אונזערע זינגערס 153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1911
וואס זאגט איר מיינע פריינד צו די נייע אויפגעקומענע היימישע זינגערס וואס שעפטל האט אויבן דערמאנט? יואלי גרינפלד, יואלי פאלקאוויטש, שלומי טויסיג (יליד ישראל), בערי וועבער, שמעי ענגל (האלט נאך פאר א ארגינעלע אלבום), אהרלע סאמעט. און יואולי שווארץ (דאכט זיך נאך בכלל נישט דערמאנט). איבער אפרים מענדלסון (מבד אימיטעיטער) האבן מיר אויך נאך נישט געשמועסט
פון די לעצטיגע זינגערס זענען דא 3 וועמען קוקן מיר אויס צו זיין "זינגערס"... איך מאך חלילה נישט אוועק קיינעם, איך זאג סתם אלץ מיין פערזענליכע געשמאק, ועל טעם וריח...). 1. בערי וועבער (האט אלס געקענט זינגען, איך דענק ווען ער האט אנגעהויבן צו זינגען נאך פאר ער איז געווען פאפולער און איך האב גלייך גע'טענה'ט אז ער יכול'ט און מען ברויך אים ארייננעמען אינעם רינג). 2. יומי לעווי (דענק איך אויך ווען ער פלעגט זינגען בעפאר ער איז נתפרסם געווארן, און איך בין געגאנגען ניסלעך פאר אים, עספעשאלי נאך זיינע נוסחאות און חזנות תנועה'לעך). 3. לוי פאלקאוויטש (האבעך טאקע נישט די זכי' געהאט צו קענען לפני פאפיולער'יתו, אבער קוקט דאך אויס צו פארשטיין אסאך מער ווי סתם א צווייטער זינגער).
אוי האב איך צו קריטיקרן דא. איך קען אבער נישט רעדן אזוי ברבים אויף (איינגערעטע) זינגערס. איך בין א איד.
זר זהב אוי האב איך צו קריטיקרן דא. איך קען אבער נישט רעדן אזוי ברבים אויף (איינגערעטע) זינגערס. איך בין א איד.
סעים היר. איך פארנעם נישט אסאך פון זיי.
חאצקל נאך זינגערס וואס איך האב דאכט זיך נישט דערמאנט: שרלי וויליגער (זה כלל גדול בתורה). א בילד האט שוין דעפטיל דערליווערט פון אים אויבן. מנדי וואלד (שמח תשמח)
איך מיין אז ביידע קענען טאקע נאר די צוויי ניגונים....
[ציטאט אראפגענומען]
איך גראדע אלטס דער חלק הזינגען גלייך איך בעסער יו״ט ערליך, ער זינגט עפעס אויסנאם גוט מיט א גאר זיסע און געשמאקע שטימע.
יו"ט ערליך ווען ער זינגט אויזבעקיסטאן, אדער קול מבשר אונטער די הרי חושך איז ער דארט מיט זיין גאנצע נשמה און דאס הערט זיך אין זיין זינגען. דאס איז די מעלה פון הערן אים אליין, אויסער דעם וואס ער איז א פארצייטישער איד מיט אייגנארטיגער הברה וואס שרייט ארויס יו"ט ערליך אין זיינע פארשטעלונגען, און דאס האט א ספעציעלער חן.
שמעקעדיג זר זהב אוי האב איך צו קריטיקרן דא. איך קען אבער נישט רעדן אזוי ברבים אויף (איינגערעטע) זינגערס. איך בין א איד.
סעים היר. איך פארנעם נישט אסאך פון זיי.
מיין מיינונג איז אז היינטיגע צייטן ווער ס'פארמאגט א שטיקל שטימע, האט געהערט אנדערע זינגערס, איבט זיך צו זינגען, און פארמאגט דעם ספיריט פון ארויס געבן אלבום, וועט ער נאך עטליכע אלבום'ס זינגען גיט צו די הנאה פון די צוהערער. ספעציעל מיטדי גיטע פראדוסערס און גיטע סטודיאוס וועלכע פיקסן מיסטעקס, וועט עס אינאיינעם מיט די קאמפעזאציעס און מוזיק, זיין הערבאר און געשמאק.
חאצקל יו"ט ערליך ווען ער זינגט אויזבעקיסטאן, אדער קול מבשר אונטער די הרי חושך איז ער דארט מיט זיין גאנצע נשמה און דאס הערט זיך אין זיין זינגען. דאס איז די מעלה פון הערן אים אליין, אויסער דעם וואס ער איז א פארצייטישער איד מיט אייגנארטיגער הברה וואס שרייט ארויס יו"ט ערליך אין זיינע פארשטעלונגען, און דאס האט א ספעציעלער חן.
ר' יו"ט האט טאקע א באזונדערע חן, נאר א שאד אז קיינער האט נאכנישט רימעסטערד זיינע רעקארדינגס און געמאכט אביסעלע קלארער.
אגב - ר' יו"ט איז געווען א סעמפל פון איינער וואס איז געווען א Real Musician און איז געווען א ריכטיגער חסיד'ישער יוד!
