☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חג כ"א כסלו על שום מה

חג כ"א כסלו על שום מה

175 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2457
בלאט: 1 2 3 4

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:34 am

· #73086
שמעקעדיג
האב איך דאן געטראכט ביי מיר אין הארצן... אי לאו האי יומא... כמה אנשים מרעיבים בבתי חולים..


איך טראכט ביי מיר אין מוח, אי לאו האי יומא, וואלט איר דאך נישט-דווקא געזוכט א CRC חותם; ס'וואלט אייך געווען גוט אויף לכתחילה אן OU חותם. זייערע מאכלים זענען דאך בהישג יד אין און ארום יעדע שפיטאל, ממילא "כמה אנשים שבעים היו בבתי חולים".
איך טראכט נאר.
ס'דערמאנט מיר "THE משל", ווען פייער צינדער ווערן פייער לעשער'ס.

Ben-Shishim » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:35 am

· #73087
דורך אנאנים » זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:03 pm

Very well said 👍 👍 👍

I would like to add that those who their parents were from the survivers, have a much better understanding why the Yom-Tov.
FYI, The Rabbe Z"L allowed music only when a Chusen was present and he said the 7 Bruchas.

gehlungen » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:12 pm

· #73108
משכיל
טערעראזירט קלויזענבורג מיט א געפערליכע שלעכטקייט,
שיעור געממית'ט אלטע לובאוויטשער חסידים, פנחס קארפ, מענדל וועכטער,
מוציא שם רע געווען אויפן סקאליע'ר רבין אז ער איז א מכשף,
געשטויסען ר' משה'לע ווישניצער,
חרוב געמאכט בעלז'ער שטיבעל, גערודפט די בעלזער מיט כל מיני רדיפות,
געטריבען ליצנות פון טאש'ער רבי'ן,
אפגעלאכט דעם סקוויר'ער רבין זצ"ל,

סא פארשטיי איך נישט פארוואס ר' בערל זאגט אז דאס איז נישט צו די זאך?

Unfortunately you can add some more to this list. KASHOW. KRASNA. PUPPA.vch-l

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:49 pm

· #73121
שמעקעדיג
צוליב א סיבה האב איך לעצטנס פארברענגט א טאג אין שפיטאל. פון די פריע טאג שעות, און די פראצעדור האט זיך פארשלעפט ביז שפעט נאכמיטאג.
איך בין אנגעקומען אויסגעהונגערט, אינאיינעם מיט מיין ב"ב.
נאכן שלעפן און ווארטן איבער 6 שעה צו ארלעדיגן די וויכטיגע און אומוויכטיגע לעגאלע און אפיציעלע פראצעדורן, האבן מיר געהאט צייט צו כאפן דעם אטעם.
דאן האבן מיר געשפירט אונזער הונגער בתפארתו. און באשלאסן צו גיין צום "ביקור חולים" צימער, אדער "חסד" שטוב.
אנקומענדיג דארט, האב איך געטראפן כל טוב וטוב, בעסער ווי ערווארטעט. מילכיגס מיט פליישיגס, פרישטאגס מיט נאכטמאלן, טרינקען אלע סארטן, סענדוויטשעס און נאש, קאווע און טיי,
פארשטייט זיך אלע צוגעהערן, גלעזלעך טעלערס עסצייג נעפקינ'ס, און דערנאך אין די זייט אלע סארטן לייען מאטעריאל, סידורים, גארטלעך...
און אויף יעדן ווינקל איז געשטאנען "ביקור חולים מסאטמאר"..
און דארט זענען געזעצן ארום 8 אידן און געגעסן און נהנה געווען, און זיך געשטילט דעם הונגער, און געכאפט א שמועס נאכן זיך דערפרייען צו א היימישן פנים אין דעם קאלטן פרעמדן בנין..

האב איך דאן געטראכט ביי מיר אין הארצן... אי לאו האי יומא... כמה אנשים מרעיבים בבתי חולים..

נישט אוועקנעמענדיג קיין פינטעל פון די אויפטוען פון סאטמערע ביקור חולים, אבער פון הונגער וואלט מען נישט אויסגעגאנגען, ס'איז דא נאך ביקור חולימ'ס..

