☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די וויזשניצע נדחים (מורדים)

די וויזשניצע נדחים (מורדים)

184 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #212
בלאט: 1 2 3 4

מורינו הרב » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:26 pm

· #469955
איתן. די תורה שטייט העכער ווי משה רבנו!

איך בין אן אפיקורס?

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:27 pm

· #469956
מורינו הרב
איתן. די תורה שטייט העכער ווי משה רבנו!

איך בין אן אפיקורס?

מורינו הרב, קורח איז געווען גערעכט

מורינו הרב » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:28 pm

· #469957
פאדריי נישט די שמועס, ענטפער מיר יא אדער ניין.

די תורה שטייט העכער ווי משה רבנו!

איך בין אן אפיקורס?

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:29 pm

· #469958
berlbalaguleh
טאקע א חידוש. ווייל אין סקווירא זענען דא א סאך (50%) בעלזא'ער חסידים...!

די אנדערע 50 פראצענט פאפענע חסידים, האבן געהאט א אויבערהאנט...

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:33 pm

· #469959
אבער אויף די שאלה פון מורינו הרב האסטו נישט געענטפערט.

זיך גוט ארויסגעדרייט.

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:55 pm

· #469960
וואס איז די תורה אויב נישט וואס משה רבינו זאגט

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:01 pm

· #469961
משה רבינו האט איבערגעגעבן די תורה, קורח איז געווען א רבי וואס האט געמיינט אז ער שטייט העכער פון משה רבינו און זיין תורה, צום סוף איז ער צוזאמען מיט זיינע חסידים מיט זיין גאנצע שטעטל איינגעשלינגען געווארן...

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:09 pm

· #469964
רביה''ק זי''ע
משה רבינו האט איבערגעגעבן די תורה, קורח איז געווען א רבי וואס האט געמיינט אז ער שטייט העכער פון משה רבינו און זיין תורה, צום סוף איז ער צוזאמען מיט זיינע חסידים מיט זיין גאנצע שטעטל איינגעשלינגען געווארן...

אזוי אויך די מורדים

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:10 pm

· #469966
דארפסטו איבערליינען דעם אשכול פון אנפאנג.

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:25 pm

· #469973
ס'איז אינטערעסאנט פארוואס נאר אין ווישניץ איז געבליבן אזוי באקאנט די מורדים, ווען אין יעדע חצר איז געווען ענליכע מעשיות דורכאויס די לעצטע זיבעציג יאר.

כרם זית » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:07 pm

· #469978
גראדע ווען ק"ש וואלט געווען א מקום פאר נערמאלע מענטשן וואלט מען געקענט דעבאטירן. נאר אזוי ווי די סקווירא פלאטשיקע איין זייטיגע חברה קענען נישט פארשטיין עפעס אנדערש פון זיין קופסא, איז דאך נישט אינערעסאנט.

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:44 pm

· #469988
דולה ומשקה
געדענקסט נישט אזוי גוט, זעט אויס,
אנהייב האבען זיי גוט געארבעט האנט אין האנט, שפעטער האט זיך דאס צוטיילט.

אין לאנדאן זעט מען דאס אויכעט.
יעדער פון די נטורי קרתא האט א צווייטע שול, זיי קומען זיך נישט אויס צווישן זיך

מה בכך » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:33 pm

· #470004
נאך א מיינונג
א. נישט לאזן א ת"ח, אדער סיי וועלכע איד, האבן א פלאטץ צו שלאפן ווען ער איז היימלאז, איז א זאך וואס קיינער מעג נישט פארטיידיגן.

ב. הרב אליעזר דוד פאל איז א מחלוקת מאכער? איינער ווייסט דא ווער דאס איז בכלל געווען? ער איז געווען א מתמיד וואס איז געזעסן א גאנץ לעבן על התורה ועל העבודה, נישט געמאכט טראל און קיינעם נישט געדרייט א קאפ. דאס איז סתם א בלבול אויף א מענטש.

ג. וואס מיינט פונקט 'חינוך הטהור', און וואו קומט עס דא אריין?

ד. דער וועלט האט אסאך מער נוצן געהאט פון הרב אליעזר דוד פאל, מיט זיין געוואלדיגע פירוש אויף מורה נבוכים ועוד, ווי דער אלטע סקווערער רבי, וואס האט אפשר געמיינט ערנסט, אבער איבערגעלאזט א מושב וואס מיר וועלן נישט צו שנעל פטור ווערן דערפון.

על ראשון ראשון,
1) ער האט געהאט ווי צי שלאפן דרך אגב, (ביי משולם ראטנבערג)

2) מחלוקת מאכער ? יא ! און קיין שום מנהיג וואלט אים נישט געוואלט האבן עימי בבית.

3) סתם א בלבול.... פאקטן ברודער .... קיינער לייקנט עס נישט

4) טענו בחיטים והודה לו בזכר קדשו וואס האט מורה נבוכים מיט ארויסווארפן ? ער האט געהאט א רעקארד פון אנהעצן און אנדרייען מרידות האט ער אים נישט געדארפט אין שטעטל

מה בכך » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:39 pm

· #470006
כרם זית
גראדע ווען ק"ש וואלט געווען א מקום פאר נערמאלע מענטשן וואלט מען געקענט דעבאטירן. נאר אזוי ווי די סקווירא פלאטשיקע איין זייטיגע חברה קענען נישט פארשטיין עפעס אנדערש פון זיין קופסא, איז דאך נישט אינערעסאנט.

