Re: לערנען ענגליש
הגאון הצדיקענגליש האט דריי חלקים צו זיך, ליינען, שרייבן, און רעדן. די איינציגסטע וועג זיך צו לערנען ליינען ענגליש איז... דורך ליינען ענגליש... נעם א בוך איבער א נושא וואס אינטערעסירט דיך זייער שטארק און ליין עס דורך, האלט גוגל אדער א ווערטער-בוך צו די זייט אויפצוזוכן א ווארט וואס דו קענסט נישט אליין כאפן. דאס איז די וועג ווי איך האב מיך געלערנט עברית, ווען איך בין אנגעקומען אין ישיבת מיר האב איך ניטאמאל געקענט ליינען א גאנצע פאראגראף אין א צייטונג, האב איך אפירגענומען א דיקן בוך (600+ זייטן) און דורכגעליינט פון דעקל צו דעקל, ס'האט געדויערט אפאר וואכן אבער נאכ'ן ענדיגן האב איך געקענט ליינען עברית כמעט פליסיג.ווייסט איינער אפשר ווי קען מען זיך לערנען ענגליש אונליין אומזיסט?
זיך צו לערנען שרייבן איז די זעלבע זאך, מ'דארף שרייבן, ווי מער מ'שרייבט אלץ בעסער ווערט מען. אין קאלעדש ביי ענגליש קלאס גיבט דיך דער פראפעסאר א בוך אדער סתם מאטעריאל צו ליינען און נאך יעדע פאר קאפיטלען דארף מען שרייבן א שטיקל אנאליז און אזוי לערנט מען זיך שרייבן.
און לגבי רעדן איז ווייטער די זעלבע, it's all about practice.