שו"ת לא להלכה ולא למעשה
107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2502
ווי שרייבט דער הייליגער חתם סופר אזוי אויף אים.
אין תשובות אויף חו״מ שרייבט ער בנוגע פיוטים אז אלמלא הוא וואלט נשתכח געווארן, כידוע שעשה הרבה מאד בשביל פיוטים אין זיינע מחזורים שהוציא לאור, וואס אגב, דארט אין די מבוא קומט ער מיט זיין באמבע בנוגע דעם קליר
יעצט איז דיין רייע צו פרעגן
וועלכע גרויסע, אנגענומענע רב בישרא׳ שספריו מאד נפוצים אין אלע רייען פון כלל ישרא׳ איז פון די ערשטע שזכו ללמד באניווערסיטעט לימודים אקדמיים
שמשון ב''ר רפאל למשפחת הירש?
קאווע טרינקער, גאנץ גוט אבער ער איז דוקא נישט אזוי מקובל בכל תפוצות היימישע ישראל
סופר, איך רעש פון גאר גאר א באקאנטן מיט גרויסע ספרים, אויף ש״ס, תשובות, און א גרויסע חיבור אויף הלכה
ער מיינט עפעס א רב וואס ספריו נפוצים מאוד.
ר' י''ד הארפנעס / סענטס סטריט איניווערסיטעט?
לץ, פון די ערשטע
אל תוכח.
האק נישט, איך טראכט
שמואל!
אין ספר חכמי ישראל כרופאים, מוסד הרב קוק, געקויפט 2 חדשים צוריק.
איז ער מוכיח אזוי, אז שמואל האט געלערנט רפואה אין איניווערסיטעט אין די זעלבע תקופה ווי גליל (יידל, פאריכט מיר, כ'דענק נישט זיין נאמען פונקטליך)
מיט דעם איז ער מסביר עטליכע שוועריקייטן אין ש''ס, למשל מ'זעהט שמואל קריגט זיך מיט א משנה בענין רפואה בשבת און מ'נעמט אן כמותו להלכה, וה''ה בעניני טריפות מהאי טעמא
עניוועי, איך מיין מורינו הרב יעקב עטלינגער רבה של אלטונא, בעל מחבר ערוך לנר, שו״ת שיבת ציון, ביכורי יעקב על הל׳ סוכה
זיין תלמיד איז געוועהן ר׳ שמשון רפא׳ לבית הירש
ער האט שטודירט אין ווירצבורג אין א מאדערנע אוניווערסיטי
גראדע, כ'דענק אלץ קינד, מיין זיידע האט מיך פארהערט גמרא, און כ'האב "אויסגערעדט" א ערוך לנר..... מיין זיידע האט מיר איבערגעפרעגט און געזאגט אז ער האט פון דעם ספר קיינמאהל געהערט.
כ'האב זיך געוואנדערט מיט מיין קינדערישען שכל.
אבער דער אמת איז, פון ווי זאל א פשוט'ע (לאפוקי א ת''ח) אונגערישע איד וויסען פון דעם דייטשע גדול. יא, היינט איז שוין 70 יאר פון זיין ארויסגיין פון אונגארין, אבער דאן איז געווען קוים 50 יאר.....
וועלכע רביס האבן נישט געהאט קיין בארד ?
קאלוב/קראסטין
די הייליגע רוזינער צדיק
בעלזע רב ביים קריג
איך וועל פרעגען מעין הראשונה:
אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?
לעמאן דזשוסדי הייליגע רוזינער צדיק
?
קאווע טרינקעראיז ער מוכיח אזוי, אז שמואל האט געלערנט רפואה אין איניווערסיטעט אין די זעלבע תקופה ווי גליל (יידל, פאריכט מיר, כ'דענק נישט זיין נאמען פונקטליך)
מיינסט אודאי
גלינוס/גאלען.
(גאלינוס איז געבוירן געווארן 129 למספרם און שמואל איז געבוירן געווארן בערך 165 למספרם.)
