איך בין מאלעסטעט געווארן
131 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2475
איך בין מאלעסטעט געווארן
יא! איך בין מאלעסטעט געווארן אין מיינע אינגע יארן.
עס איז נישט גרינג צו רעדן דערפון, איך האב שוין אפאר מאהל אויסגעמעקט און נאך אמאל געשריבן, נאר אזוי ווי עס איז דא אן איבערקערניש יעצט, שפיר איך פאר וויכטיג דאס צו שרייבן.
איך בין געבוירן געווארן אלס א סאטמארע חסיד, און מיינע קינדער און אייניקלעך וועלן אי"ה אויך אויסגעוואקסן סאטמארע חסידים.
יעדע סאטמארע חסיד ווייסט אז שמחת תורה איז א חיוב דאורייתא צו קומען צום רבי'ן, און איך האב אויך ליב געהאט צו קומען צו זעהן דעם רבי בעל ברך משה'ס הייליגע צורה בשעת ווען ער טאנצט די לעכטיגע הקפות, און ווי אזוי ער פלעגט צודרוקן די ספר תורה צו זיין הארץ מיט אזא חביבות. אשרי עין ראתה זאת.
איך בין געווען א תמימות'דיגע בחור, און איך פלעג אריינקומען מיט מיין טאטע יעדעס יאר בלי שום יוצא מן הכלל. עס איז געווען איין יאר ביי מיטל-נאכט יום טוב, און איך האב געטאנצן מיט איינע פון די עיני העדה. איך האב געשפירט פאר א מורא'דיגע זכיה אז איך קען טאנצן מיט אים און אנכאפן זיינע הענט.
עס איז שוין געווארן שפעט און איך האב אנגעהויבן מיד צו ווערן, האב איך זיך אנטשולדיגט אז איך וויל שוין צוריק גיין צו מיין אכסניה. זאגט ער מיר אז עס איז שוין זייער שפעט און איך זאל נישט אהיימגיין אליינס, ווייל עס איז א גרויסע סכנה, און ער גייט מיר אהיימבאגלייטן.
איך בין ממש געפלויגן אין די לופטן, איך האב געקענט באשטיין צו גיין מיט אים ביז אינדערפרי. א קלייניגקייט? איך קליינער בחור'ל ווערט אהיימבאגלייט אדורך אזא חשוב'ן פארשוין?
אויפן וועג זאגט ער מיר, אז ער דארף איין רגע ארויסגיין און איך זאל נישט בלייבן אליינס אויפן גאס, און ער איז אריין מיט מיר אין איינע פון די סאטמארע בתי מדרשים וואס ער האט געהאט די נאמבער פונעם שלאס.
אזוי אריינקומענדיג פרעגט ער מיר, זאג נאר, דיין טאטע האט דיר ליב? מיין טאטע זאל זיין געזונט איז נאך פונעם פריערדיגן דור און ער איז נישט געווען צוגעוואוינט צו ווייזן זיינע געפילן לטוב ולרע. האב איך אים ברוב אוילתי געזאגט; אז אסאך מאהל טראכט איך אז איך בין בכלל אדאפטירט און נישט אן עכטע קינד.
זאגט ער מיר; ער ווייסט נישט צו שעצן דיין חכמה און שיינקייט, קום, איך וועל דיר ווייזן. און ער האט מיר ארומגענומען און אנגעהויבן גלעטן, אזוי האט מיר געוויזן זיין "ליבשאפט" ביז עס האט זיך געענדיגט מיט זייער א נישט איינגענעמע ענדונג.
א גאנצע וועג אהיים האב איך געשפירט קאלט און ווארעם, איך האב זיך געשפירט ווי פורים נאכמיטאג. ווי נאר איך בין אנגעקומען אהיים האב איך צוריסן מיין אונטערוועש און אריינגעווארפן אין מיסט קאסטן. איך בין אריין אין ביה"כ און ביטערליך געוויינט, איך האב געריבן מיין פיס און אלעס ארום מיט סטילל וואל, כדי אראפצווישן אלע עבירות און חטאים וואס איך האב נאר עובר געווען, ביז עס איז געווארן אינגאנצן צוריבן. איך האב נישט געקענט שלאפן, איך האב זיך געשפירט ווי דער נידעריגסטע מענטש אין די וועלט. איך האב זיך געבעטן ביי אלע שדים און רוחות אז איך זאל נישט אויפשטיין, איך האב נישט געליינט קריאת שמע אפשר אזוי וועל איך נישט אויפשטיין, איך זיך געשפירט ליידיג און איך בין זיך אליינס שולדיג ווייל דאס איז געווען א נסיון פונעם אייבערשטן און איך האב עס נישט געקענט באשטיין. און דער אייבערשטער האט מיר עס צוגעשיקט אז ער דארף מיר נישט וכו' וכו'.
