דער סופער ארעינדזשער "מונה רוזנבלום"!!!
180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1783
דער סופער ארעינדזשער "מונה רוזנבלום"!!!
איך האב שוין געעפנט עטליכע אשכולות איבער מוזיק, און איבעראל קענען זיך טייל מיטשמועסער נישט איינהאלטן פון רעדן פונעם מעסטער ארעינדזשער מונה רוזנבלום. דער נאמען מונה רוזנבלום פארמאגט א געוואלדיגער צויבער קראפט און כח המושך ביי א סך מוזיק ליבהאבער, און ווארפט אריין א רייץ און לעבנס ליסט ביי זיי בלויז הערנדיג זיין נאמען.
אויך איך בין צווישן די וואס דער נאמען מונה איז א נאמען פון עקסיידינג, דאס איז פון די שענסטע צויבער ווערטער וואס מ'קען מיר זאגן, דער נאמען פילט מיר אן מיט לעבן, און גיט אריין א פלוס פון מוזיקאלישער רייץ אין כדוגמתו. ווען איך זעה א טעיפ מיט די נאמען מונה רוזנבלום כאפ איך עס אן קיין טראכטן קיין צוויי. און אלץ פארשטייט זיך צוליב זיין מוזיק.
מיין פעדער איז צו ארים ארויס צוברענגען וואס עס שטעקט אין זיין מוזיק, וואס לכאורה איז דא דערויף זייער פיל קריטיק צוליב וואס זיין מוזיק דינט נישט שטענדיג אזוי די אינטערעסן פונעם קאמפעזישן און איז צומאל נישט בשלימות אדער קרים וכדו', און פונדעסטוועגן בין איך קראנק פאר זיין מוזיק. איין זאך קען איך יא זאגן, זיין מוזיק כאפט דיר אן ביים נפש און צימבלט עס אינטער.
אלס קינד און אלס בחור איז אין שטוב געגאנגען פארשידענע קאסעטעס, פון משפחה חתונות (ארקעסטראס אדער וואן מען בענד), קינדער טעיפס, חצרות חסידות טעיפס און טעיפס פון זינגערס, און גארנישט האט מיר אינטרעסירט, אויסער תמיד בשמחה פון מבד, הנה זה בא און לחיים אידן פון ירמי' דמן, און נעומות חב"ד. שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן צו אינטרעסירן זיך אויף די קאווער ווער ס'ארעינדזשט יעדער טעיפ, האב איך באמערקט אז די אלע טעיפ'ז וואס איך האב געגליכן איז געווען מיט מונה'ס ארעינדזשמענטס, ווארשיינליך ווייל עס רעדט צום נפש און פארמאגט פוילישע פנימיות וואס אפילו א קינד פארשטייט.
איך קען מיר אויך נישט איינהאלטן פון רעדן איבער דעם באצויבערטן מונה רוזנבלום, איז מיינע טייערע פריינד ליב האבער פון מונה, לאמיר צוזאמען שמועסן איבער זיין מוזיק מיט אלע פרטים.
איך ווארט צו הרען פון אייך:
געהאט די סעים סטארי אלס קינד, אלס געגליכן מונה׳ס זאכן, ס׳איז געווען די מדובר ביי אונז, יעדער האט געוואוסט אז ווען עס קומט ארויס א טעיפ און ס׳שטייט דערויף ׳עיבודים: משה מרדכי (מונה) רוזנבלום׳ קויפט מען דאס בלינדערהייט... יאפ, מ׳קעמער אויך אזוי זאגן!
חאצקל - אפשר ברענגסטו א ליסט פון די מאוסט פאפולער אלבומס וואס מונה האט ארריענדזשט, אזוי וועט מען קענען צונעמען איינס ביי איינס.
איך ווייס נישט וועלעכע אלבום'ס פון מונה זענען פאפולער אין וועלעכער קרייז, איך וועל אויסרעכענען די אלבום'ס וואס ליגט מיר אין קאפ:
-זה היום (מיט סטרינגס) - ירמי' דמן
-וחסד השם (מיט סטרינגס) להנ"ל (הער דעם אינסטורמענטאלער וואלס, ווערטער זענען איבריג, איך ווער פשוט צעווילדעוועט ווען איך דערמאן זיך דעפון).
-שלש רגלים (מיט סטרינגס) להנ"ל. ס'דא וואס צו רעדן וועגן דעם, סיי די מעלות און סיי די חסרונות
-אדיר הוא יבנה (................................................................................)
-וגילו צדיקים (מאשין רידעם בימים ההם תשמ"ז מיט סעקסיפאון ביי געציילטע ניגונים): רבותי, טאפ ניגונים און ארעינדזשמענטס פאר סינטעסייזער בימים ההם (אגב, איך באמערק אז די טעיפ'ס וואס זענען דעמאלס ארויס מיט א סינטיסייזער זענען לאין שיעור בעסער ווי די היינטיגע טעיפ'ס מיט פארגעשריטענעם סינטיסייזער, לכאורה וויבאלד דעמאלס האבן עס געניצט אקאדעמישע מוזיקאנטן לעומת היינט ווען עס ווערט גענוצט ביי זעלבסט טרענירטע מוזיקאנטן וואס זענען נשפע פון די חתונה שפילערס.
-הנה זה בא (אזוי ווי רוב מונה טעיפ'ס וואלט איך עס געראטן צו הערן פארנדיג אין וועג מיטן קאר, עס טראגט א דיר אין א פרילינג שטימונג, עס עפנט א עתוד פון לייכטקייט און בליאונג...).
-אמת מה נהדר היה - ווייניג ווייסן פון דעם טעיפ. כ'האב געהערט אז דער בעלזער רב האט זיך געשעמט מיטן דורכפיר שטיקל וואס מונה האט געמאכט פאר דעם באאנטן ניגון סימן טוב ומזל טוב, איך בין דעריבער משער אז דער רב האט נישט געוואלט אז מ'זאל עס מפיץ זיין. אבער חברה, זייט וויסן, די בעסטע סחורה באהאלט מען פון אונז.
-תמיד בשמחה (מב"ד) א עקסיידינג טעיפ מיט איין געלונגענע ניגון נאכן אנדערען וואס צינדט אן א רייץ צום לעבן (תמחה...; גערוישן אין הימל...; ירושלים...; גם כי אלך...; כל המשמח...; ועוד. ס'דערמאנט מיר אז איך לעב...)
