☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חג כ"א כסלו על שום מה

חג כ"א כסלו על שום מה

175 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2457
בלאט: 1 2 3 4

atmybest » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:09 pm

· #164477
א פינטעל קען מיינען א פעריאד אויך.
די שיינסט אלעמאל צו זיין אויפן פעריאד. אלעמאל פארביסן.

smartinof » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:20 pm

· #164483
atmybest
smartinof
גאנצל
איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פ"וו פאפא ספינקא און אנדערע האבן קיינמאל נישט געמאכט א גרויסע סעודת הודאה האבן זיי בכלל נישט געמאכט ? האבן זיי געמאכט שטילע סעודות אן פראפעגאנדע אדער וואס?

איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל, פארוואס איז ספינקא און פאפא רבי נישט געווען אזוי גרויסער מנהיג וואו סאטמער רבי?
איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פארוואס האט ספינקא און פאפא נישט אזויפיל פאלאערס אזוי ווי סאטמער?
און איינער קען מיר דא ענטפערן נארמאל פארוואס מאכט נישט ספינקא און פאפא א סעודת הודאה אזוי ווי סאטמער מאכט??
מיינט נישט אז איך בין א סאטמער פאטריאט, בכלל ווייט פון דעם, נאר דער תמימות'דיגער שאלה געפעלט מיר...


איך בין 'יא' א סאקמירע, און די ענטפערסט ווי א פערד.
אפשר פרעג פארוואס עס איז דא מער גוים?
רוב מענטשן מיינט גארנישט.

די וואונדערליכע זאך איז ווי אזוי אונזער הייליגע רבי האט באוויזן וואס ער האט באוויזן!
ער האט געהאט פון אלע סארט.
קוק דא אינעם שטיבל. עס זענען דא נארמאלע ווי מיך און @שמעקעדיג, און משוגעים ווי די פרייליך שוויצער חבורה.

כ'ווייס נישט ווי נארמאל די ביסט, אבער איין זאך זע איך יא אז א מוח האסטו ווי א האזעל מאקסימום, האסטו נישט געכאפט די פוינט פון מיין תגובה און די ראגירסט, גיי צו דיין פרייוואט טאטער זאל דיך קודם מסביר זיין וואס מיין כוונה איז געווען, און נאכדעם שרייב, די קלאץ...
איין זאך זע איך יא איין, אז דער סאטמער רב איז געווען א גרויסער רחמנות אז ער האט זיך געדארפט פארן מיט אזעלכע אונגארישע קלעצער וואו די...

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:22 pm

· #164485
אוי כאפסט נישט זיין ציל ? ער וויל פארשעמען סאטמאר מיט זאגן אז ער איז א סאטמערער , ער איז אזא סאטמארער אזוי ווי איך בין א סקאליער

מלא וגדוש » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:26 pm

· #164488
smartinof
א מוח האסטו ווי א האזעל מאקסימום

😂 אויספלאץ !!

atmybest » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:42 pm

· #164495
@smartinof, סארי פאר נישט זאגן וואס די ווילסט הערן.

smartinof » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:46 pm

· #164497
atmybest
@smartinof, סארי פאר נישט זאגן וואס די ווילסט הערן.

אוי דאס איז זייער טיף פאר מיר, וואס מיינסטו צו זאגען???
אגב, דעם וועם די פרובירסט נאכצושרייבען וואלט און אזא פאל אנדערש ראגירט, ווייל אחוץ נאכמאכען איינעם זע איך נישט קיין פשט און דיינע ווערטער, אדרבה זייט אייך מסביר..

בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 8:46 pm

· #164514
על שום זה!
image.jpg

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 8:53 pm

· #164516
פורים פורים פורים לנו.. ברוך אשר בחר בנו..

