לערנען ענגליש
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1969
לערנען ענגליש
אזוי ווי איך האב א שטיקל באקאנטשאפט מיט די ענגלישע שפראך וועל איך פארלייגן פארן ציבור מיינע ידיעות, און אזוי ארום פרובירן אביסל צו לינדערן די שמערצליכע בושות און ווייטאג וואס מען האט ווען מען אנקערט זיך אן אין א שווערע ווארט צו זאץ און מען ווערט צואמפערט און.... שוין.
ליגט א חיוב אויף אונז ארויסהעלפן אחינו בני ישראל הנתונים בגולה, וואס זיי מוזן צוקומען צו די גוי'אישע שפראך, אבער פארשטייט זיך חלילה וחס עס זאל ניטאמאל ארויפקומען אויפן געדאנק צו בועט זיין אין די שפראך וואס האט אונז ביז יעצט אזוי שיין אויפגעצויגן, ווייל עס איז נישט אויסגעהאלטן מאראליש-ווייז (צווייטענס, אפי' דו ווילסט וועסטו עס נישט קענען מאכן ענגליש פאר דיין שפראך).
איך בין גרייט צו ארויסגעבן מיינע צוויי צענט וואס פאר ווער עס קען דאס נישט וועט עס זיכער זיין א הילף, אבער אזוי ווי איך קען נישט זען מיינע תלמידים, און איך קען נישט זעהן צו א ניק שאקעלט מיט די קאפ אדער ער שלאפט גאר איין ביי מיין שיעור (איין זאך איז זיכער, קיין מאראנצן שאלאכטס וועט מען נישט קענען ווארפן אויף מיר......) וועל איך ווארטן אז אפאר חברה זאלן רעאגירן און פארלאנגען אז זיי ווילן הערן, וועל איך גיין ווייטער מיט "אפעראציע ענגליש", און אויב נישט וועט דער אשכול מיטפארן מיט די אלע טויטע געהענגלען אינעם תהום אריין..
אבער איך וויל דאך אז די וואס פארלאנגען עס זאלן כאטש וויסן אין וואספארא ריזיקע זיי לייגן זיך אריין, וועל איך געבן א שטיקעלע אינטראדאקשען:
א. כללא דמילתא
ווען איך פלעג זען א מודעה אז א טיטשער מיט פולע יארן ערפארונג איז גרייט אויס צו לערנען ענגליש, פלעג איך מיך וואונדערן, וויאזוי לערנט אויס די טיטשער פאר זיינע קונדן די שפראך? ער נעמט א ווערטער בוך און ער חזר'ט איין די ווערטער פאר זיינע תלמידים אזוי ווי מיינע רבי'ס האבן מיר אויסגעלערנט די אקדמות? ווער קען געדענקען אזויפיל ווערטער? נאר וואס דען, דער טיטשער שטעלט זיך בכלל נישט אויס צו לערנען די טייטש, ער לערנט אויס די כללים פון די שפראך, און פאר מער א העכערע לעוועל לערנט דער טיטשער די גראמאטיק און די אויסלייג פון די שפראך, און אויטאמאטיש אז מען האט די שליסלען קען מען שוין עפענען די פארשלאסענע טויערן.
ב. מעשה לסתור
אבער מיינטס נישט אז מען ווערט אזוי שנעל באלעבאס אויף די שליסלעך און די כללים פון די שפראך, ווי מער מען טוט אין די יסודות און די כללים פון די שפראך אלץ מער ווערט עס קאמפליצירטער און פארפלאנטערט, אזש עס קען זיך דאכטן אז אראפשרייבן א זאץ אז עס זאל שטימען מיט אלע כללים איז שוין שווערער ווי א שחמאט, און די שוועריגקייטן קומען וויבאלד עס איז דא אסאך כללים, און יעדע איינציגע כלל פארמאגט א יוצא מן הכלל! און בפרט ענגליש וואס שלעפט צוזאם ווערטער און כללים פון אלע שפראכן (אבער ענק דארפן נישט ווערן צובראכן, ווייל קודם וואס וועט שאטען אז מען וועט וויסן אביסעלע מער, און עס קען נאך צוניץ קומען ווייל עס קען אויסקומען אז מען זאל ווערן סטאק ביי איין געוויסע פונקט, און ווי נאר מען כאפט זיך יא, מען האט שוין געליינט דערוועגן וואס עס מיינט, ווערט שוין גלייך פארשטענדליך דאס איבריגע).
