☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » היסטאריע פון קרית יואל ריעל עסטעיט

היסטאריע פון קרית יואל ריעל עסטעיט

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1773
בלאט: 1 2

villager » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:17 pm

· #43118
היסטאריע פון קרית יואל ריעל עסטעיט
איך וואלט געוואלט וויסן פאר וועם האט בעלאנגט די פראפערטי אויף וואס קרית יואל געפונט זיך היינט בעפאר קרית יואל? ווער האט עס אפגעקויפט? ווער איז משה מאנראוער און ווען איז ער אראפ פון די מאכט? און וואס איז געשען מיט זיין ארגענזישען מיט אלע זיינע ריעל עסטעיט? ווער איז וועד הקריה? וויפיל פראפערטי האבן זיי נאך? נישט קיין פאליטיק פליז נאר בלויזע פאקטן.

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:25 pm

· #43124
איך לייג צי נאך צוויי פראגעס; וואס איז בכלל די אויפגאבע פון וועד הקריה היינט צוטאגס? און וואס טוען זיי מיט די פערציג אלפים קעש וואס זיי קאלעקטן פון יעדן נייעם הויז וואס מען בויעט אין קרית יואל?

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:29 pm

· #43127
אריין אין צימעס.... צו ענטפערן די אלע פראגעס מוז מען אנקומען אין יענעם פארום

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:54 pm

· #43171
שרייבער
אריין אין צימעס.... צו ענטפערן די אלע פראגעס מוז מען אנקומען אין יענעם פארום

איך זעה אז די גבאים האבן עס שוין אריבערגעפירט אין צימעס, אלזא קענסטו שוין ענטפערן.

אוי טאטי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:00 pm

· #43177
שמואל הלוי
איך לייג צי נאך צוויי פראגעס; וואס איז בכלל די אויפגאבע פון וועד הקריה היינט צוטאגס? און וואס טוען זיי מיט די פערציג אלפים קעש וואס זיי קאלעקטן פון יעדן נייעם הויז וואס מען בויעט אין קרית יואל?

וועד הקריה בעט נישט געלט פון איעדע נייע הויז וואס מען בויט, זיי בעטן נאר ווען איינער וויל בויען אויף א לאט וואס באלאנגט נישט אונעם ווילעדזש נאר אין טאון אוו מאנרא, אין ער וויל עס אריבערפירן עס זאל זיין אונעם ווילעדזש, וואס האט זייער אסאך מעלות למשל מען קען בויען מער וכדו׳, דעמאלטס בעטן זיי געלט וואס איז זייער פארשטענדליך. 

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:04 pm

· #43183
און וואס טוען זיי מיט די אלע געלט?

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:05 pm

· #43185
איז נישט וועד הקריה געשטעלט געווארן אין אנפאנג אויף צושטעלן ביליגע דירות?

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:06 pm

· #43187
ברך משה געגנט איז נישט געווען פארדעם אין ווילידזש אוו קרית יואל? איך האב געהערט פון עטליכע וואס האבן דארט געקויפט הייזער אז זיי האבן געמוזט אראפלייגן קעש געלט פאר וועד הקריה.

--
בכלל פארוואס עפעס מוז עס זיין דוקא אין קעש?

אוי טאטי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:09 pm

· #43192
וואס זיי טוען מיט די געלט ווייס איך שויניש, כ׳גלייב אז זיי טענה׳ען אז זיי ניצן עס אויפציהאלטן די ווילעדזש..

היימישער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:28 pm

· #43203
לויט ווי איך פארשטיי קאסט זייער אסאך אויפצהאלטן די קריה, ווי למשך סיידוואלקס, לייטס וכדומה
און מסתם דארט גייט די געלט

פיינע קאווע » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:35 pm

· #43207
מיינע שכינים אויסער מאנרא צאלן 10-12 טויזענט דאללאר א יאר שטייער און איך צאל ניטאמאל א דריטעל
אלזא איז דא און יעצט דער פאסיגער ארט אפצוגעבן א הילכיגן דאנק פאר די ווילעדש אויף קרית יואל. כה לחי
אייער סערוויס איז דאס בעסטע וואס קען זיין !

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:37 pm

· #43210
היימישער
לויט ווי איך פארשטיי קאסט זייער אסאך אויפצהאלטן די קריה, ווי למשך סיידוואלקס, לייטס וכדומה
און מסתם דארט גייט די געלט

די סיידוואלקס פון שטעטל איז פון רעגירונגס געלטער.

villager » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:40 pm

· #43213
וואס וועט זיין מיט אביסל היסטאריע?

