אויב געדענק איך גוט איז הרה"ח ר' שלום פאגעל בכלל געבוירן אין בעלגיע און האט זיך נאר באקענט מיט'ן בעלזער רב הערשט נאכ'ן קריג אין ארץ ישראל.
אשכול אן א טיטל #2479
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2479
בלאט: 1 2
טראלל #נישט אזוי זיכער. ווייל ס'דא מעשיות וואס ר' שלום האט אנגעשטעלט נאך אינדערהעים.אויב געדענק איך גוט איז הרה"ח ר' שלום פאגעל בכלל געבוירן אין בעלגיע און האט זיך נאר באקענט מיט'ן בעלזער רב הערשט נאכ'ן קריג אין ארץ ישראל.
ליצנות אין א זייט פאר א מינוט. דוקא איז עס געווען זייער זיס צו ליינען די תגובה פונעם בעל פותח האשכול, אבער איבער שרייבן היסטאריע האט נישט קיין פירוש. פארוואס די בעלי הארמערי'ס האקן איצטערט אן ביבי איז בכלל נישט קיין אינטערסאנטע נושא אין די געגענווארט פון די קאסטענער קאנטריווערסיע, וואס איז היפש קאמפליצירט. די ציונים האבן נישט מחליט געווען צו לייגן רודאלף קאסטענער אויפן באשולדעגונגס באנק למען כבוד קהל יטב לב און זייער מנהיג דעם סאטמאר רב זי"ע.קאסטנערס אן אייניקל, מירב מיכאלי לויפט יעצט צום כנסת המינים אויף די עבודה פארטיי, זי איז א גרויסע רשע'נטע, א שרעקליכע פעמיניסטקע, זי האלט אז פרויען זאלן געהעריג קענען גיין אויף באסעס און נאך אזעלכע לינקע איידיעס, אבער, פארט זי איז אן אייניקל פונעם בעל הנס, און עס קומט זיך הכרת הטוב עד דרא בתראה, דאי לאו האי יומא, וכו', און זי איז אין די צד שכנגד פון ביבי, איז א פאסיגע צייט צו מכיר טובה זיין דעם זיידן ז"ל און דערלאנגען דעם יעצטיגן ראש הכופרים און אזוי ארום דערלאנגען א זיג פאר קאסטנערס אייניקל, און אזוי וועט זי ווארשיינליך געווינען און אפשר מאכן א רעגירונג אינאיינעם מיט אמנון יצחק.
דער קאסטנער האט גאר א שעדליכער שווארצער בעקראונד וואס די היסטאריענס האבן נישט געפיהלט אזוי וויכטיג עס צו דערגיין עד למטה און וואס ער איז געווען. די חומר איסער איהם איז היבש שטארק צו-ווארפן און שרייבענדיג מיין כא' כסליו תגובה האב איך בס"ד אפיר געקראצט א געוואלד אויף אינפארמאציע ארום דעם שעדליכקייט און זיינע מעשים תעתיעים בעת און בעפאר די צווייטע וועלטס קריג אנטקעגן זיינע ברידערס און שוועסטער, א"א אפשר לפרטם כי רבים הם.
פארוואס דער גרויסער אנטי ציוני האט זיך געפונען אויפן באן מיט די שישקעס איז נישט נאר למען א חלום וואס דער רבי ז"ל האט בכבודו ובעצמו אין א שמועס פארציילט ווי אזוי ער האט זיך דערוויסט פון דעם חלום (וואס איז נישט נוגע דא) נאר די גרעסטע סכום פון געלט וואס איז סוכ"ס פאר דעם באן באצאלט געווארן איז געקומען פון די ארטאדאקסישע אידענטום און נישט פון קיין דזשוינט, פישער אדער קאסטנער. נאר פון חיים ראטה, משה גראס, יצחק שטערנבוך, לייביש רובינפעלד פון שווייץ, און נאך אנדערע פרומע מקורות וואס האבן פשוט זיכער געמאכט אז דער רבי ז"ל ר' יונותן שטייף ז"ל און די נאך אפאר ארטאדאקסישע אידן זאלן זיין דעראויף.
