☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך בין מאלעסטעט געווארן

איך בין מאלעסטעט געווארן

131 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2475
בלאט: 1 2 3

chaims » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 8:40 pm

· #67714
איך בין לעצטנס געזעצן מיט צוויי חברים פון ישיבה און אזוי רעדענדיג איז ארויסגעקומען אז אונז אלע דריי זענען מאלעסטערט געווארען דוירך די יארן ברוך השם עס האט אונז גארנישט געשאדט איך האב פשוט דערמאלטס פארשטאנען ווי וייט עס איז פארשפרייט צווישן אונז די מגיפה פון מאלעסטערער

איחוד פעלד » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 9:01 pm

· #67718
אמאהל איז מען געזעצען 15 20 חבירים אין קאנטרי מוצ"ש און געשמועסט, און דער שמועס איז געפארען צו דעם, זה אומר בכה, זה אומר בכה, מען דארף יא נישט איינזעצען מפרסם זיין וכו'. שטעלט זיך אויף איינער און פרעגט ווער פין ענק דא איז אמאהל מאלעסטעט געווארען (ס'נאך געוועהן פאר נ"ר, און דער ווארט איז בעצם געוועהן א מיאוסער ווארט, און מען האט געזאגט "געטאשט" בלשון נקיה), יעדער האט געקוקט איינער אויף'ן צווייטען, ביז רוב עולם האט צוביסלעך אנגעהויבען מודה זיין איינס נאך דעם אנדערען, און כמעט יעדער האט געהאט א מעשה, אדער איז ער ל"ע געווארען מאלעסטעט, אדער איז ער כמעט געווארען.

גם אני הקטן האב געהאט וואס איינער האט מיר געטאטשד ביי די דרייצען, אבער ס'איז נישט געוועהן קיין גרויסער זאכען, כ'האב מיך נישט גענומען צום הארצען, כ'האב אפשר יא פארציילט פאר איינעם, אבער כ'בין נישט געוועהן ספעציעל אנגעצויגען דערפאר.
אן אנדער מאל, האט א עלטערער בחור פראבירט קאליע צו מאכען, און כ'האב יאר פארציילט פאר א חבר, און יענער האט מיר גע'עצה'ט קיינעם נישט פארציילען, ווייל איך וועל האבען א שלעכטע נאמען פין דעם.

די שאלה איז דא צו "מי_שאמרו" האט אויסגעפירט זיין שליחות. וואס איז ער דערגאנגען, די וואס גלייבען נישט, פארוואס גלייבען זיי נישט, ווייל זיי זענען שלעכט אדער אומוויסענד?

לעמאן דזשוס » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 9:05 pm

· #67724
שיינער אשכול, מען קאנפעסט אהער מען דבר׳עט אהער...איך וויל פרובירן נאכאמאל מיין מזל אפשר וועט מיר געלונגן צו קריגן אן ענטפער....

איך וויל פרעגן פון די אלע וואס זענען פארנומען אראפצורייסן די ״קאמיוניטי״ און ״רבנים״ פארוואס זאלן רבנים, מחנכים, אישי ציבור, וועלן פראטעקטן מאלעסטערערס?

״

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 9:57 pm

· #67744
איך ווייס נישט וואס די פרעגסט "מאלעסטעישן" ???
לאמיר דיר איין זאך זאגן, איך האב יעצט גערעדט צו יונגערמאנטשיק, און ער האט מיר געזאגט מאלעסטעישאן, לא הי' ולא נברא אלא משל בעלמא היא.

באנוצער'ניק » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 1:12 am

· #67833
איז אזוי, איך ווייס פון צוויי מעשיות, אלס בחור, איינס, איינע פון מיינע נאנטע חברים אין ישיבה וואס איך האב באמערקט אז ער איז געפערליך נערוועז די לעצטע שטיק צייט, און נאכן צודריקן צום וואנט וואס גייט פאר האט ער מיר פארטרויערט אז א געוויסע בחור ציעט גאר שטארק צו אים, און ער האט מורא אז ער וויל טון זאכן וואס טויגן נישט, איך האב נישט געטראכט קיין צוויי, איך בין צוגעגאנגען צו יענעם'ס מגיד שיעור (היינט שוין א מורא הוראה אין א חשוב'ן מקום) און יענער האט שטילערהייט קער גענומען דערפון, און ס'איז געווארן סדר, מיט ביידע, סיי ער האט אפגעלאזט דעם בחור, און סיי יענער איז געהאלפן געווארן אין זיין שוואכקייט.

