☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די וויזשניצע נדחים (מורדים)

די וויזשניצע נדחים (מורדים)

184 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #212
בלאט: 1 2 3 4

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 1:02 am

· #469633
🤓 שבת אחים: דו האסט פארגעסן ארויסצו הייבן די געוואלדיגע אהבת ישראל וואס דער אמרי חיים האט געהאט. אויך זיין געוואלדיגע חכמה און פיקחות. וואס דער ישועות משה האט (ליידער) נישט געהאט. ממילא האט די מכשיפה די דעעזשער לייטשא איבערגענומען. אבער זיי אלע האבן באקומען זייער פארדינטע שטראף. איינער מער און איינער ווייניגער.

איך קען איינעם (פון די מורדים). ער איז כמעט יצא מדעתו. ווייל די ברכה פונ'ם ישועות משה האט חל געווען אויף איהם. צוערשט האביך געמיינט אז ער איז געווארן צודרייט ווייל אלס בעיבי האט ער געליטן פון די דייטשע באמבארדירונגען ביי די 2'טע וועלט מלחמה.

איך פלעג איהם הערן. ספעציעל שבת אינדערפריה אז ער רעדט צו איינעם. ער האט אייביג איבערגעזאגט די זעלבע ווערטער...."די ציונים. רשעים ארורים ימח שמם"... אבער איך האב קיינמאל נישט געהערט אז עמיצער זאלל איהם עפעס צוריקענטפערן. איינמאל האביך ארויסגעקוקט פון פענצטער, האביך געזעהן אז ער רעדט צו זיך אליינס.

א 2'טן אינצידענט האביך געהאט. ווען איך בין איינמאל ארויף אויפ'ן באס וואס פארט קיין בארא פארק. ס'איז געווען א געפאקטער באס. און די איינציגע פלאץ איז געווען נעבן איהם. כ'האב דאמאלס אנגעהאט א קוטשמע. האט ער געמיינט אז איך בין א סאטמאר'ער. נעמט ער זיך שרייען הויעך..." דו, סאטמאר'ער זעץ דיך נישט אוועק לעבן מיר"...! ביניך געבליבן שטיין אין א זייט. א מינוט ארום נעמט ער זיך נאכזאגן פון צעטיל קטן..."וצריך לאהוב כל אחד מישראל"...!ונראה מעלת חברינו ולא חסרונן..! און ר'האט גערעדט הויעך צו זיך אליין...!

שבת אחים » זונטאג אפריל 11, 2021 3:36 am

· #469652
יא. איך וויל באמת נישט שרייבן נעגאטיוו אויף קיינעם פון די וויזניצער גזע ווייל כ'האב רעספעקט פאר זיי. זיי האבן געהאלפן מיין משפחה. דער תורת מרדכי האט געטוהן אסאך חסד פאר מיין טאטן און זיין משפחה במשך די יאהרן. מיין זיידע איז געוועהן די ערשטע מענטש צו שטארבן נאכן קריג אין וויזניץ און איבערלאזן א שטוב מיט קליינע קינדער. דער אמרי חיים האט אויפגעצויגן מיין טאטע מיט זיינע ברודער ווי אייגענע קינדער מיט ליבשאפט. ער האט ארויסגעוויזן ליבשאפט פאר מיין טאטן אלץ קינד. אבער די אמרי חיימ'ס קינדער האבן דאס קיינמאל נישט געטוהן! ס'איז געוועהן גענוג און נאך יתומים און צובראכענע מענטשן. אפילו זיי האבן אויסגעהאלטן מיט געלט פארשידנע משפחות יתומים וכו', אבער זיי האבן נישט געקענט ארויסווייזן קיין ליבשאפט פאר קיינעם! זיי האבן נישט געוואוסט וואס דאס מיינט בכלל... געלט יא, אבער ארויסווייזן יענעם אמת'ע ליבשאפט און אהבת ישראל ווי דער זיידע? ניין!

אלע מעלות וואס דער טאטע און די זיידע האבן פארמאגט האבן זיי נישט געהאט!

דער אמרי חיים פלעגט אלץ זאגן פאר מיין טאטן אלץ קינד און אלץ בחור “דו ווייסט מיין טיר איז אייביג אפן פאר דיר?” ער האט אמאל געפרעגט מיין טאטן “פארוואס קומסטו קיינמאל נישט אריין צו מיר? דארפסט גארנישט? האסט אלעס?”
האט אים מיין טאטע גענטפערט “דאס אז די רבי האט מיך ליב ווי אן אייגן קינד איז מיר גענוג”...

ביי די טישן און פסח ביים סדר האט ער געזעצט מיין טאטע מיט זיינע ברודערס לעבן זיינע קינדער. ווען מיין טאטע איז געווען זעכצן יאר אלט האט ער זיך געזעצט צווישן אלע בחורים פון זיין קלאס, האט ער גערופן מיין טאטן און אים געפרעגט “ווילסט שוין נישט זיצן לעבן מיר?”

ווען מיין טאטע רעדט פונעם אמרי חיים ווערט ער אינגאנצן איבערגענומען, emotional. ס'רינט אים טרערן פון די אויגן!

ווי קען מען אפילו צוגלייכן די אמרי חיים צו זיינע קינדער? די אמרי חיים איז געוועהן א קלוגער מענטש, א פיינער. א גאון אין מדות און אין חסד. אויפגעבויעט גאנצע שטובער נאכן קריג. זיך געזארגט פאר יעדן נאכן קריג ווי פאר זיינע אייגענע קינדער.

ס'האט מיר פארציילט ר' אלקנה (קאנע) אוויטש. ער איז נישט געקומען פון קיין וויזניצער משפחה און איז געוועהן פון די מייסדים פון שיכון-וויזניץ. און שפעטער געוועהן משגיח אין ישיבה. כ'האב אים געפרעגט אמאל, ווי קומסטו קיין וויזניץ? זאגט ער, נאכן קריג כ'האב פארלוירן מיין טאטע, מיין מאמע, מיין גאנצע משפחה. ווער מיינסטו האט זיך געזארגט פאר מיר? ווער מיינסטו האט זיך געפרייט ווען כ'האב געמאכט א שמחה? ווער איז געוועהן מיין משפחה, מיין טאטע? די אמרי חיים איז געוועהן די איינציגסטער מענטש וואס האט זיך באמת געזארגט פאר מיר. זיך געפרייט ווען כ'האב געמאכט א שמחה. און געוויינט מיט מיר אין מיין צער.