אויב איז דא אדער וועט זיין אן אינטערעסע צו צושטעלן די קאסטענער פאקטן מיט זייערע מקומות וועלן בעז"ה בלי הבטחות נעמען די פעדער (ליין קי בארד) און פרובירן דאס בעסטע וואס איז שייך מיט מיינע מינימאלע כוחות צו-צושטעלן א דבר נאה ומתוקן בס"ד.
אינמיטן זיין פראצעס אין בג"צ נאכן פארן ווערדיקט פון די בית משפט'ס רעזעלוציע, קאנספירעסי'ס דרייען זיך ארום אז צופיהל זאכן וואס אנדערע הויעכע ציוניסטישע שישקעס וואלט מיט געשלעפט געווארן און ע"כ האבן זיי איהם אילימענירט מיט די האפענונג אז די טרייל וועט קומען צו א גענצליכער אפשטעל און די דערשטיקטע אינפארמאציע זאל זיין במקומו מונח אפי' עד אחר שיבוא שילו.קאסטנער איז געשאסן געווארן אין תל אביב פאר זיין הויז, די מערדער זענען קיינמאל נישט געכאפט געווארן.
לייביששרייבער: ייש"כ. דיינע מאמרים זענען כמים קרים על נפש עייפה. ממש דערפרישנד.
אויך. אז רודאלף קאסטנער איז באגאנגען קרימינאלע מעשים לגבי די אונגארישע אידן איז בלי שום ספק. נאר וואס ער האט געטון האט ער געטון אלס פריוואטער פארשוין. פאר זיינע אייגענע, עגאאיסטישע טעמים און מאטיוון. אויך די נאציס האבן צוזאמגעארבעט מיט איהם פאר זייערע אייגענע מאטיוון. הויפטזעכליך ווייל זיי האבן געוויסט אז די מלחמה איז פארשפיעלט און מ'וועט זיי שטעללן צו א משפט. און רודאלף קאסטנער וואלט געקומען עדות זאגן אויף זייער (גוטן) כאראקטער.
נאר דער פאקט בלייבט אומאפלייקענבאר אז א סאך אידן זענען געראטעוועט געווארן אויף זיין טרעין. צווישן זיי די גאונים וצדיקים הרה"ק מ'סאטמאר און הרה"צ ר' יונתן שטייף. און נאך אנדערע רבנים ווי שאפראנ'ער רב און דער אודווארי'ער רב זצ"ל. און נאך אנדערע ערליכע אידן צדיקים וחסידים.

אין מיין כא' כסליו תגובה האב איך טאקע אט דאס דערמאנט, און איך דערמאן אויפן שפיץ גאפל פארוואס די קליינע גרופע (הייפעלע) ארטאדאקסישע אידן זענען ארויף געלאזט געווארן אויפן באן.נאר דער פאקט בלייבט אומאפלייקענבאר אז א סאך אידן זענען געראטעוועט געווארן אויף זיין טרעין. צווישן זיי די גאונים וצדיקים הרה"ק מ'סאטמאר און הרה"צ ר' יונתן שטייף. און נאך אנדערע רבנים ווי שאפראנ'ער רב און דער אודווארי'ער רב זצ"ל. און נאך אנדערע ערליכע אידן צדיקים וחסידים.
בדרך אגב איך האב נישט געוואוסט (און נאך אלץ נישט, נאר אז איך שטעל אויף די חזקה שוין פונלאנג אז די וויסט בעסער פון מיר די דיטעילס פן די היסטארישע פאקטן) אז דער שאפראנער רב ז"ל, דער אודווארי'ער רב זענען אויך געווען אויף דעם באן. ר' יונותן שטייף איז באקאנט גראדע, ר' שלמה כ"ץ (ערשטע שו"ב בקהל יט"ל אין ברוקלין) די רעביצען יוסל אשכנזי אבער די צוויי גרויסע שיינע רבנים האב איך נישט געוואוסט. א ישר כח פאר די אינפארמאציע. מען גייען עס אםיר זוכן.