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:06 pm

· #164520
צו א סעודת הודאה דארף מען האבן אסאך מענטשן ? קענסט מאכן א סעודת הודאה מיט ווייניג מענשטן אויך
לויבן דעם אויבערשטן אויף די נסים
און סאטמאר זאגט מען אז ווען נישט די רבי וואלט נישט געווען קיין אידישקייט אין אמעריקא במילא איז די שמחה די גרעסטע וואס קען זיין אבער איך גלייב נישט אז אלע האלטן אזוי ווייל ווען יא וואלט יעדער געמאכט א כ"א כסליו ביי זיך אין ביהמ"ד און ס'איז באמת נאריש צו זאגן אז סקווערע חסידים האלטן אז ווען נישט סאטמאר רב וואלטן זיי נישט געווען קיין אידן איז הדרא קושיא לדוכתי' אמאי ולמה נאר סאטמאר מאכט א יו"ט איבער די נסים פון ניצל ווערן פון די נאציס

בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:12 pm

· #164521
דיין קשיא הייבט שוין אן צו ענדלען אינעם בית יוסף קשיא. מהאט שוין געהערט, גענוג געווען

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:19 pm

· #164524
גאנצל
און ס'איז באמת נאריש צו זאגן אז סקווערע חסידים האלטן אז ווען נישט סאטמאר רב וואלטן זיי נישט געווען קיין אידן

פונקט פארקערט, ווען סאטמארע רב וואלט נישט געראטעוועט געווארן דורך די ציונים, וואלט נישט געווען אזויפיל לצים און שלעגערס אינעם יהדות החרדית, אדרבה חסידות וואלט שנעלער געבליט און גדולי ישראל וואלט ניט בעדארפט אנטלויפן פון ווילי ווי דער בעל השכחה האט 'נישט געהייסן' שלאגן, 'נאר' געהייסן טון מצוות..
ווען כלל ישראל האט זיך געפריידט האט סאטמאר געוויינט, היינט ווען כלל ישראל וויינט אויפן חורבן וואס זיי האבן אנגעזייעט, לאכן זיי.. עפעס א חאגע מ'רייסט זיך ביי די קעפ ווער ס'האט מער פלייש

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:29 pm

· #164528
atmybest
א פינטעל קען מיינען א פעריאד אויך.
די שיינסט אלעמאל צו זיין אויפן פעריאד. אלעמאל פארביסן.

סתם פאר נייגעריקייט ,אויף וועלכע שפראך הייסט א פעריאד פינטעל ?

בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:33 pm

· #164529
אה... דיר באדערט די קאמפעטישן "סוואלט נישט געווען אזויפיהל ליצים" זאגסטו...

כזעה דאך אבער אז סקווירע רבי האט בעסער געטויגט, ווייל אזא גוטער לץ ווי דיר איז נישטא אין סאטמאר

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:37 pm

· #164532
איך קום פון סאטמאר

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:08 pm

· #164544
מנשה אז דו ביסט שוין יא דא לאמיר דיר פרעגן די סאקמורים קען מען נישט פרעגן די קשיא זעי איך זיי זענען עפעס צו סענסיטיוו צו דעם איך ווייס נישט פארוואס איך בין אויך א סאקמורי און איף זעי נישט וואס די פראבלעם איז דא בכלל איך וויל באמת וויסן

אבער קודם בארואיג זיך ביסט אביסל אנגעצויגן היינט זעי איך איין זאך נעם אריין אין דיין באוואוסטזיין די בלאף אז סאטמאר רב איז געראטעוועט געווארן דורך די ציונים זאג פליס נישט איבער ס'איז זייער קינדעריש פאסט בעסער אין נוירסערי

אבער לאמיר דיר פרעגן נאר אויב דו ווייסט די סקווערע רבי האט געמאכט עפעס א א זכר צו דעם נס אז ער איז געראטעוועט געווארן פונעם דייטש און אויב נישט פארוואס טאקע נישט?