אינדערפרי האב איך בשום אין אופן נישט געוואלט גיין אין שוהל, נאר מיין טאטע האט מיר ממש ווי געצווינגען צו גיין. איך האב נישט געוואלט גיין אין מקווה כדי מ׳זאל נישט זעהן מיינע צוריבענע פיס. איך האב געשפירט אז יעדער ווייזט זיין פינגער אויף מיר אז איך בין דער גרעסטער חוטא, און איך האב קאליע געמאכט יענעם "חשוב'ן" פארשוין. איך האב נישט געוואלט קוקן דעם רבין אין פנים אריין ווייל איך האב נישט געוואלט אז ער זאל שפירן די טומאה וואס שפראצט ארויס פון מיר.
פון מיינע בחור'ישע יארן נאכדעם האב איך נישט חשק צו רעדן דא ברבים, ואתכם הסליחה. ביז יום חופתי האט מיין טאטע, און קיינער נישט געוואוסט דערפון.
נאך מיין חתונה האב איך זיך זייער געשעמט צו דערציילן פאר מיין ווייב מיין געשיכטע, מיין חתן מדריך האט מיר א גאנצע צייט געפרעגט צו עפעס האט אמאל פאסירט מיט מיר, זעהענדיג אסאך מאדנע סימנים, איך האב געלייקענט אלע יארן. ווען מיינע קינדער האבן אנגעהויבן אונטער צו וואקסן בין איך פשוט געווארן פערענויד און זיי נישט געלאזט אטעמען אליינס, אזוי זענען אדורך געגאנגען א שיינע תקופה, פול מיט שלום בית פראבלעמען און קינדער וואס ווילן נישט דעם טאטן אינדערהיים. ביז איך האב איין נאכט אויסגעבראכן און פארציילט פאר מיין ווייב די גאנצע געשיכטע. איך בין געגאנגען אויף הילף און איך האב זיך געלאזט קאסטן ממון ודמים פאר דעם.
היינט איז מיר נישט מעגליך צו ארויסקומען אויפן גאס און שרייען, יא! דאס בין איך און יענער און יענער האט מיר מאלעסטעט. איך דארף שידוכים טוהן מיט מיינע קינדער, און דארף מיין דזשאב, איך וויל מיינע קינדער אין די מוסדות, און איך וויל נישט פארלירן מיינע חברים.
ברודער טייערע, ווען עטץ זעהטס איינעם לויפן מיט א מעסער אויפן גאס, רופסטו אים צו די דין תורה אדער דו ריפסט 911? נישט קיין חילוק ווי לאנג און ווייס זיין בארד איז!!!!
ביז היינט האב איך די שולד געפילן אז ווייל איך שטעל יענעם נישט אפ, בין איך זיכער אז יענער טוט עס ווייטער. איך שפיר ווי די אומשולדיגע נשמות ליגן אויף מיינע האנט. צו איז דאס נארמאל?? ווי איז די אחריות פון איין איד אויפן צווייטן?
האסט שוין אמאל געזעהן א מענטש זאל זיין פארקילט נאר מיט איין סניז? ווען א מענטש איז פארקילט קען ער נישט שולט זיין אויף זיין סניזן. ווען א מענטש איז קראנק אויף די זאכן וועט ער איז זיך נישט שטעלן ביי איינס, ער קען זיך פשוט נישט איינהאלטן.
קיין רב וועט נישט ארויסקומען קעגן א צווייטע רב אדער מו"ץ, עס איז נישט דא קיין עצה ליידער נאר פאליציי. אדרבה! האסט אן אנדערע עצה? זאג עס! זאגן סתם אז מ'טאר נישט איז נישט קיין קונץ.
ווילסט ענדערש אז ער זאל זיך דרייען און באטאפן דיינע קינדער? ווי אזוי שלאפן ענק רואיג ביינאכט וויסענדיג אז אזעלכע משחיתים דרייען זיך אין די גאסן און דו גייסט קיינמאל נישט וויסן נאר לאחר המעשה ה"י ווייל יעדער האט מורא ארויסצוקומען????
לוי אראן איז אויך א איד, האט דא איינער רחמנות אויף אים אז ער זיצט אין תפיסה? טענה'ט דא איינער אז א איד טאר נישט זיצן אין תפיסה? וואלט איינער זיך איינגעהאלטן א סעקונדע צו רופן די פאליציי אויף אים ווען ער ווייסט ווען ווער ער איז??????
איך זאג נישט אז וועבערמאן האט עס יא געטוהן אדער נישט, איך ווייס נישט. אבער די קאנצעפט אז מ'טאר נישט גיין צו די פאליציי איז מופרך און רשעות שאין כדוגמתו.