[ציטאט אראפגענומען]
ווער האט בכלל געגרינדערט די אומיווערזיטעטן אין איטאליע אויב נישט די רבנים פון מיטלאלטער?! אין די תקופה פון ר"ע מברטנורא און שפעטער, אויב נישט ער אליין. דאס איז געווען די פרנסה פון טייל רבנים וועלכע האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען מיט די קינדער פון די רייכע גויים מאטעמאטיק, אסטראנאמיע און מעדיצין.
לעמאן דזשוסלץ, פון די ערשטע
איך ווייס נישט פון ווען דו רעכנסט די ערשטע אבער דער שאפראנער רב ז"ל און אויך ר' יעקב יצחק ניימאן ע"ה דער מאנטריאל פאפא רב האבן געהאט דיפלאמא'ס ווען זיי זענען אנגקומען לערנען אין ישיבה. די מעלה פון דעם איז אז אויב ס'קומט איינער אן אויפגעקלערטער און האט א וויכוח מיט'ן רב קען ער נישט אוועקמאכן און זאגן עה, ס'איז א פארכניאקטער רב.
קאווע טרינקערשמואל!
כ'האב שוין שיער געוואלט פרעגן וואס איז זיין לעצטע נאמען, וואו איז ער געווען רב? נעקסט טיים באשרייב אביסל פונקטליכער. זאג "דער אמורא שמואל"
אויס מענטשוועלכע רביס האבן נישט געהאט קיין בארד ?
דער בעל מסילת ישרים. ר' בונם פון פשיסחא, דער בעל שם פון לאנדאן און דער ראביי פון די לעקסינגטאן עוו. שול.
berlbalagulehקאווע טרינקערשמואל!
כ'האב שוין שיער געוואלט פרעגן וואס איז זיין לעצטע נאמען, וואו איז ער געווען רב? נעקסט טיים באשרייב אביסל פונקטליכער. זאג "דער אמורא שמואל"
נעקסט טיים ווען די שרייבסט "רביה"ק", שרייב אביסל פונקטליכער. זאג "רביה"ק מסאטמאר", כ'האב שיעור געמיינט אז דו רעדסט פון רבי יהודה הנשיא
קאווע טרינקערס'ווערט מיר שפעט, דאס מאל וועט זיין א בחינה פון הוא מותיב והוא מפרק.
תשובות
א) הרב אלחנן הלפרין, יאריך ה' ימיו ושנותיו.
איך צו צוריק.
אין המודיע, ענין, איז געווען באשריבען א רב וואס האט געפייערט זיין 100'סע געבורסט טאג. לויט ווי ס'שטייט דארט, איז ער שוין רב אויף יענע פלאץ נאך פאר די קריג. ע"כ דארף מען מבקר זיין עוד הפעם, צו ער קען זיך פארמעסטן מיט ר' חנה. מי קודם למי.
טעפל
אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?
ווען אין קעמפ שלוה איז יוגעלע נעבעך אוועק. געדענק איך גוט?
קאווע טרינקערטעפל
אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "אלוקי נשמה"?
ווען אין קעמפ שלוה איז יוגעלע נעבעך אוועק. געדענק איך גוט?
ניין, ער איז געקומען זינגען אין קעמפ שלוה און דארט איז געזעצען א נישט געזונט קינד אין א ווילטשעיר, און ער האט זיך נישט געקענט בארואיגען און אויפן וועג אהיים פארפאסט די ליד.
א ענפער צום קעפל פון דעם אשכול
שו"ת התעוררות תשובה, אויף יעדן עמוד פון דעם תשובה ספר שטייט ארויף געדרירקט "להלכה ולא למעשה".
דעם ניגון "שמח נפש עבדך" פון ר' משה גאלדמאן האט ער פארפאסט אויף דער פארלאנג פון ר' חיים ארי' ליפשיץ פארענדיק אין א קאר, ר' משה ז"ל האט צוביסלעך אנגעהויבען צו זינגען פארשידענע תנועות, ביז ער האט געריקט איין תנועה פארענט דער אנדערע פון אונטען, צוביסלעך איז ארויס געקומען דער גאנצע ניגון, דערנאך איז געקומען דער צווייטע חלק פון ארויף לייגען ווערטער צום ניגון, ביז ער האט אנגעטראפען די ווערטער פון "שמח נפש עבדך", ס' האט גענומען בערך א שעה אין א האלב.