זאגמער, האסטו שוין אמאל פרובירט צי פארשטיין א צוקוועטשע סקווירא אינגערמאן ?

תרומה » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:39 pm

· #470007
ווי ליגט ער דער 'גרויסער' צדיק פאל וואס מ'רעדט דא?
און ווי גייט ליגן דער מאנסיער רב בעק

ערנסטגערעדט » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:46 pm

· #470008
Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)
סאיז גאנץ אינטרעסאנט צו ליינען וועגן די מורדים.
א קרוב מיינס הרב מנשה מאיער איך מיין ער איז (געווען?) די רב פון דזשערסי סיטי, ער איז אויך פון די מורדים.
מיין טאטע האט מיר דערציילט אז ווען מהאט אים ארויסגעווארפן פון ישיבה און ער איז אנגעקומען אינעם עירפארט האט אים זיין טאטע די מהרש״א הארוך זצ״ל מקבל פנים געווען מיט א הילכיגן פראסק...

Sent from my iPhone using Tapatalk

איתן » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:01 am

· #470014
ווען מ'זאל רעדן למען האמת, וואלט ער דאך שוין מודה געווען, אבער אז מ'קען יענעם ציפן - כלומרשט למען כבוד ר' פאל - דערפאר האסטו דא 'נאך א מיינונג'

איתן » מיטוואך אפריל 14, 2021 12:03 am

· #470015
ואגב, מ'זעט אז די אלע וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט חוצפה, האבן זייער דערלייגט מיט זייער אייגענע קינדער - נישט סתם

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 14, 2021 2:09 am

· #470028
איתן: און מיט זיך אליינס אויך. כמו שאמרתי.

סוכ"ס דער ישועות משה האט געהאט גרויסע זיידעס. און זיי האבן נישט צוגעלאזט (פון הימל) אז די פאר בהמות און מחרחרי ריב זאללן חרוב מאכן א חסידות...! וועם האבן זיי אינזין געהאט אויפצונעמען שטאטס'ן ישועות משה. עפעס א נטורי קרתא רב אדער רבי...? אבער זיי האבן נישט געטראפן ווייל יענע גרופ זענען א באנדע פראסטאקעס וואס באשטייט פון בעלי תשובה (אזוי ווי ישראל דוד ווייס. און נאך אנדערע) קיין איין נארמאלער, בכבוד'יגער גדול בישראל האט נישט געוואלט מיטשטיין מיט די פערד...!

שבת אחים » מיטוואך אפריל 14, 2021 5:08 am

· #470036
איתן
דולה ומשקה
קען זיין יש דברים בגו,
היות משה בער בעק ועמיה זענען געווען בשורשם פון די מורדים, אזוי אויך רבי מאטיל שטיין אבד"ק פאלטישאן איז געוועהן מצד די מורדים, נישט פון די הויפט, אבער באלאנגט צו די זייט פון די מורדים, שפעטער איז ער געווארן א ר"מ בישיבת סאטמאר סענזס סטריט, שפעטער ר"י אין קרית יואל, נאך ווערן פארוויקלט אין פראבלעמען געווארן ר"י אין מונקאטש, און האט שטארק גערעדט אויף סאטמאר בכלל און אויף דער ברך משה'ס הנהגה בפרט, אין שטארק געשטיצט די בני יואל, גערעדט ביי זייערע מסיבות וכדומה.

דא זעט מען ר' מאטל שטיין'ס אייניקל - עבי סטיין - האלט די מייק פאר זיין זיידע...
אפשר איז דאס, אז זיין אייניקל איז געווארן נגד רצונו, אויך א עונש צוליב זיין שריט קעגן דעם הייליגן ישועות משה.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=AQa2WrkMIUU">https://www.youtube.com/watch?v=AQa2WrkMIUU</a>

דא זעהט מען אז די זיידע האט רוח הקודש... ער האט געהאט א ווייטע בליק די פאליטשאנער רבי...

ווייל ביי די מצוה טאנץ זינגט ער

“טייערע אידן האטס אמונה, האסט אמונה אין בורא כל עלמים”... “עס וועט אייך גוט זיין היינט, היינט און אלעמאל, אויף דער וועלט, און אויף יענער וועלט”

😂 😂

בד”וו ער פלעגט אייביג זינגן די לאנגע וויזניצער “אודה לקל” פאר די מצוה טאנץ???
נישט “אוי ללללעשות רצצצצונך” כמנהג וויזניץ בני ברק? 🙄

איתן » מיטוואך אפריל 14, 2021 7:54 am

· #470042
מיר געפעלט מער, ווי דער שאפראנער רב קוקט עהם אן מיט טויטע בליקן, ווי כאילו ער טוט עפעס א עוולה... חחח

שבת אחים » מיטוואך אפריל 14, 2021 8:36 am

· #470044
איתן
מיר געפעלט מער, ווי דער שאפראנער רב קוקט עהם אן מיט טויטע בליקן, ווי כאילו ער טוט עפעס א עוולה... חחח

