☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2442
בלאט: 1 2

פרייוויליג » זונטאג מאי 10, 2015 4:16 pm

· #273759
ליטוואק פון בודאפעסט
מראה מקום ביטע?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2015 4:19 pm

· #273760
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
אנטשוליגט שמעקעדיג, אבער ווי קען מען צולאזען דער seagull מהלך פון אריינקומען, מאכען קולי קולות און א כאזעריי, און דערנאך אנטלויפען כאילו לא היה? אז איינער וויל מגלה פנים זיין בתורה שלא כהלכה אין א נייעס אשכול, דארף מען איהם דארט אפשטעלען, נישט אין אן אנדערען.

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 5, 2015 10:03 am

· #287114
טעות

פרייוויליג » זונטאג יולי 5, 2015 10:34 am

· #287116
קאווע טרינקער
http://www.simchaspot.com/2015/07/05/engagement-of-yonah-halberstam-and-kallah-galandaur/
זי זעהט אויס זייער ענדליך

ביידע זענען טאקע פרויען און האבן שווארצע האר.

ישראל קאפקע » מוצ"ש יולי 18, 2015 11:24 pm

· #289960
אופס.
עלטער-באבי אין 1933.

<a class="postlink" href="http://time.com/3963542/queen-elizabeth-nazi-salute/">http://time.com/3963542/queen-elizabeth-nazi-salute/</a>
📎 queen-nazi-salute.jpg

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 19, 2015 12:10 am

· #289969
בד"וו, ס'נישט דא קיין שום ראיה אדער סמך, אז קעיט'ס מאמע וואס שטאמט פון דורות קריסטן, איז א איד. די איינציגסטע זאך וואס ברענגט אויף שפעקעלאציע איז אז איר עלטערן האבן געהייסן גאלדשמידט, וואס למעשה רופן זיך אזוי אסאך גוים מיט די ארגינעלע דייטשע נאמען.

דעת תורה » זונטאג יולי 19, 2015 12:10 am

· #289970
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
ס'איז באוויסט אז איינער פון די קעניגליכע פאמיליע איז געווען א שפיאן פאר דייטשלאנד.

יידל » זונטאג יולי 19, 2015 12:52 am

· #289977
מיינסט קעניג עדווארד וועלכער האט זיך אפגעזאגט פון די קעניגשאפט?

שצם_חנכל » מאנטאג אפריל 23, 2018 9:10 am

· #400455
מ׳זעט באשיינפערלעך ווי אויסער איר געוואלדיגע צניעות איז זי משליך על ה׳ יהבה ביים מקיים זיין מצוות פרי׳ ורבי׳ מיט אלע הידורים אן קיינע חשבונות.

ממנה ילמדו וכן יעשו!

גראף » מאנטאג אפריל 23, 2018 12:52 pm

· #400483
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
און איך מאך א סטאפ ביי מיין עלטערע שוועסטער און זעה איר צניעות מיט איר דאזען פלאס קינדער כ''י. ממנה למדו.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

בת קול » מאנטאג אפריל 23, 2018 4:28 pm

· #400496
7 שעה נאכן געבורט.
<a class="postlink" href="http://people.com/royals/prince-william-kate-middleton-introduce-royal-baby-photo/">http://people.com/royals/prince-william ... aby-photo/</a>

איך אויך » מאנטאג אפריל 23, 2018 7:18 pm

· #400510
אזא שלאך דער פרינץ?

כלבאשבוע » מאנטאג אפריל 23, 2018 10:22 pm

· #400517
150 יאר צוריק
📎 D999CDF9-FE4F-4A75-B9E6-A005BD14B502.jpeg

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 22, 2024 6:14 pm

· #555827
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
יאנטעף #
נא להתפלל לרפואת קתּרין אליזבּתּ בת מיכאל.
איר גלח גייט לכאורה זאגן ביי שאלעשידעס אז דאס קומט צוליב וואס זי האט מכשיל געוועהן אזויפיל אינגעלייט מיט שמירת עיניים.