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:02 pm

· #73161
טעראר אין די זייט געלייגט אבער צו טוען טעראר האט דער רבי די בחורים קיינמאל נישט געשיקט משא"כ חסד און ביקור חולים יא, ווי באקאנט האט דער רבי נישט געוואלט פארלערנען אין ישבה נאכן הערן אז די בחורים האבן נישט געוואלט גיין איבער שלאפן די נאכט מיט עפעס אן עלענדן איד.
i am proud to be a satmarer
אפי' איך האב נאך אין מיין לעבן קיינעם נישט טערעראזירט אדער באשייגעצט
אינהו בדידהו ואנן בדידן

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:08 pm

· #73164
פארוואס עפעס אין די זייט געלייגט?
ווי קענסטו זיין א פראוד סאטמארע ווען דו האסט נישט מקיים די ערשטע פאראגראף אין די סאטמארע קאנסטיטוציע.

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:19 pm

· #73167
גם אני בחלומך
לא הכל מה שמספרים הממשיכים בשם האדמו"ר מסאטמאר הוא קרוב לאמת
ואפרש לך שיחתי
כאשר הרבי אמר שלא ליכשל בציונות הכונה היתה, שבני עדתו ישמרו על זאת בנוסף לשמירת התורה והמצות
אבל ישמהם, שקיבלו עליהם הדברים כהווייתן שעליהם לשמור את כל העולם כולו מן הציונות, ועליהם לשמור ולעמוד על משמרתם, בכל כוחם ואונם, במקל וברצועה, שלא יכשלו ח"ו בנגע הציונות ובמילא העוסק במצוה פטור מן המצוה ולכן הם פטורים מכל דבר.
אבל זה הוא כנ"ל טעות ומי שבאמת דבוק בדברי רבינו זי"ע וספריו הם נר לרגליו והולך בדרך אור, מבין הדבר לאשורם, ונוהג עצמו לשמור את עצמו מן הציונות והמסתעף, בנוסף על שמירת התורה ומצוות, ולהפיץ שיטתו הק' { ושיטת רוב רובם גדולי אונגארין} על ידי ספריו הק'.
ובזה אצא בשלום מחדר הקפה, בברכת נאך ברכה "בורא נפשות רבות"

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:26 pm

· #73171
גוט ,איר שיינט צו זיין א איידעלע איד און מעגליך א בעל חסד.

איר שרייבט פיין ביז די ווערטער 'ולהפיץ שיטתו הק' ,דא ליגט די הינט באגראבן, ווי אזוי האט מען אין יענע יארן 'מפיץ' געווען דעתו הק'? ובכל אופן זאגסטו סאטמאר זענן מיסיאנערן וואס זוכן מפיץ צו זיין תורתו החדשה. געב א קוק פון די אלע הונדערטר חסידות און דינאסטיעס אפשר קענסטו מיר אנצייגן (חוץ פון ברסלב און חב"ד כמובן) ווער נאך איז עוסק אין מיסיאנערישע הפצה?

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:28 pm

· #73172
גראדע צעירי וויזניץ האט אינוועסטירט כוחות צו כאפן נפשות, אבער אויף א שבת'דיגן אויפן.

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:59 pm

· #73182
וגם אני ידעתי את נאקת בני ישראל הדרים בעיר סאטמאר קראלי וומ"ס,
וכבר הי' תשובתי על זאת, כי לאו כל מוחא יכול לסבול כל דא, כמאמר החכם בין קנאות לרציחה היא משהו, ורבים מרשעי עמינו השתמשו באמצעות הקנאות, לעולל בשאר בני אדם, אבל לא התלמידים האמיתיים, ובתוכם אני ובית אבא.
אבל לך נא ראה, דוגמאות שונות שהסתופפו בצל רבינו כל השנים ומעולם לא עלה על לבם להצר לאף אחד, ואצטט שני בני עלי' מן החיים ומן המתים, שעלו עכשיו ברעיוני, לדוגמא ר' יקותיאל צבי ווערצבערגער ע"ה, ולהבלח"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א,
ובענין היפוצו שהי' שאלתך, כל החסידות עסקו בענין הזה החל מגור בימי הבית ישראל, ובוויזניץ אצל האמרי חיים, ובחב"ד ובבעלזא עד היום הזה, הכל הפיצו שיטותיהם בדרכים שונים ומשונים, וכן בסאטמאר בספרי דבי רב, אמנם כאן בענין הקנאות, נסתבך הענין, מפני שנכנסים לענין הנקראת, תאות השררה שבו בזמן שכל החסידיות עסקו בהפצת חסידות, להרבות כבוד רבם, בסאטמאר עסקו בעניני אמונות ודעות, לכן התירו לעצמם לשררור על אחב"י כתאות נפשם הבהמית, ודבר זה לא עשו מתוך הדביקות לרבם, רק להיפך השתמשו באותו צדיק, למלא תאותיהם הגרועות ומדותיהם הנשחתים, ורבה כאב על זה אותו צדיק,
ועל זה הכתוב אומר צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.
כ"ד ידידך

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:13 pm

· #73186
צודק.