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:19 pm

· #164548
זיכער האט ער געמאכט, ער האט געפאסט יעדע יאר ד' תמוז, ווען ער איז ארויס ממות לחיים, פון א כמעט זיכערע טויט, ווען מ'האט עהם געפירט אין א באן אינעם הייסן תמוז מיט ברענענדיגע קוילן אונטערן וואגאן, און נאך זעקס שעה פארן א וועג פון א האלבע שעה, איז ער ארויס לעבעדיג פון א פולע באן טויטע..
ער האט זיך נישט געוואשן א גאנצע וואך, זייט דעם מעשה, ווייל ער האט זיך מקבל געווען אויף זיך דאס. און ער האט געזאגט קלאר אז ס'איז נאר פאר עהם די תענית צוליב זיין צוזאג כלפי שמיא.
ער האט בכלל נישט געוואלט רעדן וועגן די קריג, מטעם די פולע קשיות וואס ער האט געהאלטן אז מ'טאר נישט דערפון רעדן און טראכטן.
אלע צדיקי אמת האבן געהאט א זכר געמאכט דערפון, און די סעודת הודאה זייערע איז נישט געווען אויף די בלוט פון זעקס מיליאן קדושים, זייער סעודת הודאה איז געווען יעדן שמחה פון א יוד וואס האט חתונה געמאכט א קינד

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:32 pm

· #164552
איך פארשטיי נישט ער האט געמאכט א סעודת הודאה מיט'ן פאסטן?

אדער האט ער נישט געוואלט מאכן קיין סעודה ווייל ער האט נישט געוואלט צו קומען צו קשיות איך בין צומישט

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:43 pm

· #164556
ער האט נישט געהאלטן אז מ'קען מאכן א סעודת הודאה אויפן שואה
אגב, האט ער פונעם שואה נישט געוואלט רעדן קיין סאך

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:45 pm

· #164558
דאס איז טאקע געווען זיין סיבה? wow קיינמאל נישט געהערט אזא געדאנק

אפשר דאס איז אויך געווען די סיבה ביי אנדערע הויפן ?

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:00 pm

· #164562
טעמים אויף נאך זאכן זענען פארהאנען, וואס מ'האט נישט אלעס אזוי אויסגעפויקט ווי די כופרים בנצחיות החסידות

גנדי » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:11 pm

· #164564
איך האב געהערט אז בעלזע רב ז״ל האט נישט געלאזט מאכן א סעודת הודאה. ער האט געזאגט מען קען נישט מאכן קיין סעודת הודאה ווען 6 מיליון זענען אומגעקומען.

smartinof » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:13 pm

· #164565
איך האב דאס באקומען און אישי, קען מיר איינער מסביר זיין פשט?

smartinof
ניין קיין שייכות מיט סאטמער

atmybest
אהא.
אגב, האסט זיך שוין אויסגעריבן היינט?

בערל_פרוכטבייסער » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:15 pm

· #164566
כ"א כסליו
חג "רכבת" שמח לכל חסידי סאטמאר

היימישער ליטוואק » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:31 pm

· #164569
פון די וויליאמסבורגע אייוועלט סייט

sefish » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:05 am

· #164587
smartinof
איך האב דאס באקומען און אישי, קען מיר איינער מסביר זיין פשט?

smartinof
ניין קיין שייכות מיט סאטמער

atmybest
אהא.
אגב, האסט זיך שוין אויסגעריבן היינט?

ער איז א טאטאלער קראנקער זכר, נעם עס נישט פערזענליך

חבקוק הנביא » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:55 am

· #164590
מנשה לוסטיג

פונקט פארקערט, ווען סאטמארע רב וואלט נישט געראטעוועט געווארן דורך די ציונים, וואלט נישט געווען אזויפיל לצים און שלעגערס אינעם יהדות החרדית,


כ'ווייס נישט וויזוי די שעמסט זיך נישט צי אזוי פרעך אטאקירען א איד וואס איז אפילו לויט זיינע קעגנער געווען פין די גרעסטע פינעם פריערדיגען דור, (אפגעזעהן צי זיי האבען יא אדער נישט מסכים געווען מיט אלעס וואס ער האט געטוהן),

