☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חג כ"א כסלו על שום מה

חג כ"א כסלו על שום מה

175 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2457
בלאט: 1 2 3 4

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 7:19 pm

· #66324
חג כ"א כסלו על שום מה
מוגש בהוקרה לרגל הצלה והשחרור, כ"א כסלו הבעל"ט,

יש באמתחתי כתב ישן ונושן, ובה מדרשים וסיפורים נפלאים עד מאד, [ויתכן ידי זרים שלטו בה], ואביא לקורא הנכבד קטע מספר הנ"ל הנוגע לענינא דיומא,

[עמוד כא] :
פעם אחת הלך רבי זמרא עם תלמידיו לכפר אחד שבגליל העליון, כיון שהגיע מחוץ לכפר ראו התלמידים מקום נאה לשבת ולנוח, אמרו התלמידים לרבם הנה יש מקום לפנינו, נשב וננוח קצת, כיון שראו רבי זמרא שתלמידיו יגיעים ועייפים מאורך הדרך הסכים על ידם, ישבו כולם כחצי גורן סביב רבם, התעטף רבי זמרא בטליתו והיה יושב ושונה עמהם תורה שבכתב ותורה שבעל פה, והיה הדברים שמחים ומאירים כשעת נתניתן מסיני,
כיון שזחה דעת רבי זמרא עליו, אמר לתלמדיו הרי אני כבן עזאי בשוקי טבריא, וכל מי שיש בידו שאלה יבא וישאל,

עמד תלמיד אחד בלע את רוקו, צקצק בלשונו והתחיל לגמגם -רבי שאלה אחת יש לי לשאול,
לטף ר' זמרא את זקנו, כאדם הבטוח בעצמו שיהיה לו מה להשיב , ואמר -שאל בני שאל,
אמר התלמיד - רבי, תמה אני על ירמיהו הנביא ורבי יוחנן בן זכאי,
כיון ששמע ר' זמרא כך, הזקיף את ריסי עיניו, והסתכל באותו תלמיד כאילו לא ראה אותו מימיו, א"ל -תמה אני על תמיהתך, וכי מה ראית לתמוה על גדולי ישראל אלו,
כפף אותו תלמיד ראשו כאגמון, השפיל עניו למטה, נעץ מבטו על הקרקע, והתחיל לענות כמי שכפאו שד, ובלשון שאלה ענה לו, א"ל- רבי האם נכון הדבר שהתקינו חכמינו ז"ל יום בתשעה באב לתענית ולאבלות, על הצרות והחרבן שאירע לעם ישראל לארצו ולמדקשו?
א"ל, -ודאי כן הדבר,
חזר ושאל אותו תלמיד- וכלום התקינו גם יום לששון ולשמחה,
התפלא רבי זמרא -וכי לשמחה מה זו עושה,?
השיב תלמיד -וכי איזה תמיה יש בדבר, אמת נכון הדבר שהיה הרס ואובדן בזמן החורבן ונהרגו רבבות אלפי ישראל, וחרב בית תפארתנו ונגלינו מארצינו, אבל מאידך גיסא הרי גם רווח והצלה יש כאן,!
הלא אילו עזב הקב"ה אותנו כשה אובד בלי רועה לא היה נשאר משונאי ישראל שריד ופליט, וברוב רחמיו וחסדיו השאיר לנו ירמיהו הנביא, לאחר חורבן בית ראשון, ורבי יוחנן בן זכאי ויבנה וחכמיה לאחר חורבן בית שני, שאילמא הם ח"ו היתה משתכח תורה מישראל,

נטל ר' זמרא שולי טליתו סבבו על ידיו עד שנעשה כרצועה בידו, וטפחו על פיו של אותו תלמיד, א"ל -אף שאמר שלמה אל תענה כסיל כאולתו, רואה אני עליך שהתכוונת לשם שמים, לכן אשיבך,

השפיל ר' זמרא את ריסי עיניו, תקן זקנו, החליק טליתו, הרהר קמעא והתחיל לדבר בנחת,

-אמשול לך משל למה הדבר דומה למלך בשר ודם והיה שם שר גדול שהיה מקורב למלך, פעם אחת מרד אותו שר ומשפחתו נגד המלך, כיון שתפסוהו, אסרוהו ודנהו, נגזרו עליו מיתה, ולא על השר בלבד גזרו כן אלא גם על אשתו, ולא אשתו בלבד אלא גם על בנו, ולא נתקרר דעתם של השופטים עד שגזרו כל נכסיו לשרפה,
כיון ששמע השר בכך נכנס אל המלך ובקש רחמים מהמלך, אמר לו המלך -עליך איני מרחם, א"ל -לא עלי אני מבקש רחמים אלא על בני,
אמר לו המלך -על בנך אני מרחם, אניחו בחיים, וגם נחלה אשאיר לו, לא היה ימים מיעוטים ונהרג השר ואשתו ושרפו כל נכסיהם, חוץ מאותו נחלה שהשאיר המלך לבן החי,

