☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » דער סופער ארעינדזשער "מונה רוזנבלום"!!!

דער סופער ארעינדזשער "מונה רוזנבלום"!!!

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1783
בלאט: 1 2 3 4

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 7:51 pm

· #51322
אה, שמייכל, ענדליך ביסטו צוריק דא מיט אונז.

וועגן דעם אינטראו פון גם כי אלך האסטו גערעדט אינעם אשכול פון מונה אלס קאמפאוזער

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:58 pm

· #52321
ווער עס האט געהערט די מוזיק אויף דעם ניגון משיח פון מרדכי בן דוד גדענקט מעגליך אז דער אינטראו אויף דעם ניגון ווערט אויך געשפילט צוזאמען מיטן ערשטן פאל פונעם ניגון, ד.ה. אז דער אינטראו איז זייער שטארק געבויט אויפן ניגון, עס איז ווי אן אינטערשפילעכט פארן ניגון. (עס האט א מוזיקאלישער טערמין, איך האב פארגעסן דעם נאמען יעצט)

די זעלבע האט איך באמערקט איז מיט א גאר גרויסער טייל פון מונה'ס אינטראו'. האט עס נאך איינער באמערקט?

שמייכל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:31 pm

· #52353
יא חאצקל - אן אלטער פאקט!

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:43 pm

· #52388
לדעתי איז מונה די בעסטע געאייגנט פאר ניגונים פון דער אלטער היים, ער מאכט טאקע היינטיגע סטייל מוזיק דערויף אבער עס ברענגט גלייכצייטיג ארויס דעם אמאליגן טעם פונעם ניגון (נישט ווי פון א מוזעאום, נאר מ'לעבט מיט דערמיט, אז משפירט זיך א טייל דערפון). "די גרויסע חתונה" יוכיח.

שמייכל » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 7:44 pm

· #52854
מיין שאלה איז צו ס׳איז נאך שייך עפעס צו ערווארטן פון מונה אינעם עתיד אדער צו איז ער שוין א פארגאנגענהייט
כ׳האב פונקט נעכטן גערעדט צו איינעם א פיאניסט וואס האט באזוכט ביי מונה ביי זיין וויזיט אין א"י מיט 10 יאהר צוריק און מונה האט אים זייער ווארים אויפגענומען און זיי האבן פארברענגט א לענגערע צייט און זיך געוויזן איידיעס איינער פארן צווייטן, מי יתן והי׳ אז מיר זאלן דאס דערלעבן... הא חאצקל, וואלסט נישט געוואלט ספענדן איין נאכמיטאג ביי מונה׳ן?

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 6:18 pm

· #53166
איין זאך איז זיכער, אז מונה איז היינט ווייט נישט אזוי פראדאקטיוו ווי אין זיינע ערשטע פערציג יאר און צפעציעל אין זיינע ערשטע דרייסיג יאר. אין זיינע תור הזהב יארן האט ער געקענט ארויס געבן איבער צען טעיפ'ס א יאר, אבער צייטן האבן זיך געטוישט, עס זענען היינט דא א פלייץ פון ארעינדזשערס צוויישן זיי גאר גיטע וועלעכע לייגן אריין היינטיגע איידיעס מיט יונגע כוחות און מיט ביליגערע פרייזן,
און טראץ די אלטע ארעינדזשערס ווי מונה לאופר לאם און רובי האבן נאך אלץ זייער גרויסן נאמען, און זייערע זעלטענע ארגינעלע טאלאנטן זענען נאך אנערקענט אלס טאפ אוו די מארק, זענען זיי שוין היינט נישט אזא היכרח פאר א געלונגענער טעיפ ווי אמאל.

צווישן די אלטע קעניגן, איז היינט לאופר די מערסטע פאפולער, די מוזיקאלעשע זיסקייט וואס ער גיט אריין אין א ניגון פון יוסי גרין אדער פינקי וועבער ודומהם האט נישט זיינס גלייכן און דערויף איז דער עולם נישט מוותר, דערנאך איז לאם דער צווייטער פארנימענסטע פון צווישן די אמאליגע קעניגן, מיט זיין שטארקייט קען זיך קיינער נישט פארמעסטן, און דערנאך מונה און רובי וועלעכע זענען מער עקטשן, און עקטשן זענען דא גענוג סארט אז מען דארף נישט שטענדיג דוקא זייער עקטשן.
(הגם ביי מיר איז נאר מונה'ס עקטשן און אנדערע פילצאליגע פיטשיפקעס, אינטרעסאנטער ווי אנדערנס, עס איז פיל מיט טיפקייט און נפש וכו' וכו'), חוץ מזה וואס מונה לאזט זיך די מערסטע באצאלן, סיי פאר זיין נאמען און סיי פאר זיין ארבעט וואס ער לייגט אריין בכל תג ותג. און לויט ווי איך האב געהערט איז אויך נישט אזוי לייכט צו ארבעטן מיט אים.