חאצקל מיין מיינונג איז אז היינטיגע צייטן ווער ס'פארמאגט א שטיקל שטימע און געוואינט זיך צו זינגען, און פארמאגט דעם ספיריט פון ארויס געבן אלבום, וועט ער נאך עטליכע אלבום'ס זינגען גיט. ספעציעל מיט די גיטע פראדוסערס, קאמפאוזערס און מוזיק, און טעותים און זיין זינגען ווערן פארראכטן אין סטודיאו.
אופסס - חאצקל, דאס שוין נישט... דאס אז א זינגער האט נישט די אריגינאלע קוואליפיקאציעס און מ'דארף אים פעלשן אין סטודיאו דורך מאשינען דאס אידעך די גרעסטע חורבן...
אוי ווי דאס האט געציפט ווען איינער פון אונזערע היינטיגע (מכלומרשטע) גרעסטע זינגערס (כ'וועל נישט פורש בשמו זיין) האט ארויסגעגעבן זיין ערשטן אלבום וועלכע איז געווען פיהל מיט געפעלשטע מעשיות, און האט ס'האט טאקע אויסגעקוקט שיין אזוי אז די גאנצע וועלט איז געווארן איבערגענומען פון דעם 'נייעם שטערן', אבער ווען דער 'שטערן' האצעך געשטעלט זינגען ביי א חתונה איז דאס געווען אזוילכע בושות אז דאס הארץ האט ממש געווייטאגט... אינגאנצן ארויס פון טאן.
פרעג איך דיר
הזאת נעמי???
עס איז טאקע "מרה" צו הערן פון א זינגער לייוו ווייט פון וואס ער זינגט אויפן טעיפ, אבער איך האב זיך בעיקר באצויגן כלפי זיין זינגען אינעם טעיפ זעלבסט וואס דארט קען עס שוין מיטגיין. איך זאג נישט אז נאכן ערשטן טעיפ וועט ער זיין גיט, נאר נאך עטליכע טעיפ'ס (אזוי ווי דוב הופמאן און אייזיק האניג און שלמי דאסקאל און אפילו די צוויי אלטע קעניגן פריד און ווערדיגער וואס זייערערע ערשטע טעיפ'ס זענען געווען געינזגען היפש שוואך [איינער בעסעא איינער ערגער]), פארשטייט זיך אז איך רעדט פון איינעם וואס לייגט זיך ערנסט אריין דערין, און איינער ואוס גיט ארויס עטליכע טעיפ'ס לייגט זיך "געווענליך" (טאקע נישט קיין כלל) ערנסט אריין דערין, און דער האט א מעגליכקייט צו זיין א גוטער זינגער עכ"פ פאר טעיפ'ס, א גיטער זינגער מיינט ביי מיר אויב ער זינגט מיט א געוויסער געשמאק, און קנאטראלירט מער ווייניגער די סאונד און טאון פון זיין שטימע (ירמי' דמן פון די שענסטע חסידשע זינגערס בדורינו האלט אויך נישט אזוי קיין טאן למופת, נאר דער געשמאק איז גובר) ממילא טאמער האט ער א געוויסע געשמאק אין זיין זינגען, דאן שאדט נישט אז זיין סאונד און טאן ווערט פארבעסערט דורך מאשינען. נאכאמאל, עס איז טאקע חוזק אז ווען ער קומט אין פאבליק זאל מען הערן ווייט פון דאס וואס מ'האט ערווארטעט פון אים, ספעציעל ווען ער גיט ארויס זיין טעיפ ווי אן אדווערטייזמענט פאר חתונות, אבער כלפי דעם טעיפ זעלבסט קען ער זיין א געלונגענע זינגער נאך עטליכע טעיפ'ס (און היינט אפילו ביים ערשטן).אודאי וועל איך נישט ליב האבן א יעדן גלייך, איינער ואוס איז א גרעסערער פאכמאן וועט זיין בעסער ווי א קלענערע פאכמאן, אבער א מעגליכקייט צו זיין הערבאר און געשמאק אויף טעיפ איז געווענדליך דא פאר די אלע וואס טוען אין דעם שטארק און פארמאגן א שטיקל שטימע און מוזיקאלישע אויער.
שמעקעדיג זר זהב אוי האב איך צו קריטיקרן דא. איך קען אבער נישט רעדן אזוי ברבים אויף (איינגערעטע) זינגערס. איך בין א איד.
סעים היר. איך פארנעם נישט אסאך פון זיי.
פון די נייע זינגערס זענען לדעתי דערווייל די ריכטיגע געלונגענע זינגערס (יעדער מיט זיין געשמאק פארשטייט זיך): יומי לעווי, שלמי דסקל, שלמי גרעטנער, יוני שלמה, און אפשר אויך יואלי גרינפלד און יואלי פאלקאוויטש. און אפשר האב איך פארגעסן פון נאך איינער צוויי ריכטיגע געלונגענע זינגערס.
