☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » דער סופער ארעינדזשער "מונה רוזנבלום"!!!

דער סופער ארעינדזשער "מונה רוזנבלום"!!!

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1783
בלאט: 1 2 3 4

חאצקל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 8:29 pm

· #56225
איז מונה גיט פאר א קאנצערט? (אין פארגלייך צו ישראל לאם, לאופר און רובי).

שמייכל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 9:04 pm

· #56233
כ'בין נישט אזוי זיכער

חאצקל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:03 pm

· #56264
ס'דא זייער א סך מאל וואס מונה ביי א קונצערט און נאך מער ביי א חתונה נעמט ארויס דעם עולם פון די גלייזן מיט זיינע גיטע שטיקלעך, אבער איך מיין אז זייער א סך מאל פלאפט ער, עס פעלט צומאל פרישקייט און צומאל איז עס אפילו אומבלימפערט. נאך א קאנצערט וואס לאופר אדער אפילו אנדערע נישט אזעלעכע פאפולערע אעירנדזשערס פירן אן, גייט דער עולם רוב מאל ארויס מער סעטיספייד, און ווער רעדט נאך פון ישראל לאם וואס ער איז א מעסטער אין קאנצערטן, מיט זיין אייזענע האנט פירט ער אן אז ס'קלאפט אלעס הונדערט און איין פראצענט, ער איז א ביישפיל אין אונזער קולטור פון א קאנצערט אנפירער.

שמייכל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:28 pm

· #56270
איך דענק אז מונה האט נישט די העלפט חן לייוו ווי אין סטודיאוי

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:17 pm

· #56293
פון אלע קליפס וואס איך האב געזעהן ביי קאנצערטן, האבעך קיינמאל נישט געזעהן מער ווי דעם אז דער ארענדזשער שטייט און מאכט מיט די הענט ארויף און אראפ, צו קאנטראלירן די ביעטס, מ'כלומר'שט.

דערמאנט מיר פון יענעם חכם וואס פלעגט שטיין ביי די טרעפיק לעמפ, ביי גרין האט ער געשאקעלט מיט די האנט אז מען זאל פארן, און ביי רויט האט ער אויפגעהויבן די האנט הויך צו ווייזן אז יעדער זאל סטאפן! און איז אהיים מלא סיפוק אז "ער" קאנטראלירט דעם טראפיק אין שטאט...

אקעי, דער משל איז נישט אינגאנצן דומה לנמשל, אבער איר כאפט מיין פוינט? וואס איז דער נוצן פון די האנט ארויף און אראפ? דאס איז דער גדלות פון די אראנדזשירער?

חאצקל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:45 pm

· #56309
דו האסט עס ארויס געברענגט מיט זייער א פאסיגער משל.
אמת, דער גדלות פון אן ארעינדזשער איז נישט צו שטיין מיט די שטעקעלעך און קאנדאקטן, דער ארבעט פון אן ארעינדזשער איז מסדר צו זיין וויאזוי דער ניגון זאל געזינגען ווערן, און דער עיקר, וויאזוי און מיט וואס דער מוזיק זאל עס ארום נעמען און באצירן. דער אויפגאבע קען עפ"י רוב (אויב איז עס נישט צו קאמפליצירט) געטון ווערן דורך נאטן (אויב דער ארעינדזשער קען) און צוגאב פון עטליכע אנווייזונגען. אבער פארשטייט זיך אז אויב דער ארעינדזשער איז אנוועזנד קען ער זיכער מאכן אז אלע האבן פארשטאנען וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען אין די נאטן, און דערצו זיי געבן זיין השראה אז די מוזיקאנטן זאלן מער "פילן" דאס וואס ער וויל ארויסברענגען.

דאס שטיין אנטקעגן איבער ביי א קאנצערט און קאנדאקטן מיט די שטעקעלעך גיט א געוויסע דיסציפלין, צו האלטן די זאך אין די ראמען (וואס פעלט זיך אודאי מער אויס ביי א גרעסערע ארקעסטרא ווי ביי א קלענערע. אגב, קאנדאקטן פראפעשאנעל איז א פאך וואס מ'דארף זיך לערנען די כללים דערפאר, יעדער ריטעם האט אנדערע סמנים. די שטעקעלעך איז לאו דוקא א טייל פונעם קאנדאקטן, עס איז אזוי געווארן צוליב וואס איינע פון די גרויסע קאנדאקטערס איז געווען א פידלער און פלעגט קאנדאקטן מיט זיין בויגן), פארשטייט זיך אז טייל מאל איז דאס קאנדאקטן מיט די הענט בלויז א פערפארמענטס און איז מינדערוויכטיג פאר די עצם מוזיק. אבער עפ"י רוב האט עס א וויכטיגע אויפגאבע ווי שוין ערקלערט

און אז דער קאנדאקטער איז דער מחבר המוזיק אליין גיט ער אויך זיין השראה ווי אויבן דערמאנט, מיטן זיין אנוועזנד דארט.

