☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » רבי דוד שמידל ארעסטירט

רבי דוד שמידל ארעסטירט

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2474
בלאט: 1 2

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 3:19 pm

· #67245
רבי דוד שמידל ארעסטירט
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען א פראטעסט אין באר שבע דארט ווי 'קרסו' גראבט קברים ל''ע, און די ציוניסטישע פאליציי האבן ארעסטירט הגר״ד שמידל שליט״א יו״ר ׳אתרא קדושה׳, עסקני אתרא קדושה האבן פראבירט צי פארשטיין געבן פאר די פאליציי אז מ׳רעדט דא פון א חשובער רב אבער זיי האבן אים מיט דעם אלעם ארעסטירט, עסקנים זאגן אז אויב אין אפאר שעה ווערט ער נישט באפרייט קומט היינט נאכט מאסיווע פראטעסטן אין אלע חרדישע געגענטער אין מדינת ישראל. למעשה האט איצט א שופט אפגעהאלטן און האט אים נישט ארויסגעלאזט, הוכינו למערכה .

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:21 pm

· #67287
ס'קען זיין אז ס'איז דא אן ארעסט ווארענט אויף אים, וועגן די הוידל בוידל מעשה וואס ער און זיינע נאכשלעפער האבן אויסגעטראכט אין בית שמש.
ס'איז געווען אזא שמועס אז די מענטשן וואס האבן דארט געקויפט דירות מיטן חשבון, האבן אים גערופן צום דין תורה, נאכדעם האבן זיי זיך געוואנדען צו די פאליציי.

sunbar » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:23 pm

· #67290
איינער שרייבט אויף בחדרי, 'כן יאבדו'...

פארוואס שעלט מען עם אזוי?

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:25 pm

· #67292
עס איז וויכטיג צו באצייכענען אז די פלאץ אין באר שבע וואו מ'גראבט, ווערט אבזעווירט דורך אנדערע רבנים, הרב חיים קאניעווסקי שליט"א הרב ניסים קארעליץ שליט"א און די ראב"ד עדה החרדית הרב משה שטערנבוך.

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:27 pm

· #67293
עוד מישהו
ס'קען זיין אז ס'איז דא אן ארעסט ווארענט אויף אים, וועגן די הוידל בוידל מעשה וואס ער און זיינע נאכשלעפער האבן אויסגעטראכט אין בית שמש.
ס'איז געווען אזא שמועס אז די מענטשן וואס האבן דארט געקויפט דירות מיטן חשבון, האבן אים גערופן צום דין תורה, נאכדעם האבן זיי זיך געוואנדען צו די פאליציי.


זאגסט אז די הוכינו למערכה לשם שמים איז א פארגאנגענהייט... נתגלה העטרה

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:27 pm

· #67294
ווייל זיי האלטן אז אתרא קדישא איז א מאפיאנערישע גרופע, וואס ווען מ'באקומט געלט פון א קאמפאני בלייבן זיי שטיל, אפילו אויב מ'גראבט אויף ריזיגע שטחים קברים. פון די אנדערע זייט, ווען מ'געט נישט געלט פאר אתרא קדישא, איז אך און וויי פאר אזא קאמפאני.

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:32 pm

· #67295
ס'האט זיך געטון אין בית שמש א לאנגע צייט, וועגן א שטח וואס מענטשן האבן צוזאמען געקויפט צו בויען דירות, אתרא קדישא טענהט אז ס'איז דא קברים דארט, עדה האט געשיקט א מענטש זאל קוקן און מ'האט גארנישט געפונען.
ר' משה שטערנבוך האט געחתמט א בריוו אין די זומער קעגן די ארגאניזאציע, אבער זיי גייען ווייטער אן מיט נישט לאזן בויען אויף די שטח.
די מענטשן וואס האבן געקויפט די שטח זענען פשוטע היימישע מענטשן וואס צאלן א מארגעזש אויף די שטח, + אויף די דירה וואו זיי וואונען יעצט, איז געווען א שמועס אז זיי גייען מאנען אתרא קדישא פאר זייער נזקים דא.

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:34 pm

· #67297
outspoken
עוד מישהו
ס'קען זיין אז ס'איז דא אן ארעסט ווארענט אויף אים, וועגן די הוידל בוידל מעשה וואס ער און זיינע נאכשלעפער האבן אויסגעטראכט אין בית שמש.
ס'איז געווען אזא שמועס אז די מענטשן וואס האבן דארט געקויפט דירות מיטן חשבון, האבן אים גערופן צום דין תורה, נאכדעם האבן זיי זיך געוואנדען צו די פאליציי.


זאגסט אז די הוכינו למערכה לשם שמים איז א פארגאנגענהייט... נתגלה העטרה


איך ווואלט געזאגט נתגלה קלונם ברבים, נאר רוב מענטשן אין אמעריקע ווייסן נישט באמת וואס גייט פאר אין א"י. ספעציעל ווען איין פארטיי אין סאטמאר בעקט אים זייער שטארק.

