אזוי צי אזוי, עס איז דא צדדים לכאן ולכאן, און מען מוז נישט זאגן יא אדער ניין נאר וויבאלד מען באלאנגט צו א געוויסע חסידות, ווייל אין יעדע חסידות איז דא מענטשען וואס האלטן אז עס וואלט געדארפט זיין פארקערט..
בחורים ביי חברים'ס חתונות
118 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2198
אוי טאטיאון דרך אגב, איך מיין קיינעם נישט אינטערצורייסן אבער די תקנה הייבט צוביסלעך אן אפגעשוואכט צי ווערן, כ׳בין די וואך געווען ביי א חתונה פון א ק׳י תלמוד, און עס זענען געווען היבש אפאר בחורים דארט.
לויט ווי איך זעה דא, איז עס אלע יארן געווען א תקנה נאר עס איז געווען אפגעשוואכט ביז מען האט זיך גענומען דערצו, איז קען זיין יעצט איז אויך שוואכער אבער מען וועט עס נאכאמאל נעמען שטרענג.
עס איז נישט אפגעשוואכט געווארן.. די אלע בחורים וואס דו האסט געזעהן זענען שוין רויב דערפון געווען חתנים וואס מען האט נישט צוריגענומען די זמן
איך רעד נישט פון חתנים, איך רעד פון בחורים וואס לערנען נאך אין ישיבה.
--
נאכאמאל! מען דארף מיך נישט סתם אפפרעגן מיט שטותים, איך שרייב עס נישט אלץ א פראבלעם פון די ישיבה וכדו׳, עס איז נישט מער ווי נארמאל ביי בחורים נישט זיך צוצישטעלן צו א תקנה.

אוי טאטילעמילאויב איז עס א אלטע תקנה פארואס האט עס נישט די ישיבה פון מהרז"ל אויך???
און פארוואס איז עס נישט אנגעגאנגען ביים בעל ברך משה?
מיר האט מען אויסגעלערנט אז אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות! איך גלייב אז ער ווייסט וואס ער טוט, און ער האלט עס איז נישט קיין פראבלעם.
(אפשר קען מען זאגן, אז אין וויליאמסבורג איז גרינגער, ווייל רוב חתונות זענען דא, און מען דארף נישט טרעוולען יעדע נאכט, איז עס נישט אזוי שווער?! איך ווייס נישט..)
עפעס תקנות איז דא, איך מיין אז מען דארף אהיים גיין פריער וכד' און נאר פון שיעור ב' קען גיין , און ק"י איז אויך אמאל געווען אזוי
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2981826&forum_id=15065">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... m_id=15065</a>
וואס זעהט מען דארט? איך קען עס נישט זעהן..
שרייבער]
", די הנהלת הישיבה האבן פרובירט צו פארענטפערן אז וויבאלד די בחורים האבן אלע יארן געלערנט און פארברענגט צוזאמען מיטן חתן ממילא וויל מען זייער שטארק גיין אויף די חתונה משמח זיין, דער רבי האט אבער נישט נאכגעלאזט פרעגנדיג: וואס האט איינס מיטן צווייטן?!
דער רבי האט אבער נישט מסכים געווען צו דעם און געזאגט: "ח"ו, אויב אפאר בחורים גייען גייט שוין יעדער".
נ ווי קומען בחורים זיי זאלן גיין צו א חתונה, ער האט אזאנס נאכנישט געהערט, אבער מען האט איהם געזאגט אז בחורים האבן דאך א תאוה, ס'איז שווער מסביר צו זיין פאר אנדערע, אבער דאס איז דער מציאות.
אויב דער באריכט איז אמת דארף דער רבי ערנסט א פסיכאלאג זאל מברר זיין וואס איז געגאנגען ראנג צווישען עם און זיינע חברים אז ער פארשטייט ממש נישט וואס האט א בחור צו גיין צו א חבר'ס חתונה און האלט אז סאיז פשוט א תאווה אן קיין הסבר.
[יונגעלייט פארשטייט ער יא וואס זיי טוען ביי זייערע חברים'ס חתונה?]
NAVY SEALאז די ברך משה זצ"ל האט נישט געפילט פאר וויכטיג איינצופירן דעי תקנה מיינט עס אז ער האט נישט מסכים געווען צו פאלגן די מייסד?
אין אז דו קומסט שוין יא מיט די טענה פין די מייסד התקנה, צווישן מיר אין דיר איז דא גענוג און נאך תקנות וואס סיי צד מהרא און סיי צד מהרז"ל פאלגן נישט.
