☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אונזערע קאמפאוזערס

אונזערע קאמפאוזערס

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1913
בלאט: 1 2 3

חאצקל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:24 am

· #46605
אונזערע קאמפאוזערס
אצינד קומט די רייע צו רעדן איבער אונזערע קאמפאוזערס פון מער לייכטערע (להוציא חזנות און אנדערע שווערע יצירות) ניגונים (אלגעמיינע און בחצרות חסידים) זינט די לעצטע פערציג יאר. לאמיר אויסרעכענען עטליכע פאפולערע פון זיי:

בן ציון שנקר (אשת חייל, קול צהלה, ליהודים [מעידשער], מזמור לדוד, המבדיל ועוד באוואוסטע ניגונים)
מונה רוזנבלום (איבער זיינע ניגונים זעה אין דעם אשכול "מונה רוזנבלום אלס קאמפאוזער")
יוסי גרין (תניא, אדרבא און הונדערטע אנדערע ריזן זאכן וואס כמעט אין כדוגמתם)
משה לאופר (ענבי הגפן, כשם שאני, אלקי נשמה, והיה למשוסע, ועל כן נקוה [שוואקי] ועוד זיסע (פעמינען...] ניגונים)
פינקי וובר (רחם, תפילה לעני, לעכטעלע, ועוד הארציגע ניגונים מיוחד לתקופתינו, וכן ווארימע הארא ווי בן בג בג)
יצי וואלדנער
שלמה קאליש (אמר ר' עקיבא, שמרי מצותיה, כי אורך ימים, פתח שערי שמים ועוד)
מנחם אלבום (הוא יושענו, כל המשמח חתן וכלה [מבד] ועוד)
משולם גרינברגר
ועוד

זייטס ממשיך מיינע פריינד מיט נעמען פון אנדערע פאפולערע און געלונגענע קאמפאוזערס און זאגט ביטע מבינות איבער זיי:

זר זהב » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:26 am

· #46606
ביזט א דראמער? א מוזיקאנט? וואס?

א דאנק

שמואל הלוי » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:10 am

· #46637
סקלונער רבי זז"ג איז נישט א קאמפאזער? 😉

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:18 am

· #46639
ער בעיט דיך אז יעדער זאל צולייגען,
אדער אפשר מיינט ער קאמפאוזערס פאר געלט?

קווארטין » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:17 pm

· #46696
חצקאל גיב אויך א באמערק אז משה לאופער האט קאמפאזט "שמחם", כ'מיין אז דאסיז פון זיינע בעסטע סחורה.

קווארטין » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:20 pm

· #46698
און יוששש, שלמה קארליבאך?

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:09 am

· #47311
איך האב פארגעסן פון חיים באנעט (מכניסי רחמים, אבינו אב הרחמן, ועוד)

אבי רוטנבערג (אחינו כל בית ישראל)

קווארטין » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:02 am

· #47326
און וואסיז מיט ראביי ברוך חייט אדער כייט (נישט חטא פארשטייטזעך)? כי הם חיינו פון דעדי, הללו את השם כל גוים, ועוד.

קווארטין » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:14 am

· #47328
און גדעון לעווין, ארויס געגעבן אזאלעכע שיינע אלבוימס, דאכטזיך מיר סהייסט ' די בעסט אויף די בעסט' פאר יעדן זינגער א ניגון, העל אלה תתעפק השם, דאס האטער געגעבן פאר שוועקין, אבער ער זינגטאס אזוי הארציג.

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:31 am

· #47332
שמואל הלוי
סקלונער רבי זז"ג איז נישט א קאמפאזער? 😉

די ניגונים פון סקולען און להבדיל שלמה קארלבאך זענען ניגוני השתפכות הנפש (והגוף... יעדער אויף זיין אופן) אדער אזעלעכע סארט פאלקס מעלאדיס, און עפ"י רוב נישט פון דעם סארט פון וואס אונז רעדן.