איך האב פארגעסן פון דעם לאנדענער זינגער ישראלי גינזבערג וואס אויפן טעיפ זינגט ער גאר גיט (איך האב אים נאך נישט געהערט לייוו), און אינאיינעם מיט די מוזיק פון זיין מוזיקאלישער ברודער הערשי גינזבערג, האט ער שוין ארויס געגעבן צוויי ריכטיגע מייסטערהאפטע טעיפ'ס לויט די היינטיגע באגריפן. (אין זיין ערשטער טעיפ זינגט ער ענינו).
איך קען איינעם שלמה פעלזענשטיינער, א זינגער צום זאך. א שאד ער וויל נישט ארויסקומען ברבים. ער וואלט די אלע אויבענדערמאנטע פארשאטענט.
איך טראכט א סך מאל אז ס'איז א שאד וואס יומיי לעווי ניצט אויס זיינע טאלאנטן פאר נארישע טעיפ'ס בעת ער קען ערגענצן זיינע טאלאנטן אין א טעיפ מיט אלטע אטענטישע יצירות ווי פיטבורג דזיקוב וויזניץ וכדו'. זיין שטימע איז גאלד און מכובד'יג (מיט היפשע תחינות פון ירמי' דמן) און דאס באלאנגט צו גאלדענע און קלאסישע ניגונים.
לעווי מיט דמן? הודי מיט קיש. לעווי'ס שטימע איז זייער טרוקן.
אודאי איז דמן'ס שטימע א סך מער אויסגעווייקט (מ'רעדט דא פון זיינע גיטע יארן) און פארמאגט נאך א סך אנדערע מעלות וואס יומי האט נישט, וואס צו דעם דארף מען געבוירן ווערן צו ראזוועדאווע עלטערן און אויפוואקסן אין ארץ ישראל און פארמאגן א שטיקל חסידיש געשמאק. אבער יומי (א סאטמארער אונגאריש-אמעריקאנער אינגל) פארמאגט פארט היבשע ענליכקייטן אין דמן און דוקא אין די גאר גיטע גיטע חלקים זיינע. און פארגעסט נישט, יומי איז דערווייל היפש יונגער ווי דמן אין זיינע בעסטע יארן.
זר זהב איך קען איינעם שלמה פעלזענשטיינער, א זינגער צום זאך. א שאד ער וויל נישט ארויסקומען ברבים. ער וואלט די אלע אויבענדערמאנטע פארשאטענט.
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים. אבער אויב רעדט מען פון זינגער וואס האלטן נאך פאר א טעיפ, דארף מען אויך דערמאנען א זין פון אביש בראד (איך געדענק נישט זיין נאמען) וואס זינגט גאר נישט ערגער ווי א סך פאפולערע זינגערס אויף טעיפ'ס.
שלמה שמחה דאכט זיך ער ואווינט אין טאראנטא איך האב נאך נישט געהערט זיינע טעיפ'ס, איין ניגון האב איך געהערט שוין עטליכע מאל פון אים און דאס איז... ווער קען צוטרעפן וועלעכער ניגון?...
חאצקל שלמה שמחה דאכט זיך ער ואווינט אין טאראנטא איך האב נאך נישט געהערט זיינע טעיפ'ס, איין ניגון האב איך געהערט שוין עטליכע מאל פון אים און דאס איז... ווער קען צוטרעפן וועלעכער ניגון?...
מזמור לדוד פונעם בעל יומא דהלולא? (ר׳ שלמה)
יומי לעווי ווייס איך נישט אויף וועלכע סטייל ניגון ער פאסט די מערסטע ער האט אזא דינע שטימע וואס קומט נישט אין ערגעץ לענ"ד שראלי וויליגער ווער האט אים איינגערעדט ער קען זינגען? שלמה שמחה איז א סימבאל פון איינער וואס האט א גיטע שטארקע שטימע אבער ער קען נישט זינגען א ניגון ריכטיג יואלי גרינפעלד האט ער זיך אמאל אויסגעהערט ווי ער שרייט ווי א בהמה?
משה געציל חאצקל שלמה שמחה דאכט זיך ער ואווינט אין טאראנטא איך האב נאך נישט געהערט זיינע טעיפ'ס, איין ניגון האב איך געהערט שוין עטליכע מאל פון אים און דאס איז... ווער קען צוטרעפן וועלעכער ניגון?...
מזמור לדוד פונעם בעל יומא דהלולא? (ר׳ שלמה)
צוגעטראפן. ס'קוקט אויס ווי ער קען נישט קיין אנדערער ניגון, און ער זינגט עס יעדעם מאל מיט אזא צעלייגערשאפט כאילו ער גייט דא זינגען דעם תגלית השנה
גלות יוד יומי לעווי ווייס איך נישט אויף וועלכע סטייל ניגון ער פאסט די מערסטע ער האט אזא דינע שטימע וואס קומט נישט אין ערגעץ לענ"ד שראלי וויליגער ווער האט אים איינגערעדט ער קען זינגען? שלמה שמחה איז א סימבאל פון איינער וואס האט א גיטע שטארקע שטימע אבער ער קען נישט זינגען א ניגון ריכטיג יואלי גרינפעלד האט ער זיך אמאל אויסגעהערט ווי ער שרייט ווי א בהמה?