ובכל שנה ושנה באותו יום שהרגו אביו ואמו היה הבן יושב מתענה ומתאבל עליהם ומיאן להתנחם, באחד מן השנים ביום האבל נטפל אליו איש אחד, ואמר לו -תמיה גדולה יש לי עליך, אמר לו מה התמיה הגדולה א"ל אותו אדם, -כלום יש איש שמתאבל ביום הצלתו ושחררו, השיב הבן -ודאי שלא, א"ל -א"כ למה אתה מתאבל ביום הצלה והשחרר שלך, והלא באותו יום שקבעת לאבל ולבכי על אביך ואמך גם נצלת ממות לחיים,

א"ל -שוטה שבעולם לולי אותו היום הנורא, היה אבי ואמי וכל משפחתי בחיים, וכל נכסינו קיימים, העוד חג נחוג באותו יום ?,

כיון שסיים ר' זמרא את המשל, נתאדמו פניו, ונתלבטו עיניו עד שריסי עיניו הגביהו מעצמן, וכיון שנפתחו עיניו התחילו הדמעות לזלוג, נתעקמו שפתיו עד שנפתח פיו בעל כרחו וזעקות גדולות ומרות נפרצו מפיו,
לאחר שנרגע מעט עמד על רגליו פתח ואמר - כן הדבר אצלינו, לולי אותו חורבן המר והנמהר, היה בית המקדש קיים, והכהנים בעבודתם ולוים בשירם וזמרם, וישראל במעמדיו, ולא היה מתבטל התמיד ולא נטל האורים, וכל חכמי ישראל היה יושבין בלשכת הגזית, ויושבים ודורשים כמשה מפי הגבורה, עכשיו שבאנו לידי כך שבית חרוב ואין לנו כהן ולא חטאת לא לוי ולא שיר ללא ישראל ולא מעמד ולא סנהדרין וגלנו מארצינו, אתה בא לתקן ימים טובים, כיון ששמעו תלמידיו את דברי רבם,מיד געו כל תלמידיו בבכי, וכשספר הדברים לפני רבי בנימין אמר הדא היא דאמר שלמה המלך עת לשחוק ועת לבכות, עכ"ל הספר הנ"ל,

וכל רואה דברים אלו עומד ומשתאה, מי יגלה עפר מעניך רבי זמרא?, הלא בימינו אלו לאחר השואה הנורא, לא די שלא קבענו יום לאבל וליגון, אלא קבעו גם קבעו יום למשתה ולשמחה, וכי לשמחה מה זו אותו ?, עד שאתה עושה יום שמחה עשה יום לאבל ולמספד,
ואל תשבינו בפתגם הידוע "על כי השאיר לנו הקב"ה רבי ומורה אשר רפא לבב נשברות, והוריד טל של תחיה על רוחות מתות והפריח ובנה הכל מחדש בגלות אמריקע",
כי הגע בעצמך הלא לולי אותו שואה נורא, לא היה חסר לנו לא רבי, ולא מורה, לא רפואה, ולא טל של תחיה,, ולא פריחה ולא בניה,!

ואגב חשבתי לומר הביאור בכוונת סיום הקטע הנ"ל: אמר ר' בנימין הדא דאמר שלמה המלך עת לשחוק ועת לבכות, עכ"ל, דבאמת יש לעיין מה חידש לנו שלמה החכם מכל אדם, שעת לבכות ועת לשחוק? הלא כל בר בי רב יודע שיש עת לשחוק, ויש עת לבכות?
ונראה לומר ע"פ הספר הנ"ל דזה גופא השמיעני שלמה המלך, שהרבה פעמים יש זמן שמחה ושחוק, וכשמסתכלים לעומק אפשר למצוא גם בתוך עצם השמחה סבה לבכות, וכן שייך להיפך לפעמים יש זמן של בכיה ואבל, ובעומק הטראגדיה והצער יש למצוא על מה לשמוח, ולכן אומר לנו שלמה המלך ברוב חכמתו, שבזמן שכל העת והמצב צועק בכיה, אבל, ומספד, אין עת לשחוק ואין זמן למצוא ולחפש בה שמחה, כן נ"ל בדרך אפשר, ושפתי ישק [ושוב הראני שכבר קדמני בזה הקדמונים, גם שפתותיהם ישקו],

