☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אונזערע קאמפאוזערס

אונזערע קאמפאוזערס

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1913
בלאט: 1 2 3

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:39 pm

· #57985
קווארטין
און יוששש, שלמה קארליבאך?

📎 Carlebach.jpg

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:40 pm

· #57986
חאצקל
איך האב פארגעסן פון חיים באנעט (מכניסי רחמים, אבינו אב הרחמן, ועוד)

📎 ר' חיים בנט.jpg
📎 ר' חיים בנט.jpg

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:41 pm

· #57987
חאצקל
אבי רוטנבערג (אחינו כל בית ישראל)

📎 Abie Rotenberg.jpg

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:42 pm

· #57988
אוי טאטי
און זעה איך גוט? ר׳ משה גאלדמאן עה איז נאכנישט דערמאנט דא?!

📎 MosheGoldman1.jpg

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:43 pm

· #57991
חאצקל
אלי לאופר האב איך פארגעסן צו דערמאנען: תחי נפשי; מה נאמר (יומי לעווי); למען דעת (מבד) ועוד

📎 Eli-Laufer.jpg

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:43 pm

· #57992
חאצקל
הרב הלל פלאי: אלקים צבאות (מבד); תורה הקדושה (מבד); אוחילה לקל (ל. שמעלצר); ועתה בנים (יודל) ועוד

📎 Hillel_Paley.jpg

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:44 pm

· #57993
חאצקל
ווי האב איך געקענט פארגעסן פון הרב יוסף צבי ברייער, דער אויסגעריפנסטער קאמפאוזער פון ארגינעלע לאנגע ווארימע יצירות, דאכט זיך אז ס'איז נישטא היינט קיין קאמפאוזער וואס מאכט יצירות מיט אזא ארגינעלע השתפכות הנפש.די ווארימקייט וואס גיסט ארויס פון זיין נגינה גיט פאר מאנכע די מערסטע סעטיספעקשן וואס היינטיגע נגינה קען זיי ברענגען.

אויסער די דערמאנטער סארט ניגונים איז ער דער מחבר פון צענדליגע קורצע ארגינעלע זיסע פאלקס ניגונים'לעך אדער קינדער ניגונים.

די נגינה וואס ער האט אוועק געשטעלט פארן בענטשן אז עס זאל זיין זינגבאר פאר קינדער און גלייכצייטיג פארטייטשן די ווערטער איז וועלט באקאנט, און מ'קען זאגן אז דאס איז א ניגון וואס ווערט געזינגען די מערסטע מאל דורך די מערסטע מענטשן במשך די מערסטע יארן

📎 הרב יוסף צבי ברייער.jpg

חאצקל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 3:41 pm

· #58043
שפט א גרויסן דאנק פאר די בילדער.

האסט נישט עפעס א קלערער בילד פון הרב ברייער?

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 10:57 pm

· #58146
שכוח ר' שעפטל - זייער אינפארמענטאל

שמייכל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:00 pm

· #58147
איך קוק נאר אזוי ליינענדיג איבער קאמפאוזערס
ווער וואלט געהייסן דער נעקסטער אבי רוטענבורג, דער נעקסטער יוסי גרין, כ'מיין - ס'גייצעך דאך נישט ענדיגן ביי זיי... ריכטיג?

חאצקל » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 11:31 pm

· #58164
עס האט זיך געמאכט אין אלע תקופות זעלטענע בעלי כשרונות אין א געוויסער הינזיכט בעיקר אין ארט וואס כמוהו לא היה ולא יהיה, איינס אין עטליכע דורות וו.צ.ב. יאסעלע ראזענבלאט אין חזנות; יענקל מילער אין וויצן א.א.וו. נישט יעדער כשרון קען מען נאכמאכן. מילא איז מעגליך אז יוסי גרין וועט בלייבן צום געדענקען לדורי דורות אלס היסטארישער קאמפאוזער, וואס מ'קען נישט נאכמאכן.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:03 am

· #58198
עפעס א מיסטעיק האסטו מיט די בילד פון פינקי.
די ציטוט שטימט נישט.

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 11:36 pm

· #58589
וואס זאגט איר צו אוהד מאשקאוויטש?

שמייכל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 11:43 pm

· #58591
חאצקל
וואס זאגט איר צו אוהד מאשקאוויטש?

לכתחילה האבעך נישט אזוי געצויגן צו אים ביז איך האב אים איינמאל געזעהן לייוו אין וומ"ס ביי א חתונה וואס דאן בין איך ממש ארויס פון די כלים

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 12:52 am

· #58602
איך האב דא בטעות אריין געריקט אוהד'ן אין א אשכול וואו מ'באהאנדלט קאמפאוזערס און נישט זינגערס. אבער אז מ'רעדט שוין פון אוהד, לאמיר דערמאנען עטליכע אויפגעכאפטע ניגונים זיינע און ווער ס'זענען די קאמפאוזערס פון די ניגונים.

"מה שהיה הוא שיהיה" (א ראק) איז מיר זייער געפאלן, קאמפאוזט ביי משה לאופר.