דער ברך משה האט אסאך פרובירט צוריק איינצופירן די תקנה
ס'האט זיך אבער נישט אויסגעארבעט
דער ברך משה איז נישט געווען קיין עקסטרעמיסט, ער האט פארגינען פאר יענעם אביסל הנאה,
דאך האט ער איינגעזעהן אז די שאדן איז מער ווי די פארדינסטן
אין פרובירט צוריק איינצופירן די תקנה פון רבי'ן ז''ל
און לדעתי ווען קווינס זאל קענען וואלטן זיי עס אויך נאכגעמאכט
אוי טאטיאון דרך אגב, איך מיין קיינעם נישט אינטערצורייסן אבער די תקנה הייבט צוביסלעך אן אפגעשוואכט צי ווערן, כ׳בין די וואך געווען ביי א חתונה פון א ק׳י תלמוד, און עס זענען געווען היבש אפאר בחורים דארט.
לויט ווי איך זעה דא, איז עס אלע יארן געווען א תקנה נאר עס איז געווען אפגעשוואכט ביז מען האט זיך גענומען דערצו, איז קען זיין יעצט איז אויך שוואכער אבער מען וועט עס נאכאמאל נעמען שטרענג.
גערעדט צו עטליכע בחורים
עס איז נישט אמת
אז די 'ווייסט' אנדערש
וועלכע חתונה ביטע
די וואך ביי קליין-וואלדמאן, אין קאנטינעטאל!
פרעג דיך בעסער נאך!!
פרעג דיך בעסער נאך!!
זיידעטשקענישט צו גלייבען וואס דא גייט פאר!! די מענטשן זענען ממש אדיקטעט צו די בהמה'שע סאטמארע גארביטש. אזוי ווי איך האב געעפענט דעם אשכול, אסר איך בתורת מרא דאתרא צו רעדן דא וועגן רוני/זאלוני שמיץ. פינטעלע. ביטע זיך האלטען צו די נושא וואס דאס איז צי ס'איז א נארמאלע זאך צו אסר'ן חתנים פון האבן זייערע חברים ביי זייער חתונה. רוב מענטשען דא זענען נישט אינטערסירט צי די ברך משה האט יא געפאלגט דעם ויואל משה/דברי יואל/על הגאולה רבי אדער נישט. פארשטאנען??
זיידעטשקע. ביטע רעג דיך נישט אזוי שטארק. וואס ווילסטו . אז די בחורים אדער יונגעלייט וואס האבן אלע יארן געלערנט אין סאטמאר זאלן רעדן וויאזוי די מנהג איז אין בעלזא אדער פאנאוויטש. א יעדער רעדט איבער די זכרונות פון וואו ער האט פארברענגט זיינע בחור'שע יארן. 😳
מיר געפעלט דאס מערסטע ווי די רעביס לייגען אראפ אז דאס וואס בחורים ווילען גיין צו א חתונה איז א תאווה. פשוט א תאווה ווי אלע תאוות. אפשר ווילען זיי גיין ווייל זיי געבען זיך ארויס, ווייל זיי האבען א גוד טיים, אבער א תאוה? מאן דכר שמיה!
אפשר האבען די רביס א תאווה צו פירען טיש? צו טאנצען מצוה טאנץ? צו מאכען מיט די הענט און די פיס?

אבער יענץ איז דאך א כשר'ע תאוה. וועגן דעם ביניך טאקע אזוי דזשעלעס פון די רבי'שע, זייערע תאוות זענען גאנץ אויסגעהאלטן.
ווער גיט א הכשר אויף דעם אז עס איז געווארען כשר?
איחוד פעלדווער גיט א הכשר אויף דעם אז עס איז געווארען כשר?
אין הכי נמי. אז מיין רבי אדער אנדערע רבי'ס עסן קוגל מיט פארמאכטע אויגן און מאכן מיט די הענט ווער איך זייער ווייניג נתפעל. פון וואס דער עולם ווערט איבערגענומען איז די מעשי הצדקה וחסד, א סאך מאל באהאלטן. אדער די מידת האמת פון א רבי.
זר זהבאבער יענץ איז דאך א כשר'ע תאוה. וועגן דעם ביניך טאקע אזוי דזשעלעס פון די רבי'שע, זייערע תאוות זענען גאנץ אויסגעהאלטן.
זר'לע, זיי נישט מקנא די רבישע קינדער, די האבן מער תאות ווי אונז, דאס מיינט צו זאגן, זיי האבן אלע תאות וואס אונז האב מיר זיי זענען אויך יומען ביאינג, פלאס האבן זיי די רבי'שע תאות, איך ווייס וואס איך רעד, איך קען עטליכע פון זיי
די הנהלת הישיבה האבן פרובירט צו פארענטפערן אז וויבאלד די בחורים האבן אלע יארן געלערנט און פארברענגט צוזאמען מיטן חתן ממילא וויל מען זייער שטארק גיין אויף די חתונה משמח זיין, דער רבי האט אבער נישט נאכגעלאזט פרעגנדיג: וואס האט איינס מיטן צווייטן?!
איך ווייס נישט וועלכע רב/י מ'רעדט דא.
אבער נישט צו פארשטיין די שייכות דארף מען זיין א שוטה!
