☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » אשכול אן א טיטל #17168

אשכול אן א טיטל #17168

94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17168
בלאט: 1 2

שפילער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 10:36 am

· #569423
דאס אז די אלטע לייבן קימען ניטאמאל אריין יעצט דערשרעקט מיר אז סאיז טאקע פאניטא

קידוש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 12:12 pm

· #569431
לגבי מאחורי, וואלט געווען פאסיג צו געבען עקסעס פאר מעמבערס מיט 200+ תגבות,

בשמחה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 12:42 pm

· #569432
קידוש #
לגבי מאחורי, וואלט געווען פאסיג צו געבען עקסעס פאר מעמבערס מיט 200+ תגבות,
נעה, 25+

האקט...

האניג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 1:08 pm

· #569436
😮
על בשורה רעה אומר ברוך דיין האמת
😢 😢 😢

פון אונזערע » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 1:24 pm

· #569437
כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרע...
אני מקבל את הגזר דין מן השמים באהבה כי מאיתו לא תצא הרעות..

אבער מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן...

עמרם » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 1:30 pm

· #569439
קידוש #
לגבי מאחורי, וואלט געווען פאסיג צו געבען עקסעס פאר מעמבערס מיט 200+ תגבות,
דערווייל, האט מען צוגענומען די עקסעס, אפי' פון די וואס האבן געהאט ביז יעצט...

איך בעט די מנהל און די אחראים, ביטע מיך צירוק עפענען, אז איך זאל כאטשיג קענען ליינען

יישר כח!

האי פרושא » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 1:43 pm

· #569441
וויאזוי הייב איך אן שרייבן אויף קרעמל?

[NAMELESS] » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 1:46 pm

· #569443
נאך אזויפיהל יארן פון האבן אזא חשובע מקום, א פלאץ וואס מ'האט געקענט ארומרעדן און זיך אדורכשמועסן אסאך וויכטיגע נושאים, איז אוואדאי קומט זיך א דאנק פאר אלע געטרייע מנהלים.
און יעצט ביים שליסן איז כדי ארויסצוברענגען דאס וואס גאווענער שפירא האט געזאגט ביי די ערשטע העריס/וואלץ ראלי, לא עליך המלאכה לגמור, ולא אתה בן חורין ליבטל ממנה! ס'איז געווען א גוטע ארבעט און עס וועלן אי"ה אונטערקומען אנדערע ריכטונגען ווי אזוי ממשיך צו זיין.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 2:03 pm

· #569445
א גרויסן דאנק פאר די ארבעט דורך די יארן. און א ספעציעלע דאנק פארן לאזן אפן די סייט צו קענען כאטש ליינען. עס איז דא אסאך חומר וואס איך האב נאכנישט געליינט, און אפילו וואס איך האב שוין יא געזען קען זיין ווערטפול צו זען נאכאמאל.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 2:10 pm

· #569446
קידוש #
לגבי מאחורי, וואלט געווען פאסיג צו געבען עקסעס פאר מעמבערס מיט 200+ תגבות,
אמווייניגסטנס פאר די מיט צוויי טויזנט הודעות....

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 2:50 pm

· #569454
אוי א פחד א שרעק!!!
קאווע שטיבל איז אוועק....
📎 Screenshot_20240808_144455_Chrome.jpg

תפוח » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 5:43 pm

· #569470
צוקוועטשטע איילבירטן #
תפוח #
קרעקער #
וויאזוי האט פייוויש געזאגט ביים הספד אויפן רבי'ן זי"ע: מורי ורבותי, מ'זעמיר טיף אין תחת!!!!
נישט געווען ביי א הספד, ס'געווען דעם ערשטן כל נדרי יו"כ ביינאכט נאכ'ן רבין'ס פטירה
עס איז געווען פאר תקיעת שופר.

איך האב נאר נאכגעברענגט פון קרעקער.

yesiknow » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 6:19 pm

· #569472
אלע צוזאמען #
אוי א פחד א שרעק!!!
קאווע שטיבל איז אוועק....
Charge your phone

yesiknow » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 6:20 pm

· #569473
קורקלענד #
קידוש #
לגבי מאחורי, וואלט געווען פאסיג צו געבען עקסעס פאר מעמבערס מיט 200+ תגבות,
אמווייניגסטנס פאר די מיט צוויי טויזנט הודעות....
It's not over yet 😔
We could still make it work
אין שום יאוש בעולם כלל