דער ר׳ אבישל ספינקער האט הנאה זעהט אויס. זינגט מיט.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:38 pm

· #470098
שבת אחים
איתן
דולה ומשקה
קען זיין יש דברים בגו,
היות משה בער בעק ועמיה זענען געווען בשורשם פון די מורדים, אזוי אויך רבי מאטיל שטיין אבד"ק פאלטישאן איז געוועהן מצד די מורדים, נישט פון די הויפט, אבער באלאנגט צו די זייט פון די מורדים, שפעטער איז ער געווארן א ר"מ בישיבת סאטמאר סענזס סטריט, שפעטער ר"י אין קרית יואל, נאך ווערן פארוויקלט אין פראבלעמען געווארן ר"י אין מונקאטש, און האט שטארק גערעדט אויף סאטמאר בכלל און אויף דער ברך משה'ס הנהגה בפרט, אין שטארק געשטיצט די בני יואל, גערעדט ביי זייערע מסיבות וכדומה.

דא זעט מען ר' מאטל שטיין'ס אייניקל - עבי סטיין - האלט די מייק פאר זיין זיידע...
אפשר איז דאס, אז זיין אייניקל איז געווארן נגד רצונו, אויך א עונש צוליב זיין שריט קעגן דעם הייליגן ישועות משה.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=AQa2WrkMIUU">https://www.youtube.com/watch?v=AQa2WrkMIUU</a>

דא זעהט מען אז די זיידע האט רוח הקודש... ער האט געהאט א ווייטע בליק די פאליטשאנער רבי...

ווייל ביי די מצוה טאנץ זינגט ער

“טייערע אידן האטס אמונה, האסט אמונה אין בורא כל עלמים”... “עס וועט אייך גוט זיין היינט, היינט און אלעמאל, אויף דער וועלט, און אויף יענער וועלט”

😂 😂

בד”וו ער פלעגט אייביג זינגן די לאנגע וויזניצער “אודה לקל” פאר די מצוה טאנץ???
נישט “אוי ללללעשות רצצצצונך” כמנהג וויזניץ בני ברק? 🙄

שבת אחים: דו זאגסט אז די אלטע פאלטישאנער רבי האט געהאט רוח הקודש. האט ער פאראויסגעזעהן אז זיין אייניקל וועט זיין א טראנסדזשענדער...?! און זיין ברודער/קאזין/פעטער וועט זיין אן (סטופיד) או. טי. די.. און ער וועט רעדן נארישקייטן. און ארומגיין מיט א (איירישע) שיקסע...! למשל אלעזר שטיין האט געזאגט אז ער פרייטציך אז ר'איז געווארן או. טי. די. ווייל יעצט קען ער אנטון רויטע סליפערס. אויך. אז ער איז ברויגז אויף זיינע עלטערן. ווייל זיי האבן איהם צוריקגעהאלטן פון עסן אזא גוטע זאך ווי חזיר...!
ער האט געמוזט עטליכע מאל פאללן אויפ'ן קאפ. צו רעדן אזעלכע שטותים והבלים...!

נאך א מיינונג » מיטוואך אפריל 14, 2021 5:16 pm

· #470103
מה בכך
נאך א מיינונג
א. נישט לאזן א ת"ח, אדער סיי וועלכע איד, האבן א פלאטץ צו שלאפן ווען ער איז היימלאז, איז א זאך וואס קיינער מעג נישט פארטיידיגן.

ב. הרב אליעזר דוד פאל איז א מחלוקת מאכער? איינער ווייסט דא ווער דאס איז בכלל געווען? ער איז געווען א מתמיד וואס איז געזעסן א גאנץ לעבן על התורה ועל העבודה, נישט געמאכט טראל און קיינעם נישט געדרייט א קאפ. דאס איז סתם א בלבול אויף א מענטש.

ג. וואס מיינט פונקט 'חינוך הטהור', און וואו קומט עס דא אריין?

ד. דער וועלט האט אסאך מער נוצן געהאט פון הרב אליעזר דוד פאל, מיט זיין געוואלדיגע פירוש אויף מורה נבוכים ועוד, ווי דער אלטע סקווערער רבי, וואס האט אפשר געמיינט ערנסט, אבער איבערגעלאזט א מושב וואס מיר וועלן נישט צו שנעל פטור ווערן דערפון.

על ראשון ראשון,
1) ער האט געהאט ווי צי שלאפן דרך אגב, (ביי משולם ראטנבערג)

2) מחלוקת מאכער ? יא ! און קיין שום מנהיג וואלט אים נישט געוואלט האבן עימי בבית.

3) סתם א בלבול.... פאקטן ברודער .... קיינער לייקנט עס נישט

4) טענו בחיטים והודה לו בזכר קדשו וואס האט מורה נבוכים מיט ארויסווארפן ? ער האט געהאט א רעקארד פון אנהעצן און אנדרייען מרידות האט ער אים נישט געדארפט אין שטעטל

@מה בכך, @איתן, @קוויטעל, דו ביסט דער וואס האט געזאגט אז דער וועלט האט גארנישט געהאט פון ר' אליעזר דוד'ן, און אויף דעם האב איך געשריבן אז דער וועלט האט אסאך נוצן פון זיין ספרים, הן אויף מס' כלים, הן אויף מורה נבוכים. יא, עס איז א מאדנע פירוש, אבער קיין צווייטע איז דאך נישט דא פון די לעצטיגע צייטן.