א צווייטע מעשה, איך האב אליין געזען ווי איין בחור ..... מיט א צווייטן, איך האב דאס געמאלדן פאר איינע פון די משגיחים, און יענער האט זיך באדאנקט, און קער גענומען דערפון אויך שטילערהייט, און דארט איז אויך געווארן סדר מיט ביידע.

וואס איך וויל ארויסברענגן איז צוויי זאכן, איינס אז דאס נישט אויסזאגן פאר א מגיד שיעור צו פאר די עלטערן, איז א עוון פלילי וואס קומט פון דעם וואס די עלטערן זענען נישט גענוג נאנט צום קינד בכלל, זיי זענען פאריאגט און פארפלאגט מיט פרנסה און אנדערע שטותים, אזא קינד וועט האלטן אויך א ווייטקייט פון די מגידי שיעורים ומשגיחים ורבנים וכו', משא"כ א קינד וואס וואקסט אויף מיט א מורא'דיגע נאנטקייט צו די עלטערן, און ווייסט די עלטערן האב אייביג א אוזן קשבת צו אים, און אייביג צייט צו אים, און ער קען אלעס זאגן פאר די עלטערן, האלט זיך טאקע נישט צוריק און זאגט און ווערט געהאלפן.

שנית, פארקויפט מיר נישט קיין לאקשן אז ס'איז נישטא קיינער וואס נעמט נישט קער, ווייל איך אליין האב מיטגעהאלטן ביי די צוויי אלץ עד ראי', (און אלץ עד שמועה אויף אנדערע אויך, אבער פארשטייט זיך איך קען אויף דעם נישט נעמען קיין אחריות און נישט קיין ראי' פון וואס איך האב געהערט), נאר וואס דען, די מעשיות וואס מען האט נישט קער גענומען שטינקן אזוי שטארק, אז עס פארשמעקט די מעשיות וואס מען נעמט יא קער.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 1:31 am

· #67838
יאיר
יונגערמאנטשיק
דאס איז דיין מיינונג, און דיין מיינונג איז וועל רעספעקטעד, איך ווייס אבער די פאקט - און וואו דערמאנט צווישן מיינע תגובות האב איך געהאט א שמיעס מיט 'ממי שאמרו' פריוואט דערוועגן - אז ס'איז נישט אזוי וואו דו זאגסט. נישט יעדער וואס פארציילט א מעשה וואס טוט ארויסברענגען די שווארצע זייט פון אונזער קאמיוניטי איז באגלייבט, און איך האב אלע רעכטן דאס צו דערמאנען פארן ציבור.