אויס מענטש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:46 pm

· #73227
לא אני
הרבי מסאטמאר צודק כן או לא ???

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:49 pm

· #73230
כבודו צודק בניתוח הדברים.

אויס מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 8:04 pm

· #73457
איך האב מיר דערמאנט אן ווערטל מענין לענין שלא מן הבנין:
יעדער רבי האט געהאט זיין פעלד ווי ער האט עוסק געווען, און בדרכו הקדושה מפיץ געווען אידישקייט, דער בית ישראל בעניני קדושת הבית, און ער האט איבערגעלאזט, תלמידים וחסידים וואס פרובירן זיך צו פירן בקדושה וטהרה וכו'
דער וויזניצער רבי האט געפראוועט דעם שבת קודש לעילא ולעילא, און ער האט איבערגעלאזט חסידים ותלמידים וואס קאכן מיט א שבת קודש.
דער סאטמאר רבי איז געווען א מנהיג הדור און ער האט איבערגעלאזט חסידים אלע מנהיגים.

לומד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:08 pm

· #77601
sunbar
איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה

אז מען גייט היינט א בארד און פיאות און מען היט שבת וכו'

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:19 pm

· #77604
לומד
sunbar
איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה

אז מען גייט היינט א בארד און פיאות און מען היט שבת וכו'

היטן שבת היט מען אין לעקוואד אויכעד,
און בנגוע בארד אין פאות, וואס איז שלעכט צו גיין אזווי מען גייט אין לעקוואד ?
נאך אזאך וואס איז פשט אז מען גייט אין ארץ ישראל מיט בארד אין פאות ? דער רבי זכותו יגן עלינו איז דאך נישט געווען דארט קעיר צונעמען,

sunbar » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:23 pm

· #77607
לומד
sunbar
איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה

אז מען גייט היינט א בארד און פיאות און מען היט שבת וכו'


Lol

לומד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 11:07 pm

· #77626
יתרו
לומד
sunbar
איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה

אז מען גייט היינט א בארד און פיאות און מען היט שבת וכו'

היטן שבת היט מען אין לעקוואד אויכעד,
און בנגוע בארד אין פאות, וואס איז שלעכט צו גיין אזווי מען גייט אין לעקוואד ?
נאך אזאך וואס איז פשט אז מען גייט אין ארץ ישראל מיט בארד אין פאות ? דער רבי זכותו יגן עלינו איז דאך נישט געווען דארט קעיר צונעמען,

אין לעקוואד היט מען שבת נאר ביז דער שקיעה און בנוגע א"י גייט א בארד און פיאות מאז ומקדם משא"כ אמעריקע איז געווען א מדבר שממה ביז דער סאטמער רב איז געקומען.

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:22 am

· #77650
לומד
sunbar
איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה

אז מען גייט היינט א בארד און פיאות און מען היט שבת וכו'

איך שטיי און קוק אויף מיין סארקאזם פייפערעל, אבער ער וויל נישט פייפן, א ווארט, און ווארט, אפשר ווארט איך נאך אלץ, אבער פייפן פייפט עס נישט, אפשר איז עס צובראכן? זאלעך קויפן א נייע?

משה געציל » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:14 am

· #77660
איך פארשטיי נישט דעם גאנצן מדובר דא, עס איז דאך באקאנט אז קלויזענבוירגער רב האט האט שוין געהאלטן די שערל אין די האנט זיך אפצושערן די בארד און פיאות נאכן ביטערן חורבן, ווי נאר ער האט געהערט אז זיין פעטער פון סאקמאר האט איבער געלעבעט דעם קריג האט ער עס אוועק תיכף ומיד אוועק געווארפען... מה לך גדול מזה???