אבער, פינדעסטוועגן איז מונה נאך נישט געגאנגען באנקראט, ער איז כסדר אינוואלווט אין נייע אלבום'ס וואס קומען ארויס, צווישן די לעצטיגע אלבום'ס וואו ער איז אינוואלווט איז "אחים" פון צודק גרינוואלד ("מודים אנחנו" הערליך איז נישט די ווארט); מיאמי בויס מי לד'; יידל'ס נייער טעיפ; מענדי ווערצבערגערס'ס טעיפ; יומי לעווי'ס טעיפ צוויי ניגונים; א טעיפ וואס איז יעצט ארויס געקומען אויף דעם סיום הש"ס (איך דארף זיך דערמאנען דעם נאמען); שלמי טויסיג'ס טעיפ; ליפא שמעלצערס טעיפ.און נאך וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט;

זיינע קומענדיגע פראיעקטן וואס איך ווייס זענען: מונה 6 וואס דארף ארויס צוקומען חנוכה צייט (אזוי האט ער געזאגט דעם סוכות); פיטבורג 8 וואס דארף אויך ארויס צוקומען ממש יעצט אינאיינעם מיט שלמי כהן. אויך גייט ער היפש זיין אינוואלווד אין דעם נייעם טעיפ פון אייזיק האניג.

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 6:25 pm

· #53169
שמייכל
הא חאצקל, וואלסט נישט געוואלט ספענדן איין נאכמיטאג ביי מונה׳ן?

קענסט לאכן, אבער איך האב שוין א סך מאל גע'חלום'ט ווי איך זיץ און פארברענג מיט מונה אינדערהיים.

ס'פלעגט זיין צייטן אז מיין געגועים צו מונה איז געווען אזוי גרויס, צפעציעל נאכן הערן א גיטן מארש אדער קווייער פון אים, אז איך האב נישט אויפגעהערט צו דמיון'ען פון אים און ממש שוין געקלערט צו מאכן א רייזע קיין ארץ ישראל אים צו זעהן און שמועסן מיט אים.

גלות יוד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:41 pm

· #53181
איך האב געהערט אז אייזיק האניג איז נישט צופרידן מיט מונה ער האט געוואלט בלייבן מיט לויפער און אויכט הער איך אז מונה 6 גייט זיין א דורכפאל

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:50 pm

· #53182
פארוואס האט אייזיק בכלל אנגעהויבן מיט מונה?

שמייכל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:54 pm

· #53183
איך האב פונקט די וואך געקלערט איבער דעם ענין, אז לאופער איז שוין צו באררינג פאר אייזיק, און הלואי נעמט ער מונה, ערנסט גערעדט, די ׳בהר המוריה׳ אלבום האט זייער אסאך באררינג אינטראויס, למשל די אינטראוי צום ניגון עשה עשה... עשה למענך כו׳ איז נישט עפעס ווייסעכוואס, אויכעט די אינטראוי צו שהחיינו א.א.וו. - הלואי ווען מונה מאכט פאר אייזיק אזא ארבעט ווי אויף לחיים ברודער, מער ברויך איך נישט...

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:59 pm

· #53184
איך קען גראדע פארשטיין פארוואס אייזיק זאל נישט זיין צופרידן מיט מונה, מונה פירט אפט מאל אוועק דעם ניגון פון זיינע רעסלען. אויסער דעם, אין די לעצטע צען פופצן יאר הערן זיך זייער א סך פון מונה'ס ארעינדזשמענטס פעלערהאפטיג (ספעציעל די דראם'ס).

גלות יוד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:02 pm

· #53185
חאצקל; פון איין זייט ביסטו א גרויסע מונה פען, מצד שני האקסטו אויף מונה האלסט אז די לעצטע 15 יאר טויג ער נישט, איך פארשטיי נישט?