זעהט נאר ביי די ניגונים ווי ישראל לאם קאנדאקטעט מונה רוזנבלום'ס ארעינדזשמענטס. עס האט נישט מונה'ס טעם, ספעציעל פאר ישראל לאם אלס ארעינדזשער איז שווער צו קאנדאקטן אנדערן'ס ארעינדזשמענטס, און אז ער קאנדאקטעט עס האט עס טייל מאל א יענץ פנים.

ווען איך פרעג צו מונה איז גוט פאר א קאנצערט, מיין איך נישט צו פרעגן צו ער טוט שיין דעראגירן מיט די שטעקעלעך, ווייל דאס ווייסט יעדער אז ער איז A1, איך מיין בעיקר צו פרעגן צו ער באארבעט גוט זיינע מוזיקאנטן ביי א קאנצערט. ישראל לאם ווייס איך אז יא, אבער מונה, ווענד זיך לויט זיין גוסטע.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:40 am

· #56332
איך האב א סך מאך געטראכט אז ווען מונה וואלט אין די לעצטע צוואנציג יאר געניצט די אמעריקאנער מוזיקאנטן, ספעציעל די רידעם מיט גערשאווסקי און קוטלער, וואלט זיין מוזיק געווען מען פראפעשענל. עס וואלט אפשר טיילמאל נישט געהאט דעם חן ווי מיט די ישראלישע, אבער עס וואלט געווען מער אין א ראם. עס וואלט זיך געהערט מער אטענטיש מיט זיי.

וואס זאגט איר צו דעם?

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 7:38 pm

· #57803
מיט א קארגע צוויי יאר צוריק איז ערשינען דער טעיפ לחיים טיש חב"ד, מעדליס פון חב"דסקע טאנץ ניגונים, די מוזיק און קווייער איז ביי מונה, דער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן מיט 15 יאר פאר עס איז ארויס געקומען, רן ורד איז נאך אויף די דראם'ס. מיינע הערות אויף דעם טעיפ איז אזוי: דער רידעם איז נישט אזוי רייך מיט עקטשן, עס פעלט אביסל פרישקייט, אבער מצד שני פארמאגט עס מונה'ס ספעציעלע ענערגי, אויך איז 'פאראן דארט גיטע אינטראו'ס מיט מעכטיגע שטיקלעך וואס דערמאנט מונה פון אמאל.

די זינגערס ווידער זענען מסלף געוויסע שטיקלעך, דער הברה זייערע ארט מיר נישט, אבער זיי שניידן אויך ארויס די חב"ד'סקע אייגנארטיגע קנייטשן וועלעכ מאכן דעם ניגון. אויך דעם יונגל הויפט סאליסט שפיר איך אז ער מאכט קאליע דעם טעיפ, איך ווייס נישט פארוואס פונקטליך (אפשר ווייל עס דערמאנט מיר קינדער קלאסיק?!).

דאכט זיך אז דער טעיפ האט זיך זייער גיט אויפגעכאפט.

מאטי » מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:55 pm

· #86734
חצקל די ביזט דאך מוראדיג ממש שפתים ישק די וועג וויאזוי די ברענגסט ארויס דיינע געפילן לגבי מיין super hero music genius  משה מרדכי מונה רוזענבלום ניו 
לעמיך אריינווארפן מיין ארעמע דעה אפאר נקודת וואס נאכנישט אויסגעשמוסט
אונסטרומענטן , מונה לייגט אריין דעם טראמפעט  סאקסופאן גיטאר, פלוט אופן ריכטיגן פלאץ וויא פון הימל אראפ יעדער אונסטרומענט איז וואו געגאסן צום מעלאדי אונטראו אדער מעבור, נאכדעם דער פיטש אין די קנייטשן 
פונעם אונסטרומענט הוי ווער סהאט נישט געהערט דעם מעדאלי אויף מונה 2  אדרבה אלקי נשמה הו יגאל דער האט נאך קיין מוזיק טועם געווען הוי  דער פידל בעט זיך וויינט זיך ושנדבר כל אחד את חבירו בדרך הישר דערנאך דער טרומפעט ותחזק אותנו באהבה סרייסט דרך שטיקער לעבעדיגע פלייש!!! קעפ שפאלטן זיך !!! אוי כבין פארקראכן נאר ארויסגברענט לדוגמא וואס מונה טוט מיט אונסטרומענטן
המשך יבא got go now