איך ווייס נאכאלס נישט וואס 'חינוך הטהור' מיינט. ר' אליעזר דוד האט עפעס געזאגט וועגן די חינוך אין סקווער? איך ווייס עכט נישט וואס דו רעדסט דא.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 14, 2021 5:33 pm

· #470106
נאך א מיינונג: מילא זיין (ר' אליעזר דוד'ס) פירוש אויף מס' כלים האביך נאכנישט געזעהן. קען איך נישט זאגן אויב ס'איז גוט אדער שלעכט. אדער נוצליך. אבער זיין פירוש אויף מורה נבוכוים פעלט מיר שטארק אויס. ווען כ'וועלל האלטן ביי לערנען און גריבלען זיך אין מורה נבוכים. דערווייל איז מיר גוט ב"ה אנדעם. נאר את"ל אז זיינע פירושים זענן גוט, פיין און וואויל. ווי קומט עס צו דעם פאקט אז ר'איז א גרויסער בעל מחלוקת. און דער אלטער סקווערער רבי, זי"ע האט איהם געהייסן זיך ארויספוצן פון זיין שטעטל. קומטס מיר נישט מיט קיין רחמנות אויף א היימלאזן מענטש. ער איז דאך א כפוי טובה. פונקט אזוי ווי ר'איז געווען א כפוי טובה צו זיין רבי'ן דער ישועות משה. האט דיא סקווערער רבי געהאט אלע רעכטן איהם צו פארשיקן. ווען ער וואלט געווען אויף די הויכע מדריגה פונ'ם חפץ חיים וואלט ער איהם פארשאפט אן אכסניא אויך. ווער ווייסט...?! אפשר האט ער איהם טאקע פארשאםט אן אכסניא. נאר נישט ביי איהם אין שטעטל. ווייל ר'איז א געמיינער מענטש. א מחרחר ריב...!

נאך א מיינונג » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:02 pm

· #470109
איך פארשטיי נאכאלס נישט פארוואס דער עולם ווערט אזוי צוקאכט וועגן אים. ער איז עפעס אזא וויכטיגע פיגור אין די גאס? פון ווי קומט אזא ריזיגע שנאה צו אים? ער איז נישט משה בער, ער איז נישט געווען קיין נטורי קרתאניק, ער האט קיינמאל נישט געקערט קיין וועלטן וועגן פערצעס (א פ"ה דגושה) וכדו'? ער איז סה"כ געווען א טשיקאווע מענטש, מיט טשיקאווע דעות, און ער האט דאס אויסגעפירט ביזן סוף אין זיין פערזענליכע לעבן.

די מעשה איז, וויזניץ האט געהאט א ראש ישיבה, און ווען דער וועד הישיבה האט אים ארויסגעווארפן, פירוש - געפירט א מחלוקת מיט אים, האבן געוויסע יונגעלייט גענומן זיין צד. זיי האבן געמאכט די מחלוקת? די מחלוקת איז געווען אן זיי, צווישן הרב משה הגר און להבדיל הרב גדליה נדל. ווען זיי נעמן הרב הגרס צד זענען זיי פונקט די זעלבע בעלי מחלוקת.

אבער וויאזוי ווערט הרב אליעזר דוד א בעל מחלוקת? דער אלטע סקווערער רבי האט געהאט צוטון מיט פיל מער מענטשן ווי אים במשך חייו. און זיין זון איז דאך אפגערעדט. אפשר איז דער סקווערער דער בעל מחלוקת און ר' אליעזר דוד דער נרדף?

מה בכך » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:50 pm

· #470112

צדיקל טייערע די קוקסט מיר אויס צי זיין אן ערענסטע אפרוח שלא נפתחו עיניו... די זעהסט דא עפעס טשיקאוו ?? קוק נאך די פאקטן, סאיז געווען א מרידה במלוא מובן המילה, און ער איז געווען פון די שטארקע אנדרייערס און העצערס...

פערזענליכע לעבן... זייט ווען הייסט איבערדרייען א חסידות, פערזענליך ?

אבער וויאזוי ווערט הרב אליעזר דוד א בעל מחלוקת ? סימפל, קוק וואס ער האט געטון...

און די אלטע סקווירא האט געהאט צי טון מיט מער מענטשן ווי אים... יא ? ברענג ארויף אויפן קאווע טישל א ליסטע, קאמפער צי אנדערע אדמורי"ם....

בעל מחלוקת ? סקווירא האט שוין זוכה געווען צי אלע טיטלען, באט בעל מחלוקה דערווייל נישט.... זיך עפעס אנדערש... סארי

לחייים

מה בכך » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:54 pm

· #470113
וועגן חינוך הטהור האבעך נישט קיין מושג

מה בכך » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:55 pm

· #470114
נאך א מיינונג
מה בכך
נאך א מיינונג
א. נישט לאזן א ת"ח, אדער סיי וועלכע איד, האבן א פלאטץ צו שלאפן ווען ער איז היימלאז, איז א זאך וואס קיינער מעג נישט פארטיידיגן.