ער האט מיר פארציילט נאכן קריג ווי ארים זיי זענען געוועהן. איך בין געוועהן פון די ערשטע צו קויפן א אייגענע דירה אין די שיכון. די אמרי חיים האט מיך געהאלפן בארגן געלט. ווען כהאב אין א מזל'דיגע שעה געענדיגט די גאנצע געשעפט און איך בין אריין צום אמרי חיים זאגן אז איך האב שוין געענדיגט די געשעפט (געקלאוזט), האט זיך דער אמרי חיים אזאנס געפרייט, ס'האט זיך געשפירט אין די לופטן. און ער האט געזאגט דעמאלטס פאר אפאר מענטשן: “ב”ה ס׳פריידט מיר זייער אז קאנע האט זיך ב”ה אזוי שיין מסדר געוועהן”.

די אמרי חיים איז געוועהן יעדעמ'ס פאטער נאכן קריג. ער האט זיי אלע געהאלפן. באצאלט פאר האלב שיכון וויזניץ זייער רענט פון אנפאנג. זיך געמוטשעט ביז ער איז אנגעקומען ערגעץ. אבער ליידער האבן זיינע קינדער פאר'הרג'עט די שיינקייט פון וויזניץ. אפילו זיי האבן געהאט אנדערע מעלות. אבער זיי זענען בכלל נישט געוועהן ענליך צו זייער טאטע און זייער זיידע, זייערע פעטערס. די הייליגע דמשק אליעזר זצ”ל

די דמשק איז געגעאנגען נאך געלט אין רומעניע פון טיר צו טיר פאר ארימלייט און יתומים. ער איז געוועהן ממש פון די גרעסטע יחסנים פונעם דור געשטאמט פון תלמידי הבעש”ט, “א רוזשינער אייניקל”! שטעלט אייך פאר איינער קלאפט אויף אייער טיר און איר עפענט די טיר און זעהט ר' זלמן לייב טייטלבוים צי ר' בנציון האלבערשטאם גייט נאך געלט פון טיר צו טיר! די דמשק אליעזר האט פארקויפט זיינע טייערע ירושה חפצים און געגעבן די געלט פאר יתומים און ארימעלייט!

דער הרב פ. פון וועמען דו רעדסט האב איך גוט געקענט. אונז האבן שוין אמאל געשמוסט וועגן אים דא אין שטיבל. איינמאל שנה ראשונה ווען כהאב געוואוינט אין ב"פ האט ער מיך אויפגעוועקט פארטאגס. ער האט געמאכט יללות אויף די גאסן.

ער איז נישט ממש געוועהן פון די קבוצה פון די מורדים אבער ער איז אוועק דעמאלטס. אסאך מענטשן זענען אוועק פון דארט. בתוכם איינע פון מיינע פעטערס. ער איז נישט געוועהן קיין וויזניצער פאר די קריג. א אונגארישע איד. ער איז געוועהן מורא'דיג נאנט צום ישועות משה. ער איז געוועהן זיין “הויז בחור” ביי די מרידה איז ער געוועהן שטיל. אבער נאכן די פרשה פון די מרידה האט ער זיך אנגעטוהן א “ברייטע הוט” און פארלאזט וויזניץ (ווי אויך זיין ברודער, וואס איז היינט א באבוב 45 חסיד). קודם איז ער געוועהן א ירושלימער מיט א געלע קאפטן און געגאנגען צו תולדות אהרן. נאכדעם איז ער געקומען קיין וויליאמסבורג און זיך געהאלטן פאר א סאטמארער און חסיד פון ר' הערשלע ספינקער זצ”ל.

ער זינגט היינט ווייטער זמירות שבת מיט די “וויזניצער נוסח” און די “וויזניצער ברען”. זיינע קינדער האבן שוין אפאר מאל געפרעגט פארוואס ער זינגט נאך אלץ אגודי'סטישע לידער! אבער ער האלט זיך ביי זיינס. ער איז א גרויסע באוואוסטער קנאי היינט און נאכאלץ א גרויסע חסיד פון די אמרי חיים. און אפילו פון די תורת מרדכי. ווען ר' מאטעלע פלעגט קומען קיין וויליאמסבורג פלעגט ער אלץ מיטהאלטן אלע טישן.

שבת אחים » זונטאג אפריל 11, 2021 5:24 am

· #469659
בכלל איז כדאי צו באמערקן אז די קנאים און זייערע שיטות האבן זיך evolved. ר׳ משה בער בעק למשל איז געבליבן א גוטע פריינד מיט מיין פעטער וואס איז אויך אוועק פון וויזניץ (פון וועמען איך האב פריער געשריבן) און זיי האבן זיך אפילו משדך געוועהן. ער פלעגט קומען צו אלע זיינע שמחות און ער פלעגט מיט ברענגן א טעפל זיך צו וואשען נטילת ידים ווייל רוב פון די טעפלעך ווערט דאך געמאכט אין די “טריפנע מדינה”...

איך האב פרובירט ביי מיינע פעטערס שמחות צורעדן מיט אים וועגן די מרידה. ער האט מיר קיין איין ווארט נישט גענטפערט.
ער האט בשום אופן נישט געוואלט רעדן דערפון צו מיר. (אזויווי רוב פון די מורדים... זיי רעדן קיינמאל נישט דערוועגן)

ער איז בכלל נישט געוועהן קיין עקסטרעימער מענטש. ווער סהאט אים געקענט פון פאר דעם ווייסט אז ער איז געוועהן פונקט ווי זיין ברודער הגה״צ ר׳ אברהם הערש- גאב״ד מעלבוירן א פייערדיגע חסיד פון די אמרי חיים נאך אלץ בחור.

ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון די באוואוסטע ירושלימער קנאי ר’ וועלוועל אייזנבאך און זיין שווער האט אים אריינגעשלעפט אין עקסטרעימיזם. סאיז נישט געשעהן פון איין טאג אפען צווייטן.

אבער דער היינטיגער גרעסטע קנאי אויף די וועלט. דריי צוריק די זייגער בערך פופציג יאר צוריק געהאט א פראבלעם מיט א טעפל וואס מהאט געמאכט אין מדינת ישראל? ער האט ניטאמאל געהאט א פראבלעם אז זיין חסידות און זיין רבי זינגט “לעשות נחת רוח” ווען ער גייט צו די טמנע בחירות.

קיינער פון די מורדים האבן נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין פראבלעם ווילאנג די הייליגער אמרי חיים האט עס געפירט...