לאמיר פרובירן מסביר זיין ברחל בתך הקטנה. ווען איינער קומט זאגן אז ער איז מאלעסטעט געווארן, דאן אויב איז דאס אמת, איז די גרעסטע רשעות צו זיין מסופק אין זיין מעשה. ווען יענער האט זיך שוין גענומען די קוראזש צו אויספאקן זיינע שמוץ וועש און מען באשולדיגט אים אלס א מעגליכער ליגנער איז דער ווייטאג אומגעהויער גרויס. דעריבער, אפילו אויב עס איז נאר איין פראצענט זיכער אז די מעשה איז אמת, טאר מען בשום אופן נישט אויסדרוקן סקעפטיסיזם פארנט פון אים. ווען דו ווילסט נאכדעם גיין דן זיין אויב דו מעגסט טון פעולות אויפ'ן סמך פון זיין מעשה, דעמאלט קענסטו מברר זיין אויב עס איז אמת. כל שכן ווען די מעשה איז גאנץ זיכער אמת, כל שכן ווען דו האסט אים נישט געגעבן קיין איין ווארט חיזוק פארדעם (עכ"פ ברבים), כל שכן ווען דו שרייבסט אויף אן אופן כאילו דו ווייסט קלאר אז ס'איז נישט אמת, און ערשט נאכדעם שרייבסטו אז דאס אליין מוז אויך נישט זיין אמת. כל שכן ווען עס איז אין אזא קהילה וואס מען אונטערדריקט כסדר מענטשן וואס קומען ארויס מיט זייערע געשיכטעס.
דאס איז אויסער דעם וואס דיין שאלה איז בכלל נישט אין פלאץ דא. ווען דו ווילסט דן זיין אויב מען קען גלייבן איינעם וואס טענה'ט אז ער איז מאלעסטעט געווארן, דאן דארפסטו עפענען אן אשכול און דן זיין איבער וואס עס פארלאנגט זיך כדי מען זאל קענען גלייבן א קרבן אז ער איז טאקע מאלעסטעד געווארן. אבער ווען איינער נעמט זיך די מיה און שרייבט אפ א גאנצער אשכול איבער זיין מאלעסטעישן קעיס, איז בכלל נישט אין פלאץ צו דן זיין אויב עס איז אמת אדער נישט. דער נאמען פונ'ם אשכול איז "איך בין מאלעסטעט געווארן", אויב דו האלטסט לכתחילה אז עס איז מעגליך נישט אמת, דאן איז נישט כדאי דו זאלסט אפילו ליינען אזא מעשה וואס איז גאנץ מעגליך סתם א בלבול, ווער רעדט נאך מגיב זיין דערויף.
בקיצור, כדי צו קענען שרייבן תגובות אין אזא סענסיטיווע נושא מוז מען נוצן אביסל פון דעם טמא'נעם כלי וואס מען רופט "שכל". און אויך אביסל, א קליין משהו, פון מענטשליכע געפילן. איך ווייס אז ביידע זענען פון די כלים מכלים שונים וועלכע מען טאר נישט נוצן אויסער ווען דער רבי אדער דער חפץ חיים הייסט, אבער פארפאלן, ווען מען קומט צווישן ציוויליזירטע מענטשן איז נישטא קיין אנדערע ברירה.

דיין אפיניען איז אויך 'וועל רעספעקטעד' אבער איך דיסעגרי.

זר זהב » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 1:38 am

· #67842
יונגערמאן, איך האב הנאה פון דיין קוראזש. אפגעזען ווער ס'גערעכט, שרעקסטע זיך נישט אפ פון די אלע אינטעלעטועל שרייבערס וואס האקן אויף דיר, און ניטאמאל פון די אלע אינטעלעקטואלע "לייקס" וואס יענע תגובות באקומען. כה לחי!

טעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 4:26 am

· #67858
זר זהב
יונגערמאן, איך האב הנאה פון דיין קוראזש. אפגעזען ווער ס'גערעכט, שרעקסטע זיך נישט אפ פון די אלע אינטעלעטועל שרייבערס וואס האקן אויף דיר, און ניטאמאל פון די אלע אינטעלעקטואלע "לייקס" וואס יענע תגובות באקומען. כה לחי!

זרעלע פאסט נישט פאר דיר, איינער האט מיאוס געטעשעפעט איינעם און דו נעמסט דיך נאך אהן פאר איהם??
(וואס וועט זיין מיט א דז'אב?)

באשטעטיגט » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 10:00 am

· #67878
טעפל
זר זהב
יונגערמאן, איך האב הנאה פון דיין קוראזש. אפגעזען ווער ס'גערעכט, שרעקסטע זיך נישט אפ פון די אלע אינטעלעטועל שרייבערס וואס האקן אויף דיר, און ניטאמאל פון די אלע אינטעלעקטואלע "לייקס" וואס יענע תגובות באקומען. כה לחי!

זרעלע פאסט נישט פאר דיר, איינער האט מיאוס געטעשעפעט איינעם און דו נעמסט דיך נאך אהן פאר איהם??
(וואס וועט זיין מיט א דז'אב?)

די יונגערמאנטשיק האלט אז ער האט אים נישט געטשעפעט(עכ"פ נישט געוואלט טשעפען..)
אין ער ווערט דא אזוי אטאקירט, דארף מען איהם מחזק זיין

יתרו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:02 pm

· #68495
טעפל
זר זהב
יונגערמאן, איך האב הנאה פון דיין קוראזש. אפגעזען ווער ס'גערעכט, שרעקסטע זיך נישט אפ פון די אלע אינטעלעטועל שרייבערס וואס האקן אויף דיר, און ניטאמאל פון די אלע אינטעלעקטואלע "לייקס" וואס יענע תגובות באקומען. כה לחי!

