☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שו"ת לא להלכה ולא למעשה

שו"ת לא להלכה ולא למעשה

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2502
בלאט: 1 2 3

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:03 pm

· #68816
שו"ת לא להלכה ולא למעשה
שו"ת לא להלכה ולא למעשה

נתנה ראש ונשובה, לאמיר אפלאזען די אלע פלוידערייען. לאמיר אביסל קונה חכמה זיין.

(בעקבות יידל - וויסענשאפט איז זיין פעלד)


1) וועלכע רב בישראל (חוץ לארץ, חסידיש), איז שוין תופס מקום רבנותו קרוב ל60/70 שנים? לא די די נאמען פון זיין רבנות איז דאס זעלבע, נאר אפילו זיין בית מדרש, איז עומד וקיים מאז באותו מקום?

2) אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "הבן יקיר לי אפרים"?

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:23 pm

· #68862
ס'ווערט מיר שפעט, דאס מאל וועט זיין א בחינה פון הוא מותיב והוא מפרק.

תשובות

א) הרב אלחנן הלפרין, יאריך ה' ימיו ושנותיו.

ב) תשעה באב ביינאכט, זייענדיג אין לופט-פעלד, נאך א דילעי. עלענד אליין, אן שיך.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:54 pm

· #68918
איך מיין אז הרב וואזנער האלט שוין אויך קרוב צו אזא ציפער.

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:56 am

· #69140
וועגן דעם האב איך געשריבן אין די שאלה "חוץ לארץ".

יידל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:58 am

· #69141
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין וויליאמסבורג?

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:01 am

· #69144
פולישע שטיבל?
אדער נייטרא?

יידל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:03 am

· #69146
לכאורה נייטרא. פוילישע שטיבל קען זיין אז די געביידע איז עלטער (כ'ווייס נישט, כ'זאג נאר אז ס'קען זיין) אבער נייטרא שול איז אן עלטערע *שול*. (געווען סטאלין אמאל)

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:04 am

· #69147
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין בארא פארק?

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:30 pm

· #69356
יידל
לכאורה נייטרא. פוילישע שטיבל קען זיין אז די געביידע איז עלטער (כ'ווייס נישט, כ'זאג נאר אז ס'קען זיין) אבער נייטרא שול איז אן עלטערע *שול*. (געווען סטאלין אמאל)

ר' יידל. דו דארפסט טוישן דיין ניק צו "היסטאריקער" אדער "ידען". במחילת כבוד תורתם הרמה.

משה רוקח » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:59 pm

· #69424
קאווע טרינקער
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין בארא פארק?

לכאורה די ספרד'ישע שול אויף 14'טע עוועניו.

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:13 am

· #69543
קאווע טרינקער
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין בארא פארק?

לויט די וועבסייט איז ליובאוויטש אויף 12'טע עוועניו די עלטסטע שול, געבויט אין 1902.


The Congregation Anshe Lubawitz of Borough Park was built in 1902 as Congregation Beth El, which moved to 15th Avenue in 1920. It’s the oldest synagogue building in Borough Park, though the portico with Doric columns was a later addition.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:16 am

· #69545
געפילטע, זייער פיין. ריכטיג.
די שוהל גייט נאך אן מיט טעגליך מנין.

ווער ס'האט די ריכטיגע תירוץ, דארף פארלייגן די נעקסטע שאלה...

זר זהב » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:20 am

· #69547
אין די צייטונג באשרייבט איינער ''דרעזנער'' זייער שיין אלע עלטערערע שוהלן פון ב.פ.

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 9:56 am

· #69623
קאווע טרינקער
געפילטע, זייער פיין. ריכטיג.
די שוהל גייט נאך אן מיט טעגליך מנין.

ווער ס'האט די ריכטיגע תירוץ, דארף פארלייגן די נעקסטע שאלה...

ווען איך ווייס ווען אז ענטפערן קומט מיט אזא אחריות וואלט איך געטראכט צוויי מאל פאר'ן ענטפערן... 😉

כרגע קען איך נישט טראכטן פון א גוטס, אפשר דורכ'ן טאג, צו גאר ביי שמו"ע ביי מנחה גייט עפעס איינפאלן, אויף דערוויילע ווארטס נישט אויף מיר, שלאגט פאר אייער אייגענע שאלות.

געוואלד געשריגן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 11:32 am

· #69642
My great-great-grandfather Harav Yosef Yitzchok Parnes ZT"L moved to boro park in around 1915 and opened a shtiebel in circa 1920. The zaide was a heimishe yid from Poland. He went to live on the lower east side, probably the only person in the community with a bekitshe and gartel and the whole levush etc. The zaide tried to be mekarev yidden but it was heavily reform and the mafia didn't care for him and asked him to leave. He moved to Boro Park and opened up a Heimishe nusach sfard shul. He was known to pull people in off the street for a minyan and did not use electricity on shabbos because of Jews working in the utility companies.

