☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?

וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8918
בלאט: 1 2

נהורא נפישא » דינסטאג מאי 19, 2015 11:40 am

· #276704
וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?
ווי באוויסט איז ר' שלמה קארליבאך ז"ל געווען די עמוד צלותהון דישראל, דער נועם זמירות ישראל, דער משתתף בצערתן של ישראל ובשמחתן, פון די די גרעסטע אינספאראציאנאלע פיגורן אין די וועלט פון מוזיק און ליטריגע, א מייסטער בעל מספר, ווי אויך אן אקטיווער ראבאי וואס איז ארומגעפארן איבער די גאנצע וועלט האלטן קאנצערטן און געבן חיזוק פאר מענטשן וואס האבן געלעכצט נאך דעם.

אין מיין פערזענליך לעבן פארנעמט ר' שלמה זייער א וויכטיגן ארט, אלס קינד בין איך אויפגעוואקסן הערענדיג זיינע הימלישע מעלאדיעס עוד בחיים חיותו, איך קען אלע זיינע שאפונגן, איך געדענק אויך אלס קינד ווי מיין טאטע האט אין יענעם פרייטאג נאכמיטאג געזאגט מיין מאמען איבער די בשורה לא-טובה פון די פטירה פון ר' שלמה.

ס'איז אבער נישט קיין סוד אז צו די זעלבע צייט האט זיך אבער ארויסגעשטעלט זייער אן אומבא'טעמ'טן פאקט וואס ווארפט א טונקעלע שאטן אויף זיין ליכטיגען אנדענק, ווען נאכן טויט פון ר' שלמה זענען אפירגעקומען מערערע פרויען וואס האבן געשילדערט וויאזוי ר' שלמה האט זיי פארגוואלדיגט.

אנהענגער האבן געזאגט אלע ערליי אויסריידן, ס'איז נישט אמת, ס'איז קנאה, ס'אוממעגליך צו זיין אמת, ס'געווען א כלליות'דיגע אהבה וואס האט געברענט אין אים, ס'ווערט אנגעוויזן אויפן פאקט אז ער האט זיך געהאלדזט און געקושט מיט כל צרוע וכל זב, מיט מענטשן וואס איז געווען ריחם נודף למרחוק.

די שאלה איז יעצט א פילפאכיגע
1) גלויבט איר אז ס'קען בכלל זיין אזא אניגמע, א מענטש מיט אזויפיל ליבשאפט זאל צו דער זעלבער צייט האבן אזא סעלפישנעסס און גורם זיין אזויפיל ווייטאג פאר אנדערע מענטשן ?
2) את"ל אז איר גלויבט אז ס'איז מעגליך אזא פאל, גלויבט איר אז דאס האט אויך געקענט זיין די פאל מיט ר' שלמה ?
3) את"ל אז איר גלויבט נישט אז דאס איז געווען די פאל מיט ר' שלמה, וויאזוי וואלט איר געהאנדלט אין קאפ ווען ס'שטעלט זיך ארויס אזא מציאות פאר אייערע אויגן ?

נעמט און באטראכט, פאר איר ענטפערט אז איר דארפט האבן א ברייטע האריזאנט פארנט פון זיך, צו קענען קאנפראנטירן אביעקטיוו אזא קאמפליצירטע פראגע, ס'איז א קנאפער חכמה אריינצופאסן פאקטן לויט וואס מ'וויל גלייבן.

ולסיכום, אויב גלויבט איר דאס אלעס אויף ר' שלמה, וואס פאר א לקח נעמט איר ארויס דערפון איבער די קאמפליצירטקייט פון די מענטשליכע נאטור און איבער די וועג וויאזוי מיר דזשאדזשן א מענטש'ס כאראקטער.
ספעציעל וויל איך איינלאדנען ר' @הוגה אלס איינער וואס איז גאר א שטארקער וואקאלע אקטיוויסט דא אין שטיבל אקעגן מאלעסטעישאן, זאל לאזן הערן זיין מיינונג.

chaims » דינסטאג מאי 19, 2015 11:51 am

· #276713
Re: וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?
לדעתי איז כמעט קלאר אז ער האט געטוהן פראבלעמאטישע זאכן
אבער עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז ער איז געווען א לעבענסרעטער פאר טויזנטער לעכצענדע נשמות
ער איז געווען א מענטש מיט אומבאשרייבליכע הרגשים און ליידער האט ער עס נישט געקענט אייביג קאנטראלירן

הוגה » דינסטאג מאי 19, 2015 12:25 pm

· #276732
איך ווייס נישט פארוואס מיין דעה איז וויכטיגער דא ווי אנדערע. איז דען א שאלה בכלל אז עס זענען פאראן עניגמאטישע מענטשן פון אלע סארטן אין דער וועלט? ובכלל, קענענדיג אביסל רבי שלמה'לע און זיין כאראקטער וואלט איך בכלל נישט אנגעקוקט אזא אויפפירונג ווי אן אניגמע. בנוגע צו איך גלייב די מעשיות אדער נישט, עס איז מיר שווער צו זאגן אז אזוי פיל פרויען האבן אויפגעמאכט מעשיות ממילא נעם איך עס אן אלץ אמת. (אגב, כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז ער האט געהאט צוטון מיט פעדאפיליע, אבער זיינע עבירות זענען גראב גענוג אן דעם.) וואס טוט מען למעשה? טו וואס איך טו. איך לאז קיינמאל מיין ווייב אליינס מיט אים. איך טראסט אים נישט לעבעדיג צו טויט.