איך האב נישט אפגעליינט דיין גאנצע תגובה. נאר באמערקט דיין לוי ארון שורה. "רציחה" איז נישט עפעס וואס א אידישער מוח קען פראסעסען, קיינער "און ממש קיינער" וועט טאקע דערפאר נישט שוינען אויב א מערדער במו ידים גייט שימלען אין תפיסה. משא"כ ווען ס'קומט צו "סע*ס איז דאס עפעס וואס יעדער קען 'רילעיטען' דערצו, ס'לויפט אין אלע רעליגיעס אלע ראסן אלע ספישיס, איבעראל. בקיצור .. איך זאג נישט אז ס'גערעכט אינגאנצן. אבער פארשטענדליך איז עס יא. און ווען אימער אדער ווער אימער ס'פארגלייכט די קעיס צו א רציחה קעיס פארלירט דאס גאנצע לעגיטימיטעט. נישט אז דו האסט ווייניג געליטן. איך רעד נישט פון דיר אדער פון קלעצקי, כ'רעד פונעם קרימינאל און זיינע מעשים. ס'קיין פארגלייך ווי אויבן געשריבן. ודו"ק
איך מיין די אשכול קומט מאחורי
איך אגריע
זר, דו האסט נאך ב"ה די מענטעל קעפעביליטס צו פונאנדערשיידן צווישן א פארגלייך (וואס ממי שאמרו האט נישט געמאכט) און א משל וואס דינט מסביר צו זיין.
און אגב, מ'רעדט נישט דא פון סע*ס, מ'רעדט פון רעיפ. טרעף מיר איין רעליגיע אדער ראסע וועלכע "רילעיט" צו רעיפ, און צייג מיר וועלכע אידישע מוח קען דאס פראסעסן.
יידל, ביזט קלוגער פון דעם (און פון מיר!) דו ווייסט גאנץ גוט וואס איך מיין. איך בין זיכער אז ווען איך צאל דיר ווען מסביר צו זיין מיין געדאנק וואלסטו עס פיין געקענט ארויסברענגען. איז וואס זיך סתם טענה'ן?
א דאנק!
לעמילאיך מיין די אשכול קומט מאחורי
נו, מאך אויף די טיר פאר עם
זר זהביידל, ביזט קלוגער פון דעם (און פון מיר!) דו ווייסט גאנץ גוט וואס איך מיין. איך בין זיכער אז ווען איך צאל דיר ווען מסביר צו זיין מיין געדאנק וואלסטו עס פיין געקענט ארויסברענגען. איז וואס זיך סתם טענה'ן?
א דאנק!
אז דו צאלטס מיר קען איך טון אסאך זאכן. עס מיינט נאכנישט אז עס איז גערעכט. עניוועי, כ'פארשטיי זייער גוט פון ווי דו קומסט, כ'האלט אבער אז דו מאכסט א מיסטעיק. וואס האבן מיר זיך צו טענה'ן?
לעמילאיך מיין די אשכול קומט מאחורי
יא, ס'פלעגט אלץ זיין מאחורי BUT NO MORE
קען זיין איך מאך א מיסטעיק, אבער אויב וועסטע מאכן אן אנקעטע ביים היימישן ציבור אין אלע היימישע געגענטער וועסטו זעהן אז כמעט יעדער איז מיט מיר. קיינער כמעט וועטיר נישט זאגן אז ארון לוי דארף ארויסקומען, און קיינער כמעט וועט זאגן אז וו"ב דארף זיצן לייף. (און טאקע דאס איז דער ריזען פארוואס עטליכע דא האלטן אנדערש, נו פיר אויס.... ס'איז קיהל צו זיין אנדערש פונעם רוב! טינקען אוט אוו די באקס. -- וועל, איך בין שוין דורך יענע סטעידזש.)
לאז אפ וו"ב. וואס האלטסטו וועגן מ. דאסקאלאוויטש? (נאר א דוגמא, פיק עני קאנוויקטעד מאלעסטער. מ"ד איז די גרינגסטע ווייל ער האט מודה געווען בעפאר מ'האט אים אפילו געפרעגט.)
אנאנים
My heart bleeds for you!
I bet that while you wrote it and your crying buckets as well?
You are brave for writing it!
you are Brave for being so strong even under such terrible circumstances
און ביי די וועי, זר זהב, דאס אז יעדער איז מיט דיר מאכט דיך נאך נישט גערעכט. <a class="postlink" href="http://www.nizkor.org/features/fallacies/appeal-to-popularity.html">http://www.nizkor.org/features/fallacie ... arity.html</a>
הייסט דו האלטסט אז ס'קומט וו"ב לייף אין דזשעיל?
אקעי, יעצט דיין שאלה איז צי מ'מעג גיין צו די פאליציי קעגן א רודף? לכאורה יא.
how are people so cold and not crying with our friend
אנאנים
How can we sit so idle and not feel for him??
?i cry with him, what do u want? i shud post a picture of myself crying
ממי שאמרו, איך האב דיר געלייקט פינעף מאל, אבער וואס זאל איך טון אז די קנעפל ארבעט נישט מער ווי איינמאל.
