אישתישביאיך ווייס נישט וואס גיבט אייך די רעכט צו גלייבן די מעשה'לעך, כל זמן עס איז נישט דא צוויי עדים נאמנים, איז מען עובר לשון הרע אויב מען גלייבט די מעשה'לעך.
אישתישבי: אינטרעסאנט. איך קען א איד וועלכער האט אין אן אנדער'ן אשכול אנגעוואנדן גאנץ אן אנדער'ן סטענדערד. ער האט געגאסן מעשיות ע"ג מעשיות איבער א צווייטן איד, אן אנפיהרער פון א מוסד. און דארט איז אפילו נישט געווען איין עד אחד...! אין די תורה הקדושה שטייט ..."לא יהיה לך איפה ואיפה"...דו זאלסט נישט האבן קיין דאפלטן סטענדערד. אויב א מענטש פארלאנגט 2 עדים וועלכע זאללן קומען עדות זאגן ביי בית דין פאר מ'גלייבט עפעס מעשיות אויף א צווייטן איד. דאמאלס זענען די אלע מעשיות אין יענעם אנדער'ן אשכול הידוע בטל ומבוטל. ווייל ס'איז סך הכול נאר געווען ..."היער-סעי"...!