☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #2430

אשכול אן א טיטל #2430

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2430
בלאט: 1 2 3

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 4:29 pm

· #64903
יידל
דאס אליינס אז זיינע קאלעגען אין כדתיא זענען נישט ארויסגעקומען זיך אננעמען פאר אים, דאס אליינס אז צום סוף זענען זיי געקומען צו די החלטה אז מ'דארף הייסן ריזיינען, למרות זיין טאטע און שווער ביידע זענען באמת פון די חשוב'סטע און עלטסטע רבנים אין ענגלאנד, דאס אליינס איז גאר א שטארקע אינדיקאציע אז די יש דברים בגו. וויפיל ער האט געטון, דאס ווייס איך טאקע נישט און ס'אינטערעסירט מיר נישט.

ווער איז זיין שווער?

עסן עסט'זיך » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:15 pm

· #64914
זיין שווער איז הרב מנחם מענדל שנעעבאלג אב"ד מאנטשעסטער
עס קומט זיך אלע קרעדיט אין די וועלט פאר הרב שלום פרידמאן דומ"צ לאנדאן פאר זיין מסירות נפש צו ארויסווארפן הרב האלפערן טראץ האלפערנס שטארקייט. ער וואלט געקענט האבן א טייל אין א קאווער אפ אדער עס אוועקשיקן און עס זאל חלילה אנקומען צו די פאליציי, אבער ער האט געטון די ריכטיגע זאך! הרב פרידמאן האט ארויסגעוויזן שטארקייט

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:10 pm

· #64935
יידל
קאווע טרינקער

ווען מ'רעדט ווען דא פון א רב וואס איז משתלט על הציבור, א שלעכטע מענטש, וכדומה, מילא.
אבער הכא, רעדט מען פון א איד וואס האט אסאך מעריצים.

די ווייסט וואספארא רשעות עס איז צו מפתה זיין א פרוי וואס קומט פאר הילף?
פארשטייט זיך נאר אויב די קול איז טאקע אמת.

די קול זאגט נישט אז ער איז בכוונה געגאנגען מפתה זיין. -
אז מ'טוט אין א קעיס, שאפט זיך א קשר, און ווער ער האט געפילט א געלעגנהייט, איז ער (אויך די פרוי) אדורכגעפאלן.

gehlungen » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:14 pm

· #64938
יידל
קאווע טרינקער

ווען מ'רעדט ווען דא פון א רב וואס איז משתלט על הציבור, א שלעכטע מענטש, וכדומה, מילא.
אבער הכא, רעדט מען פון א איד וואס האט אסאך מעריצים.

די ווייסט וואספארא רשעות עס איז צו מפתה זיין א פרוי וואס קומט פאר הילף? מיין פעדער איז באמת צו ארעם צו באשרייבן וואספארא יסורי נפש און יסורי הגוף דאס מאכט פאר די פרוי, פאר איר מאן (מיט וועם זי זיכט דאך צו ווערן צוריק גוט), פאר אירע קינדער וכדומה. ווען ער איז ווען מפתה איין פרוי, נו מילא. אבער 10 פרויען?! רחמנא ליצלן! אזא מענטש פארמאגט אין זיך א מאס רשעות וואס איז מיינד-באגלינג!! דאס וואס געלונגען זאגט אז ער האט בא'עוול'ט זיין ווייב, קען איך הערן אז דו זאגסט אז עס איז נישט די גאס' ביזנעס. אבער ווען א מענטש שטעלט זיך ארויס אז ער קאונסעלט פרויען, ער שטעלט צוריק שלום בית, ער פארנייעט צעבראכענע הערצער, ער הערט אויס, האט מיטגעפיל מיט צעקלאפטע מענטשן און די ציבור באקומט טראסט צו אים, מ'שיקט פרויען זיך אויסרעדן דאס הארץ פאר אים, מ'האפט אז ער וועט אפשר צוריקברענגן האפענונג צו צעשאסענע מערידזשעס. דערווייל נוצט ער אויס די פרויען, ער כאפט זיי אין א וואלנערבעל מינוט און טוט מיט זיי כאוות לבו, דאס איז דאך א מאס רשעות וואס מ'קען נישט משיג זיין! דאס הייסט ביי דיר נישט קיין שלעכטע מענטש?! דאס הייסט ביי דיר נישט קיין משתלט על הציבור? וואס דען איז ער אויב נישט משתלט על הציבור פשוטו כמשמעו?

פארשטייט זיך נאר אויב די קול איז טאקע אמת.

You misunderstood what I said. I really don't care one bit if he cheated on his wife thats between him & his wife. What I did mean to say was that what kvoid horav did to his kehileh is just like cheating on the wife vd"l !

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:16 pm

· #64941
יידל און געלונגען זענען איינס?

gehlungen » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:20 pm

· #64942
קאווע טרינקער
אוודאי איז דא א חילוק. און טאקע דערפאר פרייט זיך די עולם בכגון דא.
אבער ער איז פונקט אזא רחמנות, פונקט אזוי אריינגעפאלן, ווי עפעס א גאס-מיידל ק. היינט ד., וואס פלוצליג האט יעדער אזוי רחמנות אויף איר.

