☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אונזערע זינגערס

אונזערע זינגערס

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1911
בלאט: 1 2 3 4

חאצקל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:59 am

· #46602
אונזערע זינגערס
שוין צייט צו עפענען אן אשכול איבער אונזערע זינגערס וואס זייערע געזאנג און נאמען הערן מיר מוזיק ליב האבער כסדר, אפשאצן און פארמעסטן און אריין קריכן זיי אין די גארגל.

איך וועל דערמאנען עטליכע לאנגיעריגע אדער גאר פאפולערע זינגער, אריין גערעכנט אלגעמיינע סאלא זינגערס, בעלי מנגנים פון חצרות חסידים, און אויך פאפולערע ספרדישע זינגער.

עס איז מערקוועדיג, אז די פאפולערע און געלונגענע מנגנים בחצרות חסידים זענען מער אין ארץ ישראל, און די פאפולערע קאנצערט מנגנים זענען מער פון ניו יארק. אגב אויך ילדי הפלא (וואס פון דעם וויל איך גראדע נישט דא רעדן אין דעם אשכול) איז בעיקר אין ישראל (עמית ליסוונד, יונתן שיינפלד, מידד טסה, אהרן הלוי), און דאס זעלבע איז מיט מוזיק און קווייער וואס ישראל איז בעיקר דער טאן געבער.

איז לאמיר אויסרעכענען עטליכע פאפולערע מנגנים וזמרים און איר וועט געבן אייער אפשאצונג איבער זיי:

בן ציון שנקר (ניו יארק) - חזן ובעל מנגן ניגוני מאדזשיץ
דוד וורדיגר (ניו יארק)
מרדכי ווערדיגער (ניו יארק) המכונה מרדכי בן דוד, (דער פאפולערסטע זינגער אין די אידישע וועלט).
אברהם פריד (ניו יארק)
ירמי' דאמען (ישראל) - ניגוני חסידי בעלז - עתיקא קדישה - לחיים גראמען (דער באליבסטער לאנגיעריגער היימישער זינגער)
שלמי כהן (ישראל [יליד ארגנטינה]) - אלגעמיינער זינגער - מנגן סערעט וויזניץ - פיטסבורג און גאסט זינגער אין אנדערע סעריעס
אברמי רוט (ישראל) - אלגעמיינע זינגער און חזן - מנגן ניגוני חסידי פרימישלאן ועוד
יעקב שוואקי (ניו יארק [יליד ישראל])
שלמי גערטנער (לונדון)
שלמי דסקל (ניו יארק [יליד ישראל])
אוהד מאשקאוויטש (ישראל [יליד בעלגיע)
מנחם קליין (ישראל) מנגן נדבורנה און ספינקא
חיים ישראל ([התמני] מלך הזמרים המזרחיים)

אלזא, לאמיר הערן אייער מיבינות:

No_name » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:47 am

· #46644
ס'איז אינטערעסאנט אז נישט יעדער וויסט פון דעם אברעמעלע ראטה, אבער איך גיי גאגא (נישט פרוי גאגא) פאר זיין אלבום, שיינע רייכע ניגונים, שיינע ארעידזשמענטס, און ער לייגט גוט אראפ א זאך.
יעצט האב איך געזעהן אז לחיים האט איהם גענוצט אויף זייער "לחיים זיץ"

אינטערעסאנטע זאך, מבד ווערט לעצטנס אויסגעוועפט אז ס'איז א שרעק, ממש ער האט שוין נישט קיין שטימע - קיין טאן, און אברעמעלע איז פונקט פארקערט, ווי עלטער ער ווערט אלס בעסער ווערט ער, זיינע אלטע אלבומס קען איך נישט הערן, ער דארט דעם לובאוויטשן קוועטש אין זיין שטימע וואס איך קען נישט דערליידן.

לאמיר זעהן וואס נאך האב איך צו זאגן?

חיים ישראל האב איך זייער ליב, אבער נאר זיינע שטאטע ניגונים, איך מאך מיר געווענדליך א סידי פון זיינע זאכן וואו איך נעם ארויס אלע שנעלע ניגונים און ס'בלייבט איבער נאר די גוטע (לשטתי) זאכן, און ער האט ארויסגעגעבן הערליכע זאכן אין זיינער צייט.

טעלעפאן » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:17 am

· #46655
חאצקל, ווי ווייט ווילסטו אויסרעכענען? נאר די וואס האבן שוין ארויסגעגעבן אלבומס אדער סיי ווער?

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:49 am

· #47321
איך וויל רעדן פון "וועלט בארימטע" מנגנים אויף אלבום'ס!