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:07 pm

· #53187
שמייכל
איך האב פונקט די וואך געקלערט איבער דעם ענין, אז לאופער איז שוין צו באררינג פאר אייזיק, און הלואי נעמט ער מונה, ערנסט גערעדט, די ׳בהר המוריה׳ אלבום האט זייער אסאך באררינג אינטראויס, למשל די אינטראוי צום ניגון עשה עשה... עשה למענך כו׳ איז נישט עפעס ווייסעכוואס, אויכעט די אינטראוי צו שהחיינו א.א.וו. - הלואי ווען מונה מאכט פאר אייזיק אזא ארבעט ווי אויף לחיים ברודער, מער ברויך איך נישט...


איך קען אויך באשטיין אז אייזיק זאל זיך אויפפרישן מיט מונה'ן, אבער דו קענסט נישט אוועק מאכן דעם בהר המוריה טעיפ, עס איז איינע פון די טעיפ'ס וואס ווערן נישט נמאס ביי זייער א סך מענטשן, און טאקע צוליב די זיסע און גאר בא'טעם'טע מוזיק און אינטראו'ס.

גראדע פארשטיי וואס דו מיינסט מיט די אינטראו אויף עשה, עס איז עפעס נישט גענוג אנגעפילט, אבער ס'נאך אלץ געשמאק, ספעציעל די דראם איז זייער גוט קאנטרעלירט (אזוי ווי כמעט אייביג ביי לאופר).

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:16 pm

· #53189
גלות יוד
חאצקל; פון איין זייט ביסטו א גרויסע מונה פען, מצד שני האקסטו אויף מונה האלסט אז די לעצטע 15 יאר טויג ער נישט, איך פארשטיי נישט?

איך האב נישט געזאגט אז ער טויג נישט, נאר אז ער קען א סך מאל מאכן האלבע זאכן, און דאס האט איך נישט געמיינט שטענדיג, נאר א סך מאל.

איך האב נאך אלס די מערסטע ליב מונה, ווייל זיין מוזיק רעדט צו מיין נשמה, דאס מיינט אבער נישט אז ער איז געמאכט פאר אלע סארט ניגונים, נאר וואס? איך קען באשטיין צו קויפן אזעלעכע טעיפ'ס וואס האבן ניגונים וואס זענען געאייגנט פאר מונה, און איך קען באשטיין אז מונה זאל עס באארבעטן אזויווי איך ערווארט פון אים, און אז נישט בין איך דיסעפאוינטעט. אזוי ווי איינער וואס האט די בעסטע ליב צינגן פלייש און ער וויל אז ס'זאל זיין גוט געקאכט...

גלות יוד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:30 pm

· #53194
ok you made your case

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:37 pm

· #53195
גלות, פון וואנען האסטו געהערט אז מונה 6 גייט זיין א דורכפאל? אין אייוועלט זאגן זיי אז עס גייט דוקא זיין א היט. עס גייען זיך דארט באטייליגן מרדכי ווערדיגער, ליפא שמעלצער, יואלי גרינפלד, שלמי גערטנער, שלמי כהן, אברי רוט. און די וואס האבן געהערט אויסצוגן זאגן אז די מוזיק איז גאר שטארק...?!

גלות יוד » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 11:50 am

· #53402
פון איינער פון די זינגערס, אבער עס איז נישט קיין ראיה פון יענעם ווייל ער האלט אויט אז די גרויסע חתונה איז א דורכפאל פון א טעיפ סא וויל וועיט ענד סי

שמייכל » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 8:55 pm

· #53519
גלות יוד
פון איינער פון די זינגערס, אבער עס איז נישט קיין ראיה פון יענעם ווייל ער האלט אויט אז די גרויסע חתונה איז א דורכפאל פון א טעיפ סא וויל וועיט ענד סי

די גרויסע חתונה אלבום האבן געהאט צדדים לכאן ולכאן, ס׳זענען געווען אסאך וואס זענען שטארק נתפעל געווארן פון די ווארימקייט דערפון, און ס׳זענען געווען אסאך וועלכע האבן דאס קאנסידערט ווי א טעיפ מיט פרומע ניגונים, עכ"פ פאר די אלע וועלכע גלייכן ווארימע און התרגשות׳דיגע ניגונים איז דער אלבום געווען א היט. אפגערעדט פון דעם אז עס האט אויך אסאך שיינע מוזיקאלישע שטיקלעך, איך פלעג אסאך הערן דעם אלבום אלס איר געשמאקקייט, די ברוך הבא פון ירמי׳ דמן איז קווייט עקסייטינג, די באבובע מצוה טאנץ, די סאלא קאקאש פון קאלוב׳ער רבי (א"י) אלעס זייער זייער ווארים אראפגעלייגט מיטן קווייער, געראדע מיכאל שניצלער איז אויך זייער געשמאק אויף דעם אלבום, דיפרענט ווי אויף אנדערע אלבומס.