פון די אלע וואס די האסט דערמאנט דא האב איך פערזענליך ליב נאר יומי לעווי. די ווייסט נישט וואו ער פאסט אריין, ווייל מעגליך האלסטו ווי מיר אז ער פאסט זיך נישט פאר די סארט ניגונים רייסערישע אדער סתם געהאקטע ניגונים (ווער רעדט נאך פון דעם ניגון משה קיבל תורה, א ניגון אן טעם מיט אומבאדייטפולע ארעינדזשמענטס פון לעשינסקי [וועם איך וויל שוין אגב לאנג זען אראפ פון אונזער מוזיק מארק] דאס האט פארהארגעט דעם סטאנדארט פונעם טעיפ), ער געהער מער צום קלאסישן זייט.
גלות יוד יומי לעווי ווייס איך נישט אויף וועלכע סטייל ניגון ער פאסט די מערסטע ער האט אזא דינע שטימע וואס קומט נישט אין ערגעץ לענ"ד שראלי וויליגער ווער האט אים איינגערעדט ער קען זינגען? שלמה שמחה איז א סימבאל פון איינער וואס האט א גיטע שטארקע שטימע אבער ער קען נישט זינגען א ניגון ריכטיג יואלי גרינפעלד האט ער זיך אמאל אויסגעהערט ווי ער שרייט ווי א בהמה?
אביסל איינגעהאלטנקייט אין שפראך שאדט נישט.
קענסט שרייבן אז דו האסט זיי נישט ליב.
אנדערע גלייכן זיי יא, והא ראי' זייערע אלבומ'ס פארקויפן זיך פיין.
גם אני מצטרף, לאמיר רעדן פון טעיסט end no further. קודם א שטיקל אפשאצונג אויף שלמה שמחה, ער האט ארויס געגעגבן 3 אלבוימס, ס'צווייטע זיינע גלייכיך ס'מערסטע, ער האט א סך אייגנשאפטן, סוויט וואויס, 'כשם שאני' איז דאן געווען א 'היט', 'על כן ציון' פון זיין דריטע אלבוים איז זייער שיין, ווי שטארק ער ליגט היינט דערין ווייסיך נישט, ער איז נישט ארויסגעקומען מיט נאך "מעידזשער" אלבוימס, בשעת'ן שרייבן, דערמאנעכמיך פון נאך אפאר אלבוימס, ער זינגט צעזאמען מיט 'אבי רוטענבערג', אויך האט ער דאכטזיך א טעיפ פון נוסח ארייסגעגבן, אבער ער איז נישט ערשינען מיט נייע 'מעידזשער' אלבוימס.
קווארטין האט דערמאנט עיבי ראטענבערג. איך גלייך זיינע ניגונים ווי משוגע, איך שטעל זיך פאר אז האלב דערפון זענען גע'גנב'טע תנועות פון אלגעמיינע ניגונים, אבער זיין קול גלייך איך נישט. פון זיינע באקאנטע ניגונים איז דא "נשמה'לע", "ישיבישע רעיד" ועוד.
מ'קען מגדיר זיין א סטיל פון א ניגון אזוי ווי א סטיל פון פיוט. עיבי ראטענבערג'ס סטיל פון קאמפאזיציעס וואלט איך פארגליכן צו דער סטיל פון שומרון וואס מ'זאגט אנהייב קינות. און כלפי זיין זינגען, ער האט זיך קיינמאל נישט ערקלערט אלס זינגער, ער זינגט בלויז אפ זיינע אייגענע זאכן.
לאמיך פרובירן צו געבן מיין הגדרה לגבי זינגערס. ביי זינגערס איז אויך שטארק שייך דעם כלל פון 'איזה חכם המכיר את מקומו', אויב א זינגער 'מעטשט' גוט זיין קול און זיין נאטור צו די געוויסע סטייל וואס פאסט פאר אים, דאן שטייט ער בדרך הטבע פאר א גרויסע הצלחה, ס'זעלבע פארקערט. סי דא זינגערס געאייגענט מער פאר חתונות, סי דא וואס זענען בעסער אויף טעיפ/קאנצערט, אין טעיפ אליין איז דא אזעלעכע וואס געבן בעיקר ארויס ניגונים, און סיז דא די וואס זענען מער 'אינספערעשינאל'. לאמיר געבן עטליכע דגמאות, צום אלעם ערשט, דעם רעבין ר' שלמה'לה, האטער דען געהאט ס'שענסטע קול, ער האט אבער געהאט דעם 'מקסים' ער האט קאמפאוזט ניגונים מיט וואס ער פאנגט דעם שוואכסטן מוזיק פארשטייער, די מעשיות וואס אינספייערט וכו., ירמי' דמן האט דאך בעיקר ארויסגעגן פאר בעלזא, אוטומאטיש איז ער געווארן באקאנט אלץ איינער וואס זינגט א ניגון כדבעי למהוי, כ'ווייב אבער נישט צו אויב ער וואלט ארויסגעגעבן א טעיפ מיט שיינע ניגונים, סתם ווייל ער קען זינגען ווייסעך נישט אויב ער וואלט געהאט פענס. ס'זעלבע קען מען זאגן אויף אייבי רוטנבערג, ער זינגטזיך זיין סטייל רואיגע ניגונים, צו וואס זיין "באס קול" איז געאייגנט, למעשה זינגט ער זייער שיין, ער לחצ'ט נישט מיט זיין געזונגעכטס, טרייאינג טו בי אינספערעשיאנאל, אין וואס ער איז היבש גוט.