שפילער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 6:33 pm

· #569475
yesiknow #
קורקלענד #
קידוש #
לגבי מאחורי, וואלט געווען פאסיג צו געבען עקסעס פאר מעמבערס מיט 200+ תגבות,
אמווייניגסטנס פאר די מיט צוויי טויזנט הודעות....
It's not over yet 😔
We could still make it work
אין שום יאוש בעולם כלל
Unfortunately it is

ר' גרשון » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 7:09 pm

· #569478
נישט שייך צו האלטן אפען דעם שטיבל און יעדע מעמבער זאל צאלן א מינימאלען אפצאל חודשליך וואס זאל גיין צו א מנהל און ס'זאל זיך איהם לוינען? עניבאדי?!

yesiknow » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 7:17 pm

· #569479
די קוה שטיבעל איז געווארען צו הייס, עס האט זיך געגאסען קאווע פון אלע זייטען האט מען עס אוסגעברייטעט אין געמאכט א קרעמעל
עס זאל זיין מער פלאץ אין געשמאק עס איז די זעלבע זאך ווערטס נישט אזוי צובראכען זאת התורה לא תהא מוחלפת תורה חדשה מאיתי תצא איטס אלל די סעים טאלק

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 8:18 pm

· #569487
ברוך דיין אמת

עס איז טאקע א גרויסע שאד, קאוועשטיבעל איז געווען א שטארקע חלק פון מיין לעבן און אנטוויקלונג אין מיין צוואנציג און דרייסיג יארן. וואס וועט די קומעדיגע דור טון? ווייטער מיטהאלטן ווער ס'האט געהאט הגבהת הכוס ביים דריטע שבע ברכות פון גארנישט בן קיינעם וואס האט געהייראט יענער בת לופט?

לויט ווי איך פארשטיי, מאכט אייוועלט געלט פון זייער סייט. אזוי ווי יעדער זאך - די ערשטע דור שוויצט, און די קומעדיגע דור נעמן עס פאר גרענטד, און עס איז זייער שווער אז איינער זאל ריכטיג צולייגן א פלייצע דאס צו האלטן אויף די רעלסן. און אן א פירער בראש, קען מען גארנישט אויפטון אין די וועלט. ליידער.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 8:51 pm

· #569489
😢 😢 😢

מיט גרויס צער ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה, אז נאך איבער א יאר זיך ראנגלענדיג מיט שווערע אינערליכע קרענק, דארפ’ן מיר זיך געזעגענען פון מיין באליבטע חבר.

מיין חבר פון וועם כ’האב אזויפיל גענאשט, אזויפיל קונה געווען, רייכע ידיעות, און וויסענשאפט, אינפארמאציע וואס האט נישט קיין שאץ, און סתם גוטע שמועסן על דא ועל הא, מיין רבי אין פילע געביטן, ער גייט.

נאך געציילטע טעג פארבליבן אויף די עולם, רוב פון זיינע ארגאנען זענען שוין פארשלאסן געווארן, דורך דעם מנהיג אונזערע, און דאס ביסל וואס לעבט נאך יא, גייט בקרוב זיך פארמאכן און אייננעמען א טיפע לאנגע און אייביגע שלאף.

קאווע שטיבל, מיר גייען זיך בענקן נאך דיר.
עיני עיני ירדה מים, על אלה אני בוכיה, ומחה ד’ דמעה מעל כל פנים...

החוקר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 9:03 pm

· #569492
Wow!
דאס איז א זעץ וואס איז זייער אנטוישענד. דארף איך מיר צוזאמקךייבן די מחשבה צו שרייבן עפעס צום געזעגענונג.
😢

החוקר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 9:31 pm

· #569494
כספי #
נאו וועי, נאו וועי, נאו וועי.

איז דען נישט דא צווישן דעם גאנצן עולם, דריי באזעסענע ניקס, וואס קענען איבער נעמען די הנהלה? אונזער שטיבל איז אנגעפילט מיט קלוגע באזעסענע טיכטיגע חברה, אתמהה.
עס וואונדערט מיר די זעלבע. ווי קען זיין אז עס איז נישטא קיין דריי ניקים וואס זאלן זיין ראוי לאותו איצטלא? ווייס איך שוין נישט וואס איז מער ווייטאגליך, אז קאווע שטיבל גייט אונטער אדער אז עס איז נישט דא קיין דריי ניקים וואס זאלן זיין גרייט צו אריינלייגן די כוח אנצוהאלטן אזא חשוב'ן פלאץ.