אפשר זאלן בחורים נישט מעגן קומען צום רבי'ן חנוכה-לעכט-צינדען. און ווען די רבי וועט פרעגן "וואו זענען די בחורים ווען איך צינד לעכט?" זאל די הנהלה ענטפערען "וואס פארא שייכות האבן די צוויי זאכן?".
קאווע טרינקערדי הנהלת הישיבה האבן פרובירט צו פארענטפערן אז וויבאלד די בחורים האבן אלע יארן געלערנט און פארברענגט צוזאמען מיטן חתן ממילא וויל מען זייער שטארק גיין אויף די חתונה משמח זיין, דער רבי האט אבער נישט נאכגעלאזט פרעגנדיג: וואס האט איינס מיטן צווייטן?!
איך ווייס נישט וועלכע רב/י מ'רעדט דא.
אבער נישט צו פארשטיין די שייכות דארף מען זיין א שוטה!
אפשר זאלן בחורים נישט מעגן קומען צום רבי'ן חנוכה-לעכט-צינדען. און ווען די רבי וועט פרעגן "וואו זענען די בחורים ווען איך צינד לעכט?" זאל די הנהלה ענטפערען "וואס פארא שייכות האבן די צוויי זאכן?".
חנוכה וואלטן די בחורים סייווינישט געלערענט אנשטאט צו קומען צום רעבינס טיש וואלטן זיי געשפילט קארטן
די תכלית פון תורה איז צו זיין א מענטש!
אז מ'לערנט און מ'נעמט נישט א טייל אין א חבר'ס חתונה, יום אפריונו, דאן חבל על הזמן?

אויב מענטשליכקייט איז די אישו. פארוואס באטייליגן זיך נישט בחורים ביי די סעודת החתונה?
ביי מיידלעך עסן געווענליך מיט די חברטעס פון די כלה.

you are right
males have some rights too
males have some rights too
מהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה
ווייס ווי שניימהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה
יא איך האלט אויך אזוי
ס'איז זייער וויכטיג (און פשוט נארמאל) אז בחורים זאלן גיין צו חברים'ס חתונה. (איך ווייס נאר נישט פארוואס מ'דארף מאכן א "תקנה" פון דעם)
בחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,
קאווע טרינקערווייס ווי שניימהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה
יא איך האלט אויך אזוי
ס'איז זייער וויכטיג (און פשוט נארמאל) אז בחורים זאלן גיין צו חברים'ס חתונה. (איך ווייס נאר נישט פארוואס מ'דארף מאכן א "תקנה" פון דעם)
איך האב געמיינט אז דו ביסט קליגער
ווייס ווי שנייקאווע טרינקערווייס ווי שניימהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה
יא איך האלט אויך אזוי
ס'איז זייער וויכטיג (און פשוט נארמאל) אז בחורים זאלן גיין צו חברים'ס חתונה. (איך ווייס נאר נישט פארוואס מ'דארף מאכן א "תקנה" פון דעם)
איך האב געמיינט אז דו ביסט קליגער
כ'האב געמיינט אז מה..... איז קלוג.
ח"ו כ'מיין נישט דא צו מאכן צימעס.
אבער ס'רעגט מיר פשוט וויאזוי די משוגעת גייט אן מפתיחה לפתיחה
חכם מחוכםבחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,
ויש מחמירים שלא לומר "לכה דודי" מפני שכתוב שם "כמשוש חתן על כלה"
קאווע טרינקערווייס ווי שנייקאווע טרינקערווייס ווי שניימהר"א האט נעכטן ביי די פתיחה דרשה שטארק ארום גערעד פון די תקנה פון גיין צו חברים'ס חתונה
יא איך האלט אויך אזוי
ס'איז זייער וויכטיג (און פשוט נארמאל) אז בחורים זאלן גיין צו חברים'ס חתונה. (איך ווייס נאר נישט פארוואס מ'דארף מאכן א "תקנה" פון דעם)
איך האב געמיינט אז דו ביסט קליגער
כ'האב געמיינט אז מה..... איז קלוג.
ח"ו כ'מיין נישט דא צו מאכן צימעס.
אבער ס'רעגט מיר פשוט וויאזוי די משוגעת גייט אן מפתיחה לפתיחה
וואס איז די משוגעת? אז ער אינפארסט א תקנה פון רבי׳ן זצ״ל
ווען איינער האלט אנדערש פון דיר איז ער נאכנשט משוגע

כ'האב נישט געזאגט אז מישהו איז משוגע.
די משוגעת איז:
א) נניח די רבי ז"ל האט גע'אסר'ט, אבער קען זיין לויט די היינטיגע מצב איז אנדערשט (נו! שגץ, די רבי האט געהאט א ווייטע בליק)
ב) נניח אז מ'קען נישט זאגן בפירוש להיפך פון רבי'ן, דארף מען אבער נישט אינפארסירן דעם געזעץ.
ג) אין חכמה ואין תבונה נגד ה', - השתתפות ביי חבר'ס שמחה איז דוחה אלעס.
