☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #2458

אשכול אן א טיטל #2458

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2458
בלאט: 1 2

— » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 9:10 pm

· #66337

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איחוד פעלד » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 9:31 pm

· #66339
יישר כח.
איך האב עפעס געמיינט אז דער חיבור יוסיפון איז א זיוף באזירט אויף אנדערע חיבורים.
עס איז געוועהן איינער יוסף בן מתתיהו, אבער ער האט נישט געשריבען יוסיפון.
קארעקט מי איף איים ראנג.

חאצקל » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 9:37 pm

· #66341
אפגעזען פון דיינע אויפפאסונגען, איז דער ארטיקל זייער רייך, עס זעט אויס אז דו ביזט גוט באקאנט אין דעם נושא.
איך וויל נאר וויסן איין זאך. ביסטו דער ערשטער צו אנטדעקן יוסיפין אלץ אזא עוכר ישראל ווי די לייגסט אים אראפ, אויב יא איז שווער פארוואס קיינער פון אונזערע גדולי ישראל האבן אים נישט אזוי ארינטערגעריסן ווי דו?

חאצקל » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 9:42 pm

· #66344
וואו זענען די אלע גדולים ביז ר' אביגדור וועלעכע האבן אויך געוואוסט פון יוסיפין און אלעס וואס ער שרייבט?

חאצקל » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 9:57 pm

· #66351
איחוד פעלד
יישר כח.
איך האב עפעס געמיינט אז דער חיבור יוסיפון איז א זיוף באזירט אויף אנדערע חיבורים.
עס איז געוועהן איינער יוסף בן מתתיהו, אבער ער האט נישט געשריבען יוסיפון.קארעקט מי איף איים ראנג.


איך בין נישט אזוי באהאוונט מיט דעם ספר יוסיפין און אויך נישט איבער זיין בעקראונד (מ'ען זייער גרינג געוואויר ווערן אין וויקעפידיע וכדו') אבער וואס ס'איז מיר געווען אויפפאלנד איז אז אין אנהייב אידענטיפיצירט ער דעם פאלק תירס פון די תורה אלס ארץ רוסיא. פאר ווער ס'איז באקאנט מיט די רוסישע היסטראיע ווייסט אז דאס רוסישער פאלק עקזיסטירט נישט מער ווי 12 הונדערט יאר. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א ווילדע נארדישע אדער סקאנדינאווישער גדוד וועלעכע האבן זיך גערופן "רוסן" ד.ה. די רויטע (איך געדענק נישט פארוואס), און האבן זיך אריין געריקט צווישן סלאווישע (אומשפראכיגע) שבטים און אנגעהויבן א קעניגרייך אין קיעוו.
אלזא וואו קומט רוסיא אין יוסיפין וועלעכע האט געלעבט מיט הונדעטער יארן פאר איר עקזיסטענט?

קען זיין אז דאס זענען הוספות פון דעם מעתיק, אבער אזוי פיל זעט מען קלאר אז נישט אלעס וואס שטייט דארט קען געמאלט זיין אז ס'איז פון יוסף בן מתיסיהו

לאדיך אפ » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:12 pm

· #66363
איך מיין אז מקבים האבן איבערגעלעבט יענע תקופה

sunbar » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:16 pm

· #66367
די מיינסט אוודאי צו שרייבן 'ראי''

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:19 pm

· #66370
ברוך הבא הרב הבקי "ממי שאמרו!"
עס איז מיר א געוואלדיגע הנאה צו זען אז דער קאווע שטיבל האט איינגעקויפט א קענטיגער ידען נפלא און בקי בתורה ובמדע. לאמיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פון אונז אזוי ווי מיר האבן הנאה פון אייך.

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:22 pm

· #66371
איחוד פעלד
יישר כח.
איך האב עפעס געמיינט אז דער חיבור יוסיפון איז א זיוף באזירט אויף אנדערע חיבורים.
עס איז געוועהן איינער יוסף בן מתתיהו, אבער ער האט נישט געשריבען יוסיפון.
קארעקט מי איף איים ראנג.

דער ספר יוסיפון איז העכסט ווארשיינליך "נישט" פון יוסיפון. דאס איז א חיבור וואס איז באזירט אויף די כתבים פון יוסף בן מתתיהו ווי מלחמות היהודים און קדמוניות היהודים (אגב, זיין ריכטיגער נאמען איז יוסף בן אמיתי).

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:30 pm

· #66377
ברשות פון דעם כותב המאמר וויל איך אביסל צולייגן. עס איז גאנץ קלאר אז יוסיפון האט צוגעפיצט די מעשיות לויט ווי אזוי עס האט אים געשמעקט, ווי דער שטייגער פון אלע היסטאריקער אין יענע יארן. יוסיפון איז אויך נישט געווען קיין קליינער בעל גאוה. ער שרייבט אז ווען ער איז נאך געווען א יונגער בחור פלעגן אים די עלטערע חכמים קומען פרעגן שאלות אין לערנען. איבריג צו זאגן אז דאס איז אויסגעזויגן פון פינגער. עס איז אויך גאנץ קלאר אז יוסיפון האט נישט געהאט קיין איבריגע אהבה צו די פרושים, כאטש לויט ווי ער שרייבט האט ער אויספרובירט די וועגן פון אלע דריי כתות און צום סוף האט ער זיך אנגעשלאסן אין די פרושים, דעריבער איז שווער צו וויסן וואו ער האט באמת געהערט.
עס איז דא נאך אסאך צולייגן ועוד חזון.

איחוד פעלד » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:37 pm

· #66379
יאיר
ברשות פון דעם כותב המאמר וויל איך אביסל צולייגן. עס איז גאנץ קלאר אז יוסיפון האט צוגעפיצט די מעשיות לויט ווי אזוי עס האט אים געשמעקט, ווי דער שטייגער פון אלע היסטאריקער אין יענע יארן. יוסיפון איז אויך נישט געווען קיין קליינער בעל גאוה. ער שרייבט אז ווען ער איז נאך געווען א יונגער בחור פלעגן אים די עלטערע חכמים קומען פרעגן שאלות אין לערנען. איבריג צו זאגן אז דאס איז אויסגעזויגן פון פינגער. עס איז אויך גאנץ קלאר אז יוסיפון האט נישט געהאט קיין איבריגע אהבה צו די פרושים, כאטש לויט ווי ער שרייבט האט ער אויספרובירט די וועגן פון אלע דריי כתות און צום סוף האט ער זיך אנגעשלאסן אין די פרושים, דעריבער איז שווער צו וויסן וואו ער האט באמת געהערט.
עס איז דא נאך אסאך צולייגן ועוד חזון.


יא
אבער די קשיות פין בעל המאמר, זענען אויף דעם ספר יוסיפון וואס מיר קענען, אדער אויף די אריגינאלער כתבים פין יוסף בן אמיתי?

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 11:53 pm

· #66397
איך געדענק נישט גענוי ווי איך האב עס געזען, אבער אזוי איז אנגענומען ביי די היסטאריקער, ווי עס שטייט אין ויקיפדיה:
על פי החוקרים, חובר הספר או נערך בשנת 953 לספירה, באחת מערי דרום איטליה, והוא עיבוד של התרגומים הלטיניים של כתבי יוסף בן מתתיהו. המחבר האנונימי מציין כי הוא מעתיק מחיבוריו של יוסף בן מתתיהו, אותו הוא מכנה בשיבוש "יוסף בן-גוריון", ובכתבי היד המאוחרים שובשו דברי המחבר, והחיבור יוחס ל"יוסף בן-גוריון" עצמו, אשר אף זוהה במשך הדורות עם התנא רבי יוסי הכהן.