זרעלע פאסט נישט פאר דיר, איינער האט מיאוס געטעשעפעט איינעם און דו נעמסט דיך נאך אהן פאר איהם??
(וואס וועט זיין מיט א דז'אב?)

טעפיל, געהעריג אינטימידעשין,
זר"ל לאז דיך נישט,

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:30 am

· #68680
כבוד פותח האשכול ופותח סתרי לבו
המכונה "ממי שאמרו".

נעימות בימינו נצח
הייתי טרוד מאוד בימים האחרונים, אין בין העורך דין ואני אלא שהוא מקבל שכר ואני לא, אבל שניהם עסוקים מאוד להוציא הצדק הטמון לאור עולם. ועל כן לא דרשתי פניך מאז.
ככה זה בחדר הקאווע, צרות האחרונות משכחות אשכולים קדמונים
תסלח לי על זה.
הנני דורש שלומך הטוב. האם מרגיש בנפשו איזה הקלה? האם צריך עוד חיזוק?
תודיע לי, כי מוכן ומזומן לשנס מתנים ולהיות מבין המעבירם הקוצים בכרם ה' צבקות.

באתי על החותם,
יום ג' דחנוכה ה'תשעג
(חתימת יד קדשי)

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:50 am

· #69134
כבוד "ממי שאמרו"
כאן.

שלום

זה עתה הגשתי לפני מר קאווע מכתב מענה שלך על דרישת שלומו הטוב אתמול.
מר קאווע ביקש למסור התפעלותו על כשרונותך הניכרים יפה בין השורות, והיתה לו הנאה הן המליצות, החרוזים והרמזים.
מר קאווע טרוד מאוד בענינים ציבוריים וחגיגת חנוכה ע"כ ביקש ממני למסור לך דברים קצרים אלו.

כו"ח בשם מר קאווע
פייגי

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:08 am

· #69192
תיקון טעות
צפורי

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:10 am

· #69197
דו האלסט אויג אויף מיינע סעקריטארען?

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:32 am

· #69214
נישט ממש.
נאר א מיידל וואס קען א זא גוטן לשה"ק הייסט נישט פייגי נאר צפורי

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:43 pm

· #69952
שלום ממי _שאמרו.
כ א ן

מר. קאווע פלט מפיו איזה דברים, הוא אץ ורץ החוצה להדליק נרות.
אם הבנתי כראוי, אזי היתה כוונתו למסור לך, שבעת קריאת התורה השבוע,
תעמוד בבית המדרש על יד איש מושחת ההוא, ובעת שבעל הקריאה אומר בקול
את השלשלת על "וימאן", תתסכל בפני הרשע.

כך הבנתי
באהבה
חיה'לע
(פייגי/ציפורי לא באה היום)

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 5:43 pm

· #70295
זר זהב
מיר האט איינער כמעט גערעיפט ארום 20 יאר צוריק אין די ארוינישע הופער שול, כ'בין שנעל אנטלאפן דורך אן הינטער טיר'ל. ב"ה.

איינער שיקט מיר פריער אין אישי דאס פאלגענדע:
--------------
Sorry to disapoint you, but 20 yrs back there was NO Hopper shul .

Please get your facts straight.
Thanks

---------------

למדן » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 5:50 pm

· #70303
נעקסטיים האמער נישט אזויפיל אז מען זאל קריטיקירן נאר אין אישי...

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 5:51 pm

· #70304
נעה אזעלכע קריטיק ווילעך ווי מער... הי מעיד מיי דעי!!

למדן » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 5:53 pm

· #70305
למדן
נעקסטיים האמער נישט אזויפיל אז מען זאל קריטיקירן נאר אין אישי...