-בדרך התורה פון מכאל שטרייכער . הער עס און דערנאך וועלן מיר רעדן ווייטער... "אדם בלי תורה" (ראק ווי נאר מונה קען. ס'כדי צו הערן עטליכע מאל כדי צו כאפן דעם געשמאק); בן בג בג (הורה, ס'איז טיפער ווי שוואקיס); צוויי זייער פולפארביגע ניגונים פון איינער אלי פרידמאן; ועוד. ממש א שטראם פון ענערגי. (הגם אויף עטליכע קנאקעדיגע ארעינדזשמענסט דארט האב איך קריטיק).
-אין עוד מלבדו פון מבד
-משיח להנ"ל. א טעיפ וואס האט וואס האט געברענגט מרדכי ווערדיגער צו זיינע העכסטע שטאפלען
-נשמה (מיט סטרינגס) להנ"ל
-ניגוני ספינקא מיט מנחם קליין מלחין נדבורנה (הער די אינסטרומענטאלע מארשן דארט; דער יראת הכבוד'יגע אינטערגעשפילעכטץ אויף אנא ד' ועוד), אויף דעם קה ריבון עלם ארעינדזשמענט האב איך אביסל קריטיק אבער דעטצאיט.
-חנוכת הבית פון נדבורנה מיט הרב מנחם קליין אב"ד פראנקפורט ומלחין נדבורנה (קוקט אויס לעקטאראנישע רידעם, סטרינגס, און ברעס, און צוגאב פון טראמפעט און סעקסיפאון און פידל (הער יחדשהו; המבדיל וואס ערשיינט אויך אין מונה 2; דער באקאנטער הוא יושעינו מיט די קווייער דורך מונה און הרב מנחם; ברוך הבא וואס גיט מער עקסיידינג ווי די שענסטע בעקיטשע פון ר' שלמה'לע באבובער זצ"ל...)
-ניגוני מונקאטש, איך האב עס נישט זוכה געווען צו הערן, איך הער נאר אז ער ניצט דארט די אמעריקאנער מוזיקאנטן ד.ה. אז ירון גערשאווסקי און ריק קאטלער זענען דארט אויפן רידעם, איך האב עס אבער נישט באשטעטיקט.
-ניגוני פיטסבורג 3, רוב טעיפ איז פשטות און הארץ צוזאמען מיט חיים'ל, מ'קען צוגיין פון דעם ניגון זכרינו לחיים ווי דער אינגל זינגט עס און ווי די צלילי המיתר באגלייט מיט אזא געבעט און הכנעה. אויך איז דארט ערשינען צום ערשטן מאל דער באקאנטער הנה מה טוב (אן קיין ספעציעלער אינטראו) וואס לאופר האט שפעטער איבערגעשפילט פאר א. פריד מיט א אייגענער געלונגענער אינטראו. אויך דער ניגון יפרח בימיו צדיק וואס די ליטווישע זינגען פאר זייער רוש ישיבות ערשיינט דארט צום ערשטן מאל.
-פיטסבורג 4 (אויב איר האט עס געהערט ווייסט אי געוויס וואס פאר א עקסיידינג מוזיק ס'דא דארט.
-פיטסבורג 5 מיט שלמי כהן, "וידע כל פעיל" מיטן דורך פיר שטיקל מיט וואס ער דרייט איבער דעם עולם היצירה און עפנט אויף די סודות הבריאה; ישמח צדיק בשם...; ועוד...
-פיטבורג 7 מיט שלמה כהן: הערט נאר דעם ממקומך דארט, ממש א שלימות שבשלימות, אזוי פשוט און הכנעה'דיג און אזוי מעכטיג ... ס'קומט מיר טרערן ווען איך דערמאן זיך דערפון
-ניגוני פרימישלאן מיט אברמי רוט.
-ניגוני וויזניץ, אודה: אויב קענט איר עס זענען ווערטער איבריג. אין ניגון וועל איך דערמאנען פשוט ווייל איך בין פאר'תאוו'עט פאר דעם ניגון און ארעינדזשמענט און דאס איז מזמור שיר חנוכת הבית (איך שפרינג אונטער ווען איך דערמאן זיך דערפון. פארפאלן זיין מוזיק ווארפט א סך מאל אריין אין מיר א דערפרישדער גייסט וואס וויל זיך ארויס לאזן טאנצן אין די גאסן מיטן גיטן געפיל אז עמיצער פארשטייט מיין נשמה)
-ניגוני וויזניץ בנה בתך (הערט יברכך השם ועוד אנדערע הערליכע ניגונים, אבער דער טעיפ קוקט מיר נישט אויס צו זיין א שלימות)
-ניגוני וויזניץ הבן יקיר לי, א "הערליכער" טעיפ מיט קווייער פון ר' בנימין הרטמאן אמאליגע ראש המקהלה פון וויזניץ, ידיד פון מונה און טאטע פון חיים י. הארטמאן ארעינדזשער פון לחיים (הערט "על הצדיקים" ועוד).
-פרחי בני ברק 2 אלבום'ס (מונה אין זיינע ערשטע יארן)
-פרחי וורדיגר (מונה אין זיינע ערשטע יארן)
-פרחי ירושלים מיט יגאל צליק (מונה אין זיינע ערשט יארן)
-פרחי צליל וזמר
-ניגוני סרט וויזניץ (צווישן זיי דער באקאנטער שטייטער "ישמחו במלכותך"; דער באקאנטער אבינו אב הרחמן; דער באקאנטער יהא רעוא קדמך; דער באקאנטער כה אמר ד'; נר לרגלי ועוד).
-מונה מיט חזן מוצן (ער ווילדעוועט דארט מיט זיינע ברעס סעקשאן).
-מונה מיט א זין פון חזן מילער פון אנטווערפן (איך האב נישט געהערט דעם טעיפ)
-שלמי כהן למעלה
-אברמי רוט "מלאכי השרת". דעם אלבום דארף מען בלויז "הערן", ס'א שאד יעדעס ווארט, ער מאכט דארט ביי טייל ניגונים א נשמה סערדזשערי...
-משולחנם של מלאכים פון עמות ליסוונד, (הערט המלאך הגואל, ס'דא א סך צו רעדן דערפון).
-שהחיינו פון עמית ליסוונד- אן אויפרייס פון א טעיפ אינעם עולם השוק, זייט ביי זייט מיט חזק פון פריד.
-נעומות חב"ד צוויי חלקים - אינסטרומענטאליש ( דער נאמען "נעומות חב"ד" זעלבסט שמייכלט צו דער ס'האט געהערט די טעיפס. הרעט נאר דעם אני מאמין און איר זענט גרייט מקבל צו זיין משיח... עס האט מיר נאך קיינער נישט געזאגט דער בשורת הגאולה אזוי ווי מונה, עס לעקטערזירט, עס זאגט פאר אזא פלוצלינגדיגע ענלייטמענט פארן תמימות'דיגער כלל ישראל אז אלע מענטשליכע-אידישע צעלן הייבן אן צו שפרידלען מיט גרייטקייט און פרישער לעבנס שטראם).