טאקע די זעלבע חז"ל, וואס אלע ציטירן דא "אין אפטרופוס לעריות", זאגן אויך "אם ראית ת"ח שעבר עבירה. = ס'איז נישט קיין ספק, אלע זעהן!!! , דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך דאך נעמט מען אן שוודאי עשה תשובה.

לאמיר מאכן א סוף פסוק, און פארמעקן דעם אשכול.

I don't now what choosed you are. But would you say the same if your REBBE after hearing from him nonstop muser on nisyonos vch"l would be caught in such a ekldige scandal. ??

gehlungen » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:20 pm

· #64943

gehlungen » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:22 pm

· #64944
קאווע טרינקער
יידל און געלונגען זענען איינס?

😛

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:23 pm

· #64945
i am not a chusid

קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:25 pm

· #64947
gehlungen
קאווע טרינקער
יידל און געלונגען זענען איינס?

😛

what makes you so happy?
i commented on yideel
and you replied "You misunderstood what I said. " - why

gehlungen » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:56 pm

· #64958
קאווע טרינקער
gehlungen
קאווע טרינקער
יידל און געלונגען זענען איינס?

😛

what makes you so happy?
i commented on yideel
and you replied "You misunderstood what I said. " - why

Your comment "yeedel & gelungen is one " is very funny to me !

gehlungen » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:01 pm

· #64961
קאווע טרינקער
i am not a chusid

That's exactly why we have different opinion & feelings to this whole scandal !

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:47 pm

· #64994
יידל
זאג, א מענטש וואס האט א תאווה צו הרג'נען און הרג'ט וואלסטו אויך געטוישט פון רשעות צו תאווה? ס'איז נישט קיין פארגלייך, אבער זאלסט וויסן אז אזא זאך קען הרג'ענען א פרוי נפשיות'דיג.
.

איזה דמיון!
קודם כל רציחה בא מרוע לב ואכזריות ולא מתאווה, והשנית גם אם יש דבר כזה של רציחה מתאווה, השאלה היא מאיזה תאווה מדברים כאן, האם מן תאווה שאדם עושה משרירות לבו כמו רציחה וכדומה , שעדיין נשאר בחירה ביד האדם גם לאחר שנתאווה לאותו דבר, או מן תאוות עריות אשר נפשו של אדם מחמדתן, ויצרו מתגבר עליו ביותר, ולפעמים הבחירה כמעט ולא נשאר ביד האדם, [עי' באוחה"ק בפסוק כמעשה ארץ מצרים],
ובדרך אגב, זה מזכיר לי דעת הקנאים הידוע שאוחזת לדבר פשוט שיהודי החרד לדבר השם שונא הציונים יותר מן הנאצים, שיותר גרוע להורג גוף מלהרוג נפש,
וא"כ השאלה נשאלת מאליה, מדוע באמת כל אדם נורמלי שונא יותר הנאצים מהציונים [גם הסאטמורים],
התשובה לזה היא כעין אותה תשובה, הריגת הנאצים בא מרוע הלב ואכזריות, משא"כ הציונים, ולכן בתודעת האדם זה נחשב ליותר רשעות. וה"ה כאן לענינו רציחה- נחשב לרשעות, ניאוף- נחשב לחולשה.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:08 pm

· #65000
אנאנים, האסט באקומען א לייק נישט דוקא ווייל איך שטים אינגאנצן מיט, נאר דער שפראך איז עפעס ריזיג 😂.
למעשה, איז דא א חילוק אין דזשענעראל צווישן א רוצח און א נואף, איך האף אז דו לייקנסט דאס נישט. עס איז דא א סיבה פארוואס מען כאפט די שענסטע מענטשן ביי די עבירות פון עריות און גזל, אויף וואס חז"ל זאגן שוין נפשן של אדם מחמדתן. פונדעסטוועגן, ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, אין דעם ספעציפישן קעיס, אויב עס איז אמת די חששות, האנדלט מען איבער איינעם וואס איז נישט סתם דורכגעפאלן איינמאל, נאר האט געלעבט א דאפלטן לעבן און האט אפגענארט דעם עולם און געשעדיגט נפשות אויף אייביג צוליב זיינע תאוות, אויף וואס ער וואלט זיך גאנץ גרינג געקענט אפזאגן פון אויפנעמען פרויען אויב איז ער טאקע נעבעך אזא קרבן צו זיינע תאוות און ער קען זיך פשוט נישט איינהאלטן ווען עס קומט למעשה.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:35 pm

· #65013
[ציטאט אראפגענומען]

מגמרא ומסברא

מן גמרא:
עריות נפשו של אדם מחמדתן (מכות כה)
לא בכו ישראל אלא על שאסרו להן עריות (יומא עה),
אין דורשין עריות בשלשה שנפשו של אדם מחמדתן (חגיגה ?)
התירו יפת תואר, עד שתאכלנו באיסור תאכלנו בהיתר (קידושין )
ולא מצינו דברים ודיבורים מסוג זה אצל שאר עבירות, וכ"ש אצל רציחה,

ומן הסברא:
בזה לא אאריך כי לדעתי זה דבר פשוט ונראה לעינים, והחולק עליו כחולק על המציאות, פוק חזי כמה נואפים איכא בשוקא [בגדר החוק ושלא בגדר החוק] וכמה רוצחים יש.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:41 pm

· #65014
בדרך אגב בא וראה תהליך של אבולוציה בתפארתה,
בתחלת הפורום זה היה רק איזה "רב מורה צדק בלונדון", ואח"כ במשך הזמן המורה צדק דידן קרם עור וגידים ונעשה "הרב ה. מלונדון" לא עבר זמן מועט עד שהגה אחד את השם באתיותיו ונעשה "הרב הלפרין" לא נתקררה דעתו של מישהו עד שבא והודיע כל שלשלתו בקודש,
איפה שיטה מקובצת ?