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:31 pm

· #69658
א זוך אין גוגל שיקט מיר צו דעם.
Wikipedia

Yosef Yitzchok Parnes, the Brooklyner Rebbe, was also considered as such, arriving in Borough Park, Brooklyn in approximately 1913; due to the many non-observant Jews then working for the local utility companies, he did not use any electricity on the Sabbath. Many religious Jews in America in the early 1900s were his adherents.


האט ער געהאט א שול? קיינמאל נישט געוויסט אז ס'געווען אזא זאך ווי "ברוקלינע רבי".

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:43 pm

· #69665
ווער איז די עלסטער חסידישע איד און ניו יארק?

געוואלד געשריגן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:45 pm

· #69667
געפילטע פיש
א זוך אין גוגל שיקט מיר צו דעם.
Wikipedia

My great-great-grandfather Harav Yosef Yitzchok Parnes ZT"L moved to boro park in around 1915 and opened a shtiebel in circa 1920. The zaide was a heimishe yid from Poland. He went to live on the lower east side, probably the only person in the community with a bekitshe and gartel and the whole levush etc. The zaide tried to be mekarev yidden but it was heavily reform and the mafia didn't care for him and asked him to leave. He moved to Boro Park and opened up a Heimishe nusach sfard shul. He was known to pull people in off the street for a minyan and did not use electricity on shabbos because of Jews working in the utility companies.


האט ער געהאט א שול? קיינמאל נישט געוויסט אז ס'געווען אזא זאך ווי "ברוקלינע רבי".


איך אויך נישט אבער ער האט יא געהאט א שול. ס׳איז נאך דא. 16 אוועניו און 55 גאס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:52 pm

· #69668
אוי סארי, איך זע איך האב נישט ציטירט גוט, כ'האב עס פארראכטן.
ס'האט געברויכט זיין אזוי:
Wikipedia

Yosef Yitzchok Parnes, the Brooklyner Rebbe, was also considered as such, arriving in Borough Park, Brooklyn in approximately 1913; due to the many non-observant Jews then working for the local utility companies, he did not use any electricity on the Sabbath. Many religious Jews in America in the early 1900s were his adherents.


געוואלד געשריגן
איך אויך נישט אבער ער האט יא געהאט א שול. ס׳איז נאך דא. 16 אוועניו און 55 גאס.

ווי איז דא א שיל דארט?

געוואלד געשריגן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:00 pm

· #69670
It's ok. I never heard of him being called the Brooklyner Rebbe. It's in the building next to the fruit store.

משה געציל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:45 pm

· #69689
וואס איז פארגעקומען יעצט ביים בי. קיא. אי. וואס האט צוזאמגעשלעפט מאסן מענטשן ביי לי עוועניא העכער די הייוועי צו א אריינקוק פארזאמלונג?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:29 pm

· #69698
דר'עולם פארקריכט.

געפילטע האט נאך נישט געדאווענט היינט, ע"כ וועל איך מוזן מציע זיין א נייע שאלה.

וועלכע ספר, פון צוויי חלקים, לאזט די מחבר נישט איבערדריקען באזונדער. ביידע חלקים מוזן זיין אין איין באנד.
און אויב מ'טרעפט דאס ערשטע חלק וועט זיין א סימן אז די צווייטע חלק פעלט
וואס איז געווען זיי טעם?

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:35 pm

· #69702
דוכט זיך מיר דער בעל ספר הברית ווארנט אין זיין הקדמה, צווישן אנדערע ווארענונגען, אז מ'זאל נאר דרוקן ביידע חלקים אינאיינעם. די סיבה? אויב געדענק איך ריכטיג איז עס ווייל די צוויי חלקים זענען תלוי הא בהא.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:38 pm

· #69703
יידל!
I LOVE YOU

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:39 pm

· #69706
נו, ווער האלט דיך צוריק פון דרוקן די I LOVE YOU קנעפל דארט אויבן?...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:43 pm

· #69707
כן עשיתי.
יידל, יעצט דארפסטו פרעגן.
אבער פליז, ס'זאל עפעס וואס פשוט'ע אידן ווי מיר קענען ענטפערען

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:01 am

· #69888
יידל
נו, ווער האלט דיך צוריק פון דרוקן די I LOVE YOU קנעפל דארט אויבן?...


נחום ראזענבערג.

מורינו הרב » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:04 am

· #69889
איך האב זיך נישט צוריקגעהאלטן.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:46 pm

· #70193
וועלעכע באקאנטע מחבר האט א נאמען געגעבן זיין תשובה ספר אויף זיין מאמע'ס נאמען?

