אין חכמה ואין..... נגד ה'.
זיך מיטפרייען מיט א חבר'ס שמחה איז דרך ארץ קדמה לתורה.
תקנות אהער תקנות אהין. ס'העלפט נישט גארנישט.
ס'פונקט ווי מ'מאכט א תקנה אז מ'טאר נישט ניצען אן עירוב.
נו, דער רבי זי"ע האט אונז דאך אויסגעלערנט אז מטאר נישט גלייבען קיין מעשיות וואס שטומען נישט מיט הלכה ומסורת ישראל. איז אוודאי נישט קיין ספק אז מטאר נישט גלייבען אז ער זאל האבען ח"ו געמאכט אזא רשעותדיגע תקנת סדום אז מזאל זיך נישט מיטפרייען מיט א חבר'ס חתונה, מוז זיין אז דאס האט נתן יוסף אויסגעטראכט בשם דער רבי'ן ולהד"ם.
און אפילו אויב יא, אויף בעסער צו ווערן איז אייביג שייך....
לעיקוואדנו, דער רבי זי"ע האט אונז דאך אויסגעלערנט אז מטאר נישט גלייבען קיין מעשיות וואס שטומען נישט מיט הלכה ומסורת ישראל.
ווארסט קומט צו ווארסט, קען מען אלץ זאגן אז די טרויעריג בארימטע "תלמיד טועה" כתבו.
איך מיין אז חסידישער בחורים פלעגען קיינמאל נישט גיין אויף חתונות, ווייל חתונות אמאהל האבען לאו דוקא געהאט א מחיצה.
און דערפאר, אויב וויל מען אסר'ן בחורים ביי חתונות, מוז מען אראפ נעמען די מחיצות. אז נישט איז מען א כסיל בחושך הולך.
עס איז דא פלענטי חתונות וואס דער מחיצה ווערט צוריקט אין מיטען טאנצען. הגם עס איז טאקע דא די פרומע נשמות וואס קוקען כסדר און פאררעכטען עס.......
איחוד פעלדאיך מיין אז חסידישער בחורים פלעגען קיינמאל נישט גיין אויף חתונות, ווייל חתונות אמאהל האבען לאו דוקא געהאט א מחיצה.
און חסידישע יודען פלעגן דען חתונה האבען? אתמהה.
שיק איך מיין זוהן צו YU
Dont you belong already to yu
לעיקוואדאיחוד פעלדאיך מיין אז חסידישער בחורים פלעגען קיינמאל נישט גיין אויף חתונות, ווייל חתונות אמאהל האבען לאו דוקא געהאט א מחיצה.
און חסידישע יודען פלעגן דען חתונה האבען? אתמהה.
גערעכט, זיי האבן טאקע נישט, און פארדעם איז דא אזויפיל מעשיות פין קינדערלאזער מענטשען.
וואו איז דיר די דיסלייק קנעפל ווען מען ברויך אים?
גיין צו א חתונה פון א חבר איז אן אנגענומענער זאך אין די וועלט, א פארשטענליכע זאך ביי יעדע חתונה געהאטע אינגערמאן און רוב זענען מחמיר צו גיין ווען א חבר מאכט חתונה אויך, פאר וואס זעהט מען דא אזויפיל חכמים וואס וואלטן איבערגעדרייט א וועלט צו גיין צו זייערע חברים'ס שמחות, געפארן א דריי פערטל שעה, און זיי וואלטן געווען באליידיגט ווען מען קומט נישט צו זייערס אבער וויבאלד עס איז שוין נישט נוגע צו זיי פארשטייען זיי נישט וואס א בחור זוכט ביי זיין חבר'ס שמחה, דיר בחור האט זייער ליב זיין חבר און ער גארט זיך מיטצופרייען, איז ער נישט קיין מענטש? איז זיין חבר'ס שמחה ווייניגער וויכטיג ווי דיינס?
