בן עקיבאבנוגע די גאנצע מעשה מיט'ן תשובה טוהן..
מיט מיינע קליינע אויגן זעהן איך צוויי ערליי מענטשן,
דער ערשטער ווערט אביסל בארואיגט פון איין זייט ווייל סוף כל סוף האט דער קרליבך תשובה געטוהן, אבער פון די צווייטע זייט הוא ער יעצט א הוכחה ברורה אז ר' שלמה האט עובר געווען אויף יעדן איסור דאורייתא, "ער זאגט עס דאך קלאר" א בחינה פון שקר באווייז.
דער צווייטער איז דער וואס איז אביסל באקאנט מיט רבי שלמה זצ"ל און הערט אים אויס פון מאל צו מאל, און ער האט אויך א ברייטערע ידיעה איבער די ברסלב'ע התבודדות (די זעלבע איז געווען ביי אלע צדיקים, נאר אין ברסלב איז דאס געווען מער א דרך), אזא איינער פארשטייט פארוואס רבי שלמה האט געזאגט אזעלכע ווערטער אויף זיך, רבי שלמה איז אויסגעגאנגען פאר א יעדעס אידיש קינד, ווען א איד האט אים נישט געוואלט געבן די האנט איז ער געווען גרייט אנציווערן זיין גאנצע עולם הזה און עולם הבא כדי דער איד זאל אים געבן די האנט, ווער רעדט נאך וואס ער וואלט אוועקגעגעבן פאר א האג.
און נאכמער מ'זעהט צדיקים וואס האבן געזאגט אויף זיך אז זיי האבן געזינדיגט מיט כל דבר אסור, און באמת זענען זיי געווען טהורים און קדושים, מ'זעהט עס גאר שטארק ביי רבי נתן פון ברסלב אין זיין ספר ליקוטי תפילות ווי ער וויינט זיך אויס ווי נידריג ער איז געפאלן אויב געדענק איך גוט זאגט ער אויף זיך אז אין לך יום שאין קללתו מרובה ד.ה. אז ער פאלט אן עי דעילי בעיסיס, און דערנאך איז ער זיך מחזק מיט דעם וואס ער האט זוכה געווען צו ליינען קריאת שמע... און אזוי זעהט מען אויך ביי אנדערע צדיקים.
רבי שלמה איז געווען א צדיק א יחיד בדור, זכותו יגן עלינו
בן עקיבא: ס'איז אמת אז ר' שלמה קארלבאך ע"ה איז זייער שטארק געווען אין די מידה פון אהבת ישראל. (איך האב אים איינמאל פערזענליך באגעגענט און געשמועסט מיט איהם.). אבער דער חילוק פון איהם ביז אנדערע צדיקים ווי למשל מוהרנ"ת און אנדערע איז אז זיי האבן נאר געזאגט אויף זיך אז זיי זענען די ערגסטע. אבער בפועל האבן זיי גארנישט געטון פון די אלע זאכן וואס זיי האבן אויסגערעכנט. און ר' שלמה דנן האט עס אלעס יא געטון...!