די טענות וואס מי שאמרו האט דערמאנט זענען נאכאלס שייך, ווייל רוב פון דער תוכן פון יוסיפון איז גענומען דירעקט פון יוסף בן מתתיהו'ס כתבים, און דער אנאנימער מלקט האט צוגעלייגט שטיקלעך פון אנדערע מקורות.
אגב, יוסף בן מתתיהו האט אויך געשריבן א חיבור מיט'ן נאמען "נגד אפיון" וואו ער פארענטפערט אלע טענות וואס א רוימישער גענעראל מיט'ן נאמען אפיון האט געשריבן קעגן די אידן, און ער רימט שטארק אויס דאס אידישע פאלק דארט.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 2:38 am

· #66449
איך האב עס געזען אין די הקדמה פון איינע פון די היינטיגע מוציאי לאור פונ'ם יוסיפון, איך קען זיך נישט דערמאנען ווער דאס איז. ער שרייבט אז מען האט בטעות איבערגעטייטשט זיין טאטנ'ס נאמען פון לאטייניש אויף מתתיהו אנשטאט אמיתי.

עוד מישהו » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 10:32 am

· #66470
גאר שיינע באלערנדע ארטיקל. מסתם האסטו עס דערמאנט ממי שאמרו.
דאס וואס אונז קענען אלס די ספר יוסיפון האט נישט יוסף בן מתתיהו אדער יוספוס פלאוויוס געשריבן, עס איז אריבער אסאך שינויים און הגהות פון גויים, וואס דערנאך האט מען עס איבערגעדריקט צו די היינטיגע סטאנדארט, אויף אזוי ווייט, אז היינט ווייסט מען שוין נישט וואס ער האט יא געשריבן און וואס נישט.
זיינע ביכער האט ער קיינמאל נישט געשריבן אויף לשה"ק אדער אראמיש, נאר אויף גריכיש און איבערגעשריבן צו לאטייניש, ממילא פון דעם לערנט מען ארויס אז זיין ליינער ציל איז געווען גויים בכלל נישט אידן.
זיינע באצייכענונגען פון מאפעס זענען איינס ביי איינס אויפגעדעקט געווארן אלס קראנט, וואס געט צו צום מחבר צו מ'קען זיך פארלאזן אויף אים.
די הויפט פראבלעם אין זיין ספר וואס ער האט געשריבן, איז דאס אז ער ווען ער קומט צו באשרייבן פריעדיגע צייטן פון פאר זיין צייט, וואו למשל חשמונאים און נאכדעם איז פראבלעמאטיש. ער איז אבער נישט די איינציגסטע, די ספרים חיצוניים וואס הייסן חשמונאים 3 חלקים, און מכבים אויך דריי חלקים, זענען אויך נישט קראנט, און זענען זיך סותר איין ספר אויפן אנדערן.
לויט אלע היסטאריקער מוז מען נעמען די ספרים מיט א כבדהו וחשדהו.

להוציא מטעות ער האט געשריבן פיר ביכער. קדמוניות היהודים, מלחמות היהודים, נגד אפיון, חיי יוסף. יוסיפון איז א שפעטערדיגע צומישעניש.

איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 11:41 am

· #66504
עוד מישהו
גאר שיינע באלערנדע ארטיקל. מסתם האסטו עס דערמאנט ממי שאמרו.
דאס וואס אונז קענען אלס די ספר יוסיפון האט נישט יוסף בן מתתיהו אדער יוספוס פלאוויוס געשריבן, עס איז אריבער אסאך שינויים און הגהות פון גויים, וואס דערנאך האט מען עס איבערגעדריקט צו די היינטיגע סטאנדארט, אויף אזוי ווייט, אז היינט ווייסט מען שוין נישט וואס ער האט יא געשריבן און וואס נישט.
זיינע ביכער האט ער קיינמאל נישט געשריבן אויף לשה"ק אדער אראמיש, נאר אויף גריכיש און איבערגעשריבן צו לאטייניש, ממילא פון דעם לערנט מען ארויס אז זיין ליינער ציל איז געווען גויים בכלל נישט אידן.
זיינע באצייכענונגען פון מאפעס זענען איינס ביי איינס אויפגעדעקט געווארן אלס קראנט, וואס געט צו צום מחבר צו מ'קען זיך פארלאזן אויף אים.
די הויפט פראבלעם אין זיין ספר וואס ער האט געשריבן, איז דאס אז ער ווען ער קומט צו באשרייבן פריעדיגע צייטן פון פאר זיין צייט, וואו למשל חשמונאים און נאכדעם איז פראבלעמאטיש. ער איז אבער נישט די איינציגסטע, די ספרים חיצוניים וואס הייסן חשמונאים 3 חלקים, און מכבים אויך דריי חלקים, זענען אויך נישט קראנט, און זענען זיך סותר איין ספר אויפן אנדערן.
לויט אלע היסטאריקער מוז מען נעמען די ספרים מיט א כבדהו וחשדהו.

להוציא מטעות ער האט געשריבן פיר ביכער. קדמוניות היהודים, מלחמות היהודים, נגד אפיון, חיי יוסף. יוסיפון איז א שפעטערדיגע צומישעניש.


יישר כח,
ממישאמרו
ביסט מכובד צוריקצוקומען יעצט און שרייבען אויב דיינע טענות זענען אויף אריגינעלער ספרים, אדער אויף דער צומישיניש ספר יוסיפין.
צ.ב.ש. דאס וואס ער שרייבט וועגען אותו האיש וכדומה.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 10:59 pm

· #66711
איך האב קיינמאל נישט געלייענט דעם יוסיפון, אבער לאמיר פרעגן א קלאץ קושיא, קען נישט זיין אז סיי ער און סיי חז"ל דערציילן די זעלבע מעשה נאר פון אן אנדערע נאראטיוו? (narrative). וואס פאר חז"ל איז געווען וויכטיג צו דערציילן און איז געווען די צענטער פון זייער עקזיסטענס איז ביי עם געווען א מינדוויכטיגע פרט, ווי למשל די "כת" הפרושים, פארשטייט זיך אז די חכמים גייען זיך נישט רופן אזוי ווייל זיי זענען דאך די ריכטיגע אידן, אבער א היסטאריקער וואס באשרייבן דאס פאר דעם אלגעמיינעם עולם רופט זיי ביים נאמען וואס זיי הייסן אויף די וועלט? אזוי אויך די גאנצע נס חנוכה, איז פון די רוימער פוינט אוו וויו געווען א קליין אויפשטאנד אין מזרח התיכון, ווייט אוועק פון זייער הויפט שטאט, אבער ביי די אידן איז דאס געווען די מעשה מיט וואס די קינדער זענען אויפגעוואקסן פאר יארן שפעטער.

שטעל דיר פאר ווען איינער זאל לייענען די זעלבע מעשה וועגן "להבדיל" די דין תורה\קארט קעיס אין סאטמער (איך שרייב דאס נאר אלס משל, ביטע שלעפט נישט אריין דעם אשכול אין צימעס) פון א ארויני שרייבער און פון א זלמוני שרייבער, וועט ער טראכטן אז מ'רעדט דא פון צוויי אנדער מעשיות, אדער אז איינער זאגט פלעין ליגענט, איינער זאגט אז די צדדים זענען סאטמאר קעגן די ארונים, און דער צווייטער שרייבן אז די צדדים זענען סאטמאר קעגן זאלוינים, והאיך יתקיימו שניהם?

קען זיין איך האק אין תולה ארץ אבער דאס אז איינער דערמאנט געוויסע עפיזאדן און אן אנדערע נישט איז נישט קיין ראי' אז יענער האט ספעציעל געמיינט עפעס מיטן עס נישט שרייבן.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 11:31 pm

· #66714

וועגן דעם וואס מ׳טרעפט אים אסאך ביי ראשונים, באמת א גוטע קשיא.

ואם חומה היא נבנה עליה טירת כסף. נישט בלויז זענען אים די ראשונים און גדולי אחרונים מעתיק, נאר כמעט אלע רימען אים שטארק אויס, און מאנכע (אברבנאל ועוד) קלערן אריין צו יוסיפון איז גאר געווען א תנא!
עס זענען דא צוויי אויסוועגן. אדער אז די קשיא איז נישט קיין קשיא. דהיינו, מען קען זיין אן ערליכער איד און נאכאלס דערציילן חסרונות אויף די פרושים, זיי אנרופן מיט אלגעמיינע טיטלען, האבן אן אנדערע גירסא אין דעם טעם פון נס חנוכה, און אזוי ווייטער. אדער וועט מען ענטפערן געפילטע'ס תירוץ, אז ווען ער וואלט געשריבן א מוסר ספר וואלט ער עס טאקע נישט אריינגעלייגט, נאר ער האט געשריבן א היסטאריע בוך פון א סעקולערע שטאנדפונקט, און מען קען זיין אן ערליכער איד און נאכאלס שרייבן א היסטאריע בוך אן אריינמישן תורה'דיגע השקפות.