אבער ס'איז נישט קיין ספק אז סקולען האט געוואלדיגע ניגונים, זיי זענען מער איינפאכע און תמימות'דיגע ניגונים, און דאס איז זייער אייגנשאפט, איינפאכע און תמימות'דיגע געגועים צו גאט ברוך הוא. סקולענער רבי זי"ע האט געהאט א גרויס געפיל צו אידישע קינדערלעך און געהאט א שפראך צו זיי, ער פלעגט אין זיינע יונגע יארן מאכן פארשטעלונגען פאר קינדער, ער האט אויפגעצויגן קינדער, און זיין געפיל אין נגינה איז געפארן ווארשיינליך אויף דעם ריכטונג, און דאס זענען עפ"י רוב זיינע ניגונים, ווי שעשועים פאר קינדער גלייך צו טויס מיט א ב וואס ברענגט אריין ווארימקייט צו גאט פאר דער חלק ה"קינד" (היינו התמימות) שבכל אדם. (כנלע"ד).

אז מ'רעדט פון זיינע ניגונים לאמיר אויסרעכענען עטליכע געוואלדיגע ניגונים נוסח סקולען: דער תפיסה ניגון יוודע בגוים (וואס מבד זינגט אין זיין טעיפ זכרונות מיטן באקאנטן אינטראו; אבינו מלכינו קבל ברחמים; טעיתי כשה אובד; און דער ניגון וואס איז באקאנט אין וויזניץ "השבעתי אתכם" א ניגון וואס מאנכע ווערן קראנק דערפאר.

דער היינטיגער סקולענער רבי האט געמאכט א ניגון מיט די ווערטער" יראו ענינו" א ניגון וואס רייסט שטיקער מעמק הבכה, ער האט עס פארפאסט זייענדיג אין א לאך ברייט ווי א דורך שניטליכער מענטש וואו ער האט נאר געקענט שטיין.

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:37 am

· #47333
קווארטין
חצקאל גיב אויך א באמערק אז משה לאופער האט קאמפאזט "שמחם", כ'מיין אז דאסיז פון זיינע בעסטע סחורה.

שמחם איז -לויט ווי איך האב געהערט אין אן אינטערוויו מיט מבד- פון מבד און דער אינטראו וואס דאס האט געמאכט דעם ניגון איז פון לאופר.

פון זיינע בעסטע סחורה וואלט איך געזאגט איז אלוקי נשמה וואס דודו פישר זינגט און לעצטנס אויך א. פריד

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:39 am

· #47334
קווארטין
און וואסיז מיט ראביי ברוך חייט אדער כייט (נישט חטא פארשטייטזעך)? כי הם חיינו פון דעדי, הללו את השם כל גוים, ועוד.

ער האט דאכט זיך אויך געמאכט "לא אמות כי אחיה", און "מה אשיב לה' "

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:42 am

· #47335
קווארטין
און גדעון לעווין, ארויס געגעבן אזאלעכע שיינע אלבוימס, דאכטזיך מיר סהייסט ' די בעסט אויף די בעסט' פאר יעדן זינגער א ניגון, העל אלה תתעפק השם, דאס האטער געגעבן פאר שוועקין, אבער ער זינגטאס אזוי הארציג.

ער האט אויך געמאכט אנא עבדא וואס כ'האב געהערט פון אביש בראד און פון יונתן שווארץ מיט אידישע ווערטער, א הערליכער ניגון.

אוי טאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:46 pm

· #47625
וואס איז מיט מרדכי בן דוד?, געמאכט גאר גוטע ניגונים, למשל זיין עד מתי.

און זעה איך גוט? ר׳ משה גאלדמאן עה איז נאכנישט דערמאנט דא?!

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:28 am

· #48060
גערעכט, איך האב פשוט פארגעסן צו דערמאנען ר' משה גאלדמאן'ען

אויך מרדכי ווערדיגער איז א גאר גיטע קמאפאוזער

אין אן אנדער געלעגנהייט וועל איך אי"ה פראבירן אפיר צו נעמען טייל פון זייער גאר גיטע ניגונים, ועוד חזון למועד, דערווייל לאמיר הערן וואס איר מיינע פריינד האבן צו זאגן איבער די דערמאנטע זינגערס

טעלעפאן » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:47 am

· #48067
ליפא

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:22 am

· #48073
מסתמא מיינסטו ליפא שמעלצער, איז אזוי, וואס ער אליין זאל נאר נישט זינגען וועט עס באקומען עפעס א פנים (נישט קיין נפק"מ וועלעכע סארט פנים), מילא אז ער זינגט זיינע אייגענע ניגונים איז עס אויך אזוי, אבער צו זאגן אז ער איז א געלונגענע קאמפאוזער... אודאי, לאמיר זיך נישט נארן, צווישן אזוי פיל ניגונים זיינע מאכט זיך אויך עפעס מיט הענט און פיס, אבער אין אלגעמיין וואלט איך אין נישט באטיטלט אלס טאלאנטפולער קאמפאוזער בטעם אנושי