שבת אחים » זונטאג אפריל 11, 2021 8:36 am

· #469663
די אמרי חיים האט קיינמאל נישט געשאלטן קיינער פון די מורדים! איך מאך מיט ענק א BET אויף אלעס וואס איך פארמאג אויב איר טרעפט מיר איין מענטש וואס זאגט אז ער האט געשאלטן אין זיין לעבן איין מענטש! ניטאמאל א איד! א פאלנער גוי. א רוצח האט ער נישט געשאלטן!
אים האסטו געקענט שפייען אין פנים און ער האט געזאגט אז ס׳רעגענט... ער איז געוועהן אזוי ווי זיין פאטער וואס האט מקרב געוועהן יעדען איד און געשיקט באהאלטענהייט געלט פאר זיינע שונאים.

הגה”צ ר’ דוד לעיב שווארץ זצ”ל האט פארציילט נאך די אמרי חיים’ס פטירה אז די אמרי חיים האט זיך אלץ נאכגעפרעגט ביי אים, ביי רבי יהודא’לע און ביי אנדערע אויף די מורדים לאנג נאך די מרידה. און אז די אמרי חיים פלעגט שיקן מיט אים פאר געוויסע פון זיי געלט לאנג נאך די מרידה! בשתיקה. (ער האט קיינמאל נישט געוואלט זאגן פאר וועמען ווייל די אמרי חיים האט אים אנגעזאגט אז ער זאל קיינמאל נישט פארציילן דערוועגן, אבער אזויפיל האט ער יא געזאגט אז ער פלעגט מיט אים שיקן געלט צו די אידן)

הרב מנחם אליעזר מאזעס שרייבט דאס אויך. און כהאב עס געהערט פון נאך אסאך נאנטע מענטשען אויך.

שבת אחים » זונטאג אפריל 11, 2021 8:51 am

· #469664
סאיז דא א איד אין וויליאמסבורג וואס הייסט ר׳ יהושע באנדא. באוואוסטער מורד, א קנאי, תולדות אהרן׳ער חסיד. ער גייט א גאנצע וואך מיט א ריזיקע רעשוואלקע מיט א ווייסע ירושלימער קאפל נישט מסיח דעת קיין רגע פונעם אייבערשטען.

ער איז ממש פון די איינציגסטער פון די מורדים דערווייל וואס האבן מיר דערווייל געזאגט זיין מיינוג אויפן אמרי חיים. און יעדער קען אים אליינס גיין פרעגן.

כהאב אים אמאל געפרעגט צי סאיז אמת וואס די היינטיגע סאטמארער חסידים זאגן אויף די אמרי חיים. א ציוני. ער האט געגעבן א שריי.

חס ושלום!!! קדוש, קדוש, קדוש!!!

מיין טאטע האט מיר פארציילט נאך די מרידה איז ר’ יהושע באנדא געקומען יעדע וואך ביי שלש סעודות און ארויפגעקראכן אויפן דאך פון די שול. איז געוועהן א קליין פענסטערל פון דארט פלעגט ער יעדער וואך הערן די תורה פון די אמרי חיים- נאכדעם וואס מ’האט אים ארויסגעווארפן פון דארטן!

זיין יונגערע ברודער הרב ר׳ יצחק פון ב”ב איז געבליבן א וויזניצער (א מאנסיער) איינע פון די דריי בחורים וואס זענען געזיצן אין יאפאן זענען געוועהן פון זיינע קינדער.

זייו יונגסטע ברודער ר׳ משה פון ב”ב איז געוועהן א בר מצוה בחור ביי די מרידה. ער איז שפעטער געווארן א קלויזנבורגער חסיד און געהאלטן קשר מיט ר׳ מאטעלע.

תרומה » זונטאג אפריל 11, 2021 9:16 am

· #469666
קען מען לייגן בילדער פון די מורדים?

תרמב » זונטאג אפריל 11, 2021 9:42 pm

· #469743
פארוואס נישט? סאיז א בושה? פון וואס איך האב געלייענט ביז אהער אין דעם אשכול קוקט נישט אויס אזוי.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 10:28 pm

· #469746
שבת אחים: איך ווייס נישט וואס ס'איז געווען מיט עטליכע פופציג יאר צוריק. (איך בין נאך דאמאלס געווען א יונגל/בחור.) איך קען נאר ר' משה בער בעק פון היינט. כאטש ער פרובירט צו זיין א מעסיגער. איז ער ארומגענומען מיט משוגעים און חיות. און ער טוט פאררוקטע מעשים. אזוי ווי האלזן און קושן זיך מיט איינעם פון די גרעסטע מערדערס פון דעם דור. אכמאדינעזשאד, ימ"ש...! ער רעדט טאקע שטיל און איידל. אבער מ'משפט' לויט זיינע מעשים...!

קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 10:42 pm

· #469751
berlbalaguleh
שבת אחים: איך ווייס נישט וואס ס'איז געווען מיט עטליכע פופציג יאר צוריק. (איך בין נאך דאמאלס געווען א יונגל/בחור.) איך קען נאר ר' משה בער בעק פון היינט. כאטש ער פרובירט צו זיין א מעסיגער. איז ער ארומגענומען מיט משוגעים און חיות. און ער טוט פאררוקטע מעשים. אזוי וי האלזן אן קושן זיך מיט איינעם פון די גרעסטע מערדערס פון דעם דור. אכמאדינעזשאד, ימ"ש...! ער רעדט טאקע שטיל און איידל. אבער מ'משפט' לויט זיינע מעשים...!

ביטע נישט אראפרייסן קיין יחידים דא ברבים

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 10:46 pm

· #469752
קוויטעל: ר' משה בער בעק האט נישט דעם דין פון א יחיד. ער איז נישט קיין פרייוועט מענטש. ער איז א פאבליק פיגור...!

קוויטעל » זונטאג אפריל 11, 2021 10:47 pm

· #469753
berlbalaguleh
קוויטעל: ר' משה בער בעק האט נישט דעם דין פון א יחיד. ער איז נישט קיין פרייוועט מענטש. ער איז א פאבליק פיגור...!

עקיבא קליין אויכעט

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 10:51 pm

· #469756
ניין: עקיבא קליין איז א פרייוועט מענטש. ער האטציך נישט ארויסגעשטעלט אין פאבליק מרוצונו. משא"כ משה בער דרעק יא. ער האט געגעבן אינטערוויוס פאר די אידישע און גוי'אישע מידיא מרצונו...!