ב. הרב אליעזר דוד פאל איז א מחלוקת מאכער? איינער ווייסט דא ווער דאס איז בכלל געווען? ער איז געווען א מתמיד וואס איז געזעסן א גאנץ לעבן על התורה ועל העבודה, נישט געמאכט טראל און קיינעם נישט געדרייט א קאפ. דאס איז סתם א בלבול אויף א מענטש.

ג. וואס מיינט פונקט 'חינוך הטהור', און וואו קומט עס דא אריין?

ד. דער וועלט האט אסאך מער נוצן געהאט פון הרב אליעזר דוד פאל, מיט זיין געוואלדיגע פירוש אויף מורה נבוכים ועוד, ווי דער אלטע סקווערער רבי, וואס האט אפשר געמיינט ערנסט, אבער איבערגעלאזט א מושב וואס מיר וועלן נישט צו שנעל פטור ווערן דערפון.

על ראשון ראשון,
1) ער האט געהאט ווי צי שלאפן דרך אגב, (ביי משולם ראטנבערג)

2) מחלוקת מאכער ? יא ! און קיין שום מנהיג וואלט אים נישט געוואלט האבן עימי בבית.

3) סתם א בלבול.... פאקטן ברודער .... קיינער לייקנט עס נישט

4) טענו בחיטים והודה לו בזכר קדשו וואס האט מורה נבוכים מיט ארויסווארפן ? ער האט געהאט א רעקארד פון אנהעצן און אנדרייען מרידות האט ער אים נישט געדארפט אין שטעטל

@מה בכך, @איתן, @קוויטעל, דו ביסט דער וואס האט געזאגט אז דער וועלט האט גארנישט געהאט פון ר' אליעזר דוד'ן, און אויף דעם האב איך געשריבן אז דער וועלט האט אסאך נוצן פון זיין ספרים, הן אויף מס' כלים, הן אויף מורה נבוכים. יא, עס איז א מאדנע פירוש, אבער קיין צווייטע איז דאך נישט דא פון די לעצטיגע צייטן.

איך ווייס נאכאלס נישט וואס 'חינוך הטהור' מיינט. ר' אליעזר דוד האט עפעס געזאגט וועגן די חינוך אין סקווער? איך ווייס עכט נישט וואס דו רעדסט דא.

ווען האב איך געזאגט אז די וועלט האט גארנישט געהאט פון אים ? ער איז געווען א גאון עצום און א ערליכע איד קיינער איז נישט מחולק מיט דעם

נאך א מיינונג » מיטוואך אפריל 14, 2021 7:46 pm

· #470120
איתן
שמעון וואלף
berlbalaguleh
די רבי, זי"ע וואס איז געווען באוואוסט פאר א צדיק יסוד עולם, און פאר זיין גוט הארץ האטציך נישט גערעכנט מיט גארנישט. און ר'האט געהייסן אז דער גרויסער בעל מחלוקת זאלל אפפיצצן פון שטעטל...!

זעה מיר דאך פון דעם וואספארא געמיינע ברואים (און צודרייטע) די מורדים זענען געווען...!

איך ווייס אז מיך האט עס פערזענליך זייער שטארק בארירט (די גאנצע פרשה מיט די מרידה). איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער מיך האט מען אויסגעלערנט אז די רבי'ס זענען הייליג. און דא קומען א פאר יודן און זיי וויללן מכלומרש'ט זיין פרומער פונ'ם רבי'ן...!

און איבער וואס?.. שטותים...!

היינט אז די האסט שוין איינגעזעהן וואספארא געמיינע ברואים רבי'ס קענען זיין (פארשטייצעך חוץ דיין הגה"ק), וואלסטי שוין געמעגט טוישן דיין בליק אויף די מורדים

די פראבלעם איז אבער, אז די מורדים האבן אויך גארנישט צוגעגעבן פאר די מענטשהייט. ממילא אויב זיי זענען געווען דא אלץ די אמת, וואלטן זיי געדארפט עפעס בעסערס דעליווערן

וואס האסטו דא געזאגט?
און איך פרעג נאכאמאל, וועלכע מחלוקות האט ר' אליעזר דוד אנגעדרייט? ער איז געווען אינוואלווד אין איין מחלוקת, וואס נישט ער האט אנגערייצט, און עס איז געווען לכבוד רבו, נישט קיין אייגענעפם. דער סקווערער האט זיך גערייצט מיט אים, וואס האט ער צוריק געטון צו אים? געהעצט און געשריגן? אדער איידעלעהייט ארויס געגאנגן? און מיט וועמן נאך האט ער געפירט א מחלוקת

בערל מישט ווארשיינדליך אויס צווישן משה בער בעק און ר' אליעזר דוד פאל. איך ווייס נישט וויאזוי עס איז שייך דאס צו טון, אבער קיין אנדערע פשט קען איך נישט.

איתן » מיטוואך אפריל 14, 2021 7:53 pm

· #470121
כ'מיין אז לייזער דוד האט געהאט איין זון וואס איז לעצטענס אוועק, קען איינער דאס באשטעטיגן?