גראדע איז דא א שטיקל טעאריע אז זי איז א איד, כאטשיג זי האלט זיך פאר א קריסט.
איר מאמע איז פון די דייטשע גאלדשמיד׳ס (אפשר א קאזען מיט די סאטמערע לעפקאוויטשעס 😂 ) וואס יש אומרים אז זיי זענען געוועהן אידן.

רבים » זונטאג מערץ 24, 2024 3:34 am

· #555837
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
יאנטעף #
נא להתפלל לרפואת קתּרין אליזבּתּ בת מיכאל.
וואס גייט פאר?

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 24, 2024 7:55 am

· #555839
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
די גאלדשמידטס זענען נאך היינט א פארמידעבל אנגלא-אידישע משפחה אין ענגלאנד.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 24, 2024 6:24 pm

· #555850
Re:
שצם_חנכל #
מ׳זעט באשיינפערלעך ווי אויסער איר געוואלדיגע צניעות איז זי משליך על ה׳ יהבה ביים מקיים זיין מצוות פרי׳ ורבי׳ מיט אלע הידורים אן קיינע חשבונות.

ממנה ילמדו וכן יעשו!
נאר איך מיין אז זי און איהר מאן וועלן נאכנישט דארפן נעמען פעקלעך פון תומכי שבת. אדער פון די פאר פסח חלוקה.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 24, 2024 6:28 pm

· #555851
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
קהל'ס נער #
יאנטעף #
נא להתפלל לרפואת קתּרין אליזבּתּ בת מיכאל.
איר גלח גייט לכאורה זאגן ביי שאלעשידעס אז דאס קומט צוליב וואס זי האט מכשיל געוועהן אזויפיל אינגעלייט מיט שמירת עיניים.

גראדע איז דא א שטיקל טעאריע אז זי איז א איד, כאטשיג זי האלט זיך פאר א קריסט.
איר מאמע איז פון די דייטשע גאלדשמיד׳ס (אפשר א קאזען מיט די סאטמערע לעפקאוויטשעס 😂 ) וואס יש אומרים אז זיי זענען געוועהן אידן.
ווער, די לעפקאויטש'עס.? די רבי זי"ע האט דאך געזאגט אז זיי זענען מותר לבוא בקהל.!

מרדכי מרדכי » מאנטאג מערץ 25, 2024 11:41 am

· #555875
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
רבים #
יאנטעף #
נא להתפלל לרפואת קתּרין אליזבּתּ בת מיכאל.
וואס גייט פאר?
זי מיט איר שווער דער קעניג ירום הודו האבן יענע מעשה ל"ע.

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג מערץ 25, 2024 11:53 am

· #555876
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
מרדכי מרדכי #
רבים #
יאנטעף #
נא להתפלל לרפואת קתּרין אליזבּתּ בת מיכאל.
וואס גייט פאר?
זי מיט איר שווער דער קעניג ירום הודו האבן יענע מעשה ל"ע.
וויליאם וועט קענען הייראטן זיין טאטענס אלמנה...
אלמנת מלך איז מותרת פאר א צווייטע מלך.
מדארף נאר צו דן זיין אלס אנוסת אביו...
א גוטן פורים

מרדכי מרדכי » מאנטאג מערץ 25, 2024 1:13 pm

· #555877
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
סוף טוב הכל טוב #
וויליאם וועט קענען הייראטן זיין טאטענס אלמנה...
אלמנת מלך איז מותרת פאר א צווייטע מלך.
מדארף נאר צו דן זיין אלס אנוסת אביו...
א גוטן פורים

זי איז נישט אנוסת אביו, אפשר זיין מאמע איז געווען.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 25, 2024 5:44 pm

· #555898
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
מרדכי מרדכי #
סוף טוב הכל טוב #
וויליאם וועט קענען הייראטן זיין טאטענס אלמנה...
אלמנת מלך איז מותרת פאר א צווייטע מלך.
מדארף נאר צו דן זיין אלס אנוסת אביו...
א גוטן פורים

זי איז נישט אנוסת אביו, אפשר זיין מאמע איז געווען.
ער'ט נאר דארפן צולייגן נאך א ברכה (ביי די שבע ברכות). ברוך משנה הבריות. ווייל די "מלכה" איז אזוי מיאוס אין כאראקטער און נשמה אזוי ווי אויפ'ן פנים.