קלאר » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:56 pm

· #43222
וועד הקרי' אפצאל האט דער מיסד רביה''ק מסאטמאר איינגעפירט
ע''פ רוב בעטן זיי די אפצאל פונעם דעוואלפער

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:56 pm

· #43223
שמואל הלוי
ברך משה געגנט איז נישט געווען פארדעם אין ווילידזש אוו קרית יואל? איך האב געהערט פון עטליכע וואס האבן דארט געקויפט הייזער אז זיי האבן געמוזט אראפלייגן קעש געלט פאר וועד הקריה.

--
בכלל פארוואס עפעס מוז עס זיין דוקא אין קעש?

זייער פאני, איך האב געקויפט דארטן א דירה און קיינער האט מיר נישט געבעטן קיין קעש געלט פאר וועד הקרי'

villager » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:00 pm

· #43226
קלאר
וועד הקרי' אפצאל האט דער מיסד רביה''ק מסאטמאר איינגעפירט
ע''פ רוב בעטן זיי די אפצאל פונעם דעוואלפער


דאס הייסט אז וועד הקרי' איז שוין נתייסד געווארן צוזאמען מיטן אויפבוי פונעם שטעטל? און וואס איז געווען דער ציל פונעם וועד הקרי' בימים ההם?

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:03 pm

· #43227
שרייבער
שמואל הלוי
ברך משה געגנט איז נישט געווען פארדעם אין ווילידזש אוו קרית יואל? איך האב געהערט פון עטליכע וואס האבן דארט געקויפט הייזער אז זיי האבן געמוזט אראפלייגן קעש געלט פאר וועד הקריה.

--
בכלל פארוואס עפעס מוז עס זיין דוקא אין קעש?

זייער פאני, איך האב געקויפט דארטן א דירה און קיינער האט מיר נישט געבעטן קיין קעש געלט פאר וועד הקרי'

מן הסתם האסטו שוין אפגעקויפט פון עמעצן וואס האט געהאט אפגעקויפט.

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:18 pm

· #43234
ניין, איך האב געקויפט געהעריג (איך האב עס נאר נאכדעם פארקויפט...)

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:33 pm

· #43246
ווייס איך נישט זייערע רולס, פון וועם מען בעט יא און פון וועם נישט, אבער איך ווייס קלאר פון עטליכע וואס מ'האט פון זיי יא געבעטן, דארט אין ברך משה.

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:55 pm

· #43261
villager
קלאר
וועד הקרי' אפצאל האט דער מיסד רביה''ק מסאטמאר איינגעפירט
ע''פ רוב בעטן זיי די אפצאל פונעם דעוואלפער


דאס הייסט אז וועד הקרי' איז שוין נתייסד געווארן צוזאמען מיטן אויפבוי פונעם שטעטל? און וואס איז געווען דער ציל פונעם וועד הקרי' בימים ההם?


רבינו הב״מ זצ״ל האט דאס איינגעפירט, זאגענדיג אז מ׳ דארף דאס געלט צו בויען מוסדות

עס האט זיך אנגעהויבן מיט צען אלפים און צוביסלך ארויף

און יעצט אביסל היסטאריע

אפאר סאטמארע יודן, ר׳ יוסף אשכנזי, ר׳ שלמה מיכל ראזנער, משה מאנרואר און נאך האבן געקויפט א פראפערטי אין מאנרא ווייל עס האט געהייסן דאן אז מ׳ גייט אויפבויען אין די געגנט א גרויסע עירפארט וואס וועט ווי פארשטענדליך ארויף ברענגן די פראפערטי ווערט

פון די פלאן איז גארנישט געווארן און זיי זענן געבליבן סטאק דערמיט, האבן זיי אנגעטראגן עס פאר סאטמאר
די פראפערטי איז בערגיג, ווייט פון שטאדט, און נאך חסרונות ( עס איז געווען באוואסט אלס דייטשע אנטסעמיטשע געגנט) אבער דאס איז אונז געווען באשערט

villager » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 6:04 pm

· #43263
און וואס איז געשען ווייטער? זיי האבן צוטיילט דעם פראפערטי צווישן זיך און יעדער האט זיך גענומען פארקויפן?

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 6:19 pm

· #43268
זיי האבן געהאט א קארפערעישן "מאנספילד האומס" וואס האט פארקויפט די פראפערטי פאר סאטמאר, פונקטליך וויאזוי ווייס איך נישט

אגב דאס פארענטפערט די קשיא ווי קומט א נייטרער יונגערמאן משה פר״מ צו שטיין בראש פון דעם פראיעקט וד״ל

villager » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:35 pm

· #43337
האט מאנספילד האומ'ס פארקויפט די גאנצע פראפערטי פאר די קהילה אדער צוטיילט דירעקט פאר דעוועלעפארס און יחידים?