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:46 am

· #48076
פון רבי׳ שמואל בריסל-רגש האט מען אינגאנצען פארגעסן דא? קאמפאזיציעס איינס נאכן צווייטן חידושים, צו א מודה אני, קוה אל ה׳, שמעלקא׳ס ניגון, שומר ישראל, ויצמח פורקניה, ועוד.
לאמיר נישט פארגעסן פון ר׳ אברהם ראטענבערג זאל זיין געזונט מיט זיינע לידער וואס צוגייט אין די גלידער, המלאך, וזכינו לקבל, מאמע רחל, ועוד ועוד. איך מיין אז ראטענבערג איז היבש אינטערגעשאצט. איך ווייק מיק אסאך אין זיינע דביקות אלבוימ׳ס ממש נוראות וגדולות, ווער רעדט נאך פון זיין נשמה ניגון וואס ער זינגט צוזאמען מיט מרדכי... מען מאכט שוין נישט אזעלכע געלונגענע שטיקלעך היינט.

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:04 am

· #48085
איך האב שוין אויבן דערמאנט אברהם רוטנברג המכונה אבי, ער האט דאכט זיך אויך פארפאסט אחינו כל בית ישראל, ער איז א זעלטן דראמאטישער קאמפוזער

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:06 am

· #48086
זייט איך האב געהערט דעם ניגון ועתה שמע פון שמואל ברזיל בין איך א שטיקל חסיד פון זיינע רגשות'דיגע ניגונים

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:46 am

· #49980
אלי לאופר האב איך פארגעסן צו דערמאנען: תחי נפשי; מה נאמר (יומי לעווי); למען דעת (מבד) ועוד

הרב הלל פלאי: אלקים צבאות (מבד); תורה הקדושה (מבד); אוחילה לקל (ל. שמעלצר); ועתה בנים (יודל) ועוד

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:03 am

· #49981
ווי האב איך געקענט פארגעסן פון הרב יוסף צבי ברייער, דער אויסגעריפנסטער קאמפאוזער פון ארגינעלע לאנגע ווארימע יצירות, דאכט זיך אז ס'איז נישטא היינט קיין קאמפאוזער וואס מאכט יצירות מיט אזא ארגינעלע השתפכות הנפש.די ווארימקייט וואס גיסט ארויס פון זיין נגינה גיט פאר מאנכע די מערסטע סעטיספעקשן וואס היינטיגע נגינה קען זיי ברענגען.

אויסער די דערמאנטער סארט ניגונים איז ער דער מחבר פון צענדליגע קורצע ארגינעלע זיסע פאלקס ניגונים'לעך אדער קינדער ניגונים.

די נגינה וואס ער האט אוועק געשטעלט פארן בענטשן אז עס זאל זיין זינגבאר פאר קינדער און גלייכצייטיג פארטייטשן די ווערטער איז וועלט באקאנט, און מ'קען זאגן אז דאס איז א ניגון וואס ווערט געזינגען די מערסטע מאל דורך די מערסטע מענטשן במשך די מערסטע יארן

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:08 am

· #49982
הרב אלי' אייזנבאך איז אויך א קאמפאוזער פון גאר ווארימע ניגונים, צווישן זיי דער באקאנטער צמאה לך נפשי פון בעלז

אויך האט ער מחבר געווען דעם באקאנטן וידעו פון בעלז, און אויך דעם באקאנטן הנה מה טוב פאר פיטסבורג #3 (שפעטער האט עס נאכגעזינגען א. פריד)

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:13 am

· #49983
יהושע מענדלאוויטש פון קרית יואל, א טאלאנטפולער קאמפאוזער פון שיינע און ווארימע טאנץ ניגונים און ווי אויך בא'טעם'טע שטייטע ניגונים: ואמר ביום ההוא; ואמר כל העם אמן; און אנדערע שיינע ניגונים וואס זענען מפורסם אין זיינע צוויי טעיפ'ס וואס ער האט ארויס געגעבן.

