a1b2 » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:40 am
· #69222📎 imagefromurl.jpg
פיינע קאוועדי צעטל איז פאלש ר' טובי ווייס זאגט ער האט דאס קיינמאל נישט גחתמ'ט
אויך ר' לייבושס מענטשן זאגן להד"ם
געפילטע פישקען זיין ער האט פלעין געוואלט א רעיז, אן אסיר ציון מאכט סאך א שענערע געהאלט ווי סתם א בעל מוחה.
שעפטליעדער דארף יעדן טאג ענטפערן? (כאילו די אלע בריוון ברענגן עפעס לכאן ולכאן...)
יידלעוד מישהוס'האט זיך געטון אין בית שמש א לאנגע צייט, וועגן א שטח וואס מענטשן האבן צוזאמען געקויפט צו בויען דירות, אתרא קדישא טענהט אז ס'איז דא קברים דארט, עדה האט געשיקט א מענטש זאל קוקן און מ'האט גארנישט געפונען.
ר' משה שטערנבוך האט געחתמט א בריוו אין די זומער קעגן די ארגאניזאציע, אבער זיי גייען ווייטער אן מיט נישט לאזן בויען אויף די שטח.
די מענטשן וואס האבן געקויפט די שטח זענען פשוטע היימישע מענטשן וואס צאלן א מארגעזש אויף די שטח, + אויף די דירה וואו זיי וואונען יעצט, איז געווען א שמועס אז זיי גייען מאנען אתרא קדישא פאר זייער נזקים דא.
דאס איז די בלאט'ס ווערסיע, דוכט זיך. וואס איז דער איד'ס ווערסיע? ביידע זענען סיי ווי נישט באגלויבט.
דא גייט זיך טון צימעס טישען אויף בענק.
נאר,,פרייליך...צוליב וואס פעלט נאך היצט אויס אז הגאון רמ''ז זארגער זאל ארויסקומען מיט א בריוו...
קאווע טרינקערפאר some reason בין איך אויך אויף די רשימה פון די משוגעים
יעדען טאג באקום איך אן update, בעסער געזאגט, א גריס פון פרישע טויטע, אלץ פון פארשידענע אימייל אדרעססען.
כ'בין אזוי צומישט, but you what, יעדע Inch ארץ ישראל איז דא עצמות. ווי דען זענען אלע מליאנע עולי רגלים?
נאר,,פרייליךכ'זע שאולזון פין איין זייט בעקט די מנגדים פין א''ק
מאידך גיסא הער דעם חומת הדת רעדנער איבער די חברה אינערהאלב די עדה זעהט אויס עפעס גייט פאר דארט דברים שלא כהוגן ביי דעי קעמפערס קעגן רב שמידעל
ס'קיקט אויס ווי הייסע טעג זענען ערווארטעט בארה''ק
berlbalagulehדעת תורה: איך בין נישט מסכים מיט דיר. איפכא מסתברא. ווען ר' דויד שמידל האט אנגעהויבן האט ער נישט געשפילט פאליטיק. נאר געמיינט לשם שמים. פארדעים האט מען זיך באצויגן צו איהם מיט דרך ארץ. אבער די לעצטע פאר יאר האט ער אנגהויבן שפילן פאליטיק, און איז נוטה צו איין פאליטישן צד מער ווי די אנדערע. ר'מיינט געלט אויך.איז ממילא דא א צד ההתנגדות צו איהם און זיינע שיטת.
שמו יגערפארפאלן! ער איז יעצט אריינגעפאלן (אדער בעסער געזאגט מ׳האט אים געמאכט אריינפאלען) אין דער סארט סיסטעם פון פאליטיק פאר קברי אבותינו. דארף ער יעצט האבען דעם פיפטן חלק צו ווויסן ווען אין ווי אזוי צו שפילן די געים, סיי ביי גיין נאך געלט אדער ביי די יעצטיגע מערכה. אויב די פאקט איז אז פאליטיק שפילט א ראלע האט ער די אחריות צו וויסן ווי איין אין ווי אויס אין נישט יעדע .....שמויגער.... זאל אים ציען צו ווי אים געפעלט
נאר,,פרייליך
לפי ידיעתי האט איין צד באיקאטירט א''ק צוליב וואס איינע פין די נאנטע צו הגר''ד איז פין די ראשי הלוחמים קעגן זייער צד אזוי האט זיך צוביסלעך אנטוויקעלט א מציאות כאילו הגר''ד זעלבסט מישט אינעם קאשע פין סאקמיר
אליבא דאמת הגר''ד פאר זיך האט נישט לאנג צוריק געוואלט אפשטאטען אן אפיציעלער באזיך אין קר''י צו אויפטרייבען שטיצע און הילף פארן ארג. און האט געשטעלט א שארפער תנאי צו באזיכען קודם דעם מרא דאתרא בכדי ארויסצוווייזען הערכה פאר'ן שטאטס רב נאר צוליב געוויסע פאליטיקער איז נישט צושטאנד געקומען דער באזיך
הגר''ד פאר זיך איז גענצליך אפגעזינדערט פין די סארט קינדערישע קריגערייען און האט בעסער ואס צו טאן ווי ניצען זיין מלחמה בעד קברי אבותינו פאר נארישע אגענדעס