איך האב הנאה פון דיין בראווקייט, און זאלסט וויסן אז איך פרינט ארויס דיין מעשה, און אלע ענליכע פון מאחורי, און איך גיי מאכן זיכער אז מיין בחור זאל עס ליינען, עס לוינט זיך ממה נפשך, ווער ספארשטייט פארשטייט און ווער נישט נישט.
יעצט, אין מיין שמאלן געדאנק, עגרי איך מיט זר זהב ער האט א שטארקע פוינט.
די שאלה איז אויב די פאליציי קען נאך עפעס טון, איך קען זיך נישט אויס, אבער אין ניו יארק זענען דא עבירות וואס עקספייערן.
ממי שאמרו, ערשטע זאך אויב דו פלאנסט עפעס צו טון, טשעק אויב ס'האט נאכנישט עקספייערט.
I hope that you have been cured !
be strong for your wife and kids!
you are a hero!
ממי שאמרו,
קודם שלום עליכם א גאסט וואס שרייבט אזוי הערליך איין אשכול נאכן צווייטן,
און נאכדעם.... איך האב נישט קיין ווערטער צו דיין הארצרייסענדע געשיכטע!
מה נאמר ומה נדבר? האב איך דען ווערטער דיר גרינגער צו מאכן? דיין צער איז דאך פיל שטארקער פון דעם, נישט פאראן קיין דברי נחמה אויף אזא שוידערליכע געשיכטע.
די שאלה איז אויכעט, פארוואס האסטו נישט גערעדט צו קיינעם דערוועגן? האסטו נישט געהאט קיין איין פארטרויבארער מענטש אין דיינע בחור'ישע יארן?
און פארוואס אפילו נישט פאר דיין חתן רבי ווען ער האט געפרעגט?
איך פארשטיי אז עס איז דיר געווען אויסטערליש שווער צו רעדן דערוועגן, אבער איז נישט געווען נאך שווערער נישט צו רעדן?
איך מיין אז מען דארף לייגן א דגוש אז יעדער בחור'ל זאל האבן איין פארטרויבארער מענטש צו וועמען ער קען זיך ווענדן און זיכערערהייט זיך אויסרעדן "אלעס" וואס אויפן הארצן.
און יעצט, איין זייטיגע שאלה: מקור פארן אפקראצן די פוס מיט סטיעל-וואל???... (כ'האב עס נישט געפינען אין קב הישר אדער יסוד יוסף..)
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב פון דעם גענומען מיין מסקנא אז דו גייסט זיך ווענדן צו די פאליציי. סארי.
שלום לכבוד איש הירא ורך הלבב, צמוד בקירות לבבי
המכונה ''ממי שאמרו'',שיחי' לאוי''ט
פה קאווע שטיבל יבנה ה' ציון ועריה ומלכות הרשעה מהרה תעקר.
אחר דרישת שלומו ושלום משפחתו
החיים ושלום על ימינו ושמאלו ישכנו לנצח
קבלתי מכתבו, והנני ערל שפתים. איך אנחמך? מה אגידה לך?
קראתי גם בכיתי, אתה לא הראשון פה בחדרנו שגילה את מה שבסתר לבו זמן זמנים טובא. - אבל שיקרה דבר זה ע''י איש חשוב, על ידי שיש לכאורה השגה ב''אתה הראית'' - תכלית חדשי אלול ותשרי?! - זה נורא ואיום, מזעזע עד לדכדוכי.
אין לי אוצר מילים של חיזוק. אבל הנני בטוח שכבר עמדת לדעת שאתה נקי מכל וכל, וכשתגיע לעלמא דקשוט תזכה ותראה איך איש חשוב הלז ''גרילט'' בעומק גיהנום של אש, וזה יהיה שכרך.
לא נשאר לי כי אם לברכך, ואחת היא:
יהי רצון מלפני אבינו שבשמים, מקור הטוב והאמת, שיתן בלבך אומץ רב, ותחזק אותך ויהא בעזרך בקיום מצות ובערת הרע מקרבך, ובעזרתו ית''ש הרוצה בטהרת תינוקות של בית רבן, יגלגל זכות זה על ידך, על ידי שתגיד בפני איש ההוא כל מה שבלבך עליו, ותזהיר אותו שלא יהין לישב במזרח מעתה ועד עולם, כי דמך ודם של אחרים על זקנו המלוכלך. זאת ועוד, תמסור את שמו למי שממונה על ענינים אלו בתוככי קהילה הלז.
אין לי עוד זמן פנוי כעת.
כה דברי ידידך המנשקך מתוך אהבה טהורה
שותה קפה
מר' קאווע שטארק ווי אייביג
אגב מזל טוב פאר דיין איבער 1000 רייכע הודעות
ממי שאמרו, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, דאס האט געמוזט זיין א טראומע איינס אין די וועלט, דו ביסט א גיבור אז דו האסט אים נישט אפגעווארט איין טאג און באגאסן מיט א עמער קאלט וואסער אינמיטן גאס! ער האלט זיך נאך פאר א שיינער איד? עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס.
