אונזערע קאמפאוזערס
124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1913
כ'האב אויך נישט געוואוסט אז דאס קומט פון ר' זושא! ס'איז א חידוש פאר מיר. כ'האב געמיינט ס'איז אן אלטע סקווירא ניגון.
זיינע שופר של משיח טעיפס זענען טאקע זייער שיין, און איך גלייך זיי. האט ער אליינס קאמפאזירט די ניגונים דארט? צב"ש יבנה המקדש, והאר עינינו, השיבנו ה' אליך, וכו'??
מיר גלייכן זייער 'שהשלום שלו', ס'אויך גוט ארויפצולייגן דעם ניגון אויף 'תתברך לנצח', אויב גייט מען צו יו"ט צום עמוד, נאר סא שאד אז נישט אלע קאנען דעם ניגון. ( א ניגון וואס די מתפללים קענען נישט, ענדזשויען זיי נישט, סאם טיימס זעי איווען געט אפסעט).
אין סאטמאר זינגט מען יו"ט תתברך, אבער אין אנדערע פלעצער צ.ב.ש. באבוב זינגט מען כולם אהובים און וכולם מקבלים און מ'זינגט בעיקר פארצייטישע מארשן אדער וואלסן.
אבער פאר די וואס זינגען שטייטע ווארימע ניגונים פאר תתברך לנצח איז עס א גיטע געדאנק.
(אגב, איך האב אמאל געהערט א בעל תפילה זינגען אויף תתברך לנצח דעם באקאנטן ניגון פון ועתה בנים. פאר מיר איז עס געווען א געלעכטער צו הערן א היינטיגער קאנצערט ניגון יו"ט ביים דאווענען)
וואו איז שעפטל מיט זיינע בילדער? זאל ער אהער ברענגען בילדער פון די קמפאוזערס פון וועם מיר האבן ביז אהער גערעדט.
אז אן אנדערער וועט עס טון וועל איך אויך זיין צופרידן. נאר שעפטל איז דער אויף וועם מיר קוקן ארויס דערויף, וויבאלד ער האט אונז אין די עבר אזוי וואונדערליך דערליווערט אזוי פיל בילדער פון די אלע פון וועם מיר האבן גערעדט, און אויך איז ער געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיטן געדאנק צו דערליווערן בילדער פון די באטראפענע, א זאך וואס איך האב נאך נישט געזען ביז יעצט דא אין קאווע שטיבל און אין אייוועלט.
משולם גרינבערגער, וואס זאגט איר צו אים?
כד יתבין פון בני פרידמאן
נודה לך
לא על אנש רחיצנא (הארא)
איך געדענקט נישט צו איך האב דא דערמאנט הרב חיים באנעט.
יהא רעוא
כה אמר ד'
מכניסי רחמים
אבינו אב הרחמן
און נאך א סך הערליכע פארשפרייטע ניגונים.
אליעזר (בן הרב שלמה) קאליש:
יהי רצון מלפניך פון אברהם פריד
הקשיבה פון ירמי' דאמען (אויך געזינגען דורך אייזיק האניג אויף וענינו תראנה פון יוסי גיל)
ועושה נחת רוח פון משה צבי וויינטרויב (שפעטער געזינגען דורך ירמי' דאמען אין יצליח טעיפ)
עשה עשה פון אייזיק האניג
כי אתה הוא מלך (געמאכט צוזאמען מיט זיין טאטן ר' שלמה אלס יונג בחור)
משולם, לדור ודור נגיד גדלך...
איך האב נישט געוואוסט אז עס איז א באקאנטער ניגון?!
דו מיינסט דעם ניגון וואס ער זינגט אין זיין אייגענער אלבום בתפארתו?
חאצקל(אגב, איך האב אמאל געהערט א בעל תפילה זינגען אויף תתברך לנצח דעם באקאנטן ניגון פון ועתה בנים. פאר מיר איז עס געווען א געלעכטער צו הערן א היינטיגער קאנצערט ניגון יו"ט ביים דאווענען)
שוין לאנג ווילעך וויסן ווען מעג מען זינגען היינטיגע ניגונים און ווען נישט.
אסאך זינגען משה גאלדמאנ'ס ניגונים, אייזיק האניג'ס. יאסעלע'ס ניגונים איז נישט היינטיג? און די נייע מכלכל חיים'ס יעדן יאר און הקפה ניגונים האט א אנדערע הלכה?
ווענדט זיך ווי א בית המדרש און וועלעכע סארט מתפללים.