חאצקל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:04 am

· #47327
No_name
ס'איז אינטערעסאנט אז נישט יעדער וויסט פון דעם אברעמעלע ראטה, אבער איך גיי גאגא (נישט פרוי גאגא) פאר זיין אלבום, שיינע רייכע ניגונים, שיינע ארעידזשמענטס, און ער לייגט גוט אראפ א זאך.
יעצט האב איך געזעהן אז לחיים האט איהם גענוצט אויף זייער "לחיים זיץ"

אינטערעסאנטע זאך, מבד ווערט לעצטנס אויסגעוועפט אז ס'איז א שרעק, ממש ער האט שוין נישט קיין שטימע - קיין טאן, און אברעמעלע איז פונקט פארקערט, ווי עלטער ער ווערט אלס בעסער ווערט ער, זיינע אלטע אלבומס קען איך נישט הערן, ער דארט דעם לובאוויטשן קוועטש אין זיין שטימע וואס איך קען נישט דערליידן.


אברמלע ראט פארמאגט אייגנשאפטן פון אן אפערע זינגער וואס מיט דעם איז ער זיכער מער ווי מרדכי בן דוד, אבער בדרך כלל אלס זינגער וואס נעמט איבער דעם עולם איז מרדכי זיכער בעסער אין פארשידענע אינזיכטן ווי אברעמל רוט, איך רעד שוין נישט פון מרדכי'ס גיטע צייטן אמאל, נאר איך גלויב אז אפילו נאך היינט איז ער בעסער, זיין שטימע און "געזאגעכטץ" איז פארט פולשטענדיג אויסגעקנויטן, בויגזאם, קאלירפול, אנטוויקלט און אויסדרוקבאר, וואס אט די איינגנשאפטן זענען פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פון א מנגן וואס נעמט איבער די צוהערער.

No_name » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:54 am

· #47354
מיין כונה איז ח״ו נישט געווען צוציגלייכן די צוויי, אבער שוין.

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:15 pm

· #47421
אונזער זינגער פון אמאל

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:20 pm

· #47429
זר זהב
אונזער זינגער פון אמאל


וואס הייסט אמאל? ער זינגט היינט צוטאגס נאך מער!

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:39 pm

· #47448
היינט איז ער שוין נישט אן 'אונזעריגער'.

ובקהלם אל תחד כבודי

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:08 pm

· #47531
איך מיין ער האלט נאך דאס וויכטיגסטע יודישקייט.

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:11 pm

· #47534
ער מאכט נאך מציצה בפה גייסטע מיר זאגן?!

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:12 pm

· #47539
לעצטענס האט ער געפאוסא א פיקטשער ווי ער שטייט אן סטעידזש, ער האט נישט צוגערירט צו קיין אשה אפילו בטעות.
סך הכל גייט ער אין א הוילן קאפ.

גלות יוד » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:36 pm

· #47553
צוריק צים נושא

צוקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:41 pm

· #47557
גלות יוד
צוריק צים נושא

סך הכל איז ער א פיינער זינגער און שטארק פאפולער געווארן לעצטענס.

גלות יוד » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:57 pm

· #47565
שרייב וועגן זיין זינגען נישט וועגן די קאפל פארשטייסט?

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:02 pm

· #48257
איך האב פארגעסן פון אביש בראד, וואס זאגט איר צו אים?

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:25 pm

· #48440
חאצקל
איך האב פארגעסן פון אביש בראד, וואס זאגט איר צו אים?

זינגט פול מיט הארץ....לייגט אראפ א ניגון אז ס'איז א נחת

קווארטין » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:36 am

· #49079
איך גלייך אברהמ'ל, טאפ אף די ליסט,
אוודאי איז מרדכי נאכאלץ די קינג, ער האט אבער פארט נישט די כלים ווי אמאל,
שרגי געשטעטנער זעעט אויס צו זיין פיין, מעג סוירטשן פאר נאך שענערע ניגונים, הגם די יעצטיגע איז נישט אוועקצומאכן,
מענדי ווערדיגער, זייער שיין און געשמאק, האט א גוטן שמעק, פלעיווארד שיין זיינע סחורה
זיין זון ישראל איז אויך שיין, אבער שוין מער רעגולאר

איך גלייך א זינגער וואס חוץ די שיינע שטומע זאל ער זינגען ווי א מענטש מיט דרייסטקייט, און מיטן גאנצן הארץ.
מהאי טעמא גלייכיך זייער 'יוסי גרין' מיט 'גדעון לעווין', ווייל זיי זונגען מיטן גאנצן הארץ, מיט "קישקעס" (ווי אברהם רופטאס אן) א גרויסע פלאס איז ווען דער זינגער איז קריעטיוו, און ער לייגט צו שיינע איידיעס, וואס מיט דעם צייכענט זיך אברהם פריד זייער שטארק אויס, לייגט אריין א געוואלד מיט איידיעס.