קווארטין, די האסט ארויף געברענגט זייער א וויכטיגע נקידה אז יעדער מנגן וואס וויל אז דער עולם זאל הנאה האבן פון זיין נגינה, דארף וויסן וואו און וואס צו זינגען. אבער דיין נעמען ירמי' דמן אלס דוגמא איז מיר נישט אזוי פארשטענדליך, האלסטו אז ירמי' דמן האט מצליח געווען אויפגעכאפט צו ווערן בלויז ווייל ער זינגט אויף די בעלזע טעיפ'ס?
לאמיך אביסל קלארער ארויסברענגען מיין פוינט. יעדער זינגער וואס גיט ארויס א טעיפ קומט מיט עפעס אן אגענדע, סיז דא די פשוט'ע אגענדע, דהיינו, איך הייס מ.ב.ד. אדער אברהם פריעד, וכו', איך האב א שיינעם קול וואס שטארט ארויס פון אנדערע שיינע קולות, מילא גיב איך ארויס א טעיפ פון שיינע ניגונים. סי דא דיפערענט אגענדעס למשל, בנציון שענקער, ער זאל סתם דעסיידן אז ער זינגט שיין און דערפאר נעמען ניגונים פון פרעמדע קאמפאוזערס, צו ירמי' דמן זאל זיך נעמען זינגען סתם ניגונים ווייל ער זינגט געשמאק, ווי ווייט וואלטן זיי אנגעקומען? הלא זייער שטומע איז נישט עפעס 'יוניק'! אבער אז בנציון שענקער קאמפאוזד אליין, האט ער אן אגענדע צו פארשפרייטן זיינע ניגונים, זיין המבדיל, ולירושלים עירך, א.א.וו., סי זיינע ניגונים, און מיט זיין חן, נאכדערצו האט ער גענומען א מיסיאן צו פארשפרייטן מאדזשיצע ניגונים. ר' ירמי' דמן גיבט ארויס א סך טעיפס, לאו דוקא בעלזא, אבער זיין זינגען קומט געוויינליך מיט א ציגאב מיסיאן (סוב-אגענדע) אמאל איזעס בעלזא, אמאל איזעס אראפצוזינגען אידישע ניגונים פון כהנא, אמאל איזעס אראפצוזינגען די שיינע ניגוני בית אבא, אויב אזוי איז שוין דער רבון העולמים אויך הערליך. יא, איינמאל ר' ירמי' איז שוין מפורסם מיט זיינע צענטליגע אלבומס, קאן שוין דער עולם זיין קול, און זיין זיסקייט, און מ'קאן אים שוין נעמען סתם אזוי, כ'ווייס אבער נישט אויב ער וואלט אנגעהויבן מיט סתם ניגונים ווי ווייט ער וואלט אנגעקומען. גיט א קוק, אהר'עלע סאמעט, האט ער דען דעם אויסטערלישן שיינעם קול, סי אוודאי שיין אבער נישט דאס האט אים פאפוליזירט, דאס ארומלויפן זינגען אויף חתונות, זיין זינגען געשמאק מיט אדלער (דאס איז זיין אגענדע), היינט קען ער ארויסקומען אויף א טעיפ מיט יוחי בריסקמאן. איך בין דאך א אוהב חזנות, ווער קען נישט דוד ווערדיגער, ער האט אנהויב פרובירט צו זינגען חזנות, מ'זאגט אז אמאל, יארן צוריק האט ער געקאנט, אבער ער האט געזען אז ס'גייט אים ניקס, האט ער זיך אריינגעלייגט אין אראפזינגען ניגוני חסידות, דיס ביקעים היז אדזשענדע, און דאס האט אים ארויפגעשלעפט הויך ארויף. איך קען ברענגען נאך דוגמאות פון פארשידענע זינגערס, סי דא וואס זענען מאלטי טאלענטעד, א שטייגער ווי ליפא שמעלצער, ער זינגט שיין סיי פלעינע ניגונים (פלעינע אגענדע), און נאך שענער זיינע אידישע ניגונים, (לאמיר עס אנרופען 'חיזוק אגענדע'). בקיצור: א זינגער דארף זיך האלטן צו וואס ער איז פאסיג.