שבת אחים » מאנטאג אפריל 12, 2021 1:36 am

· #469768
berlbalaguleh
שבת אחים: איך ווייס נישט וואס ס'איז געווען מיט עטליכע פופציג יאר צוריק. (איך בין נאך דאמאלס געווען א יונגל/בחור.) איך קען נאר ר' משה בער בעק פון היינט. כאטש ער פרובירט צו זיין א מעסיגער, איז ער ארומגענומען מיט משוגעים און חיות. און ער טוט פאררוקטע מעשים. אזוי ווי האלזן און קושן זיך מיט איינעם פון די גרעסטע מערדערס פון דעם דור. אכמאדינעזשאד, ימ"ש...! ער רעדט טאקע שטיל און איידל. אבער מ'משפט' לויט זיינע מעשים...!

כ'רעד נישט פון די היינטיגע ר' משה בער בעק. היינט איז ער א עקסטרעמיסט לכל הדעות. אבער די אמאליגע ר' משה בער בעק מיט בערך פופציג יאהר צוריק האט בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אגודיסטן, בחירות. איך האב געוואלט וויסן וויאזוי דאס איז געשעהן?

מיין פאטער זאגט אז ער איז אמאל בכלל נישט געוועהן קיין עקסטרעמיסט. ער איז אריינגעשלעפט געווארן דורך זיין שווער'ס משפחה שפעטער, מעהר און מעהר.

די זעלבע מיט אלע מורדים, זיי האבן נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אגודיסטן ווילאנג מ'רעדט אידיש אין שיכון וויזניץ.

פאר די היינטיגע בתוכם איך איז עס געוועהן זייער אינטערעסאנט וויאזוי איז ר' משה בער געגעאנגען פון זיין א הייסע חסיד פון די אמרי חיים וואס איז געוועהן א מעסיגער און אגודיסט צו זיין די גרעסטע קנאי און עקסטרעמיסט אויף די וועלט.

און די תירוץ איז אז סאיז נישט געשעהן איבערנאכט נאר סהאט זיך evolved במשך א לאנגע צייט.

תרומה » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:11 am

· #469773
📎 TheRabbisSpeakOut_img_181.jpg

ישעיה » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:58 am

· #469776
תשל"ח
<a class="postlink" href="https://hebrewbooks.org/53507">https://hebrewbooks.org/53507</a>

קוויטעל » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:12 am

· #469777
ר' לייזר דוד פאל האט בימים ההם געהאט א שטארקע שריפה, זייענדיג אין ניו יארק ווי זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין שיכון סקווירא, האט ער זיך אריינגעצויגן אהין.
און דער פריערדיגע סקווערער רבי זצוק''ל האט געהערט אז ער איז אנגעקומען אין שטעטל, האט ער געשיקט זאגן; אפילו איין נאכט זאל ער נישט נעכטיגן דא! איך דארף נישט קיין עזות פענימער ביי מיר אין שטעטל...

קוויטעל » מאנטאג אפריל 12, 2021 6:14 pm

· #469793
📎 download.jpg
אליעזר דוד פאל

איתן » מאנטאג אפריל 12, 2021 6:59 pm

· #469796
דולה ומשקה
קען זיין יש דברים בגו,
היות משה בער בעק ועמיה זענען געווען בשורשם פון די מורדים, אזוי אויך רבי מאטיל שטיין אבד"ק פאלטישאן איז געוועהן מצד די מורדים, נישט פון די הויפט, אבער באלאנגט צו די זייט פון די מורדים, שפעטער איז ער געווארן א ר"מ בישיבת סאטמאר סענזס סטריט, שפעטער ר"י אין קרית יואל, נאך ווערן פארוויקלט אין פראבלעמען געווארן ר"י אין מונקאטש, און האט שטארק גערעדט אויף סאטמאר בכלל און אויף דער ברך משה'ס הנהגה בפרט, אין שטארק געשטיצט די בני יואל, גערעדט ביי זייערע מסיבות וכדומה.

דא זעט מען ר' מאטל שטיין'ס אייניקל - עבי סטיין - האלט די מייק פאר זיין זיידע...
אפשר איז דאס, אז זיין אייניקל איז געווארן נגד רצונו, אויך א עונש צוליב זיין שריט קעגן דעם הייליגן ישועות משה.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=AQa2WrkMIUU">https://www.youtube.com/watch?v=AQa2WrkMIUU</a>

אמת וצדק » מאנטאג אפריל 12, 2021 7:54 pm

· #469801
Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)
איתן
דולה ומשקה
קען זיין יש דברים בגו,
היות משה בער בעק ועמיה זענען געווען בשורשם פון די מורדים, אזוי אויך רבי מאטיל שטיין אבד"ק פאלטישאן איז געוועהן מצד די מורדים, נישט פון די הויפט, אבער באלאנגט צו די זייט פון די מורדים, שפעטער איז ער געווארן א ר"מ בישיבת סאטמאר סענזס סטריט, שפעטער ר"י אין קרית יואל, נאך ווערן פארוויקלט אין פראבלעמען געווארן ר"י אין מונקאטש, און האט שטארק גערעדט אויף סאטמאר בכלל און אויף דער ברך משה'ס הנהגה בפרט, אין שטארק געשטיצט די בני יואל, גערעדט ביי זייערע מסיבות וכדומה.

דא זעט מען ר' מאטל שטיין'ס אייניקל - עבי סטיין - האלט די מייק פאר זיין זיידע...
אפשר איז דאס, אז זיין אייניקל איז געווארן נגד רצונו, אויך א עונש צוליב זיין שריט קעגן דעם הייליגן ישועות משה.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=AQa2WrkMIUU">https://www.youtube.com/watch?v=AQa2WrkMIUU</a>
א שרעק! אזוי בא׳חנ׳ט געווען.

איתן » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:24 pm

· #469804
[ציטאט אראפגענומען]

אליעזר דוד פאל האט געוואוינט אין חוץ לארץ, און איין טאג האט ער געהאט א שריפה, ווי זיין הויז האט אפגעברענט. און זיין פאטער ר' חיים פאל האט געוואוינט אין שיכון סקווירא, און וויבאלד ער איז געבליבן אן א דאך אויבערן קאפ, איז ער געקומען וואוינען ביי זיין טאטן אין בוידעם. ווען דער סקווערער רבי זצוק''ל האט געהערט אז ער געפונט זיך אין שטעטל, האט ער געהייסן מ'זאל עהם שוין פארשיקן פון דארט. זאגענדיג; איך וויל נישט אין מיין שטעטל אזא עזות פנים, אפילו איין לינת לילה זאל ער נישט בלייבן.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:50 pm

· #469807
די רבי, זי"ע וואס איז געווען באוואוסט פאר א צדיק יסוד עולם, און פאר זיין גוט הארץ האטציך נישט גערעכנט מיט גארנישט. און ר'האט געהייסן אז דער גרויסער בעל מחלוקת זאלל אפפיצצן פון שטעטל...!

