☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » הרב שלמה קארליבאך

הרב שלמה קארליבאך

112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2265
בלאט: 1 2 3

קרעקער » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 6:49 pm

· #57772
הרב שלמה קארליבאך
כ'קען נישט גלייבן אז ס'איז נאך נישטא קיין עקסטערע אשכול אויף אים

ווער ס'קען זאל ברענגען א פיקטשער פון זיין מצבה וואו ער ווערט באטיטלט ווי דוד המלך בדורינו

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:00 pm

· #57774
איך האב נישט קיין בילד פון זיין מצבה, אדער דאס איז א בילד פון א היינטיגן קומזיץ ביי זיין קבר אין א"י ביום היארצייט.
📎 large.jpeg

נס קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:01 pm

· #57775
היינט לכבוד די יומא דהילולא ברענג איך איהם דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1913">viewtopic.php?f=34&t=1913&start=75</a><!-- l -->

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:02 pm

· #57776
זאל זיין נשמה האבן אן עליה

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:05 pm

· #57777
די בילד האב איך געטראפן אויף די ענגליש וויקיפעדיע, מען זעט נישט די ווערטער דוד המלך בדורינו. קען זיין צוליב וואס מען זעט נישט די גאנצע קבר.
📎 Carlebach kever.jpg

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:06 pm

· #57779
/
📎 IMG-20121031-WA0005 (1).jpg

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:12 pm

· #57784
איך קוואוט אוי טאטי פון די אשכול
אוי טאטי
לכאורה אין די בהמ׳ד ׳דער שטיבל׳ אין וויליאמסבורג, וועט זיין א יארצייט סעודה.

שוין געווען די יארצייט סעודה אין שטיבל.
📎 carl 2.jpg 📎 Carl.jpg

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:22 pm

· #57796
ר שלמה הספד אויף ליבאוויטשער רבי

קליינע רעבעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:56 pm

· #57820
איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 8:41 pm

· #57836
דער באשעפער האט אנדערע סארט אויגן ווי אונז, סאו מען קען נישט וויסן.
אונז, מיט אונזערע אויגן, דארפן פאקוסירן אויף די גוטע חלקים, שנראה מעלת חברינו, ולא חסרונם.

DotCom » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 9:00 pm

· #57844
קליינע רעבעלע
איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע

אזוי ווי שמעקעדיג, קיינער ווייסט נישט ווייל קיינער האט נישט דער באשעפער'ס אויגן, אבער דאס ווייס איך יא אז זיינע ניגונים זענען מיר מקרב צום באשעפער. ת.נ.צ.ב.ה.

אריק » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 8:45 am

· #57924
וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?

נס קאווע » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 11:56 am

· #57971
לכבוד די יאהרצייט (דילעיד) ברענג איך אראפ צוויי אלבום'ס
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/fzn8u41v3r13vre/cenNxBQnZf/Shlomo">https://www.dropbox.com/sh/fzn8u41v3r13 ... nZf/Shlomo</a>

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:02 pm

· #58150
קליינע רעבעלע
איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע

א זכות האט ער זיכער געהאט א גרויסע - אז ער האט געקענט מעורר זיין אזויפיהל מענטשן צו תשובה איז עס שוין עפעס מער ווי סתם.

גוטזאגער » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:35 pm

· #58169
ווייסט איינער מער פרטים איבער די א.ד. ביהמ"ד? ווער האט עס געפענט? וועלכע עולם דאווענט דארטען? ווי געפינט זיך די לאקאציע פון די ביהמ"ד? און וויאזוי האט זיך עס געפענט פונקט אין וומס"ב? י

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:46 am

· #58222
קליינע רעבעלע
איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע


ג"א מצטרף אז מיר קענען נישט וויסן. כבין נישט זיכער אז סאיז אפילו נוגע - למעשה האט ער דעליווערט א מוראדיגן פראדוקט. איתמחא קמיעה, זיכער.
כהאף אז ער געפינט זיך אויף א גוט פלאץ...