Can you feel the wind
Can you feel the wind
Can you feel the wind of shabbos


.

יואב » דינסטאג מאי 19, 2015 12:40 pm

· #276743
שלא מן העניין, איך בין "נישט" אויפגעוואקסן מיט זיינע קאסעטן, ביי מיין טאט'ן אין שטוב איז ער געווען טרייף-פסול'ס, ער איז באטראכט געווארן אייניג מיט שבתאי צבי – גענוי ווי הרצל צו הרב קוק. ווען איך בין עלטער געווארן איז מיך פארגאנגען דעם אפעטיט פון הערן אומקלארע קאסעטן, בין איך כהיום יוצא מיט יודע גרין וחבריו.

קינדער פלעגן שטענדיג זינגען זיינע ניגונים (אויך נישט צופיל, איך בין דאך פארט נישט געגאנגען אין א חדר געבויט אויף און מיט השקפות צו ווייט פונעם עפל בוים) און איך האב געקאנט בעל פה לייבל וויינשטאק, יום טוב ערליך און שמע בני.

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 19, 2015 12:47 pm

· #276748
רבי שלמה איז געווען גאר א גרויסער פארזענדליכקייט, איך געדענק אמאל האט ער זיך אפגעשטעלט אין קרית יואל ביי איינער פון זיינע ידידים, ער איז דאן געווען אויפן וועג ארויף צו די קאנטרי, און עס איז געווארן א שטיקל אנלויפעניש, רבי שלמה האט יעדען אויסגעהעט מיט געדילט, און אויפן פלאטץ געזינגען יעדע ניגון וואס עמיצער האט נאר פאלאנגט פין אים, ער איז באמת געווען גארנישט ביי זיך. ונפשי כעפר לכל תהיה... עס איז דא א תשיבה אין איגרות משה פון הגאון הגדול רבי משה פיינשטיין ז'ל ווי ער איז מתיר פאר מרי נפש צו הערן זיינע קאסעטעס, טראץ דעם וואס ע''פ הלכה טאר מען נישט הערן סתם אזוי קיין מוזיק אלס חורבן בית המקדש... ער האט פארמאגט א גיוואלדיגע נשמה, ער האט נישט איבערגעלאזט זיינס גלייכען, אין די אלע וואס פראבירן זיך איינצורעדן אז זיי קענען אים מ''מ זיין, הבל יפצה פיהם... רבי שלמה איז געווען איינס, און נאר איינס.... רבי שלמה בן רבי נפתלי ע''ה....

נהורא נפישא » דינסטאג מאי 19, 2015 12:52 pm

· #276752
הוגה, לאמיך אביסל בעסער מסביר זיין מיין פראגע.
קענסט זיך פארשטעלן אלס איינער וואס טוט אדוואקאטירן דאס פארשפארן ר' שלמה'ן אינטער גראטעס, אויב מ'וואלט אים פאר'משפט נאך בחיים חיותו.
ווערט זיין מוזיק נישט פסול קיין כי הוא זה, נאך אלעם איז מוזיק געמאכט פאר אינספיראציע.
ווען די רעדסט ארום איבער שטריכן פון ר' שלמה ביסטו נישט מער באקוועם נישט צו רעדן פון די נעגאטיווע חלק פון זיין פערזענליכקייט ?

נהורא נפישא » דינסטאג מאי 19, 2015 12:56 pm

· #276754
קאך לעפל די נידון אין אגרות משה איז נישט איבער די פראגע צו מ'מעג הערן אלס חורבן ביהמ"ק, נאר צו מען מעג אים הערן בכלל אלס איינער וואס איז אנגעבליך געווען א שותומ"צ און איז ארויס לתרבות רעה, ר'משה טרעפט נישט קיין איסור מצד הלכה צו הערן מוזיק פון אנשים שאינם הגונים.

הוגה » דינסטאג מאי 19, 2015 12:58 pm

· #276757
פארוואס האסטו דיך אנגעטשעפעט אין מיר? איז דא איינער דא וואס האלט אז סעקסואל הערעסמענט איז אקעי? פרעג ביים עולם.

עס קומט אים די זעלבע משפט וואס עס קומט עני אנדערע מענטש אין די וועלט. זיינע מעלות מאכן נישט קלענער די עוולות, אויב עפעס מאכט עס גרעסער. בנוגע אויב עס מאכט זיין מוזיק פסול וועל איך לאזן פאר די וואס פארשטייען אין די ענינים אז זיי זאלן טיילן דעות. אין מיינע אויגן, אויב האב איך ליב א ניגון וועל איך עס זינגען, ספעציעל אויב איך גלייב אז עס איז געמאכט געווארן מיט גוטע אינטענטשאנס.