ג. מים שאין לו סוף
די מעלה פון ענגליש אז מען ווערט קיינמאל נישט פארטיג..... יעדעס יאר קומט צו פרישע ווערטער, און אפי' די ווערטער וואס זענען שוין לאנג פארענגלישט קען מען נישט אזוי שנעל דעריאגן ווי דער וואס איז אויפגעוואקסן מיט די ענגלישע שפראך, ממילא זאל מען זיך נישט איינרעדן אז מען וועט קענען א פיקס-פארטיגע ענגליש, ווייל אפי' איינער וועט דורכליינען אלע שיעורים פון קאווע שטיבעל האט נאך א לאנגע וועג צו גיין..
די ענגלישע שפראך באשטייט פון 26 אלפעבעטן\אותיות\לעטערס ( ווער עס קען עס נישט איז א אנאלפענבעט... )י
די לעטערס ווערן צוטיילט אין צוויי איין חלק איז 21אותיות וואס מען הערט און מען זאגט עס ארויס און דאס ווערט אנגערופען אין ענגליש "קאנסענענט" די צווייטע חלק איז 5 אותיות וואס מען זאגט נישט ארויס און דאס איז ווי נקודות \קולות וואס דאס רופט זיך וואיעלס אזוי ווי אין יודיש איז דא די נקודות אותיות
ווי א,ו,י,ע, איז דא אין ענגליש אויך אותיות וואס זיי פארטרעטן נקודות
A, e, i, o, u,די פינעף וואיעלס זענען
א ווארט קען באשטיין פון א וואיעל אזוי ווי איי. אדער עי.
אבער עס קען נישט זיין א ווארט נאר פון קאנסענענטס
יאך מיין אז עס איז גענוג אויף יעצט אבער כדי אנצוגיין דארף איך צוריק הערן וואס די עולם זאגט צו אין אישי
גוטזאגער( ווער עס קען עס נישט איז א אלפענבעט... )י
Analphabetאנאלפאבעטס'איז גראדע אינטערסאנט, כ'וואונדער שוין זיך פון לאנג.
פארוואס רופן די גוים די ABC "אלפא-ביתא"
בשלמא די אידן, א - איז "אלף", ב - איז "בית".
אבער ביי זיי (און אויך ביי שוואכערע אידן, למשל אין פלעטבוש, וואס זייער איינציגע שייכות מיט היימישע אידן איז אז זיי שטיצטען כולל שומרי הכומעס) A איז "עי", B איז "בי", אויב אזוי פארוואס רופן זיי דאס "אלפא ביתא"?
שכוח, מיינסט צו זאגן אז אמאל האט מען א "A" גערופן "אלפא". מקבל.
אז מ'רעדט שוין, כ'האב אמאל געהערט אז אין ענגליש איז די סדר OPQRS וואס דאס מיינט "אפיקורס",
האסט אמאל געהערט דערפון?
וויאזוי זאגט מען אין ענגליש "איך האב זיך דערמאנט"? איך בין נישט צופרידען פון I REMINDED MYSELF
אין געוויסע פעלער: it (just) came to me.
שוואכע מאסעס....
וויזוי זאגט מען אין ענגליש ''דו האסט מיר געלאזט''
you allowed it.
you permitted it to me.
it was with your permission.
נאך?
זר זהבוויאזוי זאגט מען אין ענגליש "איך האב זיך דערמאנט"? איך בין נישט צופרידען פון I REMINDED MYSELF
(I remember(ed?
(I recall(ed?
יידלyou allowed it.
you permitted it to me.
it was with your permission.
נאך?
נישט צופרידן. אויב איך קען ווען צולייגן א ווארט וואלט איך געזאגט: you letted me
יידלזר זהבוויאזוי זאגט מען אין ענגליש "איך האב זיך דערמאנט"? איך בין נישט צופרידען פון I REMINDED MYSELF
(I remember(ed?
(I recall(ed?
אויך עפעס נישט בע'טעמ'ט. כ'ווייס נישט פארוואס.
זר זהביידלyou allowed it.
you permitted it to me.
it was with your permission.
נאך?
נישט צופרידן. אויב איך קען ווען צולייגן א ווארט וואלט איך געזאגט: you letted me
Let קען ווערן גענוצט אויף לשון עבר אויך.
געב א משל
.I let you go to the tish last night, but I didn't think you'll come back so late
קען מען טאקע אזוי זאגן? אקעי. אבער ס'סאונד עפעס נישט אזוי גוט
געפילטע פיש.I let you go to the tish last night, but I didn't think you'll come back that late
Actually you can use either one. the word that in this context means to imply a comparison to something, as in "I'm not that stupid" means I'm not as stupid as example, vs. "I'm not so stupid" means I'm not very very stupid
I didn't think you'll come back that late", means I didn't think you'll come back as late as you did, vs. "I didn't think you'll come back so late"" means I didn't think you'll come back very very late
These dots are driving me nuts! I can't make them appear after the sentence.