יידל » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:36 pm

· #67300
עוד מישהו
ס'האט זיך געטון אין בית שמש א לאנגע צייט, וועגן א שטח וואס מענטשן האבן צוזאמען געקויפט צו בויען דירות, אתרא קדישא טענהט אז ס'איז דא קברים דארט, עדה האט געשיקט א מענטש זאל קוקן און מ'האט גארנישט געפונען.
ר' משה שטערנבוך האט געחתמט א בריוו אין די זומער קעגן די ארגאניזאציע, אבער זיי גייען ווייטער אן מיט נישט לאזן בויען אויף די שטח.
די מענטשן וואס האבן געקויפט די שטח זענען פשוטע היימישע מענטשן וואס צאלן א מארגעזש אויף די שטח, + אויף די דירה וואו זיי וואונען יעצט, איז געווען א שמועס אז זיי גייען מאנען אתרא קדישא פאר זייער נזקים דא.


דאס איז די בלאט'ס ווערסיע, דוכט זיך. וואס איז דער איד'ס ווערסיע? ביידע זענען סיי ווי נישט באגלויבט.

דא גייט זיך טון צימעס טישען אויף בענק.

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 4:51 pm

· #67309
הרב יידל, איך ליין נישט דער בלאט נישט דער איד, ביידע שרייבן תורת לאקשן מיט אן אינטערעס פאר זייער פארטיי, און איך בין צו קארג צו לייגן די צוויי דאלער אויף הוילע שטותים, ווען איך קען לייענען נייעס בחינם וואס איז נישט לטובת א געוויסע פארטיי.
איך האלט מיט די נייעס פון א"י אן עי רעגולער בעיסיס. דאס וואס טוט זיך אין מאה שערים אין די אפיסעס פון עדה החרדית, ווייסט יעדע איד אין א"י.
און דאס קען קיין שום צייטונג נישט פארלייקענען, וואס יא וויבאלד די נייעס קומט נישט אייביג אן קיין אמעריקע, ספעציעל ווען אונזערע מידיא האט ליב קאווער אפס, האט עס אזא פנים.

יידל » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:11 pm

· #67371
כ'הער וואס דו זאגסט.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:36 pm

· #67376
אין אנדערע ווערטער, ר' דוד שמידל איז א פשוט'ער קארופטירטער מענטש וועלכער האט אויסגעטראכט א ליגן אז דארט ליגן קברית אין די צייט וואס עס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און וויל דערמיט ארויספרעסן שווער אפגעהארעוועט געלטער פון היימישע אידן?
(איך בין נישט אויף קיין איין צד, ניטאמאל ווייס איך פונקטליך וואס זיי זאגן, אבער איך שטעל זיך פאר אז די מעשה איז מער פארוויקלט)

לעמאן דזשוס » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 12:48 am

· #67430
מארגן איז שוין ברוך השם דא א פראטעסט

און יא, איר האט צוגעטראפן ווי, מול ה׳קאנסול הציוני. און יא, כל הגולה כמדורת אש

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 5:42 am

· #67463
איינגעזעצט האט מען איהם אפיציעל וויל ער האט אטאקירט א פאליציאנטע....ביי דע וועי מ'האט איהם יעצט אוריסגעלאזט.

עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 10:46 am

· #67495
יאיר
אין אנדערע ווערטער, ר' דוד שמידל איז א פשוט'ער קארופטירטער מענטש וועלכער האט אויסגעטראכט א ליגן אז דארט ליגן קברית אין די צייט וואס עס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און וויל דערמיט ארויספרעסן שווער אפגעהארעוועט געלטער פון היימישע אידן?
(איך בין נישט אויף קיין איין צד, ניטאמאל ווייס איך פונקטליך וואס זיי זאגן, אבער איך שטעל זיך פאר אז די מעשה איז מער פארוויקלט)


דאס וואס דו האסט געשריבן, דאס טענה'ן די אלע מענטשן וואס האבן צוזאמען אפגעקויפט די שטח אין בית שמש, צו קענען דארט אויפבויען זייערע דירות.
וואס ער וויל ווייס איך נישט, און וואס זיינע אונטער-שמשים ווילן ווייס איך אוודאי נישט, די מציאות איז אז נאכן באטראכטן יענע שטח מיט אן אתרא קדישא מענטש, און מיט אן עדה מענטש, מיט נאך איינער וואס איז נישט געווען פאליטיש, האט מען נישט געטראפן קיין איין ביין, נאדא, גארנישט, זילטש.