איך בין בכלל נישט באקוועם צו רעדן מגדלות רבי שלמה'לע, טאקע מטעם זו.

דו ביזט מיט עפעס מחולק מיט מיר דא?


.

נהורא נפישא » דינסטאג מאי 19, 2015 1:04 pm

· #276759
איבער די פראגע פון מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי, צום ערשט ווייל ביזט דאך א באזעסענער אינגערמאן, נאך מער, ווייל איך געדענק אין פריערדיגע אשכולות האסטו געהאט זייער א קאנסערוואטיווער בליק איבער מאלעסטארערס, האב איך פשוט געוואלט זען צו דו ביסט אויפריכטיג כאטש צו דזשאדשן יעדעם אייניג.

א איד » דינסטאג מאי 19, 2015 1:13 pm

· #276764
פרויען האבן זיך אפגערעדט אז ער האט זיי פארגוואלדיגט שלא ברצונם?
אדער זיי האבן סתם פארציילט אז ער האט געהאט א גוד טיים מיט זיי?

נהורא נפישא » דינסטאג מאי 19, 2015 1:21 pm

· #276766
א איד, יא שלא ברצונם
די נקודה וואס כ'האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען איז, אז ס'קוקט מיר אויס מורא'דיג פאלטש די וועג וויאזוי מיר משפט'ן מענטשן, מענטשן וואס זענען אין אלגעמיין סימפאטישע מענטשן פארמאגן א געוויסע חולאת, קען זיין אז ס'איז נישט פארהאן קיין היילונגס מיטל, און אמת טאקע אז פאר יעדען פרייז דארף די געזעלשאפט זעהן אז קיינער זאל נישט דארפן ליידן צוליב יענעמ'ס חולאת,
דאס איז אבער אנדרעש ווען מיר באטראכטן יענעמס אויפפירונג אלס רשעות, וואס דאן דארף מען יענעם אינטערברענגן נאך מער וויפיל ס'פעלט אויס אז זיינע מעשים זאלן נישט שאטן פאר אנדערע.
סך הכל וויל איך מאכן די קעיס, צו איינער האט סיי וואספארא פסיכלאגישע פארשטאנד צו נישט, איין וועג אדער די אנדערע גייט קומען דער טאג וואס ער גייט דארפן דיעלן אויפריכטיג מיט אזא טשאלענדזש

משבק » דינסטאג מאי 19, 2015 3:18 pm

· #276820
ברויך מען אלזא טוישן דעם קעפל צו ״וואס טוט מען מיט ר הוגה״

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 19, 2015 3:49 pm

· #276837
א איד
פרויען האבן זיך אפגערעדט אז ער האט זיי פארגוואלדיגט שלא ברצונם?
אדער זיי האבן סתם פארציילט אז ער האט געהאט א גוד טיים מיט זיי?

א איד: לויט די היינטיגע וועלטליכע (נישט תורה'דיגע) סטענדערדס וואלט ער זיכער באשולדיגט און באזייטיגט געווארן פון סאסייעטי. אבער דאמאלס האט קיינער נישט גערעדט אדער זיך באקלאגט אויף איהם און ס'איז אלעס געווען אין בעסטן ארדענונג. והא ראיה אז די אלע אפיציעלע באשולדיגונגען און דערציילונגען זענען ארויסגעקומען נאכדעם וואס ער איז שוין געשטארבן...!

שושן פורים » דינסטאג מאי 19, 2015 3:52 pm

· #276840
קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל ווען האבן גערעיפט, ער האט געטון מצוות? דאס יא!!
אדער זיי מעלה געווען לעולם האצילות כדברי הרב בערלאנד

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 19, 2015 4:02 pm

· #276845
שושן פורים
קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל ווען האבן גערעיפט, ער האט געטון מצוות? דאס יא!!
אדער זיי מעלה געווען לעולם האצילות כדברי הרב בערלאנד

שושן פורים:...לויט די היינטיגע וועלטליכע (נישט תורה'דיגע) סטענדערדס, כבר אמרתי...!

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 19, 2015 4:14 pm

· #276852
מען פארציילט נאך, (איך ווייס נישט ווי ווייט אמת עס איז) אז רבי שלמה האט באקומען סמיכה פון הגאון הגדול רבי אהרן קאטלאר ז''ל, און נאך דעם וואס ער איז געפארן בשליחות פינעם ליבאוויטשער רבי'ן (שליט''א) ז''ל קיין סאנספארציסקא אויפטאן פאר אידישקייט, ביזדערווייל האט מען נאכגעהערט אז אנשטאט אויפטאן פאר אידישקייט שפילט ער זיך ארום מיטן אבר פון צווישען דער פוס, האט אים עס הגאון רבי אהרן צוגענומען, נאכאמאל איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, איך בין נישט דארט געווען, וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז רבי שלמה ז''ל האט אלעמאל געהאט א נאמען ווי זיין אהבת ישראל איז מער ווי במחשבה, און ער האט אהבת ישראל / ישראלית, בפועל ממש, באהבה בילתי מצרים....

