☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אונזערע זינגערס

אונזערע זינגערס

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1911
בלאט: 1 2 3 4

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:21 am

· #50629
I love Shlomy Daskal

שעפטל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:26 am

· #50631
קאווע טרינקער
I love Shlomy Daskal

שוין ווייסעך שוין צוויי זאכן וואס דו "לאווסט", דאסקאל און "די האלי נייטס"...

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:34 am

· #50633
שטעל דיך פאר:
איך הער שלומי דאסקאל, ביינאכט, אין איך ליין קריאת שמע "ואהבת את ה' אלוקיך"...
אלע אהבה'ס קומען זיך צוזאם.

טאקע אין מעט-לייף איז דאס געשעהן

חאצקל » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 3:55 pm

· #50731
שעפטיל, דיין בילד פון שלמי כהן איז פון אן אנדערן שלמי כהן, נישט פון דעם היימישן שלמי כהן וואס האט ארויס געגעבן דעם טעיפ למעלה און הנה און זינגט ביי עטליכע סערעטע און פיטסבורגער טעיפ'ס, און ווי אויך ביי די מונה סעריעס און נאך.

טעפל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 3:57 am

· #50986
חאצקל
שעפטיל, דיין בילד פון שלמי כהן איז פון אן אנדערן שלמי כהן, נישט פון דעם היימישן שלמי כהן וואס האט ארויס געגעבן דעם טעיפ למעלה און הנה און זינגט ביי עטליכע סערעטע און פיטסבורגער טעיפ'ס, און ווי אויך ביי די מונה סעריעס און נאך.

דא האסט איהם
📎 shlomo.jpg

קווארטין » זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:17 pm

· #51215
שעפטל
שעפטל
חאצקל
צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?

ארויסגעגעבן א געוואלדיגע סידי מיט הערליכע ניגונים פון יוסי גרין

כאב געוואטש אפאר קליפס ווי ער זינגט חזנות, גאנץ שיין, געהערט אז ער האט זיך געלערנט ביים לעגענדארן חזן 'משה שטערן' וועלעכע, דרך אגב, גלייכטעם זייער, אבער זיין היצטיגע טעיפ האבעך נאכנישט געהערט, איך וואלט ווען געוואלט קודם הערן א סעמפל פון די ניגונים, ווייסט ווער ווי מ'קען הערן אויסצוגן?.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:20 pm

· #51216
ביי שלאגער נט קענט איר הערן אויסצוגן, סערטשט פאר צודיק אדער צדוק גרינוולד און איר וועט אנקומען צו עטליכע תוצאות.

קווארטין » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:25 pm

· #51355
שכויעך

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:38 pm

· #51389
שרגי געשטעטנער (איך האב נאך נישט קיין הגדרה אויף זיין ספעציאליטעט, אבער ער איז א הערליכער און גאר געלונגענע זינגער) האט געווינען דעם טיטל אין רדיו קול חי אלס דער "תגלית השנה" (אנטדעקונג פון יאר).

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 9:12 pm

· #52329
יוני שלמה האט איינער געהערט? ער איז פון מיינע באליבסטע זינגערס.

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:25 pm

· #53566
האט איינעהר געהערט דעם בני פרידמאן זינגען זיין אבינו אב הרחמן? דאס האט מיר געברענגט כמעט צו דער החלטה אז בני איז בעסער ווי זיין אנקל אברהם פריד.

קווארטין » זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:42 am

· #53595
כ'האב געהערט בענני'ס ערשטע אלבוים, כאבזעך נישט אנגעחזרט זיינע ניגונים, אבער אויפן פוירסט אימפרעססיאן קאן מען זעען אז ער האט דעם משפחה פעלער... און ער קען פיין זונגען, אבער לענ"ד קומט ער נאכנישט נעבן זיין פעטער, ער מעג זיך אביסל צולערנען צו זינגען מער באלעבאטיש, און אז ער וועט ברענגן א גרעסערע סעלעקשאן פון שיינע ניגונים וועט ער האבן א ריזן צו זיין מער אויפגעפיקט.