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:55 pm

· #43362
היסטאריקער
זיי האבן געהאט א קארפערעישן "מאנספילד האומס" וואס האט פארקויפט די פראפערטי פאר סאטמאר, פונקטליך וויאזוי ווייס איך נישט

אגב דאס פארענטפערט די קשיא ווי קומט א נייטרער יונגערמאן משה פר״מ צו שטיין בראש פון דעם פראיעקט וד״ל

האט משה מאנרויער ביז דעמאלטס גארנישט געהאט מיט סאטמאר<?

הרב_שלום » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:31 am

· #43433
קרית יואל
ווען א בילדער בויט א דירה אין קרית יואל דארף ער געבען א געוויסע סכום פאר וועד הקריה זעלבסט פארשטענדליך אז שפעטער טוט ער עס אפמאנען פונעם קונה און פון די געלט גייט פאר די מוסדות, בתי מדרשים און שטחים ארום
למעשה האבן חסידי מהרז"ל א טענה אז יעדע יונגערמאן וואס קויפט א דירה זאל האבן א רעכט אפצומאכען צו וועלכע קהילה די געלט זאל גיין

פריינדליך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:36 am

· #43442
הרב_שלום
ווען א בילדער בויט א דירה אין קרית יואל דארף ער געבען א געוויסע סכום פאר וועד הקריה זעלבסט פארשטענדליך אז שפעטער טוט ער עס אפמאנען פונעם קונה און פון די געלט גייט פאר די מוסדות, בתי מדרשים און שטחים ארום
למעשה האבן חסידי מהרז"ל א טענה אז יעדע יונגערמאן וואס קויפט א דירה זאל האבן א רעכט אפצומאכען צו וועלכע קהילה די געלט זאל גיין



עס האט גענימען 24 תגובות ביז מען האט אויפגעהערט רעדן דיפלעמאטיש, און געזאגט ברחל בתך הקטנה וואס מען וויל דא מיט דעם אשכול,

רבותי! ישחקו נא הנערים לפנינו, הערט אויף רעדן דיפלעמאטיש זאגטס אפן פינקטליך וואס עטץ ווילטס, ביידע זייטען זאלען פאר לייגען זייער טענות, איך גרייט מיר צי א קאלט גלעזעל ביר און איך וועל ליינען מיט הנאה,

villager » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:53 am

· #43499
קען מען שוין טאקע נישט וויסן אביסל קאנקורעטע פאקטן פאר גאדס סעיק?

פריינדליך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:10 pm

· #43595
villager
קען מען שוין טאקע נישט וויסן אביסל קאנקורעטע פאקטן פאר גאדס סעיק?


פארוואס האסטע געטוישט דיין תגובה? וואס איז שלעכט געווען מיט די ערשטע ווערסיע?

און ווי קימט דא אריין "גאדס סעיק"? ער איז דער וואס וויל וויסען די אינעפערמאציע? ווער איז דאס בכלל? משלנו?

היסטאריקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:22 pm

· #43604
שרייבער
היסטאריקער
זיי האבן געהאט א קארפערעישן "מאנספילד האומס" וואס האט פארקויפט די פראפערטי פאר סאטמאר, פונקטליך וויאזוי ווייס איך נישט

אגב דאס פארענטפערט די קשיא ווי קומט א נייטרער יונגערמאן משה פר״מ צו שטיין בראש פון דעם פראיעקט וד״ל

האט משה מאנרויער ביז דעמאלטס גארנישט געהאט מיט סאטמאר<?


ער האט געלערנט און זיך געדרייט אין נייטרא, מסתמא איז ער געקומען אויף סאטמאר צום רבי׳ן אויך אזוי ווי יעדער

אבער ער האט זיך נישט פארופען א סאטמארער

ציגרעטל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:38 pm

· #43616
אויף דעם זאגט דער פסוק כל דאלים גבר... ווען זיי וועלן זיין ביים שיסל וועלן זיי אויך געבן פאר וועם זיי ווילן...

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:42 pm

· #43618
קרית יואל איז א גוטער משל פון א טיאקרעסי. ממש א אידישער איראן.

היסטאריקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 1:50 pm

· #43624
זר זהב
קרית יואל איז א גוטער משל פון א טיאקרעסי. ממש א אידישער איראן.