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 10:38 pm

· #53543
שמייכל, גראדע אויף דעם אלבום די גרויסע חתונה בין איך אביסל מחילוק מיט דיר, כלפי דעם אלבום האלט איך אז ס'איז א טעיפ וואס כמעט אין בדומה לו (פאר די וואס האבן ערווארטעט א טעיפ ווי ס'ראקט א וואן מען בענד איז עס טאקע א דורכפאל...), ווידער מכאל שניצלער, ער איז דארט ממש א דיזעסטער. לדעתי איז ער דארט ווי א ביין אין האלז פאר דעם ריין ערהאבענעם טעיפ. (אויך משה ווייינטרויב מאכט היפש קאליע, אבער ער גיט א סך צו אויך).

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 10:47 pm

· #53546
גלות יוד
איך האב געהערט אז אייזיק האניג איז נישט צופרידן מיט מונה ער האט געוואלט בלייבן מיט לויפער

האסט עס געהערט ערשטע האנט? און איז דא די סיבה פארוואס אייזיק פארזוימט זיך מיטן ארויס געבן זיין לאנג ערווארטעטער טעיפ?

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:17 pm

· #53563
ווען מונה פאלגט מיך, וואלט ער איינמאל פאר אלעמאל ארויס געגעבן א אלבום מיט מארשן און אלטע ניגונים פון יענקל תלמוד א.ד.ג. מיט סטרינגס און קווייער,
פאר די סארט ניגונים איז ער די מערסטע געאייגנט, און מיט דעם איז ער שטארק ווי קיינער קען נישט צו קומען אפילו נאנט צו אים, און דארט קען ער ארויס ווייזן אלעס וואס מ'ערווארטעט פון מונה.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:00 pm

· #53768
אויף אייוועלט האט איינער געעפנט אן אשכול וואו מ'האט געקענט וועלן צווישן מונה לאופר לאם און רובי, און רובא דרובא האבן געוועלט פאר מונה.

אויך אין קאווע שטיבל קוקט אויס אז רוב גייען פאר מונה, און אין אנדערע סייט'ס ווי שלאגער נט וכדו' זענען זייער א סך תגובות אויך זייער פרא מונה ווי ער ווערט כסדר אנגערופן "מלך המוזיקה".

וכאן הבן שואל, אויב איז ער ביים עולם אזא זעלטענער ארעינדזשער, וואלט ער דאך געדארפט זיין אינוואלווט אין כמעט יעדער טעיפ, און דערווייל הערט מען פון אים זייער ווייניג לויט ווי פאפולער ער איז, פארוואס?

ווייסט איינער אן ענטפער?

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:20 pm

· #53810
מסתמא די פרייז, און ס'איז שווער צוצוקומען צו אים, זייענדיג ביזי.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:53 pm

· #53836
אויב הערט מען נישט פון אים אזויפיל, דאן מיט וואס איז ער ביזי?

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:31 pm

· #53844
איז איינער באקאנט מיט מארשן פון מונה?

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:34 pm

· #53845
אויף פילהרמונה זענען דא א סך מארשן און מוזיק קונסטן, אבער עס פעלט דארט איין זאך, סטרינגס. ביי די אלטע אלבום'ס פון חצרות חסידות זענען דא מארשן און וואלסן מיט סטרינגס. פארגאפט צו ווערן.

שמייכל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:57 pm

· #53856
חאצקל
אויף פילהרמונה זענען דא א סך מארשן און מוזיק קונסטן, אבער עס פעלט דארט איין זאך, סטרינגס. ביי די אלטע אלבום'ס פון חצרות חסידות זענען דא מארשן און וואלסן מיט סטרינגס. פארגאפט צו ווערן.