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:55 pm

· #65015
ביסטו גערעכט איך האב נאר געשריבן אויף די פוינט אז עריות איז נישטא קיין בחירה און ביי רציחה יא.

אודאי איז דא א בחירה, די בחירה איז אבער הונדערט מאל קלענער.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 10:59 pm

· #65031
זר זהב
אהא. איך בין נישט אזוי פארגלייבט אין קיינעם, מילא קען איך מיר נישט אריינליינגן אין יענעםס שיך.

און וואס איז דאס?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/64087">viewtopic.php?p=64087#p64087</a><!-- l -->

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:04 am

· #65071
כ'זעה הערשט היצט די שרעקעדיגע אנגעבליכע מעשה. איז דער הרב הפלרין געווען א לייסענסד פראפעשאנעל, אדער איז ער געווען א פראפעשאנעל ווייל ער איז א רב?

די וועלכע זאגן אז מ'באשולדיגט אים ווייל ער האט שונאים פארזעהן א פשוט'ע כלליות'דיגע פערספעקטיוו:

ס'איז נישט צו פארשטיין די יסורי הנפש וואס א פרוי גייט דורך מיטן ארויסקומען מיט א באשולדיגונגס איבער אינטעמישע ענינים ברבים. דאס איז אמת אפי' אין די סעקולארע גאס, וכ"ש אין די היימישע גאס. חוץ פון דעם וואס א פרוי ווערט א צוויי פיסיגע נרבע ווי אימער זי גייט, טיט די באשולדיגונג און דאס רעדן דערפון אויפברענגן זכרונות וואס איז לכאורה פוו די מערסטע פיינפולע איבערלעבענישן. בנוסף צו דעם קומט די פיין אז מ'גלייבט איר נישט, מ'לייקענט דאס עקזיסטענץ פון איר צרות, און מ'באשולדיגט איר גאר אין זיין די רשענת'ע! א געווענליכע מוח קען די פיין נישט אויסהאלטן. ס'איז גרינגער צו גלייבן אז האלב פון די אויבנאן זיצערס אין סיטיפיעלד זענען פריוואט דורכגעפאלן אין עריות ווי צו זאגן אז צען פרויען זענען גרייט צו ווערן געשלעפט אין די ציבור'ישע מאראסט פאר אויסגעזויגענע מעשיות.

פארשטייט זיך אז דאס מאכט עס נאכנישט אמת. ס'איז אבער אביסעל פערספעקטיוו פונעם באשולדיגונג'ס זייט.

אין אלגעמיין איז באקאנט, פאר יעדע פרוי וואס קומט ארויס מיט א באשולדיגוג, זענען דא אן א שיעור פרויען וועלכע וועלן ענדערש ליידן אין שווייגן ביזן קבר, ווי איידער דורכגיין די טראומא, בושה און קאנסקווענצן פון גיין פובליק.

gehlungen » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:44 am

· #65077
יואליש

I don't understand why you are all busy about the ladys I think the worst & most terrible thing that happened is that he DISGRACED KOVOD KEHILOOSOI vch"l

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 9:49 am

· #65096
I don't understand why you are all busy about the ladys I think the worst & most terrible thing that happened is that he DISGRACED KOVOD KEHILOOSOI vch"l

ליינט דורך אלע הודעות וועט איר זען אז מ'ברענגט דאס שטארק ארויס, אז א רב איז א פאבליג פיגור אין ווען ער פאלט דורך ליידען בני קהילתו