נס קאווע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:05 pm

· #58299
אזוי צו אזוי איז דאך ידוע אז ער האט תשובה געטוהן

דאס ביהמ"ד געפונט זיך אויף פען סט. צווישן ווייט און בעדפארד נאנט צו ווייט נעבן די באדי שאפ

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:48 pm

· #58312
אריק
וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

פיקציע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:54 pm

· #58393
פשוט-קאמפליצירט
אריק
וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

כ'האב געליינט ערגעץ (כ'מיין אויף וויקי) אז מ'האט געזונגען זיין חסדי ה' ביי זיין לוי'.

נס קאווע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:14 pm

· #58407
כ' מיין אז מ' האט געזונגען עטליכע ניגונים אויף זיין לויה (יו טוב...)

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:21 pm

· #58513
כמדומני אז ער איז אוועק אויף א פליגער, כאפענדיג אן הארץ אטאקע, שמועסנדיג מיט א פרוי, עפעס א רבי'ש (וויזניץ אפשר?) קינד.
ער איז געווען א מענטש מיט א ריזיג הארץ, א מורא'דיגע חוש הנגינה, און א ווארימע נשמה.
דעם באשעפערס חשבונות דארפן מיר נישט פירן, איך מיין ער קען אליין.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:36 pm

· #58520
געפילטע פיש
דעם באשעפערס חשבונות דארפן מיר נישט פירן, איך מיין ער קען אליין.

ביסט זיכער דערין?
עמער אנפרעגן ביי רעב הערשל קלאר צו דו האסט א ריכטיגע נקודה.

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 7:11 pm

· #58535
<a class="postlink" href="https://www.lilith.org/landmark_articles/carlebach_lilithsp98.pdf">https://www.lilith.org/landmark_article ... thsp98.pdf</a>

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 7:14 pm

· #58537

sunbar » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 7:26 pm

· #58541
געפילטע פיש
כמדומני אז ער איז אוועק אויף א פליגער, כאפענדיג אן הארץ אטאקע, שמועסנדיג מיט א פרוי, עפעס א רבי'ש (וויזניץ אפשר?) קינד.
ער איז געווען א מענטש מיט א ריזיג הארץ, א מורא'דיגע חוש הנגינה, און א ווארימע נשמה.
דעם באשעפערס חשבונות דארפן מיר נישט פירן, איך מיין ער קען אליין.


געכאפט די הארץ אטאקע האט ער אויפן פליגער. ער איז אוועק שפעטער ווען ער איז געווען אין שפיטאל שוין...

smart » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 7:33 pm

· #58542
אויף שלמה זאגט מען ער איז געווען א בחינה פון א פרה אדומה

מטהר את הטמאים ומטמא את הטהורים!

דפח"ח

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 9:47 pm

· #58565
איך מיין אז דער אשכול -לויט ווי דער שמועס פארט ביז אהער- באלאנגט נישט אין דעם מוזיק פארום. אן אשכול פון קארלבאך אינעם מוזיק פארום דארף זיך רעדן איבער זיין נגינה.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 10:57 am

· #58638
smart
אויף שלמה זאגט מען ער איז געווען א בחינה פון א פרה אדומה

מטהר את הטמאים ומטמא את הטהורים!

דפח"ח


פרה אדומה נישט. ער האט דאך קיינעם נישט מטמא געווען. אפשר ווי דעם כהן וואס האט געשפריצט דעם אפר פרה. יענער האט מטהר געווען אנדערע, אבער אליין האט ער זיך געדארפט טובל'ן דערנאך 🙂

נס קאווע » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 12:00 pm

· #58659
smart
אויף שלמה זאגט מען ער איז געווען א בחינה פון א פרה אדומה

מטהר את הטמאים ומטמא את הטהורים!

דפח"ח

האסטעך געקרוינט אלס חכם מוז עס האבן א חן?
אז דו ווילסט קענסטו זאגן קבל את האמת ממי שאמרו...

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 9:53 pm

· #59159
נאמן ביתו של אדמו"ר הריי"ץ? אזוי גאר?