דאס איז זיכער, אז די ארבעט וואס עס ליגט אין די מארשן אויף פילהרמונה 1 איז אין כדוגמתו, די טראמבאונס מיט די בעיס זענען אזוי טיעף און געדרייט און - על כולם - צום זאך, איך האב אריינגעלייגט אסאך שעה׳ן צו טרענסקרייבן די ארעינדזשמענטס פון דעם אלבום פילהר מונה 1, דער גאנצער אלבום איז פיל מיט פאן.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:50 pm

· #53880
אויף פילהרמונה 1 זענען דא א סך שטיקלעך פון יעקל תלמוד וואס צו דעם איז מונה ספעציעל געאייגנט.

שמייכל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:54 pm

· #53882
חאצקל
אויף פילהרמונה 1 זענען דא א סך שטיקלעך פון יעקל תלמוד וואס צו דעם איז מונה ספעציעל געאייגנט.

דהיינו?

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:06 pm

· #53885
איך מיין די אלע מארשן און סימפעניס וכדו'.

מונה איז א פוילישער מבטן ומלידה, און דאס הערט זיך אין זיין מוזיק, ער איז דעריבער ווי געבוירן צו יענקל תלמוד'ס ניגונים .

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:45 pm

· #53899
משה מונה רוזנבלום השתחרר מצה"ל
משה (מונה) רוזנבלום סיים את תפקידו כמנצח וכמנהל מוסיקאלי במקהלת הרבנות הצבאית. כתב עיבודים לשירים, הפיק וניצח על המקהלה.

פרסום ראשון: כ"ג תשרי תשע"ג, כתב ערוץ 7


לאחר יותר משלושים שנה סיים משה (מונה) רוזנבלום את תפקידו בתחילת אוקטובר כמנצח וכמנהל מוסיקאלי במקהלת הרבנות הצבאית. לערוץ 7 נודע כי המהלך נעשה על-פי החלטת הממונים עליו במטה הרבנות הצבאית.


בשלושים השנים האחרונות הועסק רוזנבלום כאזרח עובד-צה״ל (אע״צ) וליווה את המקהלה בתחום המוסיקאלי שלה. כתב עיבודים לשירים, הפיק תקליטים למקהלה וניצח בפועל על חיילי המקהלה.


רוזנבלום שידר במשך שנים תוכנית פופולארית בימי שישי בערוץ 7 "לכבוד שבת קודש" עד סגירתו של הרדיו ע"י בית המשפט. עדיין ניתן לשמוע את התוכניות כל יום שישי ברדיו שבאינטרנט של הערוץ. בתקופה האחרונה משדר רוזנבלום את התוכנית גם בתחנת הרדיו "קול ברמה".

רוזנבלום וידוע כמלחין ומעבד של שירים חסידיים רבים, ונחשב כיום לאחד מאנשי המקצוע הוותיקים והחשובים בתחום. זכה בשנת 2010 בפרס אקו"ם על מפעל חיים.


גורם המעורה בפרטים אומר כי רוזנבלום נחשב כמנהל המוסיקאלי המיתולוגי של המקהלה, ומספר כי רוזנבלום מוערך מאוד ברבנות הצבאית, "ללא ספק הטביע אחריו חותם ראוי אצל כל החיילים ששירתו במקהלה, לדורותיה".

חאצקל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:51 pm

· #53903
אין בחדרי חרדים ווערט שפעקולירט די סיבה פארוואס מ'האט אים אפגעזאגט:

1) מצ"ח חוקרת תלונה לפיה מונה מעולם לא היה בעבודה, הוא למד בכולל כל היום, והחיילים פגשו אותו לזמן קצר ביותר אם בכלל


2) ברבנות הצבאית יש אנטישמים שלא סובלים יהודים עם כיפה שחורה
זה המציאות!

גיי ווייס וועלעכעס סאיז דער אמת...

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:41 pm

· #54388
האלט איינער אז משה גאלדמאן, אברהם פריד, שמואל בראזיל\אביש בראדט, מכאל שניצלער און אלע אנדערע וועלעכע האבן זיך נישט באניצט מיט מונה רוזנבלום, אז זיי האבן שטארק דערלייגט דערמיט?