חג כשר ושמח,

גילו דעת: אין לי ח"ו משהו אישות נגד בעל ההילולא, לא קלוזנבורגאי אנא ולא קוסונאי אנא, גם לא פאפנאי ואפי' לא חב"דסקאי, אלא יהודי פשוט אנכי המציץ מן החרכים ומנסה להבין החגים שחוגגים בעמיו,

נ.ב. לכל אלו הדואגים אודות ה'פרנקל הזה, שפותח כאן אשכולות בלשון הקודש בפורום אידישאי, ושואלים בצדק מה לו לכהן בבית הקברות, תרגעו, זו רק פעם הראשונה ובלי נדר האחרונה שאפתח כאן אשכול בלשון הקודש, אשתדל מהיום והלאה להמשיך כמנהגי בקודש להגיב רק תגובות קצרות מזמן לזמן, שלא ללאות הקורא, ומחלני נא רק הפעם הזאת.

לאדיך אפ » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 7:31 pm

· #66326
איך בין מוחה!!! אויף דעם וואס דו שרייבסט אז דו גייסט מער נישט שרייבן אשכולות אין לשון קודש. אזא גאלדענעם פעדער ווי דו טאר נישט אויפהערן שרייבן!!!!

זר זהב » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 7:37 pm

· #66327
כ"א כסליו איז נישט א יום משתה ושמחה, ווער קען דען קובע זיין היינט א יו"ט? פאר די זעלבע ריזען קען מען נישט 'קובע' זיין א תשעה באב אויפ'ן חורבן השואה. ס'דא וואס האבן מחבר געווען פיוטי קינות על השואה וואס מאנכע זאגען אום תשעה באב.

כ"א כסליו איז בלויז א פרייליכער טאג אין סאטמאר וואס מפייערט צוזאמען מיט א דינער, נישט מער.

לאדיך אפ » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 7:48 pm

· #66329
וואס טייטשט משתה? דינער. וואס טייטשט שמחה? פרייליך. סוי ווייל דו זאגסט עס איז אידיש איז עס נישטיום משתה ושמחה?

לאדיך אפ » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 7:53 pm

· #66330
און פארוואס גייען די קינדער אין די סאטמארע חדרים מיט ווייסע העמעדער?

sunbar » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 7:57 pm

· #66331
ווייל אז נישט וועט מען זיי ארויסווארפן

לאדיך אפ » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 8:05 pm

· #66332
קומסט מיר פאר ווי יענער וועם מהאט געפרעגט פארוואס א פאליס גייט מיט א בלויע העמעד. האט יענער גענטפערט וואס ווילסטו, די פאליס זאל גיין נאקעט?

פערינא » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 9:40 pm

· #66342
אקוראט דאס האב איך זיך געווינדערט פריערט. וכן רבי עזריאל האט מודיע געווען פארן רבין אז מ'האט נאר יעצט אדורך די גרעניץ פון די פארשאלטנע דייטשלאנד און מ'איז אין שווייץ. די רבי האט ספאנטעניעסלי אויסגאבראכן בזמר בך בטחו אבותינו. ווי נעמט מען די שטארקייט פון שפרינגען און זינגען ווען דאס הויז ברענט נאך און די בני בית, די חסידים און די גוטע פריינט זענען נאך פארכאפט איינעוויינוג

משולם שטיינפעלד » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 9:48 pm

· #66348
כבר קדמכם האדמור מקלויזנבורג אצל שיעור חומש רשי בקושיא הלז.

האם ידעתם שבשנים הראשונות לא השתתף בעל הנס בהחגיגת הצלה? האמנם אלו לבבות נשברות לא הניחו אחריהם משפחותם בגיא ההריגה ועכ"ז חגגו ההצלה.

שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 9:56 pm

· #66350
איך פארשטיי נישט ענקער שאלה.
חוץ מזה וואס איז ידוע אז דער סאטמאר רבי איז געווען אויסגעהאלטן יעדע תנועה ע"פ שו"ע, איז דאך ידוע אז איינע פון די ד' צריכים להודות איז איינער וואס קומט ארויס ממות לחיים, איז דען דא א הלכה אז אויב איינער איז געראטעוועט פון א תפיסה דארף ער נישט לויבן השי"ת וויבאלד אנדערע אידן ליידן נאך דארט? און אויב איינער איז אויפגעשטאנען געזונט פון א שווערע מחלה זאל נישט מאכן קיין סעודת הודאה ווייל עס זענען פאראן נאך אידן אין שפיטאל קראנק? אתמהה.

sunbar » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:10 pm

· #66361
שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט ענקער שאלה.
חוץ מזה וואס איז ידוע אז דער סאטמאר רבי איז געווען אויסגעהאלטן יעדע תנועה ע"פ שו"ע, איז דאך ידוע אז איינע פון די ד' צריכים להודות איז איינער וואס קומט ארויס ממות לחיים, איז דען דא א הלכה אז אויב איינער איז געראטעוועט פון א תפיסה דארף ער נישט לויבן השי"ת וויבאלד אנדערע אידן ליידן נאך דארט? און אויב איינער איז אויפגעשטאנען געזונט פון א שווערע מחלה זאל נישט מאכן קיין סעודת הודאה ווייל עס זענען פאראן נאך אידן אין שפיטאל קראנק? אתמהה.