איך וויל אויך מיטהאלטן

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 5:54 pm

· #70306
אה... איך הער. ווילסט אויך הנאה האבן. אבער זעסטאך די פאני חלקים פובליציר איך

קליינע רעבעלע » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 6:52 pm

· #70330
איך האב נישט ציפיל עקסעס צים קאווע שטיבל, אבער לאמיר זאגען מיין מיינונג

איך בין געווארן מאלעסטעד ביי דע 10 יאר דורך א מיין מלמד און נאכדעים ביי דע 13 מיט א עלטערע אינגערמאן
למעשה האט דאס מיר נישט געשאדט נאר אזוי פיל אפשר געפענט דע תאווה

מיין ברידער אים האט אויך איינער געטעשעפט למעשה אים האט עס ממש געהארגערט
עס געדויערט פאר מיינע עלטערן חדשים צי כאפען וואס עס גייט פאר מיט ביז ער האט דערציילט וואס איס געווען מיט אים
מיינע עלטערן האבען אריין געגאסען קרוב צי מאה אלף בלי גוזמה

למעשה מיינע עלטערן האבען אים קיינמאל נישט געקלאגט זיי האבען געטענעט אז דע צער איז זיי געווען באשערט ער נאר געווען דע שליח
אזוי פיל האבען זיי יא געטיען זיי האבן זיכער געמאכט אז מען נעמט קער אויף אים

וואס איך זעי פין דיעם אז יעדער איז אנדערש עס דא פארשדינע סארטען קינדער אין מען קען נישט ברענגען א ראייה פין איינעם אויפן צווייטען

איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 6:58 pm

· #70334
קליינע רעבעלע

אין ליכט פין דעם וואס די שרייבסט, וויאזוי וואלסטו דיך באנומען ווען די הערסט ווען אז דיין זוהן איז געווארען געטשעפעט?

וואלסטו אויך געמאכט דער זעלבער חשבון ווי דיין טאטע, אדער וואלסט געטוהן אנדרעש?

קליינע רעבעלע » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:08 pm

· #70340
פרעגסט זייער גיט איך טראכט א סאך פין דעים
באמת ווענדט זיך ווי ווייט אין וויפיל מאל וד"ל

אבער למעשה ווייס איך דיר נישט וואס צי ענטפערן
איך האף אז דער אייבישטער וועט מיר נישט אויספראבירן מיט אזא נסיון

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 8:16 pm

· #73666
<a class="postlink" href="http://abusedyid.blogspot.co.uk/">http://abusedyid.blogspot.co.uk/</a>

איך אויך » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:21 pm

· #78906
א עמעזינג בריוו פון א ווייב פון א וויקטים, איך בין נאר נישט זיכער אויב זי רעדט פון וו. אדער נוצט עם אלס א משל.

פרענטש וואנילע » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 12:02 pm

· #78976
די מעשה קוקט אויס זייער רירענד, ביז זי פארציילט אז דער רב האט אים געזאגט ער זאל נישט פאר קיינעם דערציילען, דא קראכט די באלון, ס'איז נישט קיין סוד אז כמעט יעדע קהילה האט א ועד החינוך אדער צניעות וואס דיעלט מיט די זאכען, און אז נישט שיקט מען צו אנדערע עסקנים, ס'איז מעגליך א רב זאל זאגען גיי נישט צו פאליציי, נאר צו עסקנים, אבער קיין רב וועט נישט זאגען "פארמאך דיין פיסק", מיר זענען נישט אזוי דום מ'זאל אונז קענען פארקויפען די ברוקלין ברידזש, איך וואלט געזאגט דאס איז נאך א געבאקענע מעשה פון די אקטיוויסטען וואס זוכען צו מאכען רויעך אן קיין פייער, און מיט אן אנאנימער בריוו איז עס די לייכסטע, ווער ס'וויל קען אפשרייבען אלע דמיונות אויף די מאובעל פאון זיצענדיג אין בית כסא, און פאוסטען אויף די געוועב והנה און אט איז נאך א "שרעקליכע מעשה"..

sunbar » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 1:33 pm

· #78987
פרענטש וואנילע

Lol

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:32 pm

· #79090

אוודאי איז אן אנאנימער מעשה אויפען געוועבעכטץ נישט ווערט קיין סאך. וואס איז נישט אזוי פשוט איז דיין איבערצייגונג אז מען שיקט זיכער צו עסקנים. א מציאות וואס איך בין פערזענליך באקאנט איז נישט אזוי געווען. א קינד איז געווארען מאלעסטעד ביי א מלמד, אין האט עס דערציילט פאר זיינע עלטערן. די טאטע איז געגעאנגען צום מנהל. די מנהל האט געזאגט פארן טאטען אז דאס קינד דמיונ'ט, עס קען נישט זיין אז דעי מלמד זאל מאלעסטען, (ער גייט דאך מיט גאר א לאנגע רעקל). ער איז געבליבען מלמד פאר אסאך יארן. כהיום ווייס איך פין נאך א קינד וואס דערציילט אז די מלמד'ס מאלעסטעישאן האט אים צוגרונדגעלייגט.