ד) מהיכי תיתי אז די רבי האט געמאכט אזא תקנה, אפשר איז עס פון ר' נתן יוסף, און הלכה היא בידוע שיש גדולים ממנו בחכמה ובמנין, און מ'קען דאס משנה זיין.
ה) יתכן אז די רבי איז געווען קעגען השתתפות ביי חתונות, ווייל ער איז געווען אינטערן רושם פון די געמישטע חתונות אין שטאט סאטמאר, עיין במכתבים דברי יואל, א שארפע בריוו.
(און אז מ'רעדט שוין, הערץ פרענקל האט געשריבן אין "עמי" אז ווען סאטמער'ע רבי איז געקומען אין אמעריקה האט זיך אויפגעהערט די געמישטע חתונות - והוא פלא, שהרי בסאטמאר גופא לא היה בידו וכו'.)
[quote="היסטאריקער"][quote="אוי טאטי"], און בחורים ביי חתונות ו ואס דער רבי איז געקומען א פרייטאג אין ישיבה ספעציעל צו מכריז זיין די תקנה, איז בטל ומבוטל
קאווע טרינקערוואס איז די משוגעת? אז ער אינפארסט א תקנה פון רבי׳ן זצ״ל
ווען איינער האלט אנדערש פון דיר איז ער נאכנשט משוגע
כ'האב נישט געזאגט אז מישהו איז משוגע.
די משוגעת איז:
א) נניח די רבי ז"ל האט גע'אסר'ט, אבער קען זיין לויט די היינטיגע מצב איז אנדערשט (נו! שגץ, די רבי האט געהאט א ווייטע בליק)
ב) נניח אז מ'קען נישט זאגן בפירוש להיפך פון רבי'ן, דארף מען אבער נישט אינפארסירן דעם געזעץ.
ג) אין חכמה ואין תבונה נגד ה', - השתתפות ביי חבר'ס שמחה איז דוחה אלעס.
ד) מהיכי תיתי אז די רבי האט געמאכט אזא תקנה, אפשר איז עס פון ר' נתן יוסף, און הלכה היא בידוע שיש גדולים ממנו בחכמה ובמנין, און מ'קען דאס משנה זיין.
ה) יתכן אז די רבי איז געווען קעגען השתתפות ביי חתונות, ווייל ער איז געווען אינטערן רושם פון די געמישטע חתונות אין שטאט סאטמאר, עיין במכתבים דברי יואל, א שארפע בריוו.
(און אז מ'רעדט שוין, הערץ פרענקל האט געשריבן אין "עמי" אז ווען סאטמער'ע רבי איז געקומען אין אמעריקה האט זיך אויפגעהערט די געמישטע חתונות - והוא פלא, שהרי בסאטמאר גופא לא היה בידו וכו'.)
ויש חולקין
אלס איינער וואס האט געלערנט אין די גרויסע מאנרא ישיבה אין די צייטן ווען מ'איז נאך געגאנגן צו חתונות (אויך געווען דעמאלטס שלא ברשות....) וועל איך אביסעלע אראפלייגן וויאזוי א חתונה סיזען האט אויסגעקוקט:
איך וועל אנהייבן פון ראש חודש כסלו...:
מ'איז אויפגעשטאנען געהעריג (געווענדליך נאך פארטאגס אלס אנפאנג זמן...) אלעס איז געגאנגן כשורה ביז 5:00 נאכמיטאג. 5:00 האט מען זיך שוין גענומען גרייטן צום גרויסן חתונה פון דעם בחור וואס איך האב קוים אויסגעטוישט צוויי ווערטער אין אונזערע צוויי יאר מ'האמער געלערנט אין ישיבה, נאר אז "יעדער" פארט צו די חתונה, וואס האב איך צו זיכן אין ישיבה?? נאכדערצו ווען מ'האט געוויסט אז ס'גייט זיין א "ראק-ענד-ראל" חתונה...
מ'איז אראפגעגאנגן צו מרדכי שעהר קאר. סקאנימאנק, פון דארטן איז געפארן די נצח חתונה באס (יאפ! פון ישיבה איז עס קיינמאל נישט געפארן ווייל ס'איז נישט געווען אפיציעל..) מ'איז געפארן אן קיין עסן פאר אנדערהאלבן שעה און מ'איז אנגעקומען קיין וויליאמסבורג איז מען געוואר געווארן אז דער חתן איז נאך ניטאמאל אריינגעקומען... די וויליאמסבורגע בחורים זענען טייל אהיימגעגאנגן און א טייל האבן ארומגעהאנגן מיט די אנדערע בחורים ביז מ'האט באקומען די ביפ (נאך קיין סעלפאון'ס נישט געווען...) אז מ'קען שוין גיין צום זאל.
מ'האצעך אויסגעהאפקעט פאר אפאר שעה און מ'האצעך פארשוויצטערהייט ארויפגעזעצט אויפן באס, ויחנו למאנדרא הבירה.