אני לכשעצמי בין גרייט צו נעמען א חלק און צולייגן א פלייצע. מיט טעכנישע ענינים פארשטיי איך מיר, קען איך מיט דעם ארויסהעלפן.

מי לה' אלי? נאך איינער?

תנחום » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 9:47 pm

· #569496
איך קען אויך צולייגען א פלייצע אויף די טעכנישע בעק-ענד סיסטעמס.

אוי לו לספינה שאבד קברניטה.

נחום הסופר » זונטאג אוגוסט 11, 2024 12:10 pm

· #569510
אפשר קען נאך עפעס ווערן? אדער מ'האלט שוין נאך סתימת הגולל?

yesiknow » זונטאג אוגוסט 11, 2024 12:14 pm

· #569511
נחום הסופר #
אפשר קען נאך עפעס ווערן? אדער מ'האלט שוין נאך סתימת הגולל?
בלי שום ספק .
ביחד נעשה ונצליח גם אני מוכן לעזור

בעל אחריות » זונטאג אוגוסט 11, 2024 12:20 pm

· #569512
עס וועלן זיך זיכער יאווען אפאר ניקס וואס וועלן זיין גרייט איבער צונעמען די סייט, לאמיר נישט אריינפאלען אין יאוש און לאמיר נישט פארבלענד ווערן פון דעם ראמאנטישן טעם וואס פארמאכן ברענגט מיט זיך (huh?) ווייל דאס וועט זייער שנעל אוועקגיין און בלייבן בלייבט מען לעקיש...

We can do it!

וואס יא, @אנאנים גייט דאך זיכער, וויל איך אפגעבן מיין שכח פאר אלעס וואס ער האט געטוהן ביז אהער להצלחת ק"ש!

yesiknow » זונטאג אוגוסט 11, 2024 12:24 pm

· #569513
בעל אחריות #
עס וועלן זיך זיכער יאווען אפאר ניקס וואס וועלן זיין גרייט איבער צונעמען די סייט, לאמיר נישט אריינפאלען אין יאוש און לאמיר נישט פארבלענד ווערן פון דעם ראמאנטישן טעם וואס פארמאכן ברענגט מיט זיך (huh?) ווייל דאס וועט זייער שנעל אוועקגיין און בלייבן בלייבט מען לעקיש...

We can do it!

וואס יא, @אנאנים גייט דאך זיכער, וויל איך אפגעבן מיין שכח פאר אלעס וואס ער האט געטוהן ביז אהער להצלחת ק"ש!
ער וועט בלייבען אין העלפען מיט די עבודת הקודש ווי ניד הים !

עמרם » זונטאג אוגוסט 11, 2024 12:26 pm

· #569514
שוין דא ב״ה צוויי ניקים תנחום און החוקר (און איינס קען זיך אויס אין די טעכנישע חלק), דארף מען נאר א דריטער, און מ'קען זיך ווענדן צום מנהל

רבותי! רופט ענק אהן ווארים
ס'איז נאך דא האפענונג

שפילער » זונטאג אוגוסט 11, 2024 1:32 pm

· #569520
איז נאך דא האפענונג @אנאנים?

yesiknow » זונטאג אוגוסט 11, 2024 1:41 pm

· #569521
עמרם #
שוין דא ב״ה צוויי ניקים תנחום און החוקר (און איינס קען זיך אויס אין די טעכנישע חלק), דארף מען נאר א דריטער, און מ'קען זיך ווענדן צום מנהל

רבותי! רופט ענק אהן ווארים
ס'איז נאך דא האפענונג
הנני מוכן ומזומן!

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 11, 2024 2:29 pm

· #569524
שוין דא ב"ה דריי חשובע ניקים וואס זענען גרייט איבערצונעמען די סייט.

פתח לנו שער בעת נעילת שער!

@אנאנים @אנאנים נאך דא עפעס האפענונג?

היימלינד » זונטאג אוגוסט 11, 2024 2:33 pm

· #569525
עמרם #
קידוש #
לגבי מאחורי, וואלט געווען פאסיג צו געבען עקסעס פאר מעמבערס מיט 200+ תגבות,
דערווייל, האט מען צוגענומען די עקסעס, אפי' פון די וואס האבן געהאט ביז יעצט...

איך בעט די מנהל און די אחראים, ביטע מיך צירוק עפענען, אז איך זאל כאטשיג קענען ליינען

יישר כח!
אויב איז דא עקסעס פאר אלע איינגעשרבענע צו ווייטער ליינען די געהעריגע פורומס זאל עס זיין פונקט אזוי ביי מאחורי, מה נשתנה ?

yesiknow » זונטאג אוגוסט 11, 2024 3:48 pm

· #569528
החוקר #
כספי #
נאו וועי, נאו וועי, נאו וועי.