ממי שאמרו,
חזק ואמוץ! קודם וויל איך דיר גראטאלאוירען פארן נעמן די דרייסט און שרייבען
די הארץ רייסט מיר און די אויגען זענען פארנאסט ממש איך קען צו מיר ניטש קומען
ב"ה אז די קענסט עס פארציילען אין גיטען, מיין קשיא צו דיר איז פארוואס האט עס עפעקטירט די שלום בית?
(בדרך אגב איך מיין מען דארף עס אריינפירען און מאחורי)
לעמילמר' קאווע שטארק ווי אייביג
אגב מזל טוב פאר דיין איבער 1000 רייכע הודעות!
מזל טוב!
אויך פאר דיין נייע אוועטער לכבוד חגיגת רגל האלף!
שמעקעדיג
איך מיין אז מען דארף לייגן א דגוש אז יעדער בחור'ל זאל האבן איין פארטרויבארער מענטש צו וועמען ער קען זיך ווענדן און זיכערערהייט זיך אויסרעדן "אלעס" וואס אויפן הארצן.
און דער אייבישטער זאל האלטן די רעכטע האנט אז דער פארטרויבארער מענטש זאל נישט זיין דער פארלעצער זעלבסט. (כ'רעדט נישט פון וועבערמאן אדער האלפערין, כ'רעדט אין אלגעמיין.)
מיין שעצונג צו אונזער חשוב'ער מיטגלידער ממי שאמרו איז עד אין לשער! עס איז אומגלויבליך ווי ער האט זיך געשטארקט נאך אזא ביטערע מעשה און זיך נישט געלאזט אז דאס זאל ווערן א תירוץ צו נאכלאזן בגשמיות אדער ברוחניות, און ער איז נאך אויסגעוואקסן מער ווי געווענליך, אויף אזא פארנעם, מלא מדע וחכמה, צו גאט און צו לייט. איך קען נישט גלייבן אז אין אזא דור זענען נאך דא אזעלכע בעלי גבורה. ועל כולם גראטוליר איך אים פאר'ן ארויסקומען ברבים מיט אזא שרעקליכע אבער - ליידער - באלערנדע איבערלעבעניש.
און פון די אנדערע זייט רייסט דאס הארץ פון די יסורי הנפש וואס ער איז דורכגעגאנגען א דאנק אזא נידערטרעכטיגן פארשוין, וועלכער האט נאך די העזה זיך צו פאררופן אלס א מזרח וואנט איד. עס איז באמת שווער צו גלייבן ווי אזוי א מענטש קען זיך דערקייקלען אזוי נידריג. ווער ווייסט וויפיל נשמות דער איד האט פארווארפן.
איך בין נישט דער וואס קען געבן אן עצה אין אזא קעיס, ממילא וועל איך דאס לאזן פאר די וואס זענען קלוגער ווי מיר און פארשטייען בעסער דערצו, אזוי פיל קען איך נאר זאגן: מען דארף אויסהענגען די מעשה פון מי שאמרו אין אלע בתי מדרשים, אנשטאט אלע פראפאגאנדע צעטלעך פון דינערן און בליצן. מען דארף אויסווארפן אויף אלע גאסן פאשקעווילן קעגן די וואס באגראבן און פארברענען אידישע נשמות און די וואס באשיצן זיי, אנשטאט אויף די וואס גראבן אויף פלעצער ווי עס האט זיך געדאכטן פאר איינעם אז דארט ליגט אן איבערבלייבעניש פון א אידישע נפל פון זעקס טויזנט יאר צוריק. מען דארף עס אריינשטעלן אין אלע צייטונגען, און אנהייבן שימפן אויף די כת רשעי ישראל המשחיתים תינוקות ומסתתרים תחת קפוטה עם צרעת פורחת וכובע שאמה אורכה ואמה רחבה, און אויסלויבן די כת הולכים בערכאות אויף אזעלכע מעשים מגונים. ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן און איך וואלט געשריגן: קבלו את האמת ממי שאמרו!!!
😈 😈 😠 😠 😈 😈 😞 😞
איז דא נאך יודען אין קאווע שטיבעל וואס זענען געווארען מאלעסטעד
עס איז דא וואס זאגען אז איינס פין פינעף ווערען מאלעסטעט
אגב ,איך בין כמעט מאלעסטעט געווארען נאר איך בין אנלאפען בעצאטינס
אין מאחורי הפרגוד זענען דא נאך הארץ רייסענדע איבערלעבענישן פון מעמבערס. כ'האלט מ'ברויך דאס אריבערפירן אהער לטובת הציבור.
ס'האט מיך באטאפט מער ווי איינער און די יונגע יארן. איך פארשטיי נישט די טראומע. ביג שמיעל.