I'm back » דינסטאג מאי 19, 2015 4:19 pm

· #276855
קאך_לעפל
מען פארציילט נאך, (איך ווייס נישט ווי ווייט אמת עס איז) אז רבי שלמה האט באקומען סמיכה פון הגאון הגדול רבי אהרן קאטלאר ז''ל, און נאך דעם וואס ער איז געפארן בשליחות פינעם ליבאוויטשער רבי'ן (שליט''א) ז''ל קיין סאנספארציסקא אויפטאן פאר אידישקייט, ביזדערווייל האט מען נאכגעהערט אז אנשטאט אויפטאן פאר אידישקייט שפילט ער זיך ארום מיטן אבר פון צווישען דער פוס, האט אים עס הגאון רבי אהרן צוגענומען, נאכאמאל איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, איך בין נישט דארט געווען, וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז רבי שלמה ז''ל האט אלעמאל געהאט א נאמען ווי זיין אהבת ישראל איז מער ווי במחשבה, און ער האט אהבת ישראל / ישראלית, בפועל ממש, באהבה בילתי מצרים....


צוגענומען זיין אבר?

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 19, 2015 4:21 pm

· #276857
I'm back
קאך_לעפל
מען פארציילט נאך, (איך ווייס נישט ווי ווייט אמת עס איז) אז רבי שלמה האט באקומען סמיכה פון הגאון הגדול רבי אהרן קאטלאר ז''ל, און נאך דעם וואס ער איז געפארן בשליחות פינעם ליבאוויטשער רבי'ן (שליט''א) ז''ל קיין סאנספארציסקא אויפטאן פאר אידישקייט, ביזדערווייל האט מען נאכגעהערט אז אנשטאט אויפטאן פאר אידישקייט שפילט ער זיך ארום מיטן אבר פון צווישען דער פוס, האט אים עס הגאון רבי אהרן צוגענומען, נאכאמאל איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, איך בין נישט דארט געווען, וואס איך מיין ארויסצוברענגען, אז רבי שלמה ז''ל האט אלעמאל געהאט א נאמען ווי זיין אהבת ישראל איז מער ווי במחשבה, און ער האט אהבת ישראל / ישראלית, בפועל ממש, באהבה בילתי מצרים....


צוגענומען זיין אבר?


נע... איך גלייב נישט אז רבי אהרן זאל דאס האבן געטאן, (כאטש עס וואלט נישט שלעכט געווען) כ'וואלט ענדערש געזאגט צוגענומען דער סמיכה, נישט אזוי ידידי שר החמש מאות?

קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 19, 2015 4:28 pm

· #276861
אראפגעשניטן

בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 4:36 pm

· #276866
[

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:31 pm

· #277731
איך גלייב נישט די אלע מעשות אויף איהם (אקעיגן איהם)

איך וויל אבער זאגען צוויי זאכן.
עס איז נישט קיין חלוק ווי אזוי ענק האלטן. יעצט למעשה איז ער שוין א שוכן עפר. און שוין פאר שיינע פאר יאהר. און ווי מיר ווייסען אז דער משפט פון א רשע אין גיהנם איז פאר י"ב חודש. איז יעצט טאהר מען שוין טאקע נישט רעדן אויף איהם. ווייל טאמער וואלט ער יא אנגעקומען צום גיהנם, יעצט איז ער שוין מער נישט דארט.

צווייטענס, עס איז זייער אינטעריסאנט. מען בארעדט און באשמוצט איהם אבער זיינע ניגונים זינגט מען, און זיינע מעשות דערציילט מען איבער. איז ווי אזוי גייט דאס?

אויב מען האלט אז ער האט טאקע געטוהן די זאכען איז ער דאך געוועהן א רשע. איז ווי אזוי מעג מען?
נישט נאר זינגן אפי' צוהערן?

און אסאך מאכן נאך א קרליבך שבת.

לאצט איהם רוען במנוחה. היינט איז שוין דא גרעסערע פיש. היינט איז דא רעבנים וואס האבן געטוהן די אלעס וואס מען זאגט אויף איהם און נאך אסאך מער.

איך אויך » דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:40 pm

· #277736
מה הקשר? די אלע פרויען דארפן זיך יעצט פילן ווייניגער פארשעמט און גענוצט ווייל ער איז ארויס פון גיהנם? ווער גיבט דיך רעכט מוחל צו זיין יענעם'ס עבירות?

הבא ללמד » דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:11 pm

· #277758
שש איך האף אז די גייסט נישט זיצען ביין ב"ד של מעלה, די ביסט צי שטרענג

הבא ללמד » דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:33 pm

· #277762
קיינמאל נישט מאנס געווען ממש נאר געטיען אימאיידעלע זאכען

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:00 pm

· #277820
וויטה אלל דו ריספעקט. די צדיקים ביים מחול. (לצים, טראכטס נישט וואס פארא מליצות מ'קען אלץ שרייבן...) זענען איהם מוחל אראפצולייגן דעם קארלבאך שטיקל...!