מאטי » זונטאג פעברואר 17, 2013 2:40 pm

· #87753
דער דריטע זאך
יעדע כלי זמר האט אייגענארטיגע קונצליכע שטימעס נעם למשל דעם סאקסיפאן סאיז דא ultra tenor growl אין נאך,מונה קומט יעדעס מאהל מיט א חידוש אינעם עצם אינסטרומנט שטימע משה לויפער האט אלס דער זעלבער מין איך קען עס אלס פרודיקטן, בקיצור מונה נעמט ארויס דער מאקסימום פונעם כלי נעמט דעם גיטאר סאיז דא אזויפיל מינים שונים ,ישראל לאם למשל קען איך לויטן שטימע גיטאר צוטרעפן צו אים
מונה איז רייך מיט צענדליגער מינים גיטארס יעדעס מאהל א חידוש,
סאיז דא אסאך גוטע מעבדים זייער אסאך נעמען אייגענס אסאך נייערע זענען א געמיש פון מונה מיט לויפער איידיעס אבער יעדעס מאהל איך פרוביר מיך איינרעדן אז דער איז דאך אויך גוט דער כמעט אזוי גוט קומט מונה ארויס מיט א פרישער חידוש וואס זאגט זיך אני מונה אני הוא ולא אחר
הניגון שפרינגען אין ים פון ליפ אפ פעיט יוכיח

גלות יוד » זונטאג פעברואר 17, 2013 4:06 pm

· #87824
ענדליך האב איך א אח לדעה וואס פארשטייט צו שעצן דער מלך keep it coming

טעפל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 7:57 am

· #89065
אידען וועקטס אייך אויף!!! חאצקל וואו ביסטו???
איך בין דא יעצט מיט מונה..וואס זאל איך איהם זאגען? וואס זאל איך איהם פרעגען???

מוזיקאנט1234 » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:04 pm

· #143742
טעפל
גלות יוד
טעפל
אוי חאצקל די רייצט מיך אהן!!! גלייך נאכען ליינען האב איך בעצופאל אנגעצינדען ניגון בין הזמנים פון מונה...אוי ס'איז געוואלדיג....

זיי וויסן אז דאס קומט פון דא עס הייסט buglers holiday <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=2LhgpflBpAw">http://www.youtube.com/watch?v=2LhgpflBpAw</a>

דאס איז אויף מונה 2 עס הייסט adagio in g minor <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=AAtQ0Ow72Gk">http://www.youtube.com/watch?v=AAtQ0Ow72Gk</a>

דאס איז אויף מונה 3 עס הייסט the flight of the bumblebee <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=6QV1RGMLUKE">http://www.youtube.com/watch?v=6QV1RGMLUKE</a>

שכוח, כ'האב געוואסט ס'איז נישט זיין אייגענס, אבער יענע גאנצע טעיפ וואוער לייגט אלעס אראפ איז געוואלדיג, אויך ר' יענקל תלמיד'ס ויאתיו...


אן צו גורע זיין פונעם מלך . the flight of the bumblebee איז נישט אררעינדשעד ביי איהם . איך האב גערעדט צו אברהם פעלדער (lead trumpert And head of monas brass section אלע יאהרן ) ער זאגט אז סאיז זיין ארבעט . דער יוד האט א בראסס גרופ ער איז א טיטשער פאר JAZZ ער לערנט אויס טראמפייט טראמבאן און סאקסאפאן א. א.וו.
(די פאקט איז אביסל מסביר פארוואס מונה אררעינדשמענטס זענען JAZZ orchestrated - אפילו אויב די קארדס זענען סטאנדארד איז די VOICING אויסגעארבעט IN A JAZZ WAY. רוב מוזיקאנטען זיינע זענען JAZZ מוזיקאנטן אזוי ווי דער פעלדער . פעטער ווערטהיימער SAX CLARINET & FLUTE SOLO איז אויך א JAZZ MUSICIAN זיין DRUMMER די ערשטע 15-20 יארן איז געווען ארלע קאמינסקי A JAZZ DRUMMER . ירון גוטפריד PIANIST איז די זעלבע מעשה. די BASS אריה וולניץ און סינגולדה דער GUITARIST זענען נישט STRICTLY JAZZ MUSICIANS )
בקיצור זיין STYLE איז געפארעמט געווארן דורך די יארן מיט זיין CREATIVE מח אבער זייערע PERFORMANCES
(ער האט געשריבן די ליין און זיי האבן עס אויסגעארבעט)
למעשה איז ער אנגעקומען די ווייטסטע פון אלע אנדערע אבער ער האט נישט אזוי שטארק דיCLASSICAL אררעינדשמענטס וואס פון דעם האט לאם אסאך אויך די פשוטע ווארימקייט פון משה לאופר MELODIC אררעינדשמענטס...