זעה מיר דאך פון דעם וואספארא געמיינע ברואים (און צודרייטע) די מורדים זענען געווען...!

איך ווייס אז מיך האט עס פערזענליך זייער שטארק בארירט (די גאנצע פרשה מיט די מרידה). איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער מיך האט מען אויסגעלערנט אז די רבי'ס זענען הייליג. און דא קומען א פאר יודן און זיי וויללן מכלומרש'ט זיין פרומער פונ'ם רבי'ן...!

און איבער וואס?.. שטותים...!

איתן » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:29 pm

· #469809
[ציטאט אראפגענומען]

קוויטל איז מיין מאנ'ס ניק

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:43 pm

· #469812
מאך נישט אזעלכע וויצן ווייל ס'דרייען זיך דא חברה וואס ליידן פון האמאפאביע...

כרם זית » מאנטאג אפריל 12, 2021 11:36 pm

· #469820
עס הייסט ג-טפאביע.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 12, 2021 11:55 pm

· #469821
יא, ס׳נאר אינטערעסאנט פארוואס ווען ס׳קומט צו בלאפן אין ביזנעס וואס די תורה רופט פונקט אזוי אן ״תועבה״ (דברים כה:טז) איז עפעס די ג-טפאביע נישט אזוי שטארק, זעהט אויס אז ס׳איז א באזונדערע דין. ג-טפאביע לחוד והאמאפאביע לחוד, צומאל קען זיך פונקט מאכן אז די צווייטע זאל זיין א רעזולטאט פונעם ערשטן אבער זיי זענען לאו דוקא געבינדן.

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:57 am

· #469831
berlbalaguleh
די רבי, זי"ע וואס איז געווען באוואוסט פאר א צדיק יסוד עולם, און פאר זיין גוט הארץ האטציך נישט גערעכנט מיט גארנישט. און ר'האט געהייסן אז דער גרויסער בעל מחלוקת זאלל אפפיצצן פון שטעטל...!

זעה מיר דאך פון דעם וואספארא געמיינע ברואים (און צודרייטע) די מורדים זענען געווען...!

איך ווייס אז מיך האט עס פערזענליך זייער שטארק בארירט (די גאנצע פרשה מיט די מרידה). איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער מיך האט מען אויסגעלערנט אז די רבי'ס זענען הייליג. און דא קומען א פאר יודן און זיי וויללן מכלומרש'ט זיין פרומער פונ'ם רבי'ן...!

און איבער וואס?.. שטותים...!

היינט אז די האסט שוין איינגעזעהן וואספארא געמיינע ברואים רבי'ס קענען זיין (פארשטייצעך חוץ דיין הגה"ק), וואלסטי שוין געמעגט טוישן דיין בליק אויף די מורדים

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:59 am

· #469832
שמעון וואלף

די פראבלעם איז אבער, אז די מורדים האבן אויך גארנישט צוגעגעבן פאר די מענטשהייט. ממילא אויב זיי זענען געווען דא אלץ די אמת, וואלטן זיי געדארפט עפעס בעסערס דעליווערן

מה בכך » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:32 am

· #469836
קוויטעל
לייזר דוד פאל האט בימים ההם געהאט א שטארקע שריפה, זייענדיג אין ניו יארק ווי זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין שיכון סקווירא, האט ער זיך אריינגעצויגן אהין.
און דער פריערדיגע סקווערער רבי זצוק''ל האט געהערט אז ער איז אנגעקומען אין שטעטל, האט ער געשיקט זאגן; אפילו איין נאכט זאל ער נישט נעכטיגן דא! איך דארף נישט קיין עזות פענימער ביי מיר אין שטעטל...

איך האב געהערט די מעשה מפי אחד מזקני השיכון אביסל אנדערש, און ביטע אויב די ווייסט קלארע פאקטן אנדערש לאז מיר וויסן.
אז גלייך נאך די מרידה ווען מהאט אים ארויסגעטראסקעט פון וויזניץ איז ער געקומען צום טאטן ר' חיים פאל קיין סקווירא, פאר מנחה איז ער צוגעגאנגען נעמען שלום פונעם רבי'ן ז"ל, און דער רבי ז"ל האט גארנישט געזאגט, באלד נאך מנחה, האט דער רבי ז"ל באפוילן פארן גבאי ר' ישעי' צוצוזאם רופן אלע קהל'ישע יודן, אלע זענען טאקע אריין צום רבי'ן ז"ל און מ'האט געזען ווי מרן ז"ל איז שטארק פארקאכט, און דער רבי ז"ל האט אנגעהויבן רעדן לגבי דעם אליעזר דוד: "שיעור דירה בהלכות מזוזה, איז דרייסיג טעג, איך וויל אז אונטער דרייסיג טעג זאל ער זיין אינדרויסן פון שטעטל...!"
בערך א וואך שפעטער איז ר' מרדכי אריין צום רבי'ן ז"ל נאך שחרית עפעס אדורך צו רעדן, דער רבי ז"ל גיבט אים א קוק אן און פרעגט: "דער צָדיק איז נאך אלץ דא?! דער צָדיק איז נאך אלץ דא?!..." ר' מרדכי האט פאררופן א זיצונג פון ר' מאיר יודא, להבחל"ח ר' חיים בערגער ע"ה, ר' דניאל גאלדשטיין ע"ה און די גאנצע חברייא,( דרך אגב, ר' מאיר יודא איז געווען דער וואס איז געגאנגען מיט א רואיגער געמיט, ר' חיים בערגער מיט בייזן, און ר' מרדכי שווארץ האט גענומען די מיטל וועג )און מ'האט דארטן אנגערופון אליעזר דוד פאל, און מ'האט אים געמאלדן אז נאך פארן שקיעה זאל ער זיין אינדרויסן...
איז געווען א יוד אין שטעטל וואס געהייסן משולם ראטנבערג, וואס ער האט געהאט א הויז אין מאנסי, האט ער אנגעטראגן פאר אליעזר דוד אזוי: הייב זיך נישט אן מיטן רבי'ן, גיי היינט ארויס, און איך פארדינג דיר דאס דירה, וכך הוה. יענע נאכט איז געשען א שריפה אין יענע הויז, און א קינד איז מיטגעגאנגען ה"י...
איך ווייס נישט צו ער האט געדארפט טוהן אלס מחותן, אדער פשוט פראקטיש גערעדט אז ער זאל נישט אנדרייען וואס האט אנגעדרייעט אין וויזניץ....