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:40 pm

· #54804
איך האב באמערקט אז משום איזה סיבה איז מונה'ס מוזיק מער געאייגנט צו הערן פארנדיג אינטערוועגנס אין א קאר און אין אנדערע פרייע פאזיציעס, בעת אנדערנס מוזיק איז מער געאייגנט צו הערן אין איינגעצוימטע פאזיציעס ווי אין בעט מיט העטפאונס אדער אין קאך.

האט דאס נאך איינער באמערקט?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:04 pm

· #54812
איך האב עס נישט באמערקט.
איך האלט נישט אז אברהם האט עפעס דערלייגט. זיינע היינטיגע טעיפס האב איך נישט זייער ליב, און די אלטע זענען משוגע צו ווערן אזוי אויכעט.
פונקט האבעך נעכטן איבערגעהערט Forever one, איך גיי ארויס פון התפעלות סיי פון זיין יונגיטשקע שטימע, און סיי פון די שיינע ערהאבענע ניגונים, און יא, פון די מוזיק. טאקע א אלטע סטיל, אבער מלא חן.
איך דארף נישט בעסער ווי דעם.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:44 pm

· #54829
איך מיין אז אברהם פריד מיט די מוזיק פון משה לאופר און די אמעריקאנער מוזיקאנטן האט ערצייגט פון די געלונגענסטע טעיפ'ס אויף די מארקעט.
דאן פארוואס פארפירט אזוי דער עולם (דא אין קאווע שטיבל און אין אייוועלט נאך מער) אז נאר מונה און ווי אויך די ישראלישע רידעם איז דער זאך אין מוזיק?

טעפל » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:31 pm

· #55050
איך מיין דא איז די פלאץ, ס'איז ארויסגעקומען די ווידיאוס פון די הכנות פון די באוואסטע טעיפ משיח....
ווערטער זענען איבעריג..מ'וועט שפעקעלירען שפעטער..
<a class="postlink" href="http://shlager.net/article/3843/%D7%9E%D7%95%D7%96%D7%99%D7%A7%D7%94/shlager/%D7%9E%D7%A8%D7%93%D7%9B%D7%99-%D7%91%D7%9F-%D7%93%D7%95%D7%93-%D7%94%D7%A7%D7%9C%D7%98%D7%95%D7%AA-%D7%9E%D7%A9%D7%99%D7%97.html">http://shlager.net/article/3843/%D7%9E% ... D7%97.html</a>

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:03 pm

· #55293
איך קען ליידער נישט צוקומען צו די ווידיאוס. ס'וואלט מיר געווען א גרויסער טובה אויב די וואלסט מיר עס דערליווערט דא! איך חלש עס צו זעהן, ביטע ביטע ביטע!!!

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:58 pm

· #55318
אין מה נישמע איז יעצט ארויף געקומען א הערליכער ווידיאו פון איבער צואונציג יאר צוריק ווי מונה זיצט סוכות מיט א גרופע נגנים און מנגנים בהשתתפות הרב לאו, און פארברענגען אן אנגענעמער און זייער מוזיקאלישער פארברענגען אויף א גאר פראפעשענל סטאנדארט (איך ווייס נישט וויפיל ס'איז צוגעלייגט אדער אראפ גענומען פון דעם ווידיאו).

ס'אשאד נישט צו קוקן, (ס'וועט אייך שאפן אן עונג יו"ט...)

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:29 pm

· #55319
איך פרוביר צו שפילן די ווידיאוס, קומט מיר ארויף א מעסעדזש:
This video is private

וואס מיינט דאס?

חאצקל » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:37 pm

· #55322
דו רעדטס פון די ווידיאו פון מה נשמע?

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:51 pm

· #55325
דאס איז דער בילד דארט
📎 3843_big.jpg

טעפל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:57 pm

· #55618
חאצקל
איך קען ליידער נישט צוקומען צו די ווידיאוס. ס'וואלט מיר געווען א גרויסער טובה אויב די וואלסט מיר עס דערליווערט דא! איך חלש עס צו זעהן, ביטע ביטע ביטע!!!