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:41 pm

· #69843
חיים’קע, אוי חיים’קע א רעבעלע א שיינער

א האריקע א בייכעלע נישט דא נאך אזיינער

אלע נעכט מיט פייגעלעך שפילען מיר

זיסע הייסע מיידעלעך טאפען מיר אן א שיעור

געשווינדער, צינדט קינדער

חיים’קעס ליכטעלע אן

דערציילט זיינע נסים

דער רעשט איז בלויז שטותים

און לאמיר ווארפען עפלעך אין קאן

דערציילט זיינע נסים

דער רעשט איז בלויז שטותים

און לאמיר ווארפען עפלעך אין קאן

דער קול קורא האט געשריגען

אז חיים איז א נואף

פאדווא האט געשוויגען

ווייל פרויען זענען טינוף

דער שטעטעלע פון לאנדאן האט גאר שטארק געלעבט

און צו א נייער בית דין האט יעדערער געשטרעבט

געשווינדער, קוקט קינדער

ווי חיים דער צדיקל פרעסט

כאפט זיין שריים

ראנגלט די יָדַיִם

און שמייסט אים מיט האנטעכער פעסט

כאפט זיין שריים

ראנגלט די יָדַיִם

און שמייסט אים מיט האנטעכער פעסט

ר' חנה האט געשריבען

מען וועט ברענען אין גיהנום

דער שוואגער האט געזינגען

אז ס’יז א קריג מיט די יונים

דער שטיבל דברי חיים האט אינגאנצען אויפגעקאכט

און פון די נייע גבאים האט יעדערער געלאכט

געשווינדער, לעשט קינדער

חיים’קעס ליכטעלע אויס

סטראשעט מיט זיידעס

און פסל'ט די עדות

און גיט אים א סחורה אין שויס

סטראשעט מיט זיידעס

און פסל'ט די עדות

און גיט אים א סחורה אין שויס

בן ציון איז געקומען

אויסטיילן די רעדנלעך

דער איידעם האט געשמירט

דער בית דין פון די הינדלעך

דער עסן פון כדתיא האט יעדער אויסגעשפייט

און צו טראגן בפרהסיא האבן אלע זיך געפרייט

דעריבער, דעם גבור

חיים’ל צדיק לויבט הויך

פרעגט אים די שאלות

אין טומאה נישט טהרות

ער קען מאכן בדיקותלעך אויך

יעמוד דער פעטער

מיטן אמשינאווער היתר

און רעדט פון דער גברא זיין כוח

גענומען פון דא ,אויף צו פארשטיין אלע שטעך-ווערטער דארף מען דורך טוהן יענע בלאג בעיון.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 11:28 pm

· #69848
א שיין שטיקל ליד...

לונדון קערט זיך איבער, מען שוימט און קאכט עס פלאקערט א קהלה מחלוקה בתוקפו, עס דערמאנט פון די גוטע צייטן אין דער אלטער היים, ממש ווי א מאווי צוריק צום אמאל

די הויפט שוי שפילער איז אבער נעבעך דאס אומגליקליכסטער

בעק טו די פוינט, אנדערש ווי ביי וועבערמאן...(קריכט שוין פון נאניע) שטעלט מען א בי״ד. רבנים שרייבן בריוו. ר׳ טובי׳ פון י-ם איז פארמישט, בקיצור כמעט ווי ביי וויי יו

אבער וויליאמסבורג איז פשוט אונטער׳ן גזירת ה׳מיליאן דאלאר

איי וויליאמסבורג, א מחי׳ דארט...לא לא לא לא ראם באם באם

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 10:45 am

· #69911
ייש"כ "איך אויך"
נישט פאר די פאום (ווייל לדעתי איז א ת"ח מוחזק שעשה תשובה, ולא ישיב לכסלה עוד.)
נאר פון די לינק, איך האב דארט געטראפן א קול קורא.
מ'מעג זיך אפלערנען פון די רבנים דארט, ס'איז נישט אבי א קול קורא, ס'האט נימוקים אויך! א גאנצע ליסטע

דָּוִד » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:56 pm

· #69955
"איך אויך" wonderful poam

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:31 am

· #70083
לעמאן דזשוס
א שיין שטיקל ליד...

לונדון קערט זיך איבער, מען שוימט און קאכט עס פלאקערט א קהלה מחלוקה בתוקפו, עס דערמאנט פון די גוטע צייטן אין דער אלטער היים, ממש ווי א מאווי צוריק צום אמאל

די הויפט שוי שפילער איז אבער נעבעך דאס אומגליקליכסטער

בעק טו די פוינט, אנדערש ווי ביי וועבערמאן...(קריכט שוין פון נאניע) שטעלט מען א בי״ד. רבנים שרייבן בריוו. ר׳ טובי׳ פון י-ם איז פארמישט, בקיצור כמעט ווי ביי וויי יו

אבער וויליאמסבורג איז פשוט אונטער׳ן גזירת ה׳מיליאן דאלאר

איי וויליאמסבורג, א מחי׳ דארט...לא לא לא לא ראם באם באם

נאכן ליינען דארט אביסל בין איך געווען סורפרייזד, מ'מאכט זיך וויסנדיג, ס'דא בריוון קול קורא'ס אהין און ציריק.
ביי אונדז ניטאמאל מאכט זיך א רב וויסנדיג.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:43 am