וואס הייסט ידוע? לאפוקי?

נולד מאוחר » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:24 pm

· #66373
לאדיך אפ
איך בין מוחה!!! אויף דעם וואס דו שרייבסט אז דו גייסט מער נישט שרייבן אשכולות אין לשון קודש. אזא גאלדענעם פעדער ווי דו טאר נישט אויפהערן שרייבן!!!!

נולד מאוחר » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:26 pm

· #66375
ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.

sunbar » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:29 pm

· #66376
איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה

שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 10:53 pm

· #66386
קוק אין "דער איד" די וואך.
What more can I say

משכיל » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 11:07 pm

· #66388
קודם כל איז כ"א כסלו יא א יום טוב,

די זקנים קענען נישט פארגעסען ווי די עפשטיין ברודער האבען געשפילט כ"א כסלו אין די בעדפארד שוהל?

צווייטענס דער רבי זי"ע האט דאך געהאט א סאך תלמידים וואס זיינען נעבעך אומגעקומען אין די מלחמה פארוואס זאל מען נישט אויסרעכענען זייערע נעמען ביי די סעודה, מען זאל מכבד זיין יעדען חשוב'ן איד פארצוליינען א שורה נעמען, אזוי ווי ביי די ווארלד טרעיד סענטער יאהרצייט? אזוי וואלט מען כאטש געוויזן אז מען האט נישט פארגעסן פון די קדושים?

sunbar » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 11:09 pm

· #66389
שמעקעדיג
קוק אין "דער איד" די וואך.
What more can I say


איך קויף דאס נישט.

sunbar » מוצ"ש דעצעמבער 1, 2012 11:12 pm

· #66390
משכיל
קודם כל איז כ"א כסלו יא א יום טוב,

די זקנים קענען נישט פארגעסען ווי די עפשטיין ברודער האבען געשפילט כ"א כסלו אין די בעדפארד שוהל?

צווייטענס דער רבי זי"ע האט דאך געהאט א סאך תלמידים וואס זיינען נעבעך אומגעקומען אין די מלחמה פארוואס זאל מען נישט אויסרעכענען זייערע נעמען ביי די סעודה, מען זאל מכבד זיין יעדען חשוב'ן איד פארצוליינען א שורה נעמען, אזוי ווי ביי די ווארלד טרעיד סענטער יאהרצייט? אזוי וואלט מען כאטש געוויזן אז מען האט נישט פארגעסן פון די קדושים?

יאפ. און נישט נאר די תלמידים, נאר אפילו דער וואס ווען זיי וואלטן געבוירן פריער וואלטן זיי געווען תלמידים. יעדער איינער! אפילו די בעל שם טוב וואלט זיך אינטערגעגעבן און געווען זיין חסיד. די צאנזער רב וואלט געווען זיין גבאי וכו' וכו'...

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 1:12 pm

· #66546
נולד מאוחר
ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.


מיט די גאר געציילטע ווערטער האסטו גוט ארויסגעברענגט דעם שיטה.
אז ס'שטימט, ס'שטעלט זיך ארויס קלאר, דאן האט דער רבי אזוי געהאלטען.
אז דר'עולם האט קשיות, ס'שטימט נישט אזוי, דאן האט דער רבי נישט אזוי געהאלטן, נאר די שטוב מענטשען האבן דאס אנגעדרייט, אבער ס'ידוע אז ס'געווען היפך רוחו.

דר'אמת איז אז סאטמער האט אנשטאט חתונות וואס איז ליידער נישט געווען אין חצר הקודש, געמוזט דאס ריפלעיסן מיט א יערליכען חגיגה.

אז מ'רעדט שוין, איז כדאי צו מצטט זיין פון קובץ "פגיה" כסלו תתק"ה, האלב-יערליכע קובץ פון סאטמאר איניווערסיטעט, וואו פראפעסער דר. משה פילאפף ווייסט אויף קלאר אז די עצם הצלה האט זיך שוין אנגעהויבן ביום כ' כסלו - לויט די שקיעה, אנשטולדיגט, לויט די רבינו-תם זמן באותו מקום ובאותו זמן. - על כן פירט ער אויס להלכה, אז אויב מ'האט זיך געוואשען צום סעודה ביום כ', אפילו מ'האט נישט געגעסען נאך א כזית נאך 72 האט מען יוצא געווען.
ולהשלמת הענין, אין די קובץ "גינת ורדים", האט ישראל חוסטער אים שטארק אראפגעריסען צוליב משנה זיין די מסורה.