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:55 pm

· #70198
צ׳יון ל׳נפש ח׳יה

מ׳ורינו ה׳רב ר׳ ש׳מואל א׳יידליס

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:57 pm

· #70200
יעצט פרעג איך,

וואס איז די פשוט׳ע באדייט פון א תשובה אדער שאלה וואס להלכה ולא למעשה (אויסער בנוגע פ.ס. וכדומה)

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:05 pm

· #70203
לעמאן, גוט, אבער כ'האב געמיינט א נאמען ממש, נישט נאר א רמז, ר''ת.

שטערן » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:07 pm

· #70206
קאווע טרינקער
וועלעכע באקאנטע מחבר האט א נאמען געגעבן זיין תשובה ספר אויף זיין מאמע'ס נאמען?


רבי שאול בראך
ספר ליבא בעי

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:09 pm

· #70207
גוט, שטערן.
כ'האב געפרעגט פון א באקאנטע ספר.

שטערן » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:10 pm

· #70209
קאווע טרינקער
גוט, שטערן.
כ'האב געפרעגט פון א באקאנטע ספר.


האסט געפרעגט פון א באקאנטע מחבר

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:11 pm

· #70210
לעמאן דזשוס
יעצט פרעג איך,

וואס איז די פשוט׳ע באדייט פון א תשובה אדער שאלה וואס להלכה ולא למעשה (אויסער בנוגע פ.ס. וכדומה)

אז ס'איז נישט קיין fixed הלכה, נאר relative.
ווען ס'איז נוגע למעשה וועט מען קענען מצרף זיין סניפים לקולא לויט די אומשטענדען

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:12 pm

· #70211
שטערן
קאווע טרינקער
גוט, שטערן.
כ'האב געפרעגט פון א באקאנטע ספר.


האסט געפרעגט פון א באקאנטע מחבר

אמת. געמיינט האב איך א באקאנטע חיבור...
שו"ת

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:19 pm

· #70215
שו״ת נפש חיה

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:21 pm

· #70216
גוט,
וואס איך מיין האט אויך דעם מחבר'ס נאמען.

יידל » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:39 pm

· #70225
חוות יאיר.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:44 pm

· #70226
יידל אלצ-ווייסער.

ס'איז כאילו
חוה'ס יאיר.

יידל » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:49 pm

· #70227
וועלכע רב/רבי/דיין/מו"ץ אין ניו יארק איז שוין געווען א רב/רבי/דיין/מו"ץ אין אייראפע פארן קריג?

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:49 pm

· #70228
ר' פישעלע

יידל » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:51 pm

· #70230
קאווע אלצ-ווייסער

הג"ר אפרים פישל הערשקאוויטש, אב"ד האליין ודומ"ץ קלויזענבורג.

יידל » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:53 pm

· #70231
וואס איז ר' וואלף היידענהיים'ס ראיה אז ר' אליעזר הקליר האט געלעבט בזמן הגאונים?

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:57 pm

· #70233
כ׳מיין אז נישט קאווע און נישט יידל האבן עס ריכטיג

האליין איז א שטעטל אין עסטרייך ביים גרעניץ פון דייטשלאנד וואס איז נאכ׳ן קריג געוועהן א דיפי לאגער

אבער פארן קריג איז ער נישט געוועהן קיין רב

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:09 pm

· #70236
יידל
וואס איז ר' וואלף היידענהיים'ס ראיה אז ר' אליעזר הקליר האט געלעבט בזמן הגאונים?

יש אומרים שחי בתקופה שקידשו את החודש

כ'האב נישט געוואוסט, גוגל איז מיר מגלה.
ער האט א פייט "אאנין תשע מאות ועוד"

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:10 pm

· #70237
לעמאן דזשוס
כ׳מיין אז נישט קאווע און נישט יידל האבן עס ריכטיג

האליין איז א שטעטל אין עסטרייך ביים גרעניץ פון דייטשלאנד וואס איז נאכ׳ן קריג געוועהן א דיפי לאגער

אבער פארן קריג איז ער נישט געוועהן קיין רב

יאקע רב?

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:11 pm

· #70238
ווייל ער ברענגט רב האי גאון..אזוי שטייט אין א ספר בשמו

און ווייל אין די קינות אויף ת״ב שרייבט ער תשע מאות שנה וזה מכוון לתקופות הגאונים

אבער ער גייט דערמיט קעגן תוס׳ חגיגה י״ג, ושאר ראשונים

וכבר נדחו דבריו בכמה ספרים ותשובות ובתוכם עי׳ בשדי חמד אות אל״ף

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:14 pm

· #70240
אגב, ווען נישט אונזער חתם סופר שרייבט אז ווען נישט רוו"ה וואלט פארגעסען געווארן כמה גופי תורה, וואלט מען אין אייוועלט נישט געמעגט דערמאנען זיין נאמען
בלאט: 1 2 3