איז וואספארא גערעכטע סיבה איז דא, צוריק צו האלטן פשוטע מענטשן וואס זענען כולל יונגעלייט, צו קענען גיין אויפבויען זייערע הייזער, און גיין וואינען אין דעם. די מעשה לויפט שוין מיין איך א יאר און א האלב. איך בין זיכער אז דו ווייסט וואס ס'מיינט צאלן רענט פאר זייער ביז יעצטיגע דירה, פלאס פאר א דירה וואס וואלט שוין געקענט שטיין, נאר איינער לאזט זיי נישט בויען דארט, פאר גארנישט און פאר נישט.

ביי מיר הייסט דאס אויסער ארויספרעסן געלט, א שערוריה. דאס איז אין בית שמש.

אין באר שבע וואו ער מיט זיינע מענטשן זענען געגאנגען "מוחה זיין", עס איז נישטא קיין שום זאך וואס ער טענה'ט, די קאמפאני וואס בויעט דארט, רירט זיך נישט אן פרעגן די דריי רבנים, הרב קאניעווסקי, הרב קארעליץ און הרב שטערנבוך, די רבנים האבן א משגיח תמידי אויפן סצענע. זיין מחאה דארט איז געווען איבריג, אזוי אויך זיין ווערן ארעסטירט, אפשר איז עס געשען כדי צו ווערן צוריק פאפולער, איך ווייס נישט. דאס איז נאכדעם וואס אלע רבנים כמעט זענען ארויס קעגן אים אין א"י.

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 11:47 am

· #67516
קען זיין ער האט פלעין געוואלט א רעיז, אן אסיר ציון מאכט סאך א שענערע געהאלט ווי סתם א בעל מוחה.

michel » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 12:38 pm

· #67527
עוד מישהו

אין באר שבע וואו ער מיט זיינע מענטשן זענען געגאנגען "מוחה זיין", עס איז נישטא קיין שום זאך וואס ער טענה'ט, די קאמפאני וואס בויעט דארט, רירט זיך נישט אן פרעגן די דריי רבנים, הרב קאניעווסקי, הרב קארעליץ און הרב שטערנבוך, די רבנים האבן א משגיח תמידי אויפן סצענע. זיין מחאה דארט איז געווען איבריג, אזוי אויך זיין ווערן ארעסטירט, אפשר איז עס געשען כדי צו ווערן צוריק פאפולער, איך ווייס נישט. דאס איז נאכדעם וואס אלע רבנים כמעט זענען ארויס קעגן אים אין א"י.


און פארוואס האט הרב קאניעווסקי גערופן אן עצרת מחאה?

📎 הפגנה בבני ברק.pdf

signout » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 3:24 pm

· #67599
צו די עצרת אין ירושלים איז נאר דער גאב''ד געקומען, פארוואס איז נישט די ראב''ד מיט די בי''ד געקומען
📎 IMG_1124.jpg

signout » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 3:26 pm

· #67600
דער ציבור ביים עצרת פארן ארעסטירן הרב שמידל
📎 IMG_1135.jpg

עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 5:48 pm

· #67653
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס אתרא קדישא פארשפרייט צעטלעך מיט נעמען פון רבנים, וואס זיי שרייבן אן קיין דעקונג.
די עצם סיבה וואס הרב ר' חיים קאניעווסקי האט צוגעשטימט צו מאכן אן עצרת תפילה אין בני ברק, איז פאר די פאקט וואס מ'האט אים ארעסטירט, נישט ווייל ער איז גערעכט אדער עפעס.

אין די עדה איז מען צוטיילט, די גאב"ד האלט מיט ר' דוד שמידל, אבער די ראב"ד איז קעגן אים.
אגב מיכל, אויב ווילסטו א ראיה אז די פאשקעוויל האט נישט קיין דעקונג, קוק וועמענס שליח הרב שמידל איז, די חזון איש. פרעג דיך נאך וואו אלט הרב שמידל איז געווען ווען די חזון איש איז אוועק, און שטעל עס צוזאם. וועסט זען עס מאכט נישט קיין סענס!