-די מונה טעיפ'ס (ס'דא א סך צו רעדן איבער זיי)
-די פילהרמונה טעיפס (ווען נישט ס'טראגט דעם באמבאסטישער נאמען "פילהרמונה" וואלט איך עס מער געגליכן)
-די גרויסע חתונה (אפשר א באזונדער אשכול דערפאר?!)
-ניגוני דזיקוב 1
-ניגוני דזיקוב 2 - פאר מונה'ס וואלסן און מארשן וויל איך אי"ה עפענען א באזונדער אשכול. אין מארשן און וואלסן איז ער בלי ספק דער גרעסטער אין די חרדישע וועלט, און לכאורה פון די גרעסטע אויך אין די אלגעמיינע וועלט.
המשיך יבוא אי"ה
אוי חאצקל די רייצט מיך אהן!!! גלייך נאכען ליינען האב איך בעצופאל אנגעצינדען ניגון בין הזמנים פון מונה...אוי ס'איז געוואלדיג....
די זייגער ווייזט אז עס איז נישט דא קיין צייט צי שרייבן יעצט אבער איך מיז דיר זאגן אז די האסט עס גיט ארויס און איך וועל שפעטער טרייען צו מגיב זיין דבר דבר על אופנו
הערליך, חאצקל!
חאצקל-תמיד בשמחה (מב"ד) א עקסיידינג טעיפ מיט איין געלונגענע ניגון נאכן אנדערען וואס צינדט אן א רייץ צום לעבן (תמחה...; גערוישן אין הימל...; ירושלים...; גם כי אלך...; כל המשמח...; ועוד. ס'דערמאנט מיר אז איך לעב...)
אויף דעם אלבום גלייך איך דאס מערסטע דעם לעצטן ניגון, נכספה וגם כלתה נפשי. איך האב עס שוין איבערגעהערט בלי שיעור מאל, און יעדע מאל עקסטער צורייצט עס מיינע געפילן, אזש ביז טרערן. דער אינגעלע גיט אויך אסאך צו.
טעפלאוי חאצקל די רייצט מיך אהן!!! גלייך נאכען ליינען האב איך בעצופאל אנגעצינדען ניגון בין הזמנים פון מונה...אוי ס'איז געוואלדיג....
זיי וויסן אז דאס קומט פון דא עס הייסט buglers holiday <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=2LhgpflBpAw">http://www.youtube.com/watch?v=2LhgpflBpAw</a>
דאס איז אויף מונה 2 עס הייסט adagio in g minor <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=AAtQ0Ow72Gk">http://www.youtube.com/watch?v=AAtQ0Ow72Gk</a>
דאס איז אויף מונה 3 עס הייסט the flight of the bumblebee <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=6QV1RGMLUKE">http://www.youtube.com/watch?v=6QV1RGMLUKE</a>
חאצקל - א מייסטערהאפטיגע ארבעט
איך האב מורא אז דו האסט נישט געלאזט קיין פלאץ פאר אנדערע, די האסט אלעס אזוי שיין צונומען
יישר כח
גלות יודטעפלאוי חאצקל די רייצט מיך אהן!!! גלייך נאכען ליינען האב איך בעצופאל אנגעצינדען ניגון בין הזמנים פון מונה...אוי ס'איז געוואלדיג....
זיי וויסן אז דאס קומט פון דא עס הייסט buglers holiday <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=2LhgpflBpAw">http://www.youtube.com/watch?v=2LhgpflBpAw</a>
דאס איז אויף מונה 2 עס הייסט adagio in g minor <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=AAtQ0Ow72Gk">http://www.youtube.com/watch?v=AAtQ0Ow72Gk</a>
דאס איז אויף מונה 3 עס הייסט the flight of the bumblebee <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=6QV1RGMLUKE">http://www.youtube.com/watch?v=6QV1RGMLUKE</a>
שכוח, כ'האב געוואסט ס'איז נישט זיין אייגענס, אבער יענע גאנצע טעיפ וואוער לייגט אלעס אראפ איז געוואלדיג, אויך ר' יענקל תלמיד'ס ויאתיו...
האט איינער געהערט דעם אלטן טעיפ פון מונה מיט בן ציון שנקר? (ארויס געקומען בערך 40 יאר צוריק).
ווי אזוי הייסט די טעיפ?
געטראפן עס הייסט ben tzion shenker sings his latest populer songs
איך האב דעם טעיפ, איך וויל נאר וויסן צו איינער האט עס געהערט, ווייל איך וויל מיטטיילן מיינע הערות אויף דעם טעיפ
לאמיר דערמאנען נאך א מעכטיגע טעיפ פון מונה, "יחד" פון דדי.
ס'דא דריי טעיפ'ס פון שמוליק רזנברג מיט מונה, איך האב עס נישט געהערט אבער כ'הער אז די מוזיק איז געוואלדיג.
יענקי זינגבום האט איינס אדער עטליכע טעיפ'ס מיט מונה, דער טעיפ וואס איך האב געהערט איז ווילד און רייסעריש בטעם מונה אין זיינע גיטע יארן
חאצקלאיך האב דעם טעיפ, איך וויל נאר וויסן צו איינער האט עס געהערט, ווייל איך וויל מיטטיילן מיינע הערות אויף דעם טעיפ
ווי ערווענט האב איך די טעיפ, און איך מיין אז עס איז זייער פלעין, די אינטרוס זענען שיין אבער פלעין אן חידושים און מונה איז נאך געווען היפש רוי דעמאלטס, איך בין בכלל נישט ספעציעל עקסיידעט מיט די טעיפ אדרבה לאמיר הערן דיין מיינונג
פונקט היינט אויסגעהערט דעם טעיפ ׳ונאמר׳ פון יושע האנשטאטער, ארעינדזשט ביי מונה - איך בין עפעס אזוינס ארויס פון התפעלות, אפילו איך קען דעם טעיפ אויסענווייניג זינט די טאג וואס ס׳איז ארויסגעקומען, עס האט אזויפיהל ארבעט, סיי געפיהליש און סיי מוזיקאליש
צווישן מיינע געציילטע טעיפס וואס איך הער שוין פון אלס קינד און איך ווער נישט נמאס דערפון איז "לחיים ברידער" וואס מונה האט ארעינדזשט, די מוזיק איז עפעס אויסערגעווענליך שיין און רייך, איך בין פון דעמאלטס אן געווארן א חסיד מונה.
villagerצווישן מיינע געציילטע טעיפס וואס איך הער שוין פון אלס קינד און איך ווער נישט נמאס דערפון איז "לחיים ברידער" וואס מונה האט ארעינדזשט, די מוזיק איז עפעס אויסערגעווענליך שיין און רייך, איך בין פון דעמאלטס אן געווארן א חסיד מונה.