בן תמליון » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 10:16 am

· #66759
איך בין אביסל שפעט צום שמועס. בענותי קען איך זאגן איך בין א שטיקל ידען אין יוסף בן מתתיהו'ס ספרים. אויסער דעם באקאנטן מלחמת היהודים האט ער געשריבן דעם קדמוניות היהודים אין אויך א ביאגראפיע חיי יוסף. (אויך נגד אפיון א פילאסאפישער וויכיח). יוסף איז אויפגעוואקסן אין ירושלים שפעטער איז ער געווען א קאמאנדיר אין יודפת אין שלאכט מיט אספינוס דערנאך האט מען איהם געפאנגען קיין רוים און איז געווען א בן בית ביי טיטוס. זיינע היסטארישע פאקטן איז אנגענומען ביי אלע היסטאריקער און איז באשטעטיקט דורך ארכילאגיע. וויבאלד ער האט געשריבן זיינע חיבורים אין רוים ביים קיסר'ס הויף איז ער נזהר נישט צו פוגע זיין אין קיסר ספעציטל אין טיטוס וואס האט נאך געלעבט. ער איז א שטאלצער יודישער פאטריאט וואס באשולדיקט די קנאים פארן חורבן וואס איז אין איינקלאנג מיט ר' יוחנן בן זכאי'ס שיטה. אגב יוסף דערמאנט שמעון בן גמליאל אלס א שטיצער פונעם מרד.

דער יוסיפין איז א פאלשע ארבעט געשריבן בזמן הגאונים א מישמאש פונעם ארגינעלן מלחמת מיט אסאך הבלים און דמיונות צוגעלייגט.

בן תמליון » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 10:19 am

· #66760
[ציטאט אראפגענומען]


בכלל נישט אזוי. איר זאלט ליינען דעם ארגינעלן וועט איר פארשטיין אלעס. איך האב נישט קיין געדולד יעצט דא צו מסביר זיין דעם נושא אנטשולדיקט.

sunbar » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 10:23 am

· #66762
בן תמליון
איך בין איביסל שפעט צום שמועס. בענותי קען איך זאגן איך בין א שטיקל ידען אין יוסף בן מתתיהו'ס ספרים. אויסער דעם באקאנטן מלחמת היהודים האט ער געשריבן דעם קדמוניות היהודים אין אויך א ביאגראפיע חיי יוסף. (אויך נגד אפיון א פילאסאפישער וויכיח). יוסף איז אויפגעוואקסן אין ירושלים שפעטער איז ער געווען א קאמאנדיר אין יודפת אין שלאכט מיט אספינוס דערנאך האט מען איהם געפאנגען קיין רוים און איז געווען א בן בית ביי טיטות. זיינע היסטארישע פאקטן איז אנגענומען ביי אלע היסטאריקער און איז באשטעטיקט דורך ארכילאגיע. וויבאלד ער האט געשריבן חיבורים אין רוים ביים קיסר'ס הויף איז ער נזהר נישט צו פוגע זיין אין קיסר ספעציטל און טיטוס וואס האט נאך געלעבט. ער איז א שטאלצער יודישער פאטריאט וואס באשולדיקט די קנאים פארן חורבן וואס איז אין איינקלאנג מיט ר' יוחנן בן זכאי'ס שיטה. אגב יוסף דערמאנט שמעון בן גמליאל אלס א שטיצער פונעם מרד.

דער יוסיפין איז א פאלשע ארבעט געשריבן בזמן הגאונים א מישמאש פונעם ארגינעלן מלחמת מיט אסאך הבלים און דמיונות צוגעלייגט.


דאס איז אלעמאל די חורבן...

בן תמליון » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 12:48 pm

· #66805
יוסף איז נישט געווען קיין חבר פאר די רוימער, ער איז געווען א געפאנגענער און געוואלט בלייבן לעבן. ער איז געגאנגען בשיטה פון די מעסיגע פירערשאפט אין יהודא וואס זענען געווען קעגן גאנצן אויפשטאנד און האבן געשריגן מען זאל זיך אונטערגעבן.

ער איז נישט מזלזל אין חכמים אדרבה צייג מיר אן.

זיין היסטאריע איבער הורדוס איז כלו אמת גענומען פון ניקלאוס שרייבער בחצר הורדוס קיינער איז נישט מחולק אין די קראנטקייט.

ער האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל מגיד עתידות וואס איז געווען מער חכמה ווי נבואה און ער האט פארשטאנען אספינוס וועט ער מאכן גארנישט עקסטער.

די מצדה געשיכטע איז א מחלוקה צו דער זעלבסמארד נעראטיוו איז אמת אויב יא האט ער עס געהערט פון צווי פרויען וואס האבן איבערגעלעבט. אלעס אנדערש איז קראנטע ארכילאגיע אויף מצדה.

ער דערמאנט חנוכה אין קדמוניות נישט די פרט פון די נרות ער זאגט עז איז געווען א חנוכת הבית.

די רוימער האבן איהם נישט געדינגען בכלל ער האט געשריבן אלס שרייבער.

הלואי וואלט כלל ישראל געהאט מער יוסף בן מתיתיהו'ס איך קען אייך נאר אזויפיל זאגן.

איחוד פעלד » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 11:29 pm

· #67045
[ציטאט אראפגענומען]



איים סארי רבי לעבען.
אבער איך האב דיך שוין געפרעגט איינמאל, און נאך אמאהל, און יעצט צום דריטען מאל.
עס איז מבורר אין דעם אשכול דארך אנדערע שרייבערס אז יוסיפון איז א צאם געשטעלטער ספר פין אפאר ספרים און צוגעלייגטע זאכען.
יוסף בן מתתיהו, דער אריגינעלער שרייבער האט געשריבען פיר ספרים וכו'.

די האסט אין דיין פתיחה דרשה שטארק אראפ געקלאפט "יוסף בן מתתיהו", יוסיפון, אלץ א בעל דמיון א קריסטען פען, און אנדערע האשמות.

און דא קומט די שפיץ פראגע וואס די ווערסט געבעטען צו ענטפערען.
דיינע טענות זענען אויף די סילוף ספר יוסיפון, אדער דער אריגינעלער יוסף בן מתתיהו?
אין אנדערע ווערטער, ווען די האסט געשריבען דיין ערשטע פתיחה דרשה דא, האסטו געוויסט אז דער ספר יוסיפון וועמען די בארעדסט איז נישט פין דעם אריגינעלען יוסף בן מתתיהו אדער נישט?

איך ווארט נאך.

בן תמליון » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 1:28 pm

· #67197
צוo קעפל פראגע; איז יוסיפון א גראדער היסטאריקער אדער פשוטער ליגנער וועט מיין ענטפער זיין: דער ווערדפולסטער היסטאריקער וואס כלל ישראל האט אמאל פארמאגט.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 4, 2012 9:57 pm

· #67384
איך זע אז עס איז צוגעקומען א פרישע שלל מיט הערות, איך האב נאכנישט אלעס איבערגעקוקט אבער לאמיר קודם מעיר זיין אויף עטליכע געציילטע נקודה:
יוסף איז נישט געווען קיין חבר פאר די רוימער, ער איז געווען א געפאנגענער און געוואלט בלייבן לעבן. ער איז געגאנגען בשיטה פון די מעסיגע פירערשאפט אין יהודא וואס זענען געווען קעגן גאנצן אויפשטאנד און האבן געשריגן מען זאל זיך אונטערגעבן.