SHWONTS » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 7:42 pm

· #67705
איך האב געהערט פון עלטערע פון מיר, וואס געדיינקען נאך ווען ס'האט זיך געקאכט וועגן 'מורד הר הבית', אין יאהרין תש"מ-תשמ"ב, ווען גרויסער ירושלים פארשערס האבין געזאגט 'לא דובים ולא יער' ס'איז אויף דעם ארט קיין אידישע בית הקברות נישט געווען. איינער פון די באווסטע און בארימטע אגודת ישראל עסקנים אין יענע צייט וואס איז געווען זייער באגלויבט ביי הרב שך זצ"ל האט אראפגעבריינגט די טענה, ר' דוד שמידל מיינט געלט, ס'איז קיין בית הקברות נישט פאראן דארטן, אלעס נאר א בלבול ווייל אגודה איז אריינגעטראטין אין קאאליציע. און הרב שך האט עם געגלויבט, און אנטקעגין געשטאנען. אנדערע מאכערס האבין געדריקט אויף א פשרה, ביז דא גראבטמען פון דא גראבטמען נישט. ביז מען האט זיך אפגעשטימט אז מען וועט זוכין און באזוכין צו איז דא קברים און א בית הקברות אדער נישט. אתרא קדישא, די מיליטערישע חברה קדישא, און די ארכעאלאגין, אלע דריי צוזאמען האבין געקראצט און געגריבלט, ביז ס'איז אנדעקט געווארין קלאר - ס'איז יא א אידישע בית הקברות. ירושלימער רב דער מנחת יצחק זצ"ל האט זיך מיט זיינע אכציג פלוס יאהר מטריח געווען איבער שטיינער און ביינער, און ער ס'האט ערשיינט א בריעף מיט זיין האנט שריפט: 'בעיני ראיתי המקום מקום קברות ישראל'. ווען דער בריעף איז באוויזען געווארין פאר הרב שך זצ"ל איז יענער אגודיסטישער עסקן פארליגנט געווארין ביי איהם, ער האט עם מער נישט געטרויט, און אויפגעהערט זיך ניצן מיט די עסקנים פון אגודה. גערופין האט ער דעם רב פון רעננה און געעפענט די פרטיי ש"ס, און נאך וואס מען האט באזייטיקט זיין קאנדידאט, האט ער געעפענט דעם היינטיגן דגל.
ס'איז נישט די ערשטע מאהל, און ס'לאזט זיך גלויבין אז אויך נישט די לעצטע מאהל, וואס אינטערעסאנטע באשמוצין דעם גאון ר' דוד שמידל. אבער דער אמת וועט אויס שיינען ווי אויל איבער די וואסער, און די אלע שמוציגע צינגער וועלין פארשטומט ווערין.

עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 7:50 pm

· #67707
קען זיין אז אמאל איז טאקע געווען בעסער אין אתרא קדישא, אבער מיסטער שואנץ דאס איז דרייסיג יאר צוריק.

איך קען דיר זאגן נאר צוויי זאכן, קודם כל ראה ערך יוחנן כהן גדול, צווייטענס אל תאמין בעצמך עד יום מותך.

און יעצט צו מיין פריעדיגע קשיא וואס איך האב אויבן געפרעגט, הרב שמידל קען נישט זיין א שליח פון חזו"א? הרב שמידל האט נאך נישט בר מצווה געהאט ווען די חזון איש איז אוועק, ס'קוקט נישט אויס לאגיש, אז די חזו"א וועט שטעלן א אינגל ער זאל היטן אויף קברים, מיינט איינער עס מאכט סענס?

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 1:37 pm

· #67955
ווי עס שיינט איז הרב קניבווסקי איז בכלל נישט געקומען צו די פראטעסט אין בני ברק, אפילו מהאט עס געמאכט ביי די לעדערמאן שטיבלעך

קלאר » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 2:01 pm

· #67973
SHWONTS
איך האב געהערט פון עלטערע פון מיר, וואס געדיינקען נאך ווען ס'האט זיך געקאכט וועגן 'מורד הר הבית', אין יאהרין תש"מ-תשמ"ב, ווען גרויסער ירושלים פארשערס האבין געזאגט 'לא דובים ולא יער' ס'איז אויף דעם ארט קיין אידישע בית הקברות נישט געווען. איינער פון די באווסטע און בארימטע אגודת ישראל עסקנים אין יענע צייט וואס איז געווען זייער באגלויבט ביי הרב שך זצ"ל האט אראפגעבריינגט די טענה, ר' דוד שמידל מיינט געלט, ס'איז קיין בית הקברות נישט פאראן דארטן, אלעס נאר א בלבול ווייל אגודה איז אריינגעטראטין אין קאאליציע. און הרב שך האט עם געגלויבט, און אנטקעגין געשטאנען. אנדערע מאכערס האבין געדריקט אויף א פשרה, ביז דא גראבטמען פון דא גראבטמען נישט. ביז מען האט זיך אפגעשטימט אז מען וועט זוכין און באזוכין צו איז דא קברים און א בית הקברות אדער נישט. אתרא קדישא, די מיליטערישע חברה קדישא, און די ארכעאלאגין, אלע דריי צוזאמען האבין געקראצט און געגריבלט, ביז ס'איז אנדעקט געווארין קלאר - ס'איז יא א אידישע בית הקברות. ירושלימער רב דער מנחת יצחק זצ"ל האט זיך מיט זיינע אכציג פלוס יאהר מטריח געווען איבער שטיינער און ביינער, און ער ס'האט ערשיינט א בריעף מיט זיין האנט שריפט: 'בעיני ראיתי המקום מקום קברות ישראל'. ווען דער בריעף איז באוויזען געווארין פאר הרב שך זצ"ל איז יענער אגודיסטישער עסקן פארליגנט געווארין ביי איהם, ער האט עם מער נישט געטרויט, און אויפגעהערט זיך ניצן מיט די עסקנים פון אגודה. גערופין האט ער דעם רב פון רעננה און געעפענט די פרטיי ש"ס, און נאך וואס מען האט באזייטיקט זיין קאנדידאט, האט ער געעפענט דעם היינטיגן דגל.
ס'איז נישט די ערשטע מאהל, און ס'לאזט זיך גלויבין אז אויך נישט די לעצטע מאהל, וואס אינטערעסאנטע באשמוצין דעם גאון ר' דוד שמידל. אבער דער אמת וועט אויס שיינען ווי אויל איבער די וואסער, און די אלע שמוציגע צינגער וועלין פארשטומט ווערין.