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 12:48 am

· #49586
איך האב פארגעסן צו דערמאנען די צוויי וועלט בארימטע זינגער, "דדי גראוכער" און "מיכאל שטרייכער", יעדער פון זיי מיט זייער אייגנארטיגן שניט.

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:17 pm

· #50285
צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:40 pm

· #50304
חאצקל
צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?

ארויסגעגעבן א געוואלדיגע סידי מיט הערליכע ניגונים פון יוסי גרין

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:47 pm

· #50312
ווי איך זעה האסטו פארגעסן אפאר פאפעלערע ביים היימישן ציבור אין ניו יארק.

שלמה קרליבך (ניו יארק) זיינע ניגונים זינגט מען כמעט אייביג...
📎 Reb Shlomo Carlebach.jpg
מיכאל שניצלער (ניו יארק) אויב דענק איך גוט איז ער דער ערשטער היימישער זינגער אויף חתונות.
📎 michoel.JPG
אייזיק האניג (ניו יארק) שטארק באקאנט מיט זיין הארציגקייט
📎 HonigKanei.jpg
שלמי טוסיג (ניו יארק) א שיינע בעל תפילה איון דיי זייט ביי זיין טאטע אין בעלעד'ער שוהל
📎 Tausig.jpg

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:11 pm

· #50340
ליפא שמעלצער (ניו יארק) [יליד סקווירא...] כ'דארף עפעס צולייגן???
📎 lipa4.jpg
יצחק פוקס (כ'מיין היינט ניו יארק) [יליד ישראל] באקאנט פאר קומזיצן
📎 YitzchockFuchs.jpg
אלי ביער
📎 eli-beer-veyiyu-rachamecho-500x500.jpg
[b]יומי לאווי
📎 Yumi Lowi.jpg

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:14 pm

· #50342
שלמה קארלבאך מיט יצחק פוקס זענען ביי מיר נישט קיין זינגערס, זיי זענען אינטרעסאנט צו הערן צוליב זייער אייגנארטיגקייט אזוי ווי חסידים האבן ליב צו הערן א רבי'ן א בעל רגש, אבער קיין בעלי מנגנים מיט א קול ערב זענען זיי נישט לדעתי.

און בנוגע ליפא שמעלצער: ער פלעגט א שטיק צייט זיין א היבשע בעל מנגן, אויך היינט קען ער פון מאל צו מאל זינגען אבער זייער ווייניג, ער איז א פארנומענער מענטש מיט אנדערע זאכן, ער ארבעט שווער מיט ארויס געבן טעיפ'ס פון פאפ און דזשעס, עקטן אויף מוזיק קליפס וכו' מילא האט ער נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט נגינה, חבל על דאבדין, ווייל אין די צייטן וואס ער "זינגט" איז ער זייער גוט, ער האט גיטע קוועטשן און קנייטשן וכו'

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:16 pm

· #50344
שלמה דאקס
📎 shloime_dachs.jpg
אהוד מאשקאוויטש
📎 Ohad Moskowitz.jpg
דדי גרייכער
📎 Dedi.jpg
דוד גבאי
📎 gabay.jpg

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:17 pm

· #50346
יומי לעווי איז טאקע א ריכטיגער בעל מנגן במלוא מובן המילא

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:21 pm

· #50348
דדי'ן האב איך מער ליב צו זעהן אויף סטעיטש ווי צו הערן זינגען, איך בין מיר מחיה צו זען דעם ברייטן מחותן זיך ווארפן אהין און צוריק...

אבער מ'קען אויך נישט אוועק מאכן זיין געזינגעכטץ, ער האט אן אייגנארטיגער סטייל וואס פאסט זייער גוט צו זיין פערפארמען... און דאס גלייכן מענטשן זייער שטארק

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:25 pm

· #50350
משפחת ווערדיגער
📎 The Wedygers.jpg
מענדי ווערדיגער
📎 Mendy werdyger.jpeg
בנו ישראל ווערדיגער
📎 yisroel-werdyger_tora.jpg
יודל (ב"ר מרדכי) ווערדיגער
📎 Yeedle.jpg

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:27 pm

· #50354
דוד גבאי איז א גאר גיטער זינגער , ער פארמאגט אלע סקילס פון א מאדערנער זינגער, ער האט א שטארקע שטימע און איז זייער קאנטראלירבאר, אבער, זיין שטימע גיט נישט ארויס קיין אינערליכע הרגישים און ווארימקייט.