מ'איז אנגעקומען כמעט צווייע ביינאכט אין ישיבה און קיין פארטאגס איז שוין די נעקסטע טאג נישט געווען.
ר' מאיר לעזער (ווער ס'ווייסט ווער דאס איז) האט אויפגעוועקט צו זמן קר"ש און מ'האצעך היפש שנעל צוריקגעלייגט, מ'איז אויפגעשטאנען ווען מ'האט געשפירט אז מ'איז שוין אויסגעשלאפן און מ'איז געניג אויסגערועט אז מ'זאל קענען ביינאכט פריש טאנצן....
די שאוערס אין ישיבה האבן שוין נישט דעמאלטס געארבייט, סאו מ'איז אראפגעגאנגן קיין גארפילד (גרויסע שוהל) פאר א מקוה/שאוער און מ'האט שוין דארט געדאווענט.
נאכן דאווענען א סטאפ ביי פת שחרית טרעקל פאר פרישטאג, און אנדערע ביים שאפינג סענטער.
בקיצור אזוי אויף צוועלעווע איינסע איז אלעס שוין געווען מסודר, און צווייע איז שוין געווען לאנטש.... פינף אזייגער האט זיך פריש אנגעהויבן די צוגרייטונגן (און יעצט פאנג פריש אן צו ליינען דעם ארטיקל פאר ווייטערדיגע באריכטן איבער נאך פינעווע....)
יעצט פארשטיי מען שוין וואס ס'איז אלע יארן געגאנגן אין לעבן איינצופירן די "חתונה תקנות"????
יא מ'האט אלע יארן פרובירט! איך געדענק נאך די פתיחה דרשות פונעם ברך משה זצ"ל ובנו -להבחל"ח- די רב (היינט רבי) און ראש ישיבה שליט"א. דעס וואס שרייבער האט שוין דא געשריבן איז געווען מער ווי איינמאל! ס'איז נאר פריש ארויפגעקומען אלס א שטארקע התעוררות -ווי שרייבער האט שוין דא דערמאנט- ווען מו"ר הגאון האמיתי רבי זעליג שפילמאן ז"ל איז אוועק אינמיטן די מצוה טאנץ פון זיין טאכטער, האט זיך מו"ר הגאון הצדיק ר' יונה פילאפף זצ"ל אויפגעשטעלט און געבעטן מ'זאל איינצוימען די "גיין אויף חתונות" און פון דארט און ווייטער איז אלעס היסטארי.
די פאקט אז ערשטע קאזין'ס און חברים נאך די חתונה טאנצן היינט גאר לעבעדיג ביי די חתונה, נעמט נישט אוועק די פרייד פונעם חתן. און חתונות זענען ב"ה זייער לעבעדיג אזוי אויך. די איינציגסטע גרויסע חילוק האט זיך נאר אויסגעשטעלט, אז אנשטאט מ'האט אמאל געטאנצן ביז אינדערנאכט אריין, טאמער א מחותן זעהט אז די טאנצן ווערט שוואכער, שטעלט ער זיך אינגאנצן צו צו די "סאטמאר'ע חתונה תקנות" און ער ענדיגט טאנצן 11:00 צו אפילו אפאר מינוט שפעטער.
זאלן אלע שמחות זיין בשלימות! און מ'זאל נאר זיין פרייליך!

זייער שיין באשריבן.
די פראבלעם הייבט זיך אן מיט דעם וואס דו זאגסט אז מ'איז געפארן צו חתונה'ת נישט צו "חברים".

קאווע טרינקערזייער שיין באשריבן.
די פראבלעם הייבט זיך אן מיט דעם וואס דו זאגסט אז מ'איז געפארן צו חתונה'ת נישט צו "חברים".
אין ישיבה פלעגט זיך ארומדרייען א שפריך-ווארט "נישט וועם דו מיינסט אז ס'איז דיין חבר איז טאקע דיינס און ס'גייט אויך פארקערט...." די פאקט איז געווען אז אמאל האסטו געמיינט אז דו "מוזסט" פארן צו יענעם אבער ווען דו ביזסט אנגעקומען האט זיך דער חתן דערמאנט סוף חתונה אז ער האט נאכנישט געטאנצן מיט דיר... פון די אנדערע זייט, אמאל האסטו באשלאסן, 'גענוג געווען' איך האב שוין נישט קיין כח היינט אריינצופארן, איך האב עניוועיס כמעט נישט געהאט מיט יענעם, אבער דער חתן האט אפילו געוויסט אז דו ביזסט נישט דארט געווען... פארשטייסט די אישו?
איך ווייס נישט וואס די גאנצע דין ודברים דא.
ס'איז נישט דא קיין הסבר המתקבל על הלב פארוואס א חבר זאל נישט קענען זיך באטייליגן ביי זיין חבר'ס חתונה.
עד כאן.
כ'האב נישט וואס מוסיף צו זיין.