לגבי זיין פרומקייט אפשר זאל מען כאפן א שמועס מיט די אלע פרויען ארום די וועלט וואס האבן וואס צו פארציילן... אמת, מען מוז נישט אלעס גלייבן אבער אז אזויפיל פרויען ארום דער גארער וועלט זאלן עפעס פונקט אלע וועלן אויפמאכן מעשיות איז זייער נישט מסתבר.

חאצקל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 9:55 pm

· #59160
רבותי דער שמועס געהער נישט דא אינעם מוזיק פארעם

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:16 pm

· #72976
חאצקל
איך מיין אז דער אשכול -לויט ווי דער שמועס פארט ביז אהער- באלאנגט נישט אין דעם מוזיק פארום. אן אשכול פון קארלבאך אינעם מוזיק פארום דארף זיך רעדן איבער זיין נגינה.

סבלאנגט יא דא , ווייל אלס בעסער וואס די לערנסט אפ דעם מענטש, אלס בעסער און טיפער פארשטייסטו זיינע נגונים , סאיז געבינדען...

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:58 pm

· #72993
איך אויך
נאמן ביתו של אדמו"ר הריי"ץ? אזוי גאר?

לגבי זיין פרומקייט אפשר זאל מען כאפן א שמועס מיט די אלע פרויען ארום די וועלט וואס האבן וואס צו פארציילן... אמת, מען מוז נישט אלעס גלייבן אבער אז אזויפיל פרויען ארום דער גארער וועלט זאלן עפעס פונקט אלע וועלן אויפמאכן מעשיות איז זייער נישט מסתבר.

נע סתם רומערס. עי וו''ב אשכול.

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:06 am

· #72996
פשוט-קאמפליצירט
אריק
וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

ווי אזוי גייט די ניגון חסדי השם?
געווענדליך ר'שלמה זינגט די זעלבע טאן אויף א סאך ווערטער. זינגט ער חסדי השם אויף אנדערע ווערטער אויך?

נו גוט נו » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:42 am

· #73026
איך ווייס נישט ווער די מענטש איז געווען, אבער זיין ניגונים איז עפעס מורא'דיג.
ראוי בעל הניגונים אלה לבוא בקהל ה'

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:38 am

· #73034
נו גוט נו
איך ווייס נישט ווער די מענטש איז געווען, אבער זיין ניגונים איז עפעס מורא'דיג.
ראוי בעל הניגונים אלה לבוא בקהל ה'

צו ראוי לבוא צו נישט, ס'איז שוין לאנג בא בקהל, וואו דו גייסט זינגט מען זיינע ניגונים, זינגט מען עס נישט ביים רבין'ס טיש זינגט מען עס יא ביי א שבע ברכות וכדומה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:21 am

· #73347
שוין לאנג אין קהל.
מען האט זיך אנייצע געגעבן, מען האט משנה שמו געווען צו עממי, און פאטער אנייסעק.
זעה דא און אויך דא.

פאר הדור » דינסטאג פעברואר 5, 2013 10:01 am

· #84775
ב"ה

פורום הרב שלמה קרליבך בבח"ח: <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/forum.asp?cat_id=19&forum_id=18615">http://www.bhol.co.il/forum/forum.asp?c ... m_id=18615</a>

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:13 am

· #86894
נולד מאוחר
פשוט-קאמפליצירט
אריק
וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

ווי אזוי גייט די ניגון חסדי השם?
געווענדליך ר'שלמה זינגט די זעלבע טאן אויף א סאך ווערטער. זינגט ער חסדי השם אויף אנדערע ווערטער אויך?

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=NQoHcGHkX3c&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=NQoHcGH ... ata_player</a>

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 17, 2013 1:09 am

· #87466
פשוט-קאמפליצירט
נולד מאוחר
פשוט-קאמפליצירט
אריק
וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

ווי אזוי גייט די ניגון חסדי השם?
געווענדליך ר'שלמה זינגט די זעלבע טאן אויף א סאך ווערטער. זינגט ער חסדי השם אויף אנדערע ווערטער אויך?

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=NQoHcGHkX3c&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=NQoHcGH ... ata_player</a>

א דאנק . קיינמאל נישט געהערט דעם ניגון. שמעקט עפעס נישט אזוי שלמהדיג.