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 4, 2013 9:46 am

· #77685
לומד
יתרו
לומד
sunbar
איך וויל א ליסט פון אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען פון כ'א כסלו תש'ה

אז מען גייט היינט א בארד און פיאות און מען היט שבת וכו'

היטן שבת היט מען אין לעקוואד אויכעד,
און בנגוע בארד אין פאות, וואס איז שלעכט צו גיין אזווי מען גייט אין לעקוואד ?
נאך אזאך וואס איז פשט אז מען גייט אין ארץ ישראל מיט בארד אין פאות ? דער רבי זכותו יגן עלינו איז דאך נישט געווען דארט קעיר צונעמען,

אין לעקוואד היט מען שבת נאר ביז דער שקיעה און בנוגע א"י גייט א בארד און פיאות מאז ומקדם משא"כ אמעריקע איז געווען א מדבר שממה ביז דער סאטמער רב איז געקומען.


אין לייקוואוד, און אויף יעדע איינציגסטע פלאץ וואו עס געפונען זיך שומרי שבת, היט מען שבת ביז צאת הכוכבים. ביי רוב פלעצער אין לייקוואוד איז דאס 72, ביי אנדערע פריער אביסל. אזוי האבן זיך געפירט כמעט אלע שטעט אין אלטן יוראפ - מען האט געקוקט אויף די שטערן און אזוי האט מען געוואוסט ווען דער שבת איז פאראיבער.

אמעריקע איז געווען א מדבר שממה ביז ווען טויזנטער פרומע אידן זענען געקומען אויף איינמאל.
גענוי אזוי ווי די קעטסקילס זענען א מדבר שממה ביז דער ניקולשבורגער רבי שליט"א קומט קיין וואודבורן און שטעלט דארט צוריק אויף דאס אידישקייט...

איך אויך » פרייטאג יאנואר 4, 2013 9:47 am

· #77686
מיין סארקאזם פייפערל צופייפט זיך אוף די העכסטע טענער, אבער דאך מיין איך עס אפילו נישט גוט פאר א ווערטל.
מ.ג. נעם דיר צוואנציג דיסלייקס.

בונעס איירעס » זונטאג יאנואר 6, 2013 2:02 am

· #77868
בנימין פרנקל
שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט ענקער שאלה.
חוץ מזה וואס איז ידוע אז דער סאטמאר רבי איז געווען אויסגעהאלטן יעדע תנועה ע"פ שו"ע, "איז דאך ידוע אז איינע פון די ד' צריכים להודות איז איינער וואס קומט ארויס ממות לחיים, איז דען דא א הלכה אז אויב איינער איז געראטעוועט פון א תפיסה דארף ער נישט לויבן השי"ת וויבאלד אנדערע אידן ליידן נאך דארט? און אויב איינער איז אויפגעשטאנען געזונט פון א שווערע מחלה זאל נישט מאכן קיין סעודת הודאה ווייל עס זענען פאראן נאך אידן אין שפיטאל קראנק? אתמהה".

לגבי עצם הטענה,
יש הבדל גדול, בין מי שיצא מבית אסורים או נתרפא מחליו, אף שעדיין יש אסורים וחולים אחרים, לבין אסון ציבורי, שיש "גם" ניצולים,

ולכן לא עלה על דעת ירמיהו הנביא, ורבי יוחנן בן זכאי וחבריו לקובע יום משתה ושמחה, ואף שידעו גם ידעו מסוגיות ארבעה צריכים להודות, [ואף יתכן שבזמן הבית היה מביאים קרבן תודה כהודאה פרטית] עדיין לא ראו כאן סבה הגיונית לחגוג חגיגות ולערוך מסיבות,
ובעקבותיהם הלכו כל גדולי עולם במשך הדורות, הלא לאורך הגלות היה כל מיני פרעות רציחות והריגות, ולא עלה על דעת אחד מגדולי ישראל שניצלו לקבוע יום הודאה [עיין ערך ר"ת, כשניצול מהפורעים והרוציחים בימיו, וכן הש"ך ושאר גדולי עולם שנצלו בגזרת ת"ח ות"ט]. והסבה לזה היא משום שהם הסתכלו על האירועים באספקלריה כללית וציבורית, ולכן קבעו יום קינה לדורות.

אדרבה רבי שמעקעדיג תראה לי מקרה אחד, בהיסטוריה היהודית, שהיה בו אסון לאומי ציבורי , והיה שם אודים מצולים מאש, שיעשו עסק מהנסים וההודאה, [מצאתי אחד, נח כשיצא מן התיבה, אבל אין מביאין ראי' מבני נח..., וגם שם לא היה חג, אלא קרבנות שהביא נח כהודאה פרטית חד פעמי].