דאכט זיך אז ער האט אויך געמאכט דעם באקאנטן סימן טוב פון בעלז

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:21 am

· #49984
ירמי' דאמען האט נישט געמאכט קיין ניגונים פאר אנדערע מנגנים, און מאכט לעצטנס כמעט נישט קיין ניגונים, אבער פון וואס ער האט ארויסגעגעבן זענען א סך באקאנט, זיי זענען זייער שיינע, זינגבארע און צוזאמענגענומענע ניגונים:

ותערב (יצירה)
קול דודי הנה זה בא (יצירה)
הללו את ד'
מודה אני לפנך
ברוך הבא
אילן במה אברכך
שבח מגדל עוז
משוך חסדך
אדיר הוא יבנה
ועוד

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:28 am

· #49985
הרב פנחס פרידמאן ראש הכללים בבלז א"י איז א זעלטן שיינע קאמפאוזער, צווישן די ניגונים וואס ער האט געמאכט:

חסל סידור פסח (ערשיינט אין דעם טעיפ ממקומך (בלז י.ד.) און ביי כלנו מסיבין (לחיים).
השיבנו (ערשיינט אין די טעיפ'ס: "וגילו צדיקים" (בלז); "השיבינו" (בלז י.ד.); "כיסופים" (מבד).
אב הרחמים (ערשיינט אין די טעיפ'ס: "אדיר הוא (בלז י.ד.); חסידישע אוצרות #2.

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:34 am

· #49986
יעצט לאמיר דערמאנען דעם צעלאזטן ישי לפדות, מחבר פון מודה אני לפנך פאר אברהם פריד (חזק); עלה קטן און נאך הונדעטער ניגונים מיט טעם און אן טעם, צווישן זיי א סך ניגונים מיט גראמען אויף עברית.

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:22 am

· #50012
חאצקל
שמואל הלוי
סקלונער רבי זז"ג איז נישט א קאמפאזער? 😉

די ניגונים פון סקולען און להבדיל שלמה קארלבאך זענען ניגוני השתפכות הנפש (והגוף... יעדער אויף זיין אופן) אדער אזעלעכע סארט פאלקס מעלאדיס, און עפ"י רוב נישט פון דעם סארט פון וואס אונז רעדן.

אבער ס'איז נישט קיין ספק אז סקולען האט געוואלדיגע ניגונים, זיי זענען מער איינפאכע און תמימות'דיגע ניגונים, און דאס איז זייער אייגנשאפט, איינפאכע און תמימות'דיגע געגועים צו גאט ברוך הוא. סקולענער רבי זי"ע האט געהאט א גרויס געפיל צו אידישע קינדערלעך און געהאט א שפראך צו זיי, ער פלעגט אין זיינע יונגע יארן מאכן פארשטעלונגען פאר קינדער, ער האט אויפגעצויגן קינדער, און זיין געפיל אין נגינה איז געפארן ווארשיינליך אויף דעם ריכטונג, און דאס זענען עפ"י רוב זיינע ניגונים, ווי שעשועים פאר קינדער גלייך צו טויס מיט א ב וואס ברענגט אריין ווארימקייט צו גאט פאר דער חלק ה"קינד" (היינו התמימות) שבכל אדם. (כנלע"ד).

אז מ'רעדט פון זיינע ניגונים לאמיר אויסרעכענען עטליכע געוואלדיגע ניגונים נוסח סקולען: דער תפיסה ניגון יוודע בגוים (וואס מבד זינגט אין זיין טעיפ זכרונות מיטן באקאנטן אינטראו; אבינו מלכינו קבל ברחמים; טעיתי כשה אובד; און דער ניגון וואס איז באקאנט אין וויזניץ "השבעתי אתכם" א ניגון וואס מאנכע ווערן קראנק דערפאר.

דער היינטיגער סקולענער רבי האט געמאכט א ניגון מיט די ווערטער" יראו ענינו" א ניגון וואס רייסט שטיקער מעמק הבכה, ער האט עס פארפאסט זייענדיג אין א לאך ברייט ווי א דורך שניטליכער מענטש וואו ער האט נאר געקענט שטיין.

ווי קען מען הערן השבעתי מיט יראו ענינו

sunbar » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:50 am

· #50019
איך ווייס נישט צו עס באלאנגט דא צו נישט, אבער איך האב לעצטנס געזען א קליפ פון ר' אביש בראדט ווי ער זינגט חוה'מ פסח ביי א קומזיץ עפעס א חסל סידור פסח. ווייסט איינער וואס איך מיין?