עס טוישן זיך די דיקטאטורן (לשיטתך)

די האסט נאר ליב געהאט די געוועזענע, איך פארשטיי

villager » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:15 pm

· #43635
איך וואלט פארגעשלאגן פאר די מנהלים אז אין צימעס זאל יעדער וואס עפענט א אשכול זיין אויך דער מנהל און מזאל קענען מעקען אדער חוסם זיין יעדער וואס וויל אריינפירן דעם אשכול אין חרה,

נס קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:11 pm

· #43694
און די מעשה וואס מ' פארקויפט טז מ' האט זיך פארשטעלט ווי גוים ווייל די גוים האבן נישט געוואלט פארקויפן די לאט'ס, נישט אמת?

אוי טאטי » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:21 pm

· #43701
אפשר אידאס געווען ווען די דריי זענען געגאנגען אפקויפן די לאט די ערשטע מאל.

היסטאריקער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:24 pm

· #43703
יא אמת. ר׳ חיים הערש ליימזידער האט געבויט די ערשע הייזער (המכונה "גארדען הייזער) ער איז ארום געגאנגען פארשטעלט ווי א גוי מיט א הינט

ר׳ לייבוש לעפקאוויטש ע״ה פלעגט שיקן זיין שוואגער א מאדערענר יוד אן בארד און פיאות צו מיטינגען מיט די טאון זיי זאלן נישט וויסן אז מען האנדעלט מיט יודן

עיין בספר רצון צדיק

villager » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:07 pm

· #43720
איז די עירפארט לאט און ליימזידער לאט צוויי באזונדערע לאט'ס, און ליימזידערס לאט האט קיינמאל בעלאנגט פאר מאנספיעלד האומס?

פיינע קאווע » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:18 pm

· #43724
רבותי, דער אשכול איז א פארברייטונג פאר א אקציע וואס די אלייענס ארבעטען יעצט. קוקט ארויס פאר א בריוו פון יוסל וואלדמאן וחבריו אין די פאסט בקרוב.
מיר האבן אבער א הבטחה אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי

villager » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 5:37 pm

· #43731
פיינע קאווע
רבותי, דער אשכול איז א פארברייטונג פאר א אקציע וואס די אלייענס ארבעטען יעצט. קוקט ארויס פאר א בריוו פון יוסל וואלדמאן וחבריו אין די פאסט בקרוב.


קודם כל פרעג איך דיר צו דו האלטסט אז יאסל וואלדמאן מוז צוקומען צו די ידיעות פון קאווע שטיבל שרייבער'ס? צווייטענס וויל איך קלאר שטעלן מיין ציל מיטן אשכול דא, איך בין א סאטמארער אינגערמאן - א אהרוני גראדע- איך האב לעצטענס געמופט אויף קרית יואל און איך פיל מיר דארט ווי יון אין די סוכה, די שטאט איז אינג אין יארן אבער רייך אין היסטארי, איך וויל זייער קענען אנטייל נעמען אין חברים דיסקוסיעס און פארטייאישע דעבאטעס, אבער צו באקומען ריינע אמת'ע אינפארמאציע פיל איך ווי איך טאפ א וואנט איך קען קיינעם גארנישט פרעגן ווייל מקוקט מיר אן ווי א אויבערחכם און די רבי האט נישט געלאזט טשעפענען ... און די וואס ענטפערן יא ווייסן נישט וואס זיי רעדן זיי זענען זיך סותר מיניה וביה,

אלזא נאכאמאל קלאר צו שטעלן אז איך זוך נאר אמת'ע פאקטן איך האב נישט קיין שום נגיעה דא, אויב האסטו עפעס צו זאגן איז עפרישיעטעד אז נישט איז בעסער אז דו בלייבסט שטיל,

פריינדליך » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 6:19 pm

· #43748
villager

צווייטענס וויל איך קלאר שטעלן מיין ציל מיטן אשכול דא, איך בין א סאטמארער אינגערמאן - א אהרוני גראדע- איך האב לעצטענס געמופט אויף קרית יואל און איך פיל מיר דארט ווי יון אין די סוכה, איך וויל זייער קענען אנטייל נעמען אין חברים דיסקוסיעס און פארטייאישע דעבאטעס, אבער צו באקומען ריינע אמת'ע אינפארמאציע פיל איך ווי איך טאפ א וואנט איך קען קיינעם גארנישט פרעגן ווייל מקוקט מיר אן ווי א אויבערחכם און די רבי האט נישט געלאזט טשעפענען ... און די וואס ענטפערן יא ווייסן נישט וואס זיי רעדן זיי זענען זיך סותר מיניה וביה,
,