לאמיך נאר צושטעלן עיבי ראטענבערג, עיבי קומט אויך נישט מיט קיין אגענדע צו זינגען 'סתם' ניגונים, זיינע ניגונים דאכטזיך מיר קאמפאזירט ער אליין, אין מיט א יעדן ניגון וויל ער עפעס ארויסברענגן, איז ער נישט דביקות? (שוין אמאל געפרעגט), כ'ווייס נישט, אבער זיינע ניגונים פאדערט עפעס צו טראכטן, זיין נשמהל'ה ניגון, זיין המלאך, זיין הבט מיט שלמה שמחה, ועוד, איינמאל מ'ווייסט צו וואס ער שטרעבט מיט זיינע ניגונים, הערט זיכעס שוין גאנץ אנדערש, און זיין 'באס' טאן גיבט נאר צו צי זיין ווארימקייט. אני כשלעצמי, כ'גלייכעם זייער אויף די האסק קאנצערטן, ער גיבט צו מיט אן אמתקייט. חצקאל, כאף אז די פארשטייסט מיין פוינט.
איך האב זייער גוט פארשטאנען דאס וואס דו האסט ארויס געברענגט אז יעדער דארף זיך האלטן צו דאס וואס ער איז פאסיג, און איך בין הונדערט פראצענט מסכים מיט דיר. אבער איך וויל זיך דא שטעלן אויף די דוגמאות וואס דו האסט געברענגט, האלסטו דען אז דמן האט מצליח געווען נאר ווייל ער האט זיך ארויף געזעצט אויף אן אגענדע, בעת מבד האט מצליח געווען בלויז צוליב זיין טאלאנטפולער זינגען?
איך מיין אזוי, אדרבה, לאמיר זיך מצייר זיין א 'מודעה', שיינע נייע טעיפ ארויסגעגבן געזינגען דורך (נייע זינגער) ר' ירמי' דמן, ניגונים קאומפאוזד ביי יוסי גרין, פינקי וועבער, וכו. מוזיק אררענדזשעד ביי מונה, משה לאופער וכו. קווייער אררעינדזשד ביי מ.ק. אדער כ'ווייס ווער, ער וואלט געווארן אויפגעכאפט?, א שיינע קול?, ס'שיין, אבער פאר א 'שטערן' ווייסעך וואס, באט דעטס מיי אפיניען.
גראדע האלט איך אז יא (דו רעדטס דאך פון פערציג יאר צוריק אין די זעלבע צייט וואס מרדכי האט ארויס געגעבן זיין ערשטע טעיפ וואס איז נאך נישט געווען עפעס אזוי אויסנאם אונטרעסאנט), ווייל ער וואלט זיך אינגערהייט צוגעפאסט צו די סארט ניגונים, פארשטייט זיך מיט זיין אייגנארטיגע געשמאק , אבער אפילו ווען נישט, צו איז ער גיט אלס זעלבסשטענדיגער זינגער נאר טאמער ער איז געאייגנט פאר די סטייל ניגונים פון יוסי גרין וכדו'? לאמיר זאגן ווען ער גיט ארויס זיין ערשטע טעיפ אלס זעלבסשטענדיגער זינגער מיט די ניגונים אדיר הוא יבנה, אב הרחמים, ותערב, רזא דשבת, קול דודי הנה זה בא, אור פניך, כי אורך ימים, מודה אני, הללו את ד', איי איי איי אייזיק, און נאך אזעלעכע ניגונים מיט וואס ער איז פאקטיש באקאנט, וואלט ער דען נישט געווארן אויפגעכאפט? (פארשטייט זיך פאר די וואס האבן ליב זיין סטייל), איך דארף נישט מער ווי דער פאקט אז ער איז ווירקליך געווארן אויפגעכאפט זיך צו איבערצייגן אז עס וואלט געווען אזוי אפילו אן בעלז, ווייל צו איז דען דער נאמען בעלז עפעס אן אגענדע וואס מאכט מענטשן ציען צו קויפן א טעיפ?! גיב נאר א קוק די סעריעס פון פיטסבורג נאדבורנה און וויזניץ וועלעכע פארמאגן אלע די זעלבע מונה רוזנבלום אויף א גרויסער טייל פון די טעיפ'ס, זענען זייערע זינגער "בכלל" געווארן באקאנט אין די וועלט צוליב וואס זיי זינגען אפ די נגיני החצר? אלא מאי... במאמר המוסגר: איך האב געהאט די זכי' צו הערן ירמי' דמן לייוו ביי די חנוכה קווייער ביים בעלזער רב, עס זענען געוועןן בעסערע און שוואכערע טעג, אבער ווען ס'איז געווען גיט איז עס געווען אז ס'איז געגאנגען א רויעך (היינט הער איך איז שוין אלעס שוואכער), דער קווייער איז געווען אויף א לעוול וואס האט נישט געהאט זיינס גליייכן ביי רבי'שע מאורעות, און ירמי'ס זינגען האט מיר ממש עלעקטיזירט אזש איך האב מיר נישט געקענט בארואיגן פאר עטליכע טעג. דאס זעלבע די ארומיגע וואס זענען געשטאנען ארום מיר (נישט קיין בעלזע).