איך וויל וויסן וועמענס ניגון דאס איז...

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:26 am

· #50029
ר' יושע פריעדמאן ("שלום עזרי"), מחבר פון "א אידעלע" און "רחם" אויף אייזיק האניג'ס לעצטן קאסעט. כ'האב אים לעצטנס געהערט זינגען עטליכע ניגונים וואס ער האט פארפאסט אבער זענען דורך קיינעם נאכנישט געזינגען געווארן. (איין ניגון, "אחת שאלתי", האט מיך היפש געכאפט.) ער איז זייער א טאלאנטירטער קאמפאזיטאר. ס'איז מיר א חידוש פארוואס מען הערט נישט פון אים אפטער.

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:01 pm

· #50266
שלום עזרי האט געמאכט ניגונים פאר מנדי ווערדיגער אין זיין תמיד בכל יום אלבום (איך ווייס נישט וועלעכע). ער האט אויך געמאכט פאר אנדערע טעיפ'ס ניגונים, איך געדענק נישט יעצט וועלעכע טעיפ'ס (מעגליך פאר אברהם פריד און שרגי געשטעטנער???)

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:07 pm

· #50272
"בני הערשקאוויטש" מחבר פון דען וועלט בארימטן אין ערוך לך, און אנדערע גוטע זינגבארע ניגונים פאר מיכאל שטרייכער און אנדערע זינגערס ווי יומי לעווי וכו'

איך אויך » זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:19 am

· #53656
חאצקל
שמואל הלוי
סקלונער רבי זז"ג איז נישט א קאמפאזער? 😉

די ניגונים פון סקולען און להבדיל שלמה קארלבאך זענען ניגוני השתפכות הנפש (והגוף... יעדער אויף זיין אופן) אדער אזעלעכע סארט פאלקס מעלאדיס, און עפ"י רוב נישט פון דעם סארט פון וואס אונז רעדן.

אבער ס'איז נישט קיין ספק אז סקולען האט געוואלדיגע ניגונים, זיי זענען מער איינפאכע און תמימות'דיגע ניגונים, און דאס איז זייער אייגנשאפט, איינפאכע און תמימות'דיגע געגועים צו גאט ברוך הוא. סקולענער רבי זי"ע האט געהאט א גרויס געפיל צו אידישע קינדערלעך און געהאט א שפראך צו זיי, ער פלעגט אין זיינע יונגע יארן מאכן פארשטעלונגען פאר קינדער, ער האט אויפגעצויגן קינדער, און זיין געפיל אין נגינה איז געפארן ווארשיינליך אויף דעם ריכטונג, און דאס זענען עפ"י רוב זיינע ניגונים, ווי שעשועים פאר קינדער גלייך צו טויס מיט א ב וואס ברענגט אריין ווארימקייט צו גאט פאר דער חלק ה"קינד" (היינו התמימות) שבכל אדם. (כנלע"ד).

אז מ'רעדט פון זיינע ניגונים לאמיר אויסרעכענען עטליכע געוואלדיגע ניגונים נוסח סקולען: דער תפיסה ניגון יוודע בגוים (וואס מבד זינגט אין זיין טעיפ זכרונות מיטן באקאנטן אינטראו; אבינו מלכינו קבל ברחמים; טעיתי כשה אובד; און דער ניגון וואס איז באקאנט אין וויזניץ "השבעתי אתכם" א ניגון וואס מאנכע ווערן קראנק דערפאר.

דער היינטיגער סקולענער רבי האט געמאכט א ניגון מיט די ווערטער" יראו ענינו" א ניגון וואס רייסט שטיקער מעמק הבכה, ער האט עס פארפאסט זייענדיג אין א לאך ברייט ווי א דורך שניטליכער מענטש וואו ער האט נאר געקענט שטיין.

סקולענער רבי זצ"ל פלעגט ברענגן ניגונים קיין וויזניץ אלס משלוח מנות צום רבין, געהערט אמאל אז ער האט געברענגט זעקס אזעלכע ניגונים אבער איך מיין עס איז דא מער, איינע פון זיי איז די וויזניצע ושמרו בני ישראל אויף וואס מען קען גלייך דערקענען די סקולענע תנועות.

נאך א גאר באקאנטע ניגון איז זיין ימים על ימי מלך תוסיף וואס ער האט געמאכט אויף האדמו"ר ר' משה יהודא ליב מפאשקאן (מגזע ריזין).