נאר די חזר וואס האט געגעבן היטשעס און געפרעגט צו איך קען די בחור וואס האט איבער געלאזט די ספר.. מיך דערלאנגט א קאלירטע מעגעזין. אים וואלט איך יא געוואלט קענפראנטען. סתם טו פיק היס טוויסטעד מיינד.
באשטעטיגטאיז דא נאך יודען אין קאווע שטיבעל וואס זענען געווארען מאלעסטעד
עס איז דא וואס זאגען אז איינס פין פינעף ווערען מאלעסטעט
אגב ,איך בין כמעט מאלעסטעט געווארען נאר איך בין אנטלאפען בעצאטינס
אדרבה פארצייל די איבערלעיבערניש... מחשבה כמעשה
איך ווייס פין א חבר וואס איז געווארען מאלעסטעט פין זיין רבי ,עס האט אבער נישט געשאדט אזוי,עס איז דא וואס נעמען עס אהן גרינג..
smartבאשטעטיגטאיז דא נאך יודען אין קאווע שטיבעל וואס זענען געווארען מאלעסטעד
עס איז דא וואס זאגען אז איינס פין פינעף ווערען מאלעסטעט
אגב ,איך בין כמעט מאלעסטעט געווארען נאר איך בין אנלאפען בעצאטינס
אדרבה פארצייל די איבערלעיבערניש... מחשה כמעשה
איך האב עס שוין פאציילט פאר חברים איך וויל נישט מען זאל איסגעפינען מאן ניק!
פערינאס'האט מיך באטאפט מער ווי איינער און די יונגע יארן. איך פארשטיי נישט די טראומע. ביג שמיעל.
כ'ווייס פון א חבר וואס איז אראפגעקלאפט געווארן אין א קאר עקסידענט און איז ארויס לעבעדיג. כ'פארשטיי נישט די פחד וואס מאמעס האבן פון קאר עקסידענטס.
פאר איך וועל רעדען און מחזק ''ממי שאמרו'', וויל איך זיך אביסל אדורך שמוסען מיט די חברים דא אין קאווע שטיבל,
לאמיר זאגען ''ממי שאמרו'' איז א עכטע בחור פון קרית יואל וואס האט א עכטע נאמען למשל חיים פריעדמאן, נאר די מעשה גייט אביסל אנדערשט, דהיינו זיין טאטע באמערקט אויף אים אז ס'טויג נישט, און ער נעמט אים צו א געלערענטע היימישע סייקאלעדזיסט פון בארא פארק, און נאכן רעדן אסאך מיט חיים'ן האט ער ארויסגעקוועטשט די גאנצע מעשה.
די סייקאלעדזיסט קאלט שנעל אן חיימ'ס טאטע און פארציילט אים די מעשה און לייגט צו, אז ווי ס'קוקט אויס איז די שיינע איד א רודף, ווייל ער ווייסט פון נאך א בחור וועם ער האט געטון די זעלבע, די טאטע קאלט שנעל אן זיין לאקאלע דיין, זאגט אים די דיין, לאז מיך ארויס איך פארשטיי נישט צו דעם, גיי צו דעם און דעם עסקן, די טאטע לויפט פון מעכל צו רעכל און קומט אין ערגעץ נישט אן, זאגט אים די סייקאלעדזיסט, איך האב אן ערליכע רב אין פלעטבוש וואס פארשטייט דערצו, די טאטע גייט אריבער מיט חיים און די סייקאלעדזיסט צום רב און נאך א האלבע שעה פאסקנט ער אז מ'זאל גיין צו די DA.
די נעקסטע צופרי דרייט זיך איבער גאנץ וויליאמסבורג, האסט ג'הערט די מעשה ר''ל, מ'האט ארעסטירט דעם חשובע איד מיט א בלבול 85 , און די שגץ מסור איז MR. FRIEDMAN וואס יעדער געדענקט וואס ער איז געווען אלטס בחור.. און ער האט א שוואכע שטוב, יא, אזוי האט א נאנטע שכנה אליין געזאגט, און זיין זון חיים האט סתם מיט די נערווען, דער שיינע איד איז נישט געטאנצען מיט אים ווילאנג ער האט געוואלט האט ער געמאכט די בלבול, און די ענדע פון די מעשה קענען די חברים דא ענדיגען.