· #70143

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:29 pm

· #71530
קאווע טרינקער - איך האף אז דו פארשטייסט דער וויץ פון דיין רייד. קוק נאך די אלע נימוקים פון די צעטעלע און דו וועסט זעהן אז מ'קען רוהיגערהייט זאגען פאר די א.ג. רבנים אין לונדון שתיקותיך יפה מדיבוריך. בפרט טרעף מיר דער תשובה אין נודע ביהודה מהדו"ת חו"מ קי"ד.
ס'האט קיינער נישט דערמאנט צוויי זאכען. איינס - אז א רב אדער א רעבע האט א פראבלעם וואס א נארמאלער מענטש האט נישט. ער איז נישט איינגעוווינט צו א ניין פאר זיין נידריגע תאוות. ער האט קיינמאל נישט געדארפט אליינס קאכען וועטשערע ווייל זיין ווייב פילט זיך נישט גוט. ער דארף קיינמאל נישט באדען די קינדער ווייל זיין ווייב קימפעט. ווען ער וויל עפעס האבען באקומט ער עס גלייך. אוודאי האלט ער אין איין ציילען טליתים און ער האט קיינמאל נישט גענוג געלט, אבער אין דער הינזיכט פון די גרעבע תאוות איז ער א מושל בכיפה. דערפאר האט ער נישט קיין וועג אויסצוהאלטען דער נידריגע תאוות וואס קומען איהם פאר.
צוויטנס - דער חניקישע חסידישע לעבען שטייגער וואס א רב אדער א רעבע מוז לעבען לאזט איהם מיט ווייניג וועגען ארויס צו ברענגען זיין תאוות נשים. א נארמאלע נישט חעניאקישע מענטש קען ערפיהלען זיין נארמאלע מענטשליכע תאוות ביי זיך אין שטוב מיט א פאר נארמאלע בקשות פון זיין ווייב. א חעניאק און א רביש'ע קינד קען דאס נישט בעטען, און ער איז מסתמא נישט באקאנט אפילו אז דאס פעלט איהם בכלל אין לעבען. עהר האט נישט געהאט קיין נארמאלע שטוב לעבען נאך זיין חתונה. דעריבער קומען ארויס די תאוות אויף גאר א קרומע אופן, און דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין. אוודאי דאס איז נישט ביי יעדער איינער, ווייל אנדערע הערשען איבער דער תאווה, און אנדערע פאלען נישט אריין דערין, אבער דער פראבלעם עקזיסטירט און מ'זוכט נישט קיין לייזונג דערצו.
אפשר ווען מ'וואלט אויסגעלערנט מענטשען פון קינדווייז אן צו אנערקענען זייערע געפיהלען און ווילונגען. זיי זאלען וויסען וואס זיי ווילען אין דער מינוט, נישט ווייל מ'דארף עס אייביג נאכגעבען, נאר אז ער זאל ווייסען וואס ער גיבט אויף. דעמאלס וועט ער קענען האנדלען זיין תאוות אויף אן ערוואקסענע געזונטע אופן.

מורינו הרב » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:51 pm

· #71540
געהערט א קלוגע ווארט פון סטאלינער רבי. ווען ער האט געדארפט חתונה האבן בזיווג שני, האט מען אים אנגעטראגן אלע סארט רבי'שע אייניקלעך. האט ער געענטפערט זייער קלוג: "איך וויל זיין א מאן צו א ווייב, און נישט אן אייניקל צו א זיידע". ודפח"ח.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:53 pm

· #71543
ליטוואק פון בודאפעסט
קאווע טרינקער - איך האף אז דו פארשטייסט דער וויץ פון דיין רייד. קוק נאך די אלע נימוקים פון די צעטעלע און דו וועסט זעהן אז מ'קען רוהיגערהייט זאגען פאר די א.ג. רבנים אין לונדון שתיקותיך יפה מדיבוריך. בפרט טרעף מיר דער תשובה אין נודע ביהודה מהדו"ת חו"מ קי"ד.
ס'האט קיינער נישט דערמאנט צוויי זאכען. איינס - אז א רב אדער א רעבע האט א פראבלעם וואס א נארמאלער מענטש האט נישט. ער איז נישט איינגעוווינט צו א ניין פאר זיין נידריגע תאוות. ער האט קיינמאל נישט געדארפט אליינס קאכען וועטשערע ווייל זיין ווייב פילט זיך נישט גוט. ער דארף קיינמאל נישט באדען די קינדער ווייל זיין ווייב קימפעט. ווען ער וויל עפעס האבען באקומט ער עס גלייך. אוודאי האלט ער אין איין ציילען טליתים און ער האט קיינמאל נישט גענוג געלט, אבער אין דער הינזיכט פון די גרעבע תאוות איז ער א מושל בכיפה. דערפאר האט ער נישט קיין וועג אויסצוהאלטען דער נידריגע תאוות וואס קומען איהם פאר.
צוויטנס - דער חניקישע חסידישע לעבען שטייגער וואס א רב אדער א רעבע מוז לעבען לאזט איהם מיט ווייניג וועגען ארויס צו ברענגען זיין תאוות נשים. א נארמאלע נישט חעניאקישע מענטש קען ערפיהלען זיין נארמאלע מענטשליכע תאוות ביי זיך אין שטוב מיט א פאר נארמאלע בקשות פון זיין ווייב. א חעניאק און א רביש'ע קינד קען דאס נישט בעטען, און ער איז מסתמא נישט באקאנט אפילו אז דאס פעלט איהם בכלל אין לעבען. עהר האט נישט געהאט קיין נארמאלע שטוב לעבען נאך זיין חתונה. דעריבער קומען ארויס די תאוות אויף גאר א קרומע אופן, און דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין. אוודאי דאס איז נישט ביי יעדער איינער, ווייל אנדערע הערשען איבער דער תאווה, און אנדערע פאלען נישט אריין דערין, אבער דער פראבלעם עקזיסטירט און מ'זוכט נישט קיין לייזונג דערצו.
אפשר ווען מ'וואלט אויסגעלערנט מענטשען פון קינדווייז אן צו אנערקענען זייערע געפיהלען און ווילונגען. זיי זאלען וויסען וואס זיי ווילען אין דער מינוט, נישט ווייל מ'דארף עס אייביג נאכגעבען, נאר אז ער זאל ווייסען וואס ער גיבט אויף. דעמאלס וועט ער קענען האנדלען זיין תאוות אויף אן ערוואקסענע געזונטע אופן.

