ער האט בעיקר געוואלט עס זאל זיין פריי פון ציונות.
קרית יואל פרוי שילדערט
104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2038
איך בין באמת נישט געווען דערביי אריינצוגיין דא אין קיין דין ודברים איבער די נושא, אבער אז איך זעה מ'האלט שוין ביי 5 דפים לאמיך שוין צו ווארפן מיינע צוויי צענט אויך.
כולי עלמא מודה אז רביה"ק רבי יואל זי"ע האט געגרינדערט דעם שטעטל און געשוויצט דערפאר. (יעדער פראטאקעלירט?)
כולי עלמא מודה אז אויב האט ער עפעס געהייסן און געמאכט א תקנה אין די שטעטל איז עס מחייב א יעדע איינציגסטע תושב דארט. (יעדער פראטאקעלירט?)
כולי עלמא מודה אז חוץ וואס דער סאטמאר רב ז"ל האט געוויינט און פארפירט ביי כל נדרי דרשות איבער ביי-האר האט ער עס אויך געמאכט אלץ איינע פון די תקנות (יעדער פראטאקעלירט?)
כולי עלמא מודה אז די מוסדות איז אינטערגעווארפן אינטער א רבנישע קערפערשאפט [תורה ויראה דרבינו יואל - אונטער האדמו"ר מהר"א ודייני הקהלה, ויואל משה - אונטער די דייני קהל ויואל משה, בני יואל - אונטער די רבני ודייני בני יואל] און אז זיי זאגן אז איינער מיט ביי-האר קען נישט שיקן ביי זיי האבן זיי רעכט. אז ס'געפעלט דיר נישט עפן אייגענע מוסדות! (יעדער פראטאקעלירט?)
יעצט צו סאטמאר רב האט געוואלט ס'זאל זיין א סאטמארע שטאט צו נישט? קען זיין אז נישט! אבער דאך האט ער געשטעלט ז' טובי העיר (ווי איך האב שוין דא ארויסגעברענגט..) און ער האט געוואלט אז די ז' טובי העיר זאלן האבן א כח פון א בית דין און וואס זיי הייסן (פארשטייט זיך עפ"י הוראת הרבנים) איז מחייב א יעדע איינציגסטע תושב! נישט קיין חילוק צו ער דאווענט אין סאטמארע שוהל צו אין א צווייטע שוהל!
און אפילו לויט די שיטה אז ער האט געוואלט ס'זאל זיין א אידישע שטאט האט ער נאך אלס געמאכט תקנות וואס איז מחייב יעדן תושב!
אינטערסאנט איז אז יעדער פארשטייט אין וויליאמסבורג צו אין בארא פארק צו אפילו מאנסי אז יעדע מוסד מעג האבן זיינע תקנות (קאמפיוטערס יוכיחו) אבער אין קרית יואל טאר מען נישט!!!
אין פאקט צענדליגע משפחות האבן געמופט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק צו אפילו מאנסי ווייל זיי האבן געשפירט אז די תקנות פון די מוסדות דארט זענען צו שטרענג דארטן, אבער פון קרית יואל קען מען נישט מופן...?!
איבער די רוב אישו, איך ווייס באמת נישט ווער ס'איז רוב און וואס רוב וויל. אבער אזויפיל ווייס איך יא! אז אפילו אויב ס'איז נאר דא א מיעוט וואס שרייען אז מיר האבן ארויסגעמופט אין תשל"ד, אונז האמער זיך מקריב געווען אוועקצומופן פון אונזערע משפחות אלעס ווייל די רבי האט געוואלט אויפבויען א הייליג שטעטל און איינע פון זיינע זאכן איז אז די נשים זאלן נישט גיין מיט קיין ביי-האר, זענען זיי די גערעכטע!!! יא! ס'ווערט א רבים ביד מעטים!!!

יואלישקיינער צווינגט נישט? ווייל ס'איז טאקע דא א ברייטע אויסוואל פאר א דריטע זשענערעשאן ק"י איינוואוינער וואס ווילן האבן האר אונטערן שייטל! זיי האבן נישט אויסגעוועלט ווי געבוירן צו ווערן, מחונך ווערן, חתונה האבן וכו' וואס גענוי זענען די אומגעצווינגענע ברירות? לך לך מארצך, ומלדתך, מבית אביך? נעמען די וואנדער שטעקן ביי די צוואנציג יאר מיט א מאן און וואנדערן אינעם ברייטן וועלט? דאס ריפסטו ברירות און וואס רופסטו צווינגן? וואס זענען די קאסטן פאר איינער וואס ברעכט זיך נישט פאר די אומגעצווינגענע טעראר?
יואליש, דיינע טענות וועל איך אפילו נישט ענטפערן, דו ביסט דאך א נוגע בדבר 😂
Re: קרית יואל פרוי שילדערט
sunbarקען זיין איר וועט מיך אנקוקן ווי איך קום פון די לבנה... אבער, זענען טאקע דא פרויען וואס טראגן שפיצלעך און שערן זיך נישט?
איך קען איין פרוי מיט א שפיצל וואס האט זיך געלאזט וואקסן די האר אין די מוסדות האט געריפן אז זי דארף זיך שערן אין ווייזען פאר א אנדערע פרוי וואס יענע דארף אריינרופן די מוסד עדות זאגן אז זי האט זיך אפגעשוירן