יוסף בן מתתיהו איז געווען איינער פון די פירער פון די מרידה, פון וואס רוב פאלק איז געווען א חלק, ער האט מיט רבן יוחנן בן זכאי'ס שיטה גארנישט געהאט. ער איז געווען פון די שטערקסטע קעפ פון די אויפשטענדלער, און ער האט פערזענליך אנגעפירט מיט די מרידה אין יודעפוס (א שטאט אין ארץ ישראל). ווען די רוימער זענען אנגעקומען און האבן ארומגערינגלט דעם שטאט און יוסף האט געזען אז זיי גייען סייווי געווינען, האט ער מחליט געווען צו גיין אויפ'ן זייט פונ'ם געווינער, און ער האט זיך געוואלט אונטערגעבן, זיינע היציגע חברים האבן אבער בשום אופן נישט מסכים געווען, ביז די רוימער האבן זיך אריינגעבראכן. דאן האט ער זיך באהאלטן אין א מערה צוזאמען מיט נאך מורדים, און זיי האבן אים נישט געלאזט ארויסגיין אפילו דעמאלט, ווייל עס האט געהייסן א געפערליכע בושה צו ווערן געפאנגען, עס איז זיי געווען ענדערש צו שטארבן, און אודאי האט זיי נישט געפאסט אז דער אנפירער אליין זאל זיך אונטערגעבן. דורך א געוויסע שפיצל האט יוסף באוויזן אז יעדער האט זיך גע'הרג'עט איינער דעם צווייטן, ביז ער איז געבליבן אליין און ער האט זיך אונטערגעגעבן. דאס איז יוסף געווען, א דריי קאפ און א ליגנער פון ערשטן קלאס, געשפילט דעם שפיל לויט ווי ס'האט זיך אים געלוינט.
צוo קעפל פראגע; איז יוסיפון א גראדער היסטאריקער אדער פשוטער ליגנער וועט מיין ענטפער זיין: דער ווערדפולסטער היסטאריקער וואס כלל ישראל האט אמאל פארמאגט.

גיב מיר א ברעיק. איך וואלט עס געמאכט אינצווישן, ער איז געווען א געלונגענער היסטאריקער וואס האט געלייגט גאר אסאך זאלץ און וועפער און האט אפט פארדרייט די מעשיות לויט ווי ס'האט זיך אים געלוינט, פונקט ווי אלע היסטארקער יענע צייט.
ער איז געווען א נאנטע חבר מיט די רוימיים נאך ווען ער איז געפארן קיים רוים ביי די 26. אויף אזוי ווייט אז ער האט געזאגט תיכף ווען די רומיים האבן אים געפאנגען, אז ביז אפאר שעה וועט ער באפרייט ווערן, ווי נאר די גענערעלער וועלן הערן זיין נאמען. וכך הוה.

עס זענען דא וואס האלטן אזוי, אבער עס איז נישט א זיכערע זאך, עס איז מער מסתבר אז זיי האבן אים געלאזט לעבן כדי ער זאל זיי צוהעלפן מיט'ן משכנע זיין דעם פאלק זיך צו אונטערגעבן פאר זייער אייגענע טובה, ווי ער האט טאקע געטון, פארשטייענדיג אז דער אויפשטאנד האט סייווי נישט קיין עתיד. (און דאס איז אודאי אנדערש ווי די וואס האבן קאלאבארירט מיט די נאציס צו אויסשעכטן זייערע אייגענע ברידער).

יאיר » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:39 am

· #70066
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז כדאי צו באמערקן אז דער מחבר פון ספר חשמונאים ב, וואס איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן געווען אן ערליכער איד און ירא שמים, שרייבט אז מען האט באשטימט חנוכה אויף אכט טעג אלס א זכר צו די אכט טעג סוכות וואס מען האט געמוזט האלטן אין באהעלטעניש אונטער די יוונים, און ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן הדלקת הנירות.
נאכמער, ספר חשמונאים ב איז געשריבן געווארן אסאך פריער ווי יוסיפון, און ודאי פריער ווי די גמרא, מסתם נאך אין די צייטן פון די חשמונאים, וואס מיינט אז עס איז פארלעסליך. אויב מיר וועלן אראפנעמען דעם חותם הכשרות פון ספר חשמונאים, דעמאלט פארלירן מיר די גאנצע היסטאריע פון נס חנוכה.

אריק » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:58 pm

· #70578
קען דא איינער קלארשטעלן וועלכע חלק יוסיפין האט געשריבן וואס ער האט בייגעוואוינט אין זיינער צייט און וועלכע ער באשרייבט פון פאסירונגען פון בעפאר? איך מיין אז אין דעם ליגט דער מיינונגס פארשידענהייט.

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:38 pm

· #70606
אריק
קען דא איינער קלארשטעלן וועלכע חלק יוסיפין האט געשריבן וואס ער האט בייגעוואוינט אין זיינער צייט און וועלכע ער באשרייבט פון פאסירונגען פון בעפאר? איך מיין אז אין דעם ליגט דער מיינונגס פארשידענהייט.

יוסף איז געבוירן ארום דרייסיג יאר פאר'ן חורבן בית שני. אלעס וואס ער שרייבט ביז דעמאלט (רוב פון קדמוניות היהודים) האט ער נישט בייגעוואוינט.

הציץ ונפגע » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 9:38 pm

· #70960
ממי שאמרו כ'האב זיך געוואלדיג משתעשע געווען מיט אייער ארטיקל! שלום עליכם אייך, איך האף אז מיר וועלן ממשיך זיין הנאה צו האבן פון אייער ארטיקלען דא אין קאווע שטיבל.

לגוף הדברים: איך בין טיילווייז מסכים צו אייער מסקנא איבער יוסיפין'ס כאראקטער, איך טו זיך אבער דינגען אויף געוויסע איינצעלהייטן און הנחות אויף וועלכע איר בויט אייער מסקנא. איך וועל זיי פרובירן אויסרעכענען אחת אחת.

[ציטאט אראפגענומען]


דאס וואס ער שרייבט כת מיינט ער נישט בלשון זלזול אין די וועג ווי מ'נוצט כת היינט צו טאגס, און אוודאי מיינט ער נישט אז די פרושים זענען געווען א בלויז א קליינע גרופע. די ווארט כת וויאזוי יוסיפין נוצט עס באדייט א "שטרעמונג". דאס איז ווי איך וואלט געשריבן אז ביי אידן איז פארהאן דריי הויפט שטרעמונגען: ארטאדאקסן, קאנזערוואטיוון און רעפארמער.

[ציטאט אראפגענומען]

לויט ווי איר לייגט דאס אראפ, איז די נאמען "פרושים" באשאפן געווארן דורך די צדוקים וועלכע האבן זיך געוואלט אפשטעמפלן אלץ די "אריגינעלע" כלל ישראל און די חכמים אלץ די פרושים, די אפגעטיילטע. דאס איז אבער בכלל נישט אזוי ברור. עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז די נאמען פרושים נעמט זיך פון די פרושים'ס אפגעטיילטקייט פון די ארומיגע גוי'אישע קולטורן. א שטערקערע מעגליכקייט, און עס זענען דא גאר שטארקע ראיות דערצו, איז אז די נאמען פרושים איז געגעבן געווארן דורך א כת, כת אנשי הקומראן (צו וועם די מגילות ים המלח באלאנגן) וועלכע האבן דערמיט געוואלט באטאנען אז פון זיי - פון די פרושים - האט זיך דער כת אפגעטיילט.
למעשה איז דאס געווארן די אפיציעלע נאמען פון די שטרעמונג, און דאס אז חז"ל רעפערירן קיינמאל נישט צו זיך אזוי איז צוליב די זעלבע סיבה פארוואס ארטאדאקסישע אידן צווישן זיך וועלן קיינמאל נישט זיך רופן ארטאדאקסן נאר סתם "אידן". די זעלבע איז מיט חז"ל, צווישן זיך פעלט נישט אויס זיך צו רופן "פרושים" נאר ווען מ'רעדט פון אנדערע שטרעמונגען באצייכענען זיך חז"ל אלץ פרושים. עס איז נישט מסתבר אז דאס איז א שפעט-נאמען, ווייל ווען יא וואלט חז"ל קיינמאל נישט זיך גערופן אזוי, אפילו אין קאנטעקסט פון ויכוחים מיט צדוקים.