אין אלגעמיין וואלט איך געזאגט אז א ניגון מיט א פארצייטישן טעם קען געזינגען ווערן אין עני בית המדרש. ווידער ניגונים וואס הערט זיך שטארק אז ס'איז היינטיג (אדער צו קאנצערדיג מיט צופיל רעש'יגע פארבן אדער עקטשן) פאסט אין אלגעמיין נישט פאר קיין בית המדרש.
די פראגע איז אבער וועלכע ניגונים הערן זיך היינטיג, פאר יעדן אויער איז עס אנדערש (געוואנדן וואו ער איז אויפגעוואקסן).
פאר מיר למשל הערן זיך "מכניסי רחמים" פון חיים באנעט, "לעכטעלע" פון פנקי וועבער, און אפילו "ברוך קל עליון" פון גאלדמאן, היינטיג. ווידער פאר אנדערע זענען די ניגונים ווי אויטענטישע חסידישע ניגונים.
עפ"י רוב ביי א וואלס אדער מארש מאכט נישט קיין גרויסער חילוק צווישן היינטיג און פארצייטיש פון פארן קריג, ווייל דער עצם געדאנק פון א וואלס אדער מארש איז אמאליג (אויסער די פון יוסי גרין וועלכע לייגט אריין זיינע "גרינע" פארבן אויך אין א וואלס ווי צ.ב.ש. אשת חייל פון שרלי וורדיגר, און מה ידידות פון א. פריד).
דער גראמער "מוטי אילאוויטש" פון קרית יואל
בית נאמן פון שרלי וורדיגר
ואנפא נהירין פון ליפא שמלצר
און נאך א סך אויפגעכאפטע ניגונים
וויאזוי הייסט דער ווערצבערגער וואס מאכט (אדער פלעגט מאכן) ניגונים פאר סטמר?
יודל?
איז ער דער וואס האט געמאכט די ניגונים פאר מגילת אסתר מיט געזאנג, און פאר די ניגוני ווערצבערגער קאסעטעס?
יא. דוכט זיך אינאיינעם מיט א ברודער (אפשר ר' אלימלך, נישט זיכער).
האט שוין איינער דערמאנט דעם נאכפאלגער פון שלמה קארלבאך יודא גרין? ער מאכט קרלבאך סטייל ניגונים און לדעתי זענען זיי זייער גוט.
יודל ווצ"ב האט גאנץ שיינע ניגונים (רחם בחסדך - שטאט פון שרעק מיינעך איז זיין ניגון) ווי אויך עפעס א טעיפ ארויסגעגבן
נס קאוועיודל ווצ"ב האט גאנץ שיינע ניגונים (רחם בחסדך - שטאט פון שרעק מיינעך איז זיין ניגון) ווי אויך עפעס א טעיפ ארויסגעגבן
ער איז די מערסטע אקטיוו געוועזן אין די תש"מ - תש"נ יאהרן, ער האט ארויסגעגעבן 2 אלבומס, והערב און מעין עולם הבא (אגב - זיין נעפיו שמואל זאנוויל וורצב"ג - משמש סאטמאר ב"פ 53 - זינגט דארט אלס קינד, זיין שטימע איז ממש אין כדוגמתו). די אלבומס זענען געווען זייער סוקסעספול און שטארק באקאנט ביים היימישן ציבור.
ער האט ארויס געגעבן אויך מהרה, מגילת אסתר מיט געזאנג, פסח נאכט מיט געזאנג, און הלוים, און אפשר נאך קאסעטעס. א טייל דערפון זענען גאר שיינע, ספעציעל די טעיפ'ס מעין עולם הבא און מגילת אסתר.
מגילת אסתר, איז א קאמבינאציע פון אפאר ארויסגעבערס, ר' יודל'ס ברודער און נאך.
און איך גלייב נישט אז די ניגונים דארט האט ער קאמפאוזד.
הלוים איז מער ווייניגער זיין ברודער ר' אלימלך ווצ"ב.
ווער דען אויב נישט ווערצבערגער האט קאמפאוזט די ניגונים אין מגילת אסתר?
איך וויל אויך וויסן. ס'איז צו גוט!
אויפן קאווער שטייט ניגוני ווערצבערעגער, עס איז ווארשיינליך יא די ניגונים פון די ווערצבערגערס.