ס׳איז מיין פעיוואריט אויכעט
איך קען נאכזינגען יעדע שטיקל פון דעם טעיפ (ערנסט גערעדט) איך האב דאס אזויפיהל מאל איבערגעהערט אז עס ליגט מיר אין די ביינער ווי אשרי יושבי, אגב - אויף דעם ניגון ׳אייזיק פיש-כאפער׳ האב איך לעצטנס באמערקט געוואלדיגע שטיקלעך וואס ער טוט מיטן קווייער וואס איך האב נישט געהאט באמערקט בעפאר, דער טעיפ האט א מורא׳דיגע חן און אסאך תוכן, סיי די מוזיק און סיי די ווערטער (גראמען).
גם אני מצטרף לשמייכל ול... לגבי די טעיפ'ס לחיים ברודער און ונאמר לפניו
פון איינעם האב איך געהערט אז מונה האט געזאגט אז זינט דעם טעיפ דזיקוב 2 האט ער נישט אריין געלייגט אזויפיל ארבייט אין א טעיפ אזוי ווי ביי ונאמר לפניו.
איך וויל דא יעצט צו נעמען דעם טעיפ ונאמר לפניו
דער טעיפ זינט עס איז ארויס געקומען האט עס געשאפט געמישטע געפילן ביי די צוהערער חובבי מוזיק טעיפ'ס, פון איין זייט האט מען געוואוסט אז דער מוזיק איז אזיינס און אזעלעכס וואס איז א מוז צו הערן און אפילו זיך איינהאנדלען פאר ווער ס'וויל נאר הערן מעכטיגע און זאפטיגע שטיקער מוזיק וואס מ'הערט זעלטן, אבער פון צווייטן זייט זענען די ניגונים זייער "נישט צו דער זאך", זיי זענען עפעס שלימזלדיג, אומרייף, שטומפפיג, צוזאמגעקלאפט אדער אומבאלימפערט, צאמגעמישט הודו מיט כוש, וכו וכו', (וו.צ.ב. אמר ר' יוחנן, אמר ר' בנמין, און כל העוסק. יגדל קען זיין אז ס'איז שיין פאר די וואס האבן נישט געקענט פאר דעם ברעסלאווער אשרינו שיש לנו רבי כזה...) אין איין ווארט: אומבאלופערטע ניגונים מיט מעכטיגע מוזיק און זינגער.
עד היום וואונדערן זיך די חובבי המוזיק אויף דער מיסטעריעזער יושע הנשטטר וועם ס'האט אזוי געברענט מוציא לאור צו זיין זיינע ניגונים און טאקע מיט אזעלעכע מבצעים ווי מונה מיט זיין חבריא און ירמי' דמן מיט זיין רייצנדע שטימע וועלעכע האבן ביידע אינאיינעם געמאכט דעם נאמען פון די בעלזע טעיפ'ס און די פארגאנגענע דרייסיג יאר אלס טאפ אוו די מארק.
איך פערזענליך וואונדער זיך גראדע נישט אויף דעם הנשטטר, עפעס א געפיל צו קאמפאוזן האט ער פארט, לאמיר נישט פארגעסן פון די לעבעדיגע טאנץ ניגונים "ונאמר לפניו", "קוה אל ד' " און "שישו ושמחו" פאר וועלעכען עס פעלט זיכער גארניש כלפי אנדערע ניגונים פון דעם סארט, אדרבא זיי זענען לעבעדיגע באדייטפולע טאנץ ניגון מיט טעם און אפילו תוכן'דיג. אפגערעדט פון די עיקר חלק פון אלוקי נשמה וואס איז א ביוטי פון א ניגון, ממש א מעסטער פיס (דער לעבעדיגער טייל איז אבי געזונד, ווי מ'זאגט דא ליגט דער הינט באגראבן...) ווידער כאיל תערוג קען מען שוין טשעלענדזשן, עס איז שוין אביסל שעטנז'דיג, אבער מיט אביסל טאשאפס איז עס א גאר געלונגענער ניגון. נאר וואס דען, רוב פון זיינע אנדערע ניגונים פארמאגן זיין טעם..., נו, האט ער געוואלט ארויס געבן א טעיפ פון די ניגונים און טאקע אויף א גאר פראפעשנל פארנעם זכה לו, אז ער איז געווען צופרידן מיט די ניגונים וויאזוי זיי זענען, בין איך זיכער צופרידן, איך פערזענליך בין צען מאל מער אינטרעסירט אין גיטע מוזיק ווי אין גיטע ניגונים פון די סארט וואס מ'מאכט היינט, ווארים די היינטיגע ניגונים זענען עפ"י רוב סייווי א מאטיוו אויף וואס ארויף צו מאכן גיטע מוזיק, און נישט פאר השתפכות הנפש וכדו', סאו, אויב דער מוזיק גיט זיך אן עצה מיט שוואכערע ניגונים אויך, נו, לאך איך פון די ניגונים און האב הנאה פון די מוזיק, הגם ס'געשמאקער אז מ'ווייסט אז דער מוזיק באצירט א לייטישער זאך, אבער ס'וועט שוין מיטגיין...
מיין שאלה איז נאר, צו הנשטטר, אלס זיין נאמען אויס, האט נישט געמאכט דא קיין טעות מיטן נעמען דעם רעש'יגן מונה און מכובד'יגן און אומבויגזאמער זינגער הרב דמן. מיט אנדערע ארעינדזשערס און זינגערס ווי למשל לאופר אינאיינעם מיט אן אומפאפולערע זינגער אבער מיט מבד סטייל, וואלט עס טאקע נישט געווען אזא היט פון א טעיפ, אבער מעגליך אז די ניגונים וואלטן געהאט מער פנים און פשט. און עס וואלט נישט געשוועבט דארט דער אומגעזעצטקייט און באהאלטענע כמארע וואס ס'דא ביי טייל חלקים פונעם טעיפ?!
villagerצווישן מיינע געציילטע טעיפס וואס איך הער שוין פון אלס קינד און איך ווער נישט נמאס דערפון איז "לחיים ברידער" וואס מונה האט ארעינדזשט, די מוזיק איז עפעס אויסערגעווענליך שיין און רייך, איך בין פון דעמאלטס אן געווארן א חסיד מונה.