יודל ווערדיגער איז א גוטע ביישפיל פון די צוויי אויבן דערמאנטע כללים, ער זינגט אראפ זיינע ניגונים מער בעליבאטיש, און ברענגט אפיר גוטע סאנגס.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:24 pm

· #53843
יא, אמת אז ער האט נישט דעם ברייטקייט, אבער די סאונד פון זיין שטימע איז געוואלדיג קאנטראלירט. הער ביטע נאכאמאל דעם אבינו אב הרחמן (אויסער די מוזיק פון לייב יעקב ריגלער).

No_name » זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:44 pm

· #53877
איך האב איהם בעסער ליב ווי דעם פעטער, און איך גיי ניסלעך פאר זיין ערשטע אלבום, אזא שיינער ניגונים סעלעקציע (א זאך וואס דער נייער אלבום איז אביסל אונטעשטעליג) אזוינע שיינע מוזיק, ווייניג זינגערס האבן איהם איבערגעשטיגן.
און דאס וואס דו זאגסט וועגן די ברייטקייט, ס׳קאן געמאלט זיין אז איר מיינט די קאמפרעסיע וואס איז גאר שטארק ארויפגעלייגט געווארן אויף איהם, וואס אין דעם קען מען דעבאטירן צו ס׳איז א גוטע זאך אדער נישט.

קווארטין » זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:04 pm

· #53884
קאמפרעסיא מיינסטע צו זאגן, אז די קעלעכעל ווערט אריינגענומען אין אזא פייפ (בדרך משל, צו טאונען), און ס'ווערט באלאנסירט, מילא ווערטאס אביסל איינגעשרינקען?

פיקציע » זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:07 pm

· #53886
האט מען שוין דערמאנט ישי לפידות פון ישראל, איך ווער פארלוירן פון זיין שטימע און גיי ניסלעך פאר זיינע קאמפאזיציעס.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:10 pm

· #53887
קאמפעזאציעס יא, אבער זיין שטימע?

קווארטין » זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:52 pm

· #53904
יא, אז מ'טראכט אריין האטער א פילע טיפע שטימע (וואס קווארטין גלייכט), א האלז פון אייזן (קען זינגען געזונטע טענער אן אביוזן די שטום בענדער) זינגט נאר אביסל צעלאזן, באט איי דא לייק הים, גוטע ניגונים טעיסט.

No_name » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:34 am

· #53987
די געדאנק פון קאמפרעסיע איז כדי אויסצוגלייכן און באלאנסירן דעם שטימע ער זאל נישט זיין דא העכער און דא שטילער, און ווען ער ציהט ארויף א הויך שטיקל זאל מען נישט ברויכן שטילער מאכן די וואליום א.א.וו. (מ׳ניצט דאס נישט נאר אויף וואקאלס) אבער למעשה איז קאמפרעסיע געווארן אן אייטעם פאר זיך, און אסאך גיסן קאמפרעסיע מער וויפיל מ׳מוז, ס׳איז למעשה גאנץ א שיינער זאך ווען א שטימע האלט זיך טייט דורך קאמפרעשאן, איך האב עס ליב און כ׳בין זיכער אז ס׳איז דא גוטע אידן וואס זענען מחולק מיט מיר.

No_name » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:35 am

· #53988
פיקציע
האט מען שוין דערמאנט ישי לפידות פון ישראל, איך ווער פארלוירן פון זיין שטימע און גיי ניסלעך פאר זיינע קאמפאזיציעס.


אזא ליד ווי עלה קטן שלי, איי דאס צוגייט אין אלע ביינער.

קווארטין » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:03 pm

· #54248
No_name
די געדאנק פון קאמפרעסיע איז כדי אויסצוגלייכן און באלאנסירן דעם שטימע ער זאל נישט זיין דא העכער און דא שטילער, און ווען ער ציהט ארויף א הויך שטיקל זאל מען נישט ברויכן שטילער מאכן די וואליום א.א.וו. (מ׳ניצט דאס נישט נאר אויף וואקאלס) אבער למעשה איז קאמפרעסיע געווארן אן אייטעם פאר זיך, און אסאך גיסן קאמפרעסיע מער וויפיל מ׳מוז, ס׳איז למעשה גאנץ א שיינער זאך ווען א שטימע האלט זיך טייט דורך קאמפרעשאן, איך האב עס ליב און כ׳בין זיכער אז ס׳איז דא גוטע אידן וואס זענען מחולק מיט מיר.