[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט פארוואס איר טייטשט דאס אפ אזוי. די איסיים זענען למעשה געווען א גרויסער כת (מען זעט דאס אויך פון ארכעאלאגישע גראבינגען). די סיבה פארוואס זיי ווערן נישט דערמאנט אין חז"ל איז מסתמא צוליב דעם וואס זיי האבן געהאט גאר א שוואכן חלק אין די הנהגה פון כלל ישראל. די צדוקים, לעומת זה, האבן יא געהאט א כוח אין פירן דאס פאלק, כאטש עס איז קלאר אז די פרושים זענען געווען די דאמינירנדע שטרעמונג. די צדוקים זענען געווען קאנצענטרירט ארום כהנים וועלכע זענען געווען פארווייטאגט אז זיי האבן פארלוירן די מאכט ביים בית שני, אנדערש ווי אין בית ראשון ווען די הנהגה איז געלעגן בידי הכהנים. מען קען טאקע זען אז רוב הלכות וואס ווערן דערמאנט אין תלמוד בשם די צדוקים זענען חומרות בעניני טומאה וטהרה. אן אינטערעסאנטע ביישפיל פון די השפעה וואס די צדוקים האבן געהאט זעט מען אין די משנה אין עדיות (פרק ח הלכה ד') ווי די משנה פארציילט אז רבי יוסי בן יועזר איז גערופן געווארן "יוסי שריא" (יוסי דער מיקל) צוליב א קולא אין דיני טומאה וטהרה. ווי עס איז נתברר געווארן פון די מגילות ים המלח, האט רבי יוסי בן יועזר מתיר געווען נגד דעת הצדוקים וועלכע האבן מחמיר געווען אויף יענעם דין. עס איז מסתבר אז די זלזול'דיגער נאמען "יוסי שריא" איז א נאמען וואס די צדוקים האבן ארויפגעקלעבט אויף אים, און אזוי ווייט איז דאס געגאנגען אז חז"ל האבן דאס דאקומענטירט אין די משנה.

[ציטאט אראפגענומען]

איך גלייב גראדע אויך נישט אין יוסיפין'ס סטאטיטישע נומערן, און ווי דערמאנט אויבן איז קלאר אז די פרושים זענען געווען די דאמינירדע שטרעמונג. כ'בין אבער נייגעריג פון וואו איר נעמט מיט אזא שארפע זיכערקייט אז א רוב כלל ישראל זענען נישט געווען פרושים? איך מיין אז די חלק איז יא אמת, נאר וואס דען, די אלע נישט-פרושים זענען געווען צעשפליטערט אין פארשידענע כיתות, און די פרושים איז געווען די גרעסטע און איינפלוסרייכסטע שטרעמונג.

[ציטאט אראפגענומען]

איך וועל מיך שוין צוריקקערן צו די נס פך השמן, אבער קודם דארף איך מיך באציען צו וואס איר שרייבט אין דעם קומענדיגן פאראגראף,
[ציטאט אראפגענומען]

ספר חשמונאים איז נישט איין ספר נאר צוויי. די ערשטע, "מקבים א'" איז אריגינעל געשריבן געווארן אין לשון הקודש און איז בעיקר עוסק אין די מיליטערישע זיגן פון די חשמונאים. די צווייטע, "מקבים ב'" - אריגינעל געשריבן געווארן אין גריכיש - איז א קיצור פון א לענגערן ספר און איז עוסק אין אלע נסים וואס הקב"ה האט געטון מיט די חשמונאים און איז בלי שום ספק געשריבן געווארן דורך א פרושי (דאס הייסט, א נאכפאלדער פון די חכמים).
איך פארשטיי בכלל נישט אייער ראיה פון דעם אז עס ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל אז דאס האט א צדוקי געשריבן. צו דען דארף חז"ל דערמאנען א יעדן בוך וואס א פריוואטער מענטש האט געשריבן? דאס איז מעגליך אויך די סיבה פארוואס יוסיפין ווערט כמעט נישט דערמאנט אין חז"ל.
אויף אייער צווייטע ראיה אז דאן איז געווען א פארבאט צו שרייבן, איז לכאורה די תירוץ פשוט. די איסור פון שרייבן איז נאר געווען אויף תורה. די אידן וואס האבן געשריבן די ספרי מקבים/חשמונאים האבן געשריבן היסטאריע, נישט תורה. (אדער, אויף מקבים ב', קען מען זאגן אז וויבאלד עס איז געשריבן געווארן אין גריכיש איז דאס נישט געווען קיין פראבלעם).
איבער די אנגענומענקייט פון ספרי מקבים, דארף איך נישט מער ווי ציטירן די ווערטער פון החכם המופלג הרב הערש גאלדווארעם ז"ל, וואס ער האט געשריבן אין די הקדמה צו זיין ספר "חנוכה" (אין ענגליש ארויסגעגעבן דורך ארטסקראל).
הרב הערש גאלדווארעם

For information, we are indebted primarily to the books of Maccabees I and II the authors of which lived relatively close to the time of the miracle (in the case of I Maccabees), or drew upon contemporary sources. The authorship of these books is unknown, but they were undoubtedly written by staunchly loyal Jews. Although there is evidence that I Maccabees was originally written in Hebrew, both books were available only in Greek and Latin for over 1500 years and came down to us through gentile hands. For this reason, the two books were largely unknown to Jewish chroniclers and commentators until recent times... Despite the fact that the books of Maccabees are not mentioned in virtually any early classic Rabbinic work, we may assume that Jewish scholars would have accepted them, because they are cited by the great commentator to the Mishnah, R' Yom Tov Lipmann Heller (Tosefos Yom Tov, Megillah 3:6), and by the great halachist R' Eliyah Shapiro of Prague in his magnum opus Eliyah Rabbah to Orach Chaim 671:1. I know of only three other relatively early Jewish scholars who had access to Maccabees: R' Azariah min HaAdomim (De Rossi) in his Me'or Einayim (Imrei Binah ch. 16, 25, 25, 51, 55); and the disciple of R' Moshe Isserles, R' David Ganz (in Tzemach David, part I, year 3590). Nevertheless, it is fair to assume that such scholars would not have cited the books of Maccabees unless they were convinced of its reliability.

The reader should bear in mind that the period of Scripture was sealed prior to the events of Chanukah. No later book, even if it were historically accurate and true to the underlying spiritual theme of events it chronicled, could have been canonized. Consequently, the status of Maccabees as an apocryphal work does not, in and of itself, prove that it is not reliable.

בקיצור: ער שרייבט אז די ספרי חשמונאים ווערן אנגענומען דורך גדולי עולם ווי דער בעל תוספות יום טוב, דער בעל אליה רבה, דער צמח דוד און דער ערוך השולחן.

יעצט קענען מיר זיך צוריקקערן צו דעם נס פך השמן. עס איז אינטערעסאנט אז די נס ווערט נישט דערמאנט נישט אין מקבים א', נישט אין מקבים ב' (וועלכע וואלט עס זיכער דערמאנט ווען ער וואלט געוואוסט דערפון), נישט דורך יוסיפין, נישט אין מגילת תענית, נישט אין משנה, נישט אין קיין ברייתות, נישט אין תלמוד ירושלמי, און נישט אין די נוסח פון על הנסים. די ערשטע מאל וואס מיר באגעגענען די נס פך השמן איז אין תלמוד בבלי. מען מוז בע"כ זאגן אז די נס פך השמן איז נישט געווארן אזוי מפורסם גלייך ווען ס'האט פאסירט און איז געפאלן אין שאטן פון די גרויסע נסים פון געוואונען די מלחמה. די נס איז אבער אריבער במסורה צו חכמים וועלכע האבן עס דערנאך אריינגעשריבן אין תלמוד בבלי. אגב איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז מקבים ב' געבט אן די טעם פון אכט טאג חנוכה, וויבאלד יענע יאר האבן די אידן פארפאסט צו פייערן סוכות, האבן זיי עס משלים געווען ביי חנוכת הבית. דער בני יששכר, צו פארענטפערן דעם בית יוסף'ס קשיא, ברענגט בשם די רוקח אז חנוכה איז אכט טעג ווייל עס איז כנגד סוכות!