מדוע דוקא כאן לא נוהגים ע"פ הכלל הישן, אשר במחנינו היא אור לרגלינו, "צאו לך בעקבות הצאן", ולהתנהג כמו שנהגו אבותינו במקרים כאלו, אתמההההה,


בנימין פרנקלין ירום הודו

כל המצב של כ"א כסלו בראשונה היה חגיגת יו"ט פרטי עשרה אנשים בטלנים, קרועים ובלועים, כמו לויפערס, יאקאבאוויצ'לעך, לעפקוויצ'לעך.. וכמה ווייס'לעך... ועוד איזהו פרידמאנים... ולא היה ציבורי בכלל...!! (כל בעיה שיש לך עם הצאי בעקבי הצאן הוא ענין הציבורי, שזה החילוק בין שעושה סעודת הודאה כשניצל מסערות הים או מחוליו מה ששמעקעדיג מגיב)

אבל ומה יעשה כבוד האדמו"ר מסטמר ז"ל שהיה איש מצליח ביותר בדורו!! ועלה לו להקים האימפריה הכי גדולה בעולם היהדות ועי"כ נתפשט אחר השנים הרבבות לסעדות ההודאה יותר ממה שנקרא פרטית (בעיניך)??

ידוע מכבר כל הטענות ומענות על סטמר חד הוא....
למה היה לו להסאטמארי הצלחה ("סוקסעס" נקרא אצלינו דוברי יידיש מעורב באנגלית) יותר מן הרבי שלי..?

לומד » זונטאג יאנואר 6, 2013 7:13 pm

· #78059
סאטמער רב האט זוכה געווען אז וכל אשר הוא עושה ה' מצליח בידו ממילא איז דאך אלץ מובן מאליו ואין מן הצורך להאריך ולהצדיק הצדיק מעיקרא.

איך אויך » זונטאג יאנואר 6, 2013 8:02 pm

· #78088
בונעס איירעס

אבל ומה יעשה כבוד האדמו"ר מסטמר ז"ל שהיה איש מצליח ביותר בדורו!! ועלה לו להקים האימפריה הכי גדולה בעולם היהדות ועי"כ נתפשט אחר השנים הרבבות לסעדות ההודאה יותר ממה שנקרא פרטית (בעיניך)??

ידוע מכבר כל הטענות ומענות על סטמר חד הוא....
למה היה לו להסאטמארי הצלחה ("סוקסעס" נקרא אצלינו דוברי יידיש מעורב באנגלית) יותר מן הרבי שלי..?

אל קאפונא וכן המאפיה האיטלקית גם כן נחלו הצלחה כבירה, אז מה?

בונעס איירעס » מאנטאג יאנואר 7, 2013 1:18 am

· #78167
איך אויך
בונעס איירעס

אבל ומה יעשה כבוד האדמו"ר מסטמר ז"ל שהיה איש מצליח ביותר בדורו!! ועלה לו להקים האימפריה הכי גדולה בעולם היהדות ועי"כ נתפשט אחר השנים הרבבות לסעדות ההודאה יותר ממה שנקרא פרטית (בעיניך)??

ידוע מכבר כל הטענות ומענות על סטמר חד הוא....
למה היה לו להסאטמארי הצלחה ("סוקסעס" נקרא אצלינו דוברי יידיש מעורב באנגלית) יותר מן הרבי שלי..?

אל קאפונא וכן המאפיה האיטלקית גם כן נחלו הצלחה כבירה, אז מה?


הינו דאמרי אינשי: לך תילמד עם גוי ברטנורא!

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 7, 2013 1:33 am

· #78169
ארומרייזענדיג אין די עולמות עליונים לכבוד ניטל, האב איך אריין געבומפט אין דעם צעטעלע. עס איז זייער מעגליך אז א' עס באלאנגט נישט דא, ב' אז מען האט דאס שוין אראפגעברענגט ערגעץ אנדערש. ברענג איך עס דא אריין בתנאי קודם למעשה אז מען קען טוהן מיטן צעטל כפי ראות עיניכם. ואני את נפשי הצלתי. דאס איז געשריבן געווארן תש"ל. איז דאס טאקע געווען די נארם אין סאטמאר, אזוי צי רעדן אויף ר' משה פיינשטיין? אדער איז דאס געווען אפאר משוגעים?

בונעס איירעס » מאנטאג יאנואר 7, 2013 1:55 am

· #78171
קודם אם יש לך אוצרות עתיקים מיוחדים לניטול איפוה היית עד עכשיו?

חלילה שזה היה סטמר הם היו כמה שובבניקעס, בחור'לעך שלא בשלו כל צרכם, כמו שיש בכל אתר!

