עלטערן, ארויס מיט דיינע אומשילדיגע קינדער פון אלע מוסדות, וכו'), ברעיקינג ענד ענטערינג (בדיקת הבית), פשוט'ע עססאָלט (גוטע פעטש), דזשאָסט טונעים עי פיו.[/*:m][/list:u]

boxcover » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:57 pm

· #73363
gehlungen
It will never work because the RABUNIM will feel like they are not on top of the community

די דאזיגע רע'בנים וואס מיינען\ווילען אז רעביסטעווע אז נאר פאַוער און געלט, וועלען עניוועי קיינמאל עלעקטעט ווערן, ווייל דאס איז עקזעקטלי וואס די נושא איז דא = קארופציע און וויאזוי עס צו פארמיידען.

boxcover » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:01 pm

· #73365
היימישער ליטוואק
איינער
דער עיקר פראבלעם מיט וועד הצניעות, איז accountability.
ווער האט זיי געשטעלט?
ווער קען אדער איז א מעמבער פון דעם וועד?
צו וועם באריכטען זיי?
וואס איז זייער סטאנדארד פאר באווייזען?
וואס איז זייער מיסיע?
עבירות שבין אדם למקום איז אויך זייער ביזנעס?
ווען זיי האבן איינעם אומשולדיג באשולדיג, אדער זיי אביוזען זייער מאכט, צו וועמען קען מען זיך ווענדען?

ווילאנג די אלע קשיות זענען נישט קלאר געשטעלט, זענען זיי נישט מער ווי א גרופע געזעצלאזע באנדיטען.

געוואלדיג!
נאר אפילו אז איך וועל שוין יא זאגן אז זיי באריכטן צו דעם רבי'ן און צו יענעם רב. איז נאכאלץ די שאלה, ווער האט גשטעלט יענעם אלס רבי? ווער האט יענעם אויפגנומען אלץ רב?
דער גרינגער תירוץ אויף די שאלה איז: דער עולם. דורך דאוונען איז זייער ביהמ"ד דורך לערנען אין זייערע ישיבות.
אבער דאס איז א גרויסע טעות. מיר קענען באשטיין צו דאוונען/לערנען ביי עמיצן, און אפילו טרינקן ביר ביי זיינע טישן און געבן געלט צו זיינע דינער'ס, אבער איך וואלט נאך אלץ נישט געוואלט אז ער זאל האבן דאס לעצטע, בעסער גזאגט: דאס איינציגסטע, ווארט אויף דיני נפשות פון אונזערע יונגע נשמה'לאך.
דער צייט איז געקומען אויפצונעמען א וועד הרבנים. יא דורך עלעקשיאנס. און ס'זאל האבן טשעקס און בעלענסעס - רבנים ראשי קהלה, אלופים וכו'. והעיקר, עס זאל זיין טרענספערנסי=דורכזיכטיגקייט, צו פארזיכערן אז ס'איז נישט פאראן קיין קארופציע ביי אזא וויכטיגע נושא.

איך טראכט שוין דאס פאר די לעצטע צענדליגע יאר. דאס איז באמת די איינציגע סאלושאן פון א שכל'דיגע און תורה'דיגע מהלך.

ידען » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 10:02 pm

· #73693
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.forward.com/articles/168172/inside-hasidic-modesty-patrols/?p=all">www.forward.com/articles/168172/inside- ... ols/?p=all</a><!-- w -->

נולד מאוחר » מאנטאג יולי 29, 2013 12:45 am

· #136972

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 29, 2013 11:39 am

· #137061
עפעס פעלט דא אין די מעשה. ווייל די רעפארט אויף עברית זאגט גאר אן אנדער זאך ווי די ענגלישע רעפארט. חוץ פון דעם מאכט עס נישט קיין סענס אז די וועד הצניעות פון נתניה (אויב ס'איז בכלל דא אזא מין זאך) זאל שלאגן דעם יונגערמאן ווייל ר'איז געגאנגען שפאצירן מיט זיין ווייב.

נולד מאוחר » מאנטאג יולי 29, 2013 8:28 pm

· #137165
מסתם ווייסען אז נאך זיין קוקען געשעט עפעס מער.

Big Boy » מאנטאג יולי 29, 2013 11:30 pm

· #137198
berlbalaguleh
שעפטל
איך גיי נישט אריינגיין צו ס'דארף צו זיין א וועד הצניעות צו נישט, אפילו ס'איז אלע יארן געווען אינטער סייוואספארא נאמען..
יא, וועד הצניעות באגייט זיכער עוולה'ס געוויסע צייטן, זיי אווער-ריעקטן היפש מאל, אבער איין זאך האב איך צוגעזעהן עטליכע מאל, וועד הצניעות איז אן ארגענעזעישאן וואס נעמט קער פון סיי וואספארא פראבלעמען זיי האלטן ס'דארף ווערן קער גענומען. און זיי טוהן דאס 99% בשתיקה.
אדרבה פרובירט אייך צו דערמאנען איבער א מעשה וואס איר ווייסט וואס איינער האט זיך פארטשעפעט מיט זיי און גיי נאך די פאקטן ווער ס'איז געווען די גורם אז די זאך זאל פארשטינקן ווערן אויפן גאס.

ס'איז נישט דא אזא זאך ווי וועד הצמיעות. די גמרא זאגט "אין אפוטרופוס לעריות". וואס מיינט דאס? ס'מיינט אז קיינער קען נישט זאגן אויף זיך אז ווייל ער גייט מיט ארויפגעבונדענע הויזן און שווארצע זאקן איז ער גאראנטירט אז ער וועט נישט זינדיגן ממילא קען ער ווערן א משגיח אין וועד הצניעות. ניין קיינער איז נישט גאראנטירט. וואס איז די עצה? מ'זאל פאלגן וואס די גמרא און שו"ע זאגן אין די עניינים.. נישט עובר זיין אויף איסור ייחוז. א יעדער איז אייניג. מ'דארף נישט קיין וועד הצניעות. ליידער די מציאטת האט געוויזן אז די חברי הוועד זענען אליין די ערגסטע.

You misinterpreted the gemure. "ein apetrupes learayes" doesn’t mean that no one can watch. The gemure says that yom tov afternoon there were guards walking around in parks to make sure there’s no “trouble”. What it means is that even if one is being watched, if they really want to do zenis they will do it.
בלאט: 1 2 3 4