DISLIKE....Reason; דברי בלע

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:03 pm

· #71548
ליטוואק,

ווייסט פון די גמרא אין סנהדרין קי אז גאנץ כלל ישראל האט אנגעווארנט די פרויען נישט צו האבן צו טון מיט משה רבינו עליו השלום

ווייסט פון א גמרא ב״ק טז ע״ב אז מיט ירמיה הנביא פון ענתות האט מען אויך גע׳חשד׳נט, סא מחלוקה צו חשדוהו באשת איש, צו בזונה....און ירמי׳ האט נישט קיין עצה, ער רעדט זיך דארט אפ פארן יודע יצר כל היצורים. עיי״ש....

יא יא, די צדיקים זיי זענען ממש ס׳ארגסטע, טעם הדבר ווייל זיי געבן זיך נישט....כמבואר בדבריך, נעבעך נעבעך

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:11 pm

· #71646
לעמאן דזשוס
ליטוואק,

ווייסט פון די גמרא אין סנהדרין קי אז גאנץ כלל ישראל האט אנגעווארנט די פרויען נישט צו האבן צו טון מיט משה רבינו עליו השלום

ווייסט פון א גמרא ב״ק טז ע״ב אז מיט ירמיה הנביא פון ענתות האט מען אויך גע׳חשד׳נט, סא מחלוקה צו חשדוהו באשת איש, צו בזונה....און ירמי׳ האט נישט קיין עצה, ער רעדט זיך דארט אפ פארן יודע יצר כל היצורים. עיי״ש....

יא יא, די צדיקים זיי זענען ממש ס׳ארגסטע, טעם הדבר ווייל זיי געבן זיך נישט....כמבואר בדבריך, נעבעך נעבעך

ביסט אויפן קאפ גפאלן? דו שטעלסט צו ר"ח הלפרין צו משה רבינו און ירמיהו הנביא?
לעניות דעתי האט ליטוואק (מיין לאנדסמאן...) גשריבן דברים של טעם. ווילסט ענטפערן - ענטפער. אבער דריי נישט'ן קאפ מיט חז"ל'ס איבער משה רבינו און ירמיהו הנביא.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:16 pm

· #71650
כאאאס ועשאלעם,

האסטע געדאכטכט אז איך שטעל העריין,
רבעינו משה אין קאטעגארי פון הייעם האלפערין

נעה, עה. עך האב בלויז געוואלט רויזברענגן אז אלס, מען זאגט אף הערליכע יידן אז ווייסן זיי נישט ווי מען גיבט אויס, און מעילא זענען זעי באנדע שקצים׳לעך

א קאטשא פייעט נעקי

כאף דו ליטפאק מיט דיין אנדערע ליטפאק פארשטעין עפעס הונגאריש

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:46 pm

· #71657
איך זע אז דו ביסט נישט סענסטיוו צו די כבוד פון משה רבינו און ירמיהו הנביא, דו כאפסט בכלל נישט וואס סאיז ראנג.
אויב איך גיי זאגן אויף א אדמו"ר אודער ראש ישיבה אז ער איז א בעל גאוה אודער אז ער גנב'עט קהל'יש געלט, גייסטו אויך ענטפערן אז אויף משה רבינו האט מען אויך גזאגט "הלא גם בנו דיבר ה'", און משה רבכם קביוסטוס היה?
דו פארשטייסט אז מיר קליינע מענטשאליך זענען קיין משה רבינו'ס, און מיר זענן אודער גילטי אודער נאט-גילטי, אבער לאמיר רעדן דערפון און דאס דן זיין ווי נארמאלע מענטשן נישט לויפן צו משה רבינו. לאז משה רבינו כבודו במקומו מונח.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:31 pm

· #71889
איך האב נישט געזאגט אז אלע רבנים זענעם שקצים און איך גלויב נישט אזוי.
איך האב נאר געזאגט אז די תאוות וואס לויפען זיי נאך זענען נישט די תאוות פון אלע מענטשען, און די לייזונג דערצו איז נישט דער עצה פאר אנדערע מענטשען.
אז מ'זוכט פארוואס א רב איז אריינגעפאלען, זאל מען נישט זאגען ווייל ער איז א מענטש ווי אלע מענטשען, דעריבער איז ער געפאלען, נאר ווייל ער האט נישט מטפל געווען מיט די באזונדערע יצרי הרע וואס פארלייגען זיך אויף מנהיגים און רבנים און רבישע קינדער.
איך האב א פראבלעם מיט דער גאנצער חסידישע חינוך בין אדם לאשתו לויט ווי איך הער פון מיין וויליאמסבורגע חברים פאר דער טעם, אבער מסתמא דער רוב פון נארמאלע יונגעלייט לערנען זיך אליינס אויס דער אמת, אבער א חעניאקישע רב דארף מער מורא האבען ארויסצוגיין פון די גרענוצען וואס מ'האבען איהם געשטעלט און ער ווייסט נישט אז וואס ער מיינט איז אסור איז באמת מותר.
מסתמא נאך דער ערשטע מאל וואס איינער האט געזינדיגט איז ער פארכטיג אז עס זאל נאכאמאל נישט פאסירען. וויאזוי טוט ער עס? טאמער ער ניצט נישט דער ריכטיגע עצות וועט עס איהם גארנישט העלפען. דער פראבלעם איז טאמער א רב מיינט אז ער דארף די זעלבע עצות וואס א פשוט'ער מענטש דארף, וועט ער נישט אנקומען צו די עצה, און וועט האלטען אין איין אריינפאלען.
נישט אייביג פאסירט עס ווייל מענטשען האבען פארט יראת שמים און יראת בשר ודם, דעריבער באשולדיג איך נישט אלע רבנים און רעבעס, אבער דער פראבלעם איז נאך אלס דא.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:03 pm