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:40 pm

· #53758
איבער סקולענער ניגונים איז מער פאסיג צו רעדן אינעם אשכול "פארצייטישע קאמפאוזערס". דא אין דעם אשכול באציען מיר זיך מער צו היינטיגע סטייל קאמפאוזערס.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:41 pm

· #53759
עס איז שוין צייט צו רעדן איבער דעם זעלטן וואונדער קאמפאוזער, "יוסי גרין". האט איינער א ווארט איבער אים?

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:21 pm

· #53812
א ווארט? ער האט דאך געמאכט וואונדערליכע ניגונים, פון די שענסטע אין היינטיגן דור!
טאקע נישט אלע, ער האט עטליכע צעווילדעוועטע וואס איך פארלייד נישט (א שטייגער ווי "איז דאך משמע פון רש"י"), אבער ס'רוב, בפרט די שטייטע, איז דאך וואונדערבאר!

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:20 pm

· #53841
יוסי גרין, א קאמפאוזער פון דראמאטישע ניגונים מיט עקזוטישע און שטארקע פארבן. ער פירט דיר אריין אין א עולם הדמיון, ווי יעדער מענטש אדער אביעקט אין זיין ניגון ווערט א קערעקטער אדער מאטיוו.

וואס איז דער חילוק צווישן דעם וזכינו לגדל (דער באקאנטער) פון מר לווין און דעם וזכינו פון יוסי גרין?
לווין'ס בעט אן ארגינעלער תמימות'דיגע געבעט פון א מאדערנעם פרעספעקטיוו. גרין'ס ווידער טוט אפשפילן א קלאסישע דאמע שטייענדיג פאר די ליכט נאך די באדע מיט די בעדאנטע הענט אויף די אויגן שעפשענדיג א געבעט צו גאט... עס איז מער א פארשטעלונג, אן ארט ווי פון א מעלער.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:34 pm

· #54382
שמואל בראזיל'ס קאמפאזיציעס אין די רגש פלאטעס מיטן געזאנג פון אביש בראד (שוין אויבן עטוואס דערמאנט פון אים) האט אן אייגנארטיגן טעם. ווער קען דען נישט דעם באקאנטן שלום עלכם, און ויעזור ויגון ויושיע. זיינע ניגונים זענען סאליד און ווארעם לויטן היינטיגן אמעריקאנעם געשמאק.

פיקציע » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:01 pm

· #54448
ר' פנחס מרדכי (פינקי) וועבער, קאמפאזירט מערסטענס שטייטע ווארימע אדער הארציגע ניגונים, אבער אויך שנעלע און לעבעדיגע.
פון זיינע באוויסטע אויפגעכאפטע ניגונים איז תפילה לעני געזינגען דורך מרדכי ב.ד., די נשמה פלאם לעכטעלע ניגון, רחם (הארציג) און בן בג בג (פארדרייט צי א הורא) פון שוואקי און נאך פילע אנדערע.

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:25 pm

· #54454
האט איינער געהערט פון א קאמפאזער וואס רופט זיך "עממי"? ער מאכט עפעס מורא'דיגע קאמפאזיציעס וואס מ'קען טרעפן אויף כמעט יעדע קאסעטע.

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:26 pm

· #54455
טעלעפאן
ליפא

ליפא מייניך איז א בעסערע קאמפאזער ווי א זינגער.

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:28 pm

· #54457
חאצקל
יוסי גרין, א קאמפאוזער פון דראמאטישע ניגונים מיט עקזוטישע און שטארקע פארבן. ער פירט דיר אריין אין א עולם הדמיון, ווי יעדער מענטש אדער אביעקט אין זיין ניגון ווערט א קערעקטער אדער מאטיוו.

וואס איז דער חילוק צווישן דעם וזכינו לגדל (דער באקאנטער) פון מר לווין און דעם וזכינו פון יוסי גרין?
לווין'ס בעט אן ארגינעלער תמימות'דיגע געבעט פון א מאדערנעם פרעספעקטיוו. גרין'ס ווידער טוט אפשפילן א קלאסישע דאמע שטייענדיג פאר די ליכט נאך די באדע מיט די בעדאנטע הענט אויף די אויגן שעפשענדיג א געבעט צו גאט... עס איז מער א פארשטעלונג, אן ארט ווי פון א מעלער.