טהו א קוק, על כגון דא נאמר על טעם וריח, אבער כאב נישט געזאגט אז 'בעלז' איז אן אגענדע, א.ה.נ. סי פארהאן נאך חצרים מיט אלבוימס, נאר וואסזשע דען, בעלז איז א גרויסע חסידות, האבן זיי טאלאנטפולע קאמפאוזערס, און א ר' ירמי' מיט א געשליפן קעלעכעל, וואס זינגט גוט אפ די ניגונים, און מהאי טעמא, אין מיין געגנד זענען פון אלע אנדערע חצרים, די בעלזא טעיפס די מערסטע אויפגעכאפט, (דאס האבעך ארויסגעדרינגן ווען כ'פלעגזיך פונאנדער שמועסן מיט מיינע חברים) א חוץ דזיקוב, צילוב דעם וואס די ניגונים זייערע זענען עפעס מוראדיג מיט ליכטיקייט און רגש. דאס ווארט 'בעלזא' האבעך געמיינט לאו דוקא, ווען איך זאג 'אגענדע' מייניך אן אגענדע פון פארשפרייטן א געוויסע סטייל, די אליינס זאגסטאך 'פאר ווער ס'האט ליב דעם סטייל'. אבער ווי געשמועסט, על טעם וריח, למשל מ.ב.ד.'ס ערשטע טעיפס כאבדאס ביי מיר אין באזוץ, איך האלט אז און א געוויסע זין איז דאס נאך שענער ווי היינט, כ'דענק דען נישט משחר טל ילדותי, ווי עריז שוין דאן געווען פאפיולער, ער זינגט אפשר פרימיטיוו אבער מיט אזא מין איידעלן פלעקסיבעל קול, עניוועיס אגעין, עווערי וואנס טעיסט איז דיפערענט.
מ'קען נישט זאגן אז ס'האט צו טון צו די חסידות איז גרויס אדער קליין ווייל וויזניץ איז מיט נישט צופיל קלענער, און זייערע זינגערס זענען בכלל נישט באקאנט כאטש זיי האבן זיך אפגעגעבן דערמיט און פארמאגט גיטע קאמפאוזערס און ארעינדזשערס פונקט ווי בעלז. (איך רעד פון די צייטן פאר שלמה קאליש, ווידער ברייער'ס ניגונים זענען עפ"י רוב נישט געזינגען געווארן דורך ירמי'ן). נאר וואס דען, לדעתי האט ירמי' געמאכט דער נאמען פאר די בעלזע טעיפ'ס בלויז צוליב זיין זינגען. און אויב איז ירמי'ס סטייל אן אגענדע ואוס נאר צוליב דעם האט מען געקויפט זיינע טעיפ'ס איז דאך מבד'ס סטייל אויך אן אגענדע וואס צוליב דעם האט מען געקויפט זיינע טעיפ'ס. או באמת איז עס טאקע אזוי, טייל גלייכן מבד סטייל ווייל ס'מער פלעסיבל מיט היפש ווילדע און אונטרעסאנטע עקטשן, ווידער טייל גלייכן מער בויס קווייער'ס וכו', און טייל גלייכן מער ירמי' דמן סטייל וועלכע זינגט ווי א הערליכע בעל מנגן אן קיין שטיק, טאקע שיטחיות'דיג אבער מיט א גאר מתיקות'דיגער און רייצנדער שטימע, און ווען ער צוברייטערט זיך (און האלט דעם גלאנץ פון זיין שטימע) איז עס מעין עולם הבא. וואס איך וויל ארויס ברענגען איז אז ירמי' דמן'ס הצלחה האט נישט מער מיט אן אגענדא ווי מבד'ס הצלחה
כעל דיר זאגן דעם אמת, כ'קען נישט וויזניץ צופיל וויזניץ טעיפס, חוץ פון די זמירות מנוחה ושמחה. אלענספאל, ס'קוקט אויס ווי מיר האבן דיפערענט מיינונגען. כ'ווייס פון נאך מענטשן וואס ווערן אנטציקט פון ר' ירמי' דמן'ס קול, אין סאטמאר האט מען אים געברענגט צו א שבע ברכות, אבער פאר מיר רעדט נישט זיין קול עפעס ווער ווייסט וואס, פאר מי איטס מאר היס וועי אף סינגינג. האמער דאך געשמועסט על טעם וריח.
אזוי ווי דו זאגטס, על הטעם ועל הריח וכו', און מיין כונה איז טאקע נישט געווען זיך צו טענה'ן איבער געשמאק, איך האב פשוט געוואלט אויסקלארן אז דערפאר ואוס איך און נאך זייער א סך זענען ווי משוגע פאר זיין זינגען קען ירמי' נישט אריין גיין אינעם קאטעגאריע פון א זינגער וואס איז אויפגעכאפט צוליב א אגענדע, איבערהויפט אז מ'זעט אז אנדערע זינגער פון חצרות חסידות זענען נישט געווארן אויפגעכאפט. און באמת, אפילו בן ציון שנקר, כאטש ער איז טאקע נישט קיין הערליכער זינגער, האט ער אבער א זעלטענער מוזיקאלישער טעם , איך ווייס אויך נישט צו ער וואלט מצליח געווען ווען ער זינגט יוסי גרין'ס ניגונים, אבער ווען ער גיט ארויס א טעיפ מיט ניגונים פון יענקל תלמוד, מאדזיץ, און פון אנדערע פארצייטישע קאמפאוזערס וואלט ער לכאוקא מצליח געווען ווייל ער זינגט אפ א ניגון אייזן שטארק, און ער גיט אריין אין א ניגון א מוזיקאלישע טעם אין יעדער ניגון (דאס קען שון זיין א אגענדע).