כ'הער שוין די קאסעטע פאר פופצען יאר, און כ'בין נאכנישט פארטיג.
לחיים ברודער (דאס זעלבע לחיים אידן) איז פון די טעיפ'ס ווי מונה מאכט גאר זאכליכע ארעינדזשמענטס הכל על מקומו, זייער מעסיגע קארד'ס און אינטראו'ס צפעציעל צוגעפאסט און בארייכערן דעם ניגון, עס אנטהאלט פיל עקשען אבער האלט זיך אין זייער נארמאלע ראמען. ער גיט זיך אפ מיט כמעט יעדער ניגון מיטן פילסטן כבוד, ער קריכט אריין אין יעדן ניגון, צונעמט עס, און נעמט עס אזוי שיין ארום פון אלע זייטן.
להוי ידועה, די קווייער וואס האט קענטליך שטארק צוגעגעבן פארן טעיפ, איז נישט דורך מונה נאר דורך א תלמוד מובהק זיינער, און דאס איז דודי קאליש וואס איז געווען דער ערשטער נאכצומאכן מונה'ס קווייער סטייל, און איז עד היום איינע פון די טאלנטפולסטער קווייער קאנדאקטערס.
פון די ניגונים מיט וואס איך טשאטשקע זיך איז דער ניגון נקמה פונעם דייטש, דער פשטות'דיגער רידם, און די איידעלע דרוכפיר שטיקלעך וואס וועלעכע לאזן איבער דעם הארץ מיט אזויפיל געגועים. "טאטע איך וועל נקמה נעמען..." די כלי נגינה וועקן זיך אויף... דער טראמבאן מיטן בעיס... און... מ'הייבט זיך... אצינד טרעפט מען זיך מיט צענדליגע יארן שפעטער לויבן פאר די שאירות הפליטה אידן.
און וואס זאגט איר צו דעם ניגון פון כנסת ישראל?! א ניגון וואס איך קען איבער הערן און איבער הערן, און ברענגט מיר יעדעס מאל טרערן. דא מוז איך שוין געבן נישט ווייניג קרעדיט פאר די גראמען פון ר' יוסף משה'ן, אבער נאך מער פאר ר' משה מרדכי'ן פאר אנפילן דעם ניגון מיט די בריליאטנסטער קאלירן וואס אזא ניגון דארף פארמאגן. און ווען ביי מונה איז עפעס א יופי ופאר איז עס נישט דער סארט שיינקייט וואס ר' ישראל לאם מאכט פאר א ניגון, וואס איז גוט איינצופאקן און עס אריין לייגן אין קלאזעט, ניין, דאס איז א מעסטער פיס געמאכט נישט פון שטיין, נאר פון לעבעדיגע ארגאנען... עס רעדט צום נפש (מונה'ס מוזיק רעדט מער שטענדיג מער צום נפש ווי צום גוף ד.ה. אומדירעקט ווי איך וועל זיך מסביר זיין אין א צווייטער געלעגנהייט).
און אז מ'רעדט שוין. זיין מוזיק קעגן אנדערע הערט זיך טאקע שטענדיג די ווייניגעסטע גלייכגילטיג, מונה איז דער איינציגסטער וואס זיין מוזיק האט אין זיך דער לעבן וואס א לעבעדיגער זינגער פארמאגט.
תהילם'ל... ווערטער זענען איבריג
וטהר לבנו -א מאדנע ארעינדזשמענט, אבער צוזאמגענומען און מיט טעם ואוס דאס מאכט עס פאר א גינגאלדענעם ניגון, די קאלטע אריין געפייפעטץ מאכט מיר וויינען
גלות יודחאצקלאיך האב דעם טעיפ, איך וויל נאר וויסן צו איינער האט עס געהערט, ווייל איך וויל מיטטיילן מיינע הערות אויף דעם טעיפ
ווי ערווענט האב איך די טעיפ, און איך מיין אז עס איז זייער פלעין, די אינטרוס זענען שיין אבער פלעין אן חידושים און מונה איז נאך געווען היפש רוי דעמאלטס, איך בין בכלל נישט ספעציעל עקסיידעט מיט די טעיפ אדרבה לאמיר הערן דיין מיינונג
אויב רעדסטו פון דעם זעלבן טעיפ פון וואס איך רעד, דאן זענען מיר נישט אויף איין פעידזש...
איך רעד פון א טעיפ וואו ס'ווערט געזינגען ליהודים היתה, און אל תירא, דער טעיפ איז טאקע אויף אן אלטער סטייל (ענליך צו דער נשמה טעיפ פון מבד וואס איז אויך דורך מונה) וואס קוקט אפשר אויס ליידיג פאר א היינטיגער אויער וואס איז צוגעוואוינט צו א מער אנגעפילטער רידם, אבער מיט א געניטער אויער אדער נאל עטליכע מאל הערן כאפט מען דעם סטייל און דאן זעט מען וואס ס'גייט דא פאר. ר' איד, דארט איז א וועלט פון מוזיק.
ביטע הער עס נאכאמאל און נאכדעם וועלן מיר ווייטער רעדן
חאצקללחיים ברודער און לחיים אידן זענען פון די טעיפ'ס וואו מונה מאכט גאר זאכליכע ארעינדזשמענטס הכל על מקומו
די מוזיק פון לחיים אידן האט לדעתי נאך א בעסערע ארבעט ווי לחיים ברודער, נאר די מיקס און די סאונד איז נישט אזוי גוט ווי אויף לחיים ברודער, אבער די געשמאק וואס ס'ליגט אין די ארענדזשמענטס דארטן איז עפעס אין לשער, אנגעהויבן פון דעם 'שמחה' ניגון מיט דעם תנועה אינמיטן דעם טרעק ווי דמן צוזינגט זיך 'העט א ראראריי ריי' כו', ווייטער מיטן גלות ניגון די ווארימע קווייער און די פיאנוי אין די בעקגראונד, א וועלט עס דרייט זיך, להתודע/לחיים, חייקל (א גאונ'ישער אינטראו), יעדע אינטראוי איז א אוצר פאר זיך, ווער רעדט נאך פון דעם 'יודעלע האב קיין מורא', א ניגון מלא תוכן, די מוזיק, די קווייער, די גראמען, א כל בו ממש, ווייטער המלאך איז דאך די אינטראוי געגאנגען אינטערנעשאנאל אז אפילו ביי העסק האט דאס לאם גענוצט (גערשובסקי שפילט עס), ווידער די השגחה פרטית ניגון איז אויך זייער געשמאק, א שיינע טעמפא און געשמאקע דיסקאו דראם, א עקסטערע זאך פאר זיך איז די ניגון 'כל זמן שהנשמה' וואו מונה שפילט מיט זיין אקורדיאן אינעם אינטראוי אינאיינעם מיט א פידל און ר' יוסף משה זינגט אפ זייער ווארים דעם גאנצן ניגון מיט זייער התרגשות'דיגע גראמען, א שיינער ענדע איז די ניגון סימן טוב ומזל טוב וועלכע פארמאגט א ריכטיגע לעבעדיגקייט אין זיך ווי יעדער וועט מודה זיין.