בדרך אגב דער עולם איז אפשר נישט באקאנט אז הרה"ג ישראל יעקב פישער זצ"ל איז א פאלנער נעפיו פון דר. יוסף פישער.
איך האב עס דערמאנט אין מיין תגובה מיין איך. אבער די נקידה איז ווערט צו באטאנען נאכאמאל פאר די אינטערסאנקייט שבו. ראב"ד עדה החרדית א נעפיו פון איינע פון די יסודותדיגע ציונים וואס איז נאר געווען.
לייביששרייבער #אמת אז זיי האבן געגעבן געלט און דערפאר אן זיי וואלט נישט געווען קיין הצלה אבער אן א "באן" קענסטו געבן געלט ביז מארגן און סאיז נישט דא קיין הצלה סא סאיז ביידע און ביידע דארפן באקימען קרעדיט און הכרת הטוב סיי די געלט און סיי די באןליצנות אין א זייט פאר א מינוט. דוקא איז עס געווען זייער זיס צו ליינען די תגובה פונעם בעל פותח האשכול, אבער איבער שרייבן היסטאריע האט נישט קיין פירוש. פארוואס די בעלי הארמערי'ס האקן איצטערט אן ביבי איז בכלל נישט קיין אינטערסאנטע נושא אין די געגענווארט פון די קאסטענער קאנטריווערסיע, וואס איז היפש קאמפליצירט. די ציונים האבן נישט מחליט געווען צו לייגן רודאלף קאסטענער אויפן באשולדעגונגס באנק למען כבוד קהל יטב לב און זייער מנהיג דעם סאטמאר רב זי"ע.קאסטנערס אן אייניקל, מירב מיכאלי לויפט יעצט צום כנסת המינים אויף די עבודה פארטיי, זי איז א גרויסע רשע'נטע, א שרעקליכע פעמיניסטקע, זי האלט אז פרויען זאלן געהעריג קענען גיין אויף באסעס און נאך אזעלכע לינקע איידיעס, אבער, פארט זי איז אן אייניקל פונעם בעל הנס, און עס קומט זיך הכרת הטוב עד דרא בתראה, דאי לאו האי יומא, וכו', און זי איז אין די צד שכנגד פון ביבי, איז א פאסיגע צייט צו מכיר טובה זיין דעם זיידן ז"ל און דערלאנגען דעם יעצטיגן ראש הכופרים און אזוי ארום דערלאנגען א זיג פאר קאסטנערס אייניקל, און אזוי וועט זי ווארשיינליך געווינען און אפשר מאכן א רעגירונג אינאיינעם מיט אמנון יצחק.
דער קאסטנער האט גאר א שעדליכער שווארצער בעקראונד וואס די היסטאריענס האבן נישט געפיהלט אזוי וויכטיג עס צו דערגיין עד למטה און וואס ער איז געווען. די חומר איסער איהם איז היבש שטארק צו-ווארפן און שרייבענדיג מיין כא' כסליו תגובה האב איך בס"ד אפיר געקראצט א געוואלד אויף אינפארמאציע ארום דעם שעדליכקייט און זיינע מעשים תעתיעים בעת און בעפאר די צווייטע וועלטס קריג אנטקעגן זיינע ברידערס און שוועסטער, א"א אפשר לפרטם כי רבים הם.