קאמענטירער » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:15 pm

· #277838
איך ווייס נישט צו די מעשה איז אמת, מדערציילט אז ר׳ אהרן קאטלער ז״ל האט אים געוואלט נעמען פאר אן איידעם אבער ער האט זיך אויס גענומען אז ער מוז אראפ לייגען די קעטאר און ר׳ שלמה האט נישט מסכים געווען.
די מעשה איז אמת? סשטימט מיט די יארען?
סקען גאר זיין אז ר׳ אהרן קאטלער האט בכלל נישט געהאט קיין טעכטער.....

איך אויך » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:11 pm

· #277857
מה זה קעטאר?

וכדומה.. » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:15 pm

· #277858
לכאורה מיינט ער GUITAR

הקטן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:40 pm

· #277864
חברה, דער איד לעבט שוין נישט ס'איז זיכער נישט כדי צו רעדען בגנתו
ער האט אויך זייער אסך זכותים.

און הימעל רעכענט מען זיך אויך מיט וואס מען זאגט אין ק"ש (אזוי שטייט)

נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:51 pm

· #277866
Re: וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?
כל האומר שלמה חטא אינו אלא טועה.
וואס איז דאס אנדערשט פון אלע גרויסע הייליגע תנך פיגערן וואס האבן געזינדיגט.
אז מאיז געזינט איז דא ריסקס פון זינדיגען. אז משנייט אפ די הענט קען מען נישט זינדיגן.

קליגער אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:52 pm

· #277867
ער האט דאך תשובה געטאן אויך. ניין? עפעס אזא מעשה איז דא

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:41 pm

· #277887
קליגער אינגערמאן
ער האט דאך תשובה געטאן אויך. ניין? עפעס אזא מעשה איז דא

אז ס'איז דא די אלע אנדערע מעשיות, איז דא די מעשה אויכעט... 😂

מור וקציעה » פרייטאג מאי 22, 2015 12:58 am

· #277910
[ציטאט אראפגענומען]


רבי שלמה'לה עם יבלחט''א כ''ק אדמו''ר שליט''א

(כמדומה שרואין שם מאחורי האדמו''ר את הרב צבי מאיר זילברברג)

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=0x8-wal9whw">https://www.youtube.com/watch?v=0x8-wal9whw</a>

בן אדם » פרייטאג מאי 22, 2015 1:02 am

· #277912
אני שמעתי כבר לפני כמה שנים, שהוא עושה השתתחות על קברו. וחסיד אמשינובי אמר לי פעם שבאמשינאוו, קרליבך נחשב לל"ו ניק. (יש לציין שבעצם אסור לעשות השתתחות, רק בקבר של אדם גדול.

הוגה » פרייטאג מאי 22, 2015 9:23 am

· #277947
[ציטאט אראפגענומען]


נישטא קיין הערצה און נישט קיין השתטחות על קברו, איר מאכט מיר אלע לאכן. רבי שלמה'לע איז אלץ געווען א מבקש. אין סאטמאר און אין בעלז וואלט מען אים קיינמאל נישט אריינגעלאזט. די אמשינוב'ער רבי מיט זיין אויסערגעווענטליכע אהבת ישראל וועט נישט רעדן אדער לאזן רעדן אויף קיין שום איד (מענטש) שבעולם אפילו אויף דער גרוע שבגרועים. און אוודאי וועט ער אים נישט אוועק שוקן. ממילא, ווען ער איז געקומען קיין אמשינוב האט מען אים אויפגענומען כאחד החסידים. ער האט געוואלט זינגען האט מען אים געלאזט זינגען. אבער פון דעם ביז הערצה, גיין צו זיין קבר וכדומה? איר מאכט מיר אלע לאכן. באלד וועט מען זאגן אז אמשינוב'ער רבי האט זיך געקוויטלט ביי אים.


.

יואליש » פרייטאג מאי 22, 2015 10:22 am

· #277956
וואס טיט מען מיט ר' שלמה קארלבאך און כמו ר' ישראל נאגרא אדער וואס טיט מען מיט זיייערע ניגונים? די אשכול דיעלט מיט די פערזענליכקייט און נישט די ניגונים. כ'מיין אז די וועלכע פארהייליגען און מיטאלעזשייסן דעם עצם פיגור וועלן זיין טויב פון הערן קריקטיק און דאס איז א פראבלעם, ווייל פאר דיין הנאה צו האבן א פערפעקט אימעזש פונעם פיגור כדי דיין עקספעריענס מיט זיינע ניגונים זאל זיין פולקאם טוסטו בא'עוולה'ן אנדערע מענטשן וועלכע שפירן זיך פריש פארגוואלדיגט אז מ'פארלייקענט זייער צער.

פון קאבי ברייען, ביז ביל קאזבי, ביז דעוויד לעדערמאן, ביז שלמה קארלבאך ומעלין בקודש וחול, יעדער מענטש איז סעלפיש און קאמפלעצירט און עלול צו באגיין עוולות גרויסע און קליינע און ס'איז לעכערליך און סעלפיש עס צו פארלייקענען בלויז ווייל דער פערזענליכקייט איז געווארן צי גרויס און צי טייער צו פארשווארצן.