ממי-שאמרו
יוסיפון שעמט זיך נישט אז ער שרייבט לויב ווערטער אויפן אותו איש ימ"ש (קדמוניות יח). די קריסטליכע קירכע האט אסאך געבויעט אויף זיינע ווערטער, ווייל עס קומט פון א איד און ספעציעל פון אזא איד. דא שטעלט זיך שוין די גאר הארבע קשיא, ווי אזוי טרויט זיך א איד צו שרייבן דברי שיר ושבח אויף אזא קליפה? וואס די חכמים האבן גע'פסק'נט אז ער איז געווען א כישוף מאכער, א מסית ומדיח, א חוטא ומחטיא את הרבים און בנוסף צו אלע מעלות איז ער געווען א פשוטע ממזר על פי דת משה וישראל.

עס איז נישט אזוי פשוט, וויבאלד אסאך מפרשים, פארשער און חוקרים האלטן אז חז"ל רעדן פון גאר א צווייטן און נישט פון דעם מייסד דת הנצרות.

[ציטאט אראפגענומען]

עס איז נישט פשוט. "לאדיך אפ" האט געברענגט דא אז הרב אביגדור מיללער ציטירט גאנצע שטיקער ברית החדשה. "לעיקוואד" צייכנט טאקע גלייך צו דעם יערות דבש. לכאורה לצורך היסטאריע אדער דע מה שתשיב מעג מען יא אריינקוקן אין ברית החדשה. ואגב, נישט אותו האיש האט דאס געשריבן נאר זיינע תלמידים.

צום לעצט וועל איך נאר צולייגן אן אינטערעסאנט שטיקל אין קדמוניות היהודים ווי יוסיפין איז טיילווייז מפקפק אין קריעת ים סוף! איך ברענג די ענגלישע איבערזעצונג וועלכע מ'קען ליינען בחנם דא. די שטיקל איז אין קדמוניות, ספר ב' פרק טז אות ה.

יוסיפין

As for myself, I have delivered every part of this history as I found it in the sacred books; nor let any one wonder at the strangeness of the narration if a way were discovered to those men of old time, who were free from the wickedness of the modern ages, whether it happened by the will of God or whether it happened of its own accord; - while, for the sake of those that accompanied Alexander, king of Macedonia, who yet lived, comparatively but a little while ago, the Pamphylian Sea retired and afforded them a passage (33) through itself, had no other way to go; I mean, when it was the will of God to destroy the monarchy of the Persians: and this is confessed to be true by all that have written about the actions of Alexander. But as to these events, let every one determine as he pleases.


ואסיים מעין הפתיחה, ממי שאמרו איך בין אייך מור'דיג מעריץ פאר אייערע ידיעות און געוואלדיגע הבנה בקורות הדורות. אלעס וואס איך בין דא דן איז כתלמיד הדן בפני רבו, איך האף איר וועט זיך מתייחס זיין צו מיינע נקודות.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:13 pm

· #70965
א ייש"כ הציץ פאר די אינטערעסאנטע הערות.
ספר חשמונאים-מקבים איז פון די ספרים חיצונים וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט צו ליינען אדער איבערשרייבן, וואס רעכנט אריין אלע ספרים - אפילו היסטאריע ביכער - אויסער דעם תנ"ך, און רבי עקיבא האט אפילו געזאגט אז הקורא בהם אין לו חלק לעולם הבא, אלס חשש אז מען וועט דאס אריינרעכענען אין די ספרי תנ"ך. דערפאר זענען די ספרים נישט געבליבן אויף לשון הקודש, און מען האט זיי איבערגעזעצט פון לאטייניש אדער גריכיש. איבריג צו זאגן אז מען האט זיך אייביג פארלאזט דערויף. זעט וואס איך האב געשריבן פריער דערוועגן:
יאיר
נאכמער, ספר חשמונאים ב איז געשריבן געווארן אסאך פריער ווי יוסיפון, און ודאי פריער ווי די גמרא, מסתם נאך אין די צייטן פון די חשמונאים, וואס מיינט אז עס איז פארלעסליך. אויב מיר וועלן אראפנעמען דעם חותם הכשרות פון ספר חשמונאים, דעמאלט פארלירן מיר די גאנצע היסטאריע פון נס חנוכה.

וועגן דעם וואס איר מערקט אן לגבי דעם אותו האיש, האט שוין יאנקל געשריבן אז דאס איז צוגעלייגט געווארן שפעטער. אגב איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז איין חשוב'ער רב, אן אייניקל פון רבי חיים וואלאזשינער האט אפילו געשריבן א חיבור אויפ'ן ברית החדשה!

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:31 pm

· #70974
עס איז נישט אזוי פשוט, וויבאלד אסאך מפרשים, פארשער און חוקרים האלטן אז חז"ל רעדן פון גאר א צווייטן און נישט פון דעם מייסד דת הנצרות.


זייער אינטערעסאנט, אז דו קענטס מיר ביטע שיקן א מקור וואלט איך עס זייער דאנקבאר געווען (נישט סארקאסטיש, ערענסט גערעדט)

וועגן שני ישו היו איז שוין אסאך טינט פארגאסן געווארן. אין קורצן: אויב ישו איז געבוירן געווארן לויט ווי די קריסטן ציילן דעמאלט האט ער נישט געקענט זיין א תלמיד פון ר' יהושע בן פרחיה.

הציץ ונפגע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:37 pm

· #71171
יישר כח ממי שאמרו פארן נעמען די מי זיך צו מתייחס זיין צו מיינע ארעמע הערות.

[ציטאט אראפגענומען]

אייער עיקר נקודה האב איך טאקע מקבל געווען, איך בין היבש מסכים צו אייער אפשאצונג איבער זיין כאראקטער.

[ציטאט אראפגענומען]

איך וועל מער מעיין זיין אין דעם נקודה אי"ה.

[ציטאט אראפגענומען]

אבער חז"ל אליינס רעפערירן צו זיך אלץ "פרושים" אין די קאנטעקסט פון ויכוחים מיט צדוקים. וואלטן מיר רעפערירט צו זיך אלץ "דוסים" אין סיי וואספארא קאנטעקסט? מיר דאכט זיך אז נישט.

עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן וואס איך האב געפונען דא א ליקוט פון די ראשונים וויאזוי זיי האבן מסביר געווען דעם נאמען "פרושים" (קיין איינער פון זיי שרייבט נישט אז דאס איז א שם של זלזול),

הרב אלחנן שאפף
בענין למה נקראו חכמי ישראל פרושים כתב הרע"ב בחגיגה ב ,ז מפני שאוכלין חולין בטהרה ופרושים ממגע ע"ה. ובפירוש המשניות להרמב"ם פ"ג דסוטה שקראו חכמים לעצמם פרושים מפני שפורשין מבני אדם עם מידות מגונות, ובערוך ערך פרוש איתא "והתואר פרוש מי שהבדיל עצמו והרחיק עצמו מהליכות והנהגות בני האדם הן לטוב הן לרעה (תוספתא סוטה ספט"ו רבו פרושים בישראל") ובסדר הדורות ג' אלפים ת"ס בשם פילון פ' שחלק מהם פרשו מנשותיהם ובניהם, [וע"ע מהרש"א קידושין עא. ד"ה נזיר בשם יוסיפון שהיה כת בזמן הבית שנקראו נזירים שהלכו להתבודדות כדי שלא לדבר בקלון בני אדם.] ובנצוצי אור לר' ראובן מרגליות (בריש ספרו) כתב מפני שתעודתם ותפקידם היה לפרש את התורה. וברמב"ן (ויקרא יט, ב) איתא דזה מלשון "פרושים תהיו."


[ציטאט אראפגענומען]

אמת, ווייל די רעשט פון כלל ישראל איז געווען צעשפליטערט און פארשידענע קליינע סעקטעס. דאס מיינט אבער נישט אז רוב פון כלל ישראל זענען געווען פרושים. עס איז נאר אז די גרעסטע שטרעמונג איז געווען פרושים. (אזוי ווי איינער זאל זאגן אז סאטמאר איז די גרעסטע קהילה, אבער איז נישט מער ווי א דריטל פון אלע קהילות אינאיינעם). איך האלט אויך אז יוסיפין'ס סטאטיסטיק פון "א דריטל" איז גאר שטארק אונטערגעשאצט, איך זאג נאר אז פון זיין אויסדרוק אז דאס ליבשאפט פון פאלק איז צו די פרושים איז נישט אזא ראיה.