די שרייבסט ווי א אומפארשעמטע יונג, חוץ אין דיין געטשקעלע אין וועם די גלייבסט מיט א מיטל אלטער שכל'לאזע אייזל'קייט, האסטו זעהט אויס נישט קיין שום רעספעקט פאר די מענטשהייט, אפילו משה רבינו שלעפסטו ארויס פין קבר ווען ס'זעהט דיר אויס פאר וויכטיג אים אריינצילייגען אין איין טאפ מיט דיין געטשקע,

ס'מיר א בושה צי שטיין מיט דיר אין ווארט, נאר כ'האב נישט געקענט שטיל בלייבען ווען די דערווייגסט דיר צי עפענען דיין פיסקל מיט אזאלכע דברי הבל,

ווי עס זעהט אויס וואלסטו זיך נישט אפגעשטעל פאר גארנישט ווען ס'קומט צי דיין געטשקעלע, כ'בין כמעט זיכער אז ווען דיין געטשקעלע ברענגט ווען אריין א דבר אחר'ל יום כיפור ביינאכט אין שעכט עס אין געבט דיר א שטיקל וואלסטו עס געגעסען אן צי טראכטען צוויי,

אין די וואס די קענסט זיך נישט באפרייען פין דיינע משונה'דיגע קולטיסטישע דמיונות אין חלומות, די וואס די ווייסט נישט די חילוק צווישען דמיון אין פאקט, די גייסט קומען פארקויפען השקפה איבער אלץ אין אלעמען...., קודם ווייז אז די האסט די אייגענשאפט צי ניצען דיין שכל אין צי טראכטען גלייך, אין נאכדעם עט מען זעהן ווייטער,

ממילא ביטע האלט זיך אין די ראמען אין פארשמיר נישט די ווענט דא,

מנשה לוסטיג
אדרבה חסידות וואלט שנעלער געבליט און גדולי ישראל וואלט ניט בעדארפט אנטלויפן פון ווילי ווי דער בעל השכחה האט 'נישט געהייסן' שלאגן, 'נאר' געהייסן טון מצוות..

זעהט אויס אז היסטאריע קענסטו אויך נישט, דאס אז "נשתכחה תורה הבע"ש" האט געזאגט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע,
סאטמארע רב איז אויך געגאנגען מיט דעם שיטה, (וואס ביי דע וועי איז אויך די מציאות אויף די גאס) (סאטמארע רב איז געבוירען פין א ברכה פין דעם צאנזער רב)


מנשה לוסטיג
היינט ווען כלל ישראל וויינט אויפן חורבן וואס זיי האבן אנגעזייעט, לאכן זיי.. עפעס א חאגע מ'רייסט זיך ביי די קעפ ווער ס'האט מער פלייש


משא"כ אין סקווער איז מען בכלל נישט אינטערעסירט אין פלייש, טאקע פארדעם איז סקווער א שטארק ליבעראלע פלאץ ווי יעדער קען שיקען די קינדער אין וועלכע מוסדות ער וויל, יעדע גאס אין סקווער האט צענדליגער בתי מדרשים, ווייל סקווער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין א עולם, זאל זיך יעדער דאווענען ווי ער וויל, סקווער איז א סימבאל פין ליבעראלע אידישקייט אין מענטשען רעכטען.....

לאמיר דיר עפעס זאגען, זיכער סאטמאר איז ווייט פין פערפעקט, אבער געלויבט דער באשעפער אז נישט סקווער האט געפירט די היימישע גאס, אפגעהיטען זאל מען ווערען וויזוי דאס אידישקייט וואלט היינט אויסגעזעהן, ס'וואלט געווען א אינטערנאציאנאלע "קריים עגעינט הומעניטי", די קאמאניסטישע איינפעלער וויזוי סקווער פירט זייער חסידות איז פאר סאטמאר אפילו אין חלום נישט איינגעפאלען....