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 1:40 am

· #470155
איתן
ואגב, מ'זעט אז די אלע וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט חוצפה, האבן זייער דערלייגט מיט זייער אייגענע קינדער - נישט סתם

דאס לאו דוקא אן עונש פאר זיך מתחצף זיין קעגן א בנשק'ל, נאר איינער וואס איז א ווילדע פייטער איז מסתמא ווילד קעגן זיין ווייב און קינדער אויך און קינדער וואס וואקסן אויף און אזא צעפארענע שטוב האבן א גרעסערע שאנס צו דארפן אלעס איז וואס מ'האט זיי אריינגעפרעגלט יונגערהייט

מה בכך » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:11 am

· #470157
נאך א מיינונג
איתן
שמעון וואלף
berlbalaguleh
די רבי, זי"ע וואס איז געווען באוואוסט פאר א צדיק יסוד עולם, און פאר זיין גוט הארץ האטציך נישט גערעכנט מיט גארנישט. און ר'האט געהייסן אז דער גרויסער בעל מחלוקת זאלל אפפיצצן פון שטעטל...!

זעה מיר דאך פון דעם וואספארא געמיינע ברואים (און צודרייטע) די מורדים זענען געווען...!

איך ווייס אז מיך האט עס פערזענליך זייער שטארק בארירט (די גאנצע פרשה מיט די מרידה). איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער מיך האט מען אויסגעלערנט אז די רבי'ס זענען הייליג. און דא קומען א פאר יודן און זיי וויללן מכלומרש'ט זיין פרומער פונ'ם רבי'ן...!

און איבער וואס?.. שטותים...!

היינט אז די האסט שוין איינגעזעהן וואספארא געמיינע ברואים רבי'ס קענען זיין (פארשטייצעך חוץ דיין הגה"ק), וואלסטי שוין געמעגט טוישן דיין בליק אויף די מורדים

די פראבלעם איז אבער, אז די מורדים האבן אויך גארנישט צוגעגעבן פאר די מענטשהייט. ממילא אויב זיי זענען געווען דא אלץ די אמת, וואלטן זיי געדארפט עפעס בעסערס דעליווערן

וואס האסטו דא געזאגט?
און איך פרעג נאכאמאל, וועלכע מחלוקות האט ר' אליעזר דוד אנגעדרייט? ער איז געווען אינוואלווד אין איין מחלוקת, וואס נישט ער האט אנגערייצט, און עס איז געווען לכבוד רבו, נישט קיין אייגענעפם. דער סקווערער האט זיך גערייצט מיט אים, וואס האט ער צוריק געטון צו אים? געהעצט און געשריגן? אדער איידעלעהייט ארויס געגאנגן? און מיט וועמן נאך האט ער געפירט א מחלוקת

בערל מישט ווארשיינדליך אויס צווישן משה בער בעק און ר' אליעזר דוד פאל. איך ווייס נישט וויאזוי עס איז שייך דאס צו טון, אבער קיין אנדערע פשט קען איך נישט.

לכבוד רבו ? וואס רעדסטע ב"ש...

סקווירער האט זיך גערייצט ? פינקליך מיט וואס ?

נאך א מיינונג » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 7:04 am

· #470159
יא, לכבוד רבו. הגאון ר' גדליה נדל, וואס איז געווען זיין רבו מובהק, האט דער מחלוקת מאכער ארויס געווארפן ווי א הונט. און ר' אליעזר דוד האט זיך אנגענומן פאר אים. וואס איז דא שלעכט?

אויף די צווייטע שאלה, לויט ווי מיר זען דא אין אשכול, האט הרב אליעזר דוד גארנישט געטון פאר דער סקווערער רבי, און ער האט געשאסן די ערשטע פאל און אים ארויס געיאגט פון זיין טאטענס הויז.

איתן » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:18 am

· #470161
וועמען איך קען, זענען אויסווארפן און פארגליטשע

יעלה ויבא » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:46 am

· #470168
איתן
וועמען איך קען, זענען אויסווארפן און פארגליטשע

I guess you don't know all of them.

מה בכך » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 1:27 pm

· #470177
נאך א מיינונג
יא, לכבוד רבו. הגאון ר' גדליה נדל, וואס איז געווען זיין רבו מובהק, האט דער מחלוקת מאכער ארויס געווארפן ווי א הונט. און ר' אליעזר דוד האט זיך אנגענומן פאר אים. וואס איז דא שלעכט?

אויף די צווייטע שאלה, לויט ווי מיר זען דא אין אשכול, האט הרב אליעזר דוד גארנישט געטון פאר דער סקווערער רבי, און ער האט געשאסן די ערשטע פאל און אים ארויס געיאגט פון זיין טאטענס הויז.

ער דארף נישט גארנישט טוהן סאיז איבער גענוג אז ער איז א בעל מחלוקה, און פאר זיין איגענע זיכערהייט ארויסגעיאגט פון שטעטל בעוד מועד

נאך א מיינונג » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 2:02 pm

· #470179
עוד הפעם, פארוואס איז ער דער בעל המחלוקת? דער בעל המחלוקת איז דער ישועות משה.

און דער אלטער סקווערער רבי איז אויך דער בעל המחלוקת, פארן ארויסיאגן א מענטש פון זיין טאטענס הויז פארן גארנישט טון.