עס איז דא אסאך מער פעלער ווי גדולי ישראל זענען ארויס קעגן אתרא ווי פארקערט
ספעציעל ביי די קדמונינו פרשה ווי די גאנצע בי''דץ , ווי אויך דער ברך משה וכו' האט זיך אנגענומען פאר קדמונינו
די זעלבע אין אירופה ווי אלע לאנדאנע רבנים ווי ר' אליקום שלעזינגער, רח''מ וואזנער זענען אלע פאר וועד להצלת ביי די פרשה פין שפאניע
אזוי איז דא נאך אסאך פעלער ווי א''ק האט געשריגן אז מ'רייסט אויס קברים אין די רבנים האבען געהאלטן אז זיי זענען היפאקריטן
ספעציעל יעצט ביי די פרשה אין בית שמש ווי כמעט די גאנצע בי''דץ נעמט זיך אן פאר הרב סלאנים
נישט נאר דאס, דער ראבד שרייט אז זיי זענען אחראי אויף די חפירות אין נשר

קלאר » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 2:04 pm

· #67976
עוד מישהו
קען זיין אז אמאל איז טאקע געווען בעסער אין אתרא קדישא, אבער מיסטער שואנץ דאס איז דרייסיג יאר צוריק.

איך קען דיר זאגן נאר צוויי זאכן, קודם כל ראה ערך יוחנן כהן גדול, צווייטענס אל תאמין בעצמך עד יום מותך.

און יעצט צו מיין פריעדיגע קשיא וואס איך האב אויבן געפרעגט, הרב שמידל קען נישט זיין א שליח פון חזו"א? הרב שמידל האט נאך נישט בר מצווה געהאט ווען די חזון איש איז אוועק, ס'קוקט נישט אויס לאגיש, אז די חזו"א וועט שטעלן א אינגל ער זאל היטן אויף קברים, מיינט איינער עס מאכט סענס?

גראדע דער מומחה וואס דער וועד שיקט אראפ האט אויך די סמכות פין די אלע גדולים וואס הרב שמידל גיבט אן אז ער האט סמכות פין זיי
דאכט זיך אז דער ראב''ד שרייבט דאס אין זיין תשובה לגבי בית שמש

היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:23 am

· #68221
הגר"ח והגר"נ מבהירים: "לא תמכנו בגר"ד שמידל"
'אתרא קדישא' מסתבכת • רק לפני מספר ימים פרסם הארגון מודעת תמיכה מטעם הגר"ח קנייבסקי והגר"נ קרליץ • עתה מכחישים השניים את הדברים ומודיעים: לא חתמנו על מודעת תמיכה בארגון • מה עומד מאחורי ההודעה ומדוע זוייפה חתימת ידי גדולי ישראל? • כל הפרטים
יקי אדמקר, בחדרי חרדים 01:19 10/12/2012


הגר"ח קנייבסקי והגר"נ קרליץ פרסמו אמש (א') מכתב בו הם מכחישים כי כתבו מכתב תמיכה בגר"ד שמידל, שנעצר בשל התפרעות במתחם 'קרסו' בבאר שבע.

בסוף השבוע האחרון פרסם ארגון 'אתרא קדישא' מכתב תמיכה בגר"ד שמידל.

במכתב שפורסם בחוצות הריכוזים החרדים, נאמר: "רעדה אחזתנו משמועה רעה כי באה על ידי עדים נאמנים אשר פוחזים מתוך המחנה הם שהביאו למעצרו ולביזוי כבוד תורתו של ידידנו הגאון רבי דוד שמידל שליט"א. הננו במחאה נמרצת על ביזוי ורמיסת כבוד ידידינו", לשון הדברים.

אך בשיחה שקיים כתב 'בחדרי חרדים' עם באי ביתם של הגר"ח קנייבסקי והגר"נ קרליץ נמסר: "זה זיוף".