קווארטין, איך קלער אז איך הייבט אן יורד צו זיין לסוף דעתך פארוואס דו טראכסט אזוי איבער ירמי' דמן אז ער וואלט נישט געווען קיי שטערן פאר זיך אליין. ווען א זינגער זינגט אויף זיין זעלבסשטענדיגער טעיפ ווי זיין נאמען איז דאס וואס דער טעיפ טוט מיט זיך פארשטעלן (אין אנדערע ווערטער: זיין נאמען איז דער אגענדע), דאן איז דער זינגער מער בולט ווי ווען א זינגער זינגט אויף א טעיפ וואו ער איז נישט דער הויפט מחותן וו.צ.ב. א טעיפ פון א חסידות (דער חסידות אגענדע). מיט דעם כלל ווערט מיר פארשטענדליך פארוואס דו האלסט אז ירמי' דמן וואלט נישט געווען קיין שטערן טאמער וואלט ער ווען לכתחילה ארויס געקומען מיט זעלבסשטענדיגע טעיפ'ס, טאקע וויבאלד בעלז איז אן אגענדע פאר זיך דעריבער איז ירמי' נישט בולט אזוי שטארק ווי אנדערע שטארקע זינגערס בעיקר צוליב ואוס ער זינגט נישט מיטן גאנצן ברייטקייט ווי זעלבסשטענדיגע זינגערס, און דעריבער קוקט אויס פאר אונזער ניק קווארטין אז ווען נישט בעלז וואלט ער ווייט נישט געווען אזוי פאפולער בעת דער אמת איז אז ווען נישט בעלז וואלט ער הערשט געווען א שטערן.
הכלל, היוצא לנו פון אונזער שמועס אז איזה חכם המכיר את מקומו. צומאל קען זיין א זינגער מיט פעאיגקייטן מהנה צו זיין דען עולם מיט זיין נגינה, אבער טאמע מאכט ער נאך אנדערע זינגער'ס וועט ער נישט מצליח זיין וויבאלד ער ניצט נישט זיינע פעאיגקייטן. א גיטער ביישפיל ביי מיר איז מיכאל שניצלער, ווען ער וואלט ווען נאכגעמאכט מאדכי בן דוד וואלט ער לכאורה געווען א דורך פאל פון א זינגער, נאר היות ער פארמאגט געוואגטקייט און א נייגונג צו אייגנארטיגקייט האט ער מיט זיין באסאווע שטימע און סענס אוו יומער אויסגעארבעט אן אייגנארטיגער מהלך וואס איז געווארן באליבט ביים ציבור. און אזוי איז דא א סך זינגער וואס ווען זיי פאסן צו ניגונים צו זייער אייגנארטיגקייט וואלטן זיי מער מצליח געווען, אויב קענען זיי געפונען אין זיך א סטייל וואס זאל פאראינטרעסרין דעם ציבור.
און נאכדעם זענען געקומען אנדערע און נאכגעמאכט מיכאל... הגם ס'גרינגער נאכצומאכן מיכאל ווי MBD, האבן זיי אויך היבש געפלאפט
נאך איינער וואס האט זיך צוגעפאסט א אייגנארטיגער מהלך איז דדי גראוכער. און אפשר אויך בערי וועבער.
איך האב אויך אן אייגענעם מהלך
וואו קען מען דיר הערן, זר?
ביי מיין שבת טיש
דו האסט דאך שטענדיג צו זינגען און צו זאגן...
ילד הפלא (?!) יענקי שטערן פון ארץ ישראל
וועט זינגען היינט נאכט אין וויליאמסבורג פאר רופא חולים
VIDEO
פיקציע ילד הפלא (?!) יענקי שטערן פון ארץ ישראל
וועט זינגען היינט נאכט אין וויליאמסבורג פאר רופא חולים
VIDEO
האסט פארגעסן צו שרייבן אז ער זינגט דא אין שפיטאל.
שוין נאכן זיין א בחור'ל אין שפיטאל איז יענקי שטערן צוריק געווארן א (ווינדער) אינגעל ביי די רופא חולים דינער.
מערקט די ווערטער אויפן טאוועל "דער וועלט בארימטער וואונדער קינד פון בני ברק הילד יעקב שטערן נ"י"
עמאציאנאלע פרעזענטאציע, אראנדזשירט דורך המזמרים כאר. ווידעאו קרעדיט: די וואך.
VIDEO