איינגעמיירעט » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:11 am

· #96408
[ציטאט אראפגענומען]

די זאגסט אז מיר קענען נישט משיג זיין וואס גאט וויל ,ווייל ס׳איז העכער פון אונזער השגה, ביסט גערעכט קופרניקוס אבער פארדעם טאקע האט גאט געגעבן א תורה וואס דארט שטייט וואס ער האט ליב און וואס נישט ממילא לאז דיע אלע אויסגערעכענטע און א זייט און לאמיר זעען וואס די תורה זאגט אונז .

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:22 pm

· #96701
מעשה רב
פארציילט מיר א איד אז בסוף ימיו האט שלמה'לע געזוכט אביסל צו באקומען די אטענשן פון היימישן ציבור האט ער געדינגען קהל חסידים אין בארא אינמיטן שטאט, אוועקגעשטעלט א כשר'א מחיצה און געפראוועט א הושענא רבה אויך פאר'ן היימישן עולם.
אלעס איז געווען געוואלדיג ביז.
ער קומט ארויס פון דארט נאכ'ן דאווענען, און ס'לויפט אים אנטקעגן אן עלטערע צעבראכענע אומפארהייראטע שעשני כרצונו'ניקטע מיט ברייט אויסגעשפרייטע ארעמס שרייענדיג שלמההה.
שלמה טראכט נישט קיין צוויי וברוב אהבתו לנשמת יהודי נעמט ער ארום די פארווייטאגטע נשמה וכו'. דער עולם קוקט זיך אן איינער דעם צווייטן, ס'איז דאך אינמיטן שטאט ביי 49 און 15 ועד כאן המעשה.
זאגט מיר דער איד דעמאלט בין איך געווארן זיין חסיד.
אז ער האט זיך געלאזט קאסטן, און אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו אימפרעסן דעם היימישן ציבור אנ"ש און האט אלעס אוועקגעווארפן כדאי נישט ווי צו טוען א צווייטע איד שוין אפגערעדט זיין רוחניות אוועקגעגעבן אין אזא גרויסן טאג ווי הושענא רבה, דאס איז א מדריגה.
צו דער מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אבער דער מוסר השכל איז א געוואלדיגע.

מורינו הרב » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:15 pm

· #96729
געפילטע פיש
כמדומני אז ער איז אוועק אויף א פליגער, שמועסנדיג מיט א פרוי, עפעס א רבי'ש (וויזניץ אפשר?) קינד.


ער איז אויסגעגאנגען פאר איר...

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:19 pm

· #96734
עס איז מעל כל ספק אז ער האט געהאט א שוואכקייט בענין פרויען. די שאלה איז צו ער האט דאס געהאלטען פאר א שוואכקייט, דעמאלט איז ער געווען א בעל עבירה. אדער ער האט דאס אריינגעלרענט בתורת איזביצא אז עס איז מותר, דעמאלט איז ער געווען א כופר בתורה המסורה לנו מדור דור.
ועל דא קאמר ר' שמעון בן פזי (ברכות סא') אוי לי מיצרי, אוי לי מיוצרי.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:43 pm

· #96750
גם ידוע אז ער פלעגט זיין הויך אויף וואליום פון געשמאקע געווירצן, מור דרור, חלבנה, והמסתעף.
אזוי, מיט די פאסיגע בשמים, איז ער צוגעקומען צו גרויסע מדריגות אין דביקות ושמחה בה'.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:00 pm

· #96754
מאראנצןזאפט
גם ידוע אז ער פלעגט זיין הויך אויף וואליום פון געשמאקע געווירצן, מור דרור, חלבנה, והמסתעף.
אזוי, מיט די פאסיגע בשמים, איז ער צוגעקומען צו גרויסע מדריגות אין דביקות ושמחה בה'.