ווער איז דער איד אין דער בילד
רמז: ער וואלט געקענט זיין פון די מנהיגי ישראל
(יאנקל, זוך נישט אין גוגל)
📎 מי זה.jpg
נישט מרן רבינו הקדוש טוורעסקי זצ"ל?
ניין.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/search?tbs=sbi:AMhZZiu-GCVDyIvYuUF203ChoYcoCEDP7kRpow591xupWuUyKzzeSVRy4ygTeGnuRehIdWRbmTRFJ1GT7kyiamUT16Q58D0j-5Pz0ehlUAYOb_1YUd8d6-IG0LIo2N3RS2-gN8VtfMpNhMFz4Wa-GvQo_1zdmxMi8-3gsoQF6PWJiNV58fL7UN5001rUu_1RLfoayVWA_17nl4rfy9vB_1lH8TTOV5G-GOAsB6HHk9DFM1C28bNmDc-kKQySfie003iACj38k-KSPbglvUsbTSZ_1Q_1XHBItno0u2bBR7KQvlysiiw1s_1WTFBmX-fk2G7-zOVfjKW24jHh9v3YaHETHRCUvT3aFCWb34Fyqxk5AdOJEQ2E-c78QlgLmKqLNaP8-_1mMcZXC7jmwnw7n--tsXCLI_1VHv5U_1CqvGO5FHWH5zxthuwmu34hDG04XaNwcU4pclJfv82KiG8r34PQfsgbHc4vRBlMjxXmKrvbwl96gL7fu0dFAo7AmC5y1uHIN86-QCeEPNwM898I4iNrxhW3qIgVGF1u-VJdyKZss8Tmc5YORfIhetGs5oyYMWPtj4BwRGY2PBD8o2RbAVMulYLidlnuyk0uHYm4cCR01tSkCyUQTroAm9tHdYR2gkYdTjFgQ2T0G5-vRkr19p33s0a_1b8dBSQBaA9CjLTwCznWkGwrwk_1VUoWpgwR_1o2Rn12kuN0a64aWI64L9Z6yB0EUjAWjDK2ytW-g_1jEBH2g6x90AzVdQu0fOS0qqeY9Gw9BX-xzjR-s91bRubcfmjuUwJTg_1d9WugMK50uuWnfPfG603eN3tE_1dVcHTo_1fSEDXgUulIh_1wryqTWb1VQ-RGst2d11Q5lCYlg24Ee6iLfRwA0AmCexEMNW1A5Oj_1kHd-Q_1Plq8p6XlM6kUIGwygOOvfXT283smAOQbjfkLlISqPl8u_1kajrFpC0z69A_1gdomljrSXBFRistAqvqsarqHLaEIgqowU8AeYNK-lJNQcIMralUxvSlJjs46GQgb8xYR4rACu3OJ0KG6a9JVeuf-xEeK8_1i-wtZ1qVE6tCMTL-CG9xYBu5TWs6nA6jrE7T3zGBtf--wJDRiPv4RvMDIqByYWAAiN8J3mmM7fqGCjMOYYcMMdQCfB6SS_1TKn_1emeVO565JwP7zB8kNQKxZKMWvEm3h4qUTfbdhcNAVfZnio6JCiLtwpr50r0-zRkfQF-iV5Zt09HdMN_1a1jqEI6vR2C2pHw6v-XQbjymGPC6M2I6F9lbqRvB4qEYJVvni-FC-Qb99AsfH2xhk66wv77tSkvvBRqrfrIUjhHzUgg3WhrCeqSOy0fAVNGV0Ey4c6A&width=250&height=188">https://www.google.com/search?tbs=sbi:A ... height=188</a>
איך בין נישט יאנקל מעג איך מאכען גוגל..