[ציטאט אראפגענומען]

ער איז געווען ערגעץ אין צווישן. ער אליינס האט געגלייבט אין קריעת ים סוף, און ער ברענגט אפילו א ראיה (פון אלכסנדר מוקדון) אז אזא זאך קען פאסירן, אבער ווארשיינליך צו געפעלן די 'אויפגעקלערטע' רומיים האט ער געשריבן אין אזא פארווע לשון אז ער שרייבט בלויז נאך וואס עס שטייט אין תנ"ך און אז עס איז גאנץ מעגליך עס זאל פאסירן און אז יעדער קען אליינס מחילט זיין צו קריעת ים סוף האט טאקע פאסירט אדער חלילה נישט. על כל פנים קיין "הרה"ג" און קיין "זצ"ל" קומט זיך אים זיכער נישט...

איבער שני ישו האף איך אז די לינק פון יאיר וועט אייך באפרידיגען, אז נישט וועל איך מער מאריך זיין. איבער דעם ענין צו מען מעג ארויסזאגן דעם נאמען פון אותו האיש, שרייבט שוין דער חוות יאיר (סי' א' השגה י"ב) אז דער עולם קוקט בייזוויליג אויף איינער וואס דערמאנט זיין נאמען, אבער לפי האמת איז נישט דא אין דעם קיין איסור. אויף די נאמען "ישו" אליינס איז דאך דא א שמועס צו דאס איז זיין נאמען. על פי פשטות איז זיין נאמען געווען ישוע, און ישו איז א שפעט-נאמען און איז ראשי תיבות י'מח ש'מו ו'זכרו, קומט אויס אז יש"ו קען מען נוצן לכולי עלמא.

עוד מישהו » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:30 pm

· #71262
צו אלע וואס טענה'ן זיך דא, וועגן די ווארט כת וואס שטייט געשריבן אין זיין בוך, מלחמות היהודים.
ס'קען זיין ער האט עס געשריבן אלס זלזול אבער ס'מוז נישט זיין, די ארגינעלע מגילה (בוך) וואס יוסף בן מתתיהו האט געשריבן, איז נישט געווען אין לשה"ק אדער אראמיש, ער האט געשריבן אין גריכיש, און מ'האט עס איבערגעטייטשט פאר אים אין לאטייניש, אלע ביכער אין אלע שפראכן, זענען איבערגעשריבן.
איך קען נישט קיין אלט-גריכיש, אבער ס'קען רואיג מעגליך זיין אז ער האט גארנישט געשריבן שלעכט, און די איבערזעצער האט איבערגעשריבן צו לשה"ק מיט די ווארט כת.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:39 pm

· #71326
הציץ ונפגע
איבער דעם ענין צו מען מעג ארויסזאגן דעם נאמען פון אותו האיש, שרייבט שוין דער חוות יאיר (סי' א' השגה י"ב) אז דער עולם קוקט בייזוויליג אויף איינער וואס דערמאנט זיין נאמען, אבער לפי האמת איז נישט דא אין דעם קיין איסור.

וואס איז די שאלה, די גמרא און די ראשונים דערמאנען דאך דעם נאמען מערערע מאל. איך טראכט יעצט אז קען זיין אז אין די צייטן פון גמרא איז נאכנישט געווען אנגענומען אז ער איז אן אפגאט ממילא האט ער נישט געהאט א דין ווי אן עבודה זרה.

עוד מישהו » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 7:42 am

· #71799
יאיר
וואס איז די שאלה, די גמרא און די ראשונים דערמאנען דאך דעם נאמען מערערע מאל. איך טראכט יעצט אז קען זיין אז אין די צייטן פון גמרא איז נאכנישט געווען אנגענומען אז ער איז אן אפגאט ממילא האט ער נישט געהאט א דין ווי אן עבודה זרה.


עס קומט נישט אזוי ווייט אריין, אבער דו האסט עס שוין דערמאנט, און קיין אשכול וועגן קריסטן אדער אותו האיש האב איך נישט געזען, (איך האב נישט געזוכט דעם אמת).
כמעט יעדער ווייסט אז אין די קריסטליכע רעליגיע איז דא צענדליגע פראקציעס, נאך פון די ערשטע צייטן איז געווען די מערב קירכע (רוים), און די מזרח קירכע (ביזאנטין). היינט אין די "קירכע פון די קבר" אין ירושלים, איז דא אן אנוועזנשאפט פון 15 פראקציעס בערך, וואס שלאגן זיך ארום צווישן זיך.
נישט דא איז די פלאץ פאר דעם, אבער צווישן די פארבליבענע קירכעס פון די מזרח, זענען רוב ביי דעם מיינונג, אז אותו האיש איז געווען א נביא און הייליגע מענטש, וואו ביי די מוסלעמענער מאכאמעד, אין קעגנזאץ פון די מערב, וואס האלט אז יאשקע איז געווען א זון פון גאט, און איז געווען אן אומנאטורליכע ערשיינונג.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:29 am

· #72016
דו מיינסט אודאי די יוניטעריענס וואס גלייבן אין אן איינציגן גאט. עס איז לאו דוקא צוטיילט צווישן מזרח און מערב, די יוניטעריענס געפינען זיך בעיקר אין פוילן אין רומעניע, און האבן אויך צווייגן אין ענגלאנד און אמעריקע. זיי זענען אבער א מיעוט שבמיעוט פון ס'רוב פון קריסטן, וואס נעמען יא אן דעם שילוש.

עוד מישהו » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:01 am

· #72066
ניין איך מיין די קריסטליכע פראקציעס אין מיטלן מזרח, וואו די קאפטישע קירכע אין מצרים, די מאראניטישע קירכע אין לבנון, די אראמישע קירכע פון סיריע, ארמענישע, עטיאפישע און נאך אנדערע. די אלע וואס זענען דא דערמאנט זענען קריסטליכע גרופעס, און נישט אלע פון זיי דינען אונטערן פויבסט, די וואטיקאן אמאל האט נישט געוואלט איינערקענען אין די קריסטן וואס גלייבן נישט אין די שילוש, דעריבער זענען זיי אייגענע גרופעס.

איך מיין אז מען זאל דאס אפטיילען פון די אשכול, ווייל די מזרח קירכעס איז א מסכתא פאר זיך.

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 3:22 am

· #73549
לגבי דער ויכוח ווי אזוי יוסף בן מתתיהו לייגט אראפ די פרושים, האב איך געטראפן א שטיקל (קדמוניות י"ז ב' ד') וואו עס זעט אויס פון זיינע ווערטער אז זיי זענען טאקע געווען בלויז א כת, און רוב אידן זענען נישט געווען ווי זיי. זיי זענען באשטאנען פון זעקס טויזנט מענטשן לויט אים, אין א צייט וואס עס זענען געווען צענדליגער און אפשר גאר הונדערטער טויזנטער אידן אין ארץ ישראל. עס איז ניכר פון זיינע ווערטער אז ער האט נישט קיין איבריגע שעצונג צו זיי, מילד גערעדט.
For there was a certain sect of men that were Jews, who valued themselves highly upon the exact skill they had in the law of their fathers, and made men believe they were highly favored by God, by whom this set of women were inveigled. These are those that are called the sect of the Pharisees, who were in a capacity of greatly opposing kings. A cunning sect they were, and soon elevated to a pitch of open fighting and doing mischief. Accordingly, when all the people of the Jews gave assurance of their good-will to Caesar, and to the king's government, these very men did not swear, being above six thousand

בן תמליון » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 9:57 am

· #73574
לאו דוקא. אין כמה פלעצער זעט קלאר אויס פון יוסיפין אז די עמך פאלק האט געשטיצט די פרושים און די צדוקים זענען געווען די עליטע מינאריטעט. די פרושים זענען געווען לומדי תורה די וואס זענען געווען שפעטערע חכמי המשנה ותלמוד, מעגליך די חכמים זענען געווען נאר אין די טויזענטער אדער דער ציפער איז אבי געשאסן ווי יוסף טוהט אפטמאל.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:07 am

· #73763
מיט דעם ביסטו גערעכט אז די פאלק איז געווען מיט די פרושים, אבער על כל פנים דער אויסדרוק 'כת' פאסט זייער גוט אויף די פרושים, ווייל די פרושים זענען נאר געווען די חכמים, און נישט דער עמך וואס איז געווען נוטה זיי צו פאלגן. אבער זע נאר די שפראך וואס ער נוצט אויף זיי, אויף אידיש:
יוסף בן מתתיהו
די פרושים זענען געווען א סעקטע וועלכע האבן עררייכט זייערע צילן דורך אויסנארן מענטשן, זיי האבן זיך ארומגעקריגט אין דער עפנטליכקייט, און זיי פלעגן כסדר אנמאכן פראבלעמען. אלע אידן האבן געשוואוירן געטריישאפט צום קייזער, אויסער זיי.