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 3:44 am

· #78177
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/67896">viewtopic.php?p=67896#p67896</a><!-- l -->

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:20 pm

· #163132
ענייני דיומא.
כהאב עס געוואלט מגיה זיין אבער כ'זעה סאיז שוין עבר זמנו, מען האט מיר אוועקגענומען דעם רעדאגיר קנעפל.
ליינט און האט הנאה עס איז א געשמאקער אשכול.

smartinof » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 1:18 am

· #163172
לכבוד כ''א כסליו, ברענג איך דא צוויי ווידיאוס, צו שטעלן א ספק אויב מען האט טאקע געדארפט האבן דעם רבי'ן, דא זעט מען שמחת תורה בבית הרה''ק הרב קוק זצ''ל , זיי טאנצען דארט מיט שמחה וחיות דקדושה, און די אלע ניגונין זענען נאר היימיש חסידיש, און זיי הייבען די פיס פונקט ווי און ראדני זעקסטע הקפה, נאר מיט ריינע אמת'דיגע כוונות, אן קיין פוליטיק וכו' ריין אהבת תורה אהבת המקום און אהבת ישראל, וואס וואלט אונז דען געפעלט ווען מיר וואלטען אלע געווען אזוי???
איינס
און נאך איינס
און נאך איינס

קאוועניק » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:55 am

· #163176
מיט ווייסע קאפלעך, די הענט אין די הויך,
סאיז עפעס נישט אידישלעך

טעפל » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:07 am

· #163182
smartinof
לכבוד כ''א כסליו, ברענג איך דא צוויי ווידיאוס, צו שטעלן א ספק אויב מען האט טאקע געדארפט האבן דעם רבי'ן, דא זעט מען שמחת תורה בבית הרה''ק הרב קוק זצ''ל , זיי טאנצען דארט מיט שמחה וחיות דקדושה, און די אלע ניגונין זענען נאר היימיש חסידיש, און זיי הייבען די פיס פונקט ווי און ראדני זעקסטע הקפה, נאר מיט ריינע אמת'דיגע כוונות, אן קיין פוליטיק וכו' ריין אהבת תורה אהבת המקום און אהבת ישראל, וואס וואלט אונז דען געפעלט ווען מיר וואלטען אלע געווען אזוי???
איינס
און נאך איינס
און נאך איינס

ס'פאלט דיך נישט איין אז מ'קען דאס און מ'קען דאס?

גאלד » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:25 am

· #163189
smartinof
לכבוד כ''א כסליו, ברענג איך דא צוויי ווידיאוס, צו שטעלן א ספק אויב מען האט טאקע געדארפט האבן דעם רבי'ן, דא זעט מען שמחת תורה בבית הרה''ק הרב קוק זצ''ל , זיי טאנצען דארט מיט שמחה וחיות דקדושה, און די אלע ניגונין זענען נאר היימיש חסידיש, און זיי הייבען די פיס פונקט ווי און ראדני זעקסטע הקפה, נאר מיט ריינע אמת'דיגע כוונות, אן קיין פוליטיק וכו' ריין אהבת תורה אהבת המקום און אהבת ישראל, וואס וואלט אונז דען געפעלט ווען מיר וואלטען אלע געווען אזוי???
איינס
און נאך איינס
און נאך איינס



מאן יימר?

כתר מלכות » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:17 am

· #163199
איך זעה ווי דער עולם פלאגט זיך אזוי מיט די כ"א כסלו חגיגה, באמת פארשטיי איך נישט די גאנצע מבוכה דא, זינט איך געדענק האט מען קיינמאל קיינעם נישט געצווינגען אנטייל צונעמן דערינען, טא וואס איז די גאנצע פראבלעם מיט דעם. די צוויי ארמאריס ווערן יערליך אנגעפילט מיט רבבות אידן בליעה"ר. וואס ביי זיי איז הצלת הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל יא א שמחה, ביי וועמן סאיז נישט, איז נישט.
איך פארשטיי נישט פארוואס די סאטמארע פארדינען נישט די זעלבע רעכטן ווי פאט סטעפס, זיי צייכענען אפ 10 יאר און סאטמאר 70 יאר. הא, סארי, סאטמאר צייכענט אפ שמירת התורה והמצוות, עפעס וואס איז נישט אזוי פאפולער דא.....