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:54 am

· #164617
ר' מאטעלע פון וויזניץ מאכט זיין סעודת הודאה יעדעס יאר לד בעומר ער פארציט זיין לג בעומר טיש ביז'ן נאכ'ן זמן מעריב כדי די סעודה זאל זיך ארייןציען אום לד בעומר איך הער מ'זינגט דארט ספעציעלע נגונים לכבוד זיין יום הצלה

פאר סאם ריזען איז סאטמאר און סקולען די איינציגסטע וואס מאכן אזא פראפעגאנדע דערפון

signout » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:23 pm

· #164622
קראון הייטס <a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/283498">http://www.jdn.co.il/news/283498</a>

signout » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:33 pm

· #164626
קליפ פין א האלבע מיניט אין קראון הייטס <a class="postlink" href="http://youtu.be/mjxqfDJ4-VM">http://youtu.be/mjxqfDJ4-VM</a>

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:07 pm

· #164666
כי במקלי עברתי את הירדן הזה, ועתה הייתי לשני מחנות

📎 כ''א כסלו....jpg
📎 כ''א כסלו....jpg

נאר,,פרייליך » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:39 pm

· #164682
ס'פאראן נאך איטליכע מחנות ניש אלע זענען אריבער בירושה צו די צוויי ברידער

עדרים עדרים

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:51 pm

· #164690
לול פאר עטליכע מחנות...

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:57 pm

· #164694
נאר,,פרייליך
ס'פאראן נאך איטליכע מחנות ניש אלע זענען אריבער בירושה צו די צוויי ברידער

עדרים עדרים


ווי למשל אזעלכע ווי די נא אויף אזעלכע ווי די האט ער געבעטן הצילנו נא מיד אחי מיד עשיו

מנשה לוסטיג » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:59 pm

· #164696
יעדע מחנה איז ממשיך די זעלבע מאטיוון

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:04 pm

· #164698
מנשה לוסטיג
יעדע מחנה איז ממשיך די זעלבע מאטיוון


אויף מהר"א טארסטו נישט רעדן ווייל דיין שמייליגער וואס האט נאכנישט געטשעפעט קיין פליג אין זיין לעבן (פליגן נישט מענטשן יא ) איז זייער גוט מיט אים זיי זענען זיך כסדר מחזק