דיינע מושגים זענען לויט די היינטיגע סטאנדארטען וואס איז אינגאנצען אנדערש ווי פאר צען פופצען יאר צוריק. ווי פריער מען גייט צוריק אלס ווייניגער האט מען גענומען די גאנצע ענין ערענסט. עד כדי כך אז א איד האט מיר דערציילט אויף זיך אליין אז ווען ער איז געווען א אינגל, עטליכע דרייסיג יאר צוריק, האט אים א מלמד געבאבערט. ער איז געגאנגען צום מנהל אין די מנהל האט אים אנגעשריגן ער זאל אויפהערן מיט זיין מנוולישע פאנטאזיעס. עס סאונד אזוי פאני היינט אז עס איז שווער צו גלייבן.

לענ"ד וועט מען אין צען יאר ארום נישט קענען פארשטיין אסאך זאכען וואס געשעהן יעצט אין דעי תקופה, וד"ל.

בדחן » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:42 pm

· #79096
לא שליט, די וואס גלייבען נישט נחום רז״ב אדער הרוויץ גלייבען אויך נישט א ניק אויפן געוועב, זאכען ווערן נישט מער איבערצייגענד וועט מען זעט עס אויפן אינטערנעט פון א ניק, בכלל איז כדאי אז צו באמערקן אז עס איז דא געוויסע סארט מענטשן וואס ציען צו זיך אז מען זאל זיך אויסרעדן און זיי ווערן געוואר מעשות באהאלטענערהייט.

במחילות כבודך. דיין פאריגע תגובה אז מען קימט דיר פארציילען באהאלטענערהייט זאכען, איז א קלארע רוזאלטאט פון זיצען לאנגע שעות און אויסהערן האטליינס פול מיט דימיונות.

מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 8:03 pm

· #79113
בדחן
לא שליט, די וואס גלייבען נישט נחום רז״ב אדער הרוויץ גלייבען אויך נישט א ניק אויפן געוועב, זאכען ווערן נישט מער איבערצייגענד וועט מען זעט עס אויפן אינטערנעט פון א ניק, בכלל איז כדאי אז צו באמערקן אז עס איז דא געוויסע סארט מענטשן וואס ציען צו זיך אז מען זאל זיך אויסרעדן און זיי ווערן געוואר מעשות באהאלטענערהייט.

במחילות כבודך. דיין פאריגע תגובה אז מען קימט דיר פארציילען באהאלטענערהייט זאכען, איז א קלארע רוזאלט פון זיצען לאנגע שעות און אויסהערן האטליינס פול מיט דימיונות.

א.ק. עז יו סעי.
אזוי ווי מען רעדט נאר אינעם הבנת הענין, אין מער רעדט נישט אויף באשמיצען איינעם אין ריעל לייף, בין איך בכלל נישט אינטערסירט צו שטיפען א געוויסע ליניע. איך וועל מיך נישט צוטין מאכען דיין צאמשטעלן ראזענבערג מיט הורוויץ אין איין קאטעגאריע. אין מ'העמיר עס לאזען ביי דעים.

וואס אנבעלאנגט מיר, וויל איך דיר זאגען אז מ'זעמיר ממש אויף איין מיינונג. איך האב אויך לאנג געפילט אז דער מוח מיינער דמיונ'ט. איך דארף טאקע אויפהערן אויסהערן די אלע האטליינס. איך עפרישיעיט דיין אויפריכטיגקייט אין מיר זאגען מוסר. עס איז ביי מיר ברור אז די מיינסט עס בכלל נישט מיט קיין שנאה אדער כעס. טענק יו סאו ווערי מאטש.
אין יעצט טייערער בדחן, געב א שמייכל 🙂
בלאט: 1 2 3