אברהם שנית מן השמים » דינסטאג מערץ 26, 2024 10:28 am

· #555966
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
אפשר דארף מען בודק זיין די מזוזות און פלאץ אויב ביידע זענען קראנק אדער איז עס קפידא פון הערי מיט זיין שחורה🤔

מרדכי מרדכי » דינסטאג מערץ 26, 2024 1:38 pm

· #556001
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
Sarah Ferguson announced her breast cancer diagnosis in June 2023. Less than a year later, the Duchess of York revealed in January 2024 that she had received a second cancer diagnosis, malignant melanoma.
זעהט אויס עפעס א קללה פון קענסער ליגט אויפן קעניגליכע משפחה.

משה רבקש » דינסטאג מערץ 26, 2024 3:02 pm

· #556011
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
קעניג טשארלס נעמט זיך פאר צו אנטון די ציצית איבערן העמד.
וויליאם צאלט אויס א העווי פסח חלוקה אין חצר הענקי פון באקינגהעם פאלאץ.
איך הער אז וויזניצער רבי פון לונדון האט געשיקט א לענגערע בריוו אפעלירנדיג אז מ'זאל מאכן שלום מיט הערי. און קעיט זאל לערנען יעדער נאכט א שיעור תומר דבורה בחברותא מיט מעגין...

היום » דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:05 pm

· #556395
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
משה רבקש #
קעניג טשארלס נעמט זיך פאר צו אנטון די ציצית איבערן העמד.
וויליאם צאלט אויס א העווי פסח חלוקה אין חצר הענקי פון באקינגהעם פאלאץ.
איך הער אז וויזניצער רבי פון לונדון האט געשיקט א לענגערע בריוו אפעלירנדיג אז מ'זאל מאכן שלום מיט הערי. און קעיט זאל לערנען יעדער נאכט א שיעור תומר דבורה בחברותא מיט מעגין...
וואס איז מיט 40 טאג אויפן קבר פונם כ״ק דער מאמע/באבע ע״ה?
צולייגן א נאמען?
אפשפרככן עין הרע?
פדיון נפש - אויסלייזן די מחלה אויף א ״גוי״?
גיין זיכן א ברכה פון איינער וואס האט אריינגעכאפט בזיונות?…

איך זעה דא א גאלדן גרוב, מען דארף אהין שיקן א שיינע ביכל מיט סיפורי מופתים און בעטן גרויס געלט פאר סגולות…

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 29, 2024 9:54 am

· #556692
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
נע! ס'גייט איר גארנישט העלפן די אלע סגולות, ווילאנג זי האט א סמארטפאון איז אלעס א תפלת שוא.
מען זעהט דא קלאר דעם יד השם, זי האט א סמארטפאון און זי איז קראנק געווארן, וואס מער באווייז דארף מען נאך?!

Sent from my smartphone

היום » פרייטאג מערץ 29, 2024 9:56 am

· #556693
Re: קעיט מידעלטאן, א דוגמא פון צניעות'דיגע מאדעס
קהל'ס נער #
נע! ס'גייט איר גארנישט העלפן די אלע סגולות, ווילאנג זי האט א סמארטפאון איז אלעס א תפלת שוא.
מען זעהט דא קלאר דעם יד השם, זי האט א סמארטפאון און זי איז קראנק געווארן, וואס מער באווייז דארף מען נאך?!

Sent from my smartphone

ווער רעדט דא פון איר העלפן?
איך רעדט פון העלפן היימישע יודן מיט פרנסה…
זי האט געלט, און אונז האמיר סגולות…
בלאט: 1 2