דאנקע פאר דיין הסבר, איך בין מסכים אז סיז שיין, ווייל אז מ'קאמפרעססד שוין, זאל מען שוין טוהן וואס מ'וויל, איך בין אבער בכלל מחולק אויף די עצם זאך פון נעמען א היומען וואויס און עס פארמאשינען, אדער טוהן עני זאך וואס נעמט אוועק פונעם ארגינעלקייט פונעם שטומע.

פיקציע » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:53 pm

· #54291
א נייע ניגון פון ישי; תן לי יד ווי עס זינגען ישי לפידות, אוהד מאשקאוויטש, איציק דדיה (דאדיא), יונתן שיינפעלד, די גרופעס קינדערלעך און סינגערס.

אויך ערשיינט ר' דניאל אהביאל (שטאמט לכאורה פון גאטליעב) דער חרדי'שער פידלער.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:19 pm

· #54369
לאמיר נישט דא פארקריכן צו קאמפאוזערס, אונזער אשכול באהאנדלט זינגערס,

איבער קאמפאוזערס איז פאראן א באזינדערער אשכול.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:23 pm

· #54373
יוסף צבי ברייער אלס א זינגער, וואס זאגט איר צו אים? מאנכע ווערן קראנק פאר זיין זינגען.

איך זעה אז געוויסע טעיפ'ס האבן אים גענומען אלס א גאסט זינגער. ווי דער אלבום "יעלה" פון בן ציון גרובייס (אגב: א הערליכער אלבום פאר ווער ס'האט ליב נגינה געמישט מיטחזנות, ארעינדזשט ביי שוע פריד, יואלי דיקמאן און איינער דניאל בנסימאן); פילהרמונה 3; און אבותינו.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:27 pm

· #54378
איינער האט דא פריער דערמאנט דעם איציק דדיה, ער איז א גאר יונגער זינגער, ביי די ספרדים הייסט ער ממש פון די סאמע שפוץ זינגערס, וועלעכער קומט גאנץ נאנט צו חיים ישראל.

פיקציע » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 7:14 pm

· #54401
חאצקל
לאמיר נישט דא פארקריכן צו קאמפאוזערס, אונזער אשכול באהאנדלט זינגערס,

איבער קאמפאוזערס איז פאראן א באזינדערער אשכול.

איך האב געברענגט די קליפ דייקא צוליב די זינגען חלק דערפון, צוליב וואס איך האב אויסגערעכענט די נעמען פון די זינגערס און נישט דערמאנט קיין ווארט איבער דער קאמפאוזער.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 7:59 pm

· #54417
ביטע ענטשולדיגט!

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:19 pm

· #54479
האט איינער געהערט וויאזוי דודו פישער לייגט אראפ דעם אלוקי נשמה פון לאופר? (דער ניגון וואס א. פריד זינגט אין זיין נייער אלבום), איך ווער משוגע דערפאר.

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:11 am

· #54495
חאצקל
יוסף צבי ברייער אלס א זינגער, וואס זאגט איר צו אים? מאנכע ווערן קראנק פאר זיין זינגען.

איך זעה אז געוויסע טעיפ'ס האבן אים גענומען אלס א גאסט זינגער. ווי דער אלבום "יעלה" פון בן ציון גרובייס (אגב: א הערליכער אלבום פאר ווער ס'האט ליב נגינה געמישט מיטחזנות, ארעינדזשט ביי שוע פריד, יואלי דיקמאן און איינער דניאל בנסימאן); פילהרמונה 3; און אבותינו.