סאו פאר די וואס ווילען די אמת וואס עס זענענן די דעבאטעס צווישען די ארונים און קר"י היינט צוטאגס, די דעבאטעס זענענן ווי פאלגענד:

ווען משה פר"מ האט אנגעהויבן אדער אויפגעהערט צו פירען קר"י, ווען ש"מ ראזנער האט פארקויט זיינע לאטס, וופיל סאוב דיווישענעס עס איז דא און קר"י,
און ווער עס גייט נישט מאכען די רווח וואס אישת חיל האט נישט, און וופיל געלט די די מוסדות מאכען פון די באזאר,

אויב גלייבט איר נישט אז דאס זענענן די דעבאטעס און מיט דעם זענען די ארונים ביזי און קר"י, האט איר דא א לעבעדיגע עדות מיטען נאמען villager {דאס איז נאר א ניק נאמען, עכטע נאמען געהיטען צילוב פרייוועסי} ער האט גאר לעצטענס אהין געמופט, ער האלט אלעס מיט פון דער נאנט און ער איז גרייט מיטצוטיילען מיטען עולם זיין עקספיריענעס,

משה רוקח » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 12:17 pm

· #43942
פאר א גוט יאר קען מיר איינער זאגן וואס א באזאר איז?

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 12:21 pm

· #43946
א באזאר איז זיי גייען ארום צו קאמפאניס און נעמען צאם זאכען וואס די קאמפאני קען שוין נישט פארקויפען למשל ווייל די פעקטשינג איז נישט גוט וכו' און די קאמפאני געט זיי עס בחינם און זיי פארקויפען עס פאר אסאך ביליגער ווי סטארס און מענטשען קומען דארט קויפען איז עס א הכנסה פאר די מוסדות ויקרא שמו בישראל באזאר, קלאר?

פריינדליך » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 12:22 pm

· #43947
א באזאר אז א פלאטץ ווי מען פארקויפט געווענליך 2nd קוואלעטי אייטעמעס, קלאוזאטוס וכדומה,

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 12:23 pm

· #43949
villager
איך וואלט געוואלט וויסן פאר וועם האט בעלאנגט די פראפערטי אויף וואס קרית יואל געפונט זיך היינט בעפאר קרית יואל?

איידער איף וועל צוקומען צו דעם לאמיך אביסעלע היסטאריע דערציילן...
מאנרא איז ארויפגעקומען אויפן טיש נאכן דורכפאלן אין:

סטעטן איילענד (די געגענט האט געהייסן 'ארדען הייטס') ווי מ'האט שוין אראפגעלייגט 850 טויזענט דאלער דיפאזיט פאר 190 עיקער, ס'איז געווען זייער ביליג דעמאלטס צוליב די ווערעזאנא ברידזש איז נאכנישט געשטאנען, און מ'האט געדארפט פארן מיט א שיף צו ברוקלין. אבער נאכדעם איז די פרייז זייער ארויף ווען די ברידזש איז שוין געשטאנען.

פרענקלין, ניו דזשערסי, זייער שנעל אראפ פון טיש.

דאווער, ניו דזשערסי (בערך 45 מייל פונעם לינקאלן טאנעל) און דעס איז שוין געווען באריכטעט אין די פעפערס. בערך 400 מענטשן האבן שוין געגעבן בערך 700 דאלער פאר א דירה דארט. דארט איז עס געגאנגן שלאפן ווען די לויער פונעם מוכר איז געווען א פרייע איד וואס האט למעשה געארבייט קעגן די סאטמארע און די עיקר פראבלעם איז געווען ווער ס'דארף צושטעלן די ראודס און סוער וכו'. למעשה האט קהל צוריקגעגעבן כמעט די גאנצע געלט פאר יעדעם און מ'בלייבט אין וויליאמסבורג..

קאנארסי איז אויך שנעל אראפגעגאנגן פון טיש ווייל מ'האט כמעט נישט געקענט קויפן קיין שטחים, נאר געווען פערטיגע זעקס שטאקיגע בילדינגס.

מאונט קיסקא (נעבן נייטרא) אויך זיך נישט אויסגעארבייט

יארקטאון הייטס, האט זיך שוין ווייטער עפעס געריקט אבער געווארן אויס ביים סטראוק פונעם רבי'ן ז"ל תשכ"ח.

קאנגרעס לעיק, האט מען שוין געגעבן א דיפאזיט, דארט האט זיך אנגעהויבן א העפטיגע מערכה פון די שכינים צו פייטן און זיי האבן געשטימט אז די געגענט זאל בלייבן פוסט.