smartinof » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:35 pm

· #163476
גאלד
smartinof
לכבוד כ''א כסליו, ברענג איך דא צוויי ווידיאוס, צו שטעלן א ספק אויב מען האט טאקע געדארפט האבן דעם רבי'ן, דא זעט מען שמחת תורה בבית הרה''ק הרב קוק זצ''ל , זיי טאנצען דארט מיט שמחה וחיות דקדושה, און די אלע ניגונין זענען נאר היימיש חסידיש, און זיי הייבען די פיס פונקט ווי און ראדני זעקסטע הקפה, נאר מיט ריינע אמת'דיגע כוונות, אן קיין פוליטיק וכו' ריין אהבת תורה אהבת המקום און אהבת ישראל, וואס וואלט אונז דען געפעלט ווען מיר וואלטען אלע געווען אזוי???
איינס
און נאך איינס
און נאך איינס



מאן יימר?

קוק ווער עס האט דאס געשריבען וועט פארענטפערט די הארבע שאלה... ווילסט זיך דינגען דינג זיך וואס איז דער מאן יימר ביזנעס דא..

atmybest » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:48 am

· #164286
נמחק

כתר מלכות » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:04 am

· #164295
אוי די קנאה ברענט אים נעבעך.

atmybest » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:10 am

· #164298
ס'אמאת

George » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:49 am

· #164323
משה געציל
איך פארשטיי נישט דעם גאנצן מדובר דא, עס איז דאך באקאנט אז קלויזענבוירגער רב האט האט שוין געהאלטן די שערל אין די האנט זיך אפצושערן די בארד און פיאות נאכן ביטערן חורבן, ווי נאר ער האט געהערט אז זיין פעטער פון סאקמאר האט איבער געלעבעט דעם קריג האט ער עס אוועק תיכף ומיד אוועק געווארפען... מה לך גדול מזה???



ממש אזוי? שוין געהאלטען אין די האנט? ווי נאר ער געהערט האט ער עס גלייך אוועקגעווארפען?

מ'קען טאקע איינרעדן פארן עולם אזויפיל שטותים?

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:34 pm

· #164400
כ''א כסליו האט נאך א באדייט

געשעענישן

"יום הר גריזים" - אין דעם טאג האבן די כותים געבעטן פון אלכסנדר מוקדון חרב צו מאכן דעם בית המקדש אין ירושלים, און אויפצושטעלן א טעמפל אויף הר גריזים, אבער ס'איז נישט געלונגען זיי.
ה'תש"ה אין דעם טאג איז ניצול געווארן דער סאטמערער רב רבי יואל טייטלבוים זצ"ל פון די נאציס, דער באן וואס האט געדארפט פארן קייןאוישוויץ איז אנגעקומען קיין שווייץ. דער טאג איז באשטימט פאר א יום טוב פאר סאטמארער חסידים בכל קצוי תבל אומעטום ווו עס געפינט זיך סאטמארער חסידים ווערט געפראוועט דעם טאג א ריזיקע סעודות הודאה.


כ'געדענק ס'ווערט ערגעץ געברענגט אין גמ' ווייסט איינער ווי?

דאכטצעך הגר''פ עפשטיין פלעגט'ס אלס נאכזאגען ביים סעודת הודי'

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:42 pm

· #164401
פארוואס טאקע נאר די סאטמארע מאכן א עסק פון די הודאה פארוואס אנדערע מאכן נישט ? גראדע סקולען מאכט אויך אבער אנדערע זעהט מען נישט זענען זיי נישט דורך דעם קריג צו וואס?

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:50 pm

· #164402
אז מהאט א עולם מיט א צייטונג און ממאכט א דינער מאכט מען א עסק. דארפסטע פרעגן פארוואס דע אנדערע האבן נישט א עולם און נישט אצייטונג און אזוי ווייטער , האסט אנגעהויבן פון אויבן אראפ

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:59 pm

· #164404
גאנצל
פארוואס טאקע נאר די סאטמארע מאכן א עסק פון די הודאה פארוואס אנדערע מאכן נישט ? גראדע סקולען מאכט אויך אבער אנדערע זעהט מען נישט זענען זיי נישט דורך דעם קריג צו וואס?