איצט צו ''ממי שאמרו'' וויל איך זאגען, איך פארשטיי דיין ווייטאג, בעסער געזאגט פארשטיי נישט דיין ווייטאג ווייל כאטשיג איך בין געווארען מאלעסטעט ווי איך האב שוין געשריבן
איך בין געווארען מאלעסטעט אלץ א יונגעל. ניין, איך שעם זיך נישט, זאל מיין קראנקע נואף חזיר מלמד זיך שעמען, איך ווייס קלאר אז ער האט נאך אסאך קינדער מאלעסטעט ביז ער איז ארויס 9 י-א-ר שפעטער, בדרך כבוד נישט צו פארשעמען זיין משפחה (דרך אגב קיינער פון אינז איז נישט אראפ פון וועג, אבער AGE מאכט אסאך אויס ואכמ''ל) איך וואלט נישט געוואלט מיין ארימע דל'-נואף חזיר מלמד אין תפיסה, איך גיי פאר לאסירים און קיין איין איד נישט געווינטשען וואס די אסיר און משפחה גייען דורך ר''ל, אבער איך בין זייער אנגעווייטאגט אין אינזער סיסטעם אז ער האט געקענט זיין ג-א-נ-צ-ע נ-י-י-ן י-א-ר א מלמד, און ווען מ'האט אים געטוישט צו אן אנדערע פאסטען, איז עס געווען מיט אזא דרך כבוד אז ס'האט נישט דערשראקען קיין שום אנדערע מלמדים חזרים (אויב ס'געווען)
בין איך געווען א קליין קינד, און די עבירות געפיל האב איך אויך נישט געהאט, און קיין שיינע איד איז ער אויך נישט, דערפאר קען איך זאגן איין זאך השי''ת זאל דיר העלפען, און די בעסטע זאך אז מ'גייט צו א פארפעשענעל.
נאר איין נחמה האב איך פאר דיר ''די סיסטעם טוישט זיך''
באשטעטיגטsmartבאשטעטיגטאיז דא נאך יודען אין קאווע שטיבעל וואס זענען געווארען מאלעסטעד
עס איז דא וואס זאגען אז איינס פין פינעף ווערען מאלעסטעט
אגב ,איך בין כמעט מאלעסטעט געווארען נאר איך בין אנלאפען בעצאטינס
אדרבה פארצייל די איבערלעיבערניש... מחשה כמעשה
איך האב עס שוין פאציילט פאר חברים איך וויל נישט מען זאל איסגעפינען מאן ניק!
יעצט טראכט איך אז אויב ער האט עס געטיהן צי מיך האט ער מסטעם געטיהן צו אנדערע
קען מען נישט אויסגעפינען מיין ניק
די מעשה איז געווען אין א ביהמד אין מאנסי ,קימט צו איינער צו מיר איך זאל איהם קימען העלפען ,פרעג איך עהם וואס ,זאגט ער איך וועל דיר שוין ווייזען ,נעמט ער מיר צו א זייטיג שטיבעל אין ווייזט מיך אז אויבען אויף די ספרים שאנק איז דא שליסעל וויל ער מיך אויפהייבען איך זאל עס איהם געבען ,ער זעהט ווי איך בין נישט אזוי באקוועם ,קימט ער צו אין וויל מיך אויפהייבען ...איך האב געכאפט וואס דא טיט זיך אין איך בין געלאפען ווי שנעל איך האב געקענט ,אין ניין איך האב איהם נישט מער געזהן אין איך ווייס נישט ווער ער איז ,א שאד
אנאנים,
כ'מיין זאלסט חאטשיג דא ארויף לייגען א בילד פין יענעם, כדי אנדערע זאלען וויסען זיך צי אכטונג געבען,
משולם טענענבויםאנאנים,
כ'מיין זאלסט חאטשיג דא ארויף לייגען א בילד פין יענעם, כדי אנדערע זאלען וויסען זיך צי אכטונג געבען,
אקעי,
ר' איד, קומט נאר א רגע,
איר האט מיר מאלעסטעד אלס קינד?
שטעלט אייך גראד, פארריכט אייער ברייטן הוט, איך גיי מאכן פון אייך א בילד!
איינס, צוויי, דריי, טשיז!! (און א שפיי אין פנים אריין פאר די געלט)
אלע אין ביהמ"ד דרייען זיך אויס און קוקן צו, וואס גייט דא פאר?
אבער ביז וואס ווען איז אנאנים פארשוואונדן.
אויף מארגן האבן מיר א בילד.
שמעקעדיגמשולם טענענבויםאנאנים,
כ'מיין זאלסט חאטשיג דא ארויף לייגען א בילד פין יענעם, כדי אנדערע זאלען וויסען זיך צי אכטונג געבען,
אקעי,
ר' איד, קומט נאר א רגע,
איר האט מיר מאלעסטעד אלס קינד?
שטעלט אייך גראד, פארריכט אייער ברייטן הוט, איך גיי מאכן פון אייך א בילד!
איינס, צוויי, דריי, טשיז!! (און א שפיי אין פנים אריין פאר די געלט)
אלע אין ביהמ"ד דרייען זיך אויס און קוקן צו, וואס גייט דא פאר?
אבער ביז וואס ווען איז אנאנים פארשוואונדן.
אויף מארגן האבן מיר א בילד.
טאמער איז ער אזא חשובע איד דאן קעמען מסתם טרעפען בילד פינעם אויף בילדער פין אויבען אן'ס, אין בכלל איז נישט שווער צי מאכען היינט א בילד מיט א סעלפאון שטילערהייט,
איז מעגליך צו גיין צי די פאליציי ,אן דעם וואס מען זאל ארויספאלען פין די סיסטעם ....