וואשינגטאן וויל (לעבן מאנרא, געהייסן 'לעיק ענד באנגעלא קאלאני') דארט איז שוין געווען 150 דירות/באנגעלאוס, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט זעהענדיג אז מ'וועט צופיל געלט דארפן אריינלייגן

און פון דארט איז מען אנגעקומען קיין:
מאנרא, די לאטס האבן באלאנגט פאר דריי דאקטערס און לויערס, ר' חיים הערש ליימזידער איז אנגעקומען דערצו דורך א בראקער מיט די נאמען 'איגאר'
ס'האט געהאט א מעלה אז די טאון אף מאנרא איז געווען אינד'ערד און געווען אין גרויסע חובות. אויך האט אוועקגעקוקט אויף די ווייטקייט צוליב וואס ס'איז דעמאלטס באקאנט געווארן אז די ניובערג עירפארט גייט זיך פארברייטערן און מ'גייט בויען א טרעין פון מאנהעטן צו מאנרא וואס די וועג וועט נעמען שנעל.
villager
ווער האט עס אפגעקויפט?

ר' לייביש לעפקאוויטש ז"ל, ראה"ק ומנהל המוסדות סאטמאר, וראש העיר דקר"י האט אינטערגעשריבן די מקח.
אפגעקויפט האט מען עס אין צוויי פאזעס, די גרויסע חלק האט מען אפגעקויפט פאר בערך 750 טויזענט דאלער. און נאך א קלענערע שטח פאר בערך 50 טויזענט. (דרך אגב, די פיפציג טויזענט האט געדארפט זיין קעש וואס שפעטער ווען די מוכרים זענען עפעס געוואר געווארן אז די קויפערס זענען עשירים האבן זיי געוואלט ארויפגיין מיט די פרייז און די גאנצע מקח איז שיעור געווארן אויס, און מ'וואלט ווען פארלוירן די 50 אלפים ווייל קיין שטר איז דערויף נישט געווען) מ'האט קודם אפגעקויפט די לאט וואס איז באקאנט אלס סעקשאן איינס.

צוליב דעם וואס אין די פריערדיגע פראיעקטן איז מען דורכגעפאלן איז דעס געווען א טאפ סיקרעט! ווי היסטאריקער שרייבט
היסטאריקער
יא אמת. ר׳ חיים הערש ליימזידער האט געבויט די ערשע הייזער (המכונה "גארדען הייזער) ער איז ארום געגאנגען פארשטעלט ווי א גוי מיט א הינט

ר׳ לייבוש לעפקאוויטש ע״ה פלעגט שיקן זיין שוואגער א מאדערענר יוד אן בארד און פיאות צו מיטינגען מיט די טאון זיי זאלן נישט וויסן אז מען האנדעלט מיט יודן

מ'האט איינגעשפאנט ר' ישעי' (אסקער) פישער, א שוואגער מיט ר' לייביש'ן, וואס איז נישט געגאנגן אנגעטוען ווי א חסיד, ער האט זיך געטראפן מיט די באהערדע אלץ דער אייגענטומער פון מען-וואד קאנסטראקשען, און אנגעהויבן צו ארבייטן מיט די לאקאלע רעגירונג צו באקומען די אפראוועלס. אינצווישן האט ער אריינגעדרייט ר' חיים הערש ליימזידער אז ער איז זיין רעכטע האנט אין ביזנעס און מיט אים זאל מען האנדלן,

ר' חיים הערש און ר' משה'לע גליק (ער האט אויך געסיינט אויפן 1.75 מיליאן קאנסטראקשען לאון מיט ר' לייביש און ר' הערש אלימלך ווערצבערגער) האבן געקויפט נאך שטחים (וואס איז באקאנט אלס סעקשאן 3 און 4) און עס תיכף פארקויפט פאר קהל פאר קאסט פרייז. שפעטער ווען אלעס איז שוין געווען מער ווייניגער אפראווט האבן מענטשן געוואלט קויפן נאך לאטס האט מען דעמאלטס אויסגערופן אין די בתי מדרשים (אויך די רבי האט אריינגערופן א איד) אז קיינער זאל נישט קויפן ווייל די פרייזן וועלן נאר ארויפגיין. און דעמאלטס האט מען נאך געפאלגט... מאן-וואד האט דעמאלטס פארקויפט פאר 18 טויזענט דאלער א לאט פאר א פריוואטע הויז.