אמש הם קיבלו משנה תוקף: "לא חתמתי על זה", כתב הגר"ח, במכתב שפורסם. גם הגר"נ קרליץ כתב נוסח קצר ברוח דומה והכחיש את המודעה המדוברת שייחסו לו.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי ביממה האחרונה גורמים המזוהים עם 'אתרא קדישא' שיגרו איומים לעבר בני ביתו של הגר"נ קרליץ והזהירו, כי באם יפרסמו הכחשה למכתב התמיכה - הם יפרסמו הוכחה לכך כי אכן הגר"נ חתם על המודעה. "נפרסם וידאו שבו הוא נראה חותם על המכתב", הם אמרו בנחרצות.

ההכחשה פורסמה רק לאחר שהתברר, כי גורמים בארגון 'אתרא קדישא' ניסו להחתים את הגאב"ד על המכתב בטענה כי אם הגר"ח והגר"נ חתמו, אזי גם עליו לחתום כדי לסייע לארגון.

כזכור, סביב מתחם החפירות בבאר שבע שם נבנית קריית הממשלה מתנהל ויכוח ארוך בנושא החפירות במקום. בארגון 'אתרא קדישא' טוענים כי החפירות כרוכות בחילולי קברים ובשל כך יצאו בשבוע שעבר להפגין, כשבמהלך ההפגנה נעצר הגר"ד שמידל ומנגד, ב'אגודה למניעת חילולי קברים נטען כי החפירות מתבצעות בפיקוח מלא.

במקביל, מתברר כי ההכחשה שיצאה בערב שבת מטעם בית הדין של 'העדה החרדית' נגד המודעה שפורסמה ב'המודיע' ביום שישי האחרון בנושא מתחם נשר הסמוך לרמלהמ - זויפה.

המודעה עוררה סערה ועד כה לא ברור בוודאות מי אחראי להכחשה המזויפת מטעם בד"ץ העדה החרדית.


<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=47837">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=47837</a>

signout » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:09 pm

· #68245
די רבנים שרייבן אז זייער חתימה איז מזויף
📎 orig_4323A5517FF447679909C97645921986.JPG

signout » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:10 pm

· #68247
דער ציבור ביים ריזען עצרת אין בני ברק
📎 הגה''צ יי קלמנוביץ במשא חריף.jpg 📎 חלק מהקהל.jpg

עוד מישהו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm

· #68254
עוד מישהו
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס אתרא קדישא פארשפרייט צעטלעך מיט נעמען פון רבנים, וואס זיי שרייבן אן קיין דעקונג.


הוא אשר דיברתי.

a1b2 » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:28 pm

· #68262
קען מיר איינער זאגן וואס דא גייט פאר ווער נאט וואס געשריבען איך קען נישט כאפען וואס דא גייט פאר
אויף וואס האבען זייג עזאלט חתמנן וואס לייקנען זיי?

עוד מישהו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:39 pm

· #68271
ס'איז א לאנגע מעשה וואס ציט זיך שוין א שטיק צייט, מער פרטים האסטו אויף די ערשטע זייט. ס'איז א פאליטיק אין ירושלים צווישן רבנים פון עדה החרדית מיט נאך רבנים, וואס זענען קעגן אתרא קדישא.

a1b2 » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:40 pm

· #68274
עוד מישהו
ס'איז א לאנגע מעשה וואס ציט זיך שוין א שטיק צייט, מער פרטים האסטו אויף די ערשטע זייט. ס'איז א פאליטיק אין ירושלים צווישן רבנים פון עדה החרדית מיט נאך רבנים, וואס זענען קעגן אתרא קדישא.

שכח
דאס ווייס איך אבער וואס איז די מעשה מיט די לעצטע בריוו וואס האט געברענגט

עוד מישהו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:44 pm

· #68277
אז הרב קאניעווסקי שליט"א מיט הרב קארעליץ שליט"א, האבן געחתמט אויף א צעטל לטובת הרב שמידל, נאכן ווערן ארעסטירט.
זיי טענה'ן אז זיי האבן קיינמאל אויף קיין בריוו נישט גע'חתמ'ט, און אז די חתימות זענען געפעלשט.

a1b2 » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:49 pm

· #68278
עס קיקט עפעס אויס אז זיי ווילען זיך אנעמען פאר אים נישט פארקערט
וווי שטייט דעיס דארט?