יוסי איז מיסתם פון די שענסטע און גרעסטע קאמפאזערס ביי אינז, אבער פארוואס מיז ער עפענען זיין מויל, זיינע ניגונים זענען סאך שענער ווען ער בלייבט שטיל.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:31 pm

· #54461
דו האסט ארויס געברענגט דאס ואוס איך וויל שוין לאנג זאגן. איך אגרי מיט דיר.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:36 pm

· #54464
Espresso
טעלעפאן
ליפא

ליפא מייניך איז א בעסערע קאמפאזער ווי א זינגער.


לדעתי: ער איז נישט סטאביל, ער קען זיין שטארק און שוואך מיט ביידע, אבער אין אלגעמיין זינגט ער בעסער, ער ספעציאליזירט זיך מיטן אריין געבן טעם און פארב אין א ניגון (בערך אזוי ווי מרדכי בן דוד) וואס דאס איז בעצם אויך א טייל פון קאמפאוזן.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:50 pm

· #54472
Espresso
האט איינער געהערט פון א קאמפאזער וואס רופט זיך "עממי"? ער מאכט עפעס מורא'דיגע קאמפאזיציעס וואס מ'קען טרעפן אויף כמעט יעדע קאסעטע.


יוסף משה כהנא פירט זיך צו שרייבן ביי זיינע טעיפ'ס אויף יעדער ניגון פון קרלבאך, "עממי"...

די ניגונים ברוך הגבר און ידן שטאמען אפיציעל פון גוים, שרייבט מען דעריבער אפיציעל "עממי".

ווידער זענען פאראן וועלטס באקאנטע ניגונים וואס זייער מקור איז נישט באקאנט:

צ.ב.ש שבשפלנו זכר לנו וואס ר' חיים באנעט שרייבט אויף איינע פון זיינע קינדער קאסעטעס "עממי" איז דאכט זיך פון ר' יענקלע ספינקער ז"ל.

דער וועלטס באקאנטער ליהודים איז פון האדמו"ר מסקולען

דער אנדערע באקאנטער ליהודים (פריגיש) איז פון הר' ברוך כהנא חדב"ן אדמו"ר מפשעווארסק.

די באקאנטע ונהפוך און שושנת יעקב (ביידע מעידזשער) זענען פון איינע פון די באבובער מלחינים, אדער פון חיים דוד בלום, אדער חזקאלע ראטענבערג,

דער באקאנטע חופה ניגון איז פון עזריאל מאנדבוים (אדער יוסאלע מאנדלבוים).

איזהו מקומן של זבחים (דער מעלאדי) איז אויך פון איינע פון די מאנדלבוים'ס.

קול רנה וישועה (דער אלטע באקאנטער) איז פון ר' חיים דוד בלום.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:01 pm

· #54477
ס'דא עפעס א קאמפאוזער אין לאנדאן מיטן נאמען גרשון פרנקל, ער האט פארפאסט דעם באקאנטן רייסערישן ניגון פאר אברהם פריד ירושלים אורה של עולם (דער אינטראו איז פון יוסי גרין); ברוך הבא מלך המשיח; און נאך ניגונים פאר אברהם פריד און אנדערע זינגערס צווישן זיי שלמי כהן און נאך.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:06 pm

· #54478
הרב מנחם קליין, מנגן בחצר נדבורנה און אויך אויף די טעיפ'ס פון ספינקא און סערעט, האט פארפאסט דעם באקאנטן זרעא חיי און ותן בנו און נאך גאר שיינע ניגונים שטייטע און שנעלע.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:32 pm

· #54797
אין צו די ניגונים פון הרב זושע שמעלצער וואס זאגט איר?

טוב טוב להודות, להודות לאהאשם...

שהשלום שלו (אויף דער טעיפ א סליחות נאכט אין קיעוו)

א סך פון זיינע ניגונים איז רעקארדירט אין זיין טעיפ שופר של משיח, מיט די הערליכע ארעינדזשמענטס פון משה לאופר.

לעמיל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:34 pm

· #54800
איך האב נישט געוויסט אז טוב להודות איז זושא'ס ניגון...
אז איך רעד שוין א גרויסען יישר כח ר' חאצקל איך מיין אז מ'קען שוין עפענען א היכל הנגינה פורום און שטעלען ר' חאצקל אלטס יו"ר

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:39 pm

· #54803
בלאט: 1 2 3