נומער צוויי: "סיז פונקט אזוי פרייליך" שתי תשובות בדבר (כאפ מיר נישט ביים ווארט עס איז מער ווי צוויי) איך בין פונעם אינגערען דור און איך האב געהאט די פלעדזור פון לערנען און א גרויסע ישיבה מיט 50 + עידז חתונות א נאר און אפטמאל גיין צו חתונות מיט 50 + חברים, אנפאנג יאר איז יעדער געגאנגען שפעטער האט זיך עס געוואנדן אין וויפיל חברים אדער חטיפים דיר בחור האט געהאט, איך בין געווען ביי בערך 100 חתונות אין די דריי יאר וואס איך האב פארברענגט דארטן, נישט נאר האט מען דערקענט אז עס איז -א חברים מען האט דערקענט א חילוק ווען עס איז נאר געווען 30 חברים צו עס איז געווען 40 מען האט דערקענט די אפוועזנהייט פון 10 חברים די חתן האט עס געדענקט און די לעבעדיגקייט פון די חתונה איז געווען אינגאנצן אנדערע דאס איז איין תשובה, תשובה ב: דו ביסט נישט דער חתן, ער דערקענט יא די חילוק הוא ראיה ער געדענקט צו איך בין דארטן געווען און ער וויל מיך דארטן, זיין טאטע ספענדט 20 אלפים פאר די נאכט ווייל עס איז א מצוה 'אים' משמח צו זיין, אים נישט דיר, ער דערקענט די חילוק צווישן א וועד וואס טאנצט אים צו משמח זיין און זיין נאנטער חבר וואס כאפט אים אן און פריידט זיך מיטן גאנצן הארץ לכבודו, יא עס איז דא חתנים וואס האבן זייער ליב זייער פאמיליע אבער נעם אין אכט ער שפענדט פיר און צוואנציג שטונדן פינעף יאר מיט זיינע חברים די נאנטקייט האט אחד מאלף מיט זיין פאמיליע, תשובה ג: (יא עס איז דא דריי נישט שתי) דיר מאכט עס נישט קיין חילוק אבער וואס איז מיטן חבר'ס געפילן אים מאכט א גרויסע חילוק צווישן א מזל טוב ביים באווארפן און זיך מיטפרייען בעצם היום.
א דריטע טענה וואס איינער האט דערמאנט און איך וויל ענטפערן קעגן די אנגענומענע כללים פון זיך נישט טענה'ן מיט געוויסע מענטשן.....
פארוואס איז עס זיין פרייליכסטע טאג פון לעבן אויב ער קען ניטאמאל די מענטש וואס דארף אים מאכן אזוי פרייליך?
די געדאנק אז א חתונה איז די פרייליכסטע טאג קומט פון די קולטור וואס לאזט א מענטש זיין צוזאמען מיט זיין ארוסה פאר א לענגערע צייט ביז ער גארט שוין זייער שטארק חתונה צו האבן מיט איר, און דאן איז די חתונה טאקע די גליקליכסטע טאג אין זיין לעבן. אבער פאר חסידישע בחורים? פארוואס פונקטליך איז די טאג די פרייליכסטע טאג אין זיין לעבן? עד כאן די טענה.
פארוואס האסטו געפרעגט? א: ער שטעלט דא אויף א אידישע שטוב מקיים א גרויסע מצוה וואס איז קיום העולם דאס איז די תורה'דיגע סיבה. ב: ער האפט דא צו געפינען אמת'ע ליבשאפט פאר די רימעינדער פון זיינע יארן סאו פארוואס זאל עס נישט זיין א פרייליכע טאג דזאוסט אימעגין איי עז א פוירסט דעיט מען איז אנגעצויגן אבער סופער עקסייטעד. ג: ער וויל עס זאל זיין די פרייליכסטע טאג אין זיין לעבן און עס קומט זיך אים. ד: אויב האט ער א סוקעספול מעררידז וועט ער צוריקטראכטן צו דעים טאג יעדן טאג און דאנקן דעם בורא. ה: ווייל איט דזאוסט איז. ו: איך קאן נישט שרייבן דא.
טענה ד: סדר הישיבה וועט חלילה צושטערט ווערן.....