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 13, 2021 3:24 am

· #469840
שמעון וואלף
berlbalaguleh
די רבי, זי"ע וואס איז געווען באוואוסט פאר א צדיק יסוד עולם, און פאר זיין גוט הארץ האטציך נישט גערעכנט מיט גארנישט. און ר'האט געהייסן אז דער גרויסער בעל מחלוקת זאלל אפפיצצן פון שטעטל...!

זעה מיר דאך פון דעם וואספארא געמיינע ברואים (און צודרייטע) די מורדים זענען געווען...!

איך ווייס אז מיך האט עס פערזענליך זייער שטארק בארירט (די גאנצע פרשה מיט די מרידה). איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער מיך האט מען אויסגעלערנט אז די רבי'ס זענען הייליג. און דא קומען א פאר יודן און זיי וויללן מכלומרש'ט זיין פרומער פונ'ם רבי'ן...!

און איבער וואס?.. שטותים...!

היינט אז די האסט שוין איינגעזעהן וואספארא געמיינע ברואים רבי'ס קענען זיין (פארשטייצעך חוץ דיין הגה"ק), וואלסטי שוין געמעגט טוישן דיין בליק אויף די מורדים

ניין: די אלטע רבי'ס פארבלייבן אויף זייער חשוב'ן ארט. ס'נאר א טייל פון די היינטיגע רעבעס וועלכע זענען פאלש...! די

נאך א מיינונג » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:15 am

· #469852
איתן
שמעון וואלף
berlbalaguleh
די רבי, זי"ע וואס איז געווען באוואוסט פאר א צדיק יסוד עולם, און פאר זיין גוט הארץ האטציך נישט גערעכנט מיט גארנישט. און ר'האט געהייסן אז דער גרויסער בעל מחלוקת זאלל אפפיצצן פון שטעטל...!

זעה מיר דאך פון דעם וואספארא געמיינע ברואים (און צודרייטע) די מורדים זענען געווען...!

איך ווייס אז מיך האט עס פערזענליך זייער שטארק בארירט (די גאנצע פרשה מיט די מרידה). איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער מיך האט מען אויסגעלערנט אז די רבי'ס זענען הייליג. און דא קומען א פאר יודן און זיי וויללן מכלומרש'ט זיין פרומער פונ'ם רבי'ן...!

און איבער וואס?.. שטותים...!

היינט אז די האסט שוין איינגעזעהן וואספארא געמיינע ברואים רבי'ס קענען זיין (פארשטייצעך חוץ דיין הגה"ק), וואלסטי שוין געמעגט טוישן דיין בליק אויף די מורדים

די פראבלעם איז אבער, אז די מורדים האבן אויך גארנישט צוגעגעבן פאר די מענטשהייט. ממילא אויב זיי זענען געווען דא אלץ די אמת, וואלטן זיי געדארפט עפעס בעסערס דעליווערן

פארוואס זאגסטו אזוי? ר' אליעזר דוד האט געשטעלט א הערליכע ספר שאין כדוגמתו אויף מסכת כלים. אלס איינער וואס האט פראבירט צו לערנן כלים אן זיין ספר, קען איך מעיד זיין אויף די געוואלדיגע אויפטו פון זיין ספר.

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:14 pm

· #469896
נאך א מיינונג

כ'מיין נישט אלץ תורה, כ'מיין אלץ אויפטו אינעם חינוך הטהור געביט

כרם זית » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:15 pm

· #469897
מפי השמועה איז דער היינטיגער סקווירא רעביצין געווען אריינגעדרייט אז ער זאל גיין. נאכן שריפה האט זי זיך נישט געקענט מוחל זיין...

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:16 pm

· #469898
berlbalaguleh
שמעון וואלף
berlbalaguleh
די רבי, זי"ע וואס איז געווען באוואוסט פאר א צדיק יסוד עולם, און פאר זיין גוט הארץ האטציך נישט גערעכנט מיט גארנישט. און ר'האט געהייסן אז דער גרויסער בעל מחלוקת זאלל אפפיצצן פון שטעטל...!

זעה מיר דאך פון דעם וואספארא געמיינע ברואים (און צודרייטע) די מורדים זענען געווען...!

איך ווייס אז מיך האט עס פערזענליך זייער שטארק בארירט (די גאנצע פרשה מיט די מרידה). איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער מיך האט מען אויסגעלערנט אז די רבי'ס זענען הייליג. און דא קומען א פאר יודן און זיי וויללן מכלומרש'ט זיין פרומער פונ'ם רבי'ן...!

און איבער וואס?.. שטותים...!

היינט אז די האסט שוין איינגעזעהן וואספארא געמיינע ברואים רבי'ס קענען זיין (פארשטייצעך חוץ דיין הגה"ק), וואלסטי שוין געמעגט טוישן דיין בליק אויף די מורדים

ניין: די אלטע רבי'ס פארבלייבן אויף זייער חשוב'ן ארט. ס'נאר א טייל פון די היינטיגע רעבעס וועלכע זענען פאלש...! די

די אמאליגע רעדסטו וואס נישט איך און נישט דו האבן געקענט, אויב אזוי, זאג איך, אז אויב די היינטיגע זענען פאלש זענען די אמאליגע צוויי מאל פאלש

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:20 pm

· #469899
אפשר וואלט מען געדארפט א באזונדערע אשכול, פון עטליכע פרשות פון יענע יארן - בנוגע שיכון סקווירא - ביים אלט'ן רבי'נס צייטן. (נישט געווען אזוי אלט...)

בעלזע שטיבל, ברעסלעווע שטיבל, טויבערס, ועוד...

צפור בודד » דינסטאג אפריל 13, 2021 3:50 pm

· #469911
איתן
אפשר וואלט מען געדארפט א באזונדערע אשכול, פון עטליכע פרשות פון יענע יארן - בנוגע שיכון סקווירא - ביים אלט'ן רבי'נס צייטן. (נישט געווען אזוי אלט...)

בעלזע שטיבל, ברעסלעווע שטיבל, טויבערס, ועוד...

פון דער ברעסלאווער פרשה (מערמלשטיין) ווערט דערמאנט אין דוד אסף'ס נאחז בסבך.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 13, 2021 3:53 pm

· #469912
איתן און נאך א מיינונג: דער פריער'דיגער סקווירא רבי זצ"ל איז געווען זייער א גוטהארציגער איד. אבער ווען ס'איז געקומען צו די רואיגקייט און זיכערהייט פון זיין שטעטל איז ער געווען זייער שטרענג. א טייל רופן עס אן קאמוניזם. ער האט זיך נישט געקענט ערלויבן אנדערש. ווייל דאס אנהאלטן און אויפהאלטן דעם שטעטל האט איהם געקאסט ממון ודמים. תרתי משמע. ער איז אדורך זייער א סאך פראבלעמען.