איינע פון מיינע פעיווערעד אלבוימס איז ווי יוסף הערש ברייער זינגט "תענה אמונים" "אשרינו כשאנו משכימים" און נאכאנדערע גוטע ניגונים, איינס שענער פון צווייטען, נאר וואס זאליך טוהן אז כ'דענק נישט דעם נאמען פונעם אלבוים, מיינער א חבר האט מיר רעקאמענדירד כ'זאל דאס קויפן, ענד סאו איי דיד, וואס זאליך אייך זאגן, איך פארשטיי די וואס גייען חולה פאר אים, זיין זינגען "תענה אמונים", (פון הושענה רבה) שפירטזיך עפעס העווען (אזויווי מ'דרייטזיך אין א לולבים ערבות הדסים גארטן...מיין פאנטאזיע).
אפיציעל רעדט מען נישטא פון קאמפאזיציעס, אבער 'דרך אגב', כאב געהערט יארן צוריק, אז י.צ. ברייער מאכט זיינע ניגונים נעבן א גרויסע וואסער (קען זיין דער כנרת, הא קנאוס),כ'ווייס נישט צו סיז אמת, אבער לויט זיינע ניגונים מאכטאס סענס.
אלענספאל, ער איז ביוטיפול.

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:15 am

· #54500
חאצקל
האט איינער געהערט וויאזוי דודו פישער לייגט אראפ דעם אלוקי נשמה פון לאופר? (דער ניגון וואס א. פריד זינגט אין זיין נייער אלבום), איך ווער משוגע דערפאר.

יא, כאב געהערט, און כ'גלייך מער וויזוי דודו זינגטעס, ס'קוקט מיר עפעס אויס ווי דער ניגון פיט אים בעסער.

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:17 am

· #54502
חאצקל
איינער האט דא פריער דערמאנט דעם איציק דדיה, ער איז א גאר יונגער זינגער, ביי די ספרדים הייסט ער ממש פון די סאמע שפוץ זינגערס, וועלעכער קומט גאנץ נאנט צו חיים ישראל.

זענען זיינע ניגונים אויך אזוי שיין ווי חיים ישראל'ס?.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:21 am

· #54507
קווארטין
חאצקל
יוסף צבי ברייער אלס א זינגער, וואס זאגט איר צו אים? מאנכע ווערן קראנק פאר זיין זינגען.

איך זעה אז געוויסע טעיפ'ס האבן אים גענומען אלס א גאסט זינגער. ווי דער אלבום "יעלה" פון בן ציון גרובייס (אגב: א הערליכער אלבום פאר ווער ס'האט ליב נגינה געמישט מיטחזנות, ארעינדזשט ביי שוע פריד, יואלי דיקמאן און איינער דניאל בנסימאן); פילהרמונה 3; און אבותינו.

איינע פון מיינע פעיווערעד אלבוימס איז ווי יוסף הערש ברייער זינגט "תעלה אמונים" "אשרינו כשאנו משכימים" און נאכאנדערע גוטע ניגונים, איינס שענער פון צווייטען, נאר וואס זאליך טוהן אז כ'דענק נישט דעם נאמען פונעם אלבוים, מיינער א חבר האט מיר רעקאמענדירד כ'זאל דאס קויפן, ענד סאו איי דיד, וואס זאליך אייך זאגן, איך פארשטיי די וואס גייען חולה פאר אים, זיין זינגען "תעלה אמונים", (פון הושענה רבה) שפירטזיך עפעס העווען (אזויווי מ'דרייטזיך אין א לולבים ערבות הדסים גארטן...מיין פאנטאזיע).
אפיציעל רעדט מען נישטא פון קאמפאזיציעס, אבער 'דרך אגב', כאב געהערט יארן צוריק, אז י.צ. ברייער מאכט זיינע ניגונים נעבן א גרויסע וואסער (קען זיין דער כנרת, הא קנאוס),כ'ווייס נישט צו סיז אמת, אבער לויט זיינע ניגונים מאכטאס סענס.
אלענספאל, ער איז ביוטיפול.


תענה אמונים איז אן אויסגעריפענער קלאסישער וואונדער ניגון, דער ליסטיגער טייל (ווי דער פרינץ שפאצירט אנהויב הערבסט אויף זיין פערדל אינעם הדסים גארטן לענגאויס דעם טייכל...) איז טיילווייז געבויט אויפן נוסח פון הושענה רבא'דיגע הושענות (הושע נא הושיעה נא אבינו אתה).