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:54 pm

· #68282
ר חיים שרייבט ''וכמדומה'' שלא חתמתי ע''ז, מה הפשט . בכלל וואס מיינט ער מיט ''הדברים דלעיל שקר'' ר' דוד האט יא פוגע געווען אין אים? (מ'דארף דאך גוט אפלערנען א ר' חיים...)

a1b2 » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:00 pm

· #68286
עוד מישהו
מען ווארט אויף אן הסביר

עוד מישהו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:42 pm

· #68305
פאריגע וואך נאך ר' דוד שמידל איז ארעסטירט געווארן, האט מען פארשפרייט צעטלעך אז עס גייט זיין א עצרת אין בני ברק, הרב ר' חיים, און הרב ר' ניסים האבן אנגעבליך גע'חתמ'ט אויפן צעטל, די גאב"ד איז אויך געווען דערמאנט אין די צעטל מיין איך.
די בראך פון אתרא קדישא איז, אז עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס זיי פארשפרייטן פאשקעווילן אין ירושלים און אין ב"ב, מיט חתימות פון רבנים וואס האבן נישט גע'חתמ'ט אויפן עצם בריוו, זיי שמירן בעצם חתימות פון איין בריוו צום צווייטן. אזוי אויך האבן זיי גענוג מתנגדים, וואו די קאמפעטישן גרופע אונטער אהר'לע יאקטער, און אנדערע וואס האבן אן אינטרעסע אונטערצוברענגען אתרא קדישא. זעט אויס אז הרב שמידל'ס עושי דברו זענען נישט צו קלוג צו פארשטייען אז מ'זוכט שמוץ אויף זיי מיט א פארגרעסעונגס גלאז. און יעצט האט מען זיי נאכאמאל געכאפט מיטן שרייבן א בריוו פאר הרב שמידל, כאילו די אויבנדערמאנטע רבנים שטיצן אים אא"וו, דעריבער איז די שמוץ ארויס יעצט אויף אלע גאסן, און יעצט איז ששון ושמחה.

a1b2 » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:47 pm

· #68310
די האסט דעם בריו פין אתרא קדישא.
טייטש מיא ביטע אובער קלאר די בריוו פין הרב ר' חיים, און הרב ר' ניסים
וואס די האסט געברענגט איך קען עס עפעס נישט פארשטיין

עוד מישהו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:48 pm

· #68312
צו אוטספאוקען, צו ר' דוד שמידל האט פוגע געווען אין הרב קאניעווסקי? ער האט שוין איינמאל פוגע געווען בכבודו. אז ער האט געהאט די חוצפה צו מאכן א אומזיסטיגע פראטעסט אין באר שבע קעגן א קאמפעני, וואס האט די פולע שטיצע פון הרב חיים קאניעווסקי, און האט דארט א "משגיח תמידי" א שליח א מומחה אין קברים, פון הרב קאניעווסקי הרב קארעליץ און די ראב"ד, איז דאס נישט קיין פגיעה אין כבוד פון די דריי רבנים?!

לערנען פשט אדער פשטים אין א ר' חיים לאז פאר די ליטווישע, פארוואס זאלן אונז לערנען פאלש פשט, אויב זיי טוען עס שוין ממילא 😂

עוד מישהו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:50 pm

· #68317
a1b2
די האסט דעם בריו פין אתרא קדישא.
טייטש מיא ביטע אובער קלאר די בריוו פין הרב ר' חיים, און הרב ר' ניסים
וואס די האסט געברענגט איך קען עס עפעס נישט פארשטיין


וועלכע בריוו די היינטיגע צו די בריוו פון דאנערשטאג? צו אלע ביידע?

a1b2 » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:58 pm

· #68323
היינטיגע שכח

עוד מישהו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:09 pm

· #68329
געפעלטשט

מחאה נמרצה, א ציטער האט אונז אנגעכאפט פון די שלעכטע נייעס, (דא איז צוגעדעקט)
ווען ליידיגגייערס פון די מחנה האבן צוגעברענגט צום ארעסט, און צו די בזיון התורה פון אונזער פריינט,
הגאון ר' דוד שמידל שליט"א.

ווען ער איז געווען אויפן וואך, מוחה צו זיין קעגן אויפגראבן קברים,
און נאך האבן שלעכטס געטון, מיט מפרסם זיין פארן ציבור, וואו כאילו (אומקלאר ווארט) א מורא צווישן אונזער פריינט די גאון ר' דוד מיכאל שמידל מיט אונז.
כאילו עס איז שייך ביי אים צו פוגע זיין אין אונזער כבוד.
אונז זענען מוחה אויפן שטערקסטן אופן די פארשעמען און טרעטן אויפן כבוד פון אונזער פריינד, הגרד"מ (שמידל).
ווייל אלעס וואס ער טוט איז לשם שמים.
דערמיט ווילן אונז רופן צו יעדער וואס האט מורא פון באשעפער, זיך אפצוטיילן פון די "געצעלט פון מענטשן וואס טוען שלעכטס" (דתן ואבירם)
און אזוי וואו די חכמים האבן אונז געווארנט, "זייטס געווארנט פון זייערע קוילן, (וכו)"

די וואס שרייבן אונטער מיט ווייטאג אויפן פארשעמען די כבוד פון תורה.
די חתימות

[די אויבן דערמאנטע זאכן איז ליגענט, מיר דאכט זיך איך האב קיינמאל נישט אונטער געשריבן] הרב קאניעווסקי.