מיין אינפא, פון א מענטש וואס האט זיך אסאך געדרייט ביי אים, איז אז ער האט רובא דרובא נישט מעלה עשן געווען.
באמת איז עס תלוי באשלי רברבי. א גרויסער מקורב זיינער, אריה קופערסמיט שרייבט אז ער האט קיינמאל נישט געטוהן דראגס. אבער א שרייבער אין הארץ טענה'ט אז עס איז דא רעקארדינגס אז שלמה זאגט קלאר אז ער האט גע'דראפט עסיד'.
There are also places where Coopersmith is simply wrong. He is emphatic that Carlebach never took LSD, telling a friend, “He wasn’t taking any drugs. ... No, never; he wasn’t into it.” Yet, there are recordings of Shlomo telling about his friendship with Timothy Leary; when Leary informed Carlebach he liked to listen to his music while tripping, Shlomo told Leary he had tried his acid and it was gewalt, but it did not compare to learning Talmud.
Carlebach’s enjoyment of acid is an otherwise unimpressive fine point of hippie lore, except that here it casts some doubt on the strength of the relationship between Coopersmith and Shlomo. LSD mattered, a lot, to the hippies of that period. It’s hard to figure how Coopersmith could be unaware of his teacher’s trips.
די הארץ שרייבערס ראי' איז נאר אז ער האט דאס געטוהן איין מאל, און אז ער האט טאקע געזאגט אז א בלאט גמרא איז געשמאקער. איז דאך לכו"ע אמת אז רובא דרובא האט ער דאס נישט געטון.

חשבון » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:03 pm

· #96792
מער נישט קיין ווינדער אז זיינע ניגונים פארטייבן דעם מח און טראגט אוועק אין העכער ספערן. די שמץ דראג ליגט נאך דערין

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:13 pm

· #96799
חשבון
מער נישט קיין ווינדער אז זיינע ניגונים פארטייבן דעם מח און טראגט אוועק אין העכער ספערן. די שמץ דראג ליגט נאך דערין

סלעיט מעגעזין
Apple founder and tech visionary Steve Jobs died on Wednesday. Jobs was heavily influenced by 1960s counterculture, and once told a reporter that taking LSD was “one of the two or three most important things” he did in his life..... Despite the relative paucity of rigorous scientific data, Steve Jobs—who once suggested that Microsoft products would be better if Bill Gates “had dropped acid once or gone off to an ashram when he was younger"—is far from alone in his belief. Francis Crick reportedly claimed to have envisioned the structure of DNA during an acid trip. John Lennon attributed the Beatles’ album Revolver to the group’s acid use.

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:59 pm

· #96852
פוןדעסטוועגןדאך
עס איז מעל כל ספק אז ער האט געהאט א שוואכקייט בענין פרויען. די שאלה איז צו ער האט דאס געהאלטען פאר א שוואכקייט, דעמאלט איז ער געווען א בעל עבירה. אדער ער האט דאס אריינגעלרענט בתורת איזביצא אז עס איז מותר, דעמאלט איז ער געווען א כופר בתורה המסורה לנו מדור דור.
ועל דא קאמר ר' שמעון בן פזי (ברכות סא') אוי לי מיצרי, אוי לי מיוצרי.

דאס ווייסט מען אז ער איז א תלמיד פונעם אושבעצער.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:28 pm

· #96868
פוןדעסטוועגןדאך
עס איז מעל כל ספק אז ער האט געהאט א שוואכקייט בענין פרויען. די שאלה איז צו ער האט דאס געהאלטען פאר א שוואכקייט, דעמאלט איז ער געווען א בעל עבירה. אדער ער האט דאס אריינגעלרענט בתורת איזביצא אז עס איז מותר, דעמאלט איז ער געווען א כופר בתורה המסורה לנו מדור דור.
ועל דא קאמר ר' שמעון בן פזי (ברכות סא') אוי לי מיצרי, אוי לי מיוצרי.

דאס גיין אינגאנצען רעכטס ארבעט זיך פיין אויס פאר דיר, הע?

לענינינו, איז ידוע אז ער איז נישט געגאנגען דוקא פאר פרויען און דוקא פאר שיינע, ער האט געקענט צאמקושן א מואס'ע קרעציגער פונקט ווי די שיינע, קען זיין אז ביי עם זענען זיי אלע געווען כי קאקי חיוורי.
בלאט: 1 2 3