מיין גאנצע עקספלענעישאן איז גארביטש?
שעפטלמיין גאנצע עקספלענעישאן איז גארביטש?
נאר פאר איינעם וואס וויל הערן און פארשטיין
אפאר קליינע קשיות צו דיר קאווע טרינקער און איך מיין איך בין מיט דיר פערטיג...
א) האסטו געלערנט אין א גרויסע ישיבה צו נישט?
ב) וויפיל בחורים האבן געלערנט אין דיין יארגאנג?
ג) 1) ביזסטו געווען א גאר גוטע בחור - וואס דעמאלטס לאמיר זאגן וואלסטו נאר געגאנגן צו חתונות פון גוטע און עוורידזש בחורים.. 2) צו ביזסט גאר געווען א קילער באם - וואס דעמאלטס לאמיר זאגן וואלסטו נאר געגאנגן צו חתונות פון באמעס און עוורידזש בחורים.. 3) צו ביזסט געווען א עוורידזש בחור, וואס דעמאלטס ביזסטן געגאנגן צו יעדעם...
ד) אויב ביזסטו שוין געווען אביסל עלטער איז שוין צוגעקומען אינגערע נייע חברים אויך.
אזוי צו אזוי, איך זעה נישט אז היינטיגע אהרונישע אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין קרית יואל, זענען מיט א משהו אומצופרידענער ווי אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון אנדערע ישיבות!!! און עפ"י רוב זענען זייערע חתונות נישט ווייניגער לעבעדיג ווי אנדערע חתונות!
יא יא אנפאנג איז עס שווער געווען פאר די חתנים, אבער היינט איז עס א דבר פשוט פאר א יעדע חתן וואס לערנט דארט, א שטייגער ווי א $1,200 דאלערדיגע שטריימל. און די זעלבע ווי רוב כלה'ס באקומען נישט קיין ברעסלעט און נאר א סי.זי. שטיינדל. געדענק! הכל לפי מנהג המקום...

היסטאריקערשעפטלמיין גאנצע עקספלענעישאן איז גארביטש?
נאר פאר איינעם וואס וויל הערן און פארשטיין
וואס וויל? צו וויל נישט...?
אזויווי קאווע טרינקער האט געשריבען, איז נישטא קיין נארמאלער סיבה אז דער גאנצע ישיבה זאל פארען אויף רעדער ביי יעדער איינער'ס חתונה. זאלן די חברים גיין און שיין. סאיז נארישט צו טענה'ן אז מוייסט נישט ווער די חברים זענען, אויב איז טאקע אזוי איז דא אין דעם ישיבה אסאך אן ערנסטערער פראבלעם ווי גיין אויף חתונות. אוודאי זענען דא כל מיני מדרגות פון חבר'שאפט בפרט אין א ישיבה, דאך איז ביי יעדער נארמאלער גרויסע ישיבה זייער פשוט און קלאר ווער יא און ווער נישט.
און ממה נפשך, אויב איז א מצווה מאיזה סיבה שיהיה צו גיין צו יעדער'ס חתונה, איז זייט ווען איז מען מבטל א מצווה דאורייתא וועגן סדרי הישיבה? יא איר ליינט גוט, גיין צו א חברס חתונה איז א מצווה פונקט ווי הנחת תפילין, און נאכמער סווערט קלאר געפסקנט אז מאיז מבטל תלמוד תורה דערפאר.

לעיקוואדאון ממה נפשך, אויב איז א מצווה מאיזה סיבה שיהיה צו גיין צו יעדער'ס חתונה, איז זייט ווען איז מען מבטל א מצווה דאורייתא וועגן סדרי הישיבה? יא איר ליינט גוט, גיין צו א חברס חתונה איז א מצווה פונקט ווי הנחת תפילין, און נאכמער סווערט קלאר געפסקנט אז מאיז מבטל תלמוד תורה דערפאר.
איך וועל איבערשרייבן...
שעפטלאזוי צו אזוי, איך זעה נישט אז היינטיגע אהרונישע אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין קרית יואל, זענען מיט א משהו אומצופרידענער ווי אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון אנדערע ישיבות!!! און עפ"י רוב זענען זייערע חתונות נישט ווייניגער לעבעדיג ווי אנדערע חתונות!
יא יא אנפאנג איז עס שווער געווען פאר די חתנים, אבער היינט איז עס א דבר פשוט פאר א יעדע חתן וואס לערנט דארט, א שטייגער ווי א $1,200 דאלערדיגע שטריימל. און די זעלבע ווי רוב כלה'ס באקומען נישט קיין ברעסלעט און נאר א סי.זי. שטיינדל. געדענק! הכל לפי מנהג המקום...
חכם מחוכםבחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,
א בעקעלע פאר זיך איז א מיאוס ווארט. וואס האט א בחור צו רעדן פון א בעקעלע, א ווארימע בעקעלע איז געמאכט צו גלעטן און צו קושן....