[איך האב געזען דעם בריוו, חס ושלום אז איך זאל האבן אונטערגעשריבן אויף אזא בריוו, וואס ברענגט נאר מחלוקת] הרב קארעליץ

מצב הדור » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:16 pm

· #68825
SatmarHQ
Breaking: Sharp Machoa Koil Koira just released against the arrest of HrH"g R' Duvid Shmidel Shlita, signed by Harav Voszner, >
Expand
Gaved Y-M, Admor Mpshavorsk, HgHt"z R' Yakov Meir Shechter, Hagoen R' Malkiel Kotler and Harav Vachtfogel!
Collapse

7m Satmar Headquarters Satmar Headquarters ‏@
קען איינער קאמפערמען?

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:45 pm

· #68842
ס'הייסט אלע רבנים וואס חתמ'נען אויף זייער צעטלעך, אויסער הרב שעכטער (דאס איז פארשטייט זיך אויב ס'איז נישט געפעלטשט), אמעריקאנע רבנים.
פארוואס האבן זיי נישט צעטלעך מיט ארץ ישראלדיגע רבנים?! דארט איז קיינער נישט גרייט צו חתמנען, און ווען עס איז שוין יא דא חתימות, איז עס פאלש.
נקודה למחשבה.

signout » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:20 pm

· #68879
אינטערסאנט פארוואס ''הרב וואזנער'' פארדינט נאר 'הרב' אין די אנדערע זענען הגאון הצדיק אדער הגאון

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:31 pm

· #68884
עוד מישהו
צו אוטספאוקען, צו ר' דוד שמידל האט פוגע געווען אין הרב קאניעווסקי? ער האט שוין איינמאל פוגע געווען בכבודו. אז ער האט געהאט די חוצפה צו מאכן א אומזיסטיגע פראטעסט אין באר שבע קעגן א קאמפעני, וואס האט די פולע שטיצע פון הרב חיים קאניעווסקי, און האט דארט א "משגיח תמידי" א שליח א מומחה אין קברים, פון הרב קאניעווסקי הרב קארעליץ און די ראב"ד, איז דאס נישט קיין פגיעה אין כבוד פון די דריי רבנים?!

לערנען פשט אדער פשטים אין א ר' חיים לאז פאר די ליטווישע, פארוואס זאלן אונז לערנען פאלש פשט, אויב זיי טוען עס שוין ממילא 😂

פאר די און די אלע וואס ספעלן די נאמען קאניעווסקי, האב איך פאר ענק נייעס ער קומט נישט פון בודאפעסט אדער קראלע, און ער הייסט נישט קאניעווסקי, ער הייסט קנייבסקי, ואתכם הסליחה.

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 6:04 pm

· #68890

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 6:13 pm

· #68896
יתרו
פאר די און די אלע וואס ספעלן די נאמען קאניעווסקי, האב איך פאר ענק נייעס ער קומט נישט פון בודאפעסט אדער קראלע, און ער הייסט נישט קאניעווסקי, ער הייסט קנייבסקי, ואתכם הסליחה.

יתרו קענסט אביסל כללים אין אידיש, אדער אין עברית, נישט דא איז די פלאץ פאר דעם, ס'איז דא א פלאץ אויף ק"ש פאר גראמאטיק וואס דארט איז די פלאץ פאר דעם, אבער אויף אידיש איז ב' נאר מיט א פינטל, אן א פינטל איז וו', און זיין נאמען איז נישט מיט א ב'.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:44 pm

· #68949
ר' עוד מישהוא, וואס איז פשט פון די אלע ביזי בזיונות?

עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 7:53 am

· #69108
יאיר
ר' עוד מישהוא, וואס איז פשט פון די אלע ביזי בזיונות?


ס'איז זייער א לאנגע מסכתא, יעדע ביזוי און יעדע בזיון איז א פרשה פאר זיך.
אויפן שפיץ גאפל, די מנחת יצחק זצ"ל איז וועגן די בית עלמין אויף די בארג אויסער די הר הבית. די לב שמחה זצ"ל איז וועגן קברים אין טבריה.

הרב אלישיב זצ"ל איז וועגן די קברים אין גבעה צרפתית, מ'האט ביים גראבן א הויפט שאסיי דארט געפונען קברים, נאך מחאות און הפגנות, האט הרב אלישיב געטראפן א געוויסע וועג וואו אזוי צו לעזן די שאלה, וואס מערערע רבנים האבן צוגעשטימט, פאר אתרא קדישא איז דאס נישט גענוג געווען משום מה.

מיט הרב אליקים שלעזינגער להבחל"ח, איז געווען א פרשה מיט קברים אין שפאניע.

ס'איז זייער א לאנגע אריכות, און כמעט יעדע דערמאנטע רב אדער רבי, האט געליטן צרות צרורות פון אתרא קדישא, און יעדער איינער ביי אן אנדערע פרשה.
בלאט: 1 2