און דאס וואס דו שרייבט אז זיי זענען צו שיין, קודם כל ער האט א סך שיינע ניגונים, און דאס וואס זיינע ניגונים צייגן בעסער אויף דעם טעיפ, קען זיין ווייל צומאל איז פאראן א קאמפאוזער וואס זיינע ניגונים זענען נישט אזוי שיין אויף פסוקים וכדו' אבער פאר א דראמא זענען זיי יא גוט,
כמעט יעדער ניגון דארט איז א מעידזשער (אדער א פרעגידזש) און גאר קונצליך און ווארעם. -- איך גלייב עס נישט... איך קען מיר נאכפרעגן, כעל דיר לאזן וויסן.
וואס מיינסטו מיט מעידזשער, א גרויסארטיגער ניגון, אדער א ניגון אויף דער מעדזשער סקעיל? אויב מיינסטו מעידזשער סקעיל איז עס א פלא, ווייל קודם זענען זייער א סך ניגונים מיט געמישטע סקעיל'ס (פון וואס איך געדענק: "כבוד איבערן קאפ"; "א נייע קעניגן זיכן") ווידער פון די אנדערע ניגונים זענען פונקט אזוי דא מיינער'ס ווי מעידזשער'ס?!
עס מוז נישט זיין אז די ניגונים זענען בלויז יודל'ס, זיין זיידע ר' אברהם האט דאך אויך קאמפאזירט הערליכע ניגונים, בפרט מארשעס
נו, קען מען שוין איינמאל פאר אלעמאל געוואויר ווערן ווער פונקטליך עס האט געמאכט וועלעכע ניגון אויף די פאפולערע ווערצבערגער טעיפ'ס?
חאצקלוואס מיינסטו מיט מעידזשער, א גרויסארטיגער ניגון, אדער א ניגון אויף דער מעדזשער סקעיל? אויב מיינסטו מעידזשער סקעיל איז עס א פלא, ווייל קודם זענען זייער א סך ניגונים מיט געמישטע סקעיל'ס (פון וואס איך געדענק: "כבוד איבערן קאפ"; "א נייע קעניגן זיכן") ווידער פון די אנדערע ניגונים זענען פונקט אזוי דא מיינער'ס ווי מעידזשער'ס?!
איך מיין די סקעיל! און יא, אפאר ניגונים טוישן זיך ארום פון מיינער צו פרעגידזש/מעידזשאר, און דאס מאכט מיר נאר מער טראכטן אז ס'נישט זיינס!!
די ניגון וואס מרדכי זינגט פאר אסתר אז זי דארף נעבעך חתונה מיט א גוי איז דאך אזוי הארציג אז נאר! ס'קען מיר קאסטן טרערן. (אקעי, נאסטאלגיע איז אויך א פאקטאר דא)
דאכט זיך אז איך קען אויך אנדערע ווערצבערגער ניגונים מיט געמישטע סקעיל'ס (איין באקאנטער ניגון וואס איך קען אן ווערטער).
זר זהבדי ניגון וואס מרדכי זונגט פאר אסתר אז זי דארף נעבעך חתונה מיט א גוי איז דאך אזוי האציג אז נאר! ס'קען מיר קאסטן טרערן. (אקעי, נאסטאלגיע איז אויך א פאקטאר דא)
ניין, דו זאגסט זייער גוט, עס איז באמת א הערליכער דראמאטישער ניגון.
הער, כבוד כבוד איבער'ן קאפ איז א ריין פרעגידזש ניגון! גארנישט געמישט!
און ''המן גיב דיך א ריר'' הייבט זיך אן פרעגידזש און ס'גייט אריין צו מעידזשער!
איך בעטיר!
ס'צו גוט!!
איך קען נישט זאגן אויף הונדערט פראצענט, איך האב נאך נישט געטשעקט אויף'ן אינסטרומענט, אבער דאכט זיך אז אנהייב דער צווייטער פאל איז נישט קיין ריינער פריגיש. און יא, א סך ניגונים דארט זענען צו גוט, אזוי ווי די זאגסט.
זר זהבדי ניגון וואס מרדכי זינגט פאר אסתר אז זי דארף נעבעך חתונה מיט א גוי איז דאך אזוי הארציג אז נאר! ס'קען מיר קאסטן טרערן. (אקעי, נאסטאלגיע איז אויך א פאקטאר דא)
איך בין מיט דיר! ס'משוגע צו ווערן.
אזוי אויך די ניגון ווי מרדכי(לע) לערנט די דינים פון קמיצה.