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 1:14 pm

· #66548
משה פילאפף איז געווען א לץ, איך קען זיין נעפיו וואס וואוינט נישט ווייט פון מיר אין ציריך. פרעג בעסער נישט

פרענטש וואנילע » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 2:21 pm

· #66565
דאס אז די וואס האבען געהאט א פראבלעם מיט'ן סאטמארען רבי'ן זי"ע שפרינגען אז מ'מאכט א יום משתה ושמחה, דאס אליינס ווייזט אויף די וויכטיגקייט דערפון..

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 2:29 pm

· #66571
פרענטש וואנילע
דאס אז די וואס האבען געהאט א פראבלעם מיט'ן סאטמארען רבי'ן זי"ע שפרינגען אז מ'מאכט א יום משתה ושמחה, דאס אליינס ווייזט אויף די וויכטיגקייט דערפון..

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 5:00 pm

· #66645
שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט ענקער שאלה.
חוץ מזה וואס איז ידוע אז דער סאטמאר רבי איז געווען אויסגעהאלטן יעדע תנועה ע"פ שו"ע, וכו'

מדבריך ניכר שחסיד סאטמר אתה, אז דע לך שלא התכוונתי חלילה לעורר ספקות אצלך על הנהגות רבותיך, וכך קבלתי מרבותי- עם חוקר תתחקר ועם חסיד תתחסד,
כל הכתבה שלי היה לאנשים ניטרלים כמוני, [וכמדומה לי שיש הרבה מהם כאן, עכ"פ כך אני מקווה, סוף סוף זה לא קאווע שטיבל של ראדני או הופור] שמותר להם לחשוב ולהסתפק על דברים העומדים ברומו של עולמך,
אבל על חסיד שכמוך אסור היה אפי' לקלוק על אשכול עם שם קנטרית כזאת "כ"א כסלו על שום מה".

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 5:02 pm

· #66646
שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט ענקער שאלה.
חוץ מזה וואס איז ידוע אז דער סאטמאר רבי איז געווען אויסגעהאלטן יעדע תנועה ע"פ שו"ע, "איז דאך ידוע אז איינע פון די ד' צריכים להודות איז איינער וואס קומט ארויס ממות לחיים, איז דען דא א הלכה אז אויב איינער איז געראטעוועט פון א תפיסה דארף ער נישט לויבן השי"ת וויבאלד אנדערע אידן ליידן נאך דארט? און אויב איינער איז אויפגעשטאנען געזונט פון א שווערע מחלה זאל נישט מאכן קיין סעודת הודאה ווייל עס זענען פאראן נאך אידן אין שפיטאל קראנק? אתמהה".

לגבי עצם הטענה,
יש הבדל גדול, בין מי שיצא מבית אסורים או נתרפא מחליו, אף שעדיין יש אסורים וחולים אחרים, לבין אסון ציבורי, שיש "גם" ניצולים,

ולכן לא עלה על דעת ירמיהו הנביא, ורבי יוחנן בן זכאי וחבריו לקובע יום משתה ושמחה, ואף שידעו גם ידעו מסוגיות ארבעה צריכים להודות, [ואף יתכן שבזמן הבית היה מביאים קרבן תודה כהודאה פרטית] עדיין לא ראו כאן סבה הגיונית לחגוג חגיגות ולערוך מסיבות,
ובעקבותיהם הלכו כל גדולי עולם במשך הדורות, הלא לאורך הגלות היה כל מיני פרעות רציחות והריגות, ולא עלה על דעת אחד מגדולי ישראל שניצלו לקבוע יום הודאה [עיין ערך ר"ת, כשניצול מהפורעים והרוציחים בימיו, וכן הש"ך ושאר גדולי עולם שנצלו בגזרת ת"ח ות"ט]. והסבה לזה היא משום שהם הסתכלו על האירועים באספקלריה כללית וציבורית, ולכן קבעו יום קינה לדורות.

אדרבה רבי שמעקעדיג תראה לי מקרה אחד, בהיסטוריה היהודית, שהיה בו אסון לאומי ציבורי , והיה שם אודים מצולים מאש, שיעשו עסק מהנסים וההודאה, [מצאתי אחד, נח כשיצא מן התיבה, אבל אין מביאין ראי' מבני נח..., וגם שם לא היה חג, אלא קרבנות שהביא נח כהודאה פרטית חד פעמי].