בנוגע צו מ'קען הנאה האבן פון די מענטשן'ס יצירה, פון נאצי פראדוקטן ביז קאמעדי ונגינה פון פערזענליכקייטן וועלכע האבן מצער געווען מענטשן וועלכע לעבן נאך, ווענד זיך אין די פאקט אויב ס'איז דא מענטשן וועלכע ווערן יעצט פאר'צערט דערפון. און דאס איז אסך געוואנדן צו מ'אפארלייקענט דעם וויקטעם'ס צער אדער מ'עקנאלעדזשעט עס. דאס הייסט א וויקטעם וועלכע זעהט זייער פארגוואלדיגער אויבנאן אדער אויפן סטעידזש שפירט אז דאס קומט אויפן חשבון פון פארלייקענען זייער געשיכטע,און דאס איז א פרישע רעיפ.

שושן פורים » פרייטאג מאי 22, 2015 10:43 am

· #277957
איך אויך
מה זה קעטאר?

קעטאר איז אן אראביש לענדל און כנראה האט הגר"א קאטלער נישט אנגענומען שיטת נטורי קרתא ודומיהם אבער ר שלמהלע מחמת זיין גרויס אהבה האט יא געוויזן הערצה צו די קוזינען. און ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט "פעמילי איז פעמילי "

איך אויך » פרייטאג מאי 22, 2015 11:31 am

· #277964
נישט קיין שלעכטן פשעטל פאר שושן פורים.

אייניקעל » דינסטאג מאי 26, 2015 9:33 am

· #278120
לעניות דעתי איז די גאנצע מעשה אויסגעזויגן פון פינגער
די אלע קלעימס זענען באזירט אויף א 1998 ארטיקל אין א פעמעניסטישע מאגאזין וואס האט ערשיינט נאך זיין פטירה, אן קיין שום נעמען וואס זאל דינען אלץ עדות, זייט דעמאלטס ווערט די זעלבע ליגענט איבערגעקייט דורך איין פארריקטע פרוי אויף איר בלאג, ווען איך האב איר איינמאל געפרעגט היתכן פאר כמעט 20 יאר שוין און עס איז נאך קיין איין פרוי נישט ארויסגעקומען מיט א "ביי מיר האט עס פאסירט" נישט אויף ווידאוי און אפילו נישט אויף אודיאוי? זי איז געבליבן מיט די צונג אינדרויסן, אזש ס'הענגט נאך יעצט, איז ממילא בלייבט עס א שיינער למיחש מיהא בעי אבער גלייבן עס פארוואס עפעס??

Innocent until proven guilty איז א גילטיגע כלל סיי מצד תורה און סיי מצד חוק מדינה
זיין צדקות און מסירת נפש איז לאידך גיסא יא ברייט באקאנט און רעקאדירט איז ממילא נישט פארהאן קיין שום מאטיוואציע אנצונענעמן לשון הרע פון אפאר אנאנימע מרי נפש.

און אז מ'רעד שוין לאלו היודעים פלעגט ר' שלמה ארומהאלזן דעם ערגסטען פארחזרטער לייזיגער בן אדם וואס האט געשטונקן און שפייעכס גערינען פון מויל מיט די זעלבע מאס אהבה און שמחה ווי ער האט ארומגעהאלזט א מיידל
נישט אז עס איז אויסגעהאלטן ארומצוהאלזן פרעמדע מיידלעך אבער ס'איז נישט פאר אונז דן צו זיין!
צענדליגער און הונדערטער פון די מיידלעך האבן נישט עקספירענסט קיין ליבשאפט פאר יארן און זענען אדאנק דעם געווארן בעלי תשובות נאכדעם ווי ס'האט אויסגעקוקט אז סאיז פארפאלן אויף אייביג

ר' שלמה האט מפקיר געווען זיין אייגענע נשמה פאר עם ישראל מט אמתע מסירת נפש פאר די וואס קענען זיין היסטאריע מיט אן אמת, אז א יוד האט געדארפט געלד, א קאפל, א ציצית, אפאר תפילין האט ער תיכף ומיד עס אוועקגעגעבן בלי שום חשבונות, נישט אומזיסט האט דע אמשינאווער רבי געהאלטן פון אים עולמות והבן

דער ליבאוויטשער רבי זצל האט זייער נישט געהאלטן פון זיין דרך, כאטש ר' שלמה האט געהאלטן עולם ומלואו פון אים אלץ זיין רבי ומרה דרך האט ער געזעהן אז דא איז פארהאן א שרעקליכע בראך ביי עם ישראל קיינער געבט זיך נישט אפ מיטן מקרב זיין די אלע היפפיס די אלע אנטי-עסטעבלישמענט מענטשן במשך די 60 70 יארן, זעענדיג ווי טויזענטער יודישע נשמות פליען אראפ אין תהום ואין איש שם על לב האט ער אויפגעגעבן אויף זיין אייגענע עבודת השם און זיך אריינגעווארפען אין די ארבעט בכל לב ונפש

קומען רבי'לעך וואס זענען עוסק מיט מסירות נפש אין כבוד געלט מחלוקת ושנאת חנם און זיי פארשטייען אז דער קרלבך איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, גיוו מי עי ברעיק

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 26, 2015 9:36 am

· #278121
[ציטאט אראפגענומען]


אבער אויב ער וואלט געגאנגען מיט א שטריימעל ? וועט ער יא זיין ביים מחול לצדיקים?