[ציטאט אראפגענומען]
ווי איך האב פריער געשריבן, קיינעם שטערט נישט אז בחורים עסן נישט מיט די סעודת החתונה. ווייל עס איז נישט איינגעפירט.
א מיידל וואס די חברטעס קומען נישט צו די סעודת החתונה איז א רחמנות...
אלעס האט מיט וואס די סדר איז
מים חייםחכם מחוכםבחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,
א בעקעלע פאר זיך איז א מיאוס ווארט. וואס האט א בחור צו רעדן פון א בעקעלע, א ווארימע בעקעלע איז געמאכט צו גלעטן און צו קושן....
און טאקע וועגן דעם האבן די פרומע געטוישט דעם ווערטל צו א "טאפ" אנשטאט א "בעקעלע".
שמעקעדיגמים חייםחכם מחוכםבחורים ביי חברים'ס חתונה אין פונקט ווי זאגן גיי נישט אריין אין ביהמ"ד ווייל ס'דא א ווייבער שוהל, געהערט אמאל א גוט ווארט, אז בעקעלע איז א מיאוס ווארט, ווייל אין א בעקעלע מאכט מען קעיק און א קעיק געט מען ביי א תנאים און ביי א תנאים איז דא א כלה,
א בעקעלע פאר זיך איז א מיאוס ווארט. וואס האט א בחור צו רעדן פון א בעקעלע, א ווארימע בעקעלע איז געמאכט צו גלעטן און צו קושן....
און טאקע וועגן דעם האבן די פרומע געטוישט דעם ווערטל צו א "טאפ" אנשטאט א "בעקעלע".
ווי שעמט זיך נישט א בחור צו רעדן וועגן א טאפ, דאס איז דאך די לבוש וואס נשים גייען אויף די אויבערשטע העלפט גוף, רח"ל, א טאפ קען זיין שמאל געפאסט, און קלעבעדיגע סחורה. א טאפ קען נאך זיין ערגער ווי א בעקעלע....
שעפטללעיקוואדאון ממה נפשך, אויב איז א מצווה מאיזה סיבה שיהיה צו גיין צו יעדער'ס חתונה, איז זייט ווען איז מען מבטל א מצווה דאורייתא וועגן סדרי הישיבה? יא איר ליינט גוט, גיין צו א חברס חתונה איז א מצווה פונקט ווי הנחת תפילין, און נאכמער סווערט קלאר געפסקנט אז מאיז מבטל תלמוד תורה דערפאר.
איך וועל איבערשרייבן...שעפטלאזוי צו אזוי, איך זעה נישט אז היינטיגע אהרונישע אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין קרית יואל, זענען מיט א משהו אומצופרידענער ווי אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון אנדערע ישיבות!!! און עפ"י רוב זענען זייערע חתונות נישט ווייניגער לעבעדיג ווי אנדערע חתונות!
יא יא אנפאנג איז עס שווער געווען פאר די חתנים, אבער היינט איז עס א דבר פשוט פאר א יעדע חתן וואס לערנט דארט, א שטייגער ווי א $1,200 דאלערדיגע שטריימל. און די זעלבע ווי רוב כלה'ס באקומען נישט קיין ברעסלעט און נאר א סי.זי. שטיינדל. געדענק! הכל לפי מנהג המקום...
קודם, איך בין טאקע נישט געווען ביי אלע חתונות, אבער באופן כללי איז גענוג צו זאגן אז דאס וואס דו שרייבט אין רויט איז א שקר גמור.
צוויייטענס, די נושא דא איז בכלל נישט צו די חתונה איז לעבעדיג אדער נישט, דאס וואס חברים גיין איז נישט ווייל מהאט מורא אז נעבאך סוועלן נישט זיין גענוג טאנצערס ביי די חתונה [אויף דעם וואלט אפשר געהאלפן דער תו"א רבי'ס "חברה משמחים" אויך]. די נושא איז אז אויב א חבר האט חתונה איז א מצווה און מענטשליכקייט אז די חברים זיינע זאלן קומען זיך מיטפרייען. איך פארשטיי נישט ווי א ישיבה קען מחנך זיין בחורים קעגן אזא פשוטע נקודה פון מענטשליכקייט וואס אפילו א גוי פארשטייט אז א חבר האט חתונה ברויך מען זיך גיין מיטפרייען, כל שכן אז סאיז א בפירושער מצווה וואס חז"ל האבן מוראדיג מפליג געווען אין דעם און זיי האבן נישט געגעבן א שיעור ווי לעבעדיג די חתונה זאל זיין. נאר געזאגט אז סאיז א מצווה זיך משתתף זיין אין שמחת חתן וכלה.