א: תנאים ואמוראים האבן מבטל געווען זייער צייט וואס איז געווען מער ווערט וואו כל הון דעלמא פאר די מצוה, דא רעדו מען פון בחורים וואס לערנען אן עוורידז ווייניגער ווי דריי שעה די וואס לערנען מער זענען שוין די מתמידים וואס זענען שוין מיטן קאווע פארטאגס צו זיי זענען יא געווען ביי די חתונה צו נישט, די אנדערע חברים וועלן קומען אביסל שפעט די נעקסט דעי? נו איך האב געפרעעגט ג-ט און ער זאגט אז עס גייט אים בכלל ניקס אן און אז אביי צוויי שעה לערנען וואס ער האט מבטל געווען פאר שמחת חתן איז מער ווערט געווען. ב: אנטשטאט טאנצן צו אסר'ן אלע חברים קען מען מאכן לימיטס יעדער פארשטייט אז נישט אלע 250 חברים דארפן זיין ביי די חתונה נאר די 50 וואס זענען געווען נאנט צו אים, און די אמת איז אז אפילו אין גרויסע ישיבות גייען נישט מער ווי 30-40 בחורים צו די עוורידז חתונה, די ערשטע פינעף איז נאך יא דא א גרויסע טוירנאוט אבער נאכדעם דראפט עס צו פארשטענדליכע נומערן. ג: נאך א תקנה וואס מען קען מאכן ווען מען טראכט ווען מער פאר די וואוילזיין פון די בחורים איז אז מען זאל ענדיגן טאנצן 11:30 דאכט זיך מיר אז עס איז טאקע איינגעפירט אזוי אין איינער פון די ישיבות
א טענה וואס איך האב געזען ריפיטעד איז אז די מנהלים האבען סיכער עס גוט דורכגעטראכט און אפגעמאכט אז אזוי איז גוט מיז זיין אז זיי האבן דורכגערעדט אלע טענות דערקעגן די תקנה און געקומען צום בעסטן החלטה...
אמונה פשוטה אין מענטשן איז אנטקעגן די אידישע רעליגיע אפילו ווען ער מאכט א מופת גלייבט מען אים נאכנישט ווילאנג מען ווייסט נישט אז ער איז ערליך, דיר קריסט פלעגט גלייבן אז אלעס וואס דיר פויבסט זאגט איז מן השמים און איז זיכער גוט, מיר אידן גלייבן נישט, און אז מען זעהט דא פארשטענדליכע מענטשן וואס פארשטייען נישט וואס איז ראנג מיט די תקנה ווייל זיי האבן שוין פארגעסן די טעם פון זיין א חתן אדער א בחור האט דרך די זעלבע געקענט געזען צו די מנהלים זיי זענען נישט סענסעטיוו צום בחור'ס ניד זיך אויסצוטשוכענען און זיך מיטפרייען מיט זיין חבר ביום צהלתו דזאוסט לייק מאסט אוו יו פיין גייס ארענט, די תקנות איז געמאכט געווארן 'לתקנות הישיבה' נישט דער בחור וואס דעים מנהל גייט קנאפ אן ווייל ער וואלט אים שוין לאנג געטראסקעט אנע רחמנות אים גייט נאר אן די ישיבה די נאמען די כבוד אלעס באט די בחורים איינער טראכט נישט פון זייערע ווייטאגן פאר מען מאכט נאך א תקנה זיי מער צו באגרעניצן און מער איינפעמפערן אז זיי זאלן חס ושלום נישט קיינמאל אויפוואקסן צו די ריעל וועלט, וויזוי זאגט יענער 'דיסקרימינאציע אנטקעגן אידישע בחורים סע גענוג'
אקעי די רבי...... איך בין א פלאם פייערדיגן חסיד פון רבינו איך קאן אלע זיינע ספרים בעל פה און איך פרוביר צו גיין אין זיינע דרכים אבער א תקנה וואס איז געמאכט געווארן 40 יער צוריק איז ביי נישט רילייעבל ווייל עס איז קיינמאל געווארן אראפגעשריבן אין פנקס הישיבה און מען ווייסט נישט ווער איז געשטאנען אינטערן תקנה און וואס זענען די מצבים וואס האבן צוגעברענגט דערצי סאו ברענג מיר נישט קיין מעשיות פון פערציג יאר צוריק קוק אויפן יעצטיגן מצב ענטפער די טענות און סטאפ שרייען די רבי די רבי אגאנצן טאג ווייל עס איז קארני, ער איז נישט געווען א ג-ט און ווען ער הארט ווי מענטש פארשוועכן זיין לעגעסי מיט אויסנוצן זיינע ווערטער פאר זייער אגענדע טוהט אים עס זייער ווייל און די מענטשן זענען עתיד ליתן את הדין פארן אים מצער זיין.....