הקטן » דינסטאג מאי 26, 2015 12:49 pm

· #278170
אייניקעל

קומען רבי'לעך וואס זענען עוסק מיט מסירות נפש אין כבוד געלט מחלוקת ושנאת חנם און זיי פארשטייען אז דער קרלבך איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, גיוו מי עי ברעיק

אן די גייסט פין ר' שלמה
נעם אראפ די ליין, מיין זיסע טייערע ברידער, און איך געב דיך א לייק

אייניקעל » דינסטאג מאי 26, 2015 3:12 pm

· #278229
הקטן
אייניקעל

קומען רבי'לעך וואס זענען עוסק מיט מסירות נפש אין כבוד געלט מחלוקת ושנאת חנם און זיי פארשטייען אז דער קרלבך איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, גיוו מי עי ברעיק

אן די גייסט פין ר' שלמה
נעם אראפ די ליין, מיין זיסע טייערע ברידער, און איך געב דיך א לייק


הקטן און די גייסט פון ר' שלמה ברויך איך נישט קיין לייקס
תודה רבה ותשואות חן

הקטן » דינסטאג מאי 26, 2015 3:20 pm

· #278234
וואס מאכט דיך מיינען אז ר' שלמה האט נישט געדאפט קיין לייקס?
מען קען נישט לייקן א צווייטען אויב דארפסטו נישט קיין לייק

moshav zekeinim » מאנטאג יוני 1, 2015 2:10 pm

· #279566
מען דארף דא נעמעו איו באטראכט עטליכע שטאפלען, 1) צו עס איז טאקע אמת, 2) און אז יא, ווי ווייט אמת, און צום לעצט 3) אפילו עס איז אמת אופן. גראבסטן במיזיד'יגסטער פארנעם, וויאזוי שאצט מען דאס אין פראפארציע כלפי אנדערע סארט רשעות פון אנדערע סעלעברעטיס און בעלי השפעה, ווי רבנים רבי'ס, מחנכים, גבירים, שרייבערס, און היסטארישע רעספעקטפולע מלכים, וואס צומאל זענען זייערע עולות טויזנטער מאל ערגער בכמות ובאכות, נאר וויבאלד זיי האבן פארנומען א מקום מכובד אין די וועלט, בנוסף וואז די עוולות זענען נישט אזוי "מיעס" ווי מאלעטעישן, ווער רעדט נאך פון מינופאלאטערישע עוולות פון אונטערן טיש אויף וואס מען קען נישט פוינטן דירעקט. איז געלאנגען צו דערשטיקן יעדן ערעור.

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 1, 2015 2:54 pm

· #279573
קיינער קען נישט קומען און זאגן אז דער רבי שלמה איז געווען אן אויסגערופינער בעל עבירה...

יא זיין מהלך אין קירוב איז געווען גאר קאמפלעצירט פיל אנדערש ווי מיר האבן געזעהן ביי אבותינו ורבותינו.
דאס אז ער האט עוסק געווען אין חיבוק און נישוק מיט לאו דווקא בלויז פון די מענערישע געמיינדע איז אויך קיין סוד נישט.

בס''ה האט ער געהאט גאר א קאמפלעצירטע נשמה.
און עס איז זייער שווער צו גלייבן אז א אדמו''ר מעג ער אפילו זיין אזוי פארדרייט ווי דער אמשינובער צדיק, זאל האבן קיין געשטיצט זיין מהלך עבודה...

עס איז געווען אמאל א גרויסער חזן וואס פרעגט זינגען אין טיאטערס, און ער איז געקומען צו זיין רבי אמאל פרעגט אים זיין רבי הייתכן די זינגסט אין טיאטערס? זאגט דער חזן פארן רבי'ן אז ער זינגט דארט בלויז מחזיר בתשובה צו זיין די אפגעפאלענע אידן וואס גייען אין די טיאטערס. פרעגט אים דער רבי, און ווי זענען זיי? די אידן וואס די ברענגסט ציריק מיט די חזונות אין די טיאטערס? פארשטייט זיך אליינס אז זיי זענען נישט געווען צו האבן..
רבי שלמה האט געוואלט מאכן בעלי תשובות... ער האט באמת געוואלט... דעריבער האט ער זיך געפירט מיט זיין איינגארטיגער דרך... אבער למעשה ווי זענען די אלע בעלי תשובות? עין לא ראתה אלוקים זלותך.....