דוכט זיך אז ווען חז"ל וואלטן געזען די אריגינעלע ספרים פון יוסיפון וואלטן זיי אים נישט אזוי אויסגעלויבט.

יאיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:05 pm

· #89360
זע דא וואו ער רופט אלע אן בשם כת, כת האיסיים, כת הפרושים, אא"וו. ער שרייבט למשל "והצדוקים, הם בני הכת השנייה".
בכלל, איך ווייס נישט צו ס'האט א פשט זיך צו שטעלן אויף אזא דיוק, בשעת ער שרייבט אזויפיל ערגערס אויף זיי.

אביגדור » מאנטאג יולי 15, 2013 4:00 pm

· #133816
נוראות נפלאתי.

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 14, 2016 2:24 am

· #345591
יאהרן ארום וועט מען דעבאטירן צו מנחם מנדל גץ איז געוועהן א היסטאריקער אדער א פשוטע ליגענער.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 14, 2016 4:57 am

· #345598
שבת אחים
יאהרן ארום וועט מען דעבאטירן צו מנחם מנדל גץ איז געוועהן א היסטאריקער אדער א פשוטע ליגענער.


אזוי וועט אויסזען די ברייתא:

תנו רבנן יומא חדא הוי קא יתבי הני גברא רבתי בבי קפיא והוי קא מישתעי בסיפורא דקא יצאי מפימא דכתבא מנחם מנדל הללו אמרו דחקר ודרש מנחם בתר קושטתן דדיבריא ומילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי והללו אמרו כל דבריא דקא יצאי מפימא שיקרא וכיזבא הוי עמד חד מהני רבנן ושבת אחים שמיה וקרא בקול דתרנגולא תא חזו פלוגתא דהני רבנן דלא ידעי מאי הוי עלה דהאי בעיא ויעמדו כל אילין מיליא לימים רבים דלא יבאו אינשי לטעי אבתריה דהאי מנחם מנדל.

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 14, 2016 5:41 am

· #345599
וואלווי
שבת אחים
יאהרן ארום וועט מען דעבאטירן צו מנחם מנדל גץ איז געוועהן א היסטאריקער אדער א פשוטע ליגענער.


אזוי וועט אויסזען די ברייתא:

תנו רבנן יומא חדא הוי קא יתבי הני גברא רבתי בבי קפיא והוי קא מישתעי בסיפורא דקא יצאי מפימא דכתבא מנחם מנדל הללו אמרו דחקר ודרש מנחם בתר קושטתן דדיבריא ומילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי והללו אמרו כל דבריא דקא יצאי מפימא שיקרא וכיזבא הוי עמד חד מהני רבנן ושבת אחים שמיה וקרא בקול דתרנגולא תא חזו פלוגתא דהני רבנן דלא ידעי מאי הוי עלה דהאי בעיא ויעמדו כל אילין מיליא לימים רבים דלא יבאו אינשי לטעי אבתריה דהאי מנחם מנדל.


אינטערסאנט אז דו האסט אויסגעלאזט די רש״י אויף ושבת אחים שמיה: אחד מליציני הדור שיצא לתרבות רע וישב בעיר אחרת הנקרא סטעט״ן איילענ״ד בלע״ז וקוראים אותו אדמור מוויזניץ ס״א, תוספות לייגט צו: יש מי שאומרים שלא רק יצא לתרבות רעה אלא גם משומד היה ועובדי כוכבים ומזלות הנקרא בודה״א.

פליקער » זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:40 pm

· #345604
האב איך געזען די נייע ספר יפה נוף אויף בין המצרים, פון הרב יואל הכהן פריעד, האט ער אין קאפיטל ט' איבער די סוגיא וועל איך עס אהער ברענגען.








טמיר » זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:52 pm

· #345606
וואו קען מען דאונלוידען די ספר יוסיפון אלס פי די עף אין א נארמאלע ליינבארע דרוק?

קל וחומר » זונטאג אוגוסט 14, 2016 3:17 pm

· #345615
אויף ענגליש קענסטו אריינלייגן אין גוגל josephus pdf און דו ביסט א געהאלפענער.

שמיטשיק » זונטאג אוגוסט 14, 2016 3:21 pm

· #345616
טמיר
וואו קען מען דאונלוידען די ספר יוסיפון אלס פי די עף אין א נארמאלע ליינבארע דרוק?

<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=42">http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=42</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 14, 2016 4:25 pm

· #345624
לאמיר דיר עפעס אויסלערנען. ווען דו זוכסט עפעס אויף א געוויסע פארמאט אין גוגל, שרייבסטו אזוי filetype:pdf Josephus, אזוי טרעפסטו אומעטום אויפ'ן געוועב ווי יאזעפוס' נאמען ווערט דערמאנט אין א פי.די.ף.. אדער filetype:jpg satmar טרעפסטו אלע בילדער וואס האבען א שייכות מיט סאטמאר.
ותן לחכם ויחכם עוד

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

וואלווי » זונטאג אוגוסט 14, 2016 8:27 pm

· #345648
שבת אחים
וואלווי
שבת אחים
יאהרן ארום וועט מען דעבאטירן צו מנחם מנדל גץ איז געוועהן א היסטאריקער אדער א פשוטע ליגענער.


אזוי וועט אויסזען די ברייתא:

תנו רבנן יומא חדא הוי קא יתבי הני גברא רבתי בבי קפיא והוי קא מישתעי בסיפורא דקא יצאי מפימא דכתבא מנחם מנדל הללו אמרו דחקר ודרש מנחם בתר קושטתן דדיבריא ומילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי והללו אמרו כל דבריא דקא יצאי מפימא שיקרא וכיזבא הוי עמד חד מהני רבנן ושבת אחים שמיה וקרא בקול דתרנגולא תא חזו פלוגתא דהני רבנן דלא ידעי מאי הוי עלה דהאי בעיא ויעמדו כל אילין מיליא לימים רבים דלא יבאו אינשי לטעי אבתריה דהאי מנחם מנדל.


אינטערסאנט אז דו האסט אויסגעלאזט די רש״י אויף ושבת אחים שמיה: אחד מליציני הדור שיצא לתרבות רע וישב בעיר אחרת הנקרא סטעט״ן איילענ״ד בלע״ז וקוראים אותו אדמור מוויזניץ ס״א, תוספות לייגט צו: יש מי שאומרים שלא רק יצא לתרבות רעה אלא גם משומד היה ועובדי כוכבים ומזלות הנקרא בודה״א.


אויף דעם איז דא נאך א חז"ל יצא בת קול וקאמר הכל שבין חוץ חוץ משבת אחים און דער רמב"ם שרייבט אויף דעם אין הל' כפירה אז במערבא אמרו אמרו הכל שבין חוץ משבת אחים אבל מפי דברי קבלה למדנו אילו עלה שבת אחים בגרזן וקא מנגח על פתחי דמתיבתא קא עיילהו בכבוד גדול. און דער ראב"ד איז נישט משיג דעראויף.
בלאט: 1 2