ס'דא אפילו א יש אומרים אז דער טאהשער רבי זצוק"ל פאר ער האט אויפגעמאכט זיין שטעטל איז זיך געגאנגען מתייעץ זיין מיט'ן סקווערער רבי'ן. האט ער איהם געזאגט אלס גוטערפריינד אז ער זאלל זיך נישט אריינלאזן אין דעם. ווייל ער וועט האבן זייער א סאך דאגות און פראבלעמען.

עכ"פ ער האטציך נישט געקענט ערלויבן איינצופיהרן א דעמאקראטישע הנהגה. ווייל אויב יא וואלט עפעס א רעביש אייניקל פון א באוואוסטע רעבישע גזע זיך באזעצט אין שטעטל און אוועקגעשלעפט די מתפללים.

דרך אגב. ס'איז נישט קיין תירוץ אויף היינט. וואס דער איסור איז נאכאלץ בתוקפו. די בהמות לאזן אפילו נישט מאכן אן עקסטער מנין אין פאליש פאר מוסף לשבת ביי א יארצייט...!

נאך א מיינונג » דינסטאג אפריל 13, 2021 3:59 pm

· #469913
א. נישט לאזן א ת"ח, אדער סיי וועלכע איד, האבן א פלאטץ צו שלאפן ווען ער איז היימלאז, איז א זאך וואס קיינער מעג נישט פארטיידיגן.

ב. הרב אליעזר דוד פאל איז א מחלוקת מאכער? איינער ווייסט דא ווער דאס איז בכלל געווען? ער איז געווען א מתמיד וואס איז געזעסן א גאנץ לעבן על התורה ועל העבודה, נישט געמאכט טראל און קיינעם נישט געדרייט א קאפ. דאס איז סתם א בלבול אויף א מענטש.

ג. וואס מיינט פונקט 'חינוך הטהור', און וואו קומט עס דא אריין?

ד. דער וועלט האט אסאך מער נוצן געהאט פון הרב אליעזר דוד פאל, מיט זיין געוואלדיגע פירוש אויף מורה נבוכים ועוד, ווי דער אלטע סקווערער רבי, וואס האט אפשר געמיינט ערנסט, אבער איבערגעלאזט א מושב וואס מיר וועלן נישט צו שנעל פטור ווערן דערפון.

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:08 pm

· #469914
[ציטאט אראפגענומען]

הרב מערמלשטיין האט נאך דעם פאשקעוויל אויסגעקלאפט אין ראדני שול בזה''ל
איך וויל מוסר מודעה זיין ברבים, אז די פרשה וואס איך האב געהאט אין שטעטל סקווער איז געווען א סכסוך מיט מיין עקס, פארשטייט זיך אז ווייל כ'בין געווען א משפיע בדרך ברסלב וואס איז נישט אנגענומען אין סקווער, האט עס נישט צוגעגעבן פאר אונזער סכסוך, אבער ארום און ארום - בפרט די אפציעלע בעלי בתים אין שטעטל האבן נישט קיין שייכות מיט דעם. און ווער ס'האט ארויסגעלייגט פאשקעווילן וכדומה איז עס נישט אין מיין נאמען.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:09 pm

· #469915
נאך א מיינונג: ער (ר' אליעזר דוד פאל) האט געקענט זיין א מתמיד און א מחבר פון ספרים. אבער אין די זעלבע צייט א בעל מחלוקת און א העצער. דער אלטער סקווערער רבי האט ריכטיג געהאנדלט מיט פארשיקן איהם פון שטעטל ווען די מחלוקת איז נאך געווען הייס. ווייל ער האט זיך געפיהלט באדראעט פון אזא פארשוין...!

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:11 pm

· #469916
אגב, ווען מ'האט מבטל געווען די בעלזער שטיבל אין שטעטל סקווער, האט דער היינטיגער בעלזער רב געשיקט זאגן, עטץ זאלטס נישט מיינען אז איך האב א שווער הארץ. פונקט פארקערט, איך האב אויך געהאלטן אז ס'קומט נישט דארט.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:14 pm

· #469917
טאקע א חידוש. ווייל אין סקווירא זענען דא א סאך (50%) בעלזא'ער חסידים...!

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:15 pm

· #469918
נאך א מיינונג
א. נישט לאזן א ת"ח, אדער סיי וועלכע איד, האבן א פלאטץ צו שלאפן ווען ער איז היימלאז, איז א זאך וואס קיינער מעג נישט פארטיידיגן.

ב. הרב אליעזר דוד פאל איז א מחלוקת מאכער? איינער ווייסט דא ווער דאס איז בכלל געווען? ער איז געווען א מתמיד וואס איז געזעסן א גאנץ לעבן על התורה ועל העבודה, נישט געמאכט טראל און קיינעם נישט געדרייט א קאפ. דאס איז סתם א בלבול אויף א מענטש.

ג. וואס מיינט פונקט 'חינוך הטהור', און וואו קומט עס דא אריין?

ד. דער וועלט האט אסאך מער נוצן געהאט פון הרב אליעזר דוד פאל, מיט זיין געוואלדיגע פירוש אויף מורה נבוכים ועוד, ווי דער אלטע סקווערער רבי, וואס האט אפשר געמיינט ערנסט, אבער איבערגעלאזט א מושב וואס מיר וועלן נישט צו שנעל פטור ווערן דערפון.

מ'דארף דיר נישט ענטפערן, בלויז פארדעם, ווייל דיין השקפה נעמט נישט קיין תירוץ פון סיי וועלכע סארט. נאר איין זאך וואלט איך יא געאפפערט אלץ פראבע.
אפשר שטעלסטו דיך פאר, ווען איך זעץ מיך אריין אין דיין שטח, און זייענדיג משה רבינו אליינס, מאך א שווארץ שבת... הא? ס'גרינג צו רעדן אויף יענעם. דאס אייגענע הויקער וויל מען נישט זען. מ'רעדט דא פון וואס ס'האט פאסירט, אבער צו ס'געווען גערעכט, מאכט שוין נישט קיין גרויסע אונטערשייד - ווען דיין השקפה איז אזוי ווייט פון די געמיינדע ווי עס האט פאסירט בכלל.