· #71900
קאווע טרינקער
ייש"כ "איך אויך"
נישט פאר די פאום (ווייל לדעתי איז א ת"ח מוחזק שעשה תשובה, ולא ישיב לכסלה עוד.)
נאר פון די לינק, איך האב דארט געטראפן א קול קורא.
מ'מעג זיך אפלערנען פון די רבנים דארט, ס'איז נישט אבי א קול קורא, ס'האט נימוקים אויך! א גאנצע ליסטע

איך האב נישט קיין נערוון צו קיין נימוקים און מראי מקומות. גענוג אז דו (כ'מיין נישט דיך) באשייגעצט יענעם. ווער מיר נישט קיין דזשענטלמאן און ברענג מיר נימוקים און טעמים.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:43 pm

· #71917
היימישער ליטוואק
איך זע אז דו ביסט נישט סענסטיוו צו די כבוד פון משה רבינו און ירמיהו הנביא, דו כאפסט בכלל נישט וואס סאיז ראנג.
אויב איך גיי זאגן אויף א אדמו"ר אודער ראש ישיבה אז ער איז א בעל גאוה אודער אז ער גנב'עט קהל'יש געלט, גייסטו אויך ענטפערן אז אויף משה רבינו האט מען אויך גזאגט "הלא גם בנו דיבר ה'", און משה רבכם קביוסטוס היה?
דו פארשטייסט אז מיר קליינע מענטשאליך זענען קיין משה רבינו'ס, און מיר זענן אודער גילטי אודער נאט-גילטי, אבער לאמיר רעדן דערפון און דאס דן זיין ווי נארמאלע מענטשן נישט לויפן צו משה רבינו. לאז משה רבינו כבודו במקומו מונח.

איך מיין הער ליטוואק אז דו מיססט דעם פוינט אינגאנצן. און ד'האסטעך צולאזט אויף "לעמאן דזשוס" על לא דבר. ווען די גמרא ברענגט אראפ "מלמד שחשדוהו באשת איש" איז דאס נישט א פחיתות הכבוד פאר משה רבינו.נאר די גמרא וויל דא ארויסברענגען דאס שעדליכקייט פון מחלוקת. אז מ'האלט זיך נישט אפ פון באשולדיגן אפילו דעם גרעסטן מענטש מיט די ערגסטע זאכן. ער דזשאדזשט נישט ר' ח. הלפרין און ער פארגלייכט איהם נישט צו משה רבינו.

לעמאן דזשוס » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:14 pm

· #71920
בערל, יישר כח פארן פארשטיין

איך האב נישט גע׳ענטפערט פאר דעם היימישן ליטפאק ווייל כ׳זעה ער לערנט קרום, און קבלה בידינו אז די ליטפיקעס קוועטשן און דרוקן און פארדרייען אלעס וואס זיי לערנען

בכלל, זעה איך פון זיינע אנדערע תגובות אז ער איז ווילד און ער פארפירט (א פרומע ליטפאק,...) ממילא וויל איך נישט פירן מיט אים קיינע פאלעמיק׳ס איך גלייך קיהלע מוחות ווי יענקל און געפילטע

היימישער ליטוואק » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:34 pm

· #71926
berlbalaguleh
היימישער ליטוואק
איך זע אז דו ביסט נישט סענסטיוו צו די כבוד פון משה רבינו און ירמיהו הנביא, דו כאפסט בכלל נישט וואס סאיז ראנג.
אויב איך גיי זאגן אויף א אדמו"ר אודער ראש ישיבה אז ער איז א בעל גאוה אודער אז ער גנב'עט קהל'יש געלט, גייסטו אויך ענטפערן אז אויף משה רבינו האט מען אויך גזאגט "הלא גם בנו דיבר ה'", און משה רבכם קביוסטוס היה?
דו פארשטייסט אז מיר קליינע מענטשאליך זענען קיין משה רבינו'ס, און מיר זענן אודער גילטי אודער נאט-גילטי, אבער לאמיר רעדן דערפון און דאס דן זיין ווי נארמאלע מענטשן נישט לויפן צו משה רבינו. לאז משה רבינו כבודו במקומו מונח.

איך מיין הער ליטוואק אז דו מיססט דעם פוינט אינגאנצן. און ד'האסטעך צולאזט אויף "לעמאן דזשוס" על לא דבר. ווען די גמרא ברענגט אראפ "מלמד שחשדוהו באשת איש" איז דאס נישט א פחיתות הכבוד פאר משה רבינו.נאר די גמרא וויל דא ארויסברענגען דאס שעדליכקייט פון מחלוקת. אז מ'האלט זיך נישט אפ פון באשולדיגן אפילו דעם גרעסטן מענטש מיט די ערגסטע זאכן. ער דזשאדזשט נישט ר' ח. הלפרין און ער פארגלייכט איהם נישט צו משה רבינו.