זר זהבקען מען טאקע אזוי זאגן? אקעי. אבער ס'סאונד עפעס נישט אזוי גוט
העסטעך צוגעוויינען.
נו ווען גייט פארקומען די ווייטערדיגע שיעורים??
געפילטע פיש.I let you go to the tish last night, but I didn't think you'll come back so late
זר זהבקען מען טאקע אזוי זאגן? אקעי. אבער ס'סאונד עפעס נישט אזוי גוט
sentence איך מיין אויך אז ס'יז דא א פּראבלעם מיט דעם
tense of "you'll" די פּראָבלעם איז מיט די
.
"you'll" ברענגט צוזאַמען צוויי ווערטער "you will" implying, in the future, meaning after it is spoken. This doesn't make sense because it must have already happened whenever the sentence is spoken.
I prefer: I let you go to the tish last night, but I didn't think you'D come back so late.
"you'd" ברענגט צוזאַמען דריי ווערטער (a contraction) "you would have",מיינט אז דעמאָלט, when I let you go to the tish, I didn't think that you would come home so late.
אזוי מיין איך
Welcome
It's great having you here
Please help us out, teach us
In order to know how a sentence will flow more naturally you need to write it out more fully and with a comma.
There's a difference between I reminded myself and I recalled.
Two examples:
I had completely forgotten where the chasuna was, but then I recalled reading the invitation a week ago and remembered it was in ateres avrohom.
halfway through eating my thursday night VIP chulent, I reminded myself that my new years resolution was to lose weight before my son's bar mitzva.
VIP אין קעפיטעל, כראוי וכיאות
קאווע טרינקערVIP אין קעפיטעל, כראוי וכיאות
I changed it now. My sincere apologies. If I had known you were so particular, I'd have changed it immediately because I did realize something was a bit off.
My point is that if something doesn't flow naturally, it's better to change the structure of the sentence, rather than change one word. I hope that helps.
I am not particular at all, it's just that I felt you're underestimating my VIP cholent plate.
קאווע טרינקערI am not particular at all, it's just that I felt you're underestimating my VIP cholent plate.
Haha, you're good 🙂
אויב צאל איך ווען $20 פאר א ווי.איי.פי. טעלערל מן החמין החמין הזה וואלט איך אויך געווען באליידיגט.
אוי וויי, קאווע מיט טשאלנט?!
איך אויךאויב צאל איך ווען $20 פאר א ווי.איי.פי. טעלערל מן החמין החמין הזה וואלט איך אויך געווען באליידיגט.
woww. I'm curious to know who makes it the best
קאווע טרינקערWelcome
It's great having you here
Please help us out, teach us
לכל מאן דבעי למידע:
מען קען טרעפן אנליין פרי קאלעדזש לעוועל קורסען אין ענגליש.
זר זהבוויאזוי זאגט מען אין ענגליש "איך האב זיך דערמאנט"? איך בין נישט צופרידען פון I REMINDED MYSELF
דו סטאנדארטישן אופן ווי מען זאגט "איך האב זיך דערמאנט" אויף ענגליש איז "I remembered" אדער "I Just remembered". אויב וועסטו זאגן "I reminded myself" וועסטו פארקומען ווי א טערק (חוץ אין ספעציעלע פעלער ווען עס איז יא אויסגעהאלטן צ.ב. "I had to remind myself that I am no longer the director and I must do as ordered"
דאס איז א טיפישע טעות וואס מיר מאכן אז ווען מיר ווילן איבערטייטש א אידישן ווארט אויף ענגליש דאן טייטשן מיר דאס איבער ווארט ביי ווארט. ספעציעל ווען מען נוצט רעפלעקסיווע פעלים דארף מען זיין געווארנט, ווי צום ביישפיל "איך האב זיך אויסגעגליטשט" איז איבערגעטייטשט "I slipped". "איך האב זיך איינגעשריבן" איז "I signed up" נישט "I signed myself up" וכדומה וכדומה.