הרב אליעזר דוד פאל איז עפעס א בעל מחלוקת? פארוואס? האסט נאך נישט דערמאנט קיין איין מעשה מיט אים, נאר אים באטיטלט און פערטיג.

זרחי » פרייטאג אפריל 16, 2021 4:49 am

· #470241
נאך א מיינונג
עוד הפעם, פארוואס איז ער דער בעל המחלוקת? דער בעל המחלוקת איז דער ישועות משה.

און דער אלטער סקווערער רבי איז אויך דער בעל המחלוקת, פארן ארויסיאגן א מענטש פון זיין טאטענס הויז פארן גארנישט טון.

הרב אליעזר דוד פאל איז עפעס א בעל מחלוקת? פארוואס? האסט נאך נישט דערמאנט קיין איין מעשה מיט אים, נאר אים באטיטלט און פערטיג.

עפ"ל שעם זיך אזוי צו רעדן אויף די הייליגע צדיקים זצ"ל. דיין קאפ איז פארקרומט און פארדרייט.

בכלל מיין איך אז עס נישט אויסגעהאלטן דא ארויפצוברענגען א פארווייטיגטע פרשה וואס א גרויס טייל פון זיי זענען שוין אויפן עולם האמת. היינט דארף מען וויסן א כולם אהובים וכו' און כבוד כולם איז גענוג חשוב מען זאל זיי נישט דא ארויפברענגן אויפן אינטערנע"ט, לא לנו לעסוק בזה לאטס אפ און גייטס יעדער זיין וועג און זייטס נישט מבזה קיין מענטשן און משפחות נישט לעבעדיגע און נישט שוכני עפר און נישט קיין צדיקים וקדושי עליון.

איתן » פרייטאג אפריל 16, 2021 9:11 am

· #470252
<a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic1/status/1383025031576494080">https://twitter.com/hasidic1/status/1383025031576494080</a>

תמים » פרייטאג אפריל 16, 2021 10:49 am

· #470266
סאיז א ווייטאג אז מנעמט א אינטערעסאנטע נושא און מפארשמירט עס מיט קינדערישע שוואנצאנעס און טפשות.

פאר די אלע וואס דרייען זיך דא אויבן אין הימל און ווייסן פארוואס אידן ווערן באשטראפט אויב זיי קענען ביטע איבערגעבן פארוואס די ישועות משה האט זיינע צרות, קינדער וואס זענען נעבעך יצא מדעתם ברבים, ועוד, און פארוואס סקיווירא רבי האט ליידער אויסווארפן און פארגלישטע קינדער און אייניקלעך. .!

איך קען די שטוב פון הגאון רבי אליעזר דוד פאל און סהאט זיך גארנישט צו שעמען פאר די שטוב פון סקיווירא רבי.. אוודאי האט ער געהאט פראבלעמען אבער אזוי האט יעדע יודישע משפחה! די סקיווירא פרשה פון לעצטענס איז א ווייטאג און קיין איין נארמאלע מענטש באשולדיגט נישט קיינעם, אזוי ווי די טיפשום דא טוען.

די ברך משה האט פארלוירן א קינד בחייו און האט אפגעפארערנע אייניקלעך, טאהשע רבי האט פארלוירן עטליכע קינדער בחייו, פשעווארסקע רבי האט א אפגעפארערנע זוהן, סקיווירא רבי האט אפגעפארערנע קינדער, אלעס נאר קצה המזלג וואס סקומט ארויף יעצט אויפן קאפ. אסאך פריערדיגע צדיקים האבן בכלל נישט איבערגילאזט קיין קינדער און ווער רעדט נאך פארלוירן קינדער אדער אנדערע צרות! סאיז גרינגער צו מאכן א מסקנה אז רביס מאכן מיט צרות ווי די מורדים! פארשטייט זיך איך בין סארקאסטיש, אבער אינאמתן איז בלעימען א סיבה פאר צרות א טפשות גדול!

איך רעד שוין נישט פון די חלק אז ווער ביזטו און וואס ווייסטו חשבונות שמים, און אפשר זענען זיי פשוט די צדיק ורע לו און דו די רשע וטוב לו? נאר פשוט פראקטיש גערעדט! דו צולייגער ניק. פאר דיין משפחה גייט דען נאר גוט ? לייג נאר ארויף דיין משפחה נאמען, און איך וועל דיר ברענגען א ליסטע פון צרות און ברענג מיר די הסבר דערויף. . וועלכע עלטערע יוד קענסטו מיר אנצייגען וואס איז נישט דורך קיין צרות אין לעבן? דו מוח קטן ווייסט די הסבר דערפון ? אדער די ווייסט נאר די הסבר ווען עס בענעפעטירט דיין פארטיי?

תמים » פרייטאג אפריל 16, 2021 10:50 am

· #470267
בנוגע די מעשה פון סקיווערא רבי זי"ע בין איך מוחה! סאיז א איסור צי גלייבן אזא מעשה! און ווער סהאט ארויפגעשמירט אזא רשעותדיגע פאסירונג אויף א ערליכע יוד איז עתיד ליתן את הדין!