Shiala
אקעי די רבי...... איך בין א פלאם פייערדיגן חסיד פון רבינו איך קאן אלע זיינע ספרים בעל פה און איך פרוביר צו גיין אין זיינע דרכים אבער א תקנה וואס איז געמאכט געווארן 40 יער צוריק איז ביי נישט רילייעבל ווייל עס איז קיינמאל געווארן אראפגעשריבן אין פנקס הישיבה און מען ווייסט נישט ווער איז געשטאנען אינטערן תקנה און וואס זענען די מצבים וואס האבן צוגעברענגט דערצי סאו ברענג מיר נישט קיין מעשיות פון פערציג יאר צוריק קוק אויפן יעצטיגן מצב ענטפער די טענות און סטאפ שרייען די רבי די רבי אגאנצן טאג ווייל עס איז קארני, ער איז נישט געווען א ג-ט און ווען ער הארט ווי מענטש פארשוועכן זיין לעגעסי מיט אויסנוצן זיינע ווערטער פאר זייער אגענדע טוהט אים עס זייער ווייל און די מענטשן זענען עתיד ליתן את הדין פארן אים מצער זיין.....
לפי״ז קען מען דאס זאגן אויף די אלע אנדערע תקנות וואס זענען מקובל בע״פ ווי למשל עירוב (להיש אומרים) יוניפארמס וואס זענן נאר איש מפי איש?, משא״כ חתונות האט ער געזאגט ברבים ביי א דרשה אין ישיבה
אז א תקנה זאל בלייבן לדורות מוז עס האבן אן אראפגעשריבענער מקור מיט א סיבה דערצו סתם שרייען די רבי האט געזאגט איז נישט צו די זאך סאו וואט אז ער האט געזאגט? איך האב גארנישט אנטקעגן אן עירוב וואס רוב שטאט איז זוכה דערין און איך האב נישט קיין דעה אין אוניפארמס ווייל איך האב נישט עוסק געווען דערין, אבער חתונות וואס אימער די טעם פון די תקנה איז געווען קוק אויפן יעצטיגן מצב און זיי מיר מסביר פארוואס די ווילסט עס אנהאלטן מיט א תורה'דיגע אדער שכל'דיגע טעם נישט מיט די שרעקעדיגע ווערטער די רעבה האט אליינס געזאגט ווייל קיינער קערט נישט, דא איז נישט א סאטמערע בעסמעדרעש און אפילו אין סאטמאר טוהט מען אויך אנטקעגן די רעבעס תקנות ווען עס איז אין דיינע אינטרעסן, ווען איינער וועט זאגן עפעס אנטקעגן ויואל משה דאנסטמאל וועל איך מיטשרייען מיט דיר....