יא יא, אמת! אבער די אסתר ניגון איז שענער
מיר האבן שוין גערעדט פון אים אין אנדערע אשכולות אבער דא איז מער די פאסיגע ארט, אלזא, וואס זאגט איר צו יהושע הנשטטר'ס ניגונים? או אז איך רעד שוין פון אים, פארוואס הערט מען נישט פון זיין צווייטן טעיפ מיט ירמי' דמן וואס ער האט ארויס געגעבן פאר בעלז לכבוד די בר מצוה מיט די מוזיק פון הערשי גינזברג און מונה רוזנבלום?
כ' ווייס נישט אויב ס' קומט דא
באקומען א מעסעדזש אז היינט איז דעם רבין ר' שלמה'לעס יאהרצייט, ווייסט איינער אויב און וואו עס קומען פאהר סעודת הילולא'ס (פארברענגען) לכבוד די יאהרצייט?
נו, לאמיר מאכן.
ביי מיר אינדערהיים.
ווער ברענגט פאפקארן?
לכאורה אין די בהמ׳ד ׳דער שטיבל׳ אין וויליאמסבורג, וועט זיין א יארצייט סעודה.
חאצקלאיך קען נישט זאגן אויף הונדערט פראצענט, איך האב נאך נישט געטשעקט אויף'ן אינסטרומענט, אבער דאכט זיך אז אנהייב דער צווייטער פאל איז נישט קיין ריינער פריגיש. און יא, א סך ניגונים דארט זענען צו גוט, אזוי ווי די זאגסט.
הרבה פעמים חשבתי, און כ'מוז צוקומען צו דיין קונקלוזשען זוי ווי דו האסט פריערט געשריבן, אז געוויסע קאמפאוזערס קאמפאזירן בעסער אויף 'דראמא', בכלל קאן מען דא זעען אז יעדע ניגון 'מעטשט' זייער גוט מיט די ווערטער, קוקט אויס ווי דער ניגון איז געבויט אויפן תוכן, אנדערש ווי געוויסע קאמפאוזערס מאכן קודם א ניגון אינדערנאך טרעפט מען ווערטער ווי אריינצופאסן דעם זמר.
צוריק צום רעבין ר' שלמהלה
ר' שלמה'לע "הרבי המרקד" איז דער רבי פון א סך היינטיגע קאפמאוזערס, ער איז דער מתחיל פון די היינטיגע סטייל ניגונים (מוזיקה חסידית מודרנית) וועלעכע ווערן געזינגען ביי אונז, . משה לאופר זאגט קלאר אז זיינע ניגונים זענען שטארק באיינפלוסט פון קארלבאך'נס ניגונים. פינקי וועבער'ס ניגונים קוקן אויך אויס צו זיין נשפע פון זיינע ניגונים, וכן הלאה. קארלבאך האט צוזאמענגעפאלכטן אלטע חסידישע תנועות מיט טענער פון היינטיגע מאדוסן און עס איז ארויס א נייע יצירה וואס דאס זענען מער ווייניגער (נישט אלע פארשטייט זיך אבער אין גרויסן טייל) אונזערע היינטיגע ווארימע ניגונים.
(הערה: איך בין בלויז משער).
חאצקלבן ציון שנקר (אשת חייל, קול צהלה, ליהודים [מעידשער], מזמור לדוד, המבדיל ועוד באוואוסטע ניגונים)
📎 בנציון שענקער אין מוזדיצע שוהל.jpgחאצקלמונה רוזנבלום (איבער זיינע ניגונים זעה אין דעם אשכול "מונה רוזנבלום אלס קאמפאוזער")
📎 Mona.jpgחאצקליוסי גרין (תניא, אדרבא און הונדערטע אנדערע ריזן זאכן וואס כמעט אין כדוגמתם)
דאס איז מסתמה בשעת'ן קאמפאזען צו אויסלערנען א זינגער א נייע ניגון!
📎 Yossi Green.jpgחאצקלפינקי וובר (רחם, תפילה לעני, לעכטעלע, ועוד הארציגע ניגונים מיוחד לתקופתינו, וכן ווארימע הארא ווי בן בג בג)
📎 Pinki.jpgחאצקלמשה לאופר (ענבי הגפן, כשם שאני, אלקי נשמה, והיה למשוסע, ועל כן נקוה [שוואקי] ועוד זיסע (פעמינען...] ניגונים)
📎 Moshe Laufer.jpgחאצקליצי וואלדנער
מיטן זינגער יומי לעווי
📎 Yitzy-Waldner.jpgשמואל הלויסקלונער רבי זז"ג איז נישט א קאמפאזער? 😉
📎 אדמו''ר מ'סקולען שליט''א.jpg📎 אדמו''ר מ'סקולען שליט''א.jpg