מדוע דוקא כאן לא נוהגים ע"פ הכלל הישן, אשר במחנינו היא אור לרגלינו, "צאו לך בעקבות הצאן", ולהתנהג כמו שנהגו אבותינו במקרים כאלו, אתמההההה,

יידל » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 6:48 pm

· #66672
בנימין פרנקל
וכך קבלתי מרבותי- עם חוקר תתחקר ועם חסיד תתחסד,

גוט איז גוט
קענסט מיך פארבינדען מיט דיינע רביס? 🙂

מהנשתנה » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 8:29 pm

· #66691
אנאנים
ווי אין אנדערע אשכולות אייזן גוט ארטיקל. קלאר, גוט ארויסגעברענגט, און הערליך אראפגעלייגט. איין שאלה נאר, וואו האסטו דיר באהאלטן ביז איצט? די עולם באלעקט זיך די פינגער מיט דיינע ארטיקלען. כה לחי

יאיר » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 8:47 pm

· #66694
מה נשתנה, און וואו האסטו זיך באהאלטן? 😉

מהנשתנה » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 8:52 pm

· #66696
געעפענט איין אשכול, און צוויי שעה שפעטער שוין געווען אראפגענומען.

sunbar » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 10:36 pm

· #66707
מהנשתנה
געעפענט איין אשכול, און צוויי שעה שפעטער שוין געווען אראפגענומען.


וועלכע אשכול רעדסטו וועגן?

sunbar » זונטאג דעצעמבער 2, 2012 10:38 pm

· #66708
איך האב שוין געזען אסאך אזעלכע געשרייבעכצער וועגן כ'א כסלו. דאס איז די ערשטע וואס איז צום זאך... ישר כח!

היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 11:21 am

· #66769
באקאנט דער מדרש, מזמור לאסף? קינה לאסף מיבעי׳ לי'? אלא על ששפך חמתו על העצים ואבנים

כאטש מיליאנען יודן זענן נעבך געהארגעט געווארן, דארף מען דאנקען השי״ת אויף די וואס זענן ניצול געווארן, און אוודאי די וואס פון זייער הצלה איז ארויסגעקומען א טובה פאר די שארית הפליטה

משכיל » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 4:35 pm

· #66880
מען וואלט כאטש געדארפט מאכען א טאג געאייניגט צו דערציילען און ווייזען פאר דעם יונגען דור וואס די דייטשען האבען געטועהן צו אונזער פאלק, כדי מען זאל פארשטיין וואס א פיינער גוי קען טועהן פאר א איד, עס זיינען דא גוטע מאוויס וועגען דעם ענין, מען קען אויך מאכען טריפס צו די האלוקוסט מיוזיעאם, ווי מען האט געפייניגט מיט עינוים קשים פיזיש און גייסטיש, עס איז זייער וויכטיג פארן עתיד אז מען זאל נישט פארגעסען די זאכען,י

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 7:51 pm

· #66955
נולד מאוחר
ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.

דער טאג פייערט דעם אריבערברעגונג פון די סאטמארע מאפיע על אדמת אמעריקע.

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 11:30 am

· #67511
איך אויך
נולד מאוחר
ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.

דער טאג פייערט דעם אריבערברעגונג פון די סאטמארע מאפיע על אדמת אמעריקע.

נישט אביסל צו שארף?

היסטאריקער » מיטוואך דעצעמבער 5, 2012 1:18 pm

· #67541
[ציטאט אראפגענומען]



די זעסט וואס די ווילסט, איך האב געשריבן "כאטש מיליאנען יודן זענן נעבך געהארגעט געווארן" ביים חורבן ביהמ״ק, דאך האט מען געדאנקט השי״ת אויף די וואס זענין געבליבן

זר זהב » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2012 2:43 am

· #67851
גאב"ד אנאנים גייט א שטריימל. ס'א יום טוב!

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/156329">http://www.jdn.co.il/news/156329</a>

ראשית » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 8:55 am

· #68186
ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.
און לגבי די מחלוקה פון בנימין פרנקל מיט סאטמאר רב בין איך מער נוטה אנצונעמן סאטמאר רב'ס דעת תורה

יתרו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:17 pm

· #68504
ראשית
ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:15 pm

· #68582
יתרו
ראשית
ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר

באמת רציתי להעניק לך לייק על תשובתך הקולעת, אבל רצונו של אדם זה כבודו.
כל אחד וה'שגעונות שלו, יש כאן חברים ששואלים ללייק כעני המחזיר על פתחים, ומנגד יש כאן אחד יתרו שמו שדוקא אינו רוצה לייק, איפכא מיסתבר'ניק כזה, כמו זקנו יתרו, כל ישראל הולכים לארץ ישראל, ויתרו חוזר למדין.