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:26 am

· #54511
חאצקל
צענה אמונים איז אן אויסגעריפענער קלאסישער וואונדער ניגון, דער ליסטיגער טייל (ווי דער פרינץ שפאצירט אנהויב הערבסט אויף זיין פערדל אינעם הדסים גארטן לענגאויס דעם טייכל...) איז טיילווייז געבויט אויפן נוסח פון הושענה רבא'דיגע הושענות (הושע נא הושיעה נא אבינו אתה).

קאן זיין אז ס'געבויט אויפן נוסח, דזשאסט עי מיינאר קארעקציע, 'והושיענו קל מעזינו'.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:27 am

· #54512
קווארטין
חאצקל
איינער האט דא פריער דערמאנט דעם איציק דדיה, ער איז א גאר יונגער זינגער, ביי די ספרדים הייסט ער ממש פון די סאמע שפוץ זינגערס, וועלעכער קומט גאנץ נאנט צו חיים ישראל.

זענען זיינע ניגונים אויך אזוי שיין ווי חיים ישראל'ס?.


איך פערזענליך האב אלעס מער ליב פון חיים ישראל, איך ווער משוגע פון זיין זינגען, ער האט לכאורה נישט קיין שטימע, אבער אן אפקלאנג וואס האט נישט זיינס גלייכן.

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:31 am

· #54517
Me 2, עריז געוואלדיג.

משה געציל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:35 am

· #54518
אויף איינער פון די העסק קאנצערטס איז דא א זינגער ברוך אביטאן ער זינגט דארט גאט בענטש אמעריקא ממש עס צוגייט אין די גלידער, איך קען פאר קיין געלט נישט געפונען עפעס אנדערשט פון אים. איינער ווייסט עפעס מער איבער אים?

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:43 am

· #54522
איזער נישט די זעלבע וואס זינגט 'שמע בני' צעזאמען מיט מרדכי? ווען ער זינגט 'גאט בענטש אמעריקא' איזער דאכטזיך שוין א באחער, און שמע בני זינגטער אלץ יונג קינד. (כ'מיין אז ער איזעס).

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:05 pm

· #54813
האט איינער געהערט דעם ניגון ד' ילחם לכם פון מכאל שטרייכער? איך גלייך עס זייער, סיי זיין זינגען און סיי די מוזיק וואס ביידע קלאפן אזוי גוט צוזאמען.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:18 pm

· #54820
אין אן אינטערוויו דורך א געוויסער "רונן גרוס" מיטן באקאנטן משה לאופר, דערמאנט משה די טעיפ'ס "אידישע אוצרות" פון אברהם פריד ווי ירון גערשאווסקי מאכט די ארעינדזשמענטס און נישט ער אליין.
דערויף רעאגירט דער רונן גרוס: עה דאס זענען "דברים קטנים"!

זייענדיג אין ישיבה האבן מיר בחורים געשמועסט איבער אברהם'ס זינגען איןדי טעיפ'ס אידישע אוצרות. רופט זיך אן איינער: "דאס איז גארנישט קעגן זיין זינגען אין זיינע עכטע טעיפ'ס!".

וכאן הבן שואל: הרי אני כבן... ולא זכיתי צו פארשטיין מיט וואס אברהם'ס זינגען אין זיינע "אייגענע טעיפ'ס" זענען בעסער ווי אין די אידישע אוצרות, פארוואס איז אידישע אוצרות דברים קטנים?

לדעתי הקלישה, זענען די טעיפ'ס אידישע אוצרות איין שטיק ארט, דאס זענען די געלונגענסטע טעיפ'ס פון אברהם (אלעס קלאפט דארט וואונדערליך כחטובה אחת ווי געבוירן צום ניגון און ווערטער, זיין זינגען, ירון'ס מוזיק און די מוזיקאנטן), עס איז מער אטענטיש ווי זיינע חב'ד'סקע טעיפ'ס, און אפילו זיינע "עכטע טעיפ'ס" וואס זענען טאקע רייסערישע טעיפ'ס, שוויצערישע, זיסע, און דראמאטישע ניגונים, מיט געלונגענע צוגעפאסטע מוזיק, אבער קיין אטענטישע ארטיסטישע ווערק זענען זיי נישט, נאר ענדערש קינדער טעיפ'ס פאר ערוואקסענע...