דער טעיפ וועט לכאורה קיינמאל נישט ארויסגיין פון די היסטאריע!
איך האלט פונקט ווי דיר אז לחיים אידן איז עטוואס אין שאטן פון זיין ברודער פארטנער אבער איך האל אויכט אז עס איז מער גאוניש ווי לחיים ברודער נאר עס איז מער אלטמאדיש אבער די גאונית פון חייקל איז איינס אין די וועלט און אויכט גלות ניגון אזויווי די זאגסט איז משוגע צי ווערן די פיאנו דארט איך האלט קלאר אז עס איז מער מוזיקאליש אבער די אויסוואל פון ניגונים האב איך נישט אזוי ליב למעשה בלייבט לחיים ברודער דער שפיץ ווייל עס איז מער אנגענעם און קלארער
און חאצקל פון ווי נעמסטו אז דודי קאליש האט געמאכט די קווייער אויף לחיים ברודער איך מיין ער איז נאך געווען אין די פעמפערס דעמאלטס און איך האב קיינמאל געזען אז מונה זאל אוועקגעבן עפעס פאר א צווייטן נאכדערצי קווייער
שמייכלחאצקללחיים ברודער און לחיים אידן זענען פון די טעיפ'ס וואו מונה מאכט גאר זאכליכע ארעינדזשמענטס הכל על מקומו
די מוזיק פון לחיים אידן האט לדעתי נאך א בעסערע ארבעט ווי לחיים ברודער, נאר די מיקס און די סאונד איז נישט אזוי גוט ווי אויף לחיים ברודער, אבער די געשמאק וואס ס'ליגט אין די ארענדזשמענטס דארטן איז עפעס אין לשער, אנגעהויבן פון דעם 'שמחה' ניגון מיט דעם תנועה אינמיטן דעם טרעק ווי דמן צוזינגט זיך 'העט א ראראריי ריי' כו', ווייטער מיטן גלות ניגון די ווארימע קווייער און די פיאנוי אין די בעקגראונד, א וועלט עס דרייט זיך, להתודע/לחיים, חייקל (א גאונ'ישער אינטראו), יעדע אינטראוי איז א אוצר פאר זיך, ווער רעדט נאך פון דעם 'יודעלע האב קיין מורא', א ניגון מלא תוכן, די מוזיק, די קווייער, די גראמען, א כל בו ממש, ווייטער המלאך איז דאך די אינטראוי געגאנגען אינטערנעשאנאל אז אפילו ביי העסק האט דאס לאם גענוצט (גערשובסקי שפילט עס), ווידער די השגחה פרטית ניגון איז אויך זייער געשמאק, א שיינע טעמפא און געשמאקע דיסקאו דראם, א עקסטערע זאך פאר זיך איז די ניגון 'כל זמן שהנשמה' וואו מונה שפילט מיט זיין אקורדיאן אינעם אינטראוי אינאיינעם מיט א פידל און ר' יוסף משה זינגט אפ זייער ווארים דעם גאנצן ניגון מיט זייער התרגשות'דיגע גראמען, א שיינער ענדע איז די ניגון סימן טוב ומזל טוב וועלכע פארמאגט א ריכטיגע לעבעדיגקייט אין זיך ווי יעדער וועט מודה זיין.
דער טעיפ וועט לכאורה קיינמאל נישט ארויסגיין פון די היסטאריע!
גוט אראפגעלייגט, די מוזיק קען איך אויסעווייניג ווייל איך האב אסאך געהערט די פלעביעק פון די טעיפ נאר די מוזיק און אביסל קווייער, סאיז מוראדיג , הערסט דארט זאכען וואס די הערסט נישט אזוי שטארק אויפן טעיפ.
די ברעעס אויף לחיים אידן איז עפ"י רוב פון א סינטיסייזער און נישט ריעל.
חאצקלדי ברעעס אויף לחיים אידן איז עפ"י רוב פון א סינטיסייזער און נישט ריעל.
די סטרינגס אויך
נאך א טעיפ וואו מונה האט איבערגעלאזט אוצרות מיט גאלד איז ׳מלאכי השרת׳ פון אברהמי רוט.
צו איז איינער באקאנט מיט דעם טעיפ?
דאס איז אויך א טעיפ וואס איך האב שוין איבערגעהערט צעהנדליגער מאל און קען אויסענווייניג יעדן שטיקל (בלי גוזמא - איך לאז מיך פארהערן)
עס האט Real Stuff - דארט איז דא א ניגון ׳כמים הפנים לפנים׳ די מוזיק ליבהאבער וועלן שטארק גלייכן דעם ניגון, עס איז אויף א Big Band סטייל
ווי אויך איז דא דארטן א ניגון ׳דודי ירד לגנו׳ אויך שטארקע מוזיקאלישע ארעינדזשמענטס
ס׳איז א Must Listen פאר אלע מונה ליבהאבער
נייע CD אויף חנוכה עס קומט א גוטס
מונה 6
📎 A3RTTh4CAAEtkev.jpg
מונה פארלאזט צבא נאך 30 יאר
אחרי 30 שנה בתפקיד: משה מרדכי (מונה) רוזנבלום, המלחין והמעבד החסידי האגדי, סיים את תפקידו בצה"ל כמנצח ומנהל מוסיקלי של להקת הרבנות הצבאית בתחילת חודש אוקטובר האחרון.
ל'בחדרי חרדים' נודע כי הסיבה לכך היא ההחלטה של הגורמים הבכירים הממונים על הלהקה.
רוזנבלום שימש כמנהל המוסיקלי של הלקה במהלך 3 העשורים האחרונים כאזרח עובד צה"ל. במהלך השנים הוא ליווה מוסיקלית את הלהקה - מלחנים ועיבודים ועד חזרות וניצוח בהופעות ובאירועים.
בשנת 2010 זכה רוזנבלום בפרס מטעם אקו"ם על מפעל חיים ותרומתו למוסיקה. "משה (מונה) רוזנבלום התגלה כעילוי מוסיקלי נדיר", נכתב בהחלטה. "עוד בילדותו, כשהוא מחבר בין הטקסטים מן המקורות לבין מוסיקה שהיה בה מן החידוש והיצירתיות הרעננה".