ס'איז צוויי אהאלב שעה כ'האב עס איך וועל אי"ה טרייען דיר צו שיקען

חאצקל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:00 pm

· #55648
איז ביטע שיק עס מיר, איך קען שוין קוים ווארטן,

ישר כח למפרע

טעפל » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 6:03 am

· #55708
חאצקל
איז ביטע שיק עס מיר, איך קען שוין קוים ווארטן,

ישר כח למפרע

געב מיר עפעס אן אימייל וועל איך טרייען שיקען מיט ג'מבו מייל

גלות יוד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:17 pm

· #56095
איך ווער משוגע פאר די ניגון פדה בשלום פון מונה 3 איך האלט אז עס איז א מוראדיגע גיטע ניגון, א אנדערע מין ניגון, ווער זינגט עס? ער זינגט אויכט מוראדיג גוט

חאצקל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 5:45 pm

· #56144
איך מיין אז ער הייסט הרב דוד נדב, ער איז א ספרדישע, ער זינגט אויך אויף מונה 4 אדון הסליחות, און אויף מונה 5 ואין מליץ יושר פון יגאל צליק.

איך האב אויך זייער ליב זיין זינגען, ספעציעל טאקע ווי ער זינגט דעם פדה בשלום. אויך איך ווער משוגע פאר דער ארעינזשמענט (און אויך פאר דעם ניגון) עס איז ממש הערליך, א בריליאנטענער שטיקל.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 6:05 pm

· #56161
איך האב באמערקט, אז ס'געווען א געוויסע תקופה וואס ארעינדזשערס האבן כמעט נישט גענוצט קיין עכטע סטרינגס, בעיקר אין די נ' יארן ד.ה. צווישן תש"נ און תש"ס.

באמערקט צ.ב.ש. ווי די טעיפ'ס פון מבד ביז נאך דאבל אלבום זענען אלע מיט סטרינגס און פון משיח ביז לולי תורתך איז נאר סינטיסייסער סטרינגס.
די בעלזע טעיפ, ביז נאך ממקומך איז מיט סטרינגס און פון הנה זה בא איז אן סטרינגס, אויך לחיים אידן און ברודער זענען אן סטרינגס.
די פיטבורגע טעיפ'ס ביז נאך די דריטע איז מיט סטרינגס און # 4 5 6 זענען אן סטרינגס און # 7 איז שוין מיט סטרינגגס.

ביי אברהם פריד איז די זעלבע, ביז נאך תנו שבח איז מיט סטרינגס, און די אלע טעיפ'ס אינצווישן (אויסער די חב"ד טעיפ'ס און די צווייטע טעיפ פון אידישע אוצרות) ביז חזק זענען אן סטרינגס.
משה גאלדמאן'ס טעיפ'ס: ביז #4 איז מיט סטרינגס און פון דארט ביז # 10 (אריין גערעכנט חזק) זענען אן סטרינגס).

ישראל לאם האט דאכט זיך געניצט סטרינגס אויך אין די תקופה אבער איך מיין אז ווייניגער ווי פאר דעם אדער נאך דעם.

ביי ישראל לאם און נאך מער ביי מונה (און אויך ביי א סך אויפגעקומענע ארעינדזשערס) קען זיך נאך היינט אויך מאכן א טעיפ אן קיין סטרינגס, אבער נישט ווי אין יענע תקופה וואס א טעיפ מיט סטרינגס איז געווען א זעלטענער ערשיינונג. (איך רעד שוין נישט פון משה לאופר וואס היינט אן ארעינדזשמענט אן סטרינגס איז נישט משה לאופר).

מה פשר הדבר?

שמייכל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 7:51 pm

· #56215
בפשטות איז די סיבה געווען געלט

חאצקל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 8:17 pm

· #56223
עס איז נישט מסתבר אז פונקט אין די זעלבע תקופה האבן אלע זינגערס -רייכע און ארימע- געזיכט צו שפארן.

איך טראכט אז עס איז פשוט געווען א סטייל, די לייכטקייט פון די סינטעטישע סטרינגס האט געהאט א חן ביין עולם (אזוי ווי היינט עלעקטעריק דראם'ס ביי טייל ניגונים),

עס האט זיך מעגליך אנגעהויבן מיט דעם וואס מען האט געזען אין די סינטעטישע סטרינגס א ביליגע ערזאץ פאר ריכטיגע סטרינגס וואס האט גאר א מעלה קעגן די שווערער ארגינעלע סטרינגס, און ערשט שפעטער האט מען זיך געכאפט אז מיט פאלשע סטרינגס פארפעלט מען א סך אין מוזיק, און אז די שווערער האבן א סך מעלות וואס וועגן איבער די מעלות וואס די לייכטע סינטעטישע סטרינגס.
בלאט: 1 2 3 4