אלע זענען אריבער א קריג אבער ביי קיין שום חסידות איז ניש נשתנה געווארען דער ממשיך דרך פינעם איבערלעבער ביז די נאכפאלגענדע ממשיכים טא איז ניש דער גרויסער ביג דיל צווישען דער איבערלעבער אין דער ממשיך דרכו

אבער אין סאקמיר איז דער גאנצער ציבור גאר שטארק דבוק ומקושר צום ערשטן רבי על אדמת אמעריקא וואס די נאכפאלגענדע האבען ניש זוכה געווען ממילא ווען עס קומט צו פראווען זיין יום הצלה ויום ההילולא איז'ס א זעלטענער צוזאמקום וואס מ'זעהט ניש אין אנדערע זמנים
אפגעזעהן צו ס'האנדעלט זיך פון

בנ''י קהילת מהר''א קהילת מהרז''ל
נ.ק.

אלע אהן אויסנאם זענען גאר שטארק פיל מיט עקסטאז און דערהויבענקייט לכבוד'ן טאג

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:13 pm

· #164409
איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פ"וו פאפא ספינקא און אנדערע האבן קיינמאל נישט געמאכט א גרויסע סעודת הודאה האבן זיי בכלל נישט געמאכט ? האבן זיי געמאכט שטילע סעודות אן פראפעגאנדע אדער וואס?

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:16 pm

· #164410
גאנצל
איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פ"וו פאפא ספינקא און אנדערע האבן קיינמאל נישט געמאכט א גרויסע סעודת הודאה האבן זיי בכלל נישט געמאכט ? האבן זיי געמאכט שטילע סעודות אן פראפעגאנדע אדער וואס?

פרעג עס דא, אפשר וועט איינער ענטפען נארמאל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/191">viewtopic.php?f=4&t=191</a><!-- l -->

smartinof » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:20 pm

· #164413
גאנצל
איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פ"וו פאפא ספינקא און אנדערע האבן קיינמאל נישט געמאכט א גרויסע סעודת הודאה האבן זיי בכלל נישט געמאכט ? האבן זיי געמאכט שטילע סעודות אן פראפעגאנדע אדער וואס?

איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל, פארוואס איז ספינקא און פאפא רבי נישט געווען אזוי גרויסער מנהיג וואו סאטמער רבי?
איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פארוואס האט ספינקא און פאפא נישט אזויפיל פאלאערס אזוי ווי סאטמער?
און איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פארוואס מאכט נישט ספינקא און פאפא א סעודת הודאה אזוי ווי סאטמער מאכט??
מיינט נישט אז איך בין א סאטמער פאטריאט, בכלל ווייט פון דעם, נאר דער תמימות'דיגער שאלה געפעלט מיר...

sefish » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:27 pm

· #164416
און וויליאמסבורג ארמארי

atmybest » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:58 pm

· #164475
smartinof
גאנצל
איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פ"וו פאפא ספינקא און אנדערע האבן קיינמאל נישט געמאכט א גרויסע סעודת הודאה האבן זיי בכלל נישט געמאכט ? האבן זיי געמאכט שטילע סעודות אן פראפעגאנדע אדער וואס?

איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל, פארוואס איז ספינקא און פאפא רבי נישט געווען אזוי גרויסער מנהיג וואו סאטמער רבי?
איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פארוואס האט ספינקא און פאפא נישט אזויפיל פאלאערס אזוי ווי סאטמער?
און איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פארוואס מאכט נישט ספינקא און פאפא א סעודת הודאה אזוי ווי סאטמער מאכט??
מיינט נישט אז איך בין א סאטמער פאטריאט, בכלל ווייט פון דעם, נאר דער תמימות'דיגער שאלה געפעלט מיר...


איך בין 'יא' א סאקמירע, און די ענטפערסט ווי א פערד.
אפשר פרעג פארוואס עס איז דא מער גוים?
רוב מענטשן מיינט גארנישט.

די וואונדערליכע זאך איז ווי אזוי אונזער הייליגע רבי האט באוויזן וואס ער האט באוויזן!
ער האט געהאט פון אלע סארט.
קוק דא אינעם שטיבל. עס זענען דא נארמאלע ווי מיך און @שמעקעדיג, און משוגעים ווי די פרייליך שוויצער חבורה.

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:01 pm

· #164476
עס זענען דא נארמאלע ווי מיך און @שמעקעדיג, און משוגעים ווי די פרייליך שוויצער חבורה.

די ביזט אפשר נארמאל אבער שמעקעדיג ווייזט סימנים פון קוריאז'קייטן און סימפאטאמען פון OCD ADHD און צום מערסט ADD. ס'ווינדערט מיר פארוואס דו לייגסט זיך אריין מיט עם צוזאמען
בלאט: 1 2 3 4