ביי מיר איז אברהם גרויס בעיקר צוליב די אידישע אוצרות, דארט ווייזט ער לדעתי זיין אמת'ע טאלאנטן, מרישא ועד גמירא ! (אין זיינע אייגענע טעיפ'ס ווייזט ער עס אויך לויט ווי עס פארלאנגט זיך פאר יענע סארט ניגונים, אבער נאר דא אין דארט וו.צ.ב. ד' ד' קל רחום; נישט געדייגעט; אדם דואג, כי המצוה און נאך געציילטע ענגלישע און אנדערע ניגונים).

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:28 pm

· #54824
גם אני בחלומי. איך האלט אויך אז די "אידישע אוצרות" טעיפס זענען געלונגען עפעס איינס אין דער וועלט. בפרט מיט די אויסערגעווענליכע מוזיק פון ירון וועלכע איך בין משוגע פאר.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:40 pm

· #54826
און אז מ'רעדט שוין פון אידישע אוצרות. איך האלט אז בכלליות איז אידישע אוצרות מער געלונגען ווי "איך האב געווארט" פון מבד וואס איז אויך ניגונים פון יו"ט ערליך (מוזיק ביי נחמן קליין).

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:50 pm

· #54844
חאצקל
האט איינער געהערט דעם ניגון ד' ילחם לכם פון מכאל שטרייכער? איך גלייך עס זייער, סיי זיין זינגען און סיי די מוזיק וואס ביידע קלאפן אזוי גוט צוזאמען.

מ'פלעגמערעס הערן מיט הנאה, פון די אמאליגע (פליקערישע) ניגונים, דעדי דאכטזיך, זינגטאס אויך. נאכמער כ'מיין אז ווען דעדי האטעס געזונגן, הערשט דאן האטעס באקומען פאבליסיטי, ס'אלעס שרייביך מזכרוני, ס'געווען א גאלדענע תקופה אמאל, הא חאצקל? (היינט איז שוין גין-גאלד...).

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:51 pm

· #54845
ביי די מה נישמע קליפס האב איך יעצט געזען א קליפ פון דרור דינער ווי איינער Rivie Schwebel זינגט צוזאמען מיט שירה, עס געפעלט מיר זייער זיין פערפאמענטס.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:53 pm

· #54846
קווארטין
חאצקל
האט איינער געהערט דעם ניגון ד' ילחם לכם פון מכאל שטרייכער? איך גלייך עס זייער, סיי זיין זינגען און סיי די מוזיק וואס ביידע קלאפן אזוי גוט צוזאמען.

מ'פלעגמערעס הערן מיט הנאה, פון די אמאליגע (פליקערישע) ניגונים, דעדי דאכטזיך, זינגטאס אויך. נאכמער כ'מיין אז ווען דעדי האטעס געזונגן, הערשט דאן האטעס באקומען פאבליסיטי, ס'אלעס שרייביך מזכרוני, ס'געווען א גאלדענע תקופה אמאל, הא חאצקל? (היינט איז שוין גין-גאלד...).

היינט איז ג'ינס גאלד...

אבער למען השם, ווער מאכט דארט די מוזיק?

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:01 pm

· #54849
עצת האשעעם, ליאוילאם תעמוד, מאחשעבאס ליבוי וכו. ריווי שוועבעל איז דער וואס זינגטאס אויף מיכאל'ס 'רבות מחשבות' אינטראו, ער איז גאר א באקאנטער פיגור, שאן פון יארן לאנג, דאכט זיך פון 'דעסטעני' פיאנירן. געשמאק און ווארעם, און בעיקר 'אויטענטיש' (כלשון חאצקל).