עטליכע ביישפילן - "איך האב זיך דערמאנט אז איך האב עפעס איבערגעלאזט אינדערהיים" - "I just remembered that I left something at home"
"שפאצירנדיג אין מיין היימשטאט האב איך זיך דערמאנט פון מיינע קינדער יארן" - "As I walked through my hometown, I remembered my childhood years"
ודי למבין
פארשטייט זיך אז עס ווענדט זיך אויפן קאנטעקסט ווי די געפינסט די ווארט. דערמאנען קען ווערן איבערגעטייטשט אויף מערערע וועגן אפהענגיג אין וועלכן קאנטעקסט עס געפינט זיך
סוי דו זאגסט אז "I just remembered that I left something at home" איז נישט אויסגעהאלטן אדער יא?
און אז מ'רעדט שוין מיט אן עקספערט האב איך א פארקערטע שאלה נעמליך פון ענגליש אויף אידיש... וואס איז אידיש פאר: it dawned on me ? און it occurred to me ?
מיט "occurred" מיין איך נישט די פשוטע "געשען". די מערסטע ענדליך איז לכאורה "בייגעפאלן" אבער ס'דאך נישט דאס....
זר זהבסוי דו זאגסט אז "I just remembered that I left something at home" איז נישט אויסגעהאלטן אדער יא?
און אז מ'רעדט שוין מיט אן עקספערט האב איך א פארקערטע שאלה נעמליך פון ענגליש אויף אידיש... וואס איז אידיש פאר: it dawned on me ? און it occurred to me ?
מיט "occurred" מיין איך נישט די פשוטע "געשען". די מערסטע ענדליך איז לכאורה "בייגעפאלן" אבער ס'דאך נישט דאס....
די לעצטע צוויי ביישפילן וואס איך האב אנגעגעבן זענען יא אויסגעהאלטן.
בנוגע דיין פראגע. די צוויי פראזן וואס די ברענגסט קענען האבן עטליכע פירושים לויטן קאנטעקסט. עס קען אמאל זיין דומה צו "I realized" דאן וואלט די בעסטע איבערטייטש געווען "איך האב זיך געכאפט" אדער ענדליך.
און אמאל קען עס מיינען מער אזוי די שרייבסט "עס איז מיר בייגעפאלן" אדער "איינגעפאלן" אויב ווילסטו וויסן וויאזוי מען טייטשט דאס איבער אין א ספעציפישן זאץ דאן שרייב דאס אראפ און איך וועל פרובירן אמבעסטן איבערצוטייטשן.
א דאנק. יעצט זעהעך גוגל טייטשט עס איבער אויף בלויז "איי רעמעמבערד"
<a class="postlink" href="http://translate.google.com/?hl=en&safe=active&q=%D7%90%D7%99%D7%9A%20%D7%94%D7%90%D7%91%20%D7%96%D7%99%D7%9A%20%D7%93%D7%A2%D7%A8%D7%9E%D7%90%D7%A0%D7%98&bav=on.2,or.r_cp.&bvm=bv.43828540,d.eWU&biw=1600&bih=775&um=1&ie=UTF-8&sa=N&tab=wT&authuser=0#yi/en/%D7%90%D7%99%D7%9A%20%D7%94%D7%90%D7%91%20%D7%96%D7%99%D7%9A%20%D7%93%D7%A2%D7%A8%D7%9E%D7%90%D7%A0%D7%98">http://translate.google.com/?hl=en&safe ... 7%A0%D7%98</a>
זר'ל, פון וואס האסטודעך דערמאנט, פון אלטע אשכולות וואס די לעצטע תגובה איז א יאר אלט?.....
🙂
גראדע האט עס תחכמוני ארויפגעברענגט. אבער איך כאפ דיין ווערטער שפיל...
תחכמוניזר זהבוויאזוי זאגט מען אין ענגליש "איך האב זיך דערמאנט"? איך בין נישט צופרידען פון I REMINDED MYSELF
דו סטאנדארטישן אופן ווי מען זאגט "איך האב זיך דערמאנט" אויף ענגליש איז "I remembered" אדער "I Just remembered". אויב וועסטו זאגן "I reminded myself" וועסטו פארקומען ווי א טערק (חוץ אין ספעציעלע פעלער ווען עס איז יא אויסגעהאלטן צ.ב. "I had to remind myself that I am no longer the director and I must do as ordered"
דאס איז א טיפישע טעות וואס מיר מאכן אז ווען מיר ווילן איבערטייטש א אידישן ווארט אויף ענגליש דאן טייטשן מיר דאס איבער ווארט ביי ווארט. ספעציעל ווען מען נוצט רעפלעקסיווע פעלים דארף מען זיין געווארנט, ווי צום ביישפיל "איך האב זיך אויסגעגליטשט" איז איבערגעטייטשט "I slipped". "איך האב זיך איינגעשריבן" איז "I signed up" נישט "I signed myself up" וכדומה וכדומה.