ראש הישיבה » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 5:06 pm

· #164993
מיינע געפילן פון כ"א כסלו
כ"א כסלו עס הענגט צעטלן אין אלע גאסן גרויסע פלאקאטן מיט קידוש לבנה אותיות יום הצלה והשחרו של רבנו. דער מאכט א ריזיגע סעודה דא דער מאכט דארט.
וואס האט דאס מיט מיר?
קענען זיי נישט שיקן איינלאדענונגס בריווען אין די פאסט, אדער אין זייער צייטונג?
איך פארשטיי אז יעדער יאד וואס איז געראטעוועט געווארן ביי די מלחמה אי ז א שמחה, אין א ודאי א אדם חשוב, אדער מענטש וואס האט תורם געוועהן צום אידישען קולטור. אין אודאי איז א שמחה ווען עס איז געראטעוועט געווארן א גדול בישראל. אבער וואס האט עס מיט מיר, אז זיי פראקלאמירן אין אלע גאסן אז היינט איז נישט א פשוטער טאג, נאר יום הצלה והשחרור... אין ממילא כאילו עס האט מיט יעדער איד.
אזוי? מוז איך שוין טראכטן וואס האט דאס מיט מיר?
זיי זאגן אז ווען נישט דער סאטמערער רבי ז"ל וואלטן אלע אידען נישט געוועהן ערליך!!
אזוי? וואס איז מיט אלע אנדערע גדולים וואס זענען בחסדי השם געראטעוועט געווארן, ווי ביי די חסידים- אמרי אמת. ר' אהרן ראטה, אמרי חיים ובניו, בעלז (ובילגעריי), באבוב ובנו, סקווירא, פאפא, נייטרא, ועוד שלא הזכרתי. אין ביי די ליטווישע/ישיבישע- ר' אהרן קאטלער. בריסק, רב בירנבום מיר, פינקעך, אבראמסקי, לעווינשטיין, דסלק, הוטנער, מינדעלאוויטש, קאמענעצקי, פיינשטיין, שוואב, ועוד שלא הזכרתי. זיי וועלטן נישט געקעירט וועגן די ערליכקייט פון זייער נאך פאלגער?
וואס האט כ"א כסלו מיט מיר?
די סאטמערער רב האט אויפגעשטעלט פון די גרעסטע קהילות (איך בין נישט זיכער וועגן די גרויסקייט, בנוגע ר' אהרן קאטלער וממשיכיו, אין די ריי"צ וחתנו ממשיכו בחב"ד, ווער פון די דריי איז גרעסער) דא אין אמעריקא לשם ולתפארת אזוי אויך בקצוי תבל.
אבער פארוואס פילט א סאטמערער חסיד אז כ"א כסלו מיינט נישט נאר זיי, עס איז א טאג פאר אלע אידער, פארוואס? פארוואס?
מיט די מחשבות גיי איך שוין ארום א פאהר יאהר ביי די צייט פון כ"א כסלו.

אח"כ נחה דעתי בזה: אז די אלע גדולים וואס האבן געטראכט פון בויען אידישקייט, האבן בעיקר געטראכט פון בויען מוסדות התורה. מיט דעם זענעם לאע גדולי ישראל ומנהגיו גלייך. אלע האבן געברענט צו ראטעווען די דור. יעדער האט אויף געטוהן גדולות ומצורות כפי ערכו.
אבער מיט דעם איז סאטמערע רב געוועהן אנדערש, אז ער האט אויך געטראכט פון די אינפארסרוקטור!
למשל ביי רוב גדולים האט מען געשטיפט די כולל געדאנק אז אינגערלייט זאלן זיצן אין כולל, אבער ער האט גישטיפט די עולם צו גיין ארבעטן ער האט נישט געהאלטן פון כולל, נאר פאר בני עליה..
די סאטמערע עולם האט תורם געוועהן צו די ביזנעס זייער אסאך. זיי זענען געוועהן אגרעסיוו. אין דורך דעם האבן אנדערע זיך אפגעלערנט פון דעם. ועוד די סאטמערע עולם איז געוועהן די ערשטע צו גיין אין מאנהעטען מיט די היימישע לבוש. ביז דעמאלס האט מען זיך געשעמט צו גיין אזוי.
די אידישע סארט ביזנעס קומט בעיקר פון זיי. ווען נישט סאטמאר וואלטן מיר נישט געהאט היינט אזא רחבות פון קוקוש קעיק וכדומה. עס איז אן אריכות אבער דאס האט שוין יא שייכות מיט מיר!