פארוואס דער גרויסער אנטי ציוני האט זיך געפונען אויפן באן מיט די שישקעס איז נישט נאר למען א חלום וואס דער רבי ז"ל האט בכבודו ובעצמו אין א שמועס פארציילט ווי אזוי ער האט זיך דערוויסט פון דעם חלום (וואס איז נישט נוגע דא) נאר די גרעסטע סכום פון געלט וואס איז סוכ"ס פאר דעם באן באצאלט געווארן איז געקומען פון די ארטאדאקסישע אידענטום און נישט פון קיין דזשוינט, פישער אדער קאסטנער. נאר פון חיים ראטה, משה גראס, יצחק שטערנבוך, לייביש רובינפעלד פון שווייץ, און נאך אנדערע פרומע מקורות וואס האבן פשוט זיכער געמאכט אז דער רבי ז"ל ר' יונותן שטייף ז"ל און די נאך אפאר ארטאדאקסישע אידן זאלן זיין דעראויף.
אויב איז דא אדער וועט זיין אן אינטערעסע צו צושטעלן די קאסטענער פאקטן מיט זייערע מקומות וועלן בעז"ה בלי הבטחות נעמען די פעדער (ליין קי בארד) און פרובירן דאס בעסטע וואס איז שייך מיט מיינע מינימאלע כוחות צו-צושטעלן א דבר נאה ומתוקן בס"ד.
לייביששרייבער #צוויי אנדערע מענטשן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4766011#p4766011בדרך אגב דער עולם איז אפשר נישט באקאנט אז הרה"ג ישראל יעקב פישער זצ"ל איז א פאלנער נעפיו פון דר. יוסף פישער.
סקעפטיקער #אפס, מיר וועלן נאכאמאל דורך קוקען די מקור, איך ווייס נישט צו איי וועלט איז גערעכט אדער נישט. אבער טאמער יא וועט דאס זיין ביי מיר מודה ועוזב.לייביששרייבער #צוויי אנדערע מענטשן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4766011#p4766011בדרך אגב דער עולם איז אפשר נישט באקאנט אז הרה"ג ישראל יעקב פישער זצ"ל איז א פאלנער נעפיו פון דר. יוסף פישער.
ס'איז דא נאך א פאלשע און טענדענציעזע "מימרא" וואס לויפט ארום אין די חרד'ישע קרייזן, אז די הויפט פיהרער פון די ציונים (אין שווייץ?) ווען ר' מח"ב ווייסמאנדל איז געקומען צו זיי (אדער ער האט געשריבן א בריעף) אז זיי זאלן געבן געלט כדי אויסצולייזן די אידן, האבן איהם געענטפערט אז זיי געבן נישט, ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"...! דאס איז שקר מוחלט. יא אמת, דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן, נאר אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט און דורך אנדערע מענטשן. ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאלן זיך אנשליסן אין די מאסן צו העלפן די ענגלישע ארמיי אקעגן די טערקן, ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האבן עטליכע פון די הויפטן פון די ציוניס'טישע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל געזאגט אז די אידן זאלן יא גיין מיט די בריטישע ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"... אז נאר אויב די אידן וועלן (אויך) מקריב זיין קרבנות וועלן זיי האבן א רעכט צו פאדערן אן אייגן לאנד...!
berlbalaguleh #ס'איז דא נאך א פאלשע און טענדענציעזע "מימרא" וואס לויפט ארום אין די חרד'ישע קרייזן, אז די הויפט פיהרער פון די ציונים (אין שווייץ?) ווען ר' מח"ב ווייסמאנדל איז געקומען צו זיי (אדער ער האט געשריבן א בריעף) אז זיי זאלן געבן געלט כדי אויסצולייזן די אידן, האבן איהם געענטפערט אז זיי געבן נישט, ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"...! דאס איז שקר מוחלט. יא אמת, דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן, נאר אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט און דורך אנדערע מענטשן. ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאלן זיך אנשליסן אין די מאסן צו העלפן די ענגלישע ארמיי אקעגן די טערקן, ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האבן עטליכע פון די הויפטן פון די ציוניס'טישע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל געזאגט אז די אידן זאלן יא גיין מיט די בריטישע ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"... אז נאר אויב די אידן וועלן (אויך) מקריב זיין קרבנות וועלן זיי האבן א רעכט צו פאדערן אן אייגן לאנד...!