איז דען נישט דא צווישן דעם גאנצן עולם, דריי באזעסענע ניקס, וואס קענען איבער נעמען די הנהלה? אונזער שטיבל איז אנגעפילט מיט קלוגע באזעסענע טיכטיגע חברה, אתמהה.
עס וואונדערט מיר די זעלבע. ווי קען זיין אז עס איז נישטא קיין דריי ניקים וואס זאלן זיין ראוי לאותו איצטלא? ווייס איך שוין נישט וואס איז מער ווייטאגליך, אז קאווע שטיבל גייט אונטער אדער אז עס איז נישט דא קיין דריי ניקים וואס זאלן זיין גרייט צו אריינלייגן די כוח אנצוהאלטן אזא חשוב'ן פלאץ.

אני לכשעצמי בין גרייט צו נעמען א חלק און צולייגן א פלייצע. מיט טעכנישע ענינים פארשטיי איך מיר, קען איך מיט דעם ארויסהעלפן.

מי לה' אלי? נאך איינער?
די גרעסטע חסידותער ווערען גיפירט (אין אויך פארפירט) דורך דריי פיר פירערס, מענטשען זענען נישט גרייט צו נעמען א פירערשאפט ראלע זה טבע בני אדם.

עס איז קלאר אז די מנהל וועט מיטארבייטען מיט אונז אז מען וועט אהים מחזק זיין.
איך בין א גיטע מעקער בד"וו
די חכמה פון א גיטע פירער איז צו בלייבען פערסאנלי דיסאינגעיזשט ממילא עפעקט עס נישט די מענטש בלייבט מען קיל אין זאכען קלארען זיך אויס ווען די שמוץ זעצט זיך
מישען שי.. ברענגט גאר א שלעכטע ריח ווען עס איז טרוקין מעג מען אפילו דאווינען דארט .

ממרום שלח אש » זונטאג אוגוסט 11, 2024 3:53 pm

· #569529
איך זע נישט פארוואס מען קען נישט אויסארבעטן א געוויסע הרכב פון טראסטבארע ניקים שרי מאות ושרי עשרות וואס זאלן ווייטער פירן דאס מקום באיחוד הלבבות וברוב דעות.
דעמאקראטיע איז נישט קיין נייע זאך, זאכן קענען ארבעטן אן אן אחד המיוחד העומד בראש. כ'פארשטיי אז די לאגיסטיקס דארפן ווערן אויסגעארבעט אבער לא בשמים ולא מעבר לים הוא.

***

עטליכע פונקטן וואס אדרעסירן רוב קאנסערנס.

פריוואטע און האקעלע אינפארמאציע קען ווערן סאניטיזירט, און די פובליק חלקים זאלן בלייבן אומבארירט.
גייענדיג ווייטער זאל ווערן קלאר געשטעלט (פאר די עטליכע אוטלייערס וואס האבן נישט זעלבסט פארשטאנען) אז דער סייט איז נישט געאייגענט פאר פריוואטע אינפורמציה, דאס מערסטע וואס מען קען טון איז שעירן א דיספאוזעבל אימייל אדער נומבער אין אישי.
געלט פאר האוסטינג קען ווערן געשאפן גרינגערהייט איינמאל א יאר. בקיצור, עס דארף ווערן געפירט ווי א פובליק נאן פראפיט וואס איז דא פאר די גוד אוו די פיפל מיט קלארע גיידליינס און טרענספעריסי, אזוי אז דער עולם ווייסט וואס צו ערווארטן און וואס עס זענען די לימיטעשנס.

שפילער » זונטאג אוגוסט 11, 2024 4:09 pm

· #569530
פאר געלט איז די מנהל גרייט מיטצוארבעטן?

סקעפטיקער » זונטאג אוגוסט 11, 2024 5:02 pm

· #569532
איך בין גרייט צוצולייגן א האנט וויפיל איך קען

בעל אחריות » זונטאג אוגוסט 11, 2024 5:28 pm

· #569533
זאכן ריקן זיך אין די גוטע ריכטונג, ביטע אויפהערן אריינקומען מיט טרייסט וואונטשען ווייל דער נפטר לעבט....

[NAMELESS] » זונטאג אוגוסט 11, 2024 5:31 pm

· #569534
אה ב''ה עפעס א ליכטיגקייט שפירט זיך שוין...