כדי דאס צו פארשטייט וועל איך פארציילן א מעשה:
מען פארציילט אז רבי פייוויל מענדלאוויטש ז"ל האט געוואלט מאכן א קעמפ. האט ער געדינגען צוויי גרויסע BARNS אין ער האט עס צוטיילט אין צוויי שטאק, אזוי אז דא האט ער געלייגט די בחורים צו שלאפן דא האט מען געקאכט דא איז די ביהמ"ד דא איז די לאנטש רום וכו'. אז עס איז נישט געוועהן קיין פלאץ פאר אים מיט זיין איידעם די ראש הישיבה צו שלאפן זענען במסירו נפש געשלאפן א גאנצע זומער אינדערויסן אויף די פארטש!! אזוי אויך פלעגט רבי פייוויל גיי יעדער נאכט 3:30 פארטאגס מעלקן די קיא, אז די בחורים זאלן צופרי האבן פרישע חלב ישראל.
יתכן אז ווען נישט סאטמערע רב וועלטן אונזער אשי ישיבות אין רבנים נאך אלץ געשלאפן אויף די פארטש, אין אונז וואלטן נאך אלץ געדארפט גיין אליינס מעלקן די קיא.
אבער בחסדי השם איז ער ניצול געווארן אין סאטמאר בליעט, מיט דעם האבן מיר הערליכע קעמפס אלע פיינע מאכלים מיט א 'היימישע הכשר', מיר האבן אלע מיני רעסטאראנטען, מיליכיגס אין פליישיג, פיצע, טשייניס סושי, ועוד ידם נטויה, מיר האבן אלעס וואס מיר דארפן ועוד יותר. מיר זענען (פאטעציאלע) שיינע בעלי פרנסה. אין IT GOA ON AND ON.
יא יעצט האב איך שוין יא וואס צו זיין פריילעך!

חסדי השם כי לא תמנו!!!!

נאר,,פרייליך » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 5:15 pm

· #164996
דאס וואס דער רודף הדת יאיר לפיד שר''י וויל היצ טערארזירען אין אר''י צוליב די קליינער אנוועזנהייט פון חרדים אינעם ארבעט'ס קראפט
צילענדיג דערמיט צו מאכען התבוללות צווישען חילונים און חרדים

האט ל'שיטת ראש הישיבה סאטמאר רב פרעווענטעט שוין מיט זעכציג יאר צוריק שיקענדיג זיינע אידען ארבעטן מיט פארצייטישען לבוש בתוך ה'מאנהעטן ה'אמריקאי

ביי סאטמאר רב איז'ס די בחינה פון כל אחד ואחד נדמה לו כבני אומ(נ)תו

מנשה לוסטיג » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 5:30 pm

· #165003
סך הכול, וואס האט סאטמאר צוגעגעבן פארן יהדות החרדית, וואס וואלט נישט געווען אן עהם

נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 5:49 pm

· #165012
מנשה לוסטיג
סך הכול, וואס האט סאטמאר צוגעגעבן פארן יהדות החרדית, וואס וואלט נישט געווען אן עהם

ס'וואלט נישט געווען פאר וועם לוסטיג זאל זיך צוקראצן.
דרך אגב נאר א הלצה.

גאלד » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 6:16 pm

· #165017
מנשה לוסטיג
סך הכול, וואס האט סאטמאר צוגעגעבן פארן יהדות החרדית, וואס וואלט נישט געווען אן עהם

דער דור וואלט נישט געהאט די זכי' זיך צו האבן א צדיק אמת בתוכינו און נהנה זיין מהוד קדשתו,
וואו אויך בזכות הצדיקים האט די וועלט א קיום, כמבואר בחז"ל ומדרש

מנשה לוסטיג » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:44 pm

· #165043
אה דאס יא.. דאס ערשטע מאל איינער רעדט קלאר און נישט שטעכעדיג אינעם נושא
א רב א צדיק איז ער געווען, נאר נישט דער רבן של כל בני הגולה, ער האט אסאך געטון און אויפגעטון, אבער נישט געהאט די ווארט אויפן כלל, קוים אויף זיין קהילה גדולה און האט ריכטיג סימבאליזירט זיין שיטה, אז מ'דארף נישט נאכלויפן א רב ווי א גאט און עהם אלעס גלייבן. למעשה האט מען עהם יא פארגעטערט ברבות הימים אבער בימים ההם איז ער געווען א גוטע יוד א קלוגע פרייליכע יוד א שטארקע בעל חסד די קנאות לייג אין א זייט ס'האט גארנישט צוגעגעבן

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:37 pm

· #165387
חג כ"א כסלו על שום מה?
דא האט איר קלאר און דייטליך אין "דער בלאט" על שום מה,
לייענטס און האט הנאה!
-
📎 כא כסלו בלאט -.jpg

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 4:15 pm

· #165407
אדרבה, טאמער ס'דא נאך אזעלכע נארישקייטן, ברענגט עס אהער, אך קאכעל מיר פאר געלעכטער..