ר' חיים הערש האט זיך יעדעס מאל געמוזט פארשטעלן אז מ'זאל נישט וויסן אז די חרדים קומען אהער, און מ'האט אויך געבעטן דעם עולם נישט ארויסצופארן קוקן ס'פלאץ. כ"א כסלו תשל"ד האט ר' לייביש אפיציעל געבראכן די נייעס אז אלעס איז שוין כמעט פערטיג!
villager
ווער איז משה מאנראוער

אזוי ר' חיים הערש איז געווען פארנומען מיטן בויען, האט מען געוואלט אויפנעמען א מענטש וואס זאל זיין אן-טאפ פון די געלט, האט מען געלאזט רופן צום רבי'ן ר' שלמה מעכל ראזנער, ר' שלמה מעכל האט זיך אינטערגענומען ס'ארבייט און אריינגענומען ר' משה פריעדמאן (באקאנט אלס משה מאנרא)

מאן-וואד האומס האט געטוישט נאמען צו "מאן-פילד האומס". מאן-פיעלד האט פארקויפט א פיר רומיגע דירה פאר 28 טויזענט דאלער (9 טויזענט דיפאזיט) און א פינף רומיגע דירה פאר 32 טויזענט (12,000 דיפאזיט). זיי האבן שפעטער געוואלט ארויפגיין מיט די דיפאזיט פרייזן און די רבי האט נישט געלאזט.

לאזט מיך נאך אביסעלע מער דערציילן...
די גרינדן די ווילעדזש איז א מסכת פאר זיך. נאכדעם וואס די טאון האט אויסגעטיילט צרות צרורות אויפן יעדן טריט און שריט, וואס מ'האט זיי געבעטן האבן זיי פרובירט אפצוווארפן, אפגערעדט פון טוישן געוויסע זאכן אין די הייזער, צו עפענען געשעפטן אין די בעיסמענטס.
קודם האט מען פרובירט צו מאכן פראפעגאנדע און מ'האט אויפגענומען א טייערע פאבליק רילעשאן'ס קאמפעני צו. פארשפרייטן אין די לאקאלע צייטונגן אז די חסידים זענען יא וואוילע מענטשן און געטריי צום לאנד וכו'. איז אויפגעקומען די עצה פון גרינדן אן אייגענע ווילידזש ווי מ'קען אליינס מאכן די זאונינג וכו'. פארשטייט זיך די טאון האט פרובירט צו פייטן. איינע פון זייערע עצות הרעים איז געווען אז מ'זאל צוזאמשטעלן די טאון אף מאנרא מיט די ווילידזש אף מאנרא (וואס דאס איז געווען א שלום מדין ומואב, נאך איבער הונדערט יאר וואס די צוויי זענען זיך נישט אויסגעקומען, ממילא קען קרית יואל נישט גרינדן א ווילידזש, ווייל א פון א טאון קען מען זיך אפטיילן און גרינדן א ווילידזש, אבער פון א ווילידזש צו א ווילידזש נישט. די אנעקסירן. למעשה איז מען געגאנגן אין קאורט פאר "דיסקרימינאציע" נאך מיטונגען מיט די טאון און געוויסע פירערס דארט האבן זיך זייער מיעוס אויסגעדריקט קעגן יודן איז די דיסקרימינאציע טענה שטערקער געווארן. און נאך גרויס פראטעקציע און פארבינדונגן מיט די אינסטאנצן איז די ווילידזש עפראווט געווארן אנפאנג ווינטער תשל"ז. דער דעמאלטסדיגער סעקרעטערי אף סטעיט ניו יארק, מאריא קאומא (שפעטער דער גאווערנער) האט עס באשטעטיגט אפאר וואכן שפעטער.

למעשה ווען מ'האט עס שוין געגרינדערט איז ר' לייביש געווארן מעיאר. און די טראסטי'ס זענען געווען ר' אליעזר וואלדמאן, ר' אליעזר ליימזידער, ר' ליפא בראך, און ר' גרשון פרץ וויינשטאק.

נאכדעם האט מען געשטעלט שבעה טובי העיר -וואס מ'האט געוואלט אז ע"פ הלכה זאל יעדער זיי מוזן פאלגן- ס'זענען געשטעלט געווארן, ר' לייביש, ר' יוסל אשכנזי - משב"ק, ר' עזריאל גליק - משב"ק, ר' סענד דייטש - ראה"ק ומנהל המוסדות, ר' שלמה מעכל, און ר' משה פריעדמאן. אלס די זיבעטער האט מען געוואלט אז די רבי זאל זיין, נאר הגה"צ ר' יחזקאל ראטה, אנאנים רב, דעמאלטס דומ"ץ סאטמאר ב"פ האט געזאגט פארן רבי'ן אז אויב ער שטעלט קען ער נישט זיין. און מ'האט געשטעלט ר' שלמה זלמן סאנדער.