עס איז ברור אז קרעמיל איז אויף היבש א נידריגע דרגא פון קאווע שטיבל.

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 11, 2024 6:33 pm

· #569537
האבן מיר דא @החוקר @תנחום @yesiknow @סקעפטיקער מיט נאך איינער וואס איז געקומען צו מיר און צו די אדמין אין אישי.

זעט מיר אויס ווי א שיינע באלאנצירטע קראו וואס זאלן קענען איבערנעמען די לייצעס.

איך קען זיך נישט אינטערנעמען מחמת סיבות פרטיות, אבער עס זעט מיר אויס ווי די חשובע חברים קענען זיך צאמנעמען און אויפקומען מיט עפעס.

תרמב » זונטאג אוגוסט 11, 2024 8:52 pm

· #569540
איך האלט נישט ביים ארבעטן ווייל איך האב א פערזענליכע סיבה, איך בין זייער פויל..

אבער חיזוק קען איך געבן, איך בין גרייט צו שטיין און די זייט און קלאפן דעם עולם'ס רוקן.

שאלתיאל » זונטאג אוגוסט 11, 2024 10:23 pm

· #569541
תרמב #
איך האלט נישט ביים ארבעטן ווייל איך האב א פערזענליכע סיבה, איך בין זייער פויל..

אבער חיזוק קען איך געבן, איך בין גרייט צו שטיין און די זייט און קלאפן דעם עולם'ס רוקן.
גא"מ
איך בין גרייט מוטיגן די עולם מיט קרעפטיגע חיזוק לאזונגען פונעם גאלעריע.

עמרם » זונטאג אוגוסט 11, 2024 10:34 pm

· #569542
גא״מ

אויב פעלט זיך אויס נאך הילף וכו', עפעס וואס איך וועל קענען צו געבן

און צו די אלע ניקים, וואס זענען גרייט צו נעמען אויף זיך די פירערשאפט, ביטע זיך ווענדן אין אישי צו די חשובע מנהל, ווי אומשנעלסטן

יישר כח!

דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:31 am

· #569545
צוועלף יאר בין איך שוין א רעגעסטירטע חבר דא אין קאווע שטיבל,
צוועלף יאר!!!
אנא אלך אלך ואנא אני בא?!?
ווי קען א איד אנהייבן פון פריש?

לקו בכפלים!

אהוי!

אריינגעקומען » מיטוואך אוגוסט 14, 2024 4:49 pm

· #569553
תרמב #
איך האלט נישט ביים ארבעטן ווייל איך האב א פערזענליכע סיבה, איך בין זייער פויל..

אבער חיזוק קען איך געבן, איך בין גרייט צו שטיין און די זייט און קלאפן דעם עולם'ס רוקן.
אחד מני אלף וואס מיר גייען פארלירען דורכן שליסען דעם קאווע שטיבל. די סארט זאפטיגע הודעות וואס מאכען דיר פשוט שמייכעלען.. זיך האלטען ביי די זייטען פון געלעכטער..

איך בין שאקירט פון די נייעס, וואס איך לייען יעצט צום ערשטען מאל, אז קאווע שטיבל גייט זיך שליסען. מ'קען זאגען "מי יתן לנו תמורתו" במלוא מובן המילה.
סוף כל סוף איז שוין געווען איין ווינקעל וואו מ'האט געקענט געניסען פון רייכע שמועסן מיט א חירות המחשבה מיט א ברייטקייט. די "חכמת ההמון" ווי מ'רופט דאס וואס איז דא אין ק"ש איז ממש געוואלדיג, אזויפיל טאלאנט.. אזויפיל עניינים העומדים על הפרק אדורכגעטוהן מיט אזא בהירות, מיט פול הערות מחכימות און געשמאק.
הלוואי הלוואי איז די גאנצע מעשה פייק ניוז....

בת קול » מיטוואך אוגוסט 21, 2024 9:54 pm

· #569588
איך קען נישט גלייבן וואס איך האב דא פארפאסט.

קאווע שטיבל האט מיר אזויפיל צוגעהאלפן און געלערנט.
וויאזוי קענען מיר אוועקנעמען די אפארטוניטי פון די נעקסטע דור?

אזויפיל שעות און הארעוואניע אריינגעלייגט.
ממש א שאד אז מען האט פארלוירן די מוט.

איך בין גרייט מיטצוארבייטן אויב פעלט זיך אויס.
בלאט: 1 2