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:22 pm

· #469922
berlbalaguleh
טאקע א חידוש. ווייל אין סקווירא זענען דא א סאך (50%) בעלזא'ער חסידים...!

אין הכי נמי, און ס'טאקע געווען א חידוש ווער ס'קען בעלזער רב שי', אז ער וואלט ווען יא געברויזט, אבער קוקט אויס אז וואס איז געווען אבסורד, האט ער אויך פארשטאנען. אז סקווער איז נישט בעלז לכתחילה.

אז אז מ'רעדט שוין, מענין לענין, האט דער היינטיגער סקווערע רבי דאס געזאגט פאר די אהרונישע ראשי קהילה אין מאנסי, ווען זיי האבן גערעדט וועגן מאכן א תלמוד תורה אין די 'מייל' פון זיין שטעטל. און לבסוף האט ער אוועקגעגעבן א בנין אין שטעטל פאר די אהרונים ביז זיי געפונען א צווייטע מקום אין מאנסי והגלילות.
עכ''פ האט ער ארויסגעברענגט קלאר; ווען סקווערע עסקנים האבן געוואלט מאכן א ישיבה נישט ווייט פון מאנראו - געציילטע יארן צוריק - האט ער דער רבי געזאגט ניין! אזויווי כ'ווייס די אויפטו אז מ'האט א השפעה ווען ס'איז פאר זיך, און איינמאל ס'ווערט אויסגעמישט, איז עס איין קוגל. שפיר איך אז ס'קומט נישט אונזער ישיבה נאנט צו קרית יואל. [ווי צו זאגן, אז אינטערעסאנט אז אהרן - אנשטאט מכיר טובה זיין - האט דאס נישט געוואלט פארשטיין, און האט עס ארויפגעווארפן אויף די קהילה אין מאנסי.

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:30 pm

· #469925
בנוגע ר' אליעזר דוד פאל, דארף מען דן זיין עטליכע נקודות:

א. האט דאס האדמו"ר מסקווירא געטון אלס שיטה, אדער האט ער דאס געמוזט טון צוליב זייטיגע סיבות (ווייב האט אים געדרוקט, מחותנ'שאפט וכדו')?
ב. איז ר' אליעזר דוד פאל געווען א סכנה פארן שטעטל, אדער איז ער נישט געווען קיין סכנה, אבער פארט האט דאס דער רבי געמוזט טון, צי ווייל ער האט געהאלטן אזוי בשיטה אדער צוליב זייטיגע חשבונות?
ג. איז האדמו"ר מסקווירא גערעכט געווען מיט זיין האנדלונג, אדער האט ער זיך טועה געווען און נישט ריכטיג געהאנדלט?
ד. וואלט ר' אליעזר דוד פארוואנדלט געווארן אין א סקווירא חסיד וואוינענדיג אין שטעטל, אדער וואלט דאס קיינמאל נישט פאסירט?

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:39 pm

· #469929
לכבוד שבת קודש

זיכער בשיטה, און יענע סארט פרומערע האבן אלץ געקלערט אז דער פריערדיגע סקווערע רבי איז אויף זייער זייט - מיט יעדע זאך וואס שמעקט פון זיין נאך פרומער. אבער ביי דעם פעולה און נאך ענליכע, האבן זיי געקענט זען, אז ער גייט נישט אין שפאן מיט די אלגעמיינע התנגדות הנאורים, ער איז אויך געווען נגד הציונות ונגד הרעפורעם, אבער מיט זיין אייגענעם חסידישער מהלך.

נאך א מיינונג » דינסטאג אפריל 13, 2021 5:08 pm

· #469932
ר' אליעזר דוד א העצער א בעל מחלוקת?! רעדן מיר דען פון דער זעלבע מענטש?! ער איז גאר געווען א פרומער?! איך מיין קיינער ווייסט נישט דא פון וועמן מיר רעדן. ער איז נישט משה בער בעק, ווי אויך נישט ברך שטרן צו סיי וועלכע פון די נדחים. ער איז גאר אן אנדערע זאך. און א פרומער איז דער לעצטע נאמן וואס עס קומט זיך אים.

((דא האט איר א פערל ווארט וואס איז מרגלא געווען בפומיה: ועבר עליו רוח קנאה - א מענטש כאפט זיך א קנאות, וקנא את אשתו - גלייך לויפט מען צו באשולדיגן די ווייבער.)

און ער האט זיך דאך נישט באזעצט אין סקווירא, לויט די מעשה וואס ווערט דא איבערגעגעבן. ער איז געווען דארט צייטווייליג. דאס מעג מען אויך נישט? אז א איד דארף א פלאטץ צו שלאפן, קען דען א אידיש הארץ אים עפעס אפזאגן?

איך ווייס נישט וואס זענען 'מיין' השקפות, אבער מיין תורה שעצט שטארק א ת"ח. און שרייבן א ספר אויף א סוגיא וואס ווייניג לערנן איז גאר א בחינה פון א מת מצוה, כמבואר בספר חסידים. דער סקווערער 'השקפה' האט א פראבלעם מיט דער ספר חסידים אויך?

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:01 pm

· #469939

ס'זיכער א טעות די גאנצע געשעפט. ווישניץ סקווער טאש יעדער האט געמאכט דעם זעלבן גרייז, ממש זיך פארלייגט אויף דאס בעסטע פון כלל ישראל - מסלתה ומשמנה - וואס דער ספר חסידים רעדט וועגן עהם...

מורינו הרב » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:07 pm

· #469946
טאש האט זיך פארלייגט אויף אים?

ליב צו וויסן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:18 pm

· #469952
נאך א מיינונג
א. נישט לאזן א ת"ח, אדער סיי וועלכע איד, האבן א פלאטץ צו שלאפן ווען ער איז היימלאז, איז א זאך וואס קיינער מעג נישט פארטיידיגן.

געטראכט די זעלבע, אבער זיך דערנאך געכאפט אז מען רעדט פון אזעלכע אידן וואס "כבוד בית המלכות" שטייט העכער תורת משה.

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:25 pm

· #469954
ליב צו וויסן
נאך א מיינונג
א. נישט לאזן א ת"ח, אדער סיי וועלכע איד, האבן א פלאטץ צו שלאפן ווען ער איז היימלאז, איז א זאך וואס קיינער מעג נישט פארטיידיגן.

געטראכט די זעלבע, אבער זיך דערנאך געכאפט אז מען רעדט פון אזעלכע אידן וואס "כבוד בית המלכות" שטייט העכער תורת משה.

דתן און אבירם האבן טאקע געהאלטן אז די תורה שטייט פאר משה
בלאט: 1 2 3 4