גלות יוד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:52 pm

· #143850
שלום עליכם @מוזיקאנט1234 איך זעה איר האט א ידיעה אין מונה איך האף איר וועט אויפלעבן די פארשלאפענע אשכול

טעפל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:53 pm

· #143852
יא, ס'איז שוין העכסט צייט אביסל אויפלעבען די אשכולות..
וועלקאם @מוזיקאנט1234

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 19, 2015 8:37 am

· #248828
Mona its my favorite arranger

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 19, 2015 12:48 pm

· #248861
גלות יוד
איך ווער משוגע פאר די ניגון פדה בשלום פון מונה 3 איך האלט אז עס איז א מוראדיגע גיטע ניגון, א אנדערע מין ניגון, ווער זינגט עס? ער זינגט אויכט מוראדיג גוט

Podo besholom nafshi is originallY From yigal zalic,s album

moshav zekeinim » מאנטאג יאנואר 19, 2015 1:04 pm

· #248866
[/list]
[/אן צו גורע זיין פונעם מלך . the flight of the bumblebee איז נישט אררעינדשעד ביי איהם . איך האב גערעדט צו אברהם פעלדער (lead trumpert And head of monas brass section אלע יאהרן ) ער זאגט אז סאיז זיין ארבעט . דער יוד האט א בראסס גרופ ער איז א טיטשער פאר JAZZ ער לערנט אויס טראמפייט טראמבאן און סאקסאפאן א. א.וו.
(די פאקט איז אביסל מסביר פארוואס מונה אררעינדשמענטס זענען JAZZ orchestrated - אפילו אויב די קארדס זענען סטאנדארד איז די VOICING אויסגעארבעט IN A JAZZ WAY. רוב מוזיקאנטען זיינע זענען JAZZ מוזיקאנטן אזוי ווי דער פעלדער . פעטער ווערטהיימער SAX CLARINET & FLUTE SOLO איז אויך א JAZZ MUSICIAN זיין DRUMMER די ערשטע 15-20 יארן איז געווען ארלע קאמינסקי A JAZZ DRUMMER . ירון גוטפריד PIANIST איז די זעלבע מעשה. די BASS אריה וולניץ און סינגולדה דער GUITARIST זענען נישט STRICTLY JAZZ MUSICIANS )
בקיצור זיין STYLE איז געפארעמט געווארן דורך די יארן מיט זיין CREATIVE מח אבער זייערע PERFORMANCES
(ער האט געשריבן די ליין און זיי האבן עס אויסגעארבעט)
למעשה איז ער אנגעקומען די ווייטסטע פון אלע אנדערע אבער ער האט נישט אזוי שטארק דיCLASSICAL אררעינדשמענטס וואס פון דעם האט לאם אסאך אויך די פשוטע ווארימקייט פון משה לאופר MELODIC אררעינדשמענטס...

the same jezz musicians used to play fOr moshe laufer?

טעפל » דינסטאג יאנואר 20, 2015 8:50 am

· #248991
שלום עליכם א איד פון מושב זקנים, נו? הייב אהן, ברענג סחורה פון מונה.

moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 20, 2015 4:18 pm

· #249064
the new album of Ely hertzlich Have 2 songs wit the arrangements of mona

.sHlomy Gertner,s new single yale veyovo composed and arranged By mona

moshav zekeinim » מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:57 pm

· #249360
I have many clips froM mona from youtune, I don't know how to Link, iF somebody Know ho to do it please let me knoW

איך אויך » מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:57 pm

· #249376
It's actually not a bad idea for a music site, shemeky go register it fast.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:12 am

· #249409
I meant to say YouTube

petergrifin » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:42 am

· #249413
. show him some love שמעקעדיג Come on

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:13 pm

· #249561
Moshe Mona Rosenblum Ushpizin

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:20 pm

· #249565
הכנה צו כ"א כסלו מהר"א תשע"ה

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:38 pm

· #249570

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:43 pm

· #249571

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:49 pm

· #249572

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:57 pm

· #249573

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:02 pm

· #249576

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:06 pm

· #249577

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:12 pm

· #249579

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:41 pm

· #249592

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 10:40 pm

· #249643

moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 23, 2015 6:17 am

· #249690

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 6:57 pm

· #249794

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:08 pm

· #249797

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:16 pm

· #249800

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:21 pm

· #249802

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:25 pm

· #249803

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:30 pm

· #249805

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:36 pm

· #249810

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:45 pm

· #249813

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:50 pm

· #249816

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:54 pm

· #249817

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:04 pm

· #249820

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:13 pm

· #249825

moshav zekeinim » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:16 pm

· #249827
I am waiting for a like or a reaction. please

moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 25, 2015 8:23 am

· #249927
בלאט: 1 2 3 4