עוד נכתב: "מונה רוזנבלום הוא גם מנהלה המוסיקלי של להקת הרבנות הצבאית ועבד בצמוד לגדולי הזמר החסידי לדורותיו כמו בן ציון שנקר הוותיק, מרדכי בן דוד, אברהם פריד, דדי גראוכר ועוד רבים".
טרם ידוע מי יחליף את רוזנבלום בתפקיד.
דובר צה"ל ומונה רוזנבלום אישרו את הפרטים ל'בחדרי חרדים'.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=45220">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=45220</a>
ער האט געדינט אין דעם טמא'נעם צה"ל?..... ווי מעג מען נאך הערן זיינע קאסעטן און אלבומ'ס? דאס גייט דאך אריין כארסו של עכנאי און מאכט אלעס חרוב, אוי לאן הגענו.
אויך מיר אן ארבעט פאר צה"ל. "מנצח ומנהל מוסיקילי".
נו קען מען דאך דאס געבן פאר די היימישע בחורים וועלכע פאלן אריין אין צה"ל, דאס קענען זיי דאך גוט, מוזיק.... זיי דארפן נישט קיין ביקסן.
אקעי, סארי פארן פארדרייען דעם שמועס.
צוריק צו דעם סופער ארעינזשער.
האט אייינער געהערט דעם טעיפ כלנו מסבים נגוני פסח דורך לחיים (ארעינדזשט ביי מונה, [ברעעס און סטרינגס מיט סינטיסייזער], קווייער ביי בנימין הרטמן.
אין דעם טעיפ הערט מען דאכט זיך צום ערשטן מאל דעם אהרן הלוי.
דער טעיפ קוקט טיילווייז אויס אומפרייף און נישט גענוג באפעסטיגט,
אבער מצד שני איז פאראן דארט זעלטן געלונגענע ארעינדזשמענטס צ.ב.ש. דער אינטראו אויף והוא שעמדה פון ליפא לויאש, און דער אינטראו אויף דעם אור אלטן ניגון טעמפל שירה, די צוגעפאסטע מוזיק אויף ואמרתם זבח פסח וואס העלפט ארויס ברענגען דעם ניגון כפי המקור, די קלאסישע מוזיק אויף אדיר הוא, אלס אזוי רעלעקס און צוגעפאסט צום פרילינג אטמאספערע.
ווייסט איינער ווער ס'האט געמאכט די מוזיק אויף דוב הופמאן'ס צווייטער טעיפ?
מיר קוקט עס אויס ווי מונה רוזנבלום! קען עס איינער באשטעטיגן?
קען מיר איינער ענטפערן אויף די פראגע וואס באדערט מיר שוין אזוי לאנג:
פארוואס האט אברהם פריד קיינמאל נישט גענומען מונה צו ארעינדזשן א טעיפ אדער כאטש איין ניגון? בשלמא משה לאופר וואס ארעינדזשט רוב פון זיינע אמאליגע עיקר טעיפ'ס און מאכט א געוואלדיג פראפעשנל און מוזיקאלישער ארבעט, לכאורה בעסער ווי עס וואלט געמאכט מונה וועלעכע פליט ארויס אין די הימלען און שטעלט זיך נישט צו אזוי מוזיקאליש צו צו יוסי גרין'ס דראמאטישע קאמפעזיציעס.
און אז ער ניצט שוין משה לאופר פאר זיינע עיקר טעיפ'ס פארשטיי איך אויך פארוואס ער ניצט אים אויף צוויי פון זיינע חב"ד טעיפ'ס און איין מלוה מלכה טעיפ כאטש דארט איז לאופר נישט עפעס אזוי אויסערגעווענליך.
מיין קשיא איז נאר אז היות ער האט גענוצט אויך אנדערע ארעינדזשערס במשך זיין קאריערע, אריין גערעכנט מרטי לעווינטער (???) מיט וועם ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע (גראדע אויך א חידוש, וואס עפעס דוקא מיט אים און נישט מיט לאם אדער מונה); ישראל לאם (איין טעיפ וואס איז גראדע זייער צוגעפאסט צו זיין סטייל); ירון גערשובסקי פאר יו"ט ערליך'ס ניגונים (מיט דעם פארשטיי איך אים גראדע אויך זייער גוט); אלי יפה (סימפאני); שוקי בערי (מעגל השנה); אברמי דזשי (חב"ד); אין יענע צייטן ווען עס זענען נישט געווען אזוי פיל ארעינדזשערס ווי היינט, און מונה איז לכולא עלמא געווען פון די גרעסטע און פאפולערסטע וועם אלע באקאנטע זינגער האבן גענומען פאר כאטש איין טעיפ, איז א חידוש אז אברהם האט אים אזוי דירעקט אויסגעקרויזט
אין די לעצטע צעהן יאר ווען אברהם פריד האט אגעהויבן ניצן (בנוסף צו זיינע הויפט ארעינדזשער "יובל סטופל" און משה לאופר) מערערע ארעינדזשער אויף איין טעיפ , וו.צ. ב רובי באנעט (עטליכע ניגונים אויף בין כך ובין כך) און אפילו דעם לשינסקי; נו, האט ער נישט צופעליג געקענט ניצן אויך מונה פאר כאטש איין ניגון ערגעץ וואו? (אויסער קווייער אויף אפאר געציילטע ניגונים אין דעם טעיפ בין כך)????
שמייכלנאך א טעיפ וואו מונה האט איבערגעלאזט אוצרות מיט גאלד איז ׳מלאכי השרת׳ פון אברהמי רוט.
צו איז איינער באקאנט מיט דעם טעיפ?