תמים » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:12 pm

· #470283
[ציטאט אראפגענומען]

איך זיך נישט און איך גיי נישט אריינקריכען אין פריוואטע לעבן פון יחידים.

פארשטייסט אליין אז סאיז נישט מעלה ומוריד די געוויסע פרט צי מיין נקודה.

שאראש-פאטאק » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:23 pm

· #470284
זייט ווען האט סקיווירא רבי אפגעפארערנע קינדער?

איתן » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:05 pm

· #470292
ס'איז א משנה אפען אז ווער ס'הייבט זיך אן מיט א רב פון זיין קהילה, שפיעלט מיט פייער. לויט דיין דרשה, אז יעדער האט צרות, איז נישטא אזא זאך ווי ממנו ישמעו ויראו

תמים » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:47 pm

· #470304
שאראש-פאטאק
זייט ווען האט סקיווירא רבי אפגעפארערנע קינדער?

אגעין איך וויל נישט אריימגיין אין קיין פריוואטע צרות פון קיינעם, איך האב געוואלט ארויסברענגען א נקודה.

איך מיין סאיז זייער קלאר אז יעדער (עכ"פ כמעט יעדן) וואס דו קענסט האט זיך זיין פעקל, און צי גיין מאכן יעמעםס חשבונות אויף זיינע עבירות און צרות איז נישט בלויז רשעות נאר מברויך דערפאר א גרויסע דאזע טפשות.

תמים » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:49 pm

· #470306
איתן
ס'איז א משנה אפען אז ווער ס'הייבט זיך אן מיט א רב פון זיין קהילה, שפיעלט מיט פייער. לויט דיין דרשה, אז יעדער האט צרות, איז נישטא אזא זאך ווי ממנו ישמעו ויראו

דו ווייסט וויפיל נאך אפענע משנה'ס סאיז דא ?

דו ווייסט וואס שטייט אין די תורה אויף איינער וואס רעדט אויף א צווייטע יוד ברבים ? דו ווייסט וואס סשטייט אויך רעדן אויף א שוכן עפר אווי איר טוט ?

די אייבירשטער זאל דיר חלילה נישט באשטראפען, אבער סגעפעלט מיר ווי אויף יענעם'ס עבירות איז ער גאנצע מבין.

צולייגער איינער.. באהאלט זיך אונטער א אנאנאמיס ניק און רעדט פון יענעם'ס צרות.. לייג נאר ארויף דיין משפחה נאמען דא און איך וועל דיר ברענגען א ליסטע פון צרות און דיר געבן א פונקטליכע דין וחשבון אויף וועלכע עבירות פון דיין זיידע סקומט... און אויך א מקור פון א משנה..

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:00 pm

· #470308
תמים, קומסט אריין זייער שטארק!

איתן, ביזט זיכער די משנה שרייבט אז ס'איז נאר ווען מען רעדט קעגן סקווירא (אדער וויזניץ)? איך מיין די משנה רעכנט אויך אויס ווען מען רעדט קעגן הרב פאל אדער הרב בעק..

כניאק » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:39 pm

· #470314
Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)
תמים
איתן
ס'איז א משנה אפען אז ווער ס'הייבט זיך אן מיט א רב פון זיין קהילה, שפיעלט מיט פייער. לויט דיין דרשה, אז יעדער האט צרות, איז נישטא אזא זאך ווי ממנו ישמעו ויראו

דו ווייסט וויפיל נאך אפענע משנה'ס סאיז דא ?

דו ווייסט וואס שטייט אין די תורה אויף איינער וואס רעדט אויף א צווייטע יוד ברבים ? דו ווייסט וואס סשטייט אויך רעדן אויף א שוכן עפר אווי איר טוט ?

די אייבירשטער זאל דיר חלילה נישט באשטראפען, אבער סגעפעלט מיר ווי אויף יענעם'ס עבירות איז ער גאנצע מבין.

צולייגער איינער.. באהאלט זיך אונטער א אנאנאמיס ניק און רעדט פון יענעם'ס צרות.. לייג נאר ארויף דיין משפחה נאמען דא און איך וועל דיר ברענגען א ליסטע פון צרות און דיר געבן א פונקטליכע דין וחשבון אויף וועלכע עבירות פון דיין זיידע סקומט... און אויך א מקור פון א משנה..
ער שרייבט זייער קלאר ארויס זיין נאמען..

אויסער געווענדליך » פרייטאג אפריל 16, 2021 4:14 pm

· #470320
איתן
ס'איז א משנה אפען אז ווער ס'הייבט זיך אן מיט א רב פון זיין קהילה, שפיעלט מיט פייער. לויט דיין דרשה, אז יעדער האט צרות, איז נישטא אזא זאך ווי ממנו ישמעו ויראו

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער....................................

ווי שטייט אזא משנה?
ועוד, א משנה רעדט פון א רב פון א קהלה?! דעמאלס האבן זיי בכלל געהאט אזא מציאות?!
און דער וויזניצער רבי'ס א זון ר' משה איז דעמאלס געווען א רב פון א קהלה?
און דער סקווערער רבי איז געווען א רב פון א קהלה?

איך האב אסאך קשיאס, ווער קען זיי פארענטפערן?
בלאט: 1 2 3 4