ריכטיג, מיר האבן דאס דערמאנט אין איינע פון די תגובה'ס מיטן נאמען ארץ ישראל אויף די וועלטס מאפע.
עס איז מיר שווער פון די טעלעפאן צו ציטירן די לינק איצטערט. ווען איך וועל זיין ביים קאמפיוטער און איך וועל אי"ה געדענקען וועל איך עדיטן די ריספאנס מיט א לינק צו דעם תגובה וואס איך באציה זיך.
berlbalaguleh #ר' מח"ב ברענגט אין מן המצר (דף צ"ב-צ"ג) א בריוו ווי זיי האבן עס יא גענוצט אין דעם קאנטעקסט ביים צווייטן וועלט מלחמה (אויב דו גלייבסט אים)ס'איז דא נאך א פאלשע און טענדענציעזע "מימרא" וואס לויפט ארום אין די חרד'ישע קרייזן, אז די הויפט פיהרער פון די ציונים (אין שווייץ?) ווען ר' מח"ב ווייסמאנדל איז געקומען צו זיי (אדער ער האט געשריבן א בריעף) אז זיי זאלן געבן געלט כדי אויסצולייזן די אידן, האבן איהם געענטפערט אז זיי געבן נישט, ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"...! דאס איז שקר מוחלט. יא אמת, דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן, נאר אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט און דורך אנדערע מענטשן. ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאלן זיך אנשליסן אין די מאסן צו העלפן די ענגלישע ארמיי אקעגן די טערקן, ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האבן עטליכע פון די הויפטן פון די ציוניס'טישע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל געזאגט אז די אידן זאלן יא גיין מיט די בריטישע ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"... אז נאר אויב די אידן וועלן (אויך) מקריב זיין קרבנות וועלן זיי האבן א רעכט צו פאדערן אן אייגן לאנד...!
סקעפטיקער: איך גלייב איהם, זיכער. די שאלה איז נאר אויב אלעס וואס שטייט אין "מן המיצר" איז פונקטליך אזוי ווי רמח"ב זצ"ל האט געזאגט.
איך זוך דא נישט מלמד זכות צו זיין אויף די ציוניסט'ישע פיהרערס. נאר איך האב קיינמאל פריער נישט געהערט ווען דאס איז אריגינאל געזאגט געווארן. דו מוזסט מודה זיין אז אין דעם אנדער'ן אופן וואס ס'איז געזאגט געווארן איז עס נישט אזוי שלעכט ווי אין דעם וועג וואס ס'איז געזאגט געווארן צו ר'מח"ב.

ממילה ווייל סאיז געזאגט געווארן אויף אן אנדערע אויפן מיינט אז אז די צווייטע מאל סאיז געזאגט געווארן איז שקר?? ר' בערל קאם אן!! איך האב געמיינט אז דו זאגסט א פאקט כאילו דו ווייסט...
ר' מח"ב ברענגט אין מן המצר (דף צ"ב-צ"ג) א בריוו ווי זיי האבן עס יא גענוצט אין דעם קאנטעקסט ביים צווייטן וועלט מלחמה (אויב דו גלייבסט אים)
יא ריכטיג ר' מח"ב ניצט די קוואוט אין די קאנטעקסט. אין יענע תגובה האבן מיר געשריבן אז זייער אסאך וואס ר' מח''ב האט דאן געטוהן, און געזאגט, איז געווען אז עס טוט וויי שרייט מען נישט אלעס איז געווען 100% ריכטיג ווי למשל די סטעיטמענט פון רק בדם תיהיה לנו ארץ צו נוצן אינעם קאנטעקסט לגבי די אידן אינעם ריאן פונעם קריג.
אבער, ער האט דאס גענוצט אזוי, ווייל, די ציונים האבן איהם געבלאקט אויף א יעדע סארט הצלה וואס ער האט נאר פרובירט, און וואלט אפשר געהאט אן הצלחה ווען נישט זיי.
בלאט: 1 2