נישט א זין פון הרב ש"ך?
עפעס א מעשה פארציילן די חסידים אז הרב ש"ך האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז דאס איז געקומען צוליב דעם וואס ער האט נישט געזינגען זמירות ביים שבת טיש, אבער יא אבער ניין.
די מעשה גייט אז הרב שך האט געהאט א שכן א אדם פשוט (כמדומה לי דער טאטע פון הרב משה און הרב אלי' שטערנבוך), וואס האט זוכה געווען צו קינדער רבנים משא"כ הרב שך אליין, דערציילט מען אז ער האט געזאגט אז די חילוק צווישן מיר און אים איז, אז איך פלעג מיר יאגן ביי די סעודות שבת כדי עס זאל נישט זיין קיין "ביטול תורה", אבער ער האט עוסק געווען שעות אריכות און זמירות שירות ותשבחות, און דאס האט אריין געברענגט אין זיי א אהבה צו עבודת ה'.
צו די מעשה איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, וואס איז זיכער איז אז פון די ליטווישע בני ישיבות וועט מען עס נישט הערן....
שלום וברכה,
ר' משה שטערנבוך האט אלץ קינד געוואוינט אין לאנדאן. זיין טאטע איז אוועק ווען ר' משה איז געווען א קינד בגיל 9.
להעיר אז אפילו אויב די מעשה איז אמת האט דאס פאסירט אין ליטא, אינדערהיים, נישט אין בני ברק..
איך האב גראדע יא געהערט די מעשה פון מיין ליטווישע ראש ישיבה, וועלענדיג מיט דעם ארויסברענגען די וויכטיקייט פון פארברענגען מיט די קינדער, לאו דווקא זינגען זמירות איינמאל א וואך וכו'
אזוי צו אזוי, איז די מעשה נישט אמת מטעם הפשוט, ווייל אפרים הנ"ל איז געווען א מרביץ תורה ומחבר ספרים.
אבער דאכט זיך אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין קשר מיט אים.
ליין זיין ויקי בלאט.
א גוטע נאכט
אינטערעסאנט, נישט געוויסט.
פאר א סיבה האב איך געשריבען "כמדומה".
די מעשה קען זיין אמת, איך ווייס נאר נישט ווער דער שכן איז געווען.
א חתימה דא אין שטיבל וואס איז זיך סותר מיניה וביה...
ניין.
יעפס...
ווער איז דער מענטש?
זיין נאמען איז זייער באקאנט.
📎 who.jpg
נישט געוואוסט.
ניין.
זיין נאמען איז באקאנט פאר יושבי בית המדרש.
ר' חיים מושקין
מה טיבו?
עפן כמעט-וועלכע ארצישראלי ספר, וועט איר זעהן דעם "עיצוב השער: חיים מושקין.
ער לעבט שוין נישט אויף די וועלט.
ימי קדםדי מעשה גייט אז הרב שך האט געהאט א שכן א אדם פשוט (כמדומה לי דער טאטע פון הרב משה און הרב אלי' שטערנבוך), וואס האט זוכה געווען צו קינדער רבנים משא"כ הרב שך אליין, דערציילט מען אז ער האט געזאגט אז די חילוק צווישן מיר און אים איז, אז איך פלעג מיר יאגן ביי די סעודות שבת כדי עס זאל נישט זיין קיין "ביטול תורה", אבער ער האט עוסק געווען שעות אריכות און זמירות שירות ותשבחות, און דאס האט אריין געברענגט אין זיי א אהבה צו עבודת ה'.
צו די מעשה איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, וואס איז זיכער איז אז פון די ליטווישע בני ישיבות וועט מען עס נישט הערן....
געהערט אמאל פון א חשובע יוד א ליטוואק אז עס איז נישט געשטויגן די גאנצע מעשה, זיינע קינדער האבן זיך נישט געהאלטן ווייל זיין וויב איז געווען א געלערנטע פרוי און געהאט פייגלעך אין קאפ
משפחת הרב שך