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:11 pm

· #54852
חאצקל
לדעתי הקלישה, זענען די טעיפ'ס אידישע אוצרות איין שטיק ארט, דאס זענען די געלונגענסטע טעיפ'ס פון אברהם (אלעס קלאפט דארט וואונדערליך כחטובה אחת ווי געבוירן צום ניגון און ווערטער, זיין זינגען, ירון'ס מוזיק און די מוזיקאנטן), עס איז מער אטענטיש ווי זיינע חב'ד'סקע טעיפ'ס, און אפילו זיינע "עכטע טעיפ'ס" וואס זענען טאקע רייסערישע טעיפ'ס, שוויצערישע, זיסע, און דראמאטישע ניגונים, מיט געלונגענע צוגעפאסטע מוזיק, אבער קיין אטענטישע ארטיסטישע ווערק זענען זיי נישט, נאר ענדערש קינדער טעיפ'ס פאר ערוואקסענע...

ביי מיר איז אברהם גרויס בעיקר צוליב די אידישע אוצרות, דארט ווייזט ער לדעתי זיין אמת'ע טאלאנטן, מרישא ועד גמירא


קען זיין אז דער, וויזוי הייסטער, רונן, קאן נישט קיין אידיש, (אפי' אזוי וואלטער אויך געמעגט שפירן די מתיקות), אבער מיר ווייסן אז דעיס זענען אברהם'ס 'אוצרות' במלוא מובן המלה. די מערסטע כאפט מיך נאכאלץ 'דער גענעראל', דער אריינפיר, די ניגון, עפעס אויסטערליש, קאנטרעבאס-שפאס נאך א שפאס-אין הארצן איז פול מיט האס.

קווארטין » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:18 pm

· #54855
חאצקל
קווארטין
חאצקל
האט איינער געהערט דעם ניגון ד' ילחם לכם פון מכאל שטרייכער? איך גלייך עס זייער, סיי זיין זינגען און סיי די מוזיק וואס ביידע קלאפן אזוי גוט צוזאמען.

מ'פלעגמערעס הערן מיט הנאה, פון די אמאליגע (פליקערישע) ניגונים, דעדי דאכטזיך, זינגטאס אויך. נאכמער כ'מיין אז ווען דעדי האטעס געזונגן, הערשט דאן האטעס באקומען פאבליסיטי, ס'אלעס שרייביך מזכרוני, ס'געווען א גאלדענע תקופה אמאל, הא חאצקל? (היינט איז שוין גין-גאלד...).

היינט איז ג'ינס גאלד...

אבער למען השם, ווער מאכט דארט די מוזיק?

Oh, we gonna have 2 do some research,
לאמיר אפירקראצן מיכאל שטרייכער'ס אלבוימס, ניתי ספר ונחזי.

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 8:17 pm

· #55281
נאך זינגערס וואס איך האב דאכט זיך נישט דערמאנט:

שרלי וויליגער (זה כלל גדול בתורה). א בילד האט שוין דעפטיל דערליווערט פון אים אויבן.

מנדי וואלד (שמח תשמח)

שלמי דאקס (אויבן איז דא א בילד פון אים דורך שעפטיל)

ארי קליין (א שוואגער מיט מרדכי ווערדיגער)

קווארטין » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 8:33 pm

· #55284
פון די ערשטע דריי איז מענדי וואלד די בעסטע אין מיי אפיניען, בלויז צוליב דעם וואס ער האט די רייכסטע שטומע פון די אנדערע צוויי, ער האט באמת א שיינע שטומע, און זינגט מיט שטארקע ווארעמקייט, פיה פתחה, אני מאמין, נשמה (אידישע ניגון וועגן 2טע וועלט מלחמה, אויסטערליש הארציג).

ארי קליין איז דאך א "חזן", ער האט אמאל ארויסגעגבן א טעיפ 'שאגת ארי' געקליבענע חזנות שטיקלעך, אוי זינגטער דארט שיין, שפעטער האטער ארויסגעגבן טעיפס פון ניגונים אויך, אבער כאב נישט צופיל ידיעה דערוועגן.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 2:25 pm

· #56568
פישל בייגל פון קעמפ שלוה, ביי א מאנכע איין שטיק נאסטאלגיע
בלאט: 1 2 3 4