עטליכע ביישפילן - "איך האב זיך דערמאנט אז איך האב עפעס איבערגעלאזט אינדערהיים" - "I just remembered that I left something at home"
"שפאצירנדיג אין מיין היימשטאט האב איך זיך דערמאנט פון מיינע קינדער יארן" - "As I walked through my hometown, I remembered my childhood years"
ודי למבין
פארשטייט זיך אז עס ווענדט זיך אויפן קאנטעקסט ווי די געפינסט די ווארט. דערמאנען קען ווערן איבערגעטייטשט אויף מערערע וועגן אפהענגיג אין וועלכן קאנטעקסט עס געפינט זיך
פיין געשריבן, I just remembered , קען דינען "במקום" דערמאנט, אבער REMEMBERED ווערטערליכע אפטייטש איז "געדענקט", אבער אז מען לייגט צו JUST ברענגט עס ארויס אז בעצם האב איך פארגעסן, און איך האב עס נארוואס געדענקט, דהיינו, כאב זיך דערמאנט.
ברויך מען זען צו ענגליז האט טאקע נישט קיין ווארט פאר "דערמאנט"
זר זהבאון אז מ'רעדט שוין מיט אן עקספערט האב איך א פארקערטע שאלה נעמליך פון ענגליש אויף אידיש... וואס איז אידיש פאר: it dawned on me ? און it occurred to me ?
מיט "occurred" מיין איך נישט די פשוטע "געשען". די מערסטע ענדליך איז לכאורה "בייגעפאלן" אבער ס'דאך נישט דאס....
פארוואס נישט ״עס האט פאסירט צו מיר״?
ווען איך וויל זאגן "דער פאפיר איז אומליינבאר", פלעג איך אלץ זאגן unreadable,
האט מען מיר אויפמערקזאם געמאכט אז עס איז נישט דא אזא ווארט אין ענגליש (כאטש איך טרעף עס יא כמ"פ אנליין), נאר מען שרייבט unlegibe
א ענליכע זאך, ווען מען שרייבן איינער זאל דיר עפעס לערנען, זאגן מען teach, אבער ווען מען זאגט בלשון עבר זאגט מען נישט teached, נאר מען זאגט taught
ווען גייט זיין די חתונה? וואו גייט עס זיין?
ביי אונז זאגט מען ככתבו וכלשונו, Where / when will the wedding be
אבער אויף די ריכטיגע ענגליש זאגט מען
Where will the wedding take place
שמעקעדיגווען איך וויל זאגן "דער פאפיר איז אומליינבאר", פלעג איך אלץ זאגן unreadable,

די ריכטיגע ווארט איז illegible.

מען נוצט illegible ווען ס'איז שווער צו לייענען צוליב א שלעכטע האנטשריפט. מ'נוצט unreadable ווען ס'איז שווער צו לייענען ווייל די אינהאלט איז אדער עקל'דיג אדער צו stilted or esoteric.
די פראזעס dawned on me און occurred to me זענען idiomatic, און דערפאר טייטשן זיי זיך נישט איבער פונקטליך אויף אידיש. אזוי ווי שוין דערמאנט, איז "עס איז מיר איינגעפאלן/בייגעפאלן" א ידעאל איבערטייטש.
דעתי הענייהקאווע טרינקערWelcome
It's great having you here
Please help us out, teach us
לכל מאן דבעי למידע:
מען קען טרעפן אנליין פרי קאלעדזש לעוועל קורסען אין ענגליש.
אפשר אויב סאיז דיר נישט שווער א לינק ביטע. שכח א דאנק
וויאזוי זאגט מען "כיפערן" אין ענגליש?
?Gabble? Motormouth
ער כיפערט אפ דאס דאווענען - He gabbles his prayers?
יידלער כיפערט אפ דאס דאווענען - He gabbles his prayers?
!Exactly
Example 1Example 2Example 3[quote="
Catholicculture.org"]
DEVOUT ATTITUDE However, parents must remember from the very earliest years that a child should never "gabble" prayers. The only way in which to avoid this habit and to instill the right religious spirit into a child, is for the mother always to say the prayer with the most reverent attitude possible. She may not always kneel; but she can fold her hands perhaps, and she can show in her face the unmistakable look of one who is in communion with God
[/quote]
Gabbles off his prayers איז מסתמא מער פונקטליכער.
Re: לערנען ענגליש
היות איך קען נישט עפענען א נייע אשכול שרייב איך עס דא?
ווייסט איינער אפשר ווי קען מען זיך לערנען ענגליש אונליין אומזיסט?