"ויהי רצון" (עס ענדלט אביסל צו אם אשכחך פון שוואקי) וואס ער זינגט צוזאמען מיט יונתן שיינפעלד וואס האט זייער אויסגענומען ביים עולם און זיי האבן עס אויך געזינגען אויף איינעה פון די לעצטערע האסק קאנצערטן. איך ווייס נישט וער ס'האט עס קמאפאוז'ט.

שיר השלוחים פון יוסי גרין, איז אויך אביסל פאפולער.

"וארשתיך" (הארא) פון יוסי גרין

"ומי יתן" פון יוסי גרין

"חביבין ישראל" און "סטאפ" וואס איך ווייס נישט ווער ס'האט זיי קאמפאוזט

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 11:57 am

· #58658
שמעקעדיג
עפעס א מיסטעיק האסטו מיט די בילד פון פינקי.
די ציטוט שטימט נישט.

גערעכט און פאראכטן!

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 2:01 pm

· #58695
איך ווייס נישט צי עס איז אינטרעסאנט עס צו דערמאנען, נאך אלעם איז דאך דא א גרויסער עולם נישט סאטמאר...
אבער אין קרית יואל איז דא א איד (נישט די ניק) ר' אורי שווארץ, וואס האט שוין מחבר געווען אסאך שיינע ניגונים.
טאקע נישט אויף וועלט-בארימטע אלבומ'ס, אבער אין סאטמאר זענען זיי וואויל באקאנט.

ווער עס געדענקט נאך דא די "מלכות'דיגע נסיעה" פונעם ברך משה, און די 2 שיינע טעיפס וועלכע זענען דאן ערשינען...

אוי אשרינו, מה טוב חלקינו, ומה נעים גורלינו...
אני מאמין... שזאת התורה לא תהא מוחלפת...
מזמור שיר חנוכת הבית לדוד..
און נאך...

שרייבער » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 2:37 pm

· #58707
ר' יושע מענדלאוויטש האט מען שוין דערמאנט דא?

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2012 6:17 pm

· #58787
יא מיר האבן אים שוין דערמאנט, זיך אין דעם אשכול וועסטו געפונען, אבער ס'שאדט נישט אביסל ברייטער ארום צו רעדן איבער זיינע ניגונים, נאך אלעם האט ער פארפאסט וועלט בארימטע ניגונים וועלעכע ווערן געזינגען עד היום הזה.

איך האב שוין איין מאל געפרעגט צו איינער ווייסט ווער ס'האט פארפאסט דער באקאנטער בעלזער סימן טוב ומזל טוב, אויפן קאווער פון דעם טעיפ "משה לאופר ותזמרתו 3" שטייט אז יושע מענדלאוויטש האט עס פארפאסט, עס איז דא נאך א יושע מענדלאוויטש וואס פארפאסט ניגונים (יענער האט פארפאסט עטליכע ניגונים פאר עמית ליסוונד אויף שהחיינו), אבער אויב איז דער ניגון פון עפעס א יושע מעדלאוויטש פאסט עס מער פאר דעם היימישן יושע מענדלאוויטש וועלעכע פארפאסט אזעלעכע סארט ניגונים בעת פונעם אנדערן יושע מענדלאווינטש איז דא גאנץ אנדערע סארט ניגונים (איזראעילי סטייל).
טא אויב איינער קען מיר דאס קלאר מאכן זאל ער עס ביטע לאזן וויסן דא.

זר זהב » זונטאג יוני 16, 2013 9:58 pm

· #125373

מוזיקאנט1234 » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:00 pm

· #136382
חאצקל
יהושע מענדלאוויטש פון קרית יואל, א טאלאנטפולער קאמפאוזער פון שיינע און ווארימע טאנץ ניגונים און ווי אויך בא'טעם'טע שטייטע ניגונים: ואמר ביום ההוא; ואמר כל העם אמן; און אנדערע שיינע ניגונים וואס זענען מפורסם אין זיינע צוויי טעיפ'ס וואס ער האט ארויס געגעבן.

דאכט זיך אז ער האט אויך געמאכט דעם באקאנטן סימן טוב פון בעלז

siman tov is from the producer shea mendlovitz not from KJ
By the way yermiyah damen composed the long belze kol mekadiesh . in my opinion a master piece...

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:26 pm

· #136393
שלום מוזיקאנט
איך LOVE מוזיקאנטן..

But your nik is Yiddish and the message is English
What's the matter

סלינקי » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:36 pm

· #172818
דוד קויפמאן מיט יוסי גרין בשעת'ן קאמפאוזען א ליד

שמעון וואלף » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 3:17 pm

· #314922
חאצקל
"בני הערשקאוויטש" מחבר פון דען וועלט בארימטן אין ערוך לך, און אנדערע גוטע זינגבארע ניגונים פאר מיכאל שטרייכער און אנדערע זינגערס ווי יומי לעווי וכו'


פאריגע וואך איז ער ליידער נפטר געווארן נאך א קראנקייט אין יונגן עלטער פון 65.

איך בין מסופק טאמער איך האב אים געקענט. ווייסט איינער אויב ער פלעגט מאכן פורניטשער?
בלאט: 1 2 3