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:29 pm

· #50356
ישראל וויליגער
📎 Yisroel-Williger.jpg
אפרים מענדעלסאון
📎 Efroyem mendelson.jpg
יואלי גרינפעלד
📎 Greenfeld.jpg
בערי וועבער
📎 Beri Weber.jpg

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:36 pm

· #50361
צאלי גאלד
📎 TZALY.jpg
שמעי ענגעל
📎 Engel.jpg
יואלי פאלקאוויטש
📎 Yoely Folkowitz.jpg
זיין ברודער לוי יצחק פאלקאוויטש
📎 Levy Folkowitz.jpg

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:37 pm

· #50363
ס'איבריגע וועלן נאכפאלגן...

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:45 pm

· #50367
ישר כח שעפטל

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:50 pm

· #50368
דער עולם וואס בליקט דא אריין זאל מיר ביטע זאגן צו מ'וויל אפשר ענדערשט יעדע בילד אין א עקסטרע תגובה (גרינגער אויסצושמיעסן) צו אזוי ווי ביז יעצט איז בעסער..

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:05 pm

· #50373
שעפטל
דער עולם וואס בליקט דא אריין זאל מיר ביטע זאגן צו מ'וויל אפשר ענדערשט יעדע בילד אין א עקסטרע תגובה (גרינגער אויסצושמיעסן) צו אזוי ווי ביז יעצט איז בעסער..

יעדער בילד אין א עקסטערע תגובה!

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 10:49 am

· #50609
חאצקל

בן ציון שנקר (ניו יארק) - חזן ובעל מנגן ניגוני מאדזשיץ

📎 Bentzion Shenker.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 10:54 am

· #50611
חאצקל

דוד וורדיגר (ניו יארק)

📎 Duvud Werdiger.jpg
נאך איינס פון לעצטענס ווי ער זינגט מיט זיינע קינדער
ר. צו ל.:
ר' ישראל, ר' חיים, ר' מענדל, די טאטע ר' דוד, און ר' מרדכי
📎 werdyger fam.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 10:55 am

· #50612
חאצקל

מרדכי ווערדיגער (ניו יארק) המכונה מרדכי בן דוד, (דער פאפולערסטע זינגער אין די אידישע וועלט).

זאל שוין זיין נאך איינס פונעם קעניג אין אידישע מוזיק...
📎 mbd.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 10:56 am

· #50613
חאצקל

אברהם פריד (ניו יארק)

📎 Avraham Fried.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 10:59 am

· #50614
חאצקל

ירמי' דאמען (ישראל) - ניגוני חסידי בעלז - עתיקא קדישה - לחיים גראמען (דער באליבסטער לאנגיעריגער היימישער זינגער)

📎 ירמיה דמן.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 10:59 am

· #50615
חאצקל

שלמי כהן (ישראל [יליד ארגנטינה]) - אלגעמיינער זינגער - מנגן סערעט וויזניץ - פיטסבורג און גאסט זינגער אין אנדערע סעריעס

📎 Shlomey Cohen.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:01 am

· #50618
חאצקל

אברמי רוט (ישראל) - אלגעמיינע זינגער און חזן - מנגן ניגוני חסידי פרימישלאן ועוד

טרעף איך עפעס נישט קיין בילד פון אים, (קוקט אויס ווי אפגעהיטענע איד... דרייט זיך נישט אויפן וועב-נעץ....)

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:02 am

· #50619
חאצקל

יעקב שוואקי (ניו יארק [יליד ישראל])

📎 yc_shwekey.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:03 am

· #50620
חאצקל

שלמי גערטנער (לונדון)

📎 Shloime Gertner.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:06 am

· #50621
חאצקל

שלמי דסקל (ניו יארק [יליד ישראל])

📎 Shlomey Daskel.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:08 am

· #50622
חאצקל

מנחם קליין (ישראל) מנגן נדבורנה און ספינקא

ווייסעך נישט ווער דאס איז... איך האף ער איז מיר מוחל... (זאל ער מיך שיקן עפעס א סידי פון אים...)

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:10 am

· #50624
חאצקל

חיים ישראל ([התמני] מלך הזמרים המזרחיים)

📎 chaim-yisroel.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:12 am

· #50626
חאצקל
איך האב פארגעסן פון אביש בראד, וואס זאגט איר צו אים?

📎 Abish-Brodt.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:15 am

· #50627
חאצקל
איך האב פארגעסן צו דערמאנען די צוויי וועלט בארימטע זינגער, "דדי גראוכער"

שוין געלייגט א בילד...
חאצקל
און "מיכאל שטרייכער", יעדער פון זיי מיט זייער אייגנארטיגן שניט.

📎 Micheol Shtreicher.jpg

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:17 am

· #50628
שעפטל
חאצקל
צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?

ארויסגעגעבן א געוואלדיגע סידי מיט הערליכע ניגונים פון יוסי גרין

📎 Tzudek Greenwald.JPG
בלאט: 1 2 3 4