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 1, 2015 3:36 pm

· #279590
קאך-לעפל: ייש"כ. דו האסט נאך געגעבן די בעסטע אפשאצונג איבער ר' שלמה קארלבאך ז"ל. הגם די אנדערע פאזיטיווע פראוון צו לערנען פשט אין איהם. ספעציעל פון יואליש, מושב זקנים און אנדערע זענען אויך לויבנסווערט. די אונטערשטע שורה איז אז ער איז געווען א טייערע נשמה וועלכער האט לכתחילה זיכער געמיינט גוט. נאר ס'האט זיך דערקייקלט צו א מצב וועלכער איז נישט אנגענומען ביי רוב סטאנדארטע ערליכע אידן און חסיד'ישע רבי'ס. ממילא איז פארשטענדליך פארוואס רוב גרויסע רבי'ס, אדמורי"ם און פירנדע פאבליק פיגורן אין אין די רעליגיעזע וועלט האבן זיך דערווייטערט פון איהם. אבער, פון די אנדערע זייט. די אלע נישט גוטע שמועות איבער זיין פערזענליכע התנהגות זענען היבש איבערגעטריבן און האבן נאר א ווערט לויט די היינטיגע פארדארבענע פעמיניסטישע סטאנדארטן. און זענען קיינמאל נישט דערמאנט געווארן ביי זיין לעבן, אז מ'זאלל איהם קענען קאנפראנטירן מיט די באשולדיגונגען. איז דאך א ראיה אז ס'איז שקר וכזב...!

יעלה ויבא » מאנטאג יוני 1, 2015 3:58 pm

· #279599
Re: וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?
קאך_לעפל
קיינער קען נישט קומען און זאגן אז דער רבי שלמה איז געווען אן אויסגערופינער בעל עבירה...

יא זיין מהלך אין קירוב איז געווען גאר קאמפלעצירט פיל אנדערש ווי מיר האבן געזעהן ביי אבותינו ורבותינו.
דאס אז ער האט עוסק געווען אין חיבוק און נישוק מיט לאו דווקא בלויז פון די מענערישע געמיינדע איז אויך קיין סוד נישט.

בס''ה האט ער געהאט גאר א קאמפלעצירטע נשמה.
און עס איז זייער שווער צו גלייבן אז א אדמו''ר מעג ער אפילו זיין אזוי פארדרייט ווי דער אמשינובער צדיק, זאל האבן קיין געשטיצט זיין מהלך עבודה...

עס איז געווען אמאל א גרויסער חזן וואס פרעגט זינגען אין טיאטערס, און ער איז געקומען צו זיין רבי אמאל פרעגט אים זיין רבי הייתכן די זינגסט אין טיאטערס? זאגט דער חזן פארן רבי'ן אז ער זינגט דארט בלויז מחזיר בתשובה צו זיין די אפגעפאלענע אידן וואס גייען אין די טיאטערס. פרעגט אים דער רבי, און ווי זענען זיי? די אידן וואס די ברענגסט ציריק מיט די חזונות אין די טיאטערס? פארשטייט זיך אליינס אז זיי זענען נישט געווען צו האבן..
רבי שלמה האט געוואלט מאכן בעלי תשובות... ער האט באמת געוואלט... דעריבער האט ער זיך געפירט מיט זיין איינגארטיגער דרך... אבער למעשה ווי זענען די אלע בעלי תשובות? עין לא ראתה אלוקים זלותך.....

I know a family that lived in California totally frei and only because of R' Shlomo
They became ballei teshuva 1 of them a chushever soifer in EY 1 a chasidishe yingerman in BP and 2 brothers siting in Lakewood in koilel

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 1, 2015 5:03 pm

· #279612
בסדר איך ציה ציריק.... אויב עס קומען אידן (אפילו ווירטיאלע) און זאגן אז זיי קענן אידן וואס אונזער באליבטער רבי שלמה האט מחזיר געווען לתשובה. ציה איך ציריק פון מיין תגיבה. והשם הטוב יכפר. אשרי לו ואשרי חלקו....

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 1, 2015 5:22 pm

· #279620
אנאנים: איך ווייס נישט אויב איך זאלל דיר ענטפערן אויף אידיש אדער אויף אונגאריש... 😂 אבער אין דיין פריערדיגע תגובה, וועלכע איז , בדרך אגב זייער גוט גשריבן בטוטו"ד. נאר איין קליינע הערה. דער מושג "מעין דמעין", אזוי ווי דו האסט עס געוואלט ארויסברענגען שרייבט מען נישט מיט אן "אלף" נאר מיט אן "עיין, אויסער אז איך לערן אז בת אלף כבת עיין... 😂 ...!

moshav zekeinim » מאנטאג יוני 1, 2015 6:32 pm

· #279637
אויך איך ווייס פון א גרויסע משפחה שטריימל אידן וואס די עלטערן זענען פרום דורך ר' שלמה קארלבאך. ר' שלמה האט דעם טאטן אוועק געשיקט נאכדעם ואס ער איז גענצליך פרום גיווארן, זאגנדיג אז עא זאל זיך אנשליסן צו א חסידות.

די משפחה האלט פון רבי שלמהלע אלץ א צדיק נשגב ווי פון די תלמודי בעל שם וועמעןס מעשים עס זענען העכער מהשגות אנוש.

און לאמיר אויך נישט פארגעסן וויפיל יידן זענען נישט אוועק פון אידישקייט א דאנק אים
בלאט: 1 2