זימער תשל"ד האט זיך די רבי ארויסגעצויגן קיין קרית יואל אין די דירה פון משפחת שלעזינגער שיחי'

villager
און ווען איז ער אראפ פון די מאכט? און וואס איז געשען מיט זיין ארגענזישען מיט אלע זיינע ריעל עסטעיט? ווער איז וועד הקריה? וויפיל פראפערטי האבן זיי נאך? נישט קיין פאליטיק פליז נאר בלויזע פאקטן.

שמואל הלוי
איך לייג צי נאך צוויי פראגעס; וואס איז בכלל די אויפגאבע פון וועד הקריה היינט צוטאגס? און וואס טוען זיי מיט די פערציג אלפים קעש וואס זיי קאלעקטן פון יעדן נייעם הויז וואס מען בויעט אין קרית יואל?

איך וועל צוריקקומען אין א אנדערע געלעגענהייט איבער די ווייטערדיגע קשיות און אפשר מיט אביסעלע מער אינפאו צו דעטאלן (אין די צייט זאל ווער ס'האט עפעס צולייגן, זיך נישט צוריקהאלטן!)

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 12:40 pm

· #43963
זיער שיין באשריבען ר' שעפטל

משה רוקח » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:21 pm

· #44007
לעמיל
א באזאר איז זיי גייען ארום צו קאמפאניס און נעמען צאם זאכען וואס די קאמפאני קען שוין נישט פארקויפען למשל ווייל די פעקטשינג איז נישט גוט וכו' און די קאמפאני געט זיי עס בחינם און זיי פארקויפען עס פאר אסאך ביליגער ווי סטארס און מענטשען קומען דארט קויפען איז עס א הכנסה פאר די מוסדות ויקרא שמו בישראל באזאר, קלאר?


ווי אין קרית יואל איז דא אזאנס? (איז עס נישט ענליך צו א פלי מארקעט?)

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:27 pm

· #44014
משה רוקח
לעמיל
א באזאר איז זיי גייען ארום צו קאמפאניס און נעמען צאם זאכען וואס די קאמפאני קען שוין נישט פארקויפען למשל ווייל די פעקטשינג איז נישט גוט וכו' און די קאמפאני געט זיי עס בחינם און זיי פארקויפען עס פאר אסאך ביליגער ווי סטארס און מענטשען קומען דארט קויפען איז עס א הכנסה פאר די מוסדות ויקרא שמו בישראל באזאר, קלאר?


ווי אין קרית יואל איז דא אזאנס? (איז עס נישט ענליך צו א פלי מארקעט?)

איך ווייס נישט וועגען קרית יואל, עס איז ענדליך אבער א באזאר איז איין מוסד נישט אפאר מענשטען פארקויפען,

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:38 pm

· #44026
שיין שעפטעל! איך לעכץ פאר נאך,

קלאר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 2:23 pm

· #44062
משה רוקח
לעמיל
א באזאר איז זיי גייען ארום צו קאמפאניס און נעמען צאם זאכען וואס די קאמפאני קען שוין נישט פארקויפען למשל ווייל די פעקטשינג איז נישט גוט וכו' און די קאמפאני געט זיי עס בחינם און זיי פארקויפען עס פאר אסאך ביליגער ווי סטארס און מענטשען קומען דארט קויפען איז עס א הכנסה פאר די מוסדות ויקרא שמו בישראל באזאר, קלאר?


ווי אין קרית יואל איז דא אזאנס? (איז עס נישט ענליך צו א פלי מארקעט?)


אינטערן שאפינג סענטער

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 6:41 pm

· #44174
איך וויל נאר איבערפרעגן איין זאך, אין יאר ל"ד האט מען געקענט אדער קויפען א לאט פאר 18 טויזנט און אליינס בויען, אדער האט מען געקענט קויפען א פערטיגע דירה וואס ר' חיים הערש האט געבויעט פאר 28/32 טויזנט, קאררעקט?

די פערטיגע דירות ווי איך פארשטיי איז געווען לובלין אפטא און קוויקוועי, און ווי זענען געווען די לאטס?

פאר די וואס האבן אליינס געבויעט האבן זיי געמוזט נעמען ר' חיים הערש אדער מהאט געקענט נעמען סיי וועם?
בלאט: 1 2