אנאנים,
קודם א דאנק פארן שרייבן די מעשה, און א קולטור וואס אפילו צו פארציילן די אייגענע מיטמאכניש ווערט מען פארשריגן אלס מנובל. ביזטו א העלד!
איך האלט אז די זאלסט מפרסם זיין דעם נאמען, צו ראטעווען אנדערע און כאטש זאלסטו נישט מער האבן שולד פילן.
[ציטאט אראפגענומען]
אני פייגר לדעת, לו באת עם הסיפור הנורא שלך לרבך, בעל הברך משה זצ"ל, איך היה נוהג ?, האם היה שולח אותך ישר למשטרה ? או היה מתנהג כמו שנוהגים אנשי הקהילה שנתחנכו על ידו עשרים שנה,
נקודה למחשבה !
אינטרעסאנט, ממי שאמרו איז פון די וואס ווילן נישט טראכטן אנדערש ווי מ'האט אים אויסגעלערנט, ער איז פאנאטיש למורת רוחי, אבער דוקא דס האט מיר געמאכט באטראכטן דעם נושא פון באלעסטיגן מיט אן ערנסטע בליק, ווייל ער איז נישט פון די וואס ווילן אונטערברענגען עפעס, ער איז טריי מיט א תמימות'דיגקייט דעם דרך אבותיו ורבותיו כאטש עס איז פאנאטיש.
אצינד אויב אזא ערליכער מענטש ווי ממי שאמרו וואס האט ווייזט אויס נישט קיין שום אגענדע זאגט אז מ'דארף באשמיצן באלעסטיגער אפילו עס רעדט זיך פון עני העדה, טראסט איך אים. ממי שאמרו וועט נישט זאגן אז פרומקייט טויג נישט ווייל עס מאכט זיך רבנים מאלעסטערס.
איז דא דא איינער אין קאווע שטיבל וואס האט אמאל איינעם מאלעסטערט?
האסט צוגעטראפן מיינע מחשבות!
ממי שאמרו, א קאשמאריש שטיק יוגנט אזוי טראגיש דערציילט....געוואלדיג
עטליכע פראגעס, נקודות למחשבה ווי טייל רופן עס
א׳ אין סאסייעטיס ווי 911 איז די פשוטע ערשטע און לעצטע מיטל איז דען א משהו בעסער? וסענדאסקי ועוד כמה וכמה יוכיחו אז נישט נאר די צענדליגע נישט חסידישע קינדער האבן נישט ריפארטעד, נאר דשערי זעלבסט האט אויך געהאלטן אז זיי גייען נישט דערציילן און דערפאר זיך מיט זיי באנוצט אויף זיינע שמוצערייען
ב׳ איז דען נישט דא א שטילע מהלך בנוגע מלמדים וכד׳ וואס ווערט געטון דורך מנהלים וכדומה...אן פאמפע און טראסק...איך אליין ווייס פירסט הענד פון א מלמד וואס מען האט פלוצלינג אפגעזאגט נאר ווייל קינדערלעך האבן בעדות מסיח לפי תומם מעיד געוועהן
ג׳ זעהסט דאך ביזט געבליבן נארמאל, יידיש, אפילו עהרליך, בסך הכל האט זיך דיר אנטפלעקט אז א ברייטע הוט מיט פארשטינקענע אונטער-ארעמס מיינט זירא, און ביזט עס געוואיר געווארן אין גאר א יונגען עלטער...
ד׳ זיינען די אלע וואס זענען אזוי גערעגט און שימפיג קייגן די וואס האבן זיי מאלעסטיגט אז אמער זיי זענען פארפייניגט געווארן, אויך גערעגט אויף דעם אייגענעם ייצר/נפש שפילה וכל שום וחניכא דאית להו אז אמער ער מאכט זינדיגן און פארפייניגט דעם מענטש און נעמט אים אוועק דאס גראד דערטראכטעניש וכולי,
ה׳ האט דען נישט טשארלס היינס א קול הצדק ליין ווי מען קען ריפארטן בלי פובליק איידענטיטי
לעמילאיך מיין די אשכול קומט מאחורי
וואס איז די מאחורי משוגעת? האסט מורא א בחור וועט עס לייענען? אדרבה, הערשט בחורים דארפן דאס לייענען, זיי זאלן וויסן זיך צו היטן.
געפילטע פישלעמילאיך מיין די אשכול קומט מאחורי
וואס איז די מאחורי משוגעת? האסט מורא א בחור וועט עס לייענען? אדרבה, הערשט בחורים דארפן דאס לייענען, זיי זאלן וויסן זיך צו היטן.
ניין זיי האבן מורא אז איינער וואס האט נישט צוטריט צו מאחורי וועט עס ליינען וא״כ וואס איז ער מער....
איך מיין נישט פערזענליך לעמיל ס׳נאר א כלליותדיגע סאציאלע באמעאקונג...