מיין טייערער,
איך פארשטיי פונקטליך וואס לעמן דזשוס וויל ארויסברענגען. די גמרא איז נישט קיין פחיתות הכבוד פאר משה רבינו - פשיטא. אבער צוצושטעלן אז פונקט ווי מיר גלייבן דאס אבסאלוטלי נישט אויף משה רבינו און אויף ירמיהו הנביא, אזוי גלייבן מיר דאס נישט אויף רח"ה - דאס איז שוין איינמאל א פחיתות הכבוד.
צוצושטעלן אז פונקט ווי קיינער וועט נישט אננעמען אז משה רבינו האט ג'האט פראבלעמן אין זיינע פריוואטע ענינים אזוי אויך טאר מען נישט אננעמען דאס וואס איינער שרייבט דא אז היינטיגע רבנים קענן אפשר זיין גשלאגן שטארק אין פריוואטע אישות'דיגע ענינים - דאס איז א פחיתות הכבוד. וואס שטעלסטו צו קליינציקע מענצ'עלעך מיט גרויסע יצר הרע'ס און א אויסגלאסענע וועלט, צו גדולי עולם מלאכי מעלה.
אויב האב איך איהם שלעכט פארשטאנען בעט איך איבער דא ברבים.

סקרן » דינסטאג מאי 22, 2018 3:35 pm

· #403186
איך וויל אויפוועקן די דאזיגע אשכול און דערפרישן אפשר איז דא נאך אידען וואס דארפען אויך ארויפגיין אויפ'ן רשימה
אפשר א.ב.
איך ווייס נישט טאמער איז ער פאררעכענט פאר א גדול בישראל
בעסער געזאגט איך ווייס אז נישט אבער טייל זאגן אז יא

אבו עלא » מיטוואך מאי 23, 2018 12:27 am

· #403203
אליעזר ברלנד וועט אריינגיין און די הסטוריה פון גדולי מחריבי עם ישראל פונקט וי שבתי צבי ימש"ו בחיים חיותו.

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 23, 2018 12:56 am

· #403204
אבו עלא
אליעזר ברלנד וועט אריינגיין און די הסטוריה פון גדולי מחריבי עם ישראל פונקט וי שבתי צבי ימש"ו בחיים חיותו.

אזא צוזאמשטעל צווישן א משיח שקר וואס איז נחרם געווארן בחייו דורך גדולי ישראל און א שיכור וואס איז גראדע א תלמוד חכם וואס קיינער חוץ ברסלב האט נישט אנגעקוקט אלס נארמאל (ביז דער דורכפאל....) וועמען עס האט זיך אים פארשמעקט א נקיבה און גאנץ כלל ישראל איז שא שטיל, וואס איז די דמיון?!

אישתישבי » מיטוואך מאי 23, 2018 4:56 pm

· #403253
איך ווייס נישט וואס גיבט אייך די רעכט צו גלייבן די מעשה'לעך, כל זמן עס איז נישט דא צוויי עדים נאמנים, איז מען עובר לשון הרע אויב מען גלייבט די מעשה'לעך.

סמבטיון » מיטוואך מאי 23, 2018 5:31 pm

· #403256
משא"כ ביי נחום קליין איז יעדע שמועה באגלייבט , און אים איז זאגאר א מצוה צי באשמיצן. איך הער. נישט אז איך בארעכטיג די אשכול, נאר סתם א זייטיגע הערה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 23, 2018 6:12 pm

· #403259
חק פאו במיטבה
Poe's law in action

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 23, 2018 6:12 pm

· #403260
חק פאו במיטבה
Poe's law in action

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מיטוואך מאי 23, 2018 6:18 pm

· #403261
סמבטיון
משא"כ ביי נחום קליין איז יעדע שמועה באגלייבט , און אים איז זאגאר א מצוה צי באשמיצן. איך הער. נישט אז איך בארעכטיג די אשכול, נאר סתם א זייטיגע הערה.

פארשטייסט נישט? ביי נחום קליין איז עס איז גוי, געדענקסט? ספייקי!!! און ביי א גוי איז גענוג אפילו א עד אחד און אפילו א אשה!!!

סא פליז פרעג נישט קיין קלאץ קשיות.

ליטוואק, זאג נישט אויס.

שלי שלך » מיטוואך מאי 23, 2018 6:25 pm

· #403262
אפשר וואלט געווען מעגליך אויסצולאזן נחום קליין מיט ספייקי פון יעדע צווייטע אשכול?

אישתישבי » מיטוואך מאי 23, 2018 8:46 pm

· #403270
גראדע אין דער אשכול באלאנגט עס אויך, ווייל עס איז אויך א סקאנדאל ביי א גדול בישראל, ספייקי בלע"ז.

סמבטיון » מיטוואך מאי 23, 2018 9:21 pm

· #403273
אישתישבי, פאר דו עקספלאדירסט לאמיר דיר געבן צו פארשטיין וואס איך האב געמיינט, איך האב נישט גערעד פון ספייקי, איך האב גערעד וויאזוי דו האסט באשמיצט נחום קליין מיט אלע ערגסטע קללות כאילו ער איז א מאסן רוצח, און וואס ארויף? אויף וועלעכע 2 עדים כשרים? איך וויל יעצט נישט אריינקריכן אין דעם גאנצן געמויזעכטס, איך האב זיך נאר באצויגן צו דיין תגובה.
מיט פארשטענדעניש.
בלאט: 1 2 3