[ציטאט אראפגענומען]
נו וועם ארט דאס? אויב זיי זענען צופרידן איז דאך עס יא גוט פאר זיי
לעיקוואדשעפטללעיקוואדאון ממה נפשך, אויב איז א מצווה מאיזה סיבה שיהיה צו גיין צו יעדער'ס חתונה, איז זייט ווען איז מען מבטל א מצווה דאורייתא וועגן סדרי הישיבה? יא איר ליינט גוט, גיין צו א חברס חתונה איז א מצווה פונקט ווי הנחת תפילין, און נאכמער סווערט קלאר געפסקנט אז מאיז מבטל תלמוד תורה דערפאר.
איך וועל איבערשרייבן...שעפטלאזוי צו אזוי, איך זעה נישט אז היינטיגע אהרונישע אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין קרית יואל, זענען מיט א משהו אומצופרידענער ווי אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון אנדערע ישיבות!!! און עפ"י רוב זענען זייערע חתונות נישט ווייניגער לעבעדיג ווי אנדערע חתונות!
יא יא אנפאנג איז עס שווער געווען פאר די חתנים, אבער היינט איז עס א דבר פשוט פאר א יעדע חתן וואס לערנט דארט, א שטייגער ווי א $1,200 דאלערדיגע שטריימל. און די זעלבע ווי רוב כלה'ס באקומען נישט קיין ברעסלעט און נאר א סי.זי. שטיינדל. געדענק! הכל לפי מנהג המקום...
קודם, איך בין טאקע נישט געווען ביי אלע חתונות, אבער באופן כללי איז גענוג צו זאגן אז דאס וואס דו שרייבט אין רויט איז א שקר גמור.
וואס זאל איך דיר יעצט ענטפערן???? ביי די חתונות ווי איך בין געווען האב איך געזעהן ווי איך שרייב. און יא אונז קאזין'ס האבן מיר זיך גענומען הייבן די פיס, און נישט נאר זיצן אינדערזייט.
לעיקוואדצוויייטענס, די נושא דא איז בכלל נישט צו די חתונה איז לעבעדיג אדער נישט, דאס וואס חברים גיין איז נישט ווייל מהאט מורא אז נעבאך סוועלן נישט זיין גענוג טאנצערס ביי די חתונה [אויף דעם וואלט אפשר געהאלפן דער תו"א רבי'ס "חברה משמחים" אויך]. די נושא איז אז אויב א חבר האט חתונה איז א מצווה און מענטשליכקייט אז די חברים זיינע זאלן קומען זיך מיטפרייען. איך פארשטיי נישט ווי א ישיבה קען מחנך זיין בחורים קעגן אזא פשוטע נקודה פון מענטשליכקייט וואס אפילו א גוי פארשטייט אז א חבר האט חתונה ברויך מען זיך גיין מיטפרייען, כל שכן אז סאיז א בפירושער מצווה וואס חז"ל האבן מוראדיג מפליג געווען אין דעם און זיי האבן נישט געגעבן א שיעור ווי לעבעדיג די חתונה זאל זיין. נאר געזאגט אז סאיז א מצווה זיך משתתף זיין אין שמחת חתן וכלה.
אין קר"י ישיבה האט מען טאקע געמאכט אז מוצ"ש א וואך צוויי פארן באווארפן טאנצן די בחורים פארן חתן, אזוי האט מען געשאסן צוויי פייגלעך, איינס מ'ווייזט ארויס די פרייד פארן חתן דעמאלטס, און צווייטענס די בחורים אליינס קענען זיך אביסעלע אויסגעבן,
יעצט איבער די דברי חז"ל, איך גלייב שווער איז די חז"ל האבן געמיינט אז ס'זאל ממש גיין אויפן חשבון אז א ישיבה זאל זיין צופארן
איך וועל נישט איינרועהן ביז די תקנת סדום וועט פארגעסען נעקר ווערן מן העולם.
אז די ישיבה פון מיין בחור'ל וועט נישט לאזן זיינע חברים זיך מיטפרייען מיט אים ביום חתונתו, שיק איך מיין זוהן צו YU, דארט איז דא דאס פאלגענדע פסק (און מ'זעהט פון דעם כמה שקדו חכמי ישראל במצות שמחת חתן וכלה - והדברים פשוטים, אלא מפני שהשוטים קלקלו צריכין לחזק את הפשוט):

קאווע טרינקעראיך וועל נישט איינרועהן ביז די תקנת סדום וועט פארגעסען נעקר ווערן מן העולם.
אז די ישיבה פון מיין בחור'ל וועט נישט לאזן זיינע חברים זיך מיטפרייען מיט אים ביום חתונתו, שיק איך מיין זוהן צו YU, דארט איז דא דאס פאלגענדע פסק (און מ'זעהט פון דעם כמה שקדו חכמי ישראל במצות שמחת חתן וכלה - והדברים פשוטים, אלא מפני שהשוטים קלקלו צריכין לחזק את הפשוט):
זיך אזוי אויסצודריקען אויף א רבן של ישראל {בעל דברי יואל זצ"ל} א קדוש וטהור, קומט נישט פון חכמה.