ראשית » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:18 am

· #69118
יתרו
ראשית
ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר

אשר הגלה מירושלים

יידל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:13 am

· #69154
בנימין פרנקל
יתרו
ראשית
ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר

באמת רציתי להעניק לך לייק על תשובתך הקולעת, אבל רצונו של אדם זה כבודו.
כל אחד וה'שגעונות שלו, יש כאן חברים ששואלים ללייק כעני המחזיר על פתחים, ומנגד יש כאן אחד יתרו שמו שדוקא אינו רוצה לייק, איפכא מיסתבר'ניק כזה, כמו זקנו יתרו, כל ישראל הולכים לארץ ישראל, ויתרו חוזר למדין.

יתרו'ס אנגעגעבענער טעם איז ווייל ער וויל קענען זאגן וואס ער האט צו זאגן אן שוחד.
ווי האט א קלוגער איד אמאל געזאגט? (איך פאראפראזיר)
אוי לו לאדם שמחליט מה לכתוב, על סמך מי שנותן לו לייקים,
ואוי לו לאדם שמבקש לא לקבל לייקים, כדי שהוא יוכל לכתוב מה שהוא רוצה.

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:56 am

· #69180
קיין שום מחלוקה צווישן בר ימינא הספרדי און דעם סאטמאר רב
עס איז פשוט א חקירה וואס נישט סאטמארע חסידים, זענען בארעכטיגט צו חוקר זיין
=
די ברויכסט צו פארשטיין איין נקודה, "סאטמאר" האט אלעמאל אוועק געמאכט, אלעס וואס אנדערע חסידותער האבן געטון, מיטן ציל צו ארויס צוברענגען דעם נשתכח דרך החסידות, צו פאר אנדערע סיבות.
במילא קענסטו קיין טענות נישט האבן, ווען אנדער חסידותער, האבן זיך דערלערנט די פאך, און עס זאל נישט אויסגערעדט זיין, טוען זיי דאס מיט סאטמאר, זיי זענען מטיל ספק אין די הייליגע סאטמארע מנהגים.

יתרו » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 2:50 pm

· #69342
יידל

יתרו'ס אנגעגעבענער טעם איז ווייל ער וויל קענען זאגן וואס ער האט צו זאגן אן שוחד.
ווי האט א קלוגער איד אמאל געזאגט? (איך פאראפראזיר)
אוי לו לאדם שמחליט מה לכתוב, על סמך מי שנותן לו לייקים,
ואוי לו לאדם שמבקש לא לקבל לייקים, כדי שהוא יוכל לכתוב מה שהוא רוצה.

נישט ממש אוי לוי, וויייל פאקטיש איז דאס א נארמאלע געפיל פון א מענטש אז ווען איינער געט דיר אנערקענוג קענסט נישט גלייך נאכדעם יענעם אויספראסקענען ברבים,
עניוועי איין טאג וועל איך עפענען אן אשכול דערוועגען, און אויסשמיסן אביסל די חרבנות פון די לייקס, און איך מיין כ'האב שטארקע עווידענס,

יתרו » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 2:53 pm

· #69344
ראשית
יתרו
ראשית
ירמי' הנביא האט אריין געלייגט די פסוק חסדי ד' אין איכה אז אפי' מיט אלע צרות דארף מען אויך לויבן דעם אויבערשטן.

ער האט אבער נישט אריינגעלייגט קיין פסוק אין איכה און א מגילת אסתר

אשר הגלה מירושלים

האלו האסט נישט פארשטאנען דעם שטאך, כ'האב געמיינט צו זאגען אז ירמיהו האט נישט מחבר געווען א מגילת אסתר לכבוד דעם חורבן און דארט אריינגעלייגט איין פסוק פון קלאג, אזווי מען האט געטוען אין סאטמאר,

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:02 am

· #69626
יתרו
יידל

יתרו'ס אנגעגעבענער טעם איז ווייל ער וויל קענען זאגן וואס ער האט צו זאגן אן שוחד.
ווי האט א קלוגער איד אמאל געזאגט? (איך פאראפראזיר)
אוי לו לאדם שמחליט מה לכתוב, על סמך מי שנותן לו לייקים,
ואוי לו לאדם שמבקש לא לקבל לייקים, כדי שהוא יוכל לכתוב מה שהוא רוצה.