אינטערסאנט צו באמערקן אז די פארטיי וואס פארקויפן זיך אלס די וואס זענן נישט משנה א זיז פון רבי׳ן ז״ל האבן די תקנה אינאנצן עוקר געווען מיט טויזנט תירוצים פארוואס דאס איז נישט אקטועל
א: צימעס פליז, ב: אקעי סאו וואטס יור פוינט דא אין דיזע ארגומענט? ג: זיי האבן געמאכט אנדערע תקנות בנוגע חתונות 11:30 איז א ריזאנעבעל צייט פאר א בחור צו גיין פון א חתונה. איך האב א בעסערן ענטפער פאר די אמערקונג אבער אפענסיוו תגובות זענען נישט ערלויבט
צוריק ארויפגעברענגט די רשעות'דיגע תקנה לכבוד די הילולא קדישא
און א דענעבנדיגע אשכול רעד מען זיך אפ אויף די בנש"קלך וואס קומען דייקא אינמיטן די צווייטע טאנץ אלעס קנאקט אוועק אבער יעצט דארף מען טוישן די ניגון צו די זעקסטע הקפה ניגון און אלעס שטעלט זיך אפ א גע'הרג'ט די טענץ ביי די חתונה וכו וכו
יעצט פארשטיי איך שוין די תקנה ווייל אויב חבירים קומען נישט איז נישט דא קיין טאנץ פרייט מען זיך ווען א בנש"קל קומט אבער אויב עס וועט זיין חבירים און עס וועט זיין אביסל לעבדיג וועט מען אפשר ציקומען צו האבן ספיקות און די אמונה אז זיי טהון זאכן וואס זענען נישט ממש לשם שמים און אויך זאכן וואס איז נישט מסירת נפש (זיך אוועק רייסן פון זייער שווערע סדר היום צו משמח זיין חתן וכלה)
די שפיכת דמים גייט אן
נאר ווען די ראש ישיבה מאכט חתונה מעגן אלע גיין
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/235298.html">http://www.kikar.co.il/235298.html</a>
דרמה בישיבת רכסים: כ-50 תלמידי ישיבת רכסים שבראשות הגאון הרב אליהו ציון סופר, סולקו מהישיבה בשל השתתפותם בחתונה של תלמיד בשיעור ב' בישיבה בניגוד להוראת ראש הישיבה שאישר את השתתפותם של עשרה תלמידים בלבד באירוע.
ל"כיכר השבת" נודע, כי בישיבה סוערות הרוחות בשבועות האחרונים בעקבות הפרשה, שהחלה לאחר שתלמיד שיעור ב' החליט להתחתן בניגוד לנהלי הישיבה. בתחילה, ראש הישיבה אסר באופן גורף על התלמידים להשתתף בשמחה, אולם לבסוף ביקש מהחתן לקבוע את שמחתו ביום חמישי הצמוד לשבת חופשה, כך שתלמידי הישיבה יוכלו להשתתף בה. יצויין, כי מדובר באישור חריג מצד ראש הישיבה, שכן לרוב ככל הפעמים הוא אוסר על בחורים באופן גורף להשתתף בחתונות של צעירים שמתחנים בניגוד להוראות הישיבה.
לבסוף, החתן קבע את יום שמחתו ליום ראשון. בשל כך, ראש הישיבה אסר בתחילה על התלמידים להשתתף בשמחה, אולם לאחר שיחות מול חלק מהתלמידים אישר לעשרה מהם בלבד להשתתף באירוע בכדי לשמח את החתן.
תלמידי הישיבה שלא היו מעודכנים בהוראת ראש הישיבה, נערכו לשמחה ודקות קודם שעלו על האוטובוס קיבלו הודעה דרך אחד הר"מים בישיבה כי בהוראת הרב סופר אין להשתתף באירוע - מלבד עשרה תלמידים שקיבלו אישור. התלמידים שחשבו כי מדובר במתיחה, עלו לאוטובוס, נסעו לאולם ולא ידעו לאיזו טלטלה הם גורמים.
בבוקר יום המחרת, רבני הישיבה התכנסו ולאחר ישיבה ארוכה בה בחנו כיצד להגיב לאירוע, החליטו כי גם אם ראש הישיבה מחל על כבודו, עליהם מוטלת החובה למחות, ולכן הורו ל-50 התלמידים שיצאו לשמחה לעזוב את הישיבה לפחות ל-48 שעות.
התלמידים סולקו, אולם לדברי גורמים בישיבה לא מדובר בסילוק סופי אלא בענישה שאמנם נחשבת חמורה וחריגה, אך כבר בסוף השבוע הם יוכלו לחזור לספסלי הלימודים בישיבה.
תלמיד בישיבה סיפר ל"כיכר השבת", כי "מדובר רבצעד חריג ונדיר ש-50 תלמידים מסולקים מהישיבה בבת אחת, אולם צריך להבין כי מדובר במקרה שונה, הפעם הסילוק לא נעשה בגלל השתתפות בחתונת חתן צעיר, אלא רק בשל אי ציות לראש הישיבה. אמנם הם לא עשו זאת במזיד, אולם הר"מים החליטו לטפל בנושא בצורה חמורה בכדי למחות על כבודו של ראש הישיבה"