דאס איז אויך א טעיפ וואס איך האב שוין איבערגעהערט צעהנדליגער מאל און קען אויסענווייניג יעדן שטיקל (בלי גוזמא - איך לאז מיך פארהערן)
עס האט Real Stuff - דארט איז דא א ניגון ׳כמים הפנים לפנים׳ די מוזיק ליבהאבער וועלן שטארק גלייכן דעם ניגון, עס איז אויף א Big Band סטייל
ווי אויך איז דא דארטן א ניגון ׳דודי ירד לגנו׳ אויך שטארקע מוזיקאלישע ארעינדזשמענטס
ס׳איז א Must Listen פאר אלע מונה ליבהאבער
גערעכט, דער טעיפ איז איין שטיק ארט, מונה גיט דארט ארויס פון די טיפענישן פון זיין נשמה, א בחינה פון "סוד" אין פרד"ס המוזיקא
חאצקלמיין קשיא איז נאר אז היות ער האט גענוצט אויך אנדערע ארעינדזשערס במשך זיין קאריערע, אריין גערעכנט מרטי לעווינטער (???) מיט וועם ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע (גראדע אויך א חידוש, וואס עפעס דוקא מיט אים און נישט מיט לאם אדער מונה);
כאב זיך שטענדיג געוואונדערט ווער עס קאמפאזירט אברהמ'ס ערשטע טעיפס, ווי נאו דזשו לעפט ביהיינד, די טיים איז נאו, פארעווער וואן, אויפן דעקל שטייט בלויז
מוזיק ביי "זמרה ארקעסטרא", וזהו. פאר די אמאליגע מוזיק איז עס גאנץ גוט.
דער מרטי לעווינטער וואס האט ארעינדזשט די ערשטע צוויי טעיפ'ס פון אברהם פריד איז עפעס נישט אזוי אויסערגעווענליך צוגעפאסט צו אברהם'ס סטייל אז ער זאל אים ניצן אנשטאט ישראל לאם אדער מונה?!
אפשר האט ער אין אנהייב פון זיין קאריערע געזיכט ביליג, אדער איז עס געווען יוסי גרין'ס קאפ וועלעכע האט מעגליך געפילט אז דער מרטי איז די מערסטע פאסיג פאר זיינע ניגונים (עס איז נאך געווען פאר משה לאופר'ס צייטן)
האט איינער געהערט דעם טעיפ פון מנדי ווערדיגער "אני הולך בשמחה" מיט די מוזיק פון מונה?
וואס זאגט איר צו דעם וועלט בארימטן טעיפ "תמיד בשמחה" פון מרדכי בן דוד?
ביי מיר איז עס פאררעכנט אלס בעסטע טעיפ פון מרדכי בן דוד (אונטרעסאנט און פיל מיט לעבנסלוסט).
רוב ניגונים דערפון זענען שיינע.
די שענסטע טעיפ? לאו דווקא לפענ"ד.
זעה דא האב איך עפעס געשריבן דערוועגן:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/43483">viewtopic.php?p=43483#p43483</a><!-- l -->
דער טעיפ איז אנגעפילט מיט פרישקייט און עקסיידינג מער ווי זיינע אנדערע טעיפ'ס לענ"ד
איך וויל דא דערמאנען סינגל ניגונים מיט געלונגענע מוזיק פון מונה:
אמר ר' אליעזר (הורא) פון בני פרידמאן
לא ברוח ד' פון מיאמי
בן בג בג פון שוואקי
רבי שמעון פון טויסיג 2
חיים פון בערי וועבער
ברשות מורי ורבותי פון שוואקי
שנים עשר אלף פון מיאמי
אדיר איום ונורא פון מיאמי
רווח פון מיאמי
אהלל אמלל פון יודל
הלומד על מנת פון ישראל פרנס און יעקב מוצן
וועיק אפ פון ליפא שמעלצער (די ערשטע גירסא וואס איז נישט ארויף אויפן אלבום)
אם יהיה נדחך פון מבד
עוד ישמע פון דדי
המשך יבא אי"ה
איר קענט צו לייגן אייער פעיווערט ניגונים מיט מונה
חאצקלווייסט איינער ווער ס'האט געמאכט די מוזיק אויף דוב הופמאן'ס צווייטער טעיפ?
מיר קוקט עס אויס ווי מונה רוזנבלום! קען עס איינער באשטעטיגן?
דארט ווי ער זינגט ועל ידי זה ישפע שפע רב איז מונה
טעפלחאצקלווייסט איינער ווער ס'האט געמאכט די מוזיק אויף דוב הופמאן'ס צווייטער טעיפ?
מיר קוקט עס אויס ווי מונה רוזנבלום! קען עס איינער באשטעטיגן?
דארט ווי ער זינגט ועל ידי זה ישפע שפע רב איז מונה
די גאנצע טעיפ איז מונה
לאמיר דא דערמאנען נאך עטליכע טעיפ'ס בעיבודו של מונה רוזנבלום:
"אנעים זמירות" מיט 4 ילדי פלא
Together פון ידל
Simcha Symphony א הערליכער טעיפ מיט 6 ניגונים פון בלויז מוזיק (חיים באנעט איז עפעס אויך אינוואולווט דארט)
טעפל[b]מונה פארלאזט צבא נאך 30 יאר
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=45220">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=45220</a>
אינטרעסאנט, איך האב אלע יארן געהערט אז מונה פירט אן דעם "להקת הרבני הצבאי", אבער איך ווינדער זיך שטענדיג, פארוואס הערט מען קיינמאל נישט פון א פראיעקט מיט מונה מיט להקת הצבאי?
טעפלחאצקלווייסט איינער ווער ס'האט געמאכט די מוזיק אויף דוב הופמאן'ס צווייטער טעיפ?
מיר קוקט עס אויס ווי מונה רוזנבלום! קען עס איינער באשטעטיגן?
דארט ווי ער זינגט ועל ידי זה ישפע שפע רב איז מונה
אוי אוי, שבת, שבת, קודש, אוי אוי אוי אוי אוי, העי... קען איינער דעם אינטראו דארט?...
איך האב אויבן דערמאנט מיין וואונדער אז אברהם פריד האט נישט גענומען מונה צו מאכן מוזיק ביי קיין איינע פון זיינע פראיעקטן. יעצט דערמאנן איך זיך אז אויך משה גאלדמאן האט קיינמאל נישט גענומען מונה פאר זיינע סעריעס אלבום'ס, ביי קעמפ שלוה האט ער גענוצט בעיקר משה לאופר און ישראל לאם און אמאל אויך עמיצער באב סמיט און ביי זיין אנדערע סעריע האט ער גענוצט זיין זון חיים יצחק גאלדמאן, אבער מונה האט ער נישט אנגעטאטשט ביי קיין איינס פון זיינע אייגענע פראיעקטן, והוא פלאי?
חאצקלוואס זאגט איר צו דעם וועלט בארימטן טעיפ "תמיד בשמחה" פון מרדכי בן דוד?
ביי מיר איז עס פאררעכנט אלס בעסטע טעיפ פון מרדכי בן דוד (אונטרעסאנט און פיל מיט לעבנסלוסט).
יאפ - טאקע פארגעסן צו דערמאנען דעם אלבום, עס פארמאגט אסאך ארט, ווער רעדט נאך פון די אינטראוי פון ׳גם כי אלך׳ (שוין דערמאנט אויבן דוכצעך)