נישט ממש אוי לוי, וויייל פאקטיש איז דאס א נארמאלע געפיל פון א מענטש אז ווען איינער געט דיר אנערקענוג קענסט נישט גלייך נאכדעם יענעם אויספראסקענען ברבים,
עניוועי איין טאג וועל איך עפענען אן אשכול דערוועגען, און אויסשמיסן אביסל די חרבנות פון די לייקס, און איך מיין כ'האב שטארקע עווידענס,

כבר היו דברים מעולם, מ'קען אין איין מינוט איינעם לייק'ן אין אויף א גוט'ס, און די נעקסטע מינוט עם באוואשען אויף עפעס אנדערש, ס'נישט קיין סתירה לדעתי, אבער אז דו זאגסט אז דו האסט עווידענס, און ס'נישט נאר "הי סעד שי סעד..." וועט מען מוזן ווארטן פאר דיין אשכול.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:00 pm

· #69969
טעפל
איך אויך
נולד מאוחר
ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.

דער טאג פייערט דעם אריבערברעגונג פון די סאטמארע מאפיע על אדמת אמעריקע.

נישט אביסל צו שארף?

ס'איז נישט אן ענין פון צו שארף אדער נישט. ס' פשוט נישט צו דער זאך.

משכיל » מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 8:17 pm

· #70008
טערעראזירט קלויזענבורג מיט א געפערליכע שלעכטקייט,
שיעור געממית'ט אלטע לובאוויטשער חסידים, פנחס קארפ, מענדל וועכטער,
מוציא שם רע געווען אויפן סקאליע'ר רבין אז ער איז א מכשף,
געשטויסען ר' משה'לע ווישניצער,
חרוב געמאכט בעלז'ער שטיבעל, גערודפט די בעלזער מיט כל מיני רדיפות,
געטריבען ליצנות פון טאש'ער רבי'ן,
אפגעלאכט דעם סקוויר'ער רבין זצ"ל,

סא פארשטיי איך נישט פארוואס ר' בערל זאגט אז דאס איז נישט צו די זאך?

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:40 pm

· #70187
משכיל
טערעראזירט קלויזענבורג מיט א געפערליכע שלעכטקייט,
שיעור געממית'ט אלטע לובאוויטשער חסידים, פנחס קארפ, מענדל וועכטער,
מוציא שם רע געווען אויפן סקאליע'ר רבין אז ער איז א מכשף,
געשטויסען ר' משה'לע ווישניצער,
חרוב געמאכט בעלז'ער שטיבעל, גערודפט די בעלזער מיט כל מיני רדיפות,
געטריבען ליצנות פון טאש'ער רבי'ן,
אפגעלאכט דעם סקוויר'ער רבין זצ"ל,

סא פארשטיי איך נישט פארוואס ר' בערל זאגט אז דאס איז נישט צו די זאך?

פארוואס ביסטו מקצר במקום שאמרו להאריך...
אגב, איינע פון די קארפ אנהאקער איז לעצטענס א דורך א שווערע משפט, און איז געווען ביים רבי'ןס אוהל.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:10 pm

· #72851
צוליב א סיבה האב איך לעצטנס פארברענגט א טאג אין שפיטאל. פון די פריע טאג שעות, און די פראצעדור האט זיך פארשלעפט ביז שפעט נאכמיטאג.
איך בין אנגעקומען אויסגעהונגערט, אינאיינעם מיט מיין ב"ב.
נאכן שלעפן און ווארטן איבער 6 שעה צו ארלעדיגן די וויכטיגע און אומוויכטיגע לעגאלע און אפיציעלע פראצעדורן, האבן מיר געהאט צייט צו כאפן דעם אטעם.
דאן האבן מיר געשפירט אונזער הונגער בתפארתו. און באשלאסן צו גיין צום "ביקור חולים" צימער, אדער "חסד" שטוב.
אנקומענדיג דארט, האב איך געטראפן כל טוב וטוב, בעסער ווי ערווארטעט. מילכיגס מיט פליישיגס, פרישטאגס מיט נאכטמאלן, טרינקען אלע סארטן, סענדוויטשעס און נאש, קאווע און טיי,
פארשטייט זיך אלע צוגעהערן, גלעזלעך טעלערס עסצייג נעפקינ'ס, און דערנאך אין די זייט אלע סארטן לייען מאטעריאל, סידורים, גארטלעך...
און אויף יעדן ווינקל איז געשטאנען "ביקור חולים מסאטמאר"..
און דארט זענען געזעצן ארום 8 אידן און געגעסן און נהנה געווען, און זיך געשטילט דעם הונגער, און געכאפט א שמועס נאכן זיך דערפרייען צו א היימישן פנים אין דעם קאלטן פרעמדן בנין..

האב איך דאן געטראכט ביי מיר אין הארצן... אי לאו האי יומא... כמה אנשים מרעיבים בבתי חולים..

Ben-Shishim » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:19 am

· #73084
איך אויך
נולד מאוחר
ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.

דער טאג פייערט דעם אריבערברעגונג פון די סאטמארע מאפיע על אדמת אמעריקע.


Silly Comment !!!
בלאט: 1 2 3 4