פרישער » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 7:39 pm

· #165568
פארציילט מיר א חבר, אז ער האט היי יאר שיעור פארגעסן פון די געהויבענע טאג כ"א כסלו, אבער ער האט געבליקט אויפן זייגער און געזעין אז עס איז שוין כמעט בין השמשות, האט ער געגעיבן א לייג ארויף דעים האנט אויפן של ראש, אזוי ווי א היט, מחמת חשש אז אויב וועט ער גיין זיכן א היט וועט ער שפעיטיגן, און געגעיבן בחיפזון א זאג, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און האט זיך באריאיגט.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 12:32 pm

· #166950
איך ווייס אז עס איז שוין חודש טבת און כ"א כסלו איז שוין אלטע נייעס, דאך וויל איך אריינלייגן אן ארטיקל פון "דער איד" וואס קען העלפן ווארפן א שטיקל ליכט אויף די מורא'דיגע קשיא (די נעקסט-שווערסטע נאכן בית יוסף'ס) הלמאי דער סאטמאר רב האט געפראוועט די מסיבת כ"א כסלו.

..
📎 כא כסלו 4.JPG 📎 כא כסלו 3.JPG 📎 כא כסלו 2 .JPG 📎 כא כסלו 1.JPG

יואליש » זונטאג דעצעמבער 8, 2013 12:59 pm

· #166954
פרישער
פארציילט מיר א חבר, אז ער האט היי יאר שיעור פארגעסן פון די געהויבענע טאג כ"א כסלו, אבער ער האט געבליקט אויפן זייגער און געזעין אז עס איז שוין כמעט בין השמשות, האט ער געגעיבן א לייג ארויף דעים האנט אויפן של ראש, אזוי ווי א היט, מחמת חשש אז אויב וועט ער גיין זיכן א היט וועט ער שפעיטיגן, און געגעיבן בחיפזון א זאג, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און האט זיך באריאיגט.


ענליך האט זעך געמאכט ביי מיר, כ'בין געפארען אויף מסחר און זיך דערמאנט מיט ווייטאג אז ס'איז היינט בו ביום, און ווי דוד המלך אין מרחץ האב איך זיך געשפירט ערום פון סיי וועלכע פייערונג פונעם יום הצלה והשיחרור, ארומגענימען מיט א ציבור שלא ידע את יוסף און וויסן נישט פון אי לאו האי יומא. אבער כ'זיך דערמאנט אז איך געפין זיך אויף א באן, די על טרעין, און וואס איז שייך בעסערס פון פארן אויף א טרעין ביומא ד'כ"א כיסליו. ליתר שאת האב איך אריינגעווארפן א דאלער פארן פידל ארטיסט אינעם שטאנציאן ער זאל ברומען א תנועה און כ'האב צוגעפאסט די ווערטער בך בטחו, און ס'האט דערפרייט מיין הארץ מער פון א נאדווארנא פידל קוויטשע ביי די חנוכה ליכט.

פארט אויף די וועגן א טרעין / קיינער ווייסט נישט פארט מען אדער ניין וכו'

מנשה לוסטיג » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:21 pm

· #167394
הער אויף צו פראוואקירן מענטשן פון אנדערע חסידות'ן!
גבאי שני

דער (פינטעל) איד » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:23 pm

· #167396
דער מנשה קען נישט שלאפן!! קוק וואס איין כ"א כסליו מאכט אן..

diff » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:31 pm

· #167435
you'r coming to the wrong place. Der yid, the blatt etc is theirs and KS is also theirs

אשכולות אויפוועקער » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 8:46 am

· #239